Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1518 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4905 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7540
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 5:47 pm#439705
א פשוטע יוד מיט פשוטע השגות
אבער גרויסע ביטערע נסיונות השם ירחם
אבער ברוך השם יום יום פאר די געוואלדיגע חסדים
ובפרט פאר די גוואלדיגע מתנה פון אינטערנעט וואס אן דאס ווייסט איין באשעפער ווי ווייט איך וואלט געדארפט פארן און א שוואכע מנוט
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 5:48 pm#439706
שלום עליכם ATUB @פּשוט ATUB און ATUB @עים ציל ATUB !
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 6:46 pm#439709
פּשוט האט געשריבן:איך ליין אסאך מאל פארומס. אין איך פיל אז עס פעלט פּשׁוט אינפארמאציא פין אסאך שׁרייבּערס. לכּבוד דעם קומט מען ארוס מיט שׁלעכטע מסקנות. אין וויבּאלד קיינער ענטפערט זיי נישׁט. האלטן זיי נאך אז זיי זענען גערעכט. וועל איך טרייען זיי צו פארעכטען

מיר ווארטן געשפאנט!
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 9:53 pm#439713
עים ציל האט געשריבן:א פשוטע יוד מיט פשוטע השגות
אבער גרויסע ביטערע נסיונות השם ירחם
אבער ברוך השם יום יום פאר די געוואלדיגע חסדים
ובפרט פאר די גוואלדיגע מתנה פון אינטערנעט וואס אן דאס ווייסט איין באשעפער ווי ווייט איך וואלט געדארפט פארן און א שוואכע מנוט

השם ירחם אז די גרויסע ביטערע נסיונות זענען אזוי נאענט געווארן ברוך השם.
דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 9:25 pm#439925
איך באלאנג נישט צו קיין ספעציפישע געמיינדע, איך פרוביר צו האבן מיין אייגענע מיינונג, און נישט באיינפלוסט ווערן פון פראפאגאנדע.
איך האב נישט קיין מיינונג אין יעדע נושא.. און פארשטיי אז אין פילע פעלער איז די אמת ערגעץ צווישן די צוויי עקסטרעמען.
איך האף אז מיינע צוויי סענט וועלן צוגיבן צום קאווע שטיבל.
זונטאג דעצעמבער 15, 2019 12:49 pm#439954
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מפיל קינד האט געשריבן:
עים ציל האט געשריבן:א פשוטע יוד מיט פשוטע השגות
אבער גרויסע ביטערע נסיונות השם ירחם
אבער ברוך השם יום יום פאר די געוואלדיגע חסדים
ובפרט פאר די גוואלדיגע מתנה פון אינטערנעט וואס אן דאס ווייסט איין באשעפער ווי ווייט איך וואלט געדארפט פארן און א שוואכע מנוט

השם ירחם אז די גרויסע ביטערע נסיונות זענען אזוי נאענט געווארן ברוך השם.


Sent from my SM-G960U using Tapatalk
דינסטאג יאנואר 07, 2020 12:12 am#441085
זיך איינשרייבן אין קאווע שטיבל פאדערט דען א סיבה?
א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען וואלט געדארפט זיין די דיפאולט, וואו א מענטש געפונט זיך אויטאמאטיש. און אז איינער זוכט דווקא א שטורמישע מקוה צו שרייען און פראטעסטירן, זאל ער אליינס אויסוועלן ארויסצוגיין פון דא, ווי די מענטשן פון קושטא ווען זיי האבן געוואלט שטארבן.

