Under maintenance
הויפט זייט » אידישע משפחות פארטריבן פון וויליאמסבורג בנין

אידישע משפחות פארטריבן פון וויליאמסבורג בנין

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7581
פרייטאג יאנואר 02, 2015 3:33 pm#245450
:(
זונטאג יאנואר 04, 2015 10:34 am#245634
און איך האלט נאך ביי מיינ'ס. שטארבען איז א טראגעדיע, א קינד אראפגייען פון אידישע וועג איז א טראגעדיע, חרבן ביהמ"ק איז א קאטאסטראף. פארלירען געלט איז א ווייטאג. מישען צוזאם די דריי זאכען איז א קרומקייט.
און פארצייל מיר נישט וועגען א ביהמ"ד. מ'רעדט, כפי הנראה, פון א שטיבעל, וואס כשלעצמה האט א תכלית אז דער רעבעלע דארף נישט באצאלען שטייערען און ער קען זיך האלטען א שיינע איד, נישט ווייניגע ווי הונדרעטער אנדערע אין ב"פ וומסב"ג לעיקוואוד וכדו'. אבער דאס אנצורופען א מקום השראת השכינה, ווען ס'איז קלאר נאר א שטיבעל (וכמבואר בשו"ת ד"ח אז דער גאנצע היתר פון די סעודות אין שטיבלעך א שטייגער ווי ש"ס אדער טישען וכו' איז נאר ווייל ס'האט דוקא נישט קיין קדושת ביהמ"ד וביהכנ"ס) איז אויך א קרומקייט. אידישקייט האט נישט געכאפט קיין קלאפ אין דער פאל, נאר מענטשענ'ס לעבען, וואס מ'דארף טאקע רחמנות האבען, אבער נישט אויף אן אופן כאילו מ'רעדט פון חרבן ביהמ"ק צו א ריזיגע קאטאסטארף.
דער נוסח דערמאנט פון דער מעשה פון דער סעפטי"ק טענ"ק אין קר"י, ווי מ'האט אויך געשריגען כאילו דער וועלט גייט אונטער ווייל 'מ'פארמאכט א ביהמ"ד'. דעמאלס האט יעדער געכאפט די ליצנות.
זונטאג יאנואר 04, 2015 4:08 pm#245712
נישט קיין נפקא מינה וואו אזוי מען ריפט עס... די גאנצע פרשה איז א אנגעווייגטע מעשה.
זונטאג יאנואר 04, 2015 6:15 pm#245797
לפי שיטתי דארף דאס דערמאנען די רע'בנים אז בויען מיליון דאלערדיגע בתי מדרשים בשעת די עמך יודן מוטשענען זיך פאר א דולער איז א חוצפה און א פארברעך שאין כדוגמתה, מיר האבן שוין גענוג בתי מדרשים מיר ברויכן נישט מער, יעדער פון אונז האט שוין ווי צו דאווענען און קיינער דארף נישט לויפן מער ווי 5 מינוט צו א בית מדרש, שוין צייט צו ענדיגען די געלט אויסגעבריי אויף פענסי בתי מדרשים, ס'שטונקט פון גאווה און קנאה ושררה, ווען מ'טראכט אריין איז עס פון די ערגסטע גרויליגסטע תאוות בימינו, פארוואס דארף ער א בית מדרש? ווייל זיין ברידער האט! ווייל ער דארף כבוד! ווייל ער ווילן מ'זאל רעדן פון אים! פוי פוי פוי.......
אלעס האט א שיעור, איך גלייב נישט אז ס'איז א מצווה צו בויען בתי מדרשים בשעת ווען יעדער פון אונז האט שוין ווי צו דאווענען, מיר דארפן נישט אייערע טובות, און סטאפט שנארען ביי גבירים פאר אייער כבוד אפשר וועט דער גביר געבן עפעס מער פאר א מוסד און מ'וועט נישט פייניגען אזוי דעם עולם פאר שכר לימוד, און אפילו אויב איר האט די געלט און איר דארפט נישט שנארען דערפאר איז עס א פארברעך אויסצוגעבן אזוי פיל געלט פאר א'זאך וואס קיינער דארף נישט בשעת ווען איר האט און אייער משפחה עטליכע מיטגלידער וואס קומען ביי אונז שנארען חתונה צו מאכן די קינדער.
זונטאג יאנואר 04, 2015 7:39 pm#245816
רביס האבן פונקט אזא רעכט ווי יעדע מענטש צי בויען וואס זיי ווילען. אזוי לאנג ווי ער הייסט נישט זיינע מתפללים נישט צי בויען שיינע הייזער
זונטאג יאנואר 04, 2015 9:19 pm#245834
אמת. אבער א רבי וואס שנארערט פאר זיין מקום מקדש מעט פון בעלי בתים, וואס דערנאך וועלן זיי געבן ווייניגער פאר וויכטיגערע צוועקן, זענען עתיד ליתן את הדין.
זונטאג יאנואר 04, 2015 11:42 pm#245870
נולד מאוחר האט געשריבן:רביס האבן פונקט אזא רעכט ווי יעדע מענטש צי בויען וואס זיי ווילען. אזוי לאנג ווי ער הייסט נישט זיינע מתפללים נישט צי בויען שיינע הייזער

