Under maintenance
הויפט זייט » "קינד-ליין" נייע וועכענטליכע אויסגאבע פאר קינדער

"קינד-ליין" נייע וועכענטליכע אויסגאבע פאר קינדער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
94 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7726
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 3:57 pm#350242
כ'ווייס נישט וועלכע בוך דו ווילסט זיי קויפן, אבער כ'וויייס נישט צי ס'וועט ביעטן קינדליין. ס'שווער צו טרעפן אזויפיל ידיעות שונות בפונדק אחד פאר קינדער (און אפילו ערוואקסענע) ווי אינעם קינדליין.
אין פאקט, אויסער אויפן לעיאוט, זענען כמעט נישט פאראן מענטשן וואס רעדן זיך אפ דערויף. עס איז מלא וגדוש.
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:47 pm#350312
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'ווייס נישט וועלכע בוך דו ווילסט זיי קויפן, אבער כ'וויייס נישט צי ס'וועט ביעטן קינדליין. ס'שווער צו טרעפן אזויפיל ידיעות שונות בפונדק אחד פאר קינדער (און אפילו ערוואקסענע) ווי אינעם קינדליין.
אין פאקט, אויסער אויפן לעיאוט, זענען כמעט נישט פאראן מענטשן וואס רעדן זיך אפ דערויף. עס איז מלא וגדוש.

נו, גוט רעדט מען זיך נישט אפ..
אבער וואס זענען די טענות אויפן לעיאוט? :P :P
מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 10:16 am#351069
ראש השנה

.
דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 10:26 am#351789
יוכ"פ

.
דינסטאג אקטאבער 11, 2016 1:21 pm#352261
סוכות פעקעדזש

.
זונטאג דעצעמבער 11, 2016 6:05 pm#356781
דער פארהעלטינסמעסיג נייער מאגאזין קינדליין איז א הערליכער מאגאזין צו געשטעלט פאר די היינטיגע קינדער אויף דעם שענסטן אופן מעגליך. און ס'איז אויך ספעציעל אינטרעסאנט און צוציענד פאר די קינדער. נאר איך האב שוין ב"ה חתונה געמאכט אלע קינדער. האביך נישט קיין קליינע קינדער ביי מיר אין שטוב. ממילא קויף איך עס נישט געוויינליך. אבער די וואך זענען מיינע אייניקלעך שי' געווען ביי אונז אויף שבת און זיי האבן מיטגעברענגט דעם קינדליין מעגעזין.

ווען כ'האב אריינגעבליקט און אויפגעמישט אויף פעידזש 4 ביי דעם פרשה בילד. פון הר"ר דוד שפיטצער שליט"א וואו ער באשרייבט..."יעקב מיט רחל ביים ברונעם"...איז מיין ערשטע מחשבה געווען. וויאזוי ער טרויעט זיך אראפצומאלן יעקב צוזאמען מיט רחל...אבער קוקנדיג א ביסל בעסער, האביך געזעהן די שעפעלעך, און די פאסטוכער. און יעקב אבינו ביים ברונעם. ווי ער הייבט אויף דעם שטיין פון די ברונעם מיט איין האנט/פינגער. אזוי ווי רש"י'ס פשט. אבער רחל האביך נישט געזעהן. איך האב זי געזוכט איבעראל. אבער נישט געטראפן. (כנוסח אכשר דרא. אין דער וועיטינג רום ביים דאקטאר, פון לעצטנס, ווען ס'דא טאטעס און קינדער. אבער קיין מאמעס איז נישטא, ב"ה.). ביז ענדליך האביך באמערקט עפעס א קליינע סטאדע'לע פון שעף ערגעץ ווייט אינ'ם שטח פון די ברונעם. מיט עפעס וואס האט זיך געקענט דאכטן אז ס'איז א מענטשליך געשטאלט. אבער קיין מענטשליכע צורה האט מען נישט געזעהן. אט דא איז (מסתמא) געווען רחל.