איז דאך אבער נאך נישט דער עולם התיקון, און א מענטש דארף זיך אליינס אנשטרענגען צו טון וואס איז ריכטיג. בין איך זיך מטריח צו שרייבן אט די לאנגע דרשה, אז מען זאל מיר דא אננעמען מיט גרויס גענאדע.
דינסטאג יאנואר 07, 2020 12:12 am#441086
טייערע קאווע טרינקערס אויב זעט איר טראמפענען מיט טרינקען קאווע מיט אייך ביטע לאזט אים וויסן אז איך האב אפאר גיטע שטיקלעך פון עדווייז וואס קען אים צינוץ קומען אין זיין מלחמה מיט די וועלט
דינסטאג יאנואר 07, 2020 12:13 am#441087
איך האב מיך איינגעשריבן דא אויף קאווע שטיבל צו מיטיילן מיטן ציבור מיין דעה און צו הערן יענעמ׳ס אזוי וועט ארויסקומען א דבר השלם, עס איז מיר א כבוד זיך צו געפונען צווישען אנשים חכמים
דינסטאג יאנואר 07, 2020 12:13 am#441088
איך זעה אין קאווע שטיבל די סאמע איינציגסטע פלאץ ווי פארשידענע ענינים ווערן אויסגעשמועסט. נאכן געוואר ווערן פארשידענע זאכן, וויל איך אויך צוגעבן צום ענין. איך זעה מיך אלס א אפענע און ליבלעכע מענטש וואס וויל זאכן זאלן זיין די ריכטיגע וועג.
דינסטאג יאנואר 07, 2020 12:14 am#441089
א נייגעריגער איד וואס האט ליב צו ליינען און וויסן אסאך. דאס פלאץ זעט אויס ווי אן ערענסטע גרופע פון טאלאנטפולע מענטשן, און איך וויל זיך משתתף זיין אביסל, עד כמה שידי מגעת.
דינסטאג יאנואר 07, 2020 12:15 am#441090
א ערדענע חסיד פון פראג וואס ווארט יען טאג משיח זאל אונז אויסלייזן פון גלות ובפרט פון די אידישע גלות.
דינסטאג יאנואר 07, 2020 12:16 am#441091
איך בין א יונגערמאן אין א''י אין ישיבה איך וויל האבן א היימישע פארום צו באקימען נייעס אין אינטרעסאנטע זאכן פון די אידישע וועלט! אוז ממילא וואלט איך געוואלט הערן נייעס אויפן היימישין אידישן חן טעם און מיטן גאנצן קנאק!!!!
דינסטאג יאנואר 07, 2020 12:17 am#441093
I am a god fearing jew living in Boro Park, work hard to support my wife and 8 kids קע"ה and learn a few hours a day as well B"H
דינסטאג יאנואר 07, 2020 12:18 am#441094
איך בין א אינגערמאן אויפגעוואקסן אין סאקמארע מוסדות איך בין א האלבע בן תורה און א האלבע טאג ארבעט איך וויליג צו העלפן צו די וואס לאזן זיך העלפן וואוינט אין איינער פון די אייראפעאישע שטעט
איך האב הנאה פון די שרייבערס דא און די טאלאנטן איך וויל אויך קענען שרייבן מיין מיינונוג איך זוך נישט צו קריטיקירן קיינעם נאר צו ארויסברענגען מיין מיינונוג קלארערהייט אויך צו אנטוויקלען מיין שרייבן טאלאנטן איך האב א חוש פון הומאר אין א געפיל צו אידישע ליטראטור און איראפעאישע אידישקייט קולטור.
דינסטאג יאנואר 07, 2020 12:21 am#441095
ברוכים הבאים צו אלע נייע מעמבערס. הלא הם:

ATUB @עזריאל רוטנברג ATUB
ATUB @טראמפ'ס עדווייזער ATUB
ATUB @אמת וצדק ATUB
ATUB @פראביר דעס ATUB
ATUB @Epilogue ATUB
ATUB @הגולם מפראג ATUB
ATUB @אוי אוי שבת ATUB
ATUB @קול קורא ATUB
ATUB @דעברעצינער ATUB

מאכטס ענק באקוועם און לאזט זיך הערן!
דינסטאג יאנואר 07, 2020 12:30 am#441097
איך קען נישט אזוי גוט ווי די אנדערע דא, אבער דאך האב איך צו זאגן
דינסטאג יאנואר 07, 2020 3:12 pm#441129
דער אימעיל אז מיין קאנטע איז אקטיוויזירט געווארן האט מיר אביסל איבערראשט. וועלכע קאנטע?
ביים איינשרייבן זיך, דריי וואכן צוריק, האט זיך מיר געווירבלט פארשידענע רעיונות וואס צו שרייבן. אומגעדולדיג בין איך אפילו אריינגעקראכן אינעם "ספעם" פאלדער, מעגליך אז אהין האט זיך פארוואלגערט די מעלדונג אז איך בין אנגענומען געווארן?

יעצט, דריי וואכן שפעטער, האב איך שוין לאנג פארגעסן וואס צו שרייבן. און אויב שוין יא, וועט מען מיר דען אויסהערן?

