פארומס › קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4,746 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג אפריל 28, 2019 9:27 pm#429156
ווען איך וועל ארויפקומען אויף יענער וועלט, און דער בורא וועט מיר פרעגן, "חמדה'לע, מיין קאווע שטיבל האסטו געזען?", וואס וועל איך ענטפערן?
ווי עס זעט מיר אויס זיצן דא אידן וואס זענען טרוד על המחיה ועל הכלכלה און נוצן אויס יעדע איבריגע מינוט און זענען זיך מייגע להעמיד הדת על תילה, די אמתע אידישקייט, אן כבוד און אן געלט. מען קען ממליץ זיין דערויף, "אם פגע בך מנובל זה, משכהו לבית המדרש" - נישט זיי דיך מושך אין בית המדרש, נאר שלעפ אריין דעם גאנצן יצר הרע אין בית המדרש מיט די רמ"ח איברים, ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן, דאס איז דער שענסטער נצחון וואס כלל ישראל האט אפגעהאלטן אין די מלחמה קעגן מאדערנע טעכנאלאגיע. מה נהדר מראה זו.
(איך דארף נאך עקסטער אויסגראמען די מנהלים, אדער שוין יוצא געווען?)
זונטאג אפריל 28, 2019 9:28 pm#429157
א געוואלדיג מקום פון אויסשמועס׳ן ענינים העומדים על הפרק על דרך האמת אן קיין שום ציגעבינדענקייט צו קיין שום פון פאראויס אוועקגעשטעלטע שיטה וכו׳ איש על מחנהו ואיש על דגלו.
א גאר דערפרישענדע און קאלארפולע מקום מיט א געלעגנהייט צו הערן יעדעמ׳ס אייגענארטיגע קוק און געפיל אויף פילע נושאים.
א גרויסע יש״כ פאר׳ן אהערשטעלן אזא שיינע און געוואלדיגע מקום ב״ה.
זונטאג אפריל 28, 2019 9:28 pm#429158
האמת אגיד, איך פארמאג שוין א ניק אויף קאווע שטיבל שוין עטליכע יאר, אבער את אשר יגורנו בא, ווען דעם פארגאנגענעם יום טוב פסח און אריינגערעכנט שוין עטליכע וואכן בעפאר האבן מיר עטליכע אפגעשטעלט און מגלה געווען מיין אידענטיטעט פון דא אויפן שטיבל,

ווי פארשטענדליך אז דאס האלט צוריק פון זיך אויסדריקן בשלימות דא אין שטיבל, ווי לופטערן מיינונגען איבער פארשידענע ענינים, און אפגערעדט פון שרייבט מיט א ברייטקייט אין מאחורי.

אלזא, איז צום האספן אז דער נייער ניק וועט כאטש זיין עפעס א לעזונג צו די אויבנדערמאנטע.
זונטאג אפריל 28, 2019 9:29 pm#429159
איך בין א גרוש, אין איך האב אסאך שיטות, איך וואלט ליב געהאט עס ארויס צוברענגן למעשה, ווען איך ליין וואס איך טראכט האב איך קורת רוח פון דעם,
יעצט מיט די פרישע. נייעס פון די שיסעריי אין קאליפארניע וויל איך מיטיילן מיין שיטה מיט אנטיסעמטיזם
זונטאג אפריל 28, 2019 9:32 pm#429161
מיט כבוד אנטפאנגען מיר די חברים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די לעצטע עטליכע טעג, הלא הם:
ATUB @דער אלטער ATUB
ATUB @ארץ חמדה ATUB
ATUB @שפת אמת ATUB
ATUB @פרוש ATUB
ATUB @שיטה הקדושה ATUB

יהא בואכם לברכה.
מאנטאג אפריל 29, 2019 9:09 am#429204
ארץ חמדה האט געשריבן:ווען איך וועל ארויפקומען אויף יענער וועלט, און דער בורא וועט מיר פרעגן, "חמדה'לע, מיין קאווע שטיבל האסטו געזען?", וואס וועל איך ענטפערן?
ווי עס זעט מיר אויס זיצן דא אידן וואס זענען טרוד על המחיה ועל הכלכלה און נוצן אויס יעדע איבריגע מינוט און זענען זיך מייגע להעמיד הדת על תילה, די אמתע אידישקייט, אן כבוד און אן געלט. מען קען ממליץ זיין דערויף, "אם פגע בך מנובל זה, משכהו לבית המדרש" - נישט זיי דיך מושך אין בית המדרש, נאר שלעפ אריין דעם גאנצן יצר הרע אין בית המדרש מיט די רמ"ח איברים, ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן, דאס איז דער שענסטער נצחון וואס כלל ישראל האט אפגעהאלטן אין די מלחמה קעגן מאדערנע טעכנאלאגיע. מה נהדר מראה זו.
(איך דארף נאך עקסטער אויסגראמען די מנהלים, אדער שוין יוצא געווען?)