ס'זעהט אויס אז הרב שפיטצער (אדער זיין ארטיסט) לערנט פשט ווי די ערשטע..."באה"...זי קומט ערשט ממרחקים. און נישט ווי די צווייטע..."באה"... ווי רש"י הק' זאגט פשט. אז זי איז שוין געקומען. דאמאלס איז שווער די קשיא. פארוואס שרייבט הרב שפיטצער..."יעקב מיט רחל ביים ברונעם"...!
זונטאג דעצעמבער 11, 2016 8:11 pm#356790
ווער ס'האט נישט געזאגט קיין ברכת התורה, זאל נישט לייענען:
berlbalaguleh האט געשריבן:דער פהראהעלטינסמעסיג נייער מאגאזין קינדליין איז א הערליכער מאגאזין צו געשטעלט פאר די היינטיגע קינדער אויף דעם שענסטן אופן מעגליך. און ס'איז אויך ספעציעל אינטרעסאנט און צוציענד פאר די קינדער. נאר איך האב שוין ב"ה חתונה געמאכט אלע קינדער. האביך נישט קיין קליינע קינדער ביי מיר אין שטוב. ממילא קויף איך עס נישט געוויינליך. אבער די וואך זענען מיינע אייניקלעך שי' געווען ביי אונז אויף שבת און זיי האבן מיטגעברענגט דעם קינדליין מעגעזין.

ווען כ'האב אריינגעבליקט און אויפגעמישט אויף פעידזש 4 ביי דעם פרשה בילד. פון הר"ר דוד שפיטצער שליט"א וואו ער באשרייבט..."יעקב מיט רחל ביים ברונעם"...איז מיין ערשטע מחשבה געווען. וויאזוי ער טרויעט זיך אראפצומאלן יעקב צוזאמען מיט רחל...אבער קוקנדיג א ביסל בעסער, האביך געזעהן די שעפעלעך, און די פאסטוכער. און יעקב אבינו ביים ברונעם. ווי ער הייבט אויף דעם שטיין פון די ברונעם מיט איין האנט/פינגער. אזוי ווי רש"י'ס פשט. אבער רחל האביך נישט געזעהן. איך האב זי געזוכט איבעראל. אבער נישט געטראפן. (כנוסח אכשר דרא. אין דער וועיטינג רום ביים דאקטאר, פון לעצטנס, ווען ס'דא טאטעס און קינדער. אבער קיין מאמעס איז נישטא, ב"ה.). ביז ענדליך האביך באמערקט עפעס א קליינע סטאדע'לע פון שעף ערגעץ ווייט אינ'ם שטח פון די ברונעם. מיט עפעס וואס האט זיך געקענט דאכטן אז ס'איז א מענטשליך געשטאלט. אבער קיין מענטשליכע צורה האט מען נישט געזעהן. אט דא איז (מסתמא) געווען רחל.

ס'זעהט אויס אז הרב שפיטצער (אדער זיין ארטיסט) לערנט פשט ווי די ערשטע..."באה"...זי קומט ערשט ממרחקים. און נישט ווי די צווייטע..."באה"... ווי רש"י הק' זאגט פשט. אז זי איז שוין געקומען. דאמאלס איז שווער די קשיא. פארוואס שרייבט הרב שפיטצער..."יעקב מיט רחל ביים ברונעם"...!
מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 4:17 pm#356849
פון זבולון, צו אידישער ווינקל

אין די קינדליין אויסגאבע די וואך, איז פאראן א בילד וואס ווערט געזען קאלירט מיט א דיקע שווארצער מארקער. עס האט מיר געוואונדערט על מה זה? האב איך אנגעפרעגט ביי די קינדליין רעדאקציע, וואס דארט האט פאסירט?

די ענטפער האט מיר זייער איבערראשט.

