Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1518 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4905 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7540
מאנטאג יאנואר 09, 2017 11:38 pm#359395
Rupert האט געשריבן:אין באקומען אביסעל עצות ווי אזוי צי רעדען צי מיין ווייב.

איך קען נישט דיין ווייב אזוי גוט, אבער עטליכע פשוטע עצות וואס איז נוגע פאר יעדן קען איך דיר געבן:
צום ערשט, ווען זי איז אויפגערעגט בלייב אינגאנצן שטיל.
ווען זי איז אין א רויאיגע גיסטע איז א גוטע צייט צו רעדן אבער מיט א שטילערע טאן.
ווען זי איז אין די כלים קענסטו רעדן מיט פולווער, אבער מיט א מאס, ווייל א גוסטע טוישט זיך זייער שנעל.

פאר מער קום אין אישי, גרייט צו א קרעדיט קארד.
מאנטאג יאנואר 09, 2017 11:46 pm#359396
איסר האטלקי האט געשריבן:
Rupert האט געשריבן:אין באקומען אביסעל עצות ווי אזוי איבער צי רעדען מיין ווייב.

איך קען נישט דיין ווייב אזוי גוט, אבער עטליכע פשוטע עצות וואס איז נוגע פאר יעדן קען איך דיר געבן:
צום ערשט, ווען זי איז אויפגערעגט בלייב אינגאנצן שטיל.
ווען זי איז אין א רויאיגע גיסטע איז א גוטע צייט צו רעדן אבער מיט א שטילערע טאן.
ווען זי איז אין די כלים קענסטו רעדן מיט פולווער, אבער מיט א מאס, ווייל א גוסטע טוישט זיך זייער שנעל.


ער בעט אן עצה ווי אזוי איבער צורעדען די ווייב צו גיין קיין סטעטן איילענד און די ענפערסט עם אזוי ווי מ'זאגט אויף די סגולה פון דערציילן מעשות פונ'ם בעל שם הק' מוצש"ק איז א סגולה אויף פרנסה, אז דאס איז לאו דוקא מעשות פונ'ם בעל שם, לאו דוקא מוצש"ק, און לאו דוקא פאר פרנסה

איסר האטלקי האט געשריבן:פאר מער קום אין אישי, גרייט צו א קרעדיט קארד.


שמא קא גרים...
דינסטאג יאנואר 10, 2017 8:15 am#359410
חכמת שלמה האט געשריבן:אני הגבר ראה עני בשבט עברתו, אותי נהג חושך ולא אור, אבל סוף הכבוד בא.

פיל בין איך דורכגעגאנגען אין מיין לעבן, גוטע און ווייניגער גוטע פאסירונגען, אבער דער סוף הכבוד פון הימל האט מען מיר געגעבן. בעזרת-השם האב איך די זכיה מקרב צו זיין אידן לאביהם שבשמים, צו האבן דעם אמת'ן און ריכטיגן מהלך אין אידישקייט און אין השקפת החיים.

מיין אינטערעסע דא איז פילפארביג. קודם כל קען איך פיל צוגעבן צו די חברים דא אין פילע געביטן אין לעבן, צי איז דאס אין היסטאריע, וואו איך פארמאג א יד ושם, צי איז דאס אין פראקטיק החיים אדער אין טעאלאגיע, צעיר אנוכי אבל קניתי הרבה חכמת החיים, געזען און געהערט ביי גרויסע און קליינע, ומכל מלמדי השכלתי, און איך בין דא ללמוד וללמד, תוך קנין פון אנדערע חברים אויף ווייטער.

מיין האפענונג איז: איר זאלט הנאה האבן פון מיינע הגיוני לבבי, און ווידער איך זאל הנאה האבן פון ליינען און קונה זיין ידיעות און עקספערטיז, און ארבעטן צוזאמען.

און צום לעצט: א באזונדערן דאנק פאר קאווע שטיבל, פארן צושטעלן אזא הערליכער וואונקל ביי כלל-ישראל, א וואונקל וואס פארמאגט נישט איר'ס גלייכן, און וועט זיכער מאכן א רעוואלוציע צווישן אידן, וואס וועט לאנג געדענקט ווערן.