מנוול נישט מנובל. אזוי ווי די שרייבסט דא איז דער אמת'ע אידישקייט :)
פרייטאג מאי 03, 2019 12:32 pm#429579
שלום עליכם.

איך בין א חסידישער איד פון די סטעיט אף ניו יארק (ווייל דא האט די שיף געאנקערט מיט מיינע זיידעס).

איך ליין שוין דא פאר א שטיק צייט. וויל איך טרייען צו איך קען אויך עפעס צוגעבן.
פרייטאג מאי 03, 2019 12:33 pm#429580
א איד מיט כיסופים צום אייבערשטן און צו זיין תורה הקדושה. א איד וואס געדענקט אז מיר האבן א גוטע באשעפער וואס האט אונז געגעבן א גוטע תורה מיט גוטע מצוות וואס אלעס איז נאר פאר אונזער טובה און גוטס, און ער און זיינע מצוות און זיינע צדיקים זענען די איינציגסטע גוטס אויף דער וועלט, און אלעס אויסער דעם איז הבל הבלים ממש כנראה בחוש לכל. א איד וואס ווייסט אז דער אייבערשטער איז א גוטער און נאר גוטס, דעריבער איז אלעס וואס ער מאכט - זיכער נאר לטובה!!! און די גאנצע טאג דארף מען פשוט געדענקן פון אים און זיך ציען צו אים און טון זיין רצון מיט א שמחה כל אחד כפי יכולתו וכפי מדריגתו!! בקיצור - מיר זענען גליקליך אז מיר זענען אידן און מיר גלייבן אינעם אייבערשטן!! אשרינו!!
פרייטאג מאי 03, 2019 12:34 pm#429581
Love to read history.
Would love to participate on this well versed form perhaps i can share my views on daily news and on Chasiddus.
פרייטאג מאי 03, 2019 12:35 pm#429582
מיט כבוד אנטפאנגען מיר די חברים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די לעצטע עטליכע טעג, הלא הם:
ATUB @הדסים ATUB
ATUB @כיסופים ATUB
ATUB @Maven1 ATUB

יהא בואכם לברכה.
זונטאג מאי 12, 2019 9:11 am#430198
שלום וברכה! איך בין זייער פריילעך צי זיין א חלק פון קהילת ׳קאווע שטיבל׳! איך האב זיך איינגעשריבן צי קענען תורם זיין און לערנען נייע זאכן און געדאנקען. איך בין אינטרעסירט צי לערנען אידישע היסטאריע און אידישע מחשבה און נייעס.
זונטאג מאי 12, 2019 9:12 am#430199
א גוטן, איך בין א פרייליכער מענטש , און איך האב זייער ליב צו געבען מיין מיינונג אויף וואס אימער, איך ווער נישט באליידיגט אויב איינער האלט אנדערש, איך בין קאנפידענט מיט מיינס און שוין.
זונטאג מאי 12, 2019 9:13 am#430200
א פשוטער יונגערמאן וואס זוכט צו ווערן נאענט צום בורא עולם. האט אן אייגענארטיגע דעת. שטרעבט פאר תיקון עולם אויף אן אנדער אופן ווי די אלגעמיינע פראגרעסיווען. א שרייבער, דענקער, רעדנער און אקטיוויסט. קנאות אין געדאנק און פראגמאטיש אויף למעשה
זונטאג מאי 12, 2019 9:15 am#430201
ווייס, פריש, אן די אלטע פלעקן, כ'בין געווען אינג און נאריש און כ'וויל זיך טוישן, הלוואי מ'קען טון דאס זעלביגע אינם עכטען לעבן, טוישן די אידענטיטעט ווי א פאר וועש, גע'טובל'ט, אריין אין וואסער איינער, ארויס א צווייטער, די אלטע ניקים מיט אלע זייערע אידיאסינקראסיס פארפאקט אין בוידעם, לשנה הבאה בירושלים, אויף צום ווידערזען אדער אפשר נישט... כ'נעם מיר נאך א טשאנס, לאמיר זען וויאזוי דאס וועט גיין
זונטאג מאי 12, 2019 9:16 am#430202
איך זעה אז קאווע שטיבל איז א גוטע פלאץ אויס צו שמועסן אקטועלע גשעענישן און פראקטישע געדאנקען און השקפות און הערן מיינונגען פון אנדערע אויף א יעדע טעמע. איך בין א מיטעל יעריגער מענטש און דא קען מען דאכט זיך טרעפן אלע סארט עלטערס.
זונטאג מאי 12, 2019 9:18 am#430203
מיט כבוד אנטפאנגען מיר די חברים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די לעצטע עטליכע טעג, הלא הם:
ATUB @בינלאומי ATUB
ATUB @רייכע יוד ATUB
ATUB @אומץ ATUB
ATUB @מונטסורי ATUB
ATUB @זרחי ATUB

