Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » וואס איז ראסיזם און וואס איז שלעכט דערמיט

וואס איז ראסיזם און וואס איז שלעכט דערמיט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7639
דינסטאג אקטאבער 20, 2015 11:09 pm#305337
אין אישית האט מיר איינער אנגעפרענגט די פאלגנדע פראגע, ברענג איך אלזא ארויף דעם אשכול פון ידידינו הבלתי נשכח הרב ATUB @לעיקוואד ATUB נ"י.

א גוטן ר׳ ראובן ,
לאמיך אייך עפעס פרעגן , כוויל אייך נישט אראפרייסען און בכלל האב איך נישט קיין דעה אינעם ענין , נאר כוויל באמת פארשטיין , וואס איז באמת די פראבלעם פון ראסיזים נאכדערצו אז סדארף קומען מיט אזא קנאות , איך פארשטיי אז שלעכטס טוען פאר א מענטש וועגן א ראסע אדער טשעפענען און באליידיגען איז א שלעכטע זאך וויבאלד וואס ער איז איז ער א מענטש אבער וואס איז די חסרון פון זאגן אז למשל א שווארצע איז א שוואכערע סארט אז ער האט שלעכטע מדות בטבע אדער ער איז ווייניגער קלוג ווי א ווייסע ,
ידידך מוקירך המצפה לתשובתכם.
דינסטאג אקטאבער 20, 2015 11:14 pm#305340
במקו"א כתבתי:

רויטע וואנצעס האט געשריבן:טייל מענטשן האבן אלעס ליב צו לייגן אין באקסעלעך. איין באקסעלע הייסט "היימישע איד", צווייטע באקסעלע הייסט "גוי" אא"וו. ס'איז אבער נישט אזוי, דער מענטשהייט איז איין גרויסע באקס, ס'דא אין דעם אלע סארט פירות.

למאי נפקא מינא?
ווען מ'פארשטייט אז דער מענטשהייט איז איין באקס, און יעדער מענטש איז א פירה פאר זיך, איז מען דן איבער פירות. איין פירה איז נישט שולדיג אדער נוגע צום צווייטן. אבער אז מען צוטיילט יעדע סארט מענטש אין א באזונדערע באקס, אן קוקן בפרטיות אויף יעדע פירה, ברענגט עס שנאה און מחלוקת צו דעם גאנצן באקס שלא ביושר. די מענטאלעטי ברענגט אינטער די וועלט.
מיטוואך אקטאבער 21, 2015 8:51 am#305378
מיינסט מותר לשנות מפני דרכי שלום
דו ניצט דאס אויך ווען דו מיט דיין שכן קריגן זיך
מיטוואך אקטאבער 21, 2015 9:30 am#305384
ער פרעגט: וואס איז באמת די פראבלעם פון ראסיזים נאכדערצו אז סדארף קומען מיט אזא קנאות

קנאות ניצט מען ווען מ'וויל מאכן פין א ווייסע זאך, שווארץ
דינסטאג מערץ 15, 2016 11:19 am#325095
Re: וואס איז ראסיזם און וואס איז שלעכט דערמיט
יעצט אריינגעבליקט דא צום ערשט.

לענ"ד זענען די אלע כללים וואס הער לעיקוואד האט געברענגט נכון ווען איינער האט א וועג דן צו זיין א פרט לפי זיין מהות והילוך החיים וכדו'.

ווען איך וויל זיך באווארענען פון א געוויסע זאך, און איך האב נישט קיין וועג נאכצוגיין דעם פרט, האב איך א רעכט שוקל צו זיין לפי דעם כלל.

א באקאנטע משל, די פליטים קריזיס פון סוריה, עיראק, וואס רוב לענדער וועלן זיך מונע זיין זיי אריינצונעמען וויבאלד ס'איז אוממעגליך צו וויסן ווער ס'יז באמת א פליט, און ווער איז אן אייסיס מעמבער, האט מען א רעכט צו מאכן א כלל (אויפן מינימום אופן וואס איז שייך), און נישט ארייננעמען א געוויסע ראסע, איינוואוינער.

ווען איינער גייט אין גאס און זעהט א גרופע שחורים קומען אים אנטקעגן וועט ער נישט זיין א ראסיסט טאמער וועט ער גיין אויף די אנדערע זייט גאס. טאמער איז ער מחליט אז ער וויל טיילן געלט פאר ארימע מענטשן, און איז זיך מונע פון צו טיילן ביי די שווארצע געגנט ווייל ער האט מורא פאר אן איבערפאל, איז ער ווייטער נישט קיין ראסיסט.

נאך א נקודה, ווי העט זיין טאמער דער שחור זעלבסט איז זיך מונע פון טוהן ביזנעס מיט זיין פעלאו שחורים, ווייל ער איז באקאנט איבער זייער 'חכמה' און 'צוגעלאזנקייט' וכו', טאמער הייסט ער נישט קיין ראסיסט, איז דאס א פארלעצונג קעגן די ווייסע ראסע, וואס האבן נישט דעם רעכט.
מיטוואך יוני 10, 2020 7:17 pm#451212
ענינא דיומא