פארומס › קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

קאווע שטיבל • שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4,746 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג אפריל 21, 2020 6:43 pm#446409
כ׳בין נישט קיין שרייבער, פשוט א חסידישע אינגערמאן אין די צוואנציגערס וואס גלייכט צו ליינען אינטרעסאנטע טעמעס (אנבייעסט און אומצענזורירט) וועגן אידישקייט און אידישע היסטאריע. טעכנאלאגיע (פאונס (און בעיקר אייפאונס), קאמפיוטערס, עם פי 3 פלעיערס) האט אלעמאל גערעדט צו מיר. היינטיגע צייטן באנוץ איך זיך אסאך מיט עקסעל און גוגל שיעטס, און אסאך אנדערע נוצבארע טולס ווי למשל מאנדעי.קאם און פארשטייט זיך וואטסעפפ. איך באשעפטיג זיך מיט אן איקאמערס ביזנעס פאר פרנסה.
דינסטאג אפריל 21, 2020 6:43 pm#446410
In the last few days, I went through a lot of topics in the kava shteeble and it seemed very very interesting for me, but I'm not planning to write. I came from Monroe but I can write English better than Yiddish.
מיטוואך אפריל 22, 2020 12:30 am#446446
נתנאל: How did you servif? (er-Survive)?!
מיטוואך אפריל 22, 2020 4:42 pm#446508
שטארקע חסיד האט געשריבן:א גוטן ,מיין נאמען איז ''שטארקע חסיד'' דער נאמען האב איך אויסגעקליבן ווי צי אפצישפיגלען מיין טעגליכן הלוך ילך פון א שוואנץ.
דאס הייסט אין אנדערע ווערטער אינזין האבן צורת קדשו 24 שעה א טאג,גיין צו אלע טישן און זיך מיטכאפן מיט'ן רבינ'ס מנין יעדן טאג
און שוין!!!

אויף דיר איז געזאגט געווארן..."זכה. מלאכתו נעשית על ידי אחרים"...! ווייל לויט ווי דו לייגסט אראפ דיין סדר היום האביך מיך געזארגט ווער ס'וועט באצאללן די רענט/מארגידזש, עלעקטריק ביללס און גראסערי...!
מאנטאג אפריל 27, 2020 10:32 pm#446869
מען דארף דא שרייבן פארוואס איך וויל זיין א חבר דאהיַַַ.. זייער פשוט ווי קען מען ליינען אזאנע אינטערסאנטע ארטיקלן אן קענען אריין ווארפן א ווארט ַ אדער מען לאזט זיך נישט אנרופן פארן זיך איינשרייבן ַ איז נישט קיין שאלה פארוואס איך שרייב מיר איצט איין ַ איך האף נאר אז איר וועט מיר אנעמען אין אייערע געלעזשאפט
מאנטאג אפריל 27, 2020 10:32 pm#446870
א גוטן יעדער איינער ! פרייליך צו ווערן פארט פון די קאווע שטיבל פאמיליע. איך בין א פשוטע עוורידש יונגערמאן מיט אסאך ידיעות און פארשידענע ענינים/נושאים. ליב האבונדיג זיך צו דערגרינטעווען און פארשטיין קלאר יעדע נושא און דורך טאן אלע צדדים. ליב האבען דיג צו טראכטען out of box. האפענדיג יעצט דא אוף קאווע שטיבל צו פילפאכיג פארברייטערן מיינע ידיעות
מאנטאג אפריל 27, 2020 10:33 pm#446871
א גוטען חשובע חברים איך בין א חסודישע אינגערמאן. אין מיין קהלה פיל איך נישט אזוי אנגענימען דערפאר האב איך מחליט געווען צו קומען דא פארברענגען איך האף איהר זאלט הנאה האבען פון מיין צווי סענט וואס איך גיי אריינלייגען דא...
מאנטאג אפריל 27, 2020 10:34 pm#446872
יבן אין די סוכה רעדט פאר זיך אליין.
טיילמאל אבסערוואר, שפעקיולעטער, אדער ראגירערץ
א קליין שטיינדעל אינעם גרויסען ים.
די ווייניגער מיר ווייסען, די גרינגער עס איז.
יוסיף דעת, יוסיף מכאוב, פארט וויל עס יעדער איינער.
יעדער וויל זיין א מחותן.
מאנטאג אפריל 27, 2020 10:36 pm#446873
שלום עליכם אלע נייע מעמבערס. מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!
דינסטאג אפריל 28, 2020 12:12 am#446879
א גוטן לא איש דברים אנכי. ווער בין איך אריין צו רעדן דא ציווישן אזאנע הערן. אבער ווען מען וויל לאזן הערן דעם דבר השם......
ניין ערווארט נישט פון מיר השקפה. איך האב זייער ליעב צו דורך טוען נושאים אין סייענס פיזיקס און מעטאמאטיק ַ די מערסטע באליבט איז ביי מיר מאטעמאטיק. איך זעה אז דא זענען אסאך קליגער יודן. אפי' אזעלכע וואס איך קען מיר באגראבן קעגן זיי. פארדעם באנוץ איך מיר א נאמען וואס ברענגט ארויס כבוד אין רעספעקט ביי דעם שיכט. האפענטליך וועל איך האבן די פעדער אריין צו רעדן צווישן אזאנע הערן.


