Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1518 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4905 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7540
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:20 pm#459176
יש מצב להתעדכן בחדשות החרדים, שמעניין אותי מאוד, ואני מסקרן לשמוע מהנעשה והנשמע בעולם החרדי בכלל ובפרט.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:21 pm#459177
גארנישט ספעציעל! בלויז נאך א עמך איד וועלכע גלייכט מיטצוטיילן זיינע צוויי קאפיקעס פאר ווער עס איז יא אדער נישט וויליג צו הערן.

אזויווי יעדער איינער - פארמאגט ער אויכעט אן אייגנארטיגן געדאנקענגאנג, וועלכע טוט נישט שטענדיג רעפלעקטירן די אנגענומענע שטרעמונג,

אבער פארמאגט גלייכצייטיג אן אויסטערלישע רעספעקט פאר ראציאנאלע מיינונגספארשידענהייטן, ווילאנג זיי ווערן פרייוויליג אדאפטירט!
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:22 pm#459178
מיר באגריסן דעם פרישן מנין פון נייע מעמבערס וואס האבן זיך מצרף געווען צו אונזער חבורה קדושה.
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!
מאנטאג אקטאבער 12, 2020 7:57 pm#460139
אלץ שר חמישים ולמעלה בשנים , און ידיעות בעולם המנהגים , ודרכי מסחר, באזירט אויף ערפארונג פונעם אקטועלן
ווירטשאפט הנהוג צווישן היימישן , און דרויסנגיגן עולם , וועלן אי״ה מיטטייילען פערספעקיוון , וואס רייכער מאכן די
אטמאספערע דא, און אפשר פארמערן אינטערעס.
מאנטאג אקטאבער 12, 2020 7:58 pm#460140
איך בין שוין כמה וכמה שנים ניט אריין דא און אין גאנצן פארגעסן ווי זאל איך איינסיינען זיך אין מיין אלטן אקאונט. וויל איך מאכן תשובה תרתי משמע מיט א נייעם אקאונט. איך בין אינטערסירט אין שפראך, פאעזיע, אידישע נייעס
מאנטאג אקטאבער 12, 2020 7:59 pm#460141
אני מבין יידיש, ואוהב לקרוא החדשות החרדית, מזווית עין של חרדים, זהו משהו שונה לגמרי מהחדשות באתרי דתיים ומכל שכן באתרי חילוניים ובנלאומיים.
אני רוצה לתרום תרומה נכבדה מעושר ידיעתי לכלל הציבור פה ושם.
מאנטאג אקטאבער 12, 2020 7:59 pm#460142
איך זיך שוין לאנג מענטשן צו קענען זיך דורכרעדן בעניני השקפה וואס באדערט מיך שוין לאנג און מיט וועם איך רעד נאר האב איך נאר חרטה איך פיל ווי מיין השקפה איז ממש ווי א משכיל
מאנטאג אקטאבער 12, 2020 8:00 pm#460143
קודם ‏כל ‏ווייל ‏איך ‏האב ‏געזען ‏די ‏רייקייט ‏און ‏די ‏אורגעניעלקייט ‏פון ‏די ‏שרייבערס ‏דא ‏און ‏די ‏אייגענארטיגקייט ‏מיט ‏וואס ‏מען ‏באשרייבט ‏דא ‏נושאים ‏און ‏אינטערסאנטע ענינים ‏וואס ‏מען ‏כאפט ‏אאלעס ‏ אן אזוי ‏ריין ‏און ‏אורגניעל ‏האב ‏איך ‏באשלאסען ‏אז ‏איך ‏מוז ווערן ‏א ‏געהעריגע ‏ליינער ‏דא ‏און ‏אויכט ‏די ‏ברייטקייט ‏פון ‏די ‏טעמאס ‏איז ‏זער ‏אינטערסאנט ‏האט ‏מיין ‏הארץ מיר ‏מייעץ ‏געווען ‏זיי ‏נישט ‏קיין ‏נער און ווער ‏א ‏געהעריגע ‏חבר דא
מאנטאג אקטאבער 12, 2020 8:00 pm#460144
שלום עליכם אלע נייע חברים, מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן.
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 12:56 am#460716
איך בין א אידיש קינד וואס האט ליב צו ליינען, שרייבען, און דורכטוהן כל-ערליי עינינם. פון וועלטליכע פאליטיק ביז חסידישע, פון סתם נייעס ביז אקטועלע נייעס... די עיקר ס'זאל זיין געשריבן מיט זאפט און קאטשענ"יא ווי עס באדארף צו זיין
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 12:57 am#460717
כבין אייביג געווען א אלץ ווייסער כ'האף אז יעדער אין קאווע שטיבעל האלט אויך אזוי אבער אויב נישט ביטע ענטפערן נאר זאכליכע תירוצים אויב זענט איר מסכים א לייק וואלט נישט געשאט אין עס וועט גיין אויף צירוק אויך בעזהש''ת
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 12:58 am#460718
גארנישט ספעציעל! בלויז נאך א עמך איד וועלכע גלייכט מיטצוטיילן זיינע צוויי קאפיקעס פאר ווער עס איז יא אדער נישט וויליג צו הערן.

