Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » וואס איז ראסיזם און וואס איז שלעכט דערמיט

וואס איז ראסיזם און וואס איז שלעכט דערמיט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7639
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 3:14 pm#237607
וואס איז ראסיזם און וואס איז שלעכט דערמיט
ראסיזם איז א ווארט וואס אין די לעצטערע יארען האט זיך קונה געווען גאר א שלעכטער נאמען, עס איז גענוג צוצוקלעבן דער ווארט ראסיסט צו סיי וועלכער זאך אז דאס זאל זיין ווי אן ענדגילטיגער באשלוס ווי שלעכט דער זאך איז. מנגד פארטיידיגען זיך פארשידענע פון אזעלכע טענות דורך כלערליי הגדרות און הבנות פארוואס דאס איז נישט קיין ראסיזם און עס איז מותר וכדומה.

כדרכם של וויכוחים אלה, פארגעסט מען על הרוב קלאר צו מאכען וואס מיינט מען בכלל ראסיזם און וויאזוי זענען פארשידענע טענות ומענות רעלעווענט צו דער נקודה וואס איז שלעכט אדער גוט דערמיט.

לאמיר פראבירען צו טיילען קודם די הגדרה פון די מאראלישקייט. דער ווארט ראסיזם צייכנט אן עפעס וואס האט מיט ראסע, אבער די מאראלישע פראבלעם וואס עס איז דא דערמיט האט מיט ראסע גארנישט. דאס גייט ביידע וועגן. עס קען זיין אז עס זענע פארהאן לעגיטימער מציאותער ווי ראסע שפילט א ראלע, למשל אז א געוויסער קבוצה האט געוויסע גענעטישע באשטאנדטיילען וואס זענען אנדערש ווי א צווייטער, דאס מיינט נישט אז ווער עס זאגט דאס איז א ראסיסט. די זעלבער פארקערט, עס קען זיין איינער זאל זיין א ראסיסט, במובן וואס ער פירט זיך אויף א ראסיסטישער אופן, טראץ דעם וואס עס איז נישט באזירט אויף ראסע בכלל נאר אויף א געוויסע מנהג, אדער סיי וועלכער זאך.

אלזא, וואס איז בעצם דער פראבלעם מיט ראסיזם וואס מען רעדט וועגן? דאס קלאר מברר צו זיין וועט מען דארפען צוריקגיין מחליט זיין וואס איז בכלל די יסוד פון מאראלישקייט וכו', וואס קאמפליצירט דא שטארק די נושא, איז וועט מען מוזן אביסעל מדלג זיין אויף דיי אמתע יסודות און אננעמען געוויסע הנחות און יסודות מיט א פשטות. ווי איך פארשטיי, איז דא צוויי עיקר נקודות פארוואס ראסיזם איז אוממאראליש. איינס איז עס איז נישט יושר'דיג (fair), און צוויי איז ווייל עס איז פוגע אין כבוד האדם.

לאמיר א משהו צונעמען, עס איז א פשוט'ע אינטואיציע פון מאראל אז מען מוז זיין יושר'דיג. מ'קען אסאך חוקר זיין וואס איז יושר און גלייך און ווען איז דאס נוגע למעשה, אבער באופן כללי זאגט דאס לגבי א משפט למשל, ווען איך בין דן א מענטש, דארף איך עם דן זיין אויף די שכלדיגע נקודות וואס זענען נוגע דער שיפוט. אויב וויל איך למשל דן זיין אויב איינער איז א גוטער זינגער, דארף איך עם דן זיין לויט זיין כוח הנגינה, על פי כללי חכמת הנגינה. ווען איך בין דן א זינגער לויט וואסארא סארט הויזען ער גייט, איז דאס נישט יושר. וויבאלד ער קומט נישט דא פרעגן אויב ער פארשטייט צו סטיילס פון הויזען, נאר טאמער איז ער א גוטער זינגער. ממילא אויב איז דא א בית דין וואס פסק'נט ווער זינגט שיין טאר דער בית דין נישט אריינעמען אין דער באשלוס קיין שום זאך וואס האט נישט צו זינגען. און טאמער יא, למשל אז א זינגען קאמפעטישין זאל בוחר זיין איין זינגער וועגן די סארט הויזען וואס ער גייט, טוהן זיי אן עוולה. אין זייער אסאך פעלער ווען מען שרייט ראסיזם מיינט מען פשוט דאס. לגבי דעם איז נישט קיין נפקא מינא בכלל אויב האט דאס מיט ראסע אדער מיט סיי וועלכער אנדערער זאך לויט וואס מען קען מחליט זיין. יעדער זאך וואס איז נישט רעלעווענט צו דער נושא אויפ'ן טיש איז נישט קיין יושר אז מ'רעכנט זיך מיט דעם.

דוגמאות אויף דעם איז אן א שיעור, למשל אויב א בעל הבית האט צוויי ארבעטער וואס טוהן די זעלבע ארבעט, און ער צאלט פאר איינער מער נישט ווייל ער טוהט א בעסערע ארבעט נאר ווייל ער האט עם סתם ליב, אדער וויל ער געהערט צו א געוויסע גרופע, אדער סיי וועלכער זאך, איז דאס נישט קיין יושר. אין יעדער פאל זענען דא אן א סוף תירוצים און חקירות וואס מ'קען חוקר זיין, בעיקר איז דא א חקירה ווער איז עם מחייב זיך צו פירען ביושר, און אז איך האב א ביזנעס ווי מען צאלט די חברה פון מיין חסידות דאפלט פון פרעמדע, אדער וואס איז לכתחילה נאר פאר חברה פון מיין חסידות, ווער איז מיר דען מחייב צו טוהן אנדערש. דאס איז אפשר א טענה, אבער עס מאכט עס נישט קיין יושר. עס איז ווייטער נישט פייר וויאזוי ער צאלט די ארבעטער.

די זעלבע איז פשוט, און לעולם זה בנין אב לכולם, אז עס קומען צוויי מענטשען פאר א בית דין אויף א דין תורה, און דער בית דין פסקנט לטובת איינער פון זיי ווייל ער איז א חבר פון די דיינים, אדער ווייל ער איז אן עושר, אדער ווייל ער האט גוד לוקס, איז דאס פשוט און קלאר אומיושר. און אויף דעם קען מען ברענגען שוין פון גאר אן אלטער טעקסט וואס שרייט לא תכירו פנים במשפט.

יעצט אין די אלע פעלער איז די אומיושר גארנישט קיין נפקא מינה פארוואס ער איז, און צו עס איז א זאך וואס יענער האט בוחר געווען אדער נישט, כל זמן עס איז נישט רעלעווענט צו דער דין תורה. עס איז נישט קיין חילוק אויב איך פסקן לטובתו ווייל די פאות זיינע זענען אונטער די אויער, א זאך וואס ער קען פשוט אין א רגע עס אראפדרייען, אדער ווייל ער איז נעבאך געבוירען מיט נישט קיין שיינעם פנים. ביידע זענען פונקט אזא עיוות הדין.

אויב אזוי, וועט איר פרעגן, פארוואס שרייט מען בכלל אזויפיל "ראסיזם", אויב נישט דאס איז בכלל די נקודה, זאל מען שרייען עיוות הדין. דא קומט אריין אסאך מאל דאס וואס מען רופט באהאלטענע ראסיזם. וויבאלד, אז איין צד גיט שוחד פאר'ן דיין ער זאל פסק'נען לטובתו. איז דאס זייער א קלארע זאך וואס איז גרינג אנצוכאפען און מסביר זיין, און יעדער אנשטענדיגער געזעץ וועט מאכען כללים אז טאמער נעמט א דיין שוחד איז דער דין בטל. וואס איז אבער ביי זאכען וואס זענען פיל מער איידל אדער זעהבאר, ווי למשל זיין א חבר, וכדומה, דא איז אוממעגליך צו מאכען קלארע גדרים, ווייל אסאך מאל וועט דער דיין אליינס נישט וויסען אז די נגיעות זיינע ארבעטן דא, וואס דאן קען ער זיך פסל'ן מלדון, ער איז זיכער דאס איז אן אביעקטיווער פסק. דערווייל איז דא רגליים לדבר אז דער בייעס זיינע רעדט דא. עס איז שווער זיך צו געבן אן עצה מיט די פראבלעם אז א מענשט זאל זיך פירען הונדרעט פראצענט יושרדיג. עס איז אבער כולי עלמא מודי אז טאמער ווייסט מען א געוויסער זאך וואס איז בדוק ומנוסה עס זאל גורם זיין נגיעות, דארף מען מאכען כללים פארמיידען זייערע השפעה.

יעצט האט מען געלערנט און געזעהן, פון אן א סוף ערפארינג און מחקרים, אז איינע פון די שטערקסטע זאכען וואס בייעסען א מענטש זענען וועלכע גרופע באלאנגט איינער. וויבאלד די טבע פון א מענטש איז צו מאכען כללים, מאכט זיך א מענטש זייער שנעל און זייער גרינג כללים ווי אז די מענטשען פון יענער שטאט זענען גנבים, אדער יענער רעליגיע זענען אכזרים, אדער יענער משפחה זענען יענטעס. און אפילו ער באמערקט עס נישט און איז על פי רוב משוכנע עס איז אביעקטיוו, איז דאס גורם אן אומ'יושר. ווייל נאך אלעס זענען דיינע כללים נישט קיין רעלעווענט זאך צו די שאלה וואס שטייט אויפ'ן טיש על פי רוב.

א משל ווי דאס איז קלאר, עס זענען דא צוויי שטעט, ווארשא און לעמבערג. דער לעמבערגער עולם האט אזא מין הנחה אז די ווארשעווער זענען גנבים. מסתם האט דער סטיריאוטייפ א סיבה. יעצט קומען צוויי סוחרים פון די שטעט אן צו'ם בית דין אין לעמבערג, און דער בית דין איז שוין גלייך נוטה אז דער ווארשעווער איז דער גנב. איז דאס אן אומיושר. און אויב זעהן מיר אז דאס שפילט א שטארקע ראלע, ווי למשל אז דער בית דין איז מחייב סוחרי ווארשא אויף א פראצענט פיל מער ווי סוחרי לעמבערג, דארף אן אנשטעדנגיער בית דין מאכען א כלל אז מער איז ער נישט דיין צווישען ווארשא און לעמבערג.

יעצט וויבאלד מיר האבען געלערנט פון היסטאריע אז געוויסע זאכען מאכען א ריזיגע בייעס אויף אלע תחומים, ווי למשל רעליגיע, אדער קאליר פון הויט, אדער דער לאנד פון ווי מען קומט האבען אנשטענדיגע מענטשען געמאכט שטארקע כללים אז מען זאל שטארק זיך נישט רעכענען מיט די סארט זאכען אפילו אויף א פאל ווי עס איז א ספק בכלל אפשר איז דאס יא רעלעווענט, אדער אפשר רעכן איך זיך נישט מיט דעם נאר אביעקטיוו. אפילו דאס איז נישט דער טענה וואס איז רעלעווענט, די טענה איז סתם אז עס איז נישט יושר, אבער אן וויסען דער כלל ווי שטארק א בייעס דאס איז וואלט עס נישט איינגעפאלען אזוי צו טוהן, ממילא מאכט מען א רעש וועגן ראסיזם וכדומה, פשוט מעורר זיין מען זאל משים לב זיין צו דער פראבלעם.