געווענדליך ווען א איד בויעט א הויז שנארט ער נישט ציים פון די גאנצע שטאט געלט. און ער טוט עס נישט פאר תאווה און קנאה. ער ווייל פשוט האבן א דאך איבערן קאפ.
מאנטאג יאנואר 05, 2015 12:55 am#245888
ענטפער פאר עזריאל
איך וויל נישט עובר זיין אויף גילוי ח"ו..אבער דער עזריאל קיקט מיר אויס צי זיין עפעס א רב מיט א קליינעם אנגעזעצטען שול...מיט אפאר קארגע מתפללים וואס גייט נעבעך אויס צי זען דעם זיקובער רביןס געוועזנע מלוכה...סא רב לעבען יעצט האט איר שוין נישט וואס מקנא צי זיין...אויב האב איך א טעות אין איר זענט בלויז א בעה"ב פאסט אפילו נישט פאר אייך צי מקנא זיין א רב...מיט זייער סטרעסט לעבען ווען איר וואלט געוויסט וויפעל דע רבנים מאכען מיט ארום דעם " כבוד המדומה " וואלט דיר דאס אפעטיט פארגאנגען פין אטאקירען רבנים.....ביטע נישט נעמען פערזנליך
מאנטאג יאנואר 05, 2015 11:40 am#245921
אהבת ישראל האט געשריבן:איך וויל נישט עובר זיין אויף גילוי ח"ו..אבער דער עזריאל קיקט מיר אויס צי זיין עפעס א רב מיט א קליינעם אנגעזעצטען שול...מיט אפאר קארגע מתפללים וואס גייט נעבעך אויס צי זען דעם זיקובער רביןס געוועזנע מלוכה...סא רב לעבען יעצט האט איר שוין נישט וואס מקנא צי זיין...אויב האב איך א טעות אין איר זענט בלויז א בעה"ב פאסט אפילו נישט פאר אייך צי מקנא זיין א רב...מיט זייער סטרעסט לעבען ווען איר וואלט געוויסט וויפעל דע רבנים מאכען מיט ארום דעם " כבוד המדומה " וואלט דיר דאס אפעטיט פארגאנגען פין אטאקירען רבנים.....ביטע נישט נעמען פערזנליך

איך האב נישט עכט געמיינט דעם דזשיקובער ווייל ער האט געבויעט פון זיין געלט, אפילו דאס איז אויך נישט קיין נארמאלע זאך צו בויען פאר דריי מיליון טאלער א בית מדרש, אבער ס'איז זיין געלט, איך האב דער עיקר געמיינט די ווואס שנארען ביים עולם
מאנטאג יאנואר 05, 2015 12:16 pm#245930
די שמועס איז בכלל נישט אין פלאץ. ערשטענס איז די אשכול געווידמעט צו שרייבן איבער דאס פארטרייבן די איינוואינער און נישט אויב רבישע קינדער האבן א רעכט צו שנארן פאר זיין שול. צווייטענס, איך קען די שול און די רב - ר' משה יחזקאל. די שול איז געבויעט געווארן מיט די ציל אז מענטשן זאלן האבן א געשמאק פלאץ צו לערנען און דאווענען (כאטשיג איך פערזענטליך וואלט נישט געווען באקוועם דארט, מחמת כמה סיבות). ס'איז געווען ציגעשטעלט א פרעכטיגע אוצר הספרים, א שיינע מקוה, און דאס האט מען נישט אויסגעשנארט פון די מתפללים.

די שול איז בכלל נישט נתיסד געווארן מיט'ן ציל פון רייטן אויפ'ן ציבור און זיך בויען א מלוכה. די רב דארט האט מיטאמטל געהאט א שטענדער די ערשטע פאר יאר. דאס וואס עזריאל שרייבט אז ס'האט געקאסט דריי מיליאן דאלער איז הולך דמיונית. ס'איז בכלל נישט געבויעט לוקזוריאס, ס'האט לכאורה נישט געקאסט מער ווי 1 מיליאן.

לאמיר זיך האלטן צום ענין און בלויז באריכטן נייעס און אנטוויקלונגען איבער ענינים העומדים על הפרק בנוגע דעם בנין.
פרייטאג יוני 10, 2016 2:03 pm#337596
ברוך מתיר אסורים!!!
פרייטאג יוני 10, 2016 2:10 pm#337598
עמעזאן האט געשריבן:ברוך מתיר אסורים!!!

וואס הייסט ?
אפשר ביסטו מער מרחיב דאס דיבור דיינע
דינסטאג יוני 14, 2016 2:35 am#337630
איך הער (ליין) אז די שול איז געווען אפען יו"ט!
דינסטאג יוני 14, 2016 3:42 pm#337723
על כל פנים פיינע פרישע קעיק און סאדע איז געווען בהרחבה גדולה כיד המלך
כפי הנראה מכח התמונה המוכחת