וואלווי האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:שלום עליכם: לאמיר זיך פארשטעללן פאר'ן עולם: איך הייס בערל מ'רופט מיך בעל עגלה. ווייל איך טרייב א וואגן (וואו די פערד זיצן זאג איך נישט.). איך פיהר אידישע קינדער אין חדר/ישיבה/סקול צו לערנען די הייליגע תורה. און זיין ערליכע אידן. איך האב אויסגעפונען וועגן קאווע שטיבל אויף זייער אן אינטרעסאנטן וועג.
את חטאי אני מזכיר היום. ..!
טייערע בערל, אויף אזעלעכע חטאים בין איך מתפלל מיט הייסע טרערען א יעדע פרייטאג צונאכטס ארעם אריינגעשטעקט אין ארעבעל פון רעזשוואלקע וזכנו לקבל שבתות מתוך רוב שמחה.. ומתוך מיעוט עונות!
נאר א זעלעכע עבירה'לעך. מיינע בני בית האב'ן אבער נישט אן אנונג וועלעכע בעל השמועה איך בין מצייר בשעת מעשה..
וואלווי: ס'איז אינטרעסאנט אז מ'דערמאנט נישט דעם בעל עגלה ערגעץ אין מיטן דאווענען אדער זמירות. נאר ס'איז דא עטליכע שיינע מעשיות איבער דעם ערשטן בערל בעל עגלה. (מעגליך איינער פון מיינע עלטער זיידעס אדער מיין פינפטער קאזין, ע"ה זכותו יגון עלינו.). איין אזא שיינע מעשה'לע איז שוין אמאל געברענגט געווארן דא אין קאווע שטיבל. איבער בערל בעל עגלה דעם ערשטן. ער פלעגט אייביג פארשפעטיגן צו פארקן זיין פערד און וואגן פאר'ן זמן כניסת השבת. ר'איז אייביג אריינגעפארן אין שבת אריין. נאך עטליכע שטרענגע ווארענונגען פונ'ם רב שליט"א האט מען איהם איינמאל געכאפט ווען ר'איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד מיט זיינע וואכענדיגע קליידער און שטיוול. (ס'איז מסתמא נישט געווען אין סקווירא.) און עפ"י פקודת מרא ד'אתרא שליט"א האט מען איהם אריינגעלייגט אינ'ם היימישן דזשעיל, וואס איז געווען אין פאליש פון ביהמ"ד. ער האט דארט געדארפט פארבלייבן איבער גאנץ שבת. מ'האט איהם נישט געלאזט אהיימגיין. מ'האט איהם דארט אהין געברענגט גרעיפ דזשוס (כ'ווייס נישט. אפשר וויין) און לחם משנה. און ר'האט דארט געדארפט פארברענגען גאנץ שבת. יש אומרים, אז מ'האט אויכעט געשפיגן אויף איהם.אבער איך גלייב עס נישט.
נאך אן אינטרעסאנטע מעשה האביך געליינט איבער בערל בעל עגלה אין די אלטע בענדער פון דאס אידישע ליכט. וואו א שרייבער שילדערט וויאזוי דאס לעבן אין שטעטל האט אמאל אויסגעזעהן. זאגט יענער גרויסער שרייבער אז אסרו חג פון סוכות איז דער טאטע פון א בחור אן עילוי געגאנגען רעדן צו בערל בעל עגלה אז ער זאלל פיהרן זיין זוהן צו לערנען אין א גרויסע, וועלט בארימטע ישיבה...! און דער וואגן האטציך שיער איבערגעדרייט ווייל ס'איז געווען איבערגעפולוט מיט פאסאזשירן און סחורה. און די סוסים האבן מחליט געווען צו גיין אויף סטרייק אינמיטן וועג אויף א בארג ארויף. ביז מיין זיידע ע"ה האט זיי געברענגט זייער גוטע האבער צו עסן. דאמאלס האבן זיי זיך בארואיגט און געפארן ווייטער...!
איך טראכט אזוי, אז איינס פון די סיבות פארוואס איך קום (כמעט) אייביג אן שפעט אין ביהמ"ד פרייטיג צו נאכטס. לאמיר זאגן ביי לכו נרננה. אדער הויכע שמו"ע פון מנחה, איז ווייל מיין עלטער זיידע איז אויכעט אייביג געפארן אום שבת...(עפ"י אונס, פארשטייצעך.).
שוין גענוג שטותים געשריבן...!