ווייטער איז דא אן א סוף ספיקות ווי איז דא אפשר יא רעלעווענט און פונקטליך ווי יושרדיג מקען מחייב זיין מענטשען צו זיין, און וואס איז מיט לפנים משורת הדין וכו' וכו', אבער איך וויל נאר דער יסוד זאל זיין קלאר.
---

די צווייטער סיבה פארוואס ראסיזם איז אוממראליש איז אביסעל ווייניגער אינטואיטיב, אבער עס איז אויך א כלל אין פילע מאראלישע טעאריעס. דאס איז דער כלל פון כבוד האדם. איינער פון די יסודות אדער הגדרות פון מאראלישקייט איז זיין א מענטש, און זיך פירען מענטשליך כלפי אנדערע מענטשען. עס איז דא אין דעם פארשידענע הגדרות, אבער דער כלל איז אז יעדער מאל איך האנדל מיט א מענטש, דארף איך געבן דער מענטש דער כבוד אלץ א זעלבסשטענדיגער מענטש, און נישט מזלזל זיין אין עם ווי כאילו ער איז נאר א וועג איך זאל אנפילען מיין צורך, אדער זיך באנוצען מיט עם פאר א צווייטער מטרה.

דאס איז למשל די סיבה פארוואס קנעכטשאפט איז א פראבלעם, ווייל אז איך נעם א מענטש און מאך עם פאר מיין קענכט הייסט דאס אז איך בין עם מוריד פון די דרגא פון א מענטש ביז א חפץ וואס איך נוץ זיך מיט עם און וואס געהערט פאר מיר. אז דו ביסט מיין קנעכט און איך בין גענצליך שולט אויף דיר הייסט דאס איך בין זיך נישט מתייחס צו דיר ווי א מענטש נאר ווי א חפץ. פון דעם איז מסתעף נישט נאר עבדות ממש נאר יעדער כפיה, אויב צווינג איך איינעם צו טוהן עפעס וואס ער וויל נישט, הייסט דאס איך בין נישט מתייחס צו עם אלץ א מענטש א בעל בחירה נאר ווי עפעס א זאך וואס איך בין אויף דעם שולט. אדער יעדער השתמשות שאינו לפי כבודו.

די זעלבע איז אפילו דער איסור רציחה אפילו, בויט זיך נאר אויף דעם. איך האב נישט קיין רעכט אלץ מענטש צו מבטל זיין דער מציאות פון א צווייטער מענטש און עם מאכען אויס מענטש. פון דעם איז מסתעף נישט נאר רציחה ממש נאר אויך בכלל אוועקמאכען א צווייטער, ווי המלבין פני חבירו, וואס דאס הייסט ווייטער איך בין נישט מכבד דער מענטש אלץ מענטש איך "מאך עם אוועק".

דאס איז שוין מער א עצמיותדיגע טענה, און איז נוגע אויף דעם עצם דעה נישט נאר אויף א התנהגות שלא ביושר. דאס איז דער טענה קעגן יעדער סארט ראסאיזם וואס איז דן א מענטש נישט אלץ מענטש פאר זיך נאר אלץ א חלק פון א געוויסער גרופע וואס שטעמפלט עם שוין אפ מראש ווי עפעס. עס פארשטייט יעדער איינער אז עס איז נישט קיין כבוד און עהרע אז איר טרעפט זיך מיט א נייער מענטש עם זאגען שלום עליכם איר זענט דאך א פוילער איר קומט דאך פון ענגלאנד ווי אלע זענען באקאנט אלץ פוילער מענטשען. יעדער פארשטייט אז ווען מען טוהט עס פאר עם איז דאס עם מבזה דאס איז ביסוד צוגענומען פון א מענטש זיין מענטשליכע עהערע און עם דן געווען ווי א זאך וואס איז א תוצאה פון א געוויסער זאך.

למעשה דער כלל גייט פיל טיפער פון הכללות און ראסיזם, עס מיינט אז מען טאר נישט אוועקמאכען קיין שום בריה נישט אפילו ווען ער אליינס האט בבחירתו געטוהן זאכען וואס געפעלט אונז נישט. וויבאלד סוף כל סוף בלייבט ער ווייטער א מענטש. אבער על כל פנים כל שכן וקל וחומר א זאך וואס איז זיך נישט מתייחס צו עם, נאר דאס וואס ער געהערט צו א געוויסע גרופע, אז דאס איז ביסוד אוועקגעמאכט דער מציאות וכבוד האדם.

ווייטער יש בלי סוף חקירות וחילוקים ושאלות, אבער דער יסוד דארף קודם זיין קלאר. און איך וויל מאכען דא א שמועס טאקע וועגן די יסודות וואס זענען זיי, טאמער האט איינער א צווייטער פשט, אדער דינגט זיך, און נישט אזוי אויף די פרטים למעשה זעלבסט.
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 3:28 pm#237616
למעשה טרעפט מען אין דער תורה צוויי סארטן עבדות, ווי קען מען זאגן אז קנעכטשאפט איז מכלל וכלל אוממאראליש, למשל ווען א מענטש פארקויפט זיך, איז עס דאך מבחירתו ווידעראום אז ער גנב'ט איז עס אן עונש ולא גרע פון תפיסה.
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 3:35 pm#237620
דאס איז טאקע א גוטער משל, (אויב פארגעסט מען פון די חילוק עבד עברי/עבד כנעני). דער כלל פון איסור עבדות אין די תורה -ווי אויך אין היינטיגע געזעץ- זאגט אז אפילו א מענטש פארקויפט זיך, מרצונו הטוב, און ער שרייבט דערויף א קאנטראקט כדת וכדין איך בין דיין עבד אויף אייביג, קומט די תורה און זאגט ניין, דאס פאסט נישט פאר א איד/מענטש בכלל. א מענטש טאר נישט זיין א חפץ פון א צווייטער מענטש, און דער מכירה וואס ער מאכט אויף דעם איז בטל. דער כלל פון כבוד האדם איז ביי אונז אזוי שטארק אפילו דער מענטש אליינס זאגט אנדערש העלפט עס עם נישט.

נמכר בגניבתו איז א וועג פון צוריקצאלען, עס זאגט "ארבעט פאר יענעם ווילאנג דער חוב צאלט זיך אויס". און אפילו דאס טאר נישט זיין אויף אייביג, אפילו ער איז שולדיג טריליאן דאלאר און זעקס יאר וועט גארנישט ענדיגן דער חוב. ווייטער ווייל דער כלל פון כבוד האדם בלייבט אפילו אויף א גנב.
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 3:36 pm#237621
וואס איז דאס, אין ווייניגער ווי א שעה האט לעיקוואוד אפגעטייפט אזא ארבייט?
מיר וועט עס נעמען ווייניגסטנס א שעה צו ליינען מיטן גאנצן טיפקייט!
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 3:38 pm#237623
ישראל קאפקע האט געשריבן:וואס איז דאס, אין ווייניגער ווי א שעה האט לעיקוואוד אפגעטייפט אזא ארבייט?
מיר וועט עס נעמען ווייניגסטנס א שעה צו ליינען מיטן גאנצן טיפקייט!

כ'האב דאס אנגעהויבען שרייבען פאר'ן ליינען דער פערגעסון אשכול און איך האב דאס אויסגעפלאנט אין מיין מוח נאך פריער.
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 5:36 pm#237660
דו קענסט נישט אראפשלינגען א קאמפלימענט? עס איז נישטא קיין סיבה זיך צו פארענטפערן.
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 5:37 pm#237661
תורה הוא וללמוד אני צריך..
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:42 pm#237677
@ הרב לעיקוואד זאגסט לכאורה זייער גוט (כדארף איבערגיין צי פארשטיין לאמתו ) . אבער ביי מיר אין קאפ איז אייביג געווען די פראבלעם מיט ראסיזים אז עס איז א סתירה מיטן אידעאל פין גלייכבארעכטיקייט דהיינו אז פאר יעדע מענטש קומט זיך די זעלבע רעכטן אן קיין נפק''מ פון די אומרעלעווענטע זאכן ווי קאליר פין הויט וכדו',
אפשר ליגט דאס בתוך דבריך ביטע זיי מסביר
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 7:00 pm#237678
וואס מיינט איר דער אידיאל פון גלייכרעקטיקייט? לגבי וואס? יעדער איז גלייך פאר דער משפט והיושר, דאס איז דער ערשטער טעם מיינער. אז יעדער מענטש איז א מענטש פונקט ווי א צווייטער דאס איז דער צווייטער טעם מיינער. איך מיין איייער נוסח איז אביסעל משלב די צוויי וועגן וואס איך האב געשריבען = יעדער מענטש קומט זיך כבוד אלץ מענטש, אן זיך רעכענען מיט די חילוקים וואס זענען אומרעלעוואנט צו זיין מענטשהייט, ווי קאליר וכדומה. אדער בין איך נישט נישט גענוג קלאר? אויב איר ווילט אנדערש מגדיר זיין געב אפשר א משל וואס וואלט געמאכט א נפקא מינה טעארעטיש אדער למעשה וויאזוי מען לייגט עס אראפ.

-
דהיינו איר זענט מסביר די נקודה ווי יסוד א נעמט ארויס דער ראסיזם פון נושא ב. אז נאך וואס מיר פארשטיין די נקודה פון כבוד אדם, קען א ראסיסט זאגען אבער א געוויסע גרופע איז ביי עם נישט נחשב אדם, אויף דעם שיקט מען עם צוריק צו נקודה אלף און מען איז עם מסביר אז לגבי די מענטשהייט פון א מענטש איז נישט משנה די פארשידענע זייטיגע חילוקים. ממילא איז דער יושר מחייב ער זאל זיך פירען ווי א מענטש טאקע צו אלע מענטשען.
דאס איז טאקע א וויכטיגע שלב צו פארשטיין, איך האב נאר קודם געוואלט מסביר זיין די נקודה פון כבוד אדם בכלל, און אפשר טאקע איבערגעהיפט די נקודה.
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 7:50 pm#237684
יא לכאורה גלייכבארעכטיגקייט איז דער אינטערלאגע פין די גאנצע סברא
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:33 pm#237707
סהדי במרומים אז איך האב געהאט געקלערט היינט צו עפענען אן אשכול לע"נ הק' מיכאל ברוין הי"ד, מיט גענוי דעם זעלבן תוכן, כאטש נישט מיט אזא בהירות.
לעיקוואוד האט געשריבן:א משל ווי דאס איז קלאר, עס זענען דא צוויי שטעט, ווארשא און לעמבערג. דער לעמבערגער עולם האט אזא מין הנחה אז די ווארשעווער זענען גנבים. מסתם האט דער סטיריאוטייפ א סיבה. יעצט קומען צוויי סוחרים פון די שטעט אן צו'ם בית דין אין לעמבערג, און דער בית דין איז שוין גלייך נוטה אז דער ווארשעווער איז דער גנב. איז דאס אן אומיושר. און אויב זעהן מיר אז דאס שפילט א שטארקע ראלע, ווי למשל אז דער בית דין איז מחייב סוחרי ווארשא אויף א פראצענט פיל מער ווי סוחרי לעמבערג, דארף אן אנשטעדנגיער בית דין מאכען א כלל אז מער איז ער נישט דיין צווישען ווארשא און לעמבערג.

