Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1518 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4905 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7540
דאנערשטאג מערץ 29, 2018 9:40 am#398685
נאכ'ן אפהאלטן אן אינטערוויו מיט הרב מאיר שיללער פאר'ן וועקער פארשטיי איך אז ס'איז וויכטיג צו געבן א פלאטפארם פאר די ליינער וואו צו שרייבן הערות והארות אויפ'ן אינטערוויו. אלזא באגריס איך דעם קאווע שטיבל אלס א אידישער פאלקסמאן, איך וועל בלי נדר עפענען אן אשכול איבער דער טעמע פונעם אינטערוויו און פון דארט און ווייטער וועט זיך שוין פירן ווי ס'איז.
מיטוואך אפריל 04, 2018 12:13 pm#398943
איך בין א חסידישע ייד [גליציאנער אין שורש] וואס וואוינט היינט צים טאג אין ארץ הקדושה ארץ ישראל.
אזוי וי פארט מיין באקגראונד איז אין אמריקע, פעלט מיר אויס אביסל "אנשים כערכי" אין מיין געזעלשאפט, צו שמיעסן גישמאק אריבער פירן גידאנקען, הערן פארשידינע דעות אין סברות, מיט דעם אלטן יידישן טעם, לויט וי איך האב פארשטאנען איז דא דער ריכטיגע פלאץ צי דער צי, דהיינו פיינע אויף געקלערטע מענשטשן בראוד מיינדעד פערסאנס, א.א.וו.
זונטאג אפריל 08, 2018 4:38 pm#399094
איך בין א חסיד אבער האב ליב צוזעהן וואס סטון זיך אוף די אנדערע זייט...Like news Jewish articles and discussions
אידישע ארטיקלעןאון צימעס לעבט אויף דעם כלל ישראל
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 8:57 pm#399637
פשוט ווייל עס איז א גיטע פלאטץ זיך אויסצליפטערען, לכתחלה געהער נישט צי קיין איין חסידות אין בדיעבד בין איך א סקולענע חסיד איך בין אלט 28, איך בין זייער א גראדע מענטש אלעס דארף ביי מיר מאכן סענס אין אויב נישט דארף איך עס ארויסזאגן.
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 8:58 pm#399638
שוין לאנג געהערט / געזעהן פון קאווע שטיבל אבער לעצטענס האב איך מיר שוין צופיל אנגעהאנקעט מיט זיי האב איך מחליט געווען צו ווערן א געהעריגע מעמעבער כהאף כהעל הנאה האבן איך בין 25 יאר אלט א סאטמארע חסיד פון קינדווייז אן איך האב ליב דעם אייבירשטען און טריי אים צו פאלגן מיט אלעס
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 8:59 pm#399639
שלום עליכם טייערע חברים!
אצינדער טוה איך אייך דזשוינען בכדאי עס זאל נישט ח״ו זיין א קלער פון א פארלעצונג פון די ׳פרידאם אוו ספיעטש׳ געזעץ, כידוע ווען טראמפ ירום הודו האט נישט געוואלט צולאזן מאנכע אריינצורעדן אין זיין קאנטע... וואס האט פאסירט...!
איך בין אין די דרייסיגער יארן, איך האב פון מאל צומאל געוויסע רעיונות, השקפה בליצן, מיינונגען וואס איך וואלט ׳זייער׳ הנאה געהאט ווען איך קען דאס ווען מיטטיילן מיט אנדערע... דא האף איך וועט דאס זיין א געלעגהייט.. און בעז״ה וועט דאס זיין ״זה נהנה.. וזה נהנה..״
פון פאך אויס בין איך (כשמו כן הוא..) א ׳גרעפיקער׳ מיט יארן עקספעריענס און איך ׳גלייך׳ וואס איך טוה.

...אויף צום ווידער-זען בקרוב אי״ה, דערווייל ׳ענדזשוי!׳
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 9:00 pm#399640
עברי אנוכי ואת אלקים אני ירא. איך שרייב שוין אַ בלאָג אַרום פיפצן יאָר (לעצטנס היפּש ווייניקער) וווּ איך פלעג אַראָפּ לייגן את עניי ואת יגיע כפי. נאָר היות דער עולם האָט זיך היינט אַהער איבערגעקליבן איז דער צייט אַז אויך איך מיט מיין בידנע פּעקל זאָלן זיך אויך איבערקלייבן. נישט אינגאַנצן נאָר כמנהג הצדיקים בפּאַלם ספרינג, סאַראַטאָוגע, מיאַמי ודי בכל אתר ואתר.
דאנערשטאג אפריל 12, 2018 10:11 pm#399647
קטלא קניא האט געשריבן:עברי אנוכי ואת אלקים אני ירא. איך שרייב שוין אַ בלאָג אַרום פיפצן יאָר

שוין גארנישט קיין קטלא קניא!!!
פרייטאג אפריל 13, 2018 12:39 am#399658
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קטלא קניא האט געשריבן:עברי אנוכי ואת אלקים אני ירא. .

