Under maintenance
הויפט זייט » "קינד-ליין" נייע וועכענטליכע אויסגאבע פאר קינדער

"קינד-ליין" נייע וועכענטליכע אויסגאבע פאר קינדער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
94 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7726
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:58 pm#240145
"קינד-ליין" נייע וועכענטליכע אויסגאבע פאר קינדער
קומענדיגע וואך פר' מקץ קומט ארויס א נייע אויסגאבע ספעציעל פאר קינדער מיט'ן נאמען "קינד-ליין". ס'איז דא א שרעקליכע מאנגעל פון אידיש ליין מאטריאל פאר קינדער, האפענטליך וועט דאס לעזן דיפראבלעם.
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:14 