אפשר איז די גרויסע צאל חייבים ביי די ווארשעווער סוחרים נישט צוליב די סטיריאטיפ נאר צוליב די סיבה וואס האט געברענגט די סטיריאוטיפ?
באמת וואלט מען געקענט מאכן א שטודיע און זאגן, אויב למשל עס זענען דא פראצענטועל צען פראצענט מער ווארשעווער אידן ווי לעמבערגער אידן וואס זיצן אין תפיסה צוליב שווינדל, דעמאלט אויב אין בתי דין ווערן זיי נתחייב מיט אסאך מער, לאמיר זאגן 20-30 פראצענט מער ווארשעווער גייען ארויס חייב בדין, איז א סימן אז בית דין איז געשטרויכלט מיט סטיריאוטיפ. דא עקא, אזא שטודיע אליין וואלט געמאכט אסאך ערגער די סטיריאוטיפ.
נאך א שאלה: דער אנשטענדיגער בית דין גייט מער נישט פסק'ען די דין תורות. וואו וועלן די בעלי דינים יעצט גיין? ביי די קארופטירטע בתי דין וואס האבן נישט מורא פון סטיריאוטיפס?
און אויב זיי וועלן גיין צו א פרעמדע בית דין וועט מען גארנישט אויפטון, ווייל די זעלבע סיבה וואס האט געברענגט די סטיריאוטיפ ביים אלטן בית דין וועט עס ברענגען ביים נייעם.
(כמובן די אלע שאלות זענען נאר במקום ווי דער סטריאיטיפ האט טאקע א לאגישע סיבה, אז נישט איז דאך דאס סתם טפשות, און אויף דעם שטייט שוין מסתמא אין עפעס א אור אלטן טעקסט: הטיפש פסול לדון).
ישראל קאפקע האט געשריבן:וואס איז דאס, אין ווייניגער ווי א שעה האט לעיקוואוד אפגעטייפט אזא ארבייט?
מיר וועט עס נעמען ווייניגסטנס א שעה צו ליינען מיטן גאנצן טיפקייט!

Although the Critique of Pure Reason was set down in written form in just four to five months, while Kant was also lecturing and teaching, the work is a summation of the development of Kant's philosophy throughout that twelve-year period.
m http://en.wikipedia.org/wiki/Critique_of_Pure_Reason m
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:48 pm#237709
Always treat people as an end, never simply as a .
.means
Imannuel Kant
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 10:57 pm#237724
שיין און קלאר געשריבן, ייש"כ.
מיינע צוויי הערות, קודם כל וויל איך פרעגן, בכלליות, קען רעליגיע מיט יושר גיין צוזאמען? איז נישט די עצם מהות פון אתה בחרתנו איין שטיק ראסיזם? כ'פרעג לויט וויאזוי אונז דעפיניר מיר 'יושר' היינט.

צווייטענ'ס, איך וואלט מחלק געווען צווישן גענעטיש-ביאלאגישע ראסיזם און צווישן ראסיזם קעגן גרופעס אדער מענטשן וואס האבן די מעגליכקייט זיך/עס צו טוישן (ולא זכיתי להבין דברי לעיקוואוד בענין זה -באהאלטענע ראסיזם), די לעצטע וואלט איך נישט אנגערופן ראסיזם, אוודאי איז עס ווייט פון יושר אבער עס איז קיין פארגלייך מיט ראסיזם קעגן אזעלכע וואס קענען זיך נישט טוישן אדער לאזט מען זיי נישט טוישן, אויב פארגלייכט מען די ביידע, איז סיי עס נעמט עס אוועק די חומר הענין פונעם ערשטן, און סיי לא שביק מר חיי לכל בריה, מענטשן וועלן טהון כל דבר אסור און נאכדעם שרייט מען ראסיזם, דער מענטש דארף וויסן ער מעג טאקע טהון וואס ער וויל, ער מעג גיין מיט א היידזשאב, ער מעג פראטעסטירן אין פערגוסאן יעצט, ער מעג אלעס אבער ער זאל טראגן רעספאנסביליטי דערויף, איך בין אויך יומען און פארלאנג נישט פון מיר זיך איינשטעלן מיין לעבן וועגן דיין לעבן.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 8:03 am#237778
@יאיר,
ברגע וואס מיר האבען פעסטגעשטעלט אז דא איז דא נגיעות, איז סתם סוליפסיזים צו טענה'ן ''אבער אפשר איז דאס נישט וועגן די נגיעות נאר די אמתע זאך וואס איז גורם צו די נגיעות. אויך דאס וואס איך האב ליב מיין ברודער און בין נוטה צו זיין צד האט באמת גוטע סיבות, איך קען עם בעסער איך פארשטיי עם בעסער, דאך פארשטייט יעדער איינער אז דער נגיעה ווארפט מיר קאטאגאריש אראפ פון די מעגליכקייט דן צו זיין בענינו. יעדער מאל מפסל'ט א נוגע איז דא דער תירוץ, דער פסול איז קאטאגאריש וויבאלד מקען אביעקטיוו זאגען אז עס וועט זיין א בייעס, נישט ווייל מקען מוכיח זיין לגבי גופו של דין תורה וואס דער טעות איז. אויב וואלט מען געקענט ווייזען יעדער מאל וואס איך בין דן לטובת מיין ברודער ווי איך האב א טעות געהאט בדין וואלט מען מיר דאך נישט געדארפט פסל'ן פון דן זיין מיין ברודער.

דער בית דין דארף שיקען די דיני תורה קיין פיטסבורג, ווי קיינער האט נישט געהערט און האט נישט קיין דעות קדומות נישט אויף ווארשא און נישט אויף לעמבערג. באופן וואס דאס איז שווער אדער אוממעגליך איז טאקע א פראבלם, וועט מען דארפן זוכען אנדערע עצות, ווי למשל מאכען א בית דין וואס איז האלב נוטה צו דער צד און האלב פארקערט וכו'. דער פראבלעם גייט נישט אוועק אויב איז נישטא קיין הונדרעט פראצענטיגע עצות.

אויב מיינסטו מערער זיין ווער זאגט די נגיעה שפילט א ראלע בכלל, אפשר איז עס אלץ טאקע נאר וועגן דער אמתער זאך. איז דער תירוץ פשו.. א סטעריאוטייפ איז א כלל וואס לערנט זיך פון פרטים (induction). עס קען במהותו נישט זיין חופף צו דער מציאות. איז לאמיר זאגען די ווארשעווער האבען זיך ערליך פארדינט די טיטל גנבים ווייל אין לעמבערג איז נאר איין פראצענט עולם גנבים משא''כ אין ווארשא איז עס פינף פראצענט, איז עס אלץ גארנישט געזאגט אויף די 95%. און אפילו די פינף פראצענט גנבים מאכט זיך דאך אמאל זיי זענען גערעכט אויך. קומט אויס אז סתם סטאטיסטיש דארף דער בית דין מחייב זיין ווארשא בערך מיט 2.5% מער ווי לעמבערג, דערווייל איז דער מספר 80%. זעה איך קלאר וואס שפילט א ראלע. או כלך לאידך גיסא, עס איז גענוג איך זאל ווייזען איין פאל ווי עס איז נישטא קיין גוטע טעם נוטה זיין לטובת לעמבערג נאר דער הטיה כדי צו פסל'ן אלע דיני תורות שבין לעמבערג לווארשא ביי דער בית דין. וכנ''ל.

@ביבער,
לאמיר פליז ארויסלאזען רעליגיע פון דער געשפרעך, דאס וועט שוין דארפן נאך א גאנצער אשכול וועגן אתה בחרתנו, וכבר היו דברינו בזה בשטיבל דנן לך נא ראה. לענייננו איז דאס סייווי נישט משנה. אפילו א אידישע בית דין וואס פירט זיך אלעס לויט די חילוקים וואס זענען אפשר דא אין חושן משפט בין ישראל לעמים, איז דאס נאר נוגע די פרטי ההלכות. לגבי דער עצם דין וועט ער ווייטער זיך מוזן אן עצה געבן מיט די זעלבער פראבלעם פון זיין בייעס. אויב קוקט ער אן א גוי אלץ א גנב מער ווי א איד און ממילא פסקנ'ט מער לטובת דער איד וועט עם קיין שום אתה בחרתנו נישט ארויסהעלעפן פון דער פאקט אז ער פסקנ'ט א דין מעוות.

אייער צווייטער קשיא האב איך נישט פארשטאנען, אויף דעם האב איך מסביר געווען באריכות אז די סיבה פארוואס ראסיזם איז נישט מאראליש מאכט כמעט נישט אויס צו האט ער בוחר געווען דערין אדער נישט. מער בפרטות יש לחקור אבער איך ווייס נישט וואס אייער חקירה איז.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 8:53 am#237783
סוף כל סוף, פארמאגט יעדער אין זיך עפעס א סארט פון ראסיזם אדער בייעס, אלעס וואס מיר טוען און טראכטן איז באזירט אויף איינדרוקן פונעם סביבה און אויף די יסודות אויף וואס מיר זענען אויפגעצויגן געווארן.

ס׳איז כמעט נישט פארהאן א מענטש וואס פארמאגט נישט קיין דעות קדומות, אפילו די וואס ווערן דאס מערסטע געטראפן פון ראסיזם, זענען אליין ראסיסטן אויף פארקערט (מעגליך אלץ תוצאה פון זייערע ליידן, ס׳איז אבער נישט קיין נפק״מ טעם הדבר) אדער אין אנדערע נושאים.

ומי יאמר זכיתי לבי.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 10:33 am#237787
לעיקוואד האט געשריבן:אייער צווייטער קשיא האב איך נישט פארשטאנען, אויף דעם האב איך מסביר געווען באריכות אז די סיבה פארוואס ראסיזם איז נישט מאראליש מאכט כמעט נישט אויס צו האט ער בוחר געווען דערין אדער נישט. מער בפרטות יש לחקור אבער איך ווייס נישט וואס אייער חקירה איז.


ביי א דין תורה מעג גארנישט מאכן א חילוק נאר דער ענין אויף וואס דער נידון איז, אבער דער משל איז רוב מאל נישט אזוי, אונז לעב מיר אין א פרייע וועלט און צוליב ישוב העולם קען מען נישט געבן ראסיזם א בלענק טשעק, ווייל אויב יא נעמסטו אוועק מיינע רעכטן.