איך כאפ נישט פונקטליך. מכותלי כתיבתך ניכר אז ''חכמת שלמה'' איז ע''ש דער מנוול ארז/שלמה אלבראנץ סאו וועם פונקטליך האט ער געהאלפן? און פארוואס איז ער/דוא א צעיר?
זונטאג יאנואר 15, 2017 6:40 am#359760
מרן קודש קודשים האט געשריבן:אני דתי-לאומי עם אהבה גדולה (לפני הכל לבורא עולם וגם) לדרכי החסידות ומחשבת ישראל ולגדולי ישראל. הראי"ה, האישיות המשפיעה ביותר על הההשקפה הדתית-לאומית (כפי שמתבטאת אצל שומרי מצוות ציוניים ולא אצל מה שקוראים "דתיים לייט" שלמעשה אינם באמת דתיים), היה נכד מצד אימו לחסיד חב"ד שהיה חסיד נאמן של מרן הגאון ה"צמח צדק" זצוק"ל.
אני מתעניין מאוד בתולדות עם ישראל וגדולי ישראל ובמחשבת ישראל והשקפה יהודית ובסיפורי צדיקים, אך גם בהלכה כי בלעדיה אין חיים דתיים.

דער אלטער טראלל, האיש והרב קוק.

שוין, שיהיה...
זונטאג יאנואר 15, 2017 6:59 pm#359798
אין די היינטיגע עלום השקר איז די שטיבל א איילענד פון אמת מוט דו גאנצע פראכט אנע ווערן נאך געשלעפט פון דו שוואם פון שקר אני הקטן והצעיר איז שוין זאט פון אט דו שקרים אונטרן שלייער פון הייליג, צדקות, היימשע מידיע, עסקנים, טובת הכלל, און אזוי ווייטער און ווייטער. מילא אלץ מבקש האמת שליסט מען זיך אן דא.
דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 6:59 pm#360194
איך האב מיר אנגעטראפן מיט דעם וועבזייטל לעצטנס אין עס איז מיר זייער געפאלן דע אלע שמעוסן דא,
וויל איך האבן דע זכיה אנטייל צו נעמען מיט אזעלכע פיינע חשובע מענטשן, אין זיך אדורך שמועסן אין באקומען עצות אין חיזוק אין סתם שמעוסן
דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 7:04 pm#360195
צעיר אנוכי לימים איך בין נישט אזוי אלט און נישט אזוי קלוג דאך וויל איך פארשארפן מיין פעדער, טרעפן נייע חברים און פירן געשמאקע שמועסן ווי די שיינע פלאץ טוט צושטעלן פאר אלעמען צו געניסן.
זונטאג יאנואר 22, 2017 1:31 am#360284
איך בין א אינגערמאן געבוירן אין שנת תשנ"ו לפ"ק, חתונה געהאט אין שנת תשע"ה לפ"ק.

איך לערן אין כולל, צו דער זייט טוה איך זייטיגע ארבעטס מיטלען, איך האב מערערע געדאנקען פון פרנסה מיטלען, איך האב ליב צו אריינשפרונגען אין פראיעקטן צו פארדינען געלט, איך בין אלס גרייט צו האנדלען און זיך טרעפן מיט נייע מענטשן, זיך באקאנט מאכן מיט אנדערע, אין סיי וועלכער ענין, ברוחניות ובגשמיות, איך קוק ארויס אויף מיין און אנדערענס סוקסעס כמעט גלייך (עכ"פ שטארק), איך בין א מענטש מיט שאיפות, השגות, און אקטיוו... איך האלט אז דאס איז א מעלה פאר א מענטש וואס דער אויבערשטער האט מיר געגעבן ב"ה, דער אויבערשטער זאל מיר העלפן אויף ווייטער אין יעדן ריר...
זונטאג יאנואר 22, 2017 2:24 pm#360310
איך האב אסאך מאל קאמאנטארן וואס איך וויל ענטפערען איך בין שוין גראדע געוועו אמאל איינגעשריבן אבער פארגעסן די אימעיל און ניק ,איך האב נישט ספעציפיש ווי איך וויל שרייבען אדער וואס ,אסאך מאל האב איך א הגה וואס איך וואלט געוואלט שרייבן
מאנטאג יאנואר 23, 2017 7:10 pm#360431
Love to read and learn.

Philosophy and theology are my passion.

A good conversation once in a while is a plus :)

I have been visiting Kaveh Shteibel for a while now and felt it was time to sign up.

