Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1518 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4905 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7540
דינסטאג אוגוסט 21, 2018 8:20 pm#411636
נישטא וואס זיך צו זארגן וועגן זיין וועלקאם (א גרויסער עולם וועט סייווי זיין איבערגעצייגט אז דו ביזט א מאן), דו וועסט זיך נאר דארפן ספראווען מיט די קאפ-פארדרייערס וואס וועלן אלץ זיכער מאכן אז דו ווייסט אז זיי האלטן אז דו ביזט א מאן.
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 1:15 am#411654
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נישטא וואס זיך צו זארגן וועגן זיין וועלקאם (א גרויסער עולם וועט סייווי זיין איבערגעצייגט אז דו ביזט א מאן), דו וועסט זיך נאר דארפן ספראווען מיט די קאפ-פארדרייערס וואס וועלן אלץ זיכער מאכן אז דו ווייסט אז זיי האלטן אז דו ביזט א מאן.
אויב קענסטו זיך אביסל אויס אין היימישע סאשיעל מידיע דארפסטו וויסן אז ביים היימישן עולם גאר א גרויסע חלק פון אזוי גערופענע פרויען זענען באמת מענער וואס ווילן אויסנוצן די אינדענטיטעט פון א פרוי פאר געוויסע צוועקן (נישט דוקא אומ-איידעלע), און דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן זענען באלד חושד אן אזוי גערופענע פרוי צו זיין פאלש.

איך מיין נישט אשת חיל ווייל איך שפרונג נישט אזוי שנעל צו מסקנות, אבער דאס אז יענער אינדעטעפעצירט זיך ווי א פרוי מוז נאך נישט מיינען אז ס'איז אמת
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 4:49 pm#411691
און פארוואס דארף מען זיין סקעפטיש איבער דעם? וואס גייט דיר אן וואס יענער איז באמת?
דינסטאג אוגוסט 28, 2018 6:15 pm#411990
איך בין א יונגער מאן וואס האט ליב אויפנקייט און וויל מיטהאלטען שמועסן אויף קאווע שטיבל, איך בין נישט אונגאנצן איינשטימינג מיט אונזער סוסייעטי, און איך פיל אז איך באלאנג צו זיין א מעמבר פון קאווע שטיבל, איך בין זייער דאנקבאר פאר ענק פארן צושטעלן אזא שיינע וועבזייטל יישר כוח
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 1:28 pm#412093
איך וויל פרובירן ארויפצוברענגען וויכטעגע טעמאס וועגען עלטערע בחורים אין רעדען וועגן דעם כדי צו ברענגין א אויפמערקזאם צווישן דעם עולם איך האלט אז מרעדט נישט אסאך וועגען דעם טאקע ווייל עס איז זייער א ווייטאגליכע נושא ווי מער מ'גייט רעדן וועגן דעם אלץ מער וועט עס גרינגער מאכן
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 1:29 pm#412094
I joined so that I can read about what is happening in the "yiddish" world. I enjoy reading the forums. It is of great interest to me. IWhen reading the opinions of individuals I get a better idea of what is happening in the yiddish world.
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 1:29 pm#412095
איך גלייך צו לאזן הערן מיין אפיניאן אדער מיינונג און שמועסן ווען עס פעלט אויס אין סתם לאזן ווען פאקטן ווען איך ווייס אדער פארעכטען פאקטן , איך האב שוין געהאט אמאל א ניק אבער עס פארגעסן
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 3:32 pm#412733
שוין א לענגערע צייט וואס כ'האב הנאה פון קאווע שטיבל, פון אירע שיינע שרייבערס, פון די וועקער, און איצטערט פון נארוואס ארויסגעקומענער ספר "ותינוק ללמדו ספר" פונעם לעגענדארישער שרייבער קטלא קניא.
מערערע מאל וואס כ'האב געוואלט קאמענטירן, אדער אפילו באווארפן דעם עולם מיט לייקס, אבער אזוי ווי איך בין נישט דער בעסטער שרייבער, און מ'מוז זיך איינשרייבן, און נאך צולייגן פערציג ווערטער, וואס כ'פארשטיי נישט וואס עפעס פערציג?? פארוואס נישט זעקס און דרייסיג, צוויי מאל חי, אדער כמנין עפעס א שם, אדער אפשר גאר בן וכדומה. פערציג איז לעצטענס געווארן די נומ' וואס די פרויען מיט די קליינע מוחות האבן אינוואדירט, ווי פערציג זאגן שיר השירים און באקן פערציג חלות, פאר פערציג טאג נאכאנאנד און צינדן פערציג לעכט פאר פערציג טאג פאר פערציג יארצייטן, גענוג שוין מיט די פערציג משוגעת! דא אין שטיבל איז מען אויך מיטגעכאפט געווארן מיט די פערציג ווינטען?? פון בן ארבעים לבינה איז עס געווארן ארבעים לטפשות. האב איך שוין געשריבן פערציג ווערטער??
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 3:33 pm#412734
איך בין א גראפיק דיזיינער מיט א גוטע פליסיגער גוטן אידיש ווי אויך א שפרודלדיגער גוי'איש אין זיצנדיג דורך'ן טאג ביים ברעטל איז געשאפן געווארן גאר אסאך ליידיג צייט צו ליינען בלאגס אין דברים העומדים על הפרק... אין מיט'ן עסן קומט ס'אפעטיט זעהנדיג אזאכע אינהאלסטרייכע אשכולות'ער זעמער געווארן אביסל ציגעצויגן איבערצולאזן ביין מיינונג.
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 3:34 pm#412735
שעפן פון קוואל און אפשר מוסיף זיין. חוץ מזה וויל איך בלייבן אנאנים. ביטע פארשטיין און פרעגט נישט מער. כבין סתם א פשוטער איד מיט קליינע השגות.