יהא בואכם לברכה.
זונטאג מאי 12, 2019 11:06 am#430213
עך עך אי אר האט געשריבן:איך בין א היימישער, פרייליכער יונגערמאן. איך בין טאקע חסידיש אבער א געלערנטער. איך האב א קאלעדזש דעגרי און איך ווער משוגע פאר היסטאריע. כ'האב ליב פאליטיק, אבער איך נעם נישט קיין שטעלע אין פאליטיק. איך האלט אז יעדער מעג האבן אן אייגענע מיינונג וואס איז אנדערש ( everyone is entitled to their opinions) און דאס איז די איינציגסטע מיינונג וואס איך האף און האלט אז יעדער זאל אננעמען.
ווארט נישט אויף קיין כבוד נאר נעם זיך שרייבן. מיר לעכצן צו הערן דיינע ידיעות אין היסטאריע (אידיש? גויאיש?), הייב אן אויסליידיגן דיינע באגאזשן וואס דו האסט אנגעזאמלט, די קאווע שטיבל חברי' וועט דיר דאנקבאר זיין.

#אם לא עכשיו אימתי
#אם אין אני לי מי לי
פרייטאג מאי 17, 2019 4:29 pm#430671
א גוט יאר אלע פארזאמעלטע איך באטראכט שוין דעם סייט פאר א פאר יאר שוין און איך האב געהאלטן עס וואלט מיר שוין געווען כדאי זיך איינצושרייבן און אויסשמויעסן ענינים שונים
פרייטאג מאי 17, 2019 4:30 pm#430672
איש מירון, איש ברסלב, איש בוהוש, איש ליובאוויטש, איש קרעסטיר, איש ליזענסק, איש ראדומסק, איש לעלוב, איש סאטמער, איש ארץ ישראל, איש בויאן, איש אמעריקע, איש יהודי.
פרייטאג מאי 17, 2019 4:31 pm#430673
איך בין אן אלטער ליינער פון פורום, און יעצט וויל איך מיך איינשרייבן און מגיב זיין און זאגן א דיעה איבער כמה וכמה אשכולות וואס איך טראכט אז דאס וועט אינטרסירן דעם עולם צי זאגן איבער דעם,
פרייטאג מאי 17, 2019 4:32 pm#430674
מיט כבוד אנטפאנגען מיר די חברים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די לעצטע עטליכע טעג, הלא הם:
ATUB @דער דארפסמאן ATUB
ATUB @nice_person ATUB
ATUB @abiry ATUB

יהא בואכם לברכה.
זונטאג מאי 19, 2019 1:09 am#430697
nice_person האט געשריבן:איש מירון, איש ברסלב, איש בוהוש, איש ליובאוויטש, איש קרעסטיר, איש ליזענסק, איש ראדומסק, איש לעלוב, איש סאטמער, איש ארץ ישראל, איש בויאן, איש אמעריקע, איש יהודי.