למשל מאיר כהנא פלעגט טענה'ן אז ער איז נישט קיין ראסיסט 1. ווייל ער לאזט זיי גיין ערגעץ אנדערש, 2. ער רעספעקטירט זייער רעליגיע, 3. און ער לאזט זיי טוישן רעליגיע (קיין פארגלייך צו די נאציס), יעצט ער האט טאקע בעוולה'ט א ראסע אבער איז נישט קיין ראסיסט ווייל זיי האבן עס אליין בוחר געווען און ער האט די רעכט צו לעבן רואיג, ער נעמט נישט אוועק זייער בחירה ס"ה פארלאנגט ער זיי זאלן נעמען אחריות דערויף.

די זעלבע איז מיט אלע אישוס דאהי אידישע צו גוישע, ווי דער יומען ספיסיס לעבט נאר צוזאמען, איז זייער נארמאל יענעם דן צו זיין לויט זיין ראסע אויב האט ער עס אליין בוחר געווען אדער ער קען עס טוישן, אז נישט נעמט מען אוועק די אייגענע רעכטן.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 10:49 am#237789

למשל מאיר כהנא פלעגט טענה'ן אז ער איז נישט קיין ראסיסט 1.ווייל ער לאזט זיי גיין ערגעץ אנדערש, 2.ער רעספעקטירט זייער רעליגיע, 3. און ער לאזט זיי טוישן רעליגיע (קיין פארגלייך צו די נאציס), יעצט ער האט טאקע בעוולהט א ראסע אבער איז נישט קיין ראסיסט ווייל זיי האבן עס אליין בוחר געווען און ער האט די רעכט צו לעבן רואיג, ער נעמט נישט אוועק זייער בחירה ס"ה פארלאנגט ער זיי זאלן נעמען אחריות דערויף.



נוצענדיג דאס אלץ א משל בלבד, אן אריינגיין בכלל אין דער עצם שמועס. איז וואס איך האב מסביר געווען גענוג מסביר צו זיין אז דער תירוץ איז דברים בטלים. עס איז סך הכל א סעמאנטישער חקירה וואס הייסט ראסיזם, איז רוף עס רעליגעיזים, עס מאכט עס נישט קיין טראפ מער יושרדיג.

אויב איך האב פארשטאנען די נושא, וויל כהנא דא מאכען זיין שטעלונג אז מען דארף ארויסווארפען אלע מענטשען פון א געוויסע רעליגיע פון א געוויסע ארט, אז זיי זאלן נישט טארן וואוינען דארט. און ער איז מסביר אז דאס איז יושר וויבאלד אויב ער וויל קען ער זיך טוישען רעליגיע. די פראבלעם איז אבער אז עס איז זעלבספארשטענדליך (נניח, עכ''פ הרב כהנא אליינס איז דאך מודה צו דער הנחה מיט דעם וואס ער פראבירט זיך צו פארענטפערן דערפון) אז איז נישט קיין יושר מקשר צו זיין דער רעליגיע פון א מענטש צו אין וועלכער געגנט ער זאל מעגן קויפען ריעל עסטעיט. עס האט נישט איינס מיט'ן צווייטען. און אזוי איז דער געזעץ אין יעדער ארט וואס רעספעקטירט מענטשהייט, אז דיין רעכט צו קויפען א הויז און וואוינען אין א געוויסע ארט מעג נאר זיין תלוי אויב דו האסט גענוג געלט צו צאלן דערפאר, (איז דאס יא יושר. . רעד מיט קארל מארקס) און וועלכער גאט ער דינט האט נישט קיין שייכות צו דעם, ממילא זענען מיר ווייטער פונקט ווי ביי דער דין תורה וואס פסקנ'ט ווער איז שולדיג לויט וויאזוי ער דרייט זיינע פיאות.

אין איין ווארט: דער עוולה פון ראסיזם האט גארנישט מיט ראסע. קעניג פערדינאנד פון שפאניע איז נישט געווען ווייניגער רשע ווייל ער האט געגעבן פאר די יידן אין זיין קעניגרייך די קלארע אפציע זיך צו שמד'ן און בלייבן וואוינען דארט (עס מאכט עם אפשר נאר מער רשע, נישט נאר ער דיסקרימינירט אויף ווי צו וואוינען ער וויל דאס נאך נוצען פאר א שטעקן צווינגען יענער טוישען זיין רעליגיע), און די נאציס זענען נישט געווארען מער רשעים פאר'ן נישט געבן אזא אפציע. (אגב איז דאס בכלל נישט ריכטיג. נאציס האבען פיינט געהאט אידען ווייל זיי האבען געהאלטען אז אידן שאטן קולטוריש און אידיאולוגיש, דאס האט נישט צוטוהן געהאט מיט רעליגיע אבער איז געווען פאר פאקטישע בחירות וואס אידן האבען געמאכט לפי דעתם. ער האט נישט פיינט געהאט א איד פארן האבען א קרומער נאז נאר פארן מזיקן ציביליזאציע לפי דעתו. לו יצוייר אז א איד וואלט געקענט ווערן א נאצי וואלט ער גערין מסכים געווען, ער האט נאר מסביר געווען אז דאס איז כמעט אוממעגליך)
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 11:32 am#237791
אהן אריינגיין אין די חילוקים צווישן כהנא און שפאניע, אבער דא האסטו א דוגמא ווי מיין לעבן איז איינגעשטעלט וועגן א צווייטער נוצט די ראסיזם קארטל אומאויסגעהאלטן, כהנא וואלט געווען א ראסיסט ווען ער זאגט אז דער אראבער איז נישט בארעכטיגט צו קויפן ריעל עסטעיסט אין די גאנצע וועלט, א ראסיסט וואלט ער געווען ווען ער נעמט אוועק יענעמ'ס בחירה אויף רעליגיע, א מענטש פאר זיך מעג לעבן רואיג פונקט ווי יענער מעג, יענער איז דער וואס דארף וויסן זיין טשויס קען האבן קאנסקסקווענצן און דארף דיעלן דערמיט.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 11:43 am#237794
@ביבער
דו האסט זייער א שטרענגע -און נישט פונקטליכע- דעפיניציע פון ראסיזם.
בלויז ווייל עס איז דא ערגערע ראסיסטן, מיינט נישט אז ביז אהין איז נישט ראסיזם.
אויב סיי אידן און סיי אראבער וואוינען אויף איין ארט, און איינער זאגט אז די וואס אנגעהערן צו איין רעליגיע, פאלק אדער ראסע קענען זיין לאנד אייגנטומער, און די וואס געהערן צו א צווייטן רעליגיע, פאלק אדער ראסע קענען נישט (אפגעזען פון אנדערע אורזאכן) איז דאס א קלארער פאל פון ראסיזם. אפגעזען צי עס איז פאראן פיל ערגערע ראסיסטישע אידעאלאגיעס (נאציזם).
רוב ראסיסטישע אידעאלאגיעס גיבן דווקא יא ארט פארן 'נידריגן' ראסע וואו צו לעבן, (גיי דיר צוריק צו אפריקע, שפאניע, אזיע אדער מזרח אייראפע).
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 11:45 am#237795
ביטע נישט רעדן פון ספעציפישע פעלער. אויב ביבער וויל טענה'ן אז אמאל איז פיקוח נפש דוחה ראסיזם זאל ער מסביר זיין לויט די יסודות וויאזוי דאס ארבעט פונקטליך און פארוואס, זאל מען קענען דן זיין אויף דעם. דערווייל זעה איך דאס נישט.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:42 pm#237807
לעיקוואד האט געשריבן:ביטע נישט רעדן פון ספעציפישע פעלער. אויב ביבער וויל טענה'ן אז אמאל איז פיקוח נפש דוחה ראסיזם זאל ער מסביר זיין לויט די יסודות וויאזוי דאס ארבעט פונקטליך און פארוואס, זאל מען קענען דן זיין אויף דעם. דערווייל זעה איך דאס נישט.


ס'איז לאו דוקא פיקוח נפש, איך האלט איבעראל אזוי ווילאנג יענער קען טוישן זיין מצב און ווילאנג דו נעמסט נישט צו יענעמ' רעכטן אינגאנצן איז עס נישט קיין עולה קעגן מאראל, איי ס'נישט יושר, פארקערט איז אויך נישט יושר, אויב א גוי וויל נישט פארקויפן פאר א איד זיין דירה העכער אים איז ער נישט קיין ראסיסט, ער מעג לעבן במנוחה אהן דארפן מורא האבן אז אין 10 יאר ארום גייען 12 קינדער טאנצן אויף זיין קאפ, דער איד סיי ער קען טוישן לייף סטייל און סיי ער קען וואוינען ערגעץ אנדערש, אויב וויל ער נישט פארקויפן פאר א שווארצן איז דאס ראסיזם ווייל ער קען נישט טוישן קאלער. איך בין נישט מחויב אלס מאראל צו ליידן פאר יענעם'ס טשויס. איך מעג עס אויך נישט אוועקנעמען.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:59 pm#237812
דו מישט צאם פארשידענע סברות און טענות. ביטע זיי קלאר. איז דער טענה צונעמען רעכטן אינגאנצן אדער דער חילוק וואס ער האט זיך בוחר געווען. און וואס איז יא אדער נישט יושר. איך בין זייער נישט קלאר וואס איר טענה'ט.
נאר קלאר צו מאכען.

1. עס מאכט נישט קיין חילוק לגבי יושר ווען עס איז אומרעלעווענט אויב יענער האט זיך בוחר געווען אדער נישט. ווייטער ווען עס איז יא רעלעווענט מאכט ווייטער נישט קיין חילוק. אויב איז דער יושר אז איך מעג מחליט זיין וויפיל קינדער מיין שכן זאל האבען, איז דאס א רעלעוואנטער חלק פון פארקויפען דער דירה, און עס איז נישט קיין שום נפקא מינה צו יענער האט זיך בוחר געווען די מספר פון קינדער אדער זיין טאטע האט עם געצוואונגען. עס איז א חילוק ווי אומיושר דאס איז צווישען הרגנען יעדער וואס האט צופיל קינדער און עם נישט פאררדנגען דירות, אבער עס איז נישט ביסוד קיין חילוק.