אשרי יושבי ביתך עוד יהללוך סלה. וואס ערווארט מען דא?
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 3:35 pm#412736
איך בין א נייגעריגער מענטש, און האט ליב אריינצורעדן אין יעדעס נושא.

אין די פיזיקאלע קאווע שטיבל איז נישט שיין אייביג זיך אריין צו מישן אין יענעמס קאווע, אבער דא, איז עס דאך סאציאל אנגענומען פאר א נארמאלער זאך, אז ווען צוויי מענטשען האבן א טיפע דיסקוסיע, מעג א דריטער זיך אנרופען!!! איז עס דאך א תיקון גדול.

ישר כח.
מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 9:56 am#413055
שלום עליכם! איך ליין שוין א שטיק צייט קאווע שטיבל און איך האב זייער הנאה אז עס איז נאך דא עפעס חכמה אויך די וועלט איך האב מיר געוואלט שוין פון לאנג איינשרייבן נאר היות איך האב נישט קיין צייט האב איך עס אלץ אפגעשטופט יעצט האב איך געזען איינער האט געפענט א אשכול וועגן די סדר פון זאגן פיוטים האב איך זיך נישט געקענט צוריק האלטן.
מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:00 am#413059
כאב שוין געהאט אויסגעפילט די גאנצע פארום און כאב בטעות געדריקט ״ליידיג אויס דעם פארעם״.... און וואס איז געשטאנען די ערשטע מאל וויל איך נישט איבערשרייבן.
וויפיל נאך ווערטער דאף מען דא שרייבן אז סזאל אריבער גיין.
זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 9:06 am#413390
א גיטען צו אלע קאווע שטיבל מעמבערס איך האב איין טאג געזיכט
אויף גוגל פאר עפעס א ארטיקל למעשה איז ארויף א צווייטע ארטיקל אין איך האב עס געפענט אין איך זעי עס איז פין קאווע שטיבל אין איך האב עס געליינט אין די רעסט איז היסטאריע איך שליז זיך אן
דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 9:11 pm#413408
דא איז דא אלע גוטע זאכן

איך בין א סאטמערער

סיקריק

אנטי ציוני

וואס נאך???????????

