Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם, מעמבערס פון קאווע שטיבעל. שוין א שטיק צייט וואס איך גארט שוין צוצוקומען צו ווערן א חבר פון די גאר אינהאלטסרייכע פלאטפארמע קאווע שטיבל, ולא עלתה בידי עד הנה.
איך בין נישט באקאנט צווישען מיינע חבירים און ידידים, קרובי משפחה אלץ א שרייבר, אדער אלץ א דענקער וואס קען אונטערהאלטן ליינער מיט מיין פעדער, אדער געדאנקען.
אבער דא אין די שטיבעל, אולי ואולי האי קען גאר געמאלן זיין אז איין קליינער נקידה טובה קען אפשר אמאל בטעות זיך האבן אריין געכאפט איז יהא זה חלקי מכל עמלי.
איך קען נישט געבן קיין גאראנטי אויף וויפיל קארקטארס איך וועל יא, אדער נישט שרייבן ווייל דאס איז פשוט נישט איינע פון די טאלאנטן וואס איך פארמאג. איך ווייס נישט וואספארא טאלאנט איך פארמאג יא, אבער שרייבן זיכער נישט. ע''כ נעמט זיך מיר נישט אזוי גרינג די פעדער אין די האנט אריין און שרייבן אויף וואס מיינע מחשבות פיבערט מיט.
אבער אזוי ווי איך גארט שוין אזא לאנגע תקופה צו ווערן א חבר אין דעם גאר הייליגער שטיבל ע''כ וועלן מיר פרובירן דאס בעסטע וואס מיר קענען. "איך דארף נישט זיין מיילך, אדער זושא. איך דארף פשוט פרובירן דאס בעסטע". אפשר וועט דער עולם דא פשוט אריין ווארפן אינקארעדשמענט און עס וועט יא גיין.
א גרויסער ישר כח פאר די מנהלים דא וואס גיבן מיר די געלעגנהייט צו שרייבן אויף א פלאטפארמע געדאנקען. צו יא גוט צו נישט גוט, איז פשוט ירא הקהל וישפוט.
איין זאך, אן הקדמה אין מיין שלום עליכם צו די אלט געזעצענער קאווע שטיבעל חבירים וואס זענען שוין חבירים אין די שטיבעל פאר א וויילע און זעהן שוין נישט די געוואלדיגער חסד, און אנערקענען שוין נישט די שווערע ארבעט וואס די הנהלה טוהט דא פאר די חברי השטיבעל וואס איז דאך אין לשאר, דאס אחריות וואס זיי נעמען זיך אונטער שלא ע''מ לקבל פרס (אדער גאר פארקערט, קריטיק באקומען זיי איבערן קאפ) גיבן זיי זיך איבער אז די שטיבעל זאל זיין א דבר נאה ומתקבל. האט פשוט נישטא קיין ווערטער זיך אויס צו דריקן די הכרת הטוב וואס די חבירים דא דארפן האבן צו זיי.
עס א פשוטער זאך אז די אלט געזעצענער חבר מיינט אז עס קומטנאזוי און עס געשענט פון זיך אליינס. אבער טוען עס קומט אריין א נייער אורח און זעהן וואס דא איז צו-געשטעלט הייבט אויף זיינע ברענען מיט וואונדער, מי עשה את כל אלה, און פארוואס, נאר מיר ליינער און שרייבער זאלן האבן אן אפענער פלאטפארמע צו זאגען, און פרעגן, אן א מורא פון די א.ג. מנהיגים וואס מאניופליטירן דעם דעת און דעם דיבר פונעם קהל. וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט פאר זעלבסט אינטערעסע (וואס מיר פארשטייען נישט פונקטליך וואס די זעלבסט אינטערעסע איז בכלל) אשרי להם ואשרי חלקם. ואשרי העם שככה לו. מיר דאנקן אויף לשעבר און בעטן אויף להבא אז גדול יהיה כבוד ה' בבית הזה.
אייער פארערהער
הק' לייביש שרייבער.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk