Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1518 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4905 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7540
דינסטאג יוני 23, 2015 8:46 am#284536
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
טוביה זִיגוּד האט געשריבן:איך האב אסאך אנגעהערט אין בית המדרש וועגען דעם קאווע שטיבל און באשלאסען אז גם אני בחלומי איך וויל מיר אויך מצטרף זיין צו דעם קופקע און מיט שמיסען
מיין אינטרעסע איז שטופען צייט, און פילן וויכטיג. איך בין א אינגערמאן כבן עשרים וחמש
מיין חסידות קען איך נישט אויסזאגען אבער אין די סיגוטער גלילות
מיינע טאלטאנטען האב איך נאכנישט געהעריג מגלה געווען כאטש מיין רבי אין חדר האט געזאגט אז איך האב א אייזענע קאפ

דיין חסידות ווייסט מען טאקע נישט ווייל די פארציילסט נישט.
אבער דיין התנגדות לאסטו דיך ברייט הערן..
דינסטאג יוני 23, 2015 12:27 pm#284578
נישט מיין ערשטע ניק ממילא באפאלט מיר נישט מיט קיין שלום עליכם'ס. מיין פאריגע ניק איז געווען זייער יאנטשי און געגעבן א ראנג אימפרעשען איבער מיר, דערפאר קום איך איצט מיט א ניק מער פאסיג: ליפא.
דינסטאג יוני 23, 2015 12:36 pm#284580
איי, ווי נעמט די קוראזש.
דינסטאג יוני 23, 2015 12:44 pm#284581
אייעם סארי, אבער איך האב לעצטנס באקומען א ראנג אימפרעשאן אויף ליפא, ומאי הועילו חכמים בתקנתם?
דינסטאג יוני 23, 2015 2:27 pm#284606
האסט מיר נישט פארשטאנען. מעגסט האבן א ראנג אימפרעשען אויף א 'ליפא', אבער דאס בין איך און פארטיג. מיין פאריגע ניק האט פשוט פארנארט.
דינסטאג יוני 23, 2015 3:53 pm#284632
ליפא האט געשריבן:האסט מיר נישט פארשטאנען. מעגסט האבן א ראנג אימפרעשען אויף א 'ליפא', אבער דאס בין איך און פארטיג. מיין פאריגע ניק האט פשוט פארנארט.

ווען דו וועסט שוין זיין א העלד אונטערן ניק 'ליפא', וועסטו אונז מגלה זיין וואס דיין ערשטע אומגעלונגענע ניק נאמען איז געווען?!
דינסטאג יוני 23, 2015 4:50 pm#284649
א גוטן טאג
איך בין פון נאטור א פרעגער, איך פרעג אסאך ווייל איך האב ליב צו וויסן אלעס לעומק הענין. דאס שטאמט פון מיין נייגעריגע נאטור.
אויף דעם אופן האב איך מיר קונה געווען אסאך ידיעות, איך פאררוף מיר נישט א ידען ווייל וויפיל מען ווייסט, ווייסט מען נישט גענוג.
איך האב געהערט פון קאווע שטיבל אסאך און איך ליין גאר אסאך איך האב הנאה אז מאנכע וועלן כסדר פרעגן פראגעס וואס איך וואלט געוואלט פרעגן אבער עס איז געקומען די צייט איך זאל אליינס אנהייבן פרעגן.
דינסטאג יוני 23, 2015 8:02 pm#284704
שש משזר האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:האסט מיר נישט פארשטאנען. מעגסט האבן א ראנג אימפרעשען אויף א 'ליפא', אבער דאס בין איך און פארטיג. מיין פאריגע ניק האט פשוט פארנארט.

ווען דו וועסט שוין זיין א העלד אונטערן ניק 'ליפא', וועסטו אונז מגלה זיין וואס דיין ערשטע אומגעלונגענע ניק נאמען איז געווען?!

איך פלאן נישט צו זיין א העלד.

מיט אנטשולדיגונג :רח"ל
מיטוואך יוני 24, 2015 12:17 pm#284875
I'd like to join this awesome place. Looks like a great place. But now I need to write forty words about myself and that's a big requirement, so here goes 40. No, it's not forty yet. Another while and I'll reach my milestone.
מיטוואך יוני 24, 2015 12:32 pm#284878
שלום עליכם. א קרוב מיט חיים נחום הלוי פריעד?
מיטוואך יוני 24, 2015 3:33 pm#284894
נו, חשש גילוי :D
מיטוואך יוני 24, 2015 3:33 pm#284895
ישמעאל הכהן האט געשריבן:שלום עליכם. א קרוב מיט חיים נחום הלוי פריעד?

שאול אלכסנדר איז דאך נישט קיין לוי.
מיטוואך יוני 24, 2015 5:54 pm#284921
ישמעאל הכהן האט געשריבן:שלום עליכם. א קרוב מיט חיים נחום הלוי פריעד?

נע, אויב עפעס איז ATUB @חיים נחום הלוי פריעד ATUB א קרוב מיט פריעד באטשי, נישט מיט ATUB @שאול אלכסנדר פריד ATUB , קוק אויף די ספעלינג פון די לעצטע נאמען.
מיטוואך יוני 24, 2015 7:53 pm#284955
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
פריעד באטשי האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:שלום עליכם. א קרוב מיט חיים נחום הלוי פריעד?

נע, אויב עפעס איז @חיים נחום הלוי פריעד א קרוב מיט פריעד באטשי, נישט מיט @שאול אלכסנדר פריד, קוק אויף די ספעלינג פון די לעצטע נאמען.

די ספעלינג מיינט נאך גארנישט ווייל שאול אלכסנדר וואינט אין ארצינו הקדושה ווי באקאנט האבן זיי א מנהג אויסצולאזן אותיות .
מיטוואך יוני 24, 2015 10:19 pm#284979
קאייעה שטיבל פאר מיר איז עס א פלאץ ווי א איד קומט זיך צי דער קוויקען דאס הארץ נאך א שווערער טאג.
שוין וואס ווילסטו וויסען פון מחר יעצט?
איך האב ליב צי זיין אין א שמעיס ווי מען רעדט תוכנדיגע זאכן.
דאנערשטאג יוני 25, 2015 12:00 pm#285070
קאייעה? פון מחר? שמעיס?

פאסט נישט פאר א 'דורכגעטראכטער' נישט דורכצוטראכטן די תגובה פארן שיקן.
דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:34 pm#285105
The information on jewish history here is fantastic. Some posts and comments are brilliant. I'm
s
willing to overlook some foolish responses just to have the pleasure of reading some
Beautiful pieces. The current series on amshinov is solid gold!
There are some very intelligent perspectives on some very difficult issues hat affect us today . I sometimes feel it necessary to add a comment if I think it will contribute . I thank you for the opportunity
דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:53 pm#285116
שוין.
מיך האסטו שוין זיכער אפגעקויפט:
איש תם האט געשריבן: The current series on amshinov is solid gold!
דאנערשטאג יוני 25, 2015 5:09 pm#285162
מיר האבן שוין מזומן פון תמים ותמימים
זונטאג יוני 28, 2015 11:38 am#285606
קאווע שטיבעל!!! איז מיין רואיג פלאץ ווי איך וויל פארברענגען