בקיצור איך מוז דאך אנפולן די קעסטל, איז מיין בעסטער רעדנער וואס איך האב ליב איז יצחק קלאר, אברהם מרדכי מלאך

מיין בעסטע קליפס איז פון מלך זלברשלג, אדער אברהם חיים גרין, אדער אידיש נחת, מיין בעסטע קליפ איז ''עד מתי'' פון אברהם חייים גרין
דינסטאג אקטאבער 02, 2018 11:03 pm#413542
איך האב שוין פארציילט וועגען מיר אינעם פארווערטס, וועקער אין אויף סאשעל מידיא. איך גלייב נישט אז איך האב וואס מוסיף צו זיין, מער פון וואס איך האב שוין געזאגט. כל המוסיף גורע.
דינסטאג אקטאבער 02, 2018 11:04 pm#413543
א גוטן מועד!
I recently discovered the Veker and had the privilege of reading it for the first time this Yom Tov, which prompted me to explore and join the Kave Shtiebel.
דינסטאג אקטאבער 02, 2018 11:04 pm#413544
פֿֿאַך: ייִדיש-לערערין
שטעלע: אינספּעקטאָרין אין דערציִונג-מיניסטעריע - ישׂראל
הויפּט-אינטערעסן: ייִדיש, פּעדאַדאָגיע, אויסשולן ייִדיש-לערערס, חסידות, פֿאָלקלאָר, געשיכטע, מחשבה
דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 10:29 am#413667
א בחור וואס האט אמאל געלערענט און סאטמאר ישיבה, ארבעט מיט גוגל עדס, פעיסבוק עדס, און לעצטענס אנגעהויבן סנעפ עדס,
פאר איקאמערס ברענדס.
באלאנג נישט צו קיין שום חסידית
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 6:33 pm#414224
איך בין שטארק מחשיב די געדאנק אז אידן אין די דיאספורה האבן א פארזאמלונג צו שערן ידיעות און זיך אינאיינעם מחזק זיין. מאז היתה ישראל לגוי איז וויכטיג געווען אז עס זאל שטענדיג פארבלייבן א באזע אין די גולה וועלכע זאל פארזיכערן א מיינונגס פארשידנהייט אין דעות און קענען טשאלענדזשען די טאן שטעלער אין אונזער היים-לאנד.

איך האף צוצוגעבן צו די קאליר פון דער אנליין קהילה און צו די ווערייעטי פון קולות אין די אידישע מסורה.
מיטוואך אקטאבער 10, 2018 6:35 pm#414226
איך בין אויפגעהאדעוועט געווארן דא און בין א פראדוקט פון די מוסדות (אא"ו, א פראדוקט פון די "סיסטעם" אזוי ווי מ'רופט עס...). בעצם האלט איך מיך "נישט" פאר א חכם, אבער איך שעץ חכמה, וויסנשאפט, פילאזאפיע וכו' און איך רעספעקטיר מיינונגען אין די נושאים (עכ"פ בנוגע פילאזאפיע אין השקפה) אפילו ווען עס איז נישט איינשטימיג מיט מיינע פערזענליכע שיטות און מיינונגען (עכ"פ אזוי האף איך...). דאס איז די סיבה פארוואס איך וויל ווערן א מעמבער דא. איך האב געליינט, אלס גאסט, עטליכע אשכולות דא אויף דעם סייט און איך בין נתפעל געווארן און האב שטארק הנאה געהאט פון די אינטעליגאנטע און אינטעלעקטואלע דיסקוסיעס און תגובות.
פארשטייט זיך אז איך קויף דער וועקער אויסגאבע.
זונטאג אקטאבער 14, 2018 12:47 pm#414429
ווייל איך האב ליב צו פארברענגען. דא איז היימיש און אפן, מסורה'דיג אבער בבחינת רוח צפונית שהעולם פתוחה. דא איז אויך דא א פארקער פון יונגע און אלטע אין יארן, ותיקים וחדשים אינעם שטיבל און פון זיי זענען דא פיל חכמים ונבונים ווואס ס'יז כדאי זיי אויסצוהערן. ממילא איז פיין זיך צו באקענטיגן מיט דער אמת'ער פני פון אונזער דור.
זונטאג אקטאבער 14, 2018 6:58 pm#414443
איך הייס אהרן הכהן.
דאס איז ווארשיינלעך נאך מיין אור עלטער זיידע אהרן הכהן אליינס.
מיין שאיפה איז צו גיין אין זיינע דרכים און זיין אן אוהב שלום ורודף שלום, צו מרבה זיין שלום צווישן אידן ווי אימער.
איך האב אסאך פלענער ווי אזוי צו שטופן מיין אגענדע פאראויס, איך האף אז קאווע שטיבל וועט זיין די ריכטיגע פלאץ ווי איך קען אויסלופטערן מיינע געדאנקן.