אזויווי יעדער איינער - פארמאגט ער אויכעט אן אייגנארטיגן געדאנקענגאנג, וועלכע טוט נישט שטענדיג רעפלעקטירן די אנגענומענע שטרעמונג,

אבער פארמאגט גלייכצייטיג אן אויסטערלישע רעספעקט פאר ראציאנאלע מיינונגספארשידענהייטן, ווילאנג זיי ווערן פרייוויליג אדאפטירט!
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 12:59 am#460719
אלץ שר חמישים ולמעלה בשנים , און ידיעות בעולם המנהגים , ודרכי מסחר, באזירט אויף ערפארונג פונעם אקטועלן
ווירטשאפט הנהוג צווישן היימישן , און דרויסנגיגן עולם , וועלן אי״ה מיטטייילען פערספעקיוון , וואס רייכער מאכן די
אטמאספערע דא, און אפשר פארמערן אינטערעס.
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 1:00 am#460720
איך זיך שוין לאנג מענטשן צו קענען זיך דורכרעדן בעניני השקפה וואס באדערט מיך שוין לאנג און מיט וועם איך רעד נאר האב איך נאר חרטה איך פיל ממש ווי איך בין א משכיל
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 1:01 am#460721
סורטשנדיג אויף גוגל שיקט ער מיר אסאך מאל אהער דא צום קאווע שטיבל ווי איך זעטיג זיך אן מיט אסאך רייכע ידיעות און אינטערסאנטע אפהאנדלונגען, די גאר אינטרעסאנטע און פארשידנארטיגע מיינונגען זענען א הנאה צו ליינען. במילא האב איך זיך גענומען אין די הענט אריין -ווי מיין מלמד פלעגט זאגן- אין באשלאסן צו עפענען א ניק און לאמיר האפן אז מיר וועלן מצליח זיין.

זלמן
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 1:03 am#460722
אינני יודע לכתוב באידיש אבל יש לי הרבה חומר לשלוח לכם לקאוע שטיבעל אך חסרון אחד שאינני יודע לכתוב כל כך טוב באידיש ואם זה בכל זאת לא מפריע אשמח לקבל קוד וסיסמא\
אידשע וועלט נעלו אותי בגלל שלא ידעתי לכותב באידיש אני מקוה שאתם כן תתנו לי ולא אכפת לכם מכך
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 1:04 am#460723
איך בין דער הויפט פרודוצער פון וייבערטייטש, א פודקאסט אין אידיש. איך וויל זיך פארבינדן מיט דער חסידישער קהילה ווייל איך ווייס אז חסדים הערן זיך צו. איך האב נור א גרויסע כבוד פאר חסידים אפילו וואס איך בין נישט חסידיש.
מאנטאג אקטאבער 19, 2020 1:06 am#460725
כ' האב געהערט גאר גוטע גרוסן אויף די פארום די וועקער האט מיר גאר געצויגן, מיין אינטערעס צו קענען צוזאמען אויסשמועסן דברים העומדים על הפרק. מיינע טאלאנטן זענען שרייבן!!!
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 6:46 pm#461209
כ'זעה אז דער עולם איז נישט אינטערסירט אין מיינע זאכן.
האטס מיר און זייטס מיר. א גוטן טאג
פרייטאג אקטאבער 23, 2020 9:54 am#461261
.
פרייטאג אקטאבער 23, 2020 9:55 am#461262
מושב לצים האט געשריבן:כ'זעה אז דער עולם איז נישט אינטערסירט אין מיינע זאכן.
האטס מיר און זייטס מיר. א גוטן טאג

האלא ווי גייט איר? לויפט נישט אוועק גיטס נישט אויף אזוי שנעל דיין פיוטשער איז ברייט אפען פאר דיר
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 9:47 am#462029
איך האב לעצטנס באקימן פין א משפחה מיטגליד א גליון פין די וועקער אויסגאבע. איך האב זייער הנאה געהאט פין די פילע אינהאלטסרייכע ארטיקלען. איך וויל ווערן א מעמבער פין קאווע שטיבל כדי צי קענען מיטהאלטן די שמיסען ארים די טעמעס.
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 9:48 am#462030
פיניע, גלייכט א הייס גלעזל קאווע, אבער פיניע גלייכט אויכעט צו שרייבן אין שמועסן מיט חברים, האט ער געקלערט זיך צו ווענדן צי קאווע שטיבל צו געזעלשאַפט געפונען.



