איך שפיר אז עס איז פאפולער א בלינדע מאמענטום פאר ליבעראליזאם וואס אפטמאל גרעניצט זיך מיט ריינע טפשות, און די סיבה דערפאר איז פשוט א רעכטע שנאה וואס מיר האבן קעגן טון זאכן קאפ און וואנט, וואס קומט אלס רעזולטאט פון א אנגעגעסנקייט אויף אונזער חינוך וואס איז ביי גאר אסאך ליידער געקומען מיט פארביטערקייט און נעגעטיוועטי, איז אנשטאט אריינקוקן און זיפן די חלקים וואס האבן יא אן אמת, נויגן מיר צו אינגאנצען אוועקווארפן און אראפקוקן די קאנסערוואטיווע לייף סטייל בכלל און פרומע אידישקייט בפרט און אקצעפטירן בלינדע ליבארליזעם און אלס וואס שמעקט ליבעראל, איז על זה דוד לבינו ועל אלה חשכו עינינו בין איך דא מיט אן איינציגע מטרה, לפשט עקמומיות שבלב אחינו התועים, און צי אויפקלערן די מענטשהייט צו זיכן איין זאך, דעם אמת און נאר דעם אמת!