2. ווען מרעדט פון דיסקרימינאציע רעדט מען על פי רוב נישט פון ספעציפישע מעשים וואס יענער האט געמאכט. למשל אויב איך פארדינג נישט מיין דירה פאר ווער עס גייט מיט א שווארצע העמד. דאס איז טאקע נישט קיין יושר אבער נישט געבויט אויף א גרופע נאר אויף א פעולה וואס איז אומרעלעווענט. דאך איז דא שייך די טענה (הלא נכונה) ווער הייסט דיר גיין א שווארצע העמד. אויב פארדינג איך נישט מיין דירה פאר קיין חסידי אשוואר67, דיסקרימיניר איך לגבי אלע חסידים פון דער אשווארע רבי פון 67 גאס. דא איז די טענה וואס הייסט דיר זיין א 67 חסיד קענסט דאך זיין א חסיד פון זיין ברודער דער אשווערער פון 69 נאריש. א מענטש איז כמעט קיינמאל נישט בוחר די גרופע צו וואס ער געהערט. ער איז א 67 חסיד ווייל אזוי איז ער געבוירען. דאס אז עס איז אנדערש ווי געבוירען ווערען מיט א געוויסע קאליר איז נישט קיין גרויסער נפקא מינה. געהערן צו א געוויסער גרופע איז כולל אסאך מער ווי א געוויסער מעשה, און איז על פי רוב כמעט א הכרח פאר דער מענטש, גארנישט קיין בחירה. עס איז נאריש צו זאגען אז א מענשט איז אליינס שולדיג פאר זיין א חסידישער איד אדער פארן געעהרן צו דער סאוט העמפטאנס רעפארמד טשורטש אף דע סעינטס.

3. יושר איז מחייב אסאך זאכען וואס זענען "נישט קיין יושר" פאר דער צווייטער צד. איך וואלט געוואלט דער רעכט צוצונעמען דיין בערזל, עס איז נישט קיין יושר פאר מיר איך זאל דארפן ליידען אז דו האסט אזויפיל געלט. דער יושר זאגט אז איך מוז שווייגען און ליידען דיין געלט. די זעלבע, אויב איז נישט יושר איך זאל מונע זיין פארדנגען מיין דירה פאר ווער עס האט צופיל קינדער, הייסט דאס אז דער יושר איז מחייב איך זאל סובל זיין זיינע קינדער. אפילו עס איז מיר אומבאקוועם. דער מהות פון יושר איז אז אמאל וועט איינער זיין אומבאקוועם וועגן דעם. אויב טוהן די צען קינדער עפעס אן אביעקטיבישער נזק צו דיר קענסטו פאדערען פון עם ער זאל דאס אויפהערען. אפשר אפילו מתנה זיין אין דעם דער דירה, אבער עס גיט דיר נישט דער רעכט עם מונע צו זיין סתם ווייל דו האסט פיינט א חסידישער איד.

4. אין פרטים וועט אלעמאל זיין פארשידענע צדדים און חקירות וואס איז שטערקער, איך פראביר אבער קלאר מאכען די יסודות. עס זעהט אויס איר זענט מסכים אז עס איז נישט קיין יושר צו דיסקרימינירען לויט א זאך וואס איז אומרעלעווענט (פאר דעם איז די דירות משל שווערער ווייל עס איז אביסעל יא רעלעווענט אמאל). אז אמאל איז דא א מצב וואס עס איז נישטא קיין אנדערע ברירה קען מען חוקר זיין. אבער פליז לאמיר זיך האלטען צום עיקר.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:21 pm#237818
לעיקוואד דיין ענדע ברענגט מיר ארויף פראגעס. אויב עימיצער פארדינגט נישט א דירה צוליב (פראבאבילעטי פון) פרעזענליכע באקוועמליכקייטן, למשל, ער האט 100 טענענטס, און די העכסטע ראטע וואס מאכן אים פראבלעמן איז א געוויסע ראסע, הייסט ער לויט דיר א ראסיסט אויב ער האלט זיך צוריק צו פארדינגען בלויז צו פירן א סוקסעספולע ביזנעס? און וואס איז ווען איך ווייס אז א געוויסע גרופע באצאלן שווער רענט, מעג איך דן זיין וועגן פריערדיגע מעשים?
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:28 pm#237826
נו זאג דו? איך מיין עס איז זיכער נישט קיין יושר מען זאל דן זיין אויב מיר צו פארדינגען א דירה לויט וועלכע גרופע איך געהער צו.

די עיקר פראבלעם וואס איך זעה דא איז די יסודישע א-מאראלישקייט פון פריוואטע ביזנעס. דער איינציגסטער ציור ווי דער פריוואטער ריווח פון איין צד ווערט בכלל א נושא אין דער שמועס איז דא. אין א בית דין איז דאך פשוט אז די באקועמליכקייט פון די דיינים צו מחייב זיין פאר אומרעלעוואנטער סיבות וויבאלד דאס איז זיי מער באקוועם (=שוחד) אז עיוות הדין. נאר וואס, דער לענדלארד טענה'ט ווער איז מיר מחייב זיך צו פירען על פי יושר. מיין הנאה פון מאכען געלט איז וויכטיגער. איך בין נישט אין די ביזנעס פון מאכען זיכער יעדער קען דינגען דירות לפי יכולתו, איך בין אין די ביזנעס פון מאכען געלט. דאס איז נישט קיין מאראלישע סברא דאס איז א סברא וואס ברענגגט ארויס דער אמאראלישקייט פון מאכען געלט ווי א זאך וואס זיין מטרה איז פריוואטער ריווח פון איינער.

פארדעם טאקע מאכט דער סאסייעטי בכללות פארשידענע רעגולאציעס וואס זאל מחייב זיין אויך פריוואטע ביזנעס צו זיך פירען על פי א געוויסע מאס פון יושר טאקע ווען עס וועט זיי קאסטן געלט (=ווען זיי שרייען "עס איז נישט קיין יושר צו אונז", ווי כאילו זיי זענען אין די ביזנעס פון מאכען יושר).
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:56 pm#237837
אבער ווי שטעלט זיך דאס אפ? מעג מען בויען א ברוקלין בריק ווען מ'ווייסט פאראויס אז סטאטיסטיקס זאגן אז מענטשן גייען זיכער שטארבן? מעג מען אינוועסטן אין קוילן ביזנעס וואו מ'הייסט מענטשן ריזיקירן זייער לעבן וואס דאס איז דער איינציגער וועג צו פראדוצירן? מעג מען מאכן א רייכע חתונה ווען אויפן אנדערן זייט גאס (אדער אין אפריקה) שטארבן יונגע קינדער פאר הונגער? מעג מען נוצן אן איי-פאון וואס איז געמאכט דורך Child labor force אין כינע?
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 2:06 pm#237840
די שאלות האבען אבער נישט מיט ראסיזם, מ'וועט זיי מוזען איבערלאזען פאר אן אנדער שמועס וועגן עטישקייט בכלל.. בקיצור איז די תשובה ניין אויף די אלע פראגעס, מיט פארשידענע דרגות. מ'דארף טאקע מחייב זיין דער בריק בויער קויל גראבער און אייפון מאכער ער זאל נישט מקריב זיין די זיכערקייט און מענטשהייט פון זיינע ארבייטער אויפ'ן מזבח פון זיינע רווחים. און מטאר נישט לאזען קיינער שטארבען פאר הונגער אין ערגעץ נישט.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 2:15 pm#237843
א"כ לא מצאנו ידינו ורגלינו בעולם הזה.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 2:16 pm#237844
פארוואס? עס הערט מיר זיך נישט אזא שווערע זאך. יעדער נארמאלער מדינה האט טאקע אזוינע געזעצן וואס זענען געמאכט מאכען זיכער אז דער קויל גראבער אייגענטומער רעכנט זיך מיט די ארבעטער און נישט נאר מיט זיינע אייגענע רווחים הגם ער איז קיינער גארנישט "שולדיג" און עס קאסט עם געלט. וכן הלאה.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:09 pm#237857
זיי פרובירן ווי ווייט מעגליך אבער זיי עלימינירן נישט דעם געפאר, ווייל די וועלט דארף ווייטער אנגיין. וכן להלאה.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 4:24 pm#237875
איך האלט נישט קאפ וואס דאס דארף צו מיינען.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 11:13 pm#237930
די חזון איש זאגט אין ספר אמונה ובטחון אז דאס אז שחד איז אסור איז א גזירת הכתיב, ווייל אויב שכל'דיג דעמאלטץ איז יעדער אייביג א נוגע בדבר
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 11:22 pm#237935
@לעיקוואד, איך וועל פרובירן מיר אויסצוקלארן.
די אלע מסקנות וואס דו ציהסט פון יושר איז אלעס שיין פאר דרשות אבער נישט אין פראקטיק, אין פראקטיק איז קאטעגאריזירן אנדערע לויט ראסע אפילו ווען ס'איז אומרעלעוואנט א וויכטיגע און אויסגעהאלטענע מהלך, אונז לעב מיר למעשה אן אייגן לעבן אונז האבן נישט קיין אורים ותומים און אונז קענען נישט גיין אין געריכט 20 מאל א טאג, אין דער זעלבער צייט זעמיר אחראי אויף אונזער לעבן, אונז מוז מיר זיך באשיצן פון גניבות, פון שונאים, פון קרענק, פון ראסיזם, און וואס נישט, אזוינע החלטות בעיסד אויף ראסע ווי למשל נישט האנדלען מיט רוסן, נישט שלאפן מיט שווארצע (נאר משלים), איז קריטיש וויכטיג און שניידט אוועק 95 פערסענט ריסק.

דו ווילסט מיט'ן טענה פון יושר מיר ב'עוולה'ן, אבער ס'איז נישט יושר ווייל יענעם וועט גארנישט פעלן אויב איך בין נישט ביושר מיט אים אבער מיר וועט יא פעלן, דו ווילסט דינגן מיין דירה איך פיל זייער בעד פאר אפזאגן אבער זיי מוחל גיי פון דאנעט, נישט ווייל איך האב "דיר" פיינט נאר איך האב "מיר" ליב, איי יושר? יא מיטן אוועקשיקן שטיי מיר גלייך.

דאס איז אלעס ווילאנג יענער האט די ברירה זיך צו טוישן אבער ווען ס'איז אוממעגליך, איז אפילו ס'איז יא רעלעוואנט איז נאכאלס אוממאראל, אומעטיש, רשעות'דיג יענעם צו דיסקרימינירן, און מ'מוז יא אוועקגעבן פון זיך אבער נישט צוליב יושר, קען זיין אז לויט מיר האט יושר גארנישט מיט ראסיזם, חוץ אין געריכט.
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 1:02 am#237943
הרב לעיקוואד: לויט ווי איך פארשטיי פין דיינע ווערטער איז דעתך אז ווען איך טי א פעולה כלפי א גרופע ציליב א סיבה וואס איך האלט פאר רעלעווענט אסור אלץ גזירה אפשר האלט איך נאר אזוי ציליב מיינע ראסיסטישע געפילן כלפיהם
נכון?