I love nature, but my biggest passion is reading and writing.,
דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 12:18 am#360748
שלו' וברכה.
איך בין שוין זייער לאנג דא אין שטיבל, כ'האב שוין אדורכגעליינט זייער אסאך פון וואס איז געשריבן געווארן דא. ס'איז א גוט ערליך פלאץ וואו ס'איז ראוי א בר דעת זאל זיך דא דרייען. נישט אז איך פאררוף זיך אלץ בר דעת....
דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 1:39 am#360759
הענדל האט געשריבן:שלו' וברכה.
איך בין שוין זייער לאנג דא אין שטיבל, כ'האב שוין אדורכגעליינט זייער אסאך פון וואס איז געשריבן געווארן דא. ס'איז א גוט ערליך פלאץ וואו ס'איז ראוי א בר דעת זאל זיך דא דרייען. נישט אז איך פאררוף זיך אלץ בר דעת....


דעס האסטו געזאגט מיט'ן פולען דעת? ....
דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 5:47 pm#360834
איך בין שוין אין די עלטערע יארן
איך דארף אביסל רואיגקייט ביים גיין צום וואסער און זיך קענען אויסלופטערן און כאפן א שמועס רואיגערהייט, אהן דארפן קאיוניקירען לייו מיט אנדערע
דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 5:49 pm#360835
פון דעם שטיבל פלעג איך אלץ הנאה האבן וואס כסדר פלעג איך געניסן דערפון, אבער איך פיל אז איך האב אסאך זאכן ביי מיר וואס איך וועל אי"ה ארויפלייגן וואס יעדער וועט הנאה האבן האפנכלעך,איך וויל ארויסגעבן א פרעזענליכע יישר כח פאר אלע ווייקערס אין מקוה, און אלע קאווע טרונקערס וואס האלטן אלץ געשפאן דעם פארזאמלטע.
דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:26 pm#361427
אינטערסירט אין תורה, מחשבה, השקפה, וויסנשאפט, היסטאריע וכדומה, און סתם אזוי האב איך ליב אסאל צו ליינען, איך באלאנג נישט צו קיין שום חסידות, עטליכע צוואנציג יאר אלט, געהייראט מיט עטליכע קינדער ב"ה, זאל ה' העלפן אויף ווייטער און דאס איז אלעס וואס איך כעת צו שרייבן איבער מיר
דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:27 pm#361428
ווייל איך האב פארלוירן מיין ארבעט זוך איך וואס צו טון מיטן טאג. איך בין א קערעסטיר חסיד אין די נידריגע 40 יארן. איך דריי איבער מיין מאטראץ ווען ס'האט בעדבאקס אזוי ווער איך נישט צוביסן, פרובירט עס אויס
דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:29 pm#361430
סתם איך האב ליב צו ליינען ארטיקלען און אנאליזן בקיצור ״קאווע שטיבל״ איז וואס איך זיך און איך האף אז דאס וועט מיר צופרידן שאכלו און גיבן וואס צו טוהן אין מיין ליידיגע צייט
דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:36 pm#361432
!Refugees are welcome to Kave Shtiebel
מיטוואך פעברואר 01, 2017 3:26 pm#361567
Ari, General Chasidic from NY, looking for interesting news about our community.
איך ויל צו וויסען נאך צוזאמען מיט די חברים דו אין די פורום
Please give me this opportunity
דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 5:09 pm#361765
בומפ. שוין נישט דא געווען א וויילע...
דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 5:14 pm#361767
העי! קומסט זיך אן צום שולחן עורך אויפפיקן א וועקער?