נאך אזוי לאנג באזיכען דא און ליינען אזויפיל אינטרעסאנטע זאכען האב איך געטראכעט אז אפשר צי שרייבען איז פאר מיר אויכעט דא די פלאץ
ני טריי איך אפשר טאקע
זונטאג יוני 28, 2015 11:40 am#285608
א איד פון ארץ ישראל, א איד וואס רעט נאר דעם אמת לאמיתה, ולטובת הרבים, אוהב ישראל באמת ומשתדל בטובתן, תלמיד נאמן ומקושר אמיתי לצדיק יסוד עולם רבי נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו,
זונטאג יוני 28, 2015 11:41 am#285609
לעצטענס איז מיר אסאך אויסגעקומען צו באזוכען דא אין שטיבל, און איך בין געווארן זייער באגייסטערד צו זען א פלאטץ פיל מיט היסטאריע, אנליזען בדרך השקפה, סתם פארברענגען וכו... און אסאך מאל האב איך געוואלט צולייגען מיין הסברה, האב איך מחליט געווען אז מגיימער זיך איינשרייבען, און איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן.
זונטאג יוני 28, 2015 11:43 am#285610
א גוט יאר טייערע חבירים
די סיבה פאר וואס איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר דא אין קאווע שטיבל איז פשוט ווייל איך גלייך זייער שטארק קאווע
ערענסט גערעדט. איך זוך שוין לאנג א פלאץ ווי מקען זיך דורכרעדן מיט חבירים אין דורכטון געוויסע נושאים אין א געשמאקע אטמאספער
זונטאג יוני 28, 2015 11:45 am#285611
I am very exposed to the problems of our community but rarely have a chance to get the perspective of the general public. I think that this forum will include diverse perspectives.
זונטאג יוני 28, 2015 9:49 pm#285832
איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל צילוב דעם וואס איך קען זיך שיון נישט איינהאלטן איך מיז אריוס געבען מיינע געפילען..
וואס נאך זאת איך זאגען?
איך וואל האבן א חלק אין אזא שטיבל
זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:31 pm#352077
יואלי וואלפסאן האט געשריבן:נאך א לאנגע צייט נישט שרייבן אדער זיין דא און איך קען נישט געדענקען מיין פעסווערד אדער אימעיל.

דיין אלטע ניק געדענקסטו יא? אדער דאס אויך נישט.
זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:43 pm#352080
יואלי וואלפסאן האט געשריבן:געטוישט קאמפיוטער נאך א לאנגע צייט נישט שרייבן אדער זיין דא און איך קען נישט געדענקען מיין פעסווערד אדער אימעיל. יעצט האב איך מער צייט צו שרייבן און ליינען און לייקן און אלעס גוטס א גמר חתימה טובה

ליגענט? אין די הייליגע טעג??
פרייטאג אקטאבער 14, 2016 5:49 pm#352527
ווען רבי נתן זצ"ל איז נסתלק געווארן, און זיין חבר האט נאכנישט געוואוסט דערפון, האט רבי נפתלי זצ"ל אים געזעהן אין חלום, אין די סצענע איז געווען נורא ואיום,
ער האט געזעהן ווי רבי נתן לויפט, פרעגט אים רבי נפתלי ידידי ווי אהין לויפסטו? זאג מיר וואס איז דאס געלויפעניש?

איך לויף גלייך צו רבינו האט ער אים געענטפערט, איך לויף גלייך צו רבינו
אזוי אויך טוה איך די זעלבע זאך, צום הייליגן רבי איך לויף די גאנצע צייטן.
מוצ"ש אקטאבער 15, 2016 9:45 pm#352539
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
בן עקיבא האט געשריבן:ווען רבי נתן זצ"ל איז נסתלק געווארן, און זיין חבר האט נאכנישט געוואוסט דערפון, האט רבי נפתלי זצ"ל אים געזעהן אין חלום, אין די סצענע איז געווען נורא ואיום,
ער האט געזעהן ווי רבי נתן לויפט, פרעגט אים רבי נפתלי ידידי ווי אהין לויפסטו? זאג מיר וואס איז דאס געלויפעניש?

איך לויף גלייך צו רבינו האט ער אים געענטפערט, איך לויף גלייך צו רבינו
אזוי אויך טוה איך די זעלבע זאך, צום הייליגן רבי איך לויף די גאנצע צייטן.

וואטש גליטש זיך נישט אויס.
מיטוואך אקטאבער 19, 2016 2:03 pm#352631
הממ, מיין לעצטע זאך וואס איך האב געפלאנט צו טון איז שרייבן, דאס איז נישט מיין טאלאנט בכלל, אבער אז מען מוז, מוז מען,

איך בין נארוואס ארויס פון כולל נאך א גוטע פינף יאר לערנען, איך בין אריין אין א ליין אין וואס איך בלייב נאך איבער מיט צייט צו טון מיין פעיוואריט זאך - ליינען, און דאס איז בא'טעמ'טער איינגעשריבן.