באמת? איך בין שוין אינגאנצן צומישט.
פרייטאג אפריל 13, 2018 8:25 am#399679
שוכט״ס ATUB @קטלא קניא ATUB

אפשר וואלט געווען כדאי עפעס א אויטענטיקאציע, אפשר א נאטיץ אויפן ארגינעלן בלאג אז דער נייער ניק אין קאווע שטיבעל זענט איר דאס טאקע (און פילייכט בחדא מחתא ארויסגעבן די אלטע ניק/ים אייערס)
זונטאג אפריל 15, 2018 1:21 pm#399840
שלום וברכה צו אלע קאווע שטיבל מיטגלידער. איך דריי זיך שוין דא א שטיק צייט. איך האב שטארק הנאה פונעם שטיבל. און איך וויל דשוינען די קלאוב. איך בין בערך דרייסיג יאר אלט, איך וואוין אין מאנסי.
זונטאג אפריל 15, 2018 1:22 pm#399841
איך זיך שוין לאנג א פלאץ זיך צו אויסגעבן און פארברענגען און די פרייע צייטן אביסעלע זיך צו אויסלופטערן און אנצופילן די קאפ און ב"ה דער אייבערשטער האט מיר לעצטנס צוגעשיקט א גוטער חבר וואס האט מיר געוויזן דעם סייט און ממש איך קען מיך נישט אפטשעפענען דערפין יעצט איז שוין די צייט זיך צו אריינסיינען מיין איך צו קענען געהעריג פארברענגען מיטן עולם
זונטאג אפריל 15, 2018 1:23 pm#399842
בן תורה אין אנטוורפן, כלי קודש, אוהב שלום ורודף שלום ונהנה מיגיע כפו
פראביר וויפיל איך קען מלמד זכות צי זיין אין כמעט אלע מצבים אין ווי ווייט מעגליך בעזהשי״ת
עס איז נישא אייביג אזוי פשוט אבער אז מען שטרענגט זיך אן העלפט דער אייבישטער
וחפץ ה׳ בידינו יצליח
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 9:04 pm#400289
איך בין אן לאניעריגע ליינער, וואס האט הערשט יעצט גענומען די קוראזש און צייט זיך איינצושרייבן צו קענען שרייבן, רעאגירן, קאמפלימענטן און ווי אויך קריטיקירן אויב קריטיש וויכטיג.
עס איז שוין צייט ארויסצוברענגען לאור עולם, מיין מיינונג, השקפה און מחשבה.
האפענטליך וועלן אלע הנאה האבן!
פרייטאג אפריל 27, 2018 8:43 am#400821
איך בין א קלויזענבורגער חסיד, א שרייבער אין א היימישע פובליקאציע און בין זייער אינטערעסירט מיטצוהאלטן וואס גייט פאר אלעמאל, איך האב ליב חסידישע נייעס, היסטארישע געשעענישן און סיי וואס. אז ס'דא א היימישע פלאץ וואו מ'קען דאס טוען איז דאך עס ממש געוואלדיג. יישר כח
פרייטאג אפריל 27, 2018 8:44 am#400822
איך בין עטליכע צוואנציג יאר אלט צום גוטן. און ליינענדיג די לעצטערע שטיק צייט פילע ארטיקלען דא אויפן קאווע שטיבל האב איך געהאט כאר אסאך צוצולייגן צו געוויסע תגובות במילא וויל איך מיך איינשרייבן צו קענען געבן פארן עולם מיין אינפארמעישען וואס איך האב צו שעירן.
זונטאג אפריל 29, 2018 9:10 am#400916
מיין לעבנסגעשיכטע טוט דורכגיין עולמות ומלואה, מיר זענען ברוך השם איינקוואטירט אין די סאמע סמעטענע פון די כלל ישראל'ס געגנטעער מיט באהאווענקייט אין די אינס ענד אוטס פון אלע הינזיכטן און בין געקומען דא זיך צו באקענען דורף זיך דורכשמועסן מיט'ן עולם אין דערלעבן עפעס בעסער און ריכטיגער פון פריער.
זונטאג אפריל 29, 2018 9:32 pm#400956
פארוואס איך האב מחליט געווען צו ווערן א מיטגליד אין קאווע שטיבל??
דאס איז דאך די געשמאקסטע פלאץ פאר אידיש שפראך באנוצער צו דזשוינען און מיטהאלטן אלעס וואס טוט זיך אין די וועלט!!!
מאנטאג מאי 07, 2018 4:55 pm#401785
איך בין ביז נישט לאנג צוריק נאך געזיצן בין כותלי הביהמ״ד אין כולל פארברענגענדיג בשבת אחים, אבער כך גזר המלך געקומען צו א מצב אז מדארף ארויסגיין ברענגן פרנסה אין שטוב .
די געשמאקע פארברענגען דאס איז זייער שווער אויפציגעבן , איך פלעג אפט באזיכן דא אבער נישט געווען א חלק פון די זאך אין די יעצטיגע מצב האב איך געפילט סאיז צייט אריין צוגיין
מאנטאג מאי 07, 2018 4:56 pm#401786
מאנכע רופן אן נארמאלע מענטשן "סיקריקים".
איך וועל דא אי''ה אויפווייזן אז די אזויגערופענע "סיקריקים" זענען בלויז סיקריקים ווייל איר האט א מיינונג דיפערענץ מיט עם.
מאנטאג מאי 07, 2018 4:57 pm#401787
א געשמאקער יונגערמאן האט ךלי צו שמועסן סאיז געשמאק און בעיקר זעה איך אסאך זאכן וואס איך האלט מיט פונדערנאנט אדער וואס איך ווייס סתם אזוי מער פרטים און איך וויל צושרייבן
מאנטאג מאי 07, 2018 5:01 pm#401789
שרייבער18 האט געשריבן:איך בין א קלויזענבורגער חסיד, א שרייבער אין א היימישע פובליקאציע און בין זייער אינטערעסירט מיטצוהאלטן וואס גייט פאר אלעמאל, איך האב ליב חסידישע נייעס, היסטארישע געשעענישן און סיי וואס. אז ס'דא א היימישע פלאץ וואו מ'קען דאס טוען איז דאך עס ממש געוואלדיג. יישר כח


איך זעה אז די האסט טאקע אנגעהויבן ווי א שרייבער אין קאמענטירט בנוגע וועלטליכע פאליטיק אין איראן.
כה לחי אינז דארפן א פרישקייט מיט שיינע געשריבענע נייעס אין וועלטליכע פאליטיק.
לעב אויף די פלאץ!
מאנטאג מאי 07, 2018 5:18 pm#401794
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
סיקריק האט געשריבן:מאנכע רופן אן נארמאלע מענטשן "סיקריקים".
איך וועל דא אי''ה אויפווייזן אז די אזויגערופענע "סיקריקים" זענען בלויז סיקריקים ווייל איר האט א מיינונג דיפערענץ מיט עם.
א סקריק איז א סיקריק ווייל ער נוצט געוואלד צו צווינגען א דעה וואס ער קען נישט אויפווייזען מיט שכל. געווענדליך איז ער אויך איינער וואס פארשטייט נישט די פרטים פון א דעה, און נעמט קאמפליצירטע זאכען מיט נאר איין פארב.

זייט׳ס געזונט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך מאי 09, 2018 8:25 am#402037
סיקריק האט געשריבן:מאנכע רופן אן נארמאלע מענטשן "סיקריקים".
איך וועל דא אי''ה אויפווייזן אז די אזויגערופענע "סיקריקים" זענען בלויז סיקריקים ווייל איר האט א מיינונג דיפערענץ מיט עם.
:דיסלייק:

שלום עליכם טייערע סיקריק!
גארטל דיר אונטער און הייב אן אויפווייזן
מיר ווארטן מיט געדולד.

ובדרך אגב אבאר על קריאת שם סיקריק:
בזמן שצרו את ישראל ואת בית מקדשנו ציוו חכמי אותו הדור אז מ'זאל פראבירן זיך האלטן ווי לענגער און די גבירים פון ירושלים האבן אויסגעהאלטן די שטאט.
די סיקריקים-גרופ וואס זענען געוועהן אונטער די הנהגה פון אבא-סיקרא האט נישט געשמעקט זיך צו בייגן אונטער דער צר הצורר אותם.
אבער זיי האבן נישט געקענט טוהן וואס זיי האבן געוואלט ווייל ווי-נישט-ווי האבן יענטסמאהל די חכמים געפיהרט די שטאט.
האבן זיי פארברענט אלע אוצרות פון די גבירים און געטוהן נאך פעולות אנטקעגן די חכמים כדי מ'זאל מוזן גיין מלחמה האלטן קעגן די רומיים,
און דאן איז אויפגעוויזן געווארן אז זיי זענען געוועהן גערעכט, און די רבנים וואס האבן געהייסן זיך האלטן שטיל האבן געמאכט א טעות, והראיה אז למעשה האט מען געמוזט מלחמה האלטן.
די קאנסיקווענצן פון דעם כידוע איז רבי רבבות אלפי ישראל שנשחטו במיתות משונות וחרבה עירנו ונשרף בית מקדשנו.