א דאנק,
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 9:48 am#462031
מכון שיח אבירים להוצאות גנזי רבוה"ק לבית רוז'ין וסדיגורה זיע"א, ומאוד חשוב לנו להיות מחובר לקאווע שטיבל בשביל כמה סיבות וא"צ לפרטם כי פשוט הם, ותודה רבה על כל החומר הנפלא,
בברכה מרובה וכט"ס
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 9:49 am#462032
ליב חקירה און גאונות פון קינד ווייז אן, אסאך געליטן פארדעם אין מיין יוגענט, היינט האבמער שוין דוירך געלערנט אלע די טרייפענע ספרים, געוואויר געווארן אז קען גאר זיין מיינע געליבטע(?) מחנכים זענען טרייף, גיי ווייס.
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 9:49 am#462033
לאז מיר זיך פארשטעלן פאר אייך איך בין א חסידישע איד איך האלט מיך פאר א זינגער (מיין מאמע האט מיך קלאר געזאגט) און איך האב זייער ליב מוזיק.
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 9:50 am#462034
איך בין א יוניווערסיטי גראדואנט מיט א ישיבה היסטערי. בלית ברירה איז מיין אינטערעסע געווארן קאמפיוטער פראגרעמינג און איבער דער נושא האף איך צושרייבן. איך בין נישט זיכער צו איך בין א לא יצלח געווען אין ישיבה און דערפאר געגאנען צו יוניווערסיטי, צו דערפאר וואס איך בין געגאנגען צו יוניווערסיטי בין איך א לא יצלח געווארן אדער גאר האט מיך ישיבה געמאכט פאר א לא יצלח און וואלט איך ווען געגאנגען נאר אין יוניווערסיטי וואלט איך אפשר נישט אזא לא יצלח אויסגעוואקסן – מ'גיימיר דאס אויסגעפונען בעז"ה.
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 9:50 am#462035
א פשוטע יוד וואס האט ליב ליינען און שרייבן אין אזעלכע מקומות, פון בני חוץ לארץ וחוץ לעיר וואס האט נישט מיט וועמען צו פארברענגען פנים אל פנים. איך האב שטארק הנאה פון די כותבים ע"ד החסידות
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 9:50 am#462036
איך האב שטארק ליב היסטאריע און קאווע שטיבל איז א מקום נכבד וואו מען קען דורכשמועסן היסטארישע געשעענישן און פערזענליכקייטן.

איך בין נוטה מער צו די אינטעלעקטואלישע זייט פונעם עץ הדעת, ווייל טאקע ״טוב העץ למאכל וכי תאוה הוא לעינים״, אבער ״ונחמד העץ להשכיל״, וואס גלוסט זיך אממערסטענס איז השכלה.

איך האף צו טרעפן דא א געמיינזאמע שפראך, צו אויסברייטערן מיינע ידיעות און זיך לערנען פון אנדערע וואס קענען מער פון מיר, ווי אויך אביסל ביישטייערן פאר׳ן עולם פון מיין אייגן בינטל ידיעות.
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 9:51 am#462037
א איד וואס האט ליב צי וויסן אסאך אין הערן פון אנדערע אין אויסברייטערן די ידיעות צי וויסן אסאך אפציעל בין איך סאטמר אבער איך גלייך שטארק צי הערן פון נאך סיי וועגן סאיז דא צי זיך אפלערנען אין נעמען אויף למעשה
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 9:52 am#462038
איך בין זייער אינטערסאנט צו נעמען א באטייל מיט די וויכטיגע זאכען וואס פאראן אין דעם חשו'בען ארט, 'קאווע שטיבל' פארומ'ס.
ויהא רעוא מן שמיא שנזכה לעשות נחת רוח לבוראנו, אכי"ר.
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 9:52 am#462039
I grew up in Williamsburg, NY. I now live in MA. I am a current full-time college student and interested in translation projects particularly in Yiddish Poems which have yet to get translated into English.
מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 9:53 am#462040
שלום עליכם דער פרישער מנין חשוב'ע אידן. מאכטס ענק באקוועם און לאזטס זיך הערן!
מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 9:14 pm#463128
שלום וברכה.