Sent from my SM-A105F using Tapatalk
דינסטאג אפריל 28, 2020 1:13 am#446882
עוקר הרים האט געשריבן:א גוטען חשובע חברים איך בין א חסודישע אינגערמאן. אין מיין קהלה פיל איך נישט אזוי אנגענימען דערפאר האב איך מחליט געווען צו קומען דא פארברענגען איך האף איהר זאלט הנאה האבען פון מיין צווי סענט וואס איך גיי אריינלייגען דא...

הרב עוקר הרים: מאכט נישט קיין טעות איהר זענט זייער וועלקאם. בפרט אז איהר האט מיר נאך גארנישט געטון. אבער, איך מעג פרעגן. אויב איהר זענט א חסיד'ישע יונגערמאן און איהר זענט נישט זייער וועלקאם אין אייער שול. פארוואס דאוונט איהר אין א יעקישע אדער מאדערנע שוהל...?. ס'פעהלט דען חסיד'ישע שטיבלאך און בתי מדרשות/ים אין די גאנצע וועלט...! אפילו אין מאסקווע און לענינגראד...! אפשר אין אירקוטסק אדער אין שעבויגן איז טאקע נישט דא אזא גרויסער אויסוואל...!
דינסטאג אפריל 28, 2020 1:40 am#446885
איך דאווען אין חסידישע בתי מדרשים נאר זיי האלטען אז איך בין א שטיקעל שייגץ איז ממילא בין איך אהער געקומען וויל איך זעה דא איז יעדע וועלקאם.....

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
דינסטאג אפריל 28, 2020 1:45 am#446889
עוקר הרים: ב"ה. נאר אזעלכע שקצים. איך האב געמיינט אז ווייל דו האסט צופיהל אריינגעפרעגט ביים שיעור..לאל...!
דינסטאג אפריל 28, 2020 10:00 am#446907
ששששששששששששששששש! ס'זאל זיין שטיל.

ברוכים הבאים! איך בין ''רעבע'' קאווע שטיבל. ענקער ''רעבע'' איז פונקט ווי א שפיגל, וואס הייסט? איך וועל ענק מסביר זיין, א שפיגל! וואס מ'לייגט אין פארנט, דאס שפיגלט ער אפ.
דאס זעלבע מיט ענק טייערע ניק'ערליך, אויב וועט איר שרייבן גוטע ארטיקלען און רעאקציעס, און טיילן לייק'ס מיט א ברייטקייט, וועט איר גענטפערט ווערן מיט גוטע רעאקציעס, און לייקס וועלן דעטרענקן אייערע ארטיקלעך.......אקעי דאס איז פאר היינט. יעצט עפענט אויף אייערע....

אהה ...איך האב די בעסטע ''רעבע''.
דינסטאג אפריל 28, 2020 10:11 am#446908
ווי באקאנט היינו צוטאגס ארויסצוקומען מיטן רייניגעם לויטערן אמת איז כמעט נישט במציאות וואס דאס גראדע איז אינטרעסאנט נאכדעם וואס די דור איר פארנומען מיטען מקיים זיין מצות מיט א שטאפלען מער ווי אונז האב מיר געזען ביי אנדערע דורות כאילו ארויס שטעלנדיג א פנים ווי אונז מיין מער עס מער ערענסט ווי אונזער פארגייערס אבער דערווייל שטעלט זיך ארויס אזא מאדנע בילד אז די געריכטגייט בלייבט כסדר פארשטעק מורא האבינדיג פון איר אייגענע שאין דאס לאזט איבער א גוואלדיגע צומישעניש פרובירנדיג קלאר צו ווערן זענען מיינע אויגען גלייך געפאלן אויף קאווע שטיבל אפשר דא יא
דינסטאג אפריל 28, 2020 10:22 am#446909
גפן ממצרים האט געשריבן:ווי באקאנט היינו צוטאגס ארויסצוקומען מיטן רייניגעם לויטערן אמת איז כמעט נישט במציאות וואס דאס גראדע איז אינטרעסאנט נאכדעם וואס די דור איר פארנומען מיטען מקיים זיין מצות מיט א שטאפלען מער ווי אונז האב מיר געזען ביי אנדערע דורות כאילו ארויס שטעלנדיג א פנים ווי אונז מיין מער עס מער ערענסט ווי אונזער פארגייערס אבער דערווייל שטעלט זיך ארויס אזא מאדנע בילד אז די געריכטגייט בלייבט כסדר פארשטעק מורא האבינדיג פון איר אייגענע שאין דאס לאזט איבער א גוואלדיגע צומישעניש פרובירנדיג קלאר צו ווערן זענען מיינע אויגען גלייך געפאלן אויף קאווע שטיבל אפשר דא יא


שלום עליכם! קים ארויס, מיט ''דיין (האלט עס פאר דיינע אויגן ''דיין'') ריינעם אמת''. און מיר (לפחות איך!) וועל/ן פראבירן אייך צו געבן א ריקן-ביין.
איך וואונטש אייך די בעסטע פון ביידע וועלטן.

[ביטע לייג מער אכט אויף גרעמאטישע כללים, אבער שרעקט אייך נישט מ'לערנט זיך מיט די צייט.]
דינסטאג אפריל 28, 2020 12:02 pm#446927
במדבר האט געשריבן:ששששששששששששששששש! ס'זאל זיין שטיל.

ברוכים הבאים! איך בין ''רעבע'' קאווע שטיבל. ענקער ''רעבע'' איז פונקט ווי א שפיגל, וואס הייסט? איך וועל ענק מסביר זיין, א שפיגל! וואס מ'לייגט אין פארנט, דאס שפיגלט ער אפ.
דאס זעלבע מיט ענק טייערע ניק'ערליך, אויב וועט איר שרייבן גוטע ארטיקלען און רעאקציעס, און טיילן לייק'ס מיט א ברייטקייט, וועט איר גענטפערט ווערן מיט גוטע רעאקציעס, און לייקס וועלן דעטרענקן אייערע ארטיקלעך.......אקעי דאס איז פאר היינט. יעצט עפענט אויף אייערע....

אהה ...איך האב די בעסטע ''רעבע''.

במדבר: דו ביסט גראדע איינער פון מיינע 3 פעיוואריטס. כאטש דו ביסט נאך א ..."פנים חלשות"... איך מיין א פנים חדשות...! איך האב זייער שטארק ליעב דיין שכל הישר. און דער אופן וויאזוי דו לייקסט. ביד רחבה ורוח נדיבה. און דו רופסט דיך אן ווארעם לכל
דבר שבקדושה. נישט אזוי ווי עטליכע (אלט געזעסענע) ניקס דא וועלכע מאכן זיך אינגאנצן נישט וויסנדיג אז דו עקזיסטירסט. און ווען זיי ענטפערן שוין יא פארן זיי גלייך ארויף אויף די כאילו דו ביסט א שטיק לופט...!
דינסטאג אפריל 28, 2020 12:51 pm#446939
berlbalaguleh
במדבר
ששששששששששששששששש! ס'זאל זיין שטיל.