ביי די סמ"ך יאהרן איז געוועהן א שטיקל קאמפעטישן צווישן צוויי (אדער מעהר) מודעות-קלאפער'ס אין'עם הייליגן שטאט ירושלים,
איינער פון זיי איז געוועזן פון די עקסטרעמע רעכטע און ער האט געהאט א דרוק&קלעבן געשעפט מיט'ן נאמען "מרום"
דער קעגנער (וואס איז אויכעט געוועהן דער ערשטער) האט געהייסן ישראל-אהרן-קלעצקין (א ברודער פונעם באקאנטן קלעצקין פון די מצבה געשיכטע)
פון קהילת ה'מתמידים' בעיה"ק ירושלים, וואס זיי זענען מער לינקע און האבן זיך אפגעלאזט פון די עדה-חרדית פארטיי, וואס זיין דרוקעריי האט געהייסן 'דפוס-ישר'
הכלל, 'מרום' מיט 'ישר' האבן לוחם געוועהן מלחמות חרמה איינער אנטקעגן דער אנדערער, און פארשטייטזיך אז 'מרום' האט (כדרכם הסיקריקים מזה זמן זמנם זמניהם)
באשולדיגט קלצקין מיט כל דבר אסור וואס געשעהט אין שטאט אדאנק זיינע מודעות-קלאפן, ווי צ.ב.ש. פריצות תועבה חילולי שב"ק ועוד ועוד,
און זיינע שוטים האבן געקומען מאכן פראטעסטן אנטקעגן איהם און אינאנפאנג האט ער נאך געלאכט צוזאמען מיט אלעמען, אבער נאך א פאשקעוויל און נאך א פאשקעוויל,
און ער האט נישט געקענט אויסהאלטן, און ער איז אנטלאפן קיין ניו יארק, (דאכט-זיך מיר אז ער וואוינט דארטן עד היום הזה)
ער האט פארלוירן ביי יענע מאכט אבער ער האט דערוועקט דער עולם אין ארץ ישראל (עכ"פ אין ירושלים) מ'זאל אנדערקענען זייערע צביעות,
איינע פון זיינע הגדרות אויף זיי איז געוועהן דער פסוק אין תהלים: "רוממות קל בגרונם, (אבער) וחרב פפיות בידם"
אז זיי שרייען אז זיי מיינען בלויז גאט ב"ה, אבער אין האנט האלטן זיי א שווערד וואס איז שארף פון ביידע זייטן צו שניידן קעפ פון כל העומד בדרכם.
און ער האט זיי באטיטלט מיט'ן פאסיגע נאמען סיקריקים שדרכם להטיל מורא על חכמי הדור ולהזיק את כל ישראל ובלבד שיראו הכל כי דרכם תנצח.

יעצט ווילסטו מיר נאך מסביר זיין אז ס'איז נאר וועגן זיי האלטן אנדערש ווי מיר????

ניין, ס'איז וועגן זיי האלטן אז אויב זיי האלטן עפעס, האט קיינער (אבער קיינער) נישט רעכט צו האלטן אנדערש ווי זיי, און אז ער דערוואגטזיך צו האלטן אנדערש ווי זיי
איז ער א שייגעץ אן אפיקורוס און אלע אנדערע טיטלען.

אז דו האלטסט אז איך מעג האלטן אנדערש ווי דיר, ביסטו שוין א לינקער, (אפי' ביי די אהרונים איז שווער צו טרעפן אזעלכע וואס פארשטיין אז יענער מעג האבן אן אנדערע דעה)
בהצלחה לך בדרכך העקלקלה לבאר היפך המציאות,

אין קורצן:
די נאמען סיקריק איז נישט מצד וואס דו האסט אן אנדערע מיינונג ווי א צווייטן,
נאר ווייל יענעמ'ס מיינונג טרעפט נישט קיין מקום אינגאנצן נישט לשיטתך,
נישט קיין חילוק ווער איז דער בר פלוגתא, און וואס ער טענה'ט,
איינמאהל ס'איז אנדערש ווי דיין מיינונג/אידיאלאגיע/שיטה/השקפה,
אטאמאטיש רעכנטזיך דאס ווי רשעות/אפיקורסות/מינות/כפירה/התחברות לרשעים/וכדו'
אט דאס רופט מען סיקריק.
האסט באווייזן אז נישט, יו וועלקאם.