אויב אזוי ק''ל דארף איך טאקע נוהג זיין בחשדות קעגן מיינע אייגענע דזאדזמענט? אין נאכדערצו ווען עס איז נוגע מיר פערזענלעך?
ווי למשל איך דין אלץ פאליציאנט אין שטיי אלץ וואך אין פין א קאר קעגן מיר קימט ארויס א מענטש וואס זיין התנהגות איז מעורר ספיקות ביי מיר אז איך בין אין א סכנה, מעג איך נישט ניצן מיין דזאדזמענט אז אויב באלאנגט דער פארשוין צי א געוויסע ראסע בין איך אין א שטערקערע סכנה? אדער דארף איך חושש זיין אז דאס אלץ איז ציליב מיינע ראסיסטישע געפילן קעגן די ראסע?
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:16 am#237982
@גראדע, דער פסול פון א נוגע איז נישט קיין "גזירה" שמא וועט עס שפילען א ראלע, עס איז א פסול בעצם, אז איינער וואס מיר ווייסען איז נוגע איז זיין מיינונג נישט אביעקטיוו אויף דער זאך. כפשוט. דער ווארט איז נישט מען דארף "חושד זיין". דאס איז נישט קיין חשד, עס איז וודאי אז א געוויסע אומרעלעוואנטער נושא שפילט ביי דיר א ראלע. אפילו אין א סארט זאך וואס איז טויזנט מאל ווייניגער פאזי און סאביעקטיוו ווי "יענער קוקט מיר אויס מסוכן צו מיר". ווי ווער איז שולדיג פאר וועם געלט. מען דארף נישט אנקומען "חושד זיין די אייגענע פסק", ווייל יעדער איינער מבחוץ קען דער זאגען אז טאקע דער פסק איז געבויט אויף נגיעות. דיין פסק איז לכתחילה פסול מדארף עס בכלל נישט דן זיין.

אבער אז מרעדט שוין, איז נאר איין זאך, זענען מיר אינגאנצן פאררוקט? קען אין א נארמאלער פלאץ זיין טאקע אזוי דער מהלך איך מעג שיסען וועם איך וויל ווייל "ער קוקט מיר אויס צו זיין מסוכן"??? און דער בית דין וועט נאךאננעמען דיין אייגענע אפשאצונג דערויף אן קיין שאלות? איז דען א ספק אז דער סארט הכרעה איז אזוי סובייעקטיוו אז יעדער נארישקייט וועט דאס באוועגן? פארגעס פון ראסע, אז איך האב א געפעכט מיט דיר און פלוצלינג פאלט מיר איין אז דו ביסט מיר מסוכן מעג איך דיר טאקע קומען שיסען? וואס איז די הלכה פון א רודף וכדומה? איז נישט פשוט אז עס דארף זיין עפעס א קלארע גדר וואס איז נישט תלוי אין "וואס מיר זעהט אויס"? יא, בלי ספק אז אין אזא סארט פאל דארפסטו חושד זיין דיין שיפוט, שוין איין מאל. עס איז שווער אויסצוטראכטען א פאל ווי דער ראלע פון נגיעות און סטעריאוטייפס זאלן מער מאכען א נפקא מינה ווי אזא סארט פאל. אז דו זאגסט וואס זאל איך טוהן איך האב מורא געהאט פאר מיין לעבן, איך בין געווען אנוס צו שיסען, אפילו טאקע עס איז נאר געבויט אויף מיינע נגיעות, יש לעיין (איז עס אנדערש ווי איינער וואס חלומ'ט אז יענער איז עם מסוכן און ער הרג'ט עם? איז דאס בכלל א לימוד זכות פאר דער מענטש?), אבער אוודאי דארפסטו כאטש וויסען אז דו נעמסט דער ריסק אויף זיך, אז טאמער שטעלט זיך אויס אז דו האסט א טעות געהאט (למשל יענער האט בכלל נישט געהאט קיין געווער אויף זיך) וועסטו צאלן פאר דיין טעות.


@ביבער, איר טענה'ט גארנישט, אויזער "מיר געפעלט זיך נישט צו פירען יושר'דיג ווייל איך האב זיך ליב", איך ווייס נישט וואס איז דא זיך צו טענה'ן מיט אזא טענה. אז דיר געפעלט נישט זיך צו פירען מיט פשוט'ע יושר, איז גיי דו זיץ אויף דיני תורה ווי מפסק'נט לויט וועלכע וועג מדרייט די פיאות ווייל דאס מאכט עס 95% גרינגער. וואס קען איך דיר זאגען. דער שמועס הייבט זיך נאר אן ווען מיר זענען מסכים אז יושר איז א וויכטיגע זאך און מען דארף לפחות פראבירען לפי היכולת זיך צו פירען מיט דעם.
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:27 am#237996
לעיקוואד האט געשריבן:@ביבער, איר טענה'ט גארנישט, אויזער "מיר געפעלט זיך נישט צו פירען יושר'דיג ווייל איך האב זיך ליב", איך ווייס נישט וואס איז דא זיך צו טענה'ן מיט אזא טענה. אז דיר געפעלט נישט זיך צו פירען מיט פשוט'ע יושר, איז גיי דו זיץ אויף דיני תורה ווי מפסק'נט לויט וועלכע וועג מדרייט די פיאות ווייל דאס מאכט עס 95% גרינגער. וואס קען איך דיר זאגען. דער שמועס הייבט זיך נאר אן ווען מיר זענען מסכים אז יושר איז א וויכטיגע זאך און מען דארף לפחות פראבירען לפי היכולת זיך צו פירען מיט דעם.


ניין איך טענה בכלל נישט דעס, יושר איז אייביג א וויכטיגע זאך, אבער בעת וואס אין געריכט איז עס די איינציגסטע זאך און פאר דעם איז א געריכט געמאכט געווארן, איז עס אינדרויסן פון געריכט שווער צו דעגרייכן ווייל חייך קודמין אבער אוודאי דארף מען פרובירן זיך צו פירן ביושר, מיט דעם אלעם איז אינדרויסן פון געריכט דא אזא זאך ווי ראסיזם אבער גארנישט מיט יושר נאר מיט עטיק'ס.
אין רעאליטי גערעדט, דו און איך וועלן ביידער ענדערש געבן א היטש פאר א איד ווי פאר א שווארצן גוי, ענדערש בארגן געלט פאר א אמעריקאנעם גוי ווי א מעקסיקאנעם, און נאך צענדליגער אזעלכע סוב-קאנטשעס החלטות מדי יום ביומו, איך האלט נישט אז איך האב איינעם בעוולהט, און דו ביסט א פשוטער ראסיסט.
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:50 am#237999
איר זענט נישט קלאר, במחכת"ה. יעצט קומט איר מיט א נייע סברא, דאס האט נישט מיט חייך קודמים, דאס האט מער מיט מאטי'ס חקירה (אם הבנתי) אויב איך דארף טאקע געבן מיין געהאלט פאר דער ארימאן אין אפריקע אדער איך בין בארעכטיגט עס צו געבן צו מיין משפחה, דאס האט אבער נישט מיט דער נושא פון ראסיזם דאס האט מיט דער ברייטקייט פון דער circle of compassion דיינע. עס לאזט זיך הערען אז א מענטש איז מער אחראי פאר זיין ברודער ווי פאר זיין שכן, און פאר זיין שכן מער ווי פאר דער וואס וואוינט ווייטער. דהיינו אין א מציאות ווי זאכען זענען באגרעניצט, איז עניי עירך קודמים למשל.
דארף אבער אויך א הגדרה וואס איז דער גבול. מיינט דאס איך מעג הרג'נען דער וואס איז ווייטער פון מיר? מסתמא נישט. הגם אסאך מענטשען קלערן אפשר אז יא.

דאס איז אבער אן עקסטערע שמועס ווי דער נושא פון ראסיזם דעפינירט אלץ מגדיר זיין מענטשען נאר לויט וועלכע גרופע זיי געהערן צו. דא רעדט מען נישט פון מגדיר זיין מענטשען אלץ וועלכע גרופע זיי זענען און לויט דעם דן זיין נאר פון צוטיילען געוויסע באגרעניצטע ריסורסעז פאר דער וואס איז נענטער.

למשל א חילוק וואס איז מיר מתקבל על הדעת, איז עס ווענט זיך טאקע ווי באגרעניצט דאס איז. אויב האב איך נאר צוויי פלעצער אין מיין קאר, וועל איך זיי ענדערש געבן פאר מיינע קרובים ווי פאר א פרעמדער. טאמער אבער האב איך טויזנט פלעצער, אבער איך מאך א כלל איך לאז נישט אריין נאר מיינע ברודער, בין איך שוין א שטיקל אכזר. אדער טאמער רעד איך פון ממון ציבור, וואס געהערט בעצם צו יעדער אייניג, איז נישט שייך די טענה. וכן הלאה.

אדער אנדערע סברות וואס מ'קען חוקר זיין. יעדער פאל עקסטער און מדארף האבען עפעס א סארט הגדרה וואס מקען ארבעטן דערמיט. מאכען סתם אזוינע סטעיטמענטס אז חייך קודמים איך בין נישט מחוייב דאגה'ן פאר קיינער אויזער מיר אליינס איז נישט צו דער זאך. .
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 11:18 pm#238319
זייער שיין, לעיקוואד.
לאמיר מסכם דיינע ווערטער, דו זאגסט אז נאך ווען מיר נעמען אן בהנחה אז מיר דארפן זיך פיהרן מאראליש, קומט ארויס א תוצאה אז מיר טארן נישט זיין ראסיסטיש. 
איינס, ווייל עס איז פשוט נישט ריכטיג. און צוויי, (אפילו אויב עס איז יא) מען טאר איהם נישט דיסקרימינרן צוליב א זאך וואס ליגט נישט אונטער זיין בחירה. 

יעצט לאמיר זאגן את אשר נלע״ד, עס איז דא איין סארט ראסיסט, א ״ראסיסט״ איז איינער וואס האלט אז ווען מ׳מעסט די ערך פון א מענטש, מעג זיין ראסע זיין א פאקטאר. עד כאן. 

יעצט, ווען מ׳שלאגט זיך מיט ראסיזם, קומט מען סך הכל שולל זיין אט די מהלך המחשבה. 
דאס איז לכאורה וואס דו האסט געמיינט מיט דיין צווייטן טעם. 
אבער דיין ערשטן טעם איז נישט קיין אמת׳ע ראסיזם, ווייל איינער וואס האלט אז עס זענען דא חילוקים צווישן די ראסעס, און יענע חילוקים שפילן א פאקטאר אין געוויסע תחומים, איז נישט קיין ראסיסט. (אבער אף על פי כן, איז זעלבסטפארשטענדלעך אז מ׳קען נישט צולאזן אזא הנהגה, ווייל ראסיסטן וועלן קענען באהאלטן זייערע מאטיוון). 

איינער וואס וויל נישט אננעמען א געוויסע ראסע פאר א דזשאב, צוליב זייער פוילקייט אדער אומ-קלוג, איז ער נישט קיין ראסיסט. איינער וואס נעמט איהם נישט אן בלויז צוליב דעם וואס ער געהערט צו א געוויסע ראסע, איז א ראסיסט. 
אבער אף על פי כן, וועט א מאראלישער מענטש נישט צולאזן א דיסקרימינעישן צוליב חילוקים פון א ראסע, ווייל לכאורה איז די אמת׳ע שטופ יא ראסיזם, און דער תירוץ איז נאר א שלייער, און מ׳קען נישט צולאזן אזא וועלט. 
כ׳האף אז איך קום ארויס קלאר.
 