איך בין א וויז׳ניצער תלמיד וועלכער וואינט אין ארץ ישראל. דער פארום איז מיר צום הארצן. איך געניס דא פון די טעמעס, אמפערייען, און פונעם גאנצן הלוך ילך. מיט יארן צוריק בין איך געווען א מעמבער א קורצע צייט און זיך באטייליגט עטלעכע מאל. צוליב פריוואטע סיבות האב איך פארלאזט דעם פארום און דערווייל פארגעסן מיין ניק-נאמען און דעם פעסווארד, און קען זיך נישט מער אנשליסן.

איצט וואלט איך געוואלט זיך ווידער אמאל אקטיב באטייליגן דא. אויב איר וועט מיר דאס דערלויבן, וועל איך אייך זיין דאנקבאר.

א גוטן פריילעכן שבת.
מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 9:14 pm#463129
איך בין אסאך לאנגווייליג אין אויף קאווע שטיבל איז דא זייער אסאך פון וואס צו ליינען אדער הערן מיינוגען פון אנדערע אין אלע איניונים איך בין דריי אין צוואנציג יאהר ב"ה אין איך האב מיך באשלאסן אז קאווע שטיבל איז די בעסטע זאך אויף זיך צו אינטער האלטן
מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 9:15 pm#463130
איך האב באשלאסן צו ווערן א חבר ביי קאווע שטיבל ווייל איך גלייך די היימישע, כשר'ע, אויסגעהאלטענע בלאגס, מיט גוטע אינטערעסאנטע, אינהאלטסרייכע, און זאפטיגע תוכן און איך גלייך צו שרייבן.
מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 9:16 pm#463131
אידישע מוזיק איז ביי מיר נומער 1! איך באשעפטיג זיך מיט גראפיק און וועב דעזיין. "קאווע שטיבל" וועט זיין א גוטע געלעגענהייט זיך אויסצודזוכען אין די פרייע זמנים...
מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 9:16 pm#463132
כ'בין א פרישע יונגערמאן וואס האט נאך עטוואס האפענונג פאר'ן עתיד.
כ'בין היבש אנגעביסן איבער די סטאנדארד פון די אלגעמיינער וועלט.
כ'בין קיין גרויס חסיד פון 'ביג טעק' און דעם אלגעמיינער מעדיא.
כ'בין אן אנטקעגענער פון צענזור.
כ'בין נישט פאר'ן זיצן שטיל און טוהן גארנישט.
כ'בין ווידערשטאנד.
מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 9:17 pm#463133
א חסידישער יונגערמאן וואס חלומ׳ט אויף א מדינה על פי תורה. האלט פון היינטיגע רבי׳ס. און האט ליב צוויבל קוגל. וואס נאך זאל איך שרייבן??? איך בין עפעס א פיליזוף? צמאה לך נפשי כמה לך בשרי בארץ ציה ועייף בלי מים
מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 9:18 pm#463135
איך בין א גרויסן בעל חסד און איך קען באשטיין צו באשרייבן מיין חסד פאר'ן עלום דו אמת איז ווייל ס'איז דא דא אסאך ידעות און סאיז אלעמאל גוט צו זיין א מעמביר אין אזא פלאץ
מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 9:18 pm#463137
שוין א לאנגע צייט וואס איך ליין שוין קאווע שטיבל אין אסאך מאל וואס איך האב געשפירט אז איך האב וואס צוצוגעבן צי קאווע שטיבל אבער איך האב נישט אנגעקימען זיך איינצושרייבן אבער יעצט האב איך שוין צוסאך אין בויך... אין איך האב מחליט געווען אז געגאנגען !
מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 9:19 pm#463138
שלום עליכם די פרישע גרופע חשוב'ע אידן. מאכטס ענק באקוועם און לאזטס זיך הערן!
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 2:03 am#463148
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
גע'וואלדיג האט געשריבן:איך בין אסאך לאנגווייליג אין אויף קאווע שטיבל איז דא זייער אסאך פון וואס צו ליינען אדער הערן מיינוגען פון אנדערע אין אלע איניונים איך בין דריי אין צוואנציג יאהר ב"ה אין איך האב מיך באשלאסן אז קאווע שטיבל איז די בעסטע זאך אויף זיך צו אינטער האלטן
אההההה דערמאנט אביסל פון אונזער באליבטן @געוואלדיג וועלכע איז שוין פארוואגלט צוויי האלב יאר!
מיטוואך פעברואר 10, 2021 7:09 pm#466784
א פרישער מנין נייע מעמבערס (אויפ'ן פריערדיגן בלאט)

וועלקאם אלע נייע מעמבערס צו אונזער הייליגען שטיבל.

