ווער איז שילדיג
ווער איז שילדיג
מיר קיקן זיך צו, מובינג טרעק אויס געלייגט, מארשאל'ס אויפן גענאק, די טויערן ציעפענט ברייט, געשרייען אלעס הערויס, א גאנצע בילדינג מיז ווערן לער, קיינער טאר נישט בלייבן, ניין משפחות לאזן אלעס איבער, איז עס די ערשטע מאל וואס דאס פאסירט אינעם עיר ואם בישראל, איז עס דאס לעצטע מאל וואס דאס גייט פאסירן דעיס איז די בראך, על זה אני בוכה, מיר איינוואוינער לערנען זיך נישט פון אינזערע פעלערן, מיר טיען דאס זעלביגע נאך אמאל, און נאך אמאל, מיר וועלן זיך חלילה נישט לערנען פון אינזערע טיעותים, ווייל דאס טיען דאך נאר אויבער חכמים, מען ברויך ווייטער גיין מיטן שוואנג, ווייטער טיען דאס זעלבע, האפן אויף בעסערע טעיג, קיינער זאל זיך נישט ווייגן אויפציוועקן, אלעס זאל ווייטער בלייבן שלאפן, שששש שששש שששש, דריי נישט איבער, מאך נישט קיין געוואלד, אלעס וועט זיכער זיין לטובה, עס איז זיכער נאר וועיגן אינזערע חטאים, אלעס איז באשערט, מען איז אין גלות.
רבותי וואס איז מיט אינז, איז אינזער בליט באמת הפקר, פארוואס לייגען מיר געלט אויף הערשן הערנער, אלעס ווייל די רבנים שטייען אינטער די שגץ שטיק, זיי טיען מאכן כל ערליי פאפירן וואס איז נאר גיט ביז מען ברויך דערצי ציקומען, אלעס איז טראסט, מיר זענען אלע פאריקטע, קיין שום פלאץ אינדע וועלט פאסירט דאס נישט, נאר ווייל מיר פארלאזן זיך.אויפ די רבנים, זיי מאכן אלע ערליי שטרות, וואס מיר באקימען ניטאמאל קיין קאפי, אפילו לרוץ על פי צליחותו קענען מיר נישט זוכה זיין, ווייל מיר קריגן נישט דעים דאקאמענט.
פארוואס ריפט קיינער נישט צי דין תורה דעים רב, ער האט דאך געברויכט מאכן זיכער אז דער קונה איז געוועין פארזיכערט, ער האט דאך געשריבן א קאנטראקט, פארוואס ווען עס גייט זויער איז ער נישט צים האַבן, האט ער דען נישט געקריגן געניג געצאלט פאר דעים שגץ שטיק, עפעס אן אחריות ברויך ער דאך נעמען, ער האט דאך ציגעלאזט אזא אימרעכט אין די נאמען פון די הייליגע תורה.האט ער דען נישט ג'ענדיגט דעים שטר מיט הכל שריר וקיים,
קאמענטארן זענען איבריג, מיר וועלן ווייטער טיען מיר וועלן פאלגען, חלילה נישט מרים זיין יד בתורת משה, אבער זיי וועלן ווייטער טיען דאס זעלבע וואס זיי טיען, ווייטער מרים זיין בתורת משה, מקיים זיין דעים פסוק לפני עוור לא תתן מכשול, ווייטער קאפארירן מיט די שווינדלערס, ציקיקן ווי אידיש בליט גיסט זיך, קיין שום אנדערע רב וועט חלילה קיין ווארט נישט ארויס זאגן קיין מוק, וואס קען חלילה מרמז זיין קעיגן דעים רב וואס וואס פירט אן מיט די שטיק, אדרבה האט איינער געזעין עפעס א בריוול פון א רב, איינער זאל זיך אנטראגן עפעס צוצילייגן א האנט, חוץ עטליכע בעל בתים, ווי גייט די וויץ, דער עיקר איז זיך צאם האלטן, נישט אוועק רירן קיין סוס כלשהוא.