שטימט?
מיטוואך אקטאבער 19, 2016 9:53 pm#352651
איך בין א אינגערמאן אין די דרייסיגער יארן, זייער ערליך און אפגעהיטן. איך גלייך אבער צו הערן פארשידענע מיינונגען און געדאנקן פון אלע זייטן ווילאנג עס איז נישט נגד תורת משה. מיין גרעסטע תאוה איז א הייסע מקוה, מיין קלענסטע תאוה איז געלט, יאפטשיק איז ערגעץ אין צווישן. שוין אייוואנע בי עי פארט אף די פארטי דא.
מיטוואך אקטאבער 26, 2016 10:14 pm#352945
מיין יארגאנג איז צוואנציג יאר און איך האב באשלאסן ארויפציקומען אויף דעם פלאטפארמע נאכדעם ווי איך האב אנגעהויבן צי שרייבן אויף עטליכע גרויסע טשענעל'ס אויף טעלעגראם וואס דאן זעענדיג אז איך גלייך עס מער פון טאג צי טאג האב איך דעסיידעט ארויפציקומען דא אויך און איך האף אז איך וועל ענק קענען צושטעלן זאפטיגע ארטיקלען
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 1:37 am#352957
איך בין נישט קיין שרייבער נאר ווען איך דארף קאמענטירען מיז איך האבן א ניק. איך קום ארגינעל פון די ברודער פון קאווע שטיבל ווי היסס עס נאר. איך בין נישט קיין העיטער נאר לאווער כהאב ליב אידן סתם ווייל ער איז איד נישט קיין חילוק ווי ער געהער, כאטש איך קען נישט דולדען מענטשן וואס לויפן נאך רביס, סתם אלץ עולם גולם מאנקי סי מאנקי דא
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:42 am#353063
א גישמאקע יונגערמאן מיט א גוטע שפראך און טאלאנט. איך מיין אז נאך יודן קענען הנאה האבן צו מיטהאלטן מיין בויך וויי. ווי אויך וואלט איך געוואלט זעהן וואס אנדערע שרייבן. און האבן א גו״ט טיי״ם.
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:43 am#353064
קאווע שטיבל איז דאס פלאץ ווי מען קען שרייבן דאס אמתע ווארט אן קיין שטער פון אלע סארטן טוט מען רעדן פון נייעס ביז ביסנעס א געשמאק צי זיין א מעמבער דא, מלא טוב איז דא צי געפינען ווי מען גייט ווערט מען פארגאפט וואספארא ארבעט דא גייט אריין שרייבער גיבן אויס זייערע טאלאנטן
מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 11:34 am#353406
די סיבה איך האב אפגעמאכט צו וערן א חבר אין קאווע שטיבל, כדי איך זאל זעהן די פארקערטע וועג פון ווי אזוי איך טראכט, צו קענען אפשאצען מיינע שיטות אויב ס'איז טאקע ריכטיג אין אמת, איך האף איך וועל דא הנאה האבן
זונטאג נאוועמבער 06, 2016 2:53 pm#353671
Well just a normal person and looking to join I am on telegram and I can help out other whit that world I am on my middle age and not involved in politics since you can't change and I usually like to change and if it's not possible I don't get involved
Thanks
דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 1:09 am#353870
א) איך האב א סאך אינסייד אינפארמעשן/ ביהיינד דע סיניס (עכטע אין נישט עכטע)
ב) נימעס געווארן פין אייוולע!
ג) קאווע שטיבעל שלאפט לעצטענס ס׳דארף נייע ינגערע שרייבערס
דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 4:38 am#353873
הערינג האט געשריבן:א) איך האב א סאך אינסייד אינפארמעשן/ ביהיינד דע סיניס (עכטע אין נישט עכטע)
ב) נימעס געווארן פין אייוולע!
ג) קאווע שטיבעל שלאפט לעצטענס ס׳דארף נייע ינגערע שרייבערס

שלום עליכם, יהא בואך לברכה. כ'האף אז דער דאזיגער הערינג פארמאגט נישט קיין עקספערעשאן דעיט. מ'האמער שוין אמאל געהאט עפעס א פישעלע העררינג.
אגב, נארוואס האב איך מיך פונקט געזייפט די הענט פון וויינבערגער'ס מאטיאש, שוין נישט געגעסן קיין הערינג פאר חדשים. איז ער צו זאלציג, אדער דאכט זיך מיך נאר?
זונטאג נאוועמבער 13, 2016 1:37 pm#354415
איך בין נישט קיין ריזן שרייבער,
אבער יא א גרונטלעכע ליינער,
נאך א שטיק צייט זיך דרייען דא אלס גאסט האב איך באשלאסן מיך צו אינווייטען ברשות כל הקהל צו קענען פארברענגן דא כאחד התושבים