פאסירט האט אזוי, אז ווען מען האט געקליבן בילדער פאר יענעם ארטיקל, (גרעניץ אינטערוויו מיט הרב פייג פון מאנטרעאל) איז בטעות אריין געפאלן א אומ-איידעלע בילד, און ווי פארשטענדליך פאסט דאס נישט צו אריינלייגן אין א ערליכער אויסגאבע.

די פראבלעם איז געווען זייער גרויס, ווייל די רעדאקציע האט באמערקט דעם בילד הערשט נאכדעם וואס די קינדליין איז שוין געווען געדרוקט און איינגעפאַקט און גרייט צו דעליווערי... און דא מען האט שווערע טויזענטער עקזעמפלארן מיט א ספק וואס צו טון מיט דעם בילד.

מען האט אנגעפרעגט ביי די וועד החינוך אין קינדליין, און עס האבן אפילו מאנכע געזאגט אז מען קען דאס דורכלאזן בדיעבד "עס איז נישט אזוי געפערליך"...

די רעדאקציע האט אבער באשלאסן צו טון וואס מעגליך צו האלטן איר הויעכע ניווא און נישט איינגעבן אויף פשרות, און האט זיך פאראינטערסירט וואס מען קען טון, (איבערדרוקן איז נישט קיין אפציע, מען האט אן אפוינטמענט, און עס וואלט נישט געווען מעגליך)

האט מען באשלאסן צו דינגען א שטאב פון מענטשן וואס זאלן עפענען יעדע שטיקל, דאס אנשרייבן און דערנאך וועט מען דאס צוריק צומאכן. וכך הווא, מען האט אזוי געטון.

די אויסגאבע האט אריינגעגאסן עטליכע טויזנט דאלער, און אלעס פארט ווייטער, קיינער ווייסט ניטאמאל.

אלזא עס איז געווען א אינטערסאנטע אנעקדאט צו הערן, און אפילו באשרייבן און מיטטיילן אויף אידישער ווינקל, די ערנסקייט פון די רעדאקציע פון קינדליין, נישט וועלנדיג נאכלאזן פון זייער הויכע קוואליטעיט און ריינקייט נישט קיין נפק"מ וואס די פרייז איז, אבי די ליינער זאלן באקומען די שענסטע בעסטע און ריינסטע מעגליך.
IMG_20161212_151040.jpg


די אריגינעל בילד (וואס איז גראדע פון אונגארין און נישט קענעדע......)
hungary_border_crossing.jpg
מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 4:42 pm#356852
חחח. א וואזשנע סעילס טאקטיק געציהלט צו די קינדער געבענטשטע משפחות.
מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 5:25 pm#356862
אפשר איז עס אן עליה לצורך ירידה. (אפשר ווילן זיי אריינלייגן מאמעס פון די קינדער אדער קליינע מיידעלעך, ווער ווייסט..)
דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 2:16 am#356909
פון דעם באבע וואס שבת טענ'ט אז מזרחי איז זיך מתייחס האט מען אזוי מורא געהאט?
דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 3:19 am#356911
וואלווי האט געשריבן:פון דעם באבע וואס שבת טענ'ט אז מזרחי איז זיך מתייחס האט מען אזוי מורא געהאט?

:lol: :lol: :lol:
דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 2:26 pm#356942
Re: "קינד-ליין" נייע וועכענטליכע אויסגאבע פאר קינדער
лпم iοوԴ האט געשריבן:פון זבולון, צו אידישער ווינקל



פארוואס קען ער עס נישט שרייבן אויף קאווע שטיבל? נאר צו די אידישע ווינקל...
דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 4:15 pm#356947
Re: "קינד-ליין" נייע וועכענטליכע אויסגאבע פאר קינדער
רעדט מען דא פון אונזער @זבולון?
דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 4:34 pm#356948
מפוזרי האט געשריבן:רעדט מען דא פון אונזער @זבולון?