ביי.
מיטוואך מאי 09, 2018 8:43 am#402039
איך פראביר צו זאגן גוטע ווערטלעך און איך האב ליב צו הערן און מענטשן האבן האנאה פון מיר איך בין א אינגעאמאן וואס איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה און ווייסט אביסל נייעס און קען אסאך מענטשען
מיטוואך מאי 09, 2018 8:44 am#402040
איך קוק שוין נאך די פארום א שטיק צייט,
די אמת איז אז רוב פון די אשכולות דא זענען צו שמוציג אין מיינע אויגן
און פאר דעם האב איך זיך נישט אריינגעסיינט ביז יעצט
יעצט אבער פיל איך ווי איך וויל יא שרייבן עפעס, פארדעם שרייב איך זיך איין.
מיטוואך מאי 09, 2018 8:45 am#402041
א יך בין א אידיש קינד, און איך האלט אויף הונדערט פראצענט אז איך בין פון די קלוגערע פון די מענטשהייט, און איך וויל פשוט געבן פאר אנדערע די הנאה פון קענען זען מיינע געדאנקען און מיינע ווערק...
מיטוואך מאי 09, 2018 9:53 am#402048
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
נקודת-אמת האט געשריבן:
סיקריק האט געשריבן:מאנכע רופן אן נארמאלע מענטשן "סיקריקים".
איך וועל דא אי''ה אויפווייזן אז די אזויגערופענע "סיקריקים" זענען בלויז סיקריקים ווייל איר האט א מיינונג דיפערענץ מיט עם.
:דיסלייק:

שלום עליכם טייערע סיקריק!
גארטל דיר אונטער און הייב אן אויפווייזן
מיר ווארטן מיט געדולד.

ובדרך אגב אבאר על קריאת שם סיקריק:
בזמן שצרו את ישראל ואת בית מקדשנו ציוו חכמי אותו הדור אז מ'זאל פראבירן זיך האלטן ווי לענגער און די גבירים פון ירושלים האבן אויסגעהאלטן די שטאט.
די סיקריקים-גרופ וואס זענען געוועהן אונטער די הנהגה פון אבא-סיקרא האט נישט געשמעקט זיך צו בייגן אונטער דער צר הצורר אותם.
אבער זיי האבן נישט געקענט טוהן וואס זיי האבן געוואלט ווייל ווי-נישט-ווי האבן יענטסמאהל די חכמים געפיהרט די שטאט.
האבן זיי פארברענט אלע אוצרות פון די גבירים און געטוהן נאך פעולות אנטקעגן די חכמים כדי מ'זאל מוזן גיין מלחמה האלטן קעגן די רומיים,
און דאן איז אויפגעוויזן געווארן אז זיי זענען געוועהן גערעכט, און די רבנים וואס האבן געהייסן זיך האלטן שטיל האבן געמאכט א טעות, והראיה אז למעשה האט מען געמוזט מלחמה האלטן.
די קאנסיקווענצן פון דעם כידוע איז רבי רבבות אלפי ישראל שנשחטו במיתות משונות וחרבה עירנו ונשרף בית מקדשנו.

ביי די סמ"ך יאהרן איז געוועהן א שטיקל קאמפעטישן צווישן צוויי (אדער מעהר) מודעות-קלאפער'ס אין'עם הייליגן שטאט ירושלים,
איינער פון זיי איז געוועזן פון די עקסטרעמע רעכטע און ער האט געהאט א דרוק&קלעבן געשעפט מיט'ן נאמען "מרום"
דער קעגנער (וואס איז אויכעט געוועהן דער ערשטער) האט געהייסן ישראל-אהרן-קלעצקין (א ברודער פונעם באקאנטן קלעצקין פון די מצבה געשיכטע)
פון קהילת ה'מתמידים' בעיה"ק ירושלים, וואס זיי זענען מער לינקע און האבן זיך אפגעלאזט פון די עדה-חרדית פארטיי, וואס זיין דרוקעריי האט געהייסן 'דפוס-ישר'
הכלל, 'מרום' מיט 'ישר' האבן לוחם געוועהן מלחמות חרמה איינער אנטקעגן דער אנדערער, און פארשטייטזיך אז 'מרום' האט (כדרכם הסיקריקים מזה זמן זמנם זמניהם)
באשולדיגט קלצקין מיט כל דבר אסור וואס געשעהט אין שטאט אדאנק זיינע מודעות-קלאפן, ווי צ.ב.ש. פריצות תועבה חילולי שב"ק ועוד ועוד,
און זיינע שוטים האבן געקומען מאכן פראטעסטן אנטקעגן איהם און אינאנפאנג האט ער נאך געלאכט צוזאמען מיט אלעמען, אבער נאך א פאשקעוויל און נאך א פאשקעוויל,
און ער האט נישט געקענט אויסהאלטן, און ער איז אנטלאפן קיין ניו יארק, (דאכט-זיך מיר אז ער וואוינט דארטן עד היום הזה)
ער האט פארלוירן ביי יענע מאכט אבער ער האט דערוועקט דער עולם אין ארץ ישראל (עכ"פ אין ירושלים) מ'זאל אנדערקענען זייערע צביעות,
איינע פון זיינע הגדרות אויף זיי איז געוועהן דער פסוק אין תהלים: "רוממות קל בגרונם, (אבער) וחרב פפיות בידם"
אז זיי שרייען אז זיי מיינען בלויז גאט ב"ה, אבער אין האנט האלטן זיי א שווערד וואס איז שארף פון ביידע זייטן צו שניידן קעפ פון כל העומד בדרכם.
און ער האט זיי באטיטלט מיט'ן פאסיגע נאמען סיקריקים שדרכם להטיל מורא על חכמי הדור ולהזיק את כל ישראל ובלבד שיראו הכל כי דרכם תנצח.