ברוכים הבאים! איך בין ''רעבע'' קאווע שטיבל. ענקער ''רעבע'' איז פונקט ווי א שפיגל, וואס הייסט? איך וועל ענק מסביר זיין, א שפיגל! וואס מ'לייגט אין פארנט, דאס שפיגלט ער אפ.
דאס זעלבע מיט ענק טייערע ניק'ערליך, אויב וועט איר שרייבן גוטע ארטיקלען און רעאקציעס, און טיילן לייק'ס מיט א ברייטקייט, וועט איר גענטפערט ווערן מיט גוטע רעאקציעס, און לייקס וועלן דעטרענקן אייערע ארטיקלעך.......אקעי דאס איז פאר היינט. יעצט עפענט אויף אייערע....

אהה ...איך האב די בעסטע ''רעבע''.

במדבר: דו ביסט גראדע איינער פון מיינע 3 פעיוואריטס. כאטש דו ביסט נאך א ..."פנים חלשות"... איך מיין א פנים חדשות...! איך האב זייער שטארק ליעב דיין שכל הישר. און דער אופן וויאזוי דו לייקסט. ביד רחבה ורוח נדיבה. און דו רופסט דיך אן ווארעם לכל
דבר שבקדושה. נישט אזוי ווי עטליכע (אלט געזעסענע) ניקס דא וועלכע מאכן זיך אינגאנצן נישט וויסנדיג אז דו עקזיסטירסט. און ווען זיי ענטפערן שוין יא פארן זיי גלייך ארויף אויף די כאילו דו ביסט א שטיק לופט...!


''berlbalaguleh'' מיין ריקן איז צובאלט פון אזא ''קלאפ אויפן ריקן''. (און אויך ש'כוח פארן משמח זיין במדבר'קע)
דינסטאג אפריל 28, 2020 11:48 pm#447040
I was their as a guest for a long time and I think it's time to join it I'm a Hasid of tachlis and their I found it so I'm joining now
דינסטאג אפריל 28, 2020 11:49 pm#447041
איך בין א חסידישער אינגערמאן וואס קען נישט צוקיקן וויפיל קרבנות די שרעקליכע מגיפה האט שוין אפגעקאסט כלל ישראל. און מען טוט ווייטער די זעלבע זאך, עולם כמנהגו נהג.
מיטוואך אפריל 29, 2020 12:58 am#447049
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
במדבר
גפן ממצרים
ווי באקאנט היינו צוטאגס ארויסצוקומען מיטן רייניגעם לויטערן אמת איז כמעט נישט במציאות וואס דאס גראדע איז אינטרעסאנט נאכדעם וואס די דור איר פארנומען מיטען מקיים זיין מצות מיט א שטאפלען מער ווי אונז האב מיר געזען ביי אנדערע דורות כאילו ארויס שטעלנדיג א פנים ווי אונז מיין מער עס מער ערענסט ווי אונזער פארגייערס אבער דערווייל שטעלט זיך ארויס אזא מאדנע בילד אז די געריכטגייט בלייבט כסדר פארשטעק מורא האבינדיג פון איר אייגענע שאין דאס לאזט איבער א גוואלדיגע צומישעניש פרובירנדיג קלאר צו ווערן זענען מיינע אויגען גלייך געפאלן אויף קאווע שטיבל אפשר דא יא


שלום עליכם! קים ארויס, מיט ''דיין (האלט עס פאר דיינע אויגן ''דיין'') ריינעם אמת''. און מיר (לפחות איך!) וועל/ן פראבירן אייך צו געבן א ריקן-ביין.
איך וואונטש אייך די בעסטע פון ביידע וועלטן.