די קינד ליין "מוז" מען קויפן, אויב נישט איז אחת דתו ממוז דאך וויסן די המשך פונ'ם מעשה פון פארבגאאנגענע וואך
יעצט ווען עס זאל וועין זיין א מעשה הראויה להתכבד... החרשתי! אבער עס איז ריזיגע בילדער אביסל ווערטער צוגעשריבן און שוין, המשך יבוא.
ממש ווי דער צייטונג שרייבער וואס האט געוואלט אפשפעטן פון א געוויסער "גרויסע..." רבי, האט ער פאבליצירט א האלבער בילד פונ'ם רבין, און געשריבן פון אונטן המשך יבוא בשבוע הבא...

און עס איז אומדערהערט, די שטערן שפאקטיוו איז א 6ער איינמאל צוויי מאל א חודש און סאיז פול, די מעלות איז אויך אן איינמאליגן
אבער די קינד ליין עס איז ליידיג ריזעגע בילדער מיט אביסל מים אחרונים ארום און שוין היי
נאך על פינווער אדער זעקסער יעדע וואך אויף וועמענס חשבון
דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 4:35 pm#356949
מפוזרי האט געשריבן:רעדט מען דא פון אונזער @זבולון?

ניין. עס איז נישט איך.
דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 4:54 pm#356950
זבולון האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:רעדט מען דא פון אונזער @זבולון?

ניין. עס איז נישט איך.


נחמתני בני, נחמתני...
דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 7:56 pm#356963
Re: "קינד-ליין" נייע וועכענטליכע אויסגאבע פאר קינדער
זבולון האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:רעדט מען דא פון אונזער @זבולון?

ניין. עס איז נישט איך.

ב"ה. איך האב טאקע נישט געהאלטן אז ס'פאסט פאר אייך.
מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 8:00 pm#358271
זיי בעטן 7 טאלער די וואך
דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 11:17 am#358305
אוודאי קאסט עס מער די וואך, ס'איז דא אפאר פעידזשעס באשריבן די מעכטיגע ברעדבערי סטאר און די מעכטיגע טארנאפאלע הכשר אויף די סטאר. אזוי אויך איז ברייט באשריבען די מעכטיגע מלוה מלכה פון די מעכטיגע קינדליין מחנכים. דאס אלעס קאסט געלט צו שרייבען און דריקן.
דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 5:06 pm#358349
лпم iοوԴ האט געשריבן:אוודאי קאסט עס מער די וואך, ס'איז דא אפאר פעידזשעס באשריבן די מעכטיגע ברעדבערי סטאר און די מעכטיגע טארנאפאלע הכשר אויף די סטאר. אזוי אויך איז ברייט באשריבען די מעכטיגע מלוה מלכה פון די מעכטיגע קינדליין מחנכים. דאס אלעס קאסט געלט צו שרייבען און דריקן.

און דאס איז שוין 'אינהאלטסרייך' און דער 'חינוך- שופר' פון אונזער דור!
שיין זען מיר אויס מיט אזעלכע קינדער אויסגאבעס.
דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 6:47 pm#358362
ליפא האט געשריבן:זיי בעטן 7 טאלער די וואך


שעמען מעגן זיי זיך אזא פארברעך אפילו 20$ א חודש פאר אפאר בילדער קארטאנס און קאמיקס, איז א פארברעך!

און אך און וויי אויב איך קויף עס נישט
פארנגן מיינע קינדער אן צו זינגן זייער הימנע:
ליין ליין קינד ליין...!

איך זינג זיי צוריק
ניין ניין קינד מיין
איך קויף נישט דעם קינד ליין
וויין וויין גרויסע און קליין נישטא קיין קינדליין


יעצט איז עס 7$ זיי ווילן טשעקען די פולס ביים עולם צו מקען ארויף גיין צו 10$ א וואך
ווענדט זיך צו עס לוינט זיך קינדער זאלן אויפהערן וויינען פאר א צענער...!
דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 7:05 pm#358364
מיש-נייעס האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:זיי בעטן 7 טאלער די וואך


שעמען מעגן זיי זיך אזא פארברעך אפילו 20$ א חודש פאר אפאר בילדער קארטאנס און קאמיקס, איז א פארברעך!