יעצט ווילסטו מיר נאך מסביר זיין אז ס'איז נאר וועגן זיי האלטן אנדערש ווי מיר????

ניין, ס'איז וועגן זיי האלטן אז אויב זיי האלטן עפעס, האט קיינער (אבער קיינער) נישט רעכט צו האלטן אנדערש ווי זיי, און אז ער דערוואגטזיך צו האלטן אנדערש ווי זיי
איז ער א שייגעץ אן אפיקורוס און אלע אנדערע טיטלען.

אז דו האלטסט אז איך מעג האלטן אנדערש ווי דיר, ביסטו שוין א לינקער, (אפי' ביי די אהרונים איז שווער צו טרעפן אזעלכע וואס פארשטיין אז יענער מעג האבן אן אנדערע דעה)
בהצלחה לך בדרכך העקלקלה לבאר היפך המציאות,

אין קורצן:
די נאמען סיקריק איז נישט מצד וואס דו האסט אן אנדערע מיינונג ווי א צווייטן,
נאר ווייל יענעמ'ס מיינונג טרעפט נישט קיין מקום אינגאנצן נישט לשיטתך,
נישט קיין חילוק ווער איז דער בר פלוגתא, און וואס ער טענה'ט,
איינמאהל ס'איז אנדערש ווי דיין מיינונג/אידיאלאגיע/שיטה/השקפה,
אטאמאטיש רעכנטזיך דאס ווי רשעות/אפיקורסות/מינות/כפירה/התחברות לרשעים/וכדו'
אט דאס רופט מען סיקריק.
האסט באווייזן אז נישט, יו וועלקאם.

ביי.
לאמיר יענעם אויסווארטען. אפשר האט ער יא וואס צו זאגען.

אגב, עס איז דא נאך פרטים צו די קלעצקין מעשה. ער וואוינט היינט אין לעיקוואד, נישט נ.י., אבער ער פלעגט האבען א רעסטאראנט אין מאנהאטען. ער טענה׳ט אז זינט די מצבה מעשה, באקומט ער טלפונ׳ן פון מענטשען וואס בעטען איהם איבער

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג מאי 13, 2018 12:39 pm#402384
אלס מענטש וואס האט ליעב צו דרשענען ברבים נוצענדיג מיין כח הדיבור - איז קאווע טשיבל דאס בעסטע פלאץ ! נאכדעם וואס איך האב אויפגעהערט צו טרינקען עכטע קאווע וויבאלד מיין דאקטער האט מיר געזאגט אז עס שאדט פאר דעם קול!
איז דעריבער וועל איך אויכעט רעדן אין דעם געשריבענעם קאווע שטיבל נישט נוצעדיג מיין קול נאר בלויז מיין פענע ! און מען וועט צוגעבן צום קופקע דורך אריינלייגען מיינע ידיעות !!!
זונטאג מאי 13, 2018 12:39 pm#402385
איך האב זייער שטארק הנאה פון קאווע שטיבל, עס איז זייער א רייכע וועבזייטל מקען דא טרעפן שמעוסן פון יעדע נושא איך קום פון סאטמאר ר זלמן לייב איך בין 33 יאר אין איך קען זייער גוט גרעפיק
מאנטאג מאי 14, 2018 11:26 pm#402659
העיזלנאט האט געשריבן:א יך בין א אידיש קינד, און איך האלט אויף הונדערט פראצענט אז איך בין פון די קלוגערע פון די מענטשהייט, און איך וויל פשוט געבן פאר אנדערע די הנאה פון קענען זען מיינע געדאנקען און מיינע ווערק...