א דאנק אייך אלע.
מיטוואך אקטאבער 17, 2018 4:20 pm#414601
איך בין א כולל יונגערמאן וואס האט נישט געטראפן קיין חברותא זיץ איך אפ אין די כשרע איטערנעט סערוויס וואס איז ציגעשטעלט דא.
למעשהזיץ איך שוין א לאנגע צייט אויף קאווע שטיבל שוין פין מיינע בחורשע יארן טבער יעצט האב איך מחליט געוועהן אז די צייט איז אנגעקומען איך זאל מיך קענען אביסל ארויסברענגען
איך האף איר וועט הנאה האבן פין מיר!!!
זונטאג אקטאבער 28, 2018 12:54 am#415426
אלע גוטע ליינס זענען שוין אויסגעניצט, אבער איך וועל צולייגן פרישע. וואס איז פשט פון די 40 ווערטער אדער 160 אותיות? ווער דארף דאס? עכ"פ, איך האב נאר דאס, טעיק איט אר ליעוו איט...
זונטאג אקטאבער 28, 2018 12:54 am#415427
איך בין א יונגע יונגערמאן, קיין שרייבער בין איך נישט, אבער נייגעריג בין איך זייער. ממילא דרייעך מיר דא כסדר, האב איך באשלאסן טא פארוואס זיך נישט איינשרייבן. איך האב פיינט די society בתכלית השנאה און ליב דעם אמת בתכלית האהבה.(יא די צוויי זענען דבר בהפיכו).
זונטאג אקטאבער 28, 2018 11:30 am#415473
איך בין א חסידישער יונגערמאן אין די פערציגע יארן. גילערנט אין כולל ביז 9 יאהר צוריק. היינט בין איך א בעה"ב. איך האב הנאה צו ליינען די אידישע נייעס און אויך די אלגעמיינע נייעס און אויך השקפה'דיגע מאמרים, און פון מאל צו מאל פיל איך אז איך מוז ארויס געבען אויך מיין מיינונג.
מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 10:03 am#416080
איך בין א פשוטע יוד איך זיך פשוט אמונה טהורה אמתדיגע אמונה! אמרתי אשיחה וארוח לי..
איך שטאם פון א רבישע משפחה מעיר וויליאמסבורג הנקרא ירושלים דאמיריקע
איך זיך א מקום ווי מען קאן שמוסען פון אלאמען מיט קלוגע חברה אן די שרעק אז דער גבאי בית המדרש וועט מיר פארשרייען רעד נישט מיט אים ער איז פארדארבען..
איך גלייב באמונה שלימה אז אפילו פושעי ישראל מלאים מצןת כרמון
מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 10:04 am#416081
קאווע שטיבל איז א ברייט באקאנטע רייכע און גאר תוכן פילע וועב זייטל מיט גאר רייכע ידיעות און היסטאריע בקורות בני עמינו איך בין א רעגעלמעסיגע באזיכער און קאווע שטיבל שוין די לעצטע דריי יאר אסאך מאל קומט ארויף ענינים וואס עס וואלט געווען אינטערסאנט און פשוט אלס אל תמנע טוב מבעליווויל איך מיר איינשרייבן אלס חבר אין קאווע שטיבל
מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 10:05 am#416083
I am visiting here from time to time and I would love to have the privileged to comment on topics that drew my interest. I love to set the record straight before going into an argument based on the
"famous quote "you are entitled to your own opinion not to your own facts
מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 5:03 pm#416120
שוין געווען אמאל אזא ניק
l אלע הודעות פון ריכטיג
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 10:23 am#416682
איך בין אלט 83 יאר גיבוירן ניינטער דור אין ירושלים.
דיינק גאט ,האב צוויי זין פיינע געלערעטע הא טאכטער הא טייערע איבערגעגעבינע אזוי מיינע זין.
אייניקלאך און אויך אוראייניקלאך
איך בין ב"ה באשייננט מיט נחת פון אלע ארומיקע . מיין ווייב האייביקע חברטע שיין און געלערנט,
יינגער פון מיר מיט צווי יאר און ליב איר ווי אין דיא צוואנציקער יאר און מער
מיר זיינען ביידער פארנומע גיווען מיט עדיוקיישען יונגע קלאסן און עלטערע
איך בי אויך הא ארטיסט קוליגראף, הא מאלער און שרייב מעשעלאך און דערצייל
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 10:25 am#416683
איך האב ליב צי הערן יענעמס דעה, אין איך קוק ארויס צי פארברענגען צוזאמען.