קאמיקס קאסטן א געוואלד מיט געלט, און קינדליין פארקויפט פיל ווייניגער קאפיעס ווי ענליכע אויסגאבעס אין ענגליש אדער עברית.

דער פרייז איז בארעכטיגט, לדעתי, נאר די ערכים פונעם קינדליין זענען קעגן וואס איך וואלט געוואלט פאר מיינע קינדער, און דערפאר קויפן מיר עס זעלטן.
דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 10:06 pm#358368
קאמיקס קאסט טאקע טייער, אבער א בלעטל קאמיקס קאסט סך הכל אביסל מער פון וויפל א געווענליכער שרייבער נעמט פאר זיינע ווערק. ער פארקויפט מער פון סיי וועלכע אויסגאבע אין ניו יארק. ווילסטו מיר זאגן אז פון פינף דאלער מאכט ער נאכנישט זיין געלט?

יעדער בר דעת פארשטייט אליין אז יעדער אויף זיין בענקל מיט אביסל ווייניג ירא"ש אבער אביסל אהבת ממון וואלט געטון גענוי דאס זעלביגער. ער ווייסט וואס די קינדער דארפן, און ער וועט אויסליידיגן אלע קעשענעס, וויפיל מען קען נאר בעטן וועט ער פארלאנגען, און מיר וועלן אים נאכלויפן בלידערהייט.
דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 11:38 pm#358371
лпم iοوԴ האט געשריבן:אוודאי קאסט עס מער די וואך, ס'איז דא אפאר פעידזשעס באשריבן די מעכטיגע ברעדבערי סטאר און די מעכטיגע טארנאפאלע הכשר אויף די סטאר. אזוי אויך איז ברייט באשריבען די מעכטיגע מלוה מלכה פון די מעכטיגע קינדליין מחנכים. דאס אלעס קאסט געלט צו שרייבען און דריקן.

לעצטנס האט ער אסאך מעכטיגע זאכן, למשל באקרוינען בערל אשכנזי אלס אבד,ק אלעסק (נאך עפעס א שלום אפמאך מיט'ן ברודער) און אן אינטערוויו איבער משמחי לב לכבוד די טשייניז אוקשאן. אזוי אויך די מעכטיגע אינטערוויו מיט דעם וואס פרובירט צו קאפיטאליזירן אויף אבות ובנים וכהנה רבות.
שיעור פארגעסן די מעכטיגע ביילאגע לכבוד די צווייטע יאר.
פרייטאג דעצעמבער 30, 2016 12:24 am#358375
קומט נישט אריין דא, אבער נאכנישט פארהאן קיין שלום אפמאך מיט אשכנזי, עס ווערט צופלאקערט פונדאסניי... זיי גיין כמעט נישט צו קיין שמחות מער... באלאנגט אין צימעס.
אבער אויב האבן זיי שוין אויך באשריבן משמחי לב פארשטייט מען שוין אלעס, בערל זיצט אויף די קאסע דארט אינאיינעם מיט סענדערן.
מוצ"ש דעצעמבער 31, 2016 9:20 pm#358413
לכאורה מישט איר אויס צוויי באזונדערע משפחות.

בכלל איז אסור לויט די תקנות צו באשרייבן יחידים.
זונטאג יאנואר 01, 2017 10:44 am#358451
Re: "קינד-ליין" נייע וועכענטליכע אויסגאבע פאר קינדער
וועלכע תקנות?
זונטאג יאנואר 01, 2017 9:46 pm#358506
ראובן האט געשריבן:
מיש-נייעס האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:זיי בעטן 7 טאלער די וואך


שעמען מעגן זיי זיך אזא פארברעך אפילו 20$ א חודש פאר אפאר בילדער קארטאנס און קאמיקס, איז א פארברעך!