[ביטע לייג מער אכט אויף גרעמאטישע כללים, אבער שרעקט אייך נישט מ'לערנט זיך מיט די צייט.]
שכוח פארן מיך אויפנעמן שיין צו זען ווי אידן באגריסן זיך איך זעה ס'גפעלט דיך נישט אזוי"מיין" אמת מקען זאגן אז די אמת איז זייער נישט באגרעניצט הכל לפי המצב ולפי הזמן איז דאס די ריכטיגע

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
מיטוואך אפריל 29, 2020 6:38 am#447069
קאוויד911
איך בין א חסידישער אינגערמאן וואס קען נישט צוקיקן וויפיל קרבנות די שרעקליכע מגיפה האט שוין אפגעקאסט כלל ישראל. און מען טוט ווייטער די זעלבע זאך, עולם כמנהגו נהג.


“Never let a good crisis go to waste.”— Winston Churchill


טייערע @קאוויד911 די רעדטס זיך אפ אז ''עולם כמנהגו נהג'', געדענק די טויש פאנגט זיך אן ביי דיר, ''קאווע שטיבל'' איז ''בלויז'' צו געבן אינספעראציע.
דאנערשטאג מאי 7, 2020 7:44 pm#448046
שלום וברכה
דער איצטיגער מצב, די טויטליכע וויירוס, האט געצווינגען אונזערע הייליגע ישיבות צו זיין פארשפארט. אונטער דעם ניק וויל איך בעזהשי"ת, וברוב יועץ תשועה, מייסד זיין א ווירטואלע מוסדות, מיט די גנויע סדר הלימודים על דרך המקובל.
דאנערשטאג מאי 7, 2020 7:44 pm#448047
איך בין א בנן של קדושים א רעביש קינד וואס איז מיר אינטרסנט איבר סי זיין אריבער דעא רעבישע בילדער וואס מלייגט דא אריין סאיז ממש עונג שבת ויוןם טוב
סיפורי צדיקים וואס משרייבט דא איז דאך שיין מער פין אלע ספרים וואס האבן שוין ארויס גאגענגן צום דפוס
איך קען שיקען נאך בילדער אין נאך מעשיות
זאל זיין שווה לכל נפש דאס מיינט פאר מיך אין אר אייך
שכויח מראש
דאנערשטאג מאי 7, 2020 7:45 pm#448048
איך בין א טיפישע וויליאמסבארגער כהאב ליב קיגל און טשולנט כהאב ליב פאליטיק כהאב ליב טראמפ איך לייג סטאטאס יעדן טאג וואס נאך ווילט איר וויסן ניין איך איך בין נישט קיין זאלויני אין איך מיש זיך נישט פסח איך בין נישט קיין מעמבער ביי הצלה אדער שומרום
דאנערשטאג מאי 7, 2020 7:46 pm#448050
ט֗וֹב לְהֹד֥וֹת לַיהוָ֑ה וּלְזַמֵּ֖ר לְשִׁמְךָ֣ עֶלְיֽוֹן׃

הַטּוב כִּי לא כָלוּ רַחֲמֶיךָ. וְהַמְרַחֵם כִּי לא תַמּוּ חֲסָדֶיךָ. מֵעולָם קִוִּינוּ לָךְ:

שים שָׁלום טובָה וּבְרָכָה. חֵן וָחֶסֶד וְרַחֲמִים עָלֵינוּ וְעַל כָּל יִשרָאֵל עַמֶּךָ. בָּרְכֵנוּ אָבִינוּ כֻּלָּנוּ כְּאֶחָד בְּאור פָּנֶיךָ. כִּי בְאור פָּנֶיךָ נָתַתָּ לָּנוּ ה' אֱלהֵינוּ תּורַת חַיִּים וְאַהֲבַת חֶסֶד. וּצְדָקָה וּבְרָכָה וְרַחֲמִים וְחַיִּים וְשָׁלום. וְטוב בְּעֵינֶיךָ לְבָרֵךְ אֶת כָּל עַמְּךָ יִשרָאֵל בְּכָל עֵת וּבְכָל שָׁעָה בִּשְׁלומֶךָ:

מצוה בעידנא דעסיק בה מגנא ומצלא בעידנא דלא עסיק בה אגוני מגנא אצולי לא מצלא תורה בין בעידנא דעסיק בה ובין בעידנא דלא עסיק בה מגנא ומצלא

קֻדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא וְיִשְֹרָאֵל וְאוֹרַיְתָא כֻּלָּא חַד

וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות, היינו שיהא 'צדיק' ו'למדן' (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳),
דאנערשטאג מאי 7, 2020 7:47 pm#448051
שלום עליכם.
מיין נאמען איז כרם זית. איך בין א יונגער חסידישע יונגערמאן וועלכע האט אלטס א געדאנק אויפן צונג (אדער פעדער, אנטשולדיג, קיבארד). איך האלט מיר פאר א יודע ספר, און איך האב א געשמאק אין היסטאריע. מיינע באקאנטע זאגן אז איך שרייב זייער גוט און ציענד. איך האף צום באשאפער אז עס וועט זיין ענבי הכרם בענבי הקאווע און איך וועל זאגן דבר נאה ומתקבל.
ביטע זייט מיר מקרב,
כרם זית
דאנערשטאג מאי 7, 2020 7:56 pm#448056
איך בין צופרידן סוף כל סוף צו זיין א מיטגלידער אויף א אידישן פארום. מיר געפעלט א סך רעדן, שרייבן און ליינען אידיש.

דורכן פארום ווייל איך זיך פארבעסערן צו רעדן אידיש.
מוצ"ש מאי 9, 2020 6:12 pm#448183
אה!
ווען די קאווע שטיבל אין שוהל איז ליידער צוגישפארט, ב"ה אז מיר האבן דעם "קאווע שטיבל" דא אויפן פארום!
זונטאג מאי 17, 2020 11:24 am#448765
i am very musical and like to listen to music.
i like to study and learn.
and to be creative.
זונטאג מאי 17, 2020 11:25 am#448766
איך גוגעל ענינים, קומט ארויף קאווע שטיבעל שוין זייער אסאך מאל האב איך געוואלט ענפערן פרעגן צולייגען אבער איך האב נאכנישט קיין ניק, איך מיין אז עס איז שוין העכסט צייט צו מאכן א ניק אין קאפי רום איך האף אז די מנהלים וועלן מיר נישט אנטוישען צו קענען הנאה האבן פונעם פארם
ישר כח
הק, הרוצא בעילם שמו
זונטאג מאי 17, 2020 11:26 am#448767
, want to expose the fake news and false hate SINAS CHINAM thats being propoganded here
, like to write and debate in honest way
just wanna explain the truth and as it is
זונטאג מאי 17, 2020 11:27 am#448768
!Hi
.After reading for months on this blog and seeing what it has to offer I decided to become a member
.I hope to contribute one day
Meanwhile I'll try to learn from each member what they have to offer, because I truly believe that, you can learn from everyone
זונטאג מאי 17, 2020 11:28 am#448769
אונז האב מיר אסאך געהערט דערפון. אונז זוך מיר א פלאץ וואו מ'קען זיך אביסל אויסדזשוכענען אויף אביסל א לויזערע מהלךווי פון אנדערע פלעצער.
אונז זעמיר אויך א נייעגעריגער וואס האט אסאך צו פרעגן איבער אלעס, און לאמיר האפן אז זאכן וועלן ווערן פארענטפערט..
זונטאג מאי 17, 2020 11:29 am#448770
I like pizza, sesame chicken, garlic knots. I like the song shine bright like a diamond. איך וויל קויפין א הויז what’s up? What more do you want to know? Still not enough to sign
זונטאג מאי 17, 2020 11:30 am#448771
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס אבער וואס איך ווייס איז אסאך .איך ליג אין טעכנעלאגיא .איך וויל זיין א אידישער אילאן מאסק. אני חסידות זיך איך נאך .ווי אויך ליג איך פיסכלאגיא.
זונטאג מאי 17, 2020 11:30 am#448772
שלום וברכה, כקטן שנולד דמי, ואהבתם את הגר.

אדם א מענטש, פריש נולד יעדע טאג, יעדע מינוט, פרישע רצונות, אמביציעס.

סימן אדם - אומסטאביל. סימן בהמה - סטאבילקייט.