וואס וועט זיין מיט ראדאשיץ און מאגלעניצא? על מי נטשת הצאן?
דאנערשטאג מאי 30, 2019 4:21 pm#431327
1#)איך בין א גרוש
2#)איך האב א היסטערי
3#)איך האב די העכטע דעגראַד פון אִיגנארירן דֵיאגנָאסִיסְ'טְס
4#)איך האב נישט קיין חברים
5#)איך קען נישט זאגן
דאנערשטאג מאי 30, 2019 4:21 pm#431328
א פשוטע ערליכע יוד פון בברוקלין פרובירט זיך צו גובר זיין אויף אלע נסיונות ופגעי הזמן איך רעד זיך דורך מיטן דיין יעדע שאלה וואס איך האב. האב איך געטראפען די הערליכע אוצר פון קאווע שטיבעל. קלער איך אז דאס וועט בעז"ה ארויסהעלפען צו פארענטפרען די אלע שאלות וואס מיין דיין קען נישט (אדער וויל נישט..) ענטפערען..
דאנערשטאג מאי 30, 2019 4:22 pm#431329
איך בין בעצם אן אלטע ניק (ישן) וואס צוליב א סיבה שרייב איך זיך יעצט איין מיט א נייע נאמען (מלא חדש) איך האף צו זיין צוריק מיט א פרישקייט זיך אפלאזן פון אלטע שונאים און באקומען נייע חברים.
דאנערשטאג מאי 30, 2019 4:23 pm#431330
איך וויל פרובירן צו באקומען אינפארמאציע וואס איז שווער צו באקומען אנדערשווייז, דערפאר האב איך מחליט געווען צו עפענען א ניק דאהי לברך ולהתברך, צו קענען פרעגן און פילייכט אפילו ענטפערן אויך. ואקוה שבזה יצאתי ידי חובתי אנצוקומען צו פערציג ווערטער (אויב ווייסט איר נישט, און איר וואונדערט זיך כסדר וואס עס גייט פאר אין די פרישע ניקים אשכול ווי יעדער נייער ניק זאגט לאנגע דרשות אזש עס קען זיך דוכטן אז דער נייער ניק איז אויסן צו אייננעמען דעם שטיבל מיט " ATUB @מי אני ATUB 'ס" וויגאר, און לסוף אין קול ענות גבורה ואין קול ענות חלושה ניטאמאל קול זייפן בלאז אנכי שומע, איז דער סיבה דערצו ווייל דער סיסטעם פארלאנגט דאס אלס תנאי כפול קודם למעשה זיך צו קענען איינשרייבן בכלל, מען מוז אפטייפן א שעפערישע פערציג ווערטער'דיגע אינטראדוקציע, הארט בעפאר מען ברויך זיך קראצן דעם קאפ צו אויספיגורן וואס אזוינס איז דער פרי עץ הדר - ס'טע געהערט? לערן מסכת סוכה וועסטו אויך וויסן)
דאנערשטאג מאי 30, 2019 4:28 pm#431332
מיט כבוד אנטפאנגען מיר די חברים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די לעצטע עטליכע טעג, הלא הם:
ATUB @האפענונג ATUB
ATUB @jacobgreen11205 ATUB
ATUB @ישן מלא חדש ATUB
ATUB @מזל טוב ATUB

יהא בואכם לברכה.
פרייטאג מאי 31, 2019 12:39 pm#431396
jacobgreen11205 האט געשריבן:א פשוטע ערליכע יוד פון בברוקלין פרובירט זיך צו גובר זיין אויף אלע נסיונות ופגעי הזמן איך רעד זיך דורך מיטן דיין יעדע שאלה וואס איך האב. האב איך געטראפען די הערליכע אוצר פון קאווע שטיבעל. קלער איך אז דאס וועט בעז"ה ארויסהעלפען צו פארענטפרען די אלע שאלות וואס מיין דיין קען נישט (אדער וויל נישט..) ענטפערען..


אהה וועלקאם צו דער קלאב!!
פרייטאג מאי 31, 2019 5:23 pm#431408
jacobgreen11205 האט געשריבן:א פשוטע ערליכע יוד פון בברוקלין פרובירט זיך צו גובר זיין אויף אלע נסיונות ופגעי הזמן איך רעד זיך דורך מיטן דיין יעדע שאלה וואס איך האב. האב איך געטראפען די הערליכע אוצר פון קאווע שטיבעל. קלער איך אז דאס וועט בעז"ה ארויסהעלפען צו פארענטפרען די אלע שאלות וואס מיין דיין קען נישט (אדער וויל נישט..) ענטפערען..