אז א סייענטיסט וועט קומען צו א מסקנא, אז א געוויסע ראסע האט א נידריגערע/העכערע עוורידזש איי-קיו, וועט ער נישט ווערן קיין ראסיסט, (אויסער אויב - ווי אויבנדערמאנט - מיר האבן מורא אז די מאטיוון צו זיין מסקנא, איז ראסיזם). 
איך בין מסכים אז מ׳קען זיך ארומטענה׳ן צו עס איז באמת דא חילוקים צווישן ראסעס אדער נישט, אבער דאס איז שוין א לאגישע וויכוח, נישט קיין מאראלישע. 
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 11:54 pm#238321
צו זאגען אז עס איז נישטא קיין חילוקים צווישען ראסעס אדער גרופעס איז דאך נאריש, ווען עס וואלט נישט געווען אזוינע חילוקים וואלט דאך נישט געווען אויך קעגן וועם צו דיסקרימינירען... די חקירה איז אלעמאל מאראליש, דהיינו ווי זאל מען זיך פירען. עס איז קיינער נישט חולק אז אפריקאנער האבען מער טונקעלער הויט ווי אירופאעישע, אבער אז וועגן דעם זאל דער אפריקאנער זיין א קנעכט צו'ם ווייסער, איז שוין א מאראלישע פראבלעם. שפעטער קומט דער ראסיסט מיט תורות אז זיין שיעבוד איז בארעכטיגט סייענטיפיש ווייל עס איז אמת ער האט טונקעלע הויט. דאס מאכט אבער נישט דכער עבדות מאראליש און דער סייענס איז סתם פארדריייט א קאפ צו מאכען זיין עוולה אויסקוקען בעסער. והבן גם לנמשלים אחרים.

יעצט טעם א זאגט פארוואס איז נישט ריכטיג ער זאל זיין א קנעכט, ווייל וואסארא חסרון דער אפריקאנער זאל נאר האבען איז עס נאכאלץ נישט נוגע צו די שאלה אויב באלאנגט ער פאר דער אמעריקאנער. ממילא איז דאס נישט קיין יושר. טעם ב זאגט אז אפילו זאל ער זיין אזוי איז ער נאכאלץ א מענטש און איינער פון די זאכען וואס קומט פאר יעדער מענטש איז נישט צו זיין א רכוש פון א צווייטער מענטש.

אוודאי קען זיין פעלער ווי דער הויט קאליר איז יא לעגיטים, לאמיר זאגען איך זיך שפילער פאר א מאווי ווי איינער שפילט א שווארצער, פארשטייט זיך איך האב רעכט צו זיכן דייקא א שווארצער פאר דער דזשאב. אדער נאך מער אומקלארע פעלער. למשל איך האב א קלאב נאר פאר אידן, אדער נאר פאר מענטשען פון עפעס א שטאט, איז מסתם נישט קיין פראבלעם. דא בלייבט ווייטער דער צווייטער טעם אבער, אז איך מעג נאכאלץ נישט מזלזל זיין אין דער צווייטער.

דער צווייטער טעם, און אפשר אויך דער ערשטער, זאגט אויך אז איך דארף זיך מתייחס זיין צו דער יחיד ווי א יחיד און נישט אפשטעמפלען לויט זיין כלל. ממילא נניח מענטשען פון אזיע זענען על פי רוב בעסערע סעילס לייט ווי מענטשען פון אויסטראליע, אז איך זיך א סעילסמאן, איז נישט קיין יושר איך זאל נישט אננעמען קיין אוסיטראלישער נאר ווייל ער קומט פון דארט, נאר איך דארף אפשאצען לגופו טאמער איז ער א גוטער סעילסמאן.

ויש עוד איך בין שוין מיד..
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 12:14 am#238322
ווען איך זאג ״חילוקים״ מיין איך מחלקים, ווי למשל אז דער אמעריקאנער איז קלוגער און מער ציוויליזירט ווי דער אפריקאנער.

דו דרייסט זיך ארויס פון די שאלה דא.
לאמיר זאגן אז איך בין נישט חושד דעם סייענטיסט, און איך האלט אז ער איז אביעקטיוו, און דאס זענען זיינע מסקנות. איז עס קעגן די מאראל?

דיין לעצטע שטיקל פארשטיי איך נישט. אויב די סטאטיסטיקס זאגן מיר אז 95% פון א געוויסע ראסע זענען בעסער פאר א דזשאב, מעג איך נישט ציהען א מסקנא, אז אויב וועל איך פארמיידן אט די ראסע, וועט די טשאנסן צו האבן גוטע ארבעטער זיין העכער. פארוואס איז עס קעגן מאראל. (ווידער, בהנחה אז די סטאטיסטיקס און די חשבונות זענען אביעקטיוו).

בקיצור, מיין פוינט איז, אז די גאנצע נושא איז נאר ווייל מיר זענען חושד די אלע, אז זיי ווערן מאטייוירט פון ״ראסיזם״, וואס האלט אז די ראסע אליינס איז א סיבה פאר העכער/נידריגער.
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 12:17 am#238323
איך מיין אז וואס לעיקוואוד פארפעלט צו מאכן קלאר איז די נקודה וואס מען האלט אין איין אויפברענגען אין קאווע שטיבל, נעמליך, וואס זאל אפהאלטן א מענטש פון מאכן מסקנות באזירט אויף ראסע ווען עס איז לאגיש. אויב למשל איך האלט זיך אפ פון גיין אונטער א האלב געבויגענער וואנט ווייל א געבויגענער וואנט האט פינף פראצענט מער שאנסן אראפצופאלן, פארוואס זאל איך זיך נישט אפהאלטן פון גיין אין א שווארצע געגנט ווייל שווארצע באגייען סטאטיסטיש מער פארברעכנס? פארוואס טאר א ביזנעס מאן נישט מאכן די החלטה אז ער האנדלט נישט בדרך כלל מיט אידן ווייל זיי זענען סטאטיסטיש גרעסערע שווינדלער, פונקט ווי ער וועט מאכן א החלטה נישט צו אינוועסטירן אין א געוויסע סטאק ווייל סטאטיסטיש האבן זיי ווייניג שאנסן צו מצליח זיין? (כמובן דאס איז בלויז געזאגט ווען מיר האבן פאקטישע סייענטיפישע באווייזן, און אודאי גייען מיר נישט יעצט אריין אויב די סיבה איז טאקע וועגן די די ען עי אדער סתם צוליב א פעלנדע עדיוקעישאן וכדו', מיר באהאנדלען נאר דעם סוף פסוק).
מיין ענטפער (און איך מיין אז לעיקוואוד מיינט אויך דאס צו זאגן) איז אז אין הכי נמי, לאגיש איז טאקע זייער אויסגעהאלטן צו מאכן אזא החלטה. אבער מיר טארן עס נישט מאכן וויבאלד מען האנדלט נישט איבער סטאקס נאר איבער מענטשן, און יעדער סארט החלטה באזירט אויף א כלל פארמינערט אויטאמאטיש די ווערד פון יעדן פרט. צו זאגן אז איך טו נישט ביזנעס מיט אידן איז טאקע זייער לאגיש, אבער עס איז א מאראלישע פארברעכן קעגן די בא'עולה'טע אידן וואס טוען יושר'דיגע ביזנעס. פונקט ווי הרג'ענען מיין קאמפעטישאן איז זייער א לאגישע באשלוס צו ראטעווען מיין ביזנעס, אבער איך טאר עס נישט טון ווייל עס איז אוממאראליש.
אלס א משל קען מען נוצן פארשידענע טענות וואס מען האלט אין איין אויפברענגען אויף חרדיזם, ווי אז מען גיבט נישט קיין עדיוקעישאן וכדו'. דער חרדי קען טענה'ן, רוב מענטשן ווילן נישט קיין עדיוקעישאן, די מיעוט האט נישט קיין רעכט דאס צו פארלאנגען. א מאראלישער מענטש פארשטייט אבער אז אזא וויכטיגער געברויך ווי עדיוקעישאן, אפילו אויב ס'זאל נאר זיין פאר א מיעוט, מוז מען דאס צושטעלן פאר זיי.
למעשה, איז נישט מעגליך פראקטיש אפצוהאלטן מענטשן פון מאכן אזעלכע לאגישע מסקנות באזירט אויף ראסע. יעדער איינער מאכט אזעלכע החלטות קאנשעסלי אדער סאבקאנשעסלי, מען קען עס נאר פארמינערן אזוי אז עס זאל נישט אפעקטירן רוב מענטשן אין טאג טעגליכן לעבן אויף א שווערע אופן.
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 12:24 am#238324
און וואס איז שלעכט טאמער האלט מען אז די ''ראסע'' אליינס איז א פראבלעם / מעלה?

לכן הסברתי עס איז נאריש צו מאכן די סארט חילוקים, עס איז נאך אין די וועלט נאכנישט געווען קיין ראסיסט וואס האט געהאט א פראבלעם מיט ראסע כגזירת הכתוב, אוודאי איז עס וועגן פארשידענע תכונות.

די פראבלעם בכלל קען איך נאר פארשטיין נאר כפי שהסברתי.


איז עס יושר צו דיר אז מזאל דיר נישט אננעמען פאר עפעס א זאך ווייל רוב אידען זענען נישט מוכשר לכך טאמער ביסטו יא מוכשר לכך? אוודאי נישט.

איך הייב אלץ אן מיט די משל פון בית דין ווייל דארט איז נישטא קיין שום שיקול אויזער יושר. לאמיר זאגען אז 99% פון א געוויסע ראסע זענען גנבים. איז דאס א היתר דער בית דין זאל אוטומאטיש זיי מחייב זיין בדין אן בכלל שוקל זיין דער קעיס?

(למעשה איז קיין איין סטיריאוטייפ וואס איך ווייס נישט קיין רוב, דהיינו אז רוב פון א געוויסע ראסע זאל האבען א געוויסע תכונה. די מערסטע ר'אסיסטישע' טעאריעס רעדן פון צען צוואנציג פראצענט מער שכיחות פון א געוויסער תכונה, באופן אז לגבי רוב מענטשען איז עס דווקא נישט תופס).

יאיר האקט, א רגע כוועל דיר ליינען.
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 12:32 am#238325
די פראבלעם פון אננעמען אז די ראסע אליינס איז א פאקטאר, איז א פגיעה בזכויות האדם.
משא״כ אננעמען אז איין יחיד איז קלוגער פון א צווייטן, איז זיכער נישט קיין פגיעה בזכותו, (כאטש עס איז אויך נישט אונטער זיין בחירה).