נישט צו קומען מיט טענות, נאר פשוט פאר א עצה טובה. עס איז גאנץ שטיל דא, און ווען איינער שרייבט זיך איין איז רגליים לדבר אז ער וויל "יעצט" עפעס שרייבן, און אז ער וועט שרייבן איינמאל וועט ער שוין גרינגער שרייבן א צווייטע מאל.
זונטאג יאנואר 12, 2020 11:47 pm#441353
זייער נייגעריג אין וויסנשאפט און פילאזאפיע.
נישט דא נאך אזא פלאץ וואו און היימישן קאווע שטיבל זיך צו צינויף רעדן מיט היימישע ברידער , זיך צו קענען געשמאק אויס טע'נען אין פארשידענע ענינים און ארויס קומען מיט א קלאר קייט לאמיתה של תורה.
איך האף אז עס איז נאך דא א מקום אריין צו רעדן אין אלע ענינים וואס זענען שוין אזוי ברייט אויס געשמיעסט געווארן דא.
זונטאג יאנואר 12, 2020 11:48 pm#441354
איך קען נישט אייביג שטיין אין א זייט אין צוקיקען ווי יענער פארברענגק גישמאק אן אריינהאקען אזוי ווי א יעדע חסידת,
עוורעדש אינגערמאן, דאווען אין א קליין שיל'כל , גלליך צי הערן אין שערן א גיט ווארט
זונטאג יאנואר 12, 2020 11:49 pm#441355
איך בין א ציווילע מיטלמעסיגע יונגערמאן לא חכם ולא טיפש לא ארוך ולא גוץ מיט א נאטורליכע דורשט נאך ידיעות, חומר למחשבה, פיליסאפישע דעבאטעס וכדומה האפט צו שטילען זיין דורשט מיט אביסעל קאווע...
ווי אויך גלייכט צו הערן אביסעל קראנטע נייעס
זונטאג יאנואר 12, 2020 11:49 pm#441356
איך בּין אן אקטיווער שׁרייבּער אין אייוועלט אבּער די שׁטרעגע צענזור גייט מיר אויף די געהירן, אינאף איז אינאף
איך בּין א טיפּישׁער חאסידישׁער יונגערמאן מיט א פּענע צו מיין בּאזיץ און כגלייך אלגעמיינע פּאליטישע פּאליטיק און אידישׁקייט דיסקוסיעס
זונטאג יאנואר 12, 2020 11:51 pm#441358
שלום עליכם אלע חשוב'ע געסט

ATUB @פינטעלע איד ATUB
ATUB @פארווע חסיד ATUB
ATUB @ואאלפך בינה ATUB
ATUB @משׁה שׁפּירא ATUB

מאכטס ענק באקוועם און לאזט ענק הערן!
מאנטאג יאנואר 20, 2020 7:30 pm#441823
אלס לאנגיעריגע ליינער פון קאווע שטיבל, אן א ניק, האב איך ענדליך גובר געווען מיין פוילקייט, אין גענומען די מי זיך צי רעגיסטרירן אויף קאווע שטיבל,

כהאף צי קענען מהנה זיין די חברי הקאווע שטיבל, לכה"פ אזויפיל וויפל איך האב שוין הנאה געהאט פון קאווע שטיבל,
מאנטאג יאנואר 20, 2020 7:31 pm#441824
איך בין נייגעריק אין וויסען די נייעס פון א כשרע מקור נישט פון ליינען צייטונגען, איך בין א בן תורה איך האף אז איך ווען הנאה האבען.
מאנטאג יאנואר 20, 2020 7:32 pm#441825
איך בין א פשוטע עמך איד וואס דרייעט זיך נעבען אייך. איך פארמאג שיטות און נגיעות פונקט ווי אלעַ אנדערע בשר ודם'ס. אבער איין כלל האב איך, ווען איינער זאגט פארקערט ווי מיר איז ער נישט קיין שגץ און ניטאמאל פעלט איםַ שכל. שטענדיג וועל איך זיך פראבירן אריינצולייגען אין יענעמס שיך און פארשטיין פארוואס אונז זעמיר נישט אויף איין פעידזש. און איך בעט די זעלבע רעכטען אויף פארקערט.
מאנטאג יאנואר 20, 2020 7:33 pm#441826
I have lots of poetry trying to share it with people who love the yiddish language
מאנטאג יאנואר 20, 2020 7:35 pm#441827
I am chasidish yingerman, (biber hat, G&G rekel and coat) I live in Brooklyn, married for 10 years, I like to schmooze anonymously and satisfy my curiosity, I do not have a smartphone, I am antiestablishment.
מאנטאג יאנואר 20, 2020 7:36 pm#441828
Dear חברים
First I would like to thank you from my heart for giving us such a rich platform and a voice for every
פשוטער איד
I’m a very big fan of your great work may it be it flourish with success
מאנטאג יאנואר 20, 2020 7:38 pm#441829
עד שלא נוצרתי איני כדאי, ועכשיו שנוצרתי אשים לי בבית ה ובחומותיו יד ושם טוב. כוונתי להגדיל תורה ולהאדירה ולקדש שם שמיים ברבים. ויהא רעווא שלא אכשל וישמחו בי חברי, ולא יכשלו חבירי ואשמח בם.
מאנטאג יאנואר 20, 2020 7:38 pm#441830
איך וויל רעדין מיט דער עולם אודות וואס גייט אין די וועלט.
איך ביין א הייסע מתנגד, פון א בעלזער ייחוס. איס דא א סאך וואס איך כען רעדין דא. איס דא א סאך וואס צו רעדען.
מאנטאג יאנואר 20, 2020 7:39 pm#441831
איך בין א סאטמערע טאהשע חסיד פון דערהיים אויס
אבער מער א חסיד פון הרב פינקוס און די סארט
איך האב ליב היסטארי'
און איך האב עס ליב מיטצוטיילן אויך און הערן פון אנדערע אויך
פארברענגן אין שמוסען איבער די ענינים איז ממש א חיות פאר מיר
מאנטאג יאנואר 20, 2020 7:43 pm#441832
ברוכים הבאים פאר אלע נייע מעמבערס.