האסט געפרעגט דעם דיין צו די מעגסט דיך דא איינשרייבן?
פרייטאג מאי 31, 2019 5:34 pm#431409
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
jacobgreen11205 האט געשריבן:א פשוטע ערליכע יוד פון בברוקלין פרובירט זיך צו גובר זיין אויף אלע נסיונות ופגעי הזמן איך רעד זיך דורך מיטן דיין יעדע שאלה וואס איך האב. האב איך געטראפען די הערליכע אוצר פון קאווע שטיבעל. קלער איך אז דאס וועט בעז"ה ארויסהעלפען צו פארענטפרען די אלע שאלות וואס מיין דיין קען נישט (אדער וויל נישט..) ענטפערען..


האסט געפרעגט דעם דיין צו די מעגסט דיך דא איינשרייבן?
Oh
Do you think it is wrong?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
מאנטאג יוני 03, 2019 6:29 pm#431537
i would love to join this kava shtibel
it looks like a very very good platform i would really enjoy if i can be added so i can be part of this great community thank you very much
מאנטאג יוני 03, 2019 6:30 pm#431538
א יונגערמאן וואס דרייט זיך שוין קרוב צו צוויי יאר אויף די זייטל אום אייגעשריבן, האלט סשוין העכסט צייט צו לאזן הערן זיין מיינונג, איך האב דע מערסטע הנאה פון העמק דבר, ווי אזוי מען קלערט דורך נושאים און מען איז דן אלע צדדים ארויס פון דע טעגליכע הלוך ילך.
מאנטאג יוני 03, 2019 6:31 pm#431539
Kave Shtible has everything in them inspiration, relaxation, imagination, theory.

I'm not so self minded always here for others.

Its amazing to be part of the coffee room.
מאנטאג יוני 03, 2019 6:33 pm#431540
מיט כבוד אנטפאנגען מיר די חברים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די לעצטע עטליכע טעג, הלא הם:
ATUB @פאלקאוויטש ATUB
ATUB @דובעלע ATUB
ATUB @myself ATUB

יהא בואכם לברכה.
דינסטאג יולי 16, 2019 11:51 am#433227
אן אלטגעזעסענער אין קאווע שטיבל, וויל זיך דערפרישן מיט א נייע אידענטיטעט.

א גלייכער מענטש, וואס הייסט גלייך?

פארלייגט גרויסע האפענונגען אויף א ליכטיגער עתיד און וויל לעבן פאר זיך, און עסט נישט קיין גלאז און טרינקט נישט אקונומיקה...
דינסטאג יולי 16, 2019 11:52 am#433228
איך האב א סאך צו זאגן, איך האב חידושים נפלאים פאר דעם עולם, גאר גאר אונטרעסאנטע זאכן.. איך במשך דעם צייט אלעס פארציילן......... פארשטייט זיך אז איך קען נישט פארציילען אלעס און איין מאל.. און עס וועט נעמען צייט ביז אז איך וועל אלעס מודיע זיין
דינסטאג יולי 16, 2019 11:53 am#433229
wanted to be part of this wonderful community of open minded yidish speaking writers who shear openly there thoughts in public i felt i have a lot to offer to this fourm since i am from wiilamsburg living now in israel so i have alot to compare apples to apples
דינסטאג יולי 16, 2019 11:54 am#433230
Someone recently told me about this forum, i am happy to see a forum where there are important topics discussed. as of now i didn't find any himesh forum where you can discuss openly things that need to be changed to the better.
דינסטאג יולי 16, 2019 11:55 am#433231
איך גלייב יעדער פארדינט צו האבן א גליקליך לעבן. איך גלייב אז צוטריט צו אינפארמאציע וואס קען העלפן איז געוואלדיגע חיזוק. פארשפרייטן זון שטראלן איז מיין גרעסטע הנאה
דינסטאג יולי 16, 2019 11:56 am#433232
איך גלייך צו שמיסן אין פארברענגן אן זיך פארכטן צו מיינע דיעות זענען אין שוואונג (קעלבעריש בלע״ז) איך האב אנגעטראפן די ווינקל דא און ס׳געפעלט מיר די געשמאקע אטמעספערע.
דינסטאג יולי 16, 2019 11:57 am#433233
איך זעה אז אסאך מענטשן שרייבן זאכן אהן וויסן וואס טוט זיך אין מציאות. איך מוז זיי אויפקלערן. אזוי ווי יעדער האט א דעה און יעדער האלט מסתמא אז זיין דעה איז ריכטיג. מיט דעם אלעם קען מען אויפווייזען בראיות ברורות די אמת'ע שיטה.
דינסטאג יולי 16, 2019 11:57 am#433234
באקומענדיג עקסעס צו אינטערנעט, געפין איך פאר וויכטיג אויסצוקלארן זאכן וואס זענען נישט ריכטיג אפגעלערנט געווארן במשך די יארן, געבנדיג א פאלשן סטעמפל אויף געוויסע געשעענישן. איך האלט אז איך קען אסאך צוגעבן צום שטיבל, עפענענדיג די אויגן פון די ליינער און זיי אויפהייבנדיג צום ריכטיגן ניווא.
דינסטאג יולי 16, 2019 11:58 am#433235
געטראפן דער וועקער און זייער הנאה געהאט דערפון, באשלאסן זיך איינצושרייבן, כבין א בארא פארקער געבוירענער באלאמגט נישט צו א חסידות, האב ליב נייעס און לייען מאטריאל, דא געטראפן א געוואלדיגע קאלאקציע פון נייעס מיט גוטע שרייבער
דינסטאג יולי 16, 2019 12:07 pm#433238
מיט כבוד אנטפאנגען מיר די חברים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די לעצטע עטליכע וואכן, הלא הם:
ATUB @ספרא דמרא ATUB
ATUB @הכול בכול מכול כול ATUB
ATUB @locker ATUB
ATUB @פארצייטישע איד ATUB
ATUB @הומאניסט ATUB
ATUB @סאדע וואסער ATUB
ATUB @גלייכער שכל ATUB
ATUB @אבשלום בן מעכה ATUB
ATUB @גם זו לטובה ATUB