מאכטס ענק באקוועם, און שעמטס ענק נישט זיך אנצורופן הויעך און קלאר. ;) ;)
מיטוואך פעברואר 10, 2021 7:16 pm#466785
כמה נוח לזרום עם המוח
בהתניות אוטומטיות שלא דורשות לטרוח
רק לתייג ולנבוח, להסית ולזבוח
לאלילי הרייטינג אייטמים בכל הכוח
הכול כבר מסודר לנו בראש מגירות-מגירות
לא ניתן למציאות להפריע לנו לראות
שכל שמאלני הוא בוגד, כל ערבי מחבל מתאבד
כל חרדי הוא שודד וכל המתנחלים רצחו את רבין
כל תל אביב טבעונית, כל נתיבות מסורתית עממית,
כל הדתיים פרימיטיביים עם ציצית ועל הדרך מחקו את דארווין.

אל תכלאוני בשום כלוב,
אל תסכמו אותי בויקיפדיה.
אני הכל, אני לא כלום,
אור אין סוף לבוש בגוף.
אז אל תכלאוני בשום כלוב.
חנן בן ארי - "ויקיפדיה"
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 7:45 am#466801
קעלנער האט געשריבן:אין דעם רעגיסטראציע פארם דארפן נייע מעמבערס שרייבן עטליכע ווערטער איבער זיך, ווי אזוי זיי ווילן זיך פארשטעלן פאר'ן עולם. דאס וועט דא ארויפגעשטעלט ווערן ווען דער ניק ווערט אקטיוויזירט.

שלום עליכם נייע חברים, גיסט אייך אן א גלעזל קאווע, מאכט אייך באקוועם, און לאזט זיך הערן.


וואו פונקטליך קען איך טרעפן דעם פארם? איך בין ניי דא און אביסל ״tech-challenged״ ממילא קען מיר העלפן צו האבן מער קלארקייט: וואו איך קען דאס געפינען
דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 7:56 am#466802
בונה של טוב האט געשריבן:
קעלנער האט געשריבן:אין דעם רעגיסטראציע פארם דארפן נייע מעמבערס שרייבן עטליכע ווערטער איבער זיך, ווי אזוי זיי ווילן זיך פארשטעלן פאר'ן עולם. דאס וועט דא ארויפגעשטעלט ווערן ווען דער ניק ווערט אקטיוויזירט.

שלום עליכם נייע חברים, גיסט אייך אן א גלעזל קאווע, מאכט אייך באקוועם, און לאזט זיך הערן.


וואו פונקטליך קען איך טרעפן דעם פארם? איך בין ניי דא און אביסל ״tech-challenged״ ממילא קען מיר העלפן צו האבן מער קלארקייט: וואו איך קען דאס געפינען

וואס דו האסט געשריבן איז שוין ארויפגעשטעלט געווארן דא:
l viewtopic.php?p=466783#p466783 l

שלום עליכם צו קאווע שטיבל, און האב הנאה!
זונטאג פעברואר 14, 2021 6:46 pm#467008
[quote="yesiknow"]I have lots of poetry trying to share it with people who love the yiddish language[/

מיר ווארטן אלע!!!
מאנטאג פעברואר 22, 2021 7:44 pm#467410
איך בין א וואוילע יוד וואס זוכט אביסל אמת אין א וועלט מלא שקר
מאנטאג פעברואר 22, 2021 7:45 pm#467411
איך בין א כשר׳ע אידישע פרוי, פול מיט יראות שמים און אהבת ישראל. מיין שטרעבן אין לעבן איז צו דערלייכטן אידישע הערצער פונקט ווי סרח בת אשר האט אונז געוויזן. איך האב נישט געדולד צו פאטשקען צייט אבער א געשמאקע באלערנדע שמועס קען מיר מאכן דעם טאג. איך האב זיך שטארק געפרייט צו הערן אז קאווע שטיבל איז אפן פאר יעדן איינעם. איך בין שטארק דאנקבאר פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס איר טוט צו פארברייטערן ידיעות ביים עולם און האבן אפענע קאנווערסאציעס ווי מען קען זיך אסך לערנען