שמעלקא, דער עולם וויל זעהן דיינס אן ארטיקל אינעם קומענדיגן וועקער.
דינסטאג פעברואר 07, 2017 12:46 am#362160
איך בין 21 א סאטמערע איך האב ליעב צו ליינען וויצן און עצות פון אנדערע און ארויסברענגן מיינע ערפרונגען פאר אנדערע וואס איך האב שוין אלץ מיטגעלעבט איך האב זייער שטארק ליעב צו העלפן אנדערע און איך האב געזעהן אז דא איז דא פורמום איבער העלפן האב איך געטראכט אז סאיז גאנץ אינטרעסאנט פאר מיר
דינסטאג פעברואר 07, 2017 12:52 am#362162
Williamsburg האט געשריבן:איך בין 21 א איך האב ליעב צו ליינען וויצן און עצות פון אנדערע און ארויסברענגן מיינע ערפרונגען פאר אנדערע וואס איך האב שוין אלץ מיטגעלעבט איך האב זייער שטארק ליעב צו העלפן אנדערע און איך האב געזעהן אז דא איז דא פורמום איבער העלפן האב איך געטראכט אז סאיז גאנץ אינטרעסאנט פאר מיר
מוצ"ש פעברואר 11, 2017 10:59 pm#362521
נאכן זיך דרייען דא א שטיק צייט האב איך געגרייכט מאטריאל וואס כהאב שטארק געגליכן און כהאב באקומען צו שפירן אז דא איז א מקום ווי כוועל אסאך חכמה קונה זיין און נאכן דורך ליינען צענדליגע אשכולות שמועס'ן אנאליזן מחשבה השקפה און פראקטיק האב איך באשלאסן אז ס'איז צייטגעקומען זיך פארמעל איינצושרייבן דא און קאווע צימער אריינקומען ווי א בן בית זיך אראפזעצן אנע בושה און טועם זיין פון די געשמאקע געריטן וואס ווערן סערווירט כיד המלך און גלייכצייטיג מיטטיילן דעתי הקצרה במקום שידי מגעת
מאנטאג פעברואר 13, 2017 3:42 pm#362689
איך האב מחליט געווען אריינגיין דא אין קאווע שטיבל ווייל איך האב ליב פארומס, אין פארומס ס'איז דא אסאך אינטערסאנטע מענטשען, און מ'קען אפילו טרעפן אחים לדעה און ס'איז ממש פיין פאר מיר.
איך האב ליב אסאך זאכען למעשה, בעיקר לערנען אגדה, נייעס, היסטאריע, און ליינען רידינג בוקס (חרדישע שרייבערס, חוץ פון זיי, נאר פאנטזיע און אזעלכע זאכע) און רעדן מיט מענטשן ארום דעות און שיטות. איך בין מקווה אז ס'איז בסדר פאר דעם פארום.
איך בין זייער יאנג, נישט משנה וויפל, איך בין געהערט צו קליינע חסידות אין ירושלים, ס'איז נישט ממש א שייכות - נאר פאר תפילות און באטעס שבת אחים, און אלע וואס גוט אין חסידות.
מיין גרויסע שאיפה איז, צו מאכען עפעס א מהפיכה און די וועלט בכלל, און אין אייערע ציבור בפרט.
מאנטאג פעברואר 13, 2017 3:43 pm#362690
מאכט זיך גאנץ ווייניג צו הערן א קול פון א צווייטע וועלט.
ריכטיג, אבער ווען עס איז קריטיש וויכטיג וועט זיך מאכן אן אויסנאם.
אטע דא קום איך, הערט און דערהערט.
דערהערט, שלינגט אראפ, און זייט מקבל.
ולא תוסיפו לדאבה עוד...
דינסטאג פעברואר 14, 2017 4:57 pm#362830
א גוטן אייך. כ'האב שוין גישריבן דא אין שטיבל אבער יעצט מיטן וועקער 7 איז יצחק וואלד מיין פען-נאמען באקומען, וואלט איך א ניק אויך געוואלט ווי איידער רעדן דאפלט ניק בתוך ניק.
זונטאג פעברואר 19, 2017 11:49 pm#363288
אני הגבר ראה את עני עמו מיטלעבנדיג און אונזער היימישע קהילות מיט אלע מעלות שבו וואס איז כידוע נישטא קיין מקום פאר שכל און פארשטאנד, אמת'ע היסטריה, ריכטיגע השקפה.
ווערנ'דיג געפירט דורך מענטשן מיט אונטרעסן וואס דו גרעסטע חטא בא זיי איז אז מ'נוצט דעם קאפ, זיי ווילן מ'זאל אפילו נישט טראכטן וואס ס'מיינט אמונת הא-ל עפ"י חז"ל וגדולי הדורות צוליבן חשש אז אויב מ'וועט טראכטן וואס מיינט אמונת הקב"ה וועט מען צוקומען צו טראכטן וואס מיינט אמונח חכמים ואוי ואבוי אויב דו המון עם וועט אנהויבן צוטראכטן וועגן דעם...
ע"כ ווען איך האב געטראפן דו שטיבל וואס מ'מעג טרונקען דארטן קאווע פון OU הכשר אפילו ס'האט נישט קיין היימישע הכשר פון התאחדות הר... דארה"ב ומקסיקא והגליללות מצאתי את שאהבה נפשי.
מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:38 am#363292
התאחדות פארלאזט זיך עניוועי אויף OU סאו ס'איז נישט אזא חידוש..
דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 2:14 pm#363666
שלום עליכם חברי השטיבל. איך בין בכלל נישט אין די גיסטע צו געבן יעצט א קלישעי דרשה ווי שטארק איך האב הנאה פונעם פלאץ און ווי דאס איז די איינציגסטע פלאץ ווי מען קען לופטערן א פרייע דעה און ווי איך וויל דא מיטטיילן מיינע דעות אי"ה.. בלא בלא בלא, איך גלייך נישט די שקר און קיין שקר. איך האב גראדע יא מיט וועם צו לופטערן א פרייע דעה, עכ"פ אויף די מינוט. איך האב א ליבע צום פעדער און אן אפרישיעישן פאר א גוטן ארטיקל, איך שרייב נישט צו אפט און איך ווייס נישט ווען איך גיי שרייבן די נעקסטע באשרייבונג אבער אויף די מינוט האב איך איינס אין באזיץ און האב חשק עס דא ארויפצושטעלן און דאס מיטצוטיילן מיט די פילע אינטערסאנטע פערזענליכקייטן און ברייטע קעפ וואס דרייען זיך דא. זהו זה. האפענטליך וועט מען איין טאג נישטערן פאר מיין שלום עליכם אינעם פארום.
זונטאג פעברואר 26, 2017 2:19 pm#363903
הבל וריק האט געשריבן:שלום עליכם חברי השטיבל. איך בין בכלל נישט אין די גיסטע צו געבן יעצט א קלישעי דרשה ווי שטארק איך האב הנאה פונעם פלאץ און ווי דאס איז די איינציגסטע פלאץ ווי מען קען לופטערן א פרייע דעה און ווי איך וויל דא מיטטיילן מיינע דעות אי"ה.. בלא בלא בלא, איך גלייך נישט די שקר און קיין שקר. איך האב גראדע יא מיט וועם צו לופטערן א פרייע דעה, עכ"פ אויף די מינוט. איך האב א ליבע צום פעדער און אן אפרישיעישן פאר א גוטן ארטיקל, איך שרייב נישט צו אפט און איך ווייס נישט ווען איך גיי שרייבן די נעקסטע באשרייבונג אבער אויף די מינוט האב איך איינס אין באזיץ און האב חשק עס דא ארויפצושטעלן און דאס מיטצוטיילן מיט די פילע אינטערסאנטע פערזענליכקייטן און ברייטע קעפ וואס דרייען זיך דא. זהו זה. האפענטליך וועט מען איין טאג נישטערן פאר מיין שלום עליכם אינעם פארום.