יהא בואכם לברכה.
דינסטאג יולי 16, 2019 6:39 pm#433257
סדרן האט געשריבן:מיט כבוד אנטפאנגען מיר די חברים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די לעצטע עטליכע וואכן, הלא הם:
@ספרא דמרא
@הכול בכול מכול כול
@locker
@פארצייטישע איד
@הומאניסט
@סאדע וואסער
@גלייכער שכל
@אבשלום בן מעכה
@גם זו לטובה

יהא בואכם לברכה.


פשיהא.
וואספארא שטורעם.
א בחינה פון כמים לים מכסים
דאנערשטאג יולי 18, 2019 7:57 am#433315
או אינו האט געשריבן:In any event language is just a means to communicate words and inner feelings. So misspelling doesn't matter much, unless you deal with a Williamsburg businessman that due to the lack of Education needs hundred percent.

"I never had any large respect for good spelling".
Mark Twain in his autobiography.
מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:27 pm#434322
א ערליכע יוד פון וויליאמסבורג. איך זיך א מקום תורה ועבודת השם. כדרך אבותינו. כידוע האבען די עכטע ערליכע יודען
מקפיד געוועהן צו טרינקען קאווע דווקא אין קאאווע שטיבעל כדי צו הערן דו שמוסען וכן אני נוהג

איך האף אז עס וועט מיר קלאר ווערן אלע מיינע ספיקות..
מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:28 pm#434323
I have started to learn Yiddish and think this forum will be helpful.
.I am a Modern Orthodox Jew from New York
I am interested in both Limudei Koidesh and Limudei Chol. I learn politics, linguistics, and Gemara is university. When I learn on my own I'll learn Mishneh Torah, Midrash. Sheilos uTeshuvos or Machshava like Moreh Nevuchim, Kuzari, and Chovos HaLevavos. Recently, I have been spending some time by Boro Park and Williamsburg.
מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:29 pm#434324
i am a pushita yid i leave in williamsburg i am not from any chasidus i would love to join the oilem and i hope to post great things i was in israel for a few years and i know a lot
מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:30 pm#434325
איך זיך א פיינעם געשמאקן קרעמל, און אט האב איך עס געטראפן אין קאווע שטיבל וואו איך האף הנאה צי האבן בענעזאם מיט אלע חברים וידידים, איך האב שוין פרובירט אנדערע אבער געווארן אנטוישט, סא פאר, אלס גאסט האב איך הנאה דא האב איך זיך מיישב געווען אריינצוקומען אלץ א חלק פון דער משפחה