יעצט, דו האסט א פראבלעם מיט הכללות. אקעי, איך בין מסכים מיט דעם אויך. אבער מעג איך נישט לפחות האלטן אז די פראצענט איז שטערקער. דהיינו, כ׳וועל זיך מתייחס זיין צו די נתונים נישט מער ווי אלס נתונים.
אדער, לאמיר דיר פרעגן טעארעטיש, און וואס איז אויב 100% פון איין ראסע האבן א געוויסע מעלה/חיסרון. (פארשטייט זיך, אז עס איז נישט מעגליך, אבער איך ברענג עס לשבר את האוזן, אז די נקודה דא איז נישט צו עס ריכטיג אדער נישט).

יאיר זאגט: עס איז אמת, אבער שששששששש.... מ׳טאר עס נישט זאגן ווייל עס איז אומ מאראליש.
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 12:35 am#238326
עס איז דא נאך א זאך וואס מדארף זיך רעכענען, וואס איז שוין מער פראקטיש. נניח אז אידען זענען מער גנבים און שפלים, ממילא וועט קיין שום געשעפט נישט פארקויפען פאר זיי, מוועט זיי נישט אריינלאזען אין קיין קאלעדזש, וכו' ,ווייל יעדער איינער וועט מאכען דער לאגישער חשבון אז מה לו ולצרה הזאת. וועט אויסקומען אז קיין איין איד, סיי די גנבים און סיי די גלייכע, וועט נישט האבען קיין פרנסה אדער השכלה. אזא סארט מצב איז אוודאי נישט קיין יושר. דהיינו אמאל קען זיין יעדער ביזנעס האט א 'רעכט' פאר זיך נישט האנדלן מיט אידן, און אפשר באופן פרטי איז ער נישט אזא רשע דערפאר. אבער ברגע וואס יעדער וועט אזוי טוהן, און זיי וועלן עס אוודאי טוהן, קומט ארויס אן עוולה וואס דער חברה קען נישט ליידען. ממילא מוז די חברה מאכען כללים, וואס וועלן טאקע שאטן אביסעל פאר פארשידענע פרטים, כדי עס זאל נישט ארויסקומען אזא זאך. (ויש לפלפל על פי כללי קאנט שמכיוון שאין זה אפשרי ככלל ממילא נהיה גם אסור כפרט בעצם. )
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 12:40 am#238327
פארוואס? האט געשריבן:די פראבלעם פון אננעמען אז די ראסע אליינס איז א פאקטאר, איז א פגיעה בזכויות האדם.
משא״כ אננעמען אז איין יחיד איז קלוגער פון א צווייטן, איז זיכער נישט קיין פגיעה בזכותו, (כאטש עס איז אויך נישט אונטער זיין בחירה).

יעצט, דו האסט א פראבלעם מיט הכללות. אקעי, איך בין מסכים מיט דעם אויך. אבער מעג איך נישט לפחות האלטן אז די פראצענט איז שטערקער. דהיינו, כ׳וועל זיך מתייחס זיין צו די נתונים נישט מער ווי אלס נתונים.
אדער, לאמיר דיר פרעגן טעארעטיש, און וואס איז אויב 100% פון איין ראסע האבן א געוויסע מעלה/חיסרון. (פארשטייט זיך, אז עס איז נישט מעגליך, אבער איך ברענג עס לשבר את האוזן, אז די נקודה דא איז נישט צו עס ריכטיג אדער נישט).

יאיר זאגט: עס איז אמת, אבער שששששששש.... מ׳טאר עס נישט זאגן ווייל עס איז אומ מאראליש.

וויאזוי קען 'אננעמען' זיין א מאראלישע פראבלעם? מאראל זאגט וואס צו טוהן, עס זאגט נישט וואס זאל זיין. איז אז דער מציאות איז נישט מאראליש, וואס זאל מען טוהן. וואס יאיר זאגט, לפע''ד, איז נישט מזאל זאגען ליגנט, נאר דער פשוטער חילוק פון דער יחס מיינער מיט די ידיעה מיינער. איך מעג וויסען אז אלע גרינע מענטשען זענען נארישער, דאך דארף איך רעדן מענטשליך צו דער גרינער און עם דן זיין על פי היושר נישט על פי זיין קאליר.

דער טענה פון כבוד האדם האב איך מסביר געווען איז תופס אויך ווי ער איז יא שולדיג, לאמיר זאגען א קאנוויקטעד רוצח, קומט זיך ווייטער די פולסטע מענטשליכע כבוד וואס איז שייך אלץ מענטש, כל זמן מרעדט נישט וואס איז נוגע צו די נקודה פון זיין רציחה אדער עונש דערויף. (דאס איז דאך דער יסוד פארוואס עס איז אנגענומען נישט מאראליש צו פיינוגען אפילו א רוצח, וכדומה.)
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 12:50 am#238329
איך פארשטיי נישט פארוואס עס איז אזא חידוש צו מסביר זיין ביי א כלל א זאך וואס איז יעדער איינער פשוט צו פארשטיין ביי א פרט (נאך א הוכחה אויף ראסיזם ..).
יעדער איינער קען א מענטש וואס איז נעבאך נישט אזוי קלוג, אן קיין שום חשש נגיעות אדער בייעס, כולי עלמא מודי יענער איז א טיפש. דאך פארשטייט יעדער ערוואקסענער מענטש אז מרעדט נישט בפניו עכ''פ פון זיין טיפשות, און מ'פירט זיך מיט עם מיט רעספעקט נארמאל וכו'.
איז פארוואס ווען עס רעדט זיך פון א גאנצע גרופע מענטשען הייבט יעדער אן צו פרעגן נו אבער עס איז דאך סייענטיפיש אפשר אז יענער איז א טיפש, כאילו מדארף עפעס מחדש זיין א נייער תורה פון 'פאליטיקלי קארעקט' ווי ששש לאמיר נישט אויסזאגען דער אמת.. מדארף נישט זיין פ''ק מדארף פשוט זיך פירען מענטשליך.
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 2:14 am#238340
פארוואס? האט געשריבן:יאיר זאגט: עס איז אמת, אבער שששששששש.... מ׳טאר עס נישט זאגן ווייל עס איז אומ מאראליש.

לעיקוואוד האט שוין מסביר געווען אז כ'רעד נישט וועגן דעם. אבער אז דו ברענגסט דאס אויף איז דאס אויך אן ענין וואס מ'דארף דורכשמועסן. איך זע לעיקוואוד ברענגט ארויף א שיינע טענה דערוועגן, מ'דארף עס איבערקלערן.
בדרך כלל איז דאס א גרויסע טעות וואס מענטשן מאכן מיט'ן אויסמישן די צוויי זאכן, און ווען איינער זאגט אז מער שווארצע זענען נאריש, ווערט ער גלייך באשריגן אלס ראסיסט ווייל עס איז נישטא קיין עווידענס. באמת דארף מען אפטיילן צווישן די צוויי טענות. איינס, עס איז נישטא קיין עווידענס, צוויי, אפילו ס'איז יא דא עווידענס האט יענער געמאכט א ראסיסטישע סטעיטמענט מיט'ן כולל זיין אלע שווארצע אונטער איין דאך.
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 4:30 pm#238376
איך קלער יעצט אז די איינציגע סיבה פאר ראסיזם איז טאקע בלויז די אוממראלישקייט דערפון, און קיינמאל נישט ווייל ס'איז אומלאגיש, אפילו ווען ס'איז טאקע אומלאגיש. ווייל אומצאליגע שטודיעס האבן שוין באשטעטיגט אז יעדע באשלוס וואס א מענטש מאכט איז קיינמאל נישט ריין לאגיש, און אפילו נישט האלב לאגיש. למשל, אויב איר האט ליב קאוקא קאלא איז 50 פראצענט סיבה ווייל ס'הייסט די בעסטע טרינק אין אמעריקע, נאך צוואנציג פראצענט ווייל איר האט ליב די נאמעען און די לאגא און די רויט קאלירטע באטל, נאך צען פראצענט איז ווייל איר זענט גגעוואוינט צו טרינקען קאקא קאלא ביים קוקן מאוויס, וואס דאס מאכט עס א גוטע עקספיריענס, נאך צען פראצענט איז צוליב די עפטער טעיסט (עי' ערך גלאדוועל) און די איבריגע צען פראצענט איז ווייל איר האט באמת ליב דעם טעם פון א קאלטער קאוק, ללא כחל וללא שרק.
אשר על כן, איז נישט שייך צו פאוקוסן דוקא אויף ראסע און זאגן אז פלוצלינג דא מוז מען ווערן שטרענגע לאגיקער, און מען מוז אלס צוריקקומען צו די סיבה אז מחמת ערך האדם האט ער אן אנדער דין.
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 5:09 pm#238380
קימט אויס זייער א שווערע ניסיון, ווען איינער האט צוויי אפליקאנטען פאר א אפענע דזאב אין ער ווייסט ע''פ חילוקי ראסע אז איינער איז. שוואכער פונעם צווייטען דארף ער זיך נישט ציהערן צום שכל אי צי זיין לאגיק נאר אנקיקן ביידע בשוה
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 6:13 pm#238388
גראדעמעכעלע האט געשריבן:קימט אויס זייער א שווערע ניסיון, ווען איינער האט צוויי אפליקאנטען פאר א אפענע דזאב אין ער ווייסט ע''פ חילוקי ראסע אז איינער איז. שוואכער פונעם צווייטען דארף ער זיך נישט ציהערן צום שכל אי צי זיין לאגיק נאר אנקיקן ביידע בשוה

למשל ביי שפילן בעסקעטבאלל, פרעגט מען נישט פארוואס רוב שפילערס זענען שחורים. נאר, מ'נעמט עס אן נאטורליך ווייל זיי זענען בדרך כלל הויכע יונגען, און זיי קענען גוט שפרינגען זענען זיי מער מסוגל ווי א "שארטי" אריינצוקלאפן דעם באלל אין בעסקעט. אדער, ביי פוטבאלל., וואו א גרויסער טייל פון די שפילערס זענען שחורים. א יעדער פארשטייט אז א קליינער, שואכער מענטשעלע איז נישט מסוגל צו שפילן דעם ווילדן געים.
אבער ווען ס'קומט לגנאי, קוקט מען נישט אויף די סטאטיסטיקס, אז די מערסטע ווייאלענט קריים ווערט אפגעטון דורך שחורים. ווייל מ'וויל זיי נישט באליידיגן... :roll:
מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 9:16 pm#243097
אין א רויטערס אנקעטע וואס האט אויסגעפרעגט 25 איצטיגע און געוועזענע פאליציאנטן אינעם נ.י.פ.ד. האבן '24' פון זיי געזאגט אז זיי שטייען אויס ראסע פראפיילינג פון אנדערע פאליציאנטן זיי זענען נישט אין די פאליציי מאנדורן!

צווישן וואס זיי האבן אויסצושטיין איז, ווערן אפגעשטעלט על לא עול בכפו, סטאפ-ענד-פריסק ביים איינקויפן אין געשעפט, ווארפן זייער קאפ אקעגן זייער קאר, אויסגעשטרעקטע ביקסן צו זייער געזיכט! אריינגעווארפן אין פאליציי ווענס.