קאמיקס קאסטן א געוואלד מיט געלט, און קינדליין פארקויפט פיל ווייניגער קאפיעס ווי ענליכע אויסגאבעס אין ענגליש אדער עברית.

דער פרייז איז בארעכטיגט, לדעתי, נאר די ערכים פונעם קינדליין זענען קעגן וואס איך וואלט געוואלט פאר מיינע קינדער, און דערפאר קויפן מיר עס זעלטן.


וועלכע ערכים
גראדע בין איך אויך א מתנגד פון די פאלטשע רבי'סטעווע וואס מען טרינקט אן די קינדער צווישן די שורות, היסטאריע און אנדערע זאכן אדרבה דאס וויל איך אז זייזאלן וויסן
איך קען באשטיין צו הערן וואס עסבאדערט דיך העל איך זעהן אויב איך האב א אח לצרה...
זונטאג יאנואר 01, 2017 10:02 pm#358509
חברה עטץ קענטס נידערן די רעהטאריק? איך האלט עס איז א 'פארברעך' צו רעכענן 9.99-14.99 פאר אביסל רייז און א קאזין מיט פיש, וואסארא שפראך איז דאס? יעדער קען רעכענען וויפיל ער וויל פאר זיין פראדוקט. אפילו דער שפל אנשים און דעמאגאג צובראכענע טעלערל קען שרייבן וואס ער וויל, עס איז דיין פראבלעם אז דו ליינסט און קויפסט עס.
זונטאג יאנואר 01, 2017 10:36 pm#358511
איך בין מסכים, אבער ווען מ'העכערט דעם פרייז אן מעלדן פאר די קאסטומערס (חוץ טוישן די פיצעלע אותיות וואו דער פרייז שטייט יעדע וואך), ווייזט עס אז מ'איז גרייט צו רייסן געלט אפילו אויף אומעטישע אופנים.
מאנטאג יאנואר 02, 2017 12:56 am#358527
קינדליין האט געשריבן אז די פרייז איז לכבוד די חנוכה פארגרעסערטע אויסגאבע,
אנדערש ווי "די וואך" אין "טריביון" וואס האבן גארנישט מסביר געווען.
וועלן מיר ווארטן אויף קימענדיגע וואך צו זעהן אויב זיי זענען אויך נאר געווען פאר חנוכה.

אגב איז אמת אז אונגאר פון jdn האט אפגעקויפט "די וואך"?
מאנטאג יאנואר 02, 2017 2:04 am#358544
Re: "קינד-ליין" נייע וועכענטליכע אויסגאבע פאר קינדער
בן ישי האט געשריבן:
אגב איז אמת אז אונגאר פון jdn האט אפגעקויפט "די וואך"?


איך מיין אז עס באלאנגט פאר איהם.
מאנטאג יאנואר 02, 2017 2:23 am#358546
די בעה"ב פלעגט זיין אין אפשר איז ער נאכאלץ הערשי רובינשטיין
מאנטאג יאנואר 02, 2017 2:32 am#358547
בן ישי האט געשריבן:קינדליין האט געשריבן אז די פרייז איז לכבוד די חנוכה פארגרעסערטע אויסגאבע,
אנדערש ווי "די וואך" אין "טריביון" וואס האבן גארנישט מסביר געווען.
וועלן מיר ווארטן אויף קימענדיגע וואך צו זעהן אויב זיי זענען אויך נאר געווען פאר חנוכה.

