א גיטן. איך האב נישט אסאך וואס צו זאגן צו מאכן א 'פענסי' הקדמה, דעריבער וועל איך גיין גלייך צו תכלית. עס האט שוין געוועהן כמעט פינף יאר זייט איך האב פארלאזט די באבוב'ע (אדער קאטשין'ע - עס ווענט זיך אויף וועלכע קרייז איר זענט א חלק פון) חסידות. עס איז גאנץ א לאנגע מעשה צו דארציילן אלעס וואט האט פארסירט, אבער בקיצור, איך האב געגאנגען פון א חסידישע חדר צו א 'היימישע' ישיבה קטנה (וואו זיי האבן געהאט קלאסען פאר די 'נאוי יארק ריגינטס'), און פון דארט נאך בערך צוויי א האלב יאר האב איך געגאנגען צו א מעדערנע ישיבה. און באלד וועל איך גיין צו די 'Macaulay האנערס פרויגראמע' אין סיטי קאלעגע צו לערנען פיזיק אָדער אינזשעניריע. אלעס גייט זייער גוט, איך האב זייער א נאנטער קשר מיט מיין משפחה (עלטערן און געשוויסטער - וואס האבן צוזאמען דעם טויש געמאכט. ליידי די קשר איז נישט די בעסטע מיט די זיידעס, מימעס און פעטערס... אבער דאס שאט נישט אויף אינז. עס איז וואס ס'איז), און עס זעהט אויס אז איך האב א לעכטיגע וועג פאר מיין 'פיואטאר'. אבער, מיט דעם אלאמן, עס איז דא איין זאך וואס פעלט. אזוי ווי איר קענען זעכער זעהן, מיין אידיש איז בכלל נישט אויף די מדריגה וואס עסט דארפט צו זיין, און עס איז נישט די זעלבע ווי עס האט געוועהן ווען איך האב נאך געוועהן א חלק פון די חסיד'שע קהילה. און דאס מאכט מיר גאר טרויעדיג, ווייל איך בין זייער שטאלץ פון מיין אידיש, און אז איך בין 'ביילינגיואל', און פארגעסען מיין ערשטע שפרייך, אזא הערליכע שפרייך... דאס פשוט קען איך נישט לאזן געשעהן פאר מיר. אויך, יעצט אז איך שרייב שוין א ביסל ברבים, וועל איך אייך לאזן וויסן עפעס וואס איז גאר וואכטיג פאר מיר. איך בין זיכער אז עס איז דא פאר לייט אין די חשוב'ע עולם וואס זענען באקאנט מיט די אפליקציה Duolingo. עס איז אן אפליקציה וואס האט אסאך שפרייכען וואס מען קען זיך אליינס, גרינגערהייט, אויס לערנען - אויף בחינום. אבער, כאטש עס האט רוב פון די הויפט שפרייכן, קיין אידיש האט עס ליידע נישט געהאט. ביז א חבר האט מיר געוויזן אויף די אינטערנעט אז עס איז דא א קביצה פון חברה וואס ארבעטן אויף דעם... און צי קענען ארבעטען אויף דעם מען נישט האבן קיין סאך. מען דארף קענען פארשטיין און שרייבן אויף א קלארע אידיש. איך האב שוין געשיקט מיין אפליקציה צו משטתף זיין. אבער אפילו אויב זיי לאזן מיר העלפן מיט דעם, איך בין זיכער אז עס איז דא א סאך מענטשן פון די חשובע עולם וואס וועלן האבן א חשק זיך צו מצטרף זיין און זענען א סאך מער קוואלאפייד פאר דעם פעילה ווי מיר.