ATUB @טשאדעלע באדעלע ATUB
ATUB @אלף ATUB
ATUB @קא משמע לן ATUB
ATUB @yesiknow ATUB
ATUB @dan ATUB
ATUB @זעקעל ATUB
ATUB @בר בי רב ATUB
ATUB @s054 ATUB
ATUB @פיינער ATUB

מיר קוקן ארויס צו הערן פון ענק!
מאנטאג יאנואר 20, 2020 10:33 pm#441837
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
yesiknow האט געשריבן:I have lots of poetry trying to share it with people who love the yiddish language
איז אויב אזוי פארוואס טאקע שרייבסטו נישט אין אידיש??
מוצ"ש פעברואר 01, 2020 8:57 pm#442354
א גאסט אין שטיבל- איך וואוין אין מאנהעטען, לערן היסטאריע און פאלאטיק, און לערן תורה אין בארא פארק. איך וויל בעסערן מיין אידיש און לערנען תורה און אויך לערנען מער וועגען דער חסידישע וועלט אין ניו יארק און די גאנצע וועלט.
מוצ"ש פעברואר 01, 2020 8:58 pm#442355
איך האב זייער ליב צו לערנען אבער איך זע אז פאר רוב מענטשען ענדיגט זיך עס ביי דעם, און איך דריי מיך ארום אינגאצען פארוואונדערט וויאזוי מענטשען קענע לערנען און בלייבען אינגאנצען ציללאז און די תורה מאכט גארנישט פון זיי, און איך בין אנטשלאסען עס צו טוישען, עכ"פ ביי די מענטשען אויף וועם איך האב אן השפעה
מוצ"ש פעברואר 01, 2020 8:59 pm#442356
א גוטע וואך און שלום עליכם ATUB @מאַנהעטנטר איד ATUB און ATUB @תורה ודעת ATUB . לאזטס ענק הערן!
מוצ"ש פעברואר 01, 2020 9:14 pm#442360
תורה ודעת האט געשריבן:איך האב זייער ליב צו לערנען אבער איך זע אז פאר רוב מענטשען ענדיגט זיך עס ביי דעם, און איך דריי מיך ארום אינגאצען פארוואונדערט וויאזוי מענטשען קענע לערנען און בלייבען אינגאנצען ציללאז און די תורה מאכט גארנישט פון זיי, און איך בין אנטשלאסען עס צו טוישען, עכ"פ ביי די מענטשען אויף וועם איך האב אן השפעה


א גטע נקודה !
מיר קענען קוים ווארטן !
האב נישט מורא פון קיין שארפע תגובות די אמת ווערט אלעמאל דערהערט!!
מוצ"ש פעברואר 01, 2020 9:30 pm#442364
תורה ודעת האט געשריבן:איך האב זייער ליב צו לערנען אבער איך זע אז פאר רוב מענטשען ענדיגט זיך עס ביי דעם, און איך דריי מיך ארום אינגאצען פארוואונדערט וויאזוי מענטשען קענע לערנען און בלייבען אינגאנצען ציללאז און די תורה מאכט גארנישט פון זיי, און איך בין אנטשלאסען עס צו טוישען, עכ"פ ביי די מענטשען אויף וועם איך האב אן השפעה

