שלום עליכם,
זיצענדיג אין ארבעט ביים קאמפיוטער, ליין איך שוין א שיינע שטיק צייט טעגליך, די אשכולות / נייעס / דעבאטעס דא אינעם געשמאקן קאווע שטיבל.
א געשמאקע סייט, ווי איעדער לאזט הערן זיין אמתע מיינונג און אזוי קומט ארויס א דבר השלם.
האב איך מיר יעצט גענומען די מיה זיך אליין איינצושרייבן און אנשטאט זיצן און ליינען ווי א גאסט זאל איך קענען צולייגן צום שמועס / דעבאטע וכדומה.
איך האב ליב צו שרייבן און לאזן הערן מיין מיינונג און פארשידענע נושאים. בעיקר חסידישע נייס, סתם נייעס אדער ספעציעלע נושאים פון אונזערע יודישע לעבנס שטייגער.
איך האב ליב זיך צו קאנעקטן און באקענען מיט פרישע חברים און צומאל קונה זיין פון אלעמען'ס פארשידענארטיגע געדאנקען גאנג.
געזונטערהייט!
![שמייכלט :)]()