איך האב נאכנישט געטראפן קיין מענטש וואס האלט זיך נישט פאר הונדערט פראצענט פון די קלוגערע.

די וואס זאגן עס ארויס זענען געווענליך פון 85 פראצענט....
דינסטאג מאי 15, 2018 12:00 am#402662
איך בין א מארשמולוער חסיד, מיין רבי איז פון די גרעסטער רבי'ס אויף די וועלט, ער פראוועט מופתים, ישועות וסודות, פועל ישועות בקרב הארץ, מגרש חתולים ויתושים במומחיות מלאה, אני הקטן הולך בדרכין הקדושות, כה יעזור ה' גם הלאה
דינסטאג מאי 15, 2018 12:10 am#402665
אהרן מנירעדהאז האט געשריבן:איך בין א מארשמולוער חסיד, מיין רבי איז פון די גרעסטער רבי'ס אויף די וועלט, ער פראוועט מופתים, ישועות וסודות, פועל ישועות בקרב הארץ, מגרש חתולים ויתושים במומחיות מלאה, אני הקטן הולך בדרכין הקדושות, כה יעזור ה' גם הלאה

קוקט אויס גוט. לאז מיר נאר וויסן ווען ער פארט אויף מאנטרעאל.
דינסטאג מאי 15, 2018 3:00 pm#402744
א ריכטיגע מארשמילויער חסיד איז נישט קיין "קטן"...
דינסטאג מאי 22, 2018 7:03 pm#403191
שוין א שיינע פאר יאר וואס איך ליין די ארטיקלען פון די קאווע העלדען, אבער קיינמאל נישט ראגירט, נאר זיך צושמייכעלט און געשאקעלט מיט'ן קעפעל, כמדומה עס איז געקומען די צייט איך זאל מפרסם זיין ברבים דעת קדשי.

בשעות הפנאי וועל'ך פראבירן אריינצוגיין און אראפשרייבען מיינע געפילען וי אזוי איך לערען אפ אונזער שווערע וועלט'על.

עס איז מיר ממש א כבוד און א זכות צו זיין א חבר און די וירטואלע שטיבל להימנות על חשובי אנ"ש שלא כרעו לבעל פון אונזער פראבלימאטישע סיטעם.
דינסטאג מאי 22, 2018 7:04 pm#403192
א רעבישע אייניקל וואס עס ליגט מיר אין די בלוט אין עס לויפט אין די משפחה מיט א שיינע יחוס מבן אחר בן בן בת ובן מגזע אריאלים ותרשישים נשמתו עדן זכותם יגן עלינו אויף ארויף לתפארת המשפחה למעלה למעלה בקודש
דינסטאג מאי 22, 2018 8:07 pm#403193
רעביש בלוט האט געשריבן:א רעבישע אייניקל וואס עס ליגט מיר אין די בלוט אין עס לויפט אין די משפחה מיט א שיינע יחוס מבן אחר בן בן בת ובן מגזע אריאלים ותרשישים נשמתו עדן זכותם יגן עלינו אויף ארויף לתפארת המשפחה למעלה למעלה בקודש

שלום עליכם
ווי ברייט איז דיין רביש גארטל און ווי שיף (טיף) זענען די טאשן?
מאנטאג מאי 28, 2018 4:54 pm#403692
איך האב אין מיין בלוט די טאלאנט פון שרייבן, איך האב ליב צו שרייבן, צו איך קען...? ירא הקהל וישפוט... איך האב פראבירט צו זיכן בלאג'ס וואס זענען אפען אריינצונעמען שרייבעריי אן קיין דיסקרימענאציע
די לעצטערע יארן איז געווען א היבשע אפשוואכונג אין קאווע שטיבל, און איך בין געשטאנען אין דער זייט ענדערש פון צייט צו צייט זיין א ליינער ווי א שרייבער
לעצטענס דערקענט זיך א צוריק אויפליה און גוטע שרייבערס און ארטיקלן האב איך באשלאסן אז איך וועל פראבירן מיין מזל און אנהייבן ניצן מיין האב"י בלע"ז פון שרייבן, הגם וואס שרייבן איז מיר שטארק צום הארצן אבער איך בין א קנאפער ידען, דערפאר האב איך מיר א נאמען געגעבן "דאכצעכמער", איך האף אז חפץ השם בידינו יצליח און מיר וועלען קענען נהנה ומהנה זיין גם יחד די ליינער און שרייבער און קאווע שטיבל