נו? ווי איד דער ארטיקל ?
מאנטאג פעברואר 27, 2017 9:13 pm#364057
יעקב מענטש האט געשריבן:
הבל וריק האט געשריבן:שלום עליכם חברי השטיבל. איך בין בכלל נישט אין די גיסטע צו געבן יעצט א קלישעי דרשה ווי שטארק איך האב הנאה פונעם פלאץ און ווי דאס איז די איינציגסטע פלאץ ווי מען קען לופטערן א פרייע דעה און ווי איך וויל דא מיטטיילן מיינע דעות אי"ה.. בלא בלא בלא, איך גלייך נישט די שקר און קיין שקר. איך האב גראדע יא מיט וועם צו לופטערן א פרייע דעה, עכ"פ אויף די מינוט. איך האב א ליבע צום פעדער און אן אפרישיעישן פאר א גוטן ארטיקל, איך שרייב נישט צו אפט און איך ווייס נישט ווען איך גיי שרייבן די נעקסטע באשרייבונג אבער אויף די מינוט האב איך איינס אין באזיץ און האב חשק עס דא ארויפצושטעלן און דאס מיטצוטיילן מיט די פילע אינטערסאנטע פערזענליכקייטן און ברייטע קעפ וואס דרייען זיך דא. זהו זה. האפענטליך וועט מען איין טאג נישטערן פאר מיין שלום עליכם אינעם פארום.