Im new here and I hope I will add good content to make you all enjoy my company im not so good in writing Yiddish so please understand that it will take some time till I have a high quality writing.
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 2:47 pm#416689
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
גד פריימן האט געשריבן:איך בין אלט 83 יאר גיבוירן ניינטער דור אין ירושלים.
דיינק גאט ,האב צוויי זין פיינע געלערעטע הא טאכטער הא טייערע איבערגעגעבינע אזוי מיינע זין.
אייניקלאך און אויך אוראייניקלאך
איך בין ב"ה באשייננט מיט נחת פון אלע ארומיקע . מיין ווייב האייביקע חברטע שיין און געלערנט,
יינגער פון מיר מיט צווי יאר און ליב איר ווי אין דיא צוואנציקער יאר און מער
מיר זיינען ביידער פארנומע גיווען מיט עדיוקיישען יונגע קלאסן און עלטערע
איך בי אויך הא ארטיסט קוליגראף, הא מאלער און שרייב מעשעלאך און דערצייל
38 אדער 83??
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 3:15 pm#416690
גד פריימן האט געשריבן:איך בין אלט 83 יאר גיבוירן ניינטער דור אין ירושלים.
דיינק גאט ,האב צוויי זין פיינע געלערעטע הא טאכטער הא טייערע איבערגעגעבינע אזוי מיינע זין.
אייניקלאך און אויך אוראייניקלאך