איך רעד פון ווען ער איז ארויף פון 5 דאלאר א וואך צו 6.
דאנערשטאג אפריל 06, 2017 2:08 pm#368244
איז דא נאך איינער וואס די קינדליין ביילאגע "צוריק צו וועגס" האט געמאכט טראכטן פון געמבלינג?
מאנטאג מאי 22, 2017 8:49 pm#372068
Re: "קינד-ליין" נייע וועכענטליכע אויסגאבע פאר קינדער
איך האב הנאה געהאט צו זעהן אין קינדליין ווי זיי ברענגען עפעס נאך פון הגאון רבי ראובן מרגליות
אין אן עפאכע ווי יעדער פרובירט צו צענזורירן ווי מער איז דאס דערפרישענד
IMG_20170522_204606.jpg
מוצ"ש נאוועמבער 11, 2017 9:09 pm#388852
פון צייט צו צייט קומט מיר אויס א בליק צו טון אין די קינדליין אויסגאבע.
ברדך כלל טוען זיי א גוטע ארבעט, מיטן אהערשטעלן ידיעות פאר קינדער, וואס אנדערע אויסגאבעס וואלטן זיך נישט געוואגט, (למשל ארכיאולוגיה וכדו׳).
דאך קומט זייער אסאך אויס אז זיי פארמיידן אדער פארדרייען געוויסע פאקטן, (ווי שוין ברייט באשריבן דורך ראובן אינעם וועקער), כדי צופריעדן שטעלן אויך די וואס וועלן אייביג מיט פראבלעמן אפירקומען.

די וואך האבן זיי באשריבן דעם ברייט בארימטער שרייבער מנחם מענדל.
דער ארטיקל איז ווי אלע ארטיקלען, ארומגענימען מיט בילדער פון מנחם מענדל׳ן. צווישן זיי, א בילד פון מנחם מענדל מעוטר בטלית ותפילין, שטייענדיג מיט א יראת הכבוד ביים שריד בית מקדשינו, בעת ווען ער איז זיך שופך ליבו לפני קונו.
איז מיר געווען אינטערסאנט צו זען, אז בעת ווען אלע אנדערע בילדער איז צוגעצייכנט אינטער די בילד, די באדייט פונעם בילד. איז אבער ביים בילד ווי ער איז ביים כותל, ארויסגעפאלן די צוצייכנונג.
סוועט זיין אינטערסאנט צו וויסען, אויב דאס איז בשוגג ארויסגעפאלן, אדער בכוונה כדלעיל.
מוצ"ש נאוועמבער 11, 2017 9:22 pm#388853
ישפה: איך בין מסכים מיט דיר אז ס'עקזיסטירט אזא זאך ווי צענזורירן אדער פארדרייען פאקטן, צי וועגן ..."פראקטישקייט"...אדער ..."אידעאלאגיע/שיטה"...אבער אין דעם פאל זעה איך נישט קיין קאנספיראציע.ווייל זיי האבן געקענט שרייבן...ר' מנחם מנדל מעוטר בטלית ותפילין"...אן שרייבן וואו...!
מוצ"ש נאוועמבער 11, 2017 9:52 pm#388857
שרייבן מעוטר בטלית ותפילין אן שרייבן וואו, ווען דער ׳וואו׳ איז גאר ביים כותל, איז א קלארע אנדייט אז מזוכט אויסלאזן די פרט.
ווען משרייבט אבער גארנישט, קען זיין אז סאיז טאקע ארויסגעפאלן, אדער לפחות קען מען פארקויפן אזוי.
מוצ"ש נאוועמבער 11, 2017 10:18 pm#388859
אויפן זעלבן בלאט זעהט ווי מנחם מנדל איז מסביר פארוואס ער האט בעיקר נאכגעשריבן מעשיות וואס איז געדרוקט געווארן צווישן די צוויי וועלט מלחמות איז ער מסביר אז אין יענע תקופה זענען די מעשיות געווען שטרענג "קאנטראלירט" (ליין: צענזורירט) דורך די גערער הויף. און לויט ווי ער דערציילט איז די צענזור לאו דוקא געווען אויף אמת נאר אויף "מוסר השכל".

