שלום עליכם מיינע טייערע זיסע פריינט. איך בין א לייענער פון קאווע שטיבעל פאר אומגעפער פינף יאר, און איך מוז אייך זאגען אז איך האב דא שטארק הנאה געהאט, און א סאך געלערענט. מיין אהבת החכמה האט מיך אריינגעשלפט דא אין שטיבל און איך בין ממש פארגאפט פון די אוצרות וואס איז דא פארהאן.
נא, אז מען קען ליינען אן זיך איינשרייבען, איז צו וואס פעלט אויס זיך איינצושרייבען?
איז אזוי, קודם כל, פשוט אייך צו קענען דאנקען און לייקען פאר אייער געוואלדיגע ארבעט.
צוויטענס, צו מאכן חברים און אויסשמיסען זאכן וואס אינטערעסירט מיך.
דריטענס, והוא העיקר, ווייל עס איז קומען די צייט זיך אליין צו לערנען, זיך אליין צו קענען ענטפערן די פראגע, מי אני. ווער בין איך? איז ווי אזוי טוט מען דאס? מען עפענט זיך אויף, און מען געט זיך אויס. מען נעמט די אומאויסגעדריגטע געפילען, און מען דריגט עס אויס. מען נעמט די באהאלטענע מחשבות, וואס מען לויפט אוועק פון, און מען זאגט, גענוג, סטאפ, לאמער עס אנעליזירן, און נישט סתם, נאר גאר אונטער א מייקראסקופ.
איך האב אויסדערוועלט @זיו אז מיין ניק, ווייל עס איז צייט פאר מיר ארויסצוקומען פון מיין לעכעל, און לאזען מיינע טאלאנטען און כשרונות ארויסשיינען (זיו=שיין).