שוואכע שאנסן צו האבן אוראייניקלעך ביי די אכט און דרייסיג..
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 3:28 pm#416691
נאך שוואכערע שאנסן צו האבן א שיינע ווייב ביי די 83...
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 5:42 pm#416709
i became a member here after seeing somewhere that on kave shteibel there is a whole conversation about helbrans and i wanted to join here and hope i will enjoy here
מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 12:07 am#417458
איך ליין דא שוין באלד צוויי יאר אין איך מיין אז איז שוין געקימען די צייט זיך צו איין שרייבען זייער אסאך מאל וויל איך מיין שרייבן עפעס אדער לייקען אט זענען מיר דא איך ווייס נישט וויפעל איך וועל שרייבן אזוי איך האב נישט קיין יודישע קיבארד
מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 12:09 am#417459
איך באזיך שוין דא אין שטיבעל עטליכע יאר, איך בין נישט מסכים מיט אלע דברי כפירה וואס ווערט דא געשריבען... לאל, אבער פארט האב איך הנאה צו ליינען... איך מיין אז איז געקומען די צייט זיך איינצושרייבען...
מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 12:10 am#417460
איך האב ליב צו ליינען גוט געשריבענע ארטיקלען(געמישט מיט הומאר),און איך זיך א פלאץ ווי איך גיי זיך קענען אויסגעבן מיינע מיינונגען אויף די וועלט ארום מיך, איך בין א teenager וויאזוי מ'וואלט עס גערופען, און איך וואלט געקענט באשטיין צו רעדן מיט די חברים דא אביסלע פאליטיק(וועלטליכע, נישט אידישע ח''ו) און זיך אביסל אויסטענה'ן ארום די קאנסערוואטיווע און ליבעראלע שיטות
מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 12:11 am#417461
איך האב הנאה צו ליינען דא די ויכוחים אין דעות, און איך פארשטיי נישט די שאלה 'פארוואס האט איר מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל?' סאיז דא דא העווי סטאף!
(איך האף אז דאס איז שוין 40 ווערטער).
מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 12:12 am#417462
ווען איך וויל הערן אביסל נארישקייטן און איך שעם זיך צו זיך אראפזעצן אין א קאווע שטיבל, קום איך אריין דא, דא איז א פלאץ וואס איז א קאווע שטיבל, אויך א מקווה מיט א בור השקה, אבער א בור שאין לו תחתית.
מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 12:13 am#417463
א קאווע טרינק איך אינדערהיים נישט אין קאווע שטיבל, ווען איך האב א שוואכע מינוט קוק איך אין די קאווע שטיבל, נישט צו טרינקען קאווע נאר צו זעהן ווי קאנווערסיאלע מענטשן טענה'ן זיך, אסאך מאל טראכט איך צו מיר וואלטן זיי זיך געטראפן פנים אל פנים וואס וואלט פאסירט, איך וואלט זיך זיכער געשעמט צו זיין דארט...
וויפיל איך גיי שרייבן דא ווייס איך נישט, אבער עס איז נישט וויכטיג, די עיקר ווען מען האט עפעס זיך אנצורופן אינמיטן א שמועס וועט מען האבן די געלעגנהייט, אזוי ווי אין די קאווע שטיבל, אבער אן האבן די בושות...
מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 12:14 am#417464
א אינגערמאן וואס האט ליב צו ליינען און שרייבען איבער נייעס טעכנעלאגיע און מוזיק איך זעה מען דארף שרייבען וועגן די מצב סא מיין מצב איז נישט פויעגלדיג ווער עס וויל מיך שיקען א קוויק פעי זאל זיך פארבונדען
איך האף איך וועל הנאה האבן דא
פרייטאג נאוועמבער 30, 2018 5:01 pm#417660
איך בין א אלטע אלטע זיידע וואס איז אנגעקומען דא ווייל איך האב נישט וואס צו טין מיטן לאנגע שרעקליכע טאג וואך חודש יאר מינוט יעצט אז איך בין דא האףצאיך שוין צי האבן וואס צו טין מיטן וואך חודש יארנטאג מינוט
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 1:00 pm#418126
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אלטע זיידע האט געשריבן:איך בין א אלטע אלטע זיידע וואס איז אנגעקומען דא ווייל איך האב נישט וואס צו טין מיטן לאנגע שרעקליכע טאג וואך חודש יאר מינוט יעצט אז איך בין דא האףצאיך שוין צי האבן וואס צו טין מיטן וואך חודש יארנטאג מינוט
זיידע'ניו טייערע, אויב איר האט נישט וואס צו טוהן, ביטע נישט טוהן דא.
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 5:11 pm#418144
איך בין א איידעלע שטילע יודל וואס לעבט מיטן בורא כל עולמים, וואס האט ליב צו קייען ליינען און הערן 'אידישע און אלגעמיינע נייעס'. איך האב נישט נישט ליב סושי און אויך נישט וויסקי.
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 5:12 pm#418145
איך האב זיך שוין באגעגנט אסאך מאל און די פארם פון קאווע שטיבל אין גאר אסאך אינטרסענטע זאכן וואס איך בין זייער נייגעריק דאס צו דארך טון אא"ו, איך האב געזען דא ממש שינע נושאים איבער אלע אינטרעסענטע זאכן איבער דו גענצע וואלט אזוי אויכט איסטורישע זאכן אדער זאכן וואס איז קיינמאל נישט געווערן גשיריבן און אנדערע פלאצער
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 5:13 pm#418146
איך גלייך צו שרייבן איבער מיין שטעטל טאהש, און איבער סקאלערשיפס, איך בין א חסיד פון זיך טרעפן און פארברענגען אינאיינעם, איך מיין איך האב שוין אסאך אויפגעטון אויף די וועלט
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 5:15 pm#418147
איך גלייך זייער שטארק אונזער מאמע לשון און איך גלייך צו זיצן אין א מקום וואס מדערהייבט אונזער שפראך. און איך גלייך זייער פאליטיק פון יעדע נושא וואס נאר שייך פארשטייט זיך.
ווי אויך מוזיק און אלגעמיינע נייעס און עפעס זאפטיגס קומט אויך אריין זייער קלאר.