מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 9:36 pm#542642
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
דער פאסטעך איז מצויר ביינונז אין א נאסטאלגישע פיגור, אין די ווייטע אמאל, אליינס, צווישן זיינע שאף ארומגעהאלצט, איינפאך, זארגלאז, ער פיטערט זיי מיט זיינע הענט, זיצענדיג אויף א שטיינטל, און האט הנאה פון קוקן אויפן זון ווי זי גלישט זיך אראפ. יעצט איז ביינאכט און קום אין קאווע-שטוב אביסל זיך אנגרייטן פאר מארגן, צו זיין גרייט פאר מיינע רינדער.