נו? ווי איד דער ארטיקל ?


דא האסטו זיין ליע עוועניו ארטיקל, זייער שיין געשריבן.
דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:05 pm#364339
איך פיל אסאך מאל אז איך האב וואס אריינצורעדן און איך שטיי ווי א שטומער פונדערזייט. יעצט האב איך געליינט ווי איינער רייסט אראפ א געוויסע ארטיקל, און איך האלט אז ער איז נישט גערעכט. איך האב אויך א מיינונג צו זאגן, און איך וויל אריינרעדן. זאל נישט זיין קיין שתיקה כהודאה.
דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:43 pm#364341
איך זוך אביסל אונטערהאלטונג אין די פרייע צייט ממילא דריי איך מיר דא פון צייט צו צייט און אמאל וויל איך לאזן הערן מיין מיינונג אויך איך האלט מיר נישט צו קלוג אבער דאך עס וועט לכאורה קיינעם נישט שאטן מיר אויסצוהערן
דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:52 pm#364344
פונקט ווי כמעט אלע דא אין קאווע שטיבל בין איך א נייגריגע וואס זוכט אינפ און אמת וואס סאיז ניט דא סתם אזוי צו בקומען און דא גיסט זוך עס לרחצה אבער מדארף נעמן אין אכט אז דא ווערן מעשיות פארשריבן פאר דו רעקעט און סווערט היסטאריא ממילא רצוני להגיה במקום הצורך
פרייטאג מערץ 03, 2017 1:30 am#364393
אונטער חכם האט געשריבן:איך זוך אביסל אונטערהאלטונג אין די פרייע צייט ממילא דריי איך מיר דא פון צייט צו צייט און אמאל וויל איך לאזן הערן מיין מיינונג אויך איך האלט מיר נישט צו קלוג אבער דאך עס וועט לכאורה קיינעם נישט שאטן מיר אויסצוהערן

איינער וואס האלט זיך נישט צו קליג וועט זיכער נישט שאטן אים אויסצוהערן. איך בין גרייט.
פרייטאג מערץ 03, 2017 3:07 pm#364430
כ'זוך א גוט פלעצל
מ'זאל מיר געבן א שעצל
מכבד זיין מיט פרעצל
א גאנצע טעצל
כ'זאל זיך קענען געבן א זעצל

חחח, ס'שטימט נישט? איך בין בכלל נישט אין די גוסטע פון שרייבן גראמען, איך טו עס נאר ווייל מ'מוז דא שרייבן.
זונטאג מערץ 05, 2017 3:27 pm#364549
איך האב געהערט און געזעהן אויסצוגן פונעם קאווע שטיבל, סאיז מיר געפאלן, נו פארווסזשע נישט זיך אויפשרייבן?! איך גלייך אן הימאריסטיש ווערטל דא דארט, און אז איך וועל קענען מהנה זיין יודיש רעדענדע מיט א געשמאקן ארטיקל נו ווי קען איך אפזאגן?
זונטאג מערץ 05, 2017 3:28 pm#364550
23 האט ליב מוזיק פאליטיק טעכנלאגיע ... אין צי מאכן נייע חברים האב איך געהערט פון קאווע שטיבלהאב איך אהערגעקומען עס צי. אויסברירען וואס זאל איך זאגן עס איז געוואלדיג נא איך רעד שוין צי לאנג , רבותי יאללא געגאנגען!
מאנטאג מערץ 06, 2017 11:44 am#364642
עליכם ועל בניכם,
הגם איך בין ניי דא, בין איך אבער נישט פריש, אפאר חדשים האב איך זיך איינגעשריבן ארויס געשפיגן אן ארטיקל, אבער נישט געווען זייט דעמאלטס צוליב די טירדות הזמן, כ'האף אי"ה אפטער זיך אריינצוזען אין קרעטשמע ליהנות ולהנה, לחיים אלע יודן!
מאנטאג מערץ 13, 2017 2:08 pm#365322
i used to live in Williamsburg Brooklyn new York and I moved away.I like to be in contact with the chasidim as I miss that much.I like to know and then discuss any politics
זונטאג מערץ 19, 2017 4:58 pm#366046
לאנג געהערט פון דעם אפענע ארט, זייער געשמאק אין באקוועם. איך וויל אויך נעמן אטייל אין דו שמועסן. איך וועל הנאה האבען ווען איהר זייט מיר מקרב. די עיקר איז אז מצענזורט נישט אן די ריכטיגע סיבה למשל פאר יודישקייט אדער עפעס אנדערעש,
זונטאג מערץ 19, 2017 4:58 pm#366047
נעכטן פריילאך, היינט פריילאך און מארגן פריילאך...
אין קאווע שטיבל איז עס גאנץ מעגלאך...
איך מיין אז ס'איז אן ארט וואו איך קען הנאה האבן און מהנה זיין, פרעגן שאלות און באקומען אן ענטפער אויף זאכן וואס איך זוך פאר זיי א ענטפער
מאנטאג אפריל 24, 2017 8:26 am#368878
שוין מער ווי א חודש און ס׳נישט צוגעקומען קיין מעמבערס?
מאנטאג אפריל 24, 2017 3:03 pm#368915
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:שוין מער ווי א חודש און ס׳נישט צוגעקומען קיין מעמבערס?

דו דארפסט טאקע נאך 1,000 מעמבער'ס וואס זאלן קומען דא צו שרייבן נאר 1 תגובה און גיין שלאפן?
קודם זאלן אלע וואס זענען שוין איינגעשריבן שרייבן מער אפט...
דינסטאג מאי 02, 2017 1:27 pm#369696
א חבר האט מיר געזאגט וועגען א רבין וואס שש משזר האט בייעשריבען און עס איז מיר זיי געפאלען איך וואלט שטארק געוואלט מיט האלטען מיד די היוס ריה ממילא וויל איך קענען צולייגען מיינע געדאנקען
דינסטאג מאי 02, 2017 1:29 pm#369698
נישט קיין גרויסע זאכן איך בין גוט אויפגעלייגט יעצט יש"כ גדול אויך גלייך איך נישט קיין פיצא איך טריי צו זיין פרייליך אויך אבער נאר אויב די ביזט אויך פרילעך שקויעך
דינסטאג מאי 02, 2017 1:29 pm#369699
איך האב נישט ליעב מער אייוועלט. איך זיך א נייע פלאץ צו שמיעסען. איך האב אייביג געמיינט אז דא איז דא כופרים. אבער ליינענדיג אביסל און די לעצטע פאר טעג זע איך אז אלעס איז דא ערליך און הערליך
דינסטאג מאי 02, 2017 1:31 pm#369701
ווייל קאווע שקיבלתי איז א פלאטפארמע וואס א ערליכע יוד קען ארויסשטעלן זיינע געדאנקען - ווי לאנג עס שטימט מיטן שולחן ערוך, אפילו עס איז נישט פאליטיקלי - אינסטיטושינעל קאררעקט.

וואס איך וויל בעיקר אדרעסירן איז די עניין וואס ווייטאגט פיהל יונגעלייט - ביודעי ומכירי, נאך וואס פיהל האבן זיך אויסגערעדט צי מיר , און עס ווערט נאר מעהר און ערגער - וואס פיהל ווייבער בעלעבעטעווען און קאנטראללען זייערע מענער און חוץ וואס דער מאן זיצט אויף די 'טאטע בעהנקל' האט ער נישט קיין שום מאן/טאטע סטאטוס ביי זיך אין זיין אייגענע היים.

מיר עלען וועלן הערן דעם עולם'ס מיינונג ארום דעם עניין, און אזוי אויך געבן און הערן ראט, און אזוי ווי ליידער אסאך טערעפיסטן אין שלום בית זענעןביי די אויבערשטע פארקרימטע מיינונג פון איזהו 'איש כשר' העושה רצון אשתו, וואס מקורו פון די גויאישע גאס, וועלן מיר אויך מפרסם זיין די קאנטאקט אינפו פון טערעפיסטן מיט די ריכטיגע השקפה, בס"ד.
דינסטאג מאי 02, 2017 1:32 pm#369702
א גוטן טייערע חברים; איך האב באקומען די הערליכע "וועקער" מאגאזין, איך האב גאר שטארק הנאה געהאט פון די רייכע און שיינע ארטיקלען, און דאס האט מיר געברענגט זיך איינצושרייבן אין קאווע שטיבל, צו קענען מער ליינען און רעאגירן און מיטהאלטן די אינהאלטסרייכע שמועסן.