אומסטאבילקייט איז די שיינקייט די גלאנץ פון די מענטשהייט הנקרא אדם
זונטאג מאי 17, 2020 11:32 am#448773
שלום עליכם אלע נייע מעמבערס.
מאכטס ענק באקוועם, און לאזטס ענק הערן!
זונטאג מאי 17, 2020 5:15 pm#448798
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שארפןקאפ
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס אבער וואס איך ווייס איז אסאך .איך ליג אין טעכנעלאגיא .איך וויל זיין א אידישער אילאן מאסק. אני חסידות זיך איך נאך .ווי אויך ליג איך פיסכלאגיא.
אידישער אילאן מאסק?

זאפארט זאג די נאמען פון דיין קינד!?
מאנטאג מאי 18, 2020 3:34 am#448845
פאליטיקאנט: דאמאלס וועט שוין זיין 3 אידישע אילן מאסק'ס. ווייל דער אריגינאלער אילן מאסק איז אויך א איד...לאל...!
זונטאג מאי 24, 2020 2:27 am#449436
ממש רוב וואס שרייבן זיך איין שרייבן ניטאמאל!!
זונטאג מאי 24, 2020 2:49 am#449437
און לייקן אויך נישט......
זונטאג מאי 24, 2020 7:51 am#449452
קאצקע ציקער האט געשריבן:ממש רוב וואס שרייבן זיך איין שרייבן ניטאמאל!!

איך מיין אז עס עגזיזטירט אזא מיתוס אין גאס אז פאר די איינגעשריבענע ניקס איז דא אסאך שמוץ און טינופת אויף קאוועשטיבעל, און מענטשן סיינן אריין דאס צו באקומען. נאך א פאר מאל פראבירן, ווערן זיי געוואויר אז עס איז גארנישט אזוי אינטרעסאנט פאר יענער חלק פון גוף, און זיי לויפן צוריק צו זייער פריערדיגע קוואלן פון קוואליטי עבירות.
איך פלעג האבן א פארשלאפענע ניק אויך אייוועלט און אין אישי האב איך אזוי געהערט פון זיי
מאנטאג מאי 25, 2020 4:20 pm#449584
איך ליין שוין קאווע שטיבל פאר צען יאר איך האב זייער הנאה פון די אוויר אויפן סייט.
לעצטנס האב איך באקומען אן אינטערעסע צו אריינרעדן אין די שמועסן, און איך פיל אז איך האב אסאך צוצוגעבן.
מאנטאג מאי 25, 2020 4:20 pm#449585
א וואוילער יודעלע, א שומר שבת און שומר תורה, א עושה מלאכתו ברמיה, מיט'ן גאנצן כח און מח, ממש נאר לעשות נחת רוח
מאנטאג מאי 25, 2020 4:21 pm#449587
נאכן האבן געווען א לאנג יעריגער ליינער, שפיר איך אז עס איז דא געוויסע נושאים וואס איך שפיר גענוג באקוועם אריין צו רעדן, בפרט אין די מהלך החיים פונעם חרדישן לעבנסשטייגער
מאנטאג מאי 25, 2020 4:22 pm#449589
סידעך באקאנט פון... מ'זאגט נאך אז... ס'ווערט געברענגט - "פון פריערדיגע נאך..." - באנג באנג באנג! העלאאאו?!... וועק דיך אויף פון עולם החלומות! קריך ארויס פון חלל הדמיונות! אטעם אריין אביסל אייגן פארדינטע לופט! געב ארויס דיין אינערליכע הרגש און טאלאנט! פינטל.
מאנטאג מאי 25, 2020 4:23 pm#449590
אסאך מאל ווערן געשריבן זאכן וואס מען קען נישט אזוי סתם אדוירך לאזן. וועל איך פראבירן פון צייט צו צייט אריין צו ווארפן מיינע צוויי צענט. אויך בין איך נישט די בעסטע שרייבער, אפשר וועט דאס מיר אביסל אויס לערנען. א גרויסן דאנק
מאנטאג מאי 25, 2020 4:23 pm#449591
אייביג פרייליך. לויפט מיט'ן שוואונג. איך האב מיך נישט עכט ארויס! מעגליך בין א מגולגל פון א שוטה? איך פרוביא אנצופילן די שורות פון דערציילט איבער אייך.............