לאדיך אפ ס'אשאד דיין צייט, גרעסערע פון דיר האבן שוין פרובירט אבער אן ערפאלג, געדענק, time is money.
מוצ"ש פעברואר 01, 2020 10:06 pm#442368
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
תורה ודעת האט געשריבן:איך האב זייער ליב צו לערנען אבער איך זע אז פאר רוב מענטשען ענדיגט זיך עס ביי דעם, און איך דריי מיך ארום אינגאצען פארוואונדערט וויאזוי מענטשען קענע לערנען און בלייבען אינגאנצען ציללאז און די תורה מאכט גארנישט פון זיי, און איך בין אנטשלאסען עס צו טוישען, עכ"פ ביי די מענטשען אויף וועם איך האב אן השפעה

לאדיך אפ ס'אשאד דיין צייט, גרעסערע פון דיר האבן שוין פרובירט אבער אן ערפאלג, געדענק, time is money.



וואס קילסטו אפ ?
אפשר קען נאך עפעס ארויס קומען דערפון!
מוצ"ש פעברואר 01, 2020 10:13 pm#442370
אפשר יא זיכער נישט, ואין ספק מוציא מידי וודאי. וואס איז זיכער איז זיכער, ווער ס'האט די מאה דער האט די דעה, הדא הוא דכתיב time is money. :D
מוצ"ש פעברואר 01, 2020 11:30 pm#442383
הדא הוא דכתיב time is money. :D
ממילא ווער סהאט איבריג צייט ער איז די בעל דעה?
דינסטאג פעברואר 18, 2020 11:24 pm#443127
צאפעליג האב איך זיך אנגעטראפן מיט דעם סייט קאווע שטיבל און איך האב געזעהן ווי אידעשע קינדער העלפן ארויס אנדערע האב גלייך געזאגט אז איך וויל זיין א חלק פון די חבורה מען קען קיינמאל נישט וויסן וואס נאר א קליין ווארט קען אלס אויפטוען
דינסטאג פעברואר 18, 2020 11:26 pm#443128
איך וויל זען וואס מען פארקויפט דא און צו עס איז פאר מיר.
די סיבה פון מיין ניק איז פּשוט איך האב געהערט פון ר אביגדור מיללער אז
דעת איז די סיבה פארוואס מען לעבטַ צו איינערקענען אינעם אייבערשטןַ
דינסטאג פעברואר 18, 2020 11:27 pm#443129
איך בין א יוד, א מענטש, איך בין שטארק פאראינטערעסירט אין זיך לערנען פון חברים און אויסטוישן געדאנקן און פילע topics איך enjoy א פלאץ וואו מען קען דיסקוסירן הייסע האקעלע נושאים אן אריינפאלן אין namecalling און אנדערע שלעכטע אויפפירעכצער, וואס איז א זאך וואס מאנגלט זיך these days....
איך האלט מיך פאר א רעלאטיוו אויפריכטיגער און אביעקטיווער מענטש....
נאך עפעס?
דינסטאג פעברואר 18, 2020 11:27 pm#443130
,zet ois intersant mit tzihalten, in shtipen di tzeit in kave shtibel. ich ervart tzi hanue huben fin de site. im having a hard time to filling up this field to get to forty words i hope im done with the goal to get to forty words.. OMG!
דינסטאג פעברואר 18, 2020 11:30 pm#443131
שלום עליכם די פרישע מעמבערס. הלא הם:
ATUB @אני יכול ATUB
ATUB @דעת ATUB
ATUB @וואנדערער ATUB
ATUB @Avish ATUB

מאכטס ענק באקוועם, און לאזטס ענק הערן!
זונטאג מערץ 01, 2020 10:56 pm#443528
א פשוטער איד וואס זוכט צו ליינען אינטערעסאנטע ענינים בשעת ער טרונקט זיין קאווע,
זיך רייך מאכן די קאפ מיט נייע ידיעות אין טיפע מאמרים אין אלטוועלטליכע נושאים.
זונטאג מערץ 01, 2020 10:56 pm#443529
א גוטן איך קום צו קאווע שטיבל ווייל עס איז א געשמאקע פלאץ צו קענען ליינען און שרייבן. איך האף אז איך וועל קענען צוגעבן הערות וואס וועלען זיין אינטרעסאנט פאר די עולם
זונטאג מערץ 01, 2020 10:57 pm#443530
Hi,
I'm here to Shed some light regarding Sholam Weiss's injustice.