החותם בברכת כל טוב
דאכצעכמער
דאנערשטאג מאי 31, 2018 9:21 pm#404185
I enjoy writing to people.i enjoy discussing politics.i am forty three years old.i am litvish chasidish.i enjoy to farbreng with chasidishe people on the web.i used to read history books.i like to know what's happening with the chasidishe people.the chasidishe world is very important to me.
דאנערשטאג מאי 31, 2018 9:22 pm#404186
מיר האבן ליב צו זינגען און צו טאנצן
אוי ווי גוט צו זיין א איד אוי ווי גוט צו זיין א איד אוי ווי גוט צו זיין א איד אוי ווי גוט צו זיין א איד
אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו
דאנערשטאג מאי 31, 2018 9:23 pm#404188
א איד וואס גלייכט צו לייענען וואס אנדערע האבן צו זאגן, און אויך צו זאגן מיינונגען דא דארט. איך קום דא ארויף צו קענען האבן א פרייע האנט און פרעגן, ענטפערן אדער אויסשמועסן אינטערעסאנטע אדער אקטועלע זאכן מיט נאך אידישע קינדער.
דינסטאג יוני 05, 2018 1:07 am#404949
חסידיש ער יונגער מאן אינטערעסירט אין היסטורי פין דער אלטער היים אין היסטורי פון חסידות היימישער פאליטיק אין וועלטליכע פאליטיק משפחה יחוס אין רעבישע יחוס ספרים אין ביכער צימעס
דינסטאג יוני 05, 2018 1:09 am#404950
,have a hobby of clarifying things to be in its organic context ,as well responsibility others in my surrounding not became corrupted with false information ,want to learn and learn ,am orthodox hasidich.
דינסטאג יוני 05, 2018 1:11 am#404951
איך בין א יונגערמאן מיט 5 קינדער קע"ה, איך האב ליב צו ליינען, און באקומען ידיעות, און שרייבען. איך בין חסידיש, שטאמען פין הייליגע רביס, ווי די רבי ר' אלימלך, געלערנט אין סקווירא, בה איך פיל אז קאווע שטיבל איז די פלאץ וואס איך זיך שוין לאנג צו קענען פארברענגען, און דיסקוסירן, אין א היימיש אומעספערע, מיט מאמע לשון אידיש.
דאנערשטאג יוני 14, 2018 6:59 am#406001
איך האב זייער הנאה פון די שמיסען. און האב זייער אסאך מאל א מיינונג אדער א פראכע. און איך האפ אז איך קען אויך דא געבן מיינע פינעפ סענט איך האב שוין דאס געוואלט טון א לאנגע צייט. אבער עס איז קיינמאל נישט צו שפעט
דאנערשטאג יוני 14, 2018 7:01 am#406002
, Good place to visit at lunch time
and to discuss any issue and ask for help or ideas, also is interested to hear smart new opinions
.and a good source for heimishe news
דאנערשטאג יוני 14, 2018 7:02 am#406003
איך דריי מיך שוין לאנג דא אויף קאווע שטיבל, און הנאה האבנדיג פון די מאמרים און געדאנקען האב איך אפגעמאכט צו ווערן א חבר און ווען סוועט זיין צייט וועל איך מיך לאזן הערן...
דאנערשטאג יוני 14, 2018 7:03 am#406004
די שטיבל איז זייער זייער א גיטע פלאץ צי בארואיגן די נערוון און זיך אויס שמועסן מיט אלע גיטע חברים אויף א פשוט לייכטע שפראך וואס טיט זיך אויף די ווילי ובפרט אין די היימישע אידישע געגענט
דאנערשטאג יוני 14, 2018 7:05 am#406005
This site have shtibel is very important to me i cab connect to many many friends and see the news in the Jewish community and to make many friends to share with also it's been great to keep up my Yiddish
דאנערשטאג יוני 14, 2018 2:18 pm#406033
גראף האט געשריבן:
רעביש בלוט האט געשריבן:א רעבישע אייניקל וואס עס ליגט מיר אין די בלוט אין עס לויפט אין די משפחה מיט א שיינע יחוס מבן אחר בן בן בת ובן מגזע אריאלים ותרשישים נשמתו עדן זכותם יגן עלינו אויף ארויף לתפארת המשפחה למעלה למעלה בקודש

שלום עליכם
ווי ברייט איז דיין רביש גארטל און ווי שיף (טיף) זענען די טאשן?


דמים תרתי משמע, רבי'ש בלוט און טיפע טאשן...
יענעם'ס בלוט, און יענעם'ס געלט...