און וואסארא מוסר השכל זאלן זיך מיינע קינדער ארויסלערנען פון אזא מעשה?
מוצ"ש נאוועמבער 11, 2017 11:12 pm#388865
ישפה האט געשריבן:שרייבן מעוטר בטלית ותפילין אן שרייבן וואו, ווען דער ׳וואו׳ איז גאר ביים כותל, איז א קלארע אנדייט אז מזוכט אויסלאזן די פרט.
ווען משרייבט אבער גארנישט, קען זיין אז סאיז טאקע ארויסגעפאלן, אדער לפחות קען מען פארקויפן אזוי.

נו, און לשיטתנו הקדושה איז דאך געכאפט צו ווערן אז מ'איז ביים כותל, ר"ל, נאכדערצו מיט טלית ותפילין איינס פון די ערגסטע זאכן אויף די וועלט...!

נאך א מזל אז די אלטע אויסגעריבענע און פארשימלטע מושגים פון באשייגעצן אן בא'גוי'אישן צדיקים און גרויסע ערליכע אידן מזכי הרבים איז שוין ארויס פון סטייל. (ב"ה דער אייבישטער האט אונז געגעבן נייע מצוות אויף וואס צו קעמפן.) ווייל אנישט וואלט מען געקענט טרעפן בילדער און צייכענונגען אין די קינדער ביכעלעך פון צדיקים וועלכע זענען ארפגעשטעלט ווי גויים און שקצים...!

אונטערגעהערט א דיאלאג אין די אלטע סאטמאר'ע מקוה בשנת תשכ"ד לפ"ק.

יונגעלע א': דו ווייסט אז דער ק---רבי איז א שייגעץ.: יונגעלע ב': אה נאו.! יונגעלע א': אה יעס. מיין טאטע האט אליין געזאגט...!
זונטאג דעצעמבער 17, 2017 11:39 pm#391457
ישפה האט געשריבן:פון צייט צו צייט קומט מיר אויס א בליק צו טון אין די קינדליין אויסגאבע.
ברדך כלל טוען זיי א גוטע ארבעט, מיטן אהערשטעלן ידיעות פאר קינדער, וואס אנדערע אויסגאבעס וואלטן זיך נישט געוואגט, (למשל ארכיאולוגיה וכדו׳).
דאך קומט זייער אסאך אויס אז זיי פארמיידן אדער פארדרייען געוויסע פאקטן, (ווי שוין ברייט באשריבן דורך ראובן אינעם וועקער), כדי צופריעדן שטעלן אויך די וואס וועלן אייביג מיט פראבלעמן אפירקומען.

די וואך האבן זיי באשריבן דעם ברייט בארימטער שרייבער מנחם מענדל.
דער ארטיקל איז ווי אלע ארטיקלען, ארומגענימען מיט בילדער פון מנחם מענדל׳ן. צווישן זיי, א בילד פון מנחם מענדל מעוטר בטלית ותפילין, שטייענדיג מיט א יראת הכבוד ביים שריד בית מקדשינו, בעת ווען ער איז זיך שופך ליבו לפני קונו.
איז מיר געווען אינטערסאנט צו זען, אז בעת ווען אלע אנדערע בילדער איז צוגעצייכנט אינטער די בילד, די באדייט פונעם בילד. איז אבער ביים בילד ווי ער איז ביים כותל, ארויסגעפאלן די צוצייכנונג.
סוועט זיין אינטערסאנט צו וויסען, אויב דאס איז בשוגג ארויסגעפאלן, אדער בכוונה כדלעיל.


נאך אלעם איז דאס א באמבע בילד....
מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 11:04 pm#391552
ס'דא א חילוק פון אויסלאזן א נישט וויכטיגע פרט ביז פארדרייען א פאקט,
און איך זעה נישט פארוואס ס'זאל באדערן פאר א סאטמאר'ע יונגל אז מנחם מנדל גייט צום כותל, ע"פ שיטות סאטמאר איז די כותל נישט קיין עבודה זרה און ניטאמאל אסור צו גיין, סך הכול א באמערקונג פאר סאטמאר רב'ס תלמידים נישט צו גיין.