מנאי הק' כיור נחושת פק"ק קאווע שטיבל יצ"ו
זונטאג נאוועמבער 13, 2016 3:58 pm#354439
איך זיץ אויף די אינטערנעט א גאנצן טאג אין איך האב נישט וואס צי טין אויזער וואטס עפ אין טעלעגראם םא קאווע שטיבל זעיט אויס די אינטערעסאנטסטע פאר מיר צי פארברענגען אין לאכן אין שמיסן מיט אינק איך האף עטס וועטס מיר שיין אויפנעמען
מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 12:04 am#354497
איך האב ליב קאווע (שטיבל)
איך האב ליב צו ליינען
איך באלאנג צו חסידות סאטמאר מהריי שליטא
איך האף אז סיי איך אים סיי קאווע שטיבל וועט הנאה האבן
איך בין 21 יאר א זון פון א חשובע עסקן אין תלמוד
איך האב געלערנט און סאטמאר
מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 1:55 am#354500
יא דיין 7 מאל "איך" שטימט מיט דיין נאמען... ביליוו מי...
מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 3:05 am#354505
אזוי אויך מיט געוועזענעם פרעזידענט עלעקט פון אכט יאר צירוק וואס האט זייער ליב געהאט דער ווארט "איך".

ווערט אנאליזירט דא:

m http://www.msnbc.com/rachel-maddow-show ... alls-apart m
מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 8:49 am#354508
וויצן אין א זייט פרעזידענט עלעקט האט עס געמאכט
מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 2:04 pm#354531
ערגעץ וואו פארגנב'ט זיך מיר א מחשבה'לע אז אפשר איז דער פרעזידענט-עלעקט גאר א גילגול פון שש משזר. מ'דארף וואטשן אלע ניי-געבוירענע קינדער צו זיי האבן נישט א ניצוץ פון זיין נשמה...!
מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 4:54 pm#354546
פרעזידענט עלעקט האט גארנישט מיט קיינעם
מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 7:17 pm#354568
אסאך מאהל האב איך אויך עפעס צו צוגעבען צום שמועס וואס איך קלער וועט זיין לתועלת למשל בנוגע וואס איינער בעט מפרסם זיין די קשיות מיט תרוצים וועגען אמונה דער בעל דרשן איז גערעכט אז ער וויל נישט מפרסם זיין די קשיות ווייל צו וואס געבן איינעם קשיות און ספיקות וואס האט עס נישט און סקען גאר זיין וועסט איהם געבען א אייזערנע קשיא און דער תירץ וועט זיין נישט אזוי קלאר וועט זיין יצא שכרו בהפסדו וכו,
זונטאג נאוועמבער 20, 2016 4:21 pm#355061
אל נלך כצאן לטבח!

שוין גענוג געהאט אז ראדיקאל יחידים פירן אונז -די סיילענט מאדזשאריטי פון יהדות החרדית - ביי די נאז.
יעדער זאך וואס פאלט איינעם איין, קענען זיי אויספירן צוביסעלעך ביי אונז ווייל די עולם גולם שווייגט.

עד כאן!

אל נלך כצאן לטבח!

מיט די כח הרבים וועלן מיר מיט די הילף פון די שרייבערס דא זיכער מאכן אז אונז האבן א פלאטפארם ווי אונזער וויי געשריי וועט געהערט ווערן מסוף העולם ועד סופו.

ובשם ה' נעשה ונצליח!

#סטעי טיונד


מיינע פרטים:
חסידות = נשתכח
טאלאנט = שרייען
שאיפות = זיין א נארמאלע מענט
פלענער = געבן א פלעטפארם פאר דעת הקהל
זונטאג נאוועמבער 20, 2016 4:23 pm#355062
דיין טאלאנט מיט דיינע שאיפות זענען א שטיקל סתירה, עניוועי יהי בואך לשלום.