ווען איך וועל ארויפקומען אויף יענער וועלט, און דער בורא וועט מיר פרעגן, "חמדה'לע, מיין קאווע שטיבל האסטו געזען?", וואס וועל איך ענטפערן?
ווי עס זעט מיר אויס זיצן דא אידן וואס זענען טרוד על המחיה ועל הכלכלה און נוצן אויס יעדע איבריגע מינוט און זענען זיך מייגע להעמיד הדת על תילה, די אמתע אידישקייט, אן כבוד און אן געלט. מען קען ממליץ זיין דערויף, "אם פגע בך מנובל זה, משכהו לבית המדרש" - נישט זיי דיך מושך אין בית המדרש, נאר שלעפ אריין דעם גאנצן יצר הרע אין בית המדרש מיט די רמ"ח איברים, ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן, דאס איז דער שענסטער נצחון וואס כלל ישראל האט אפגעהאלטן אין די מלחמה קעגן מאדערנע טעכנאלאגיע. מה נהדר מראה זו.
(איך דארף נאך עקסטער אויסגראמען די מנהלים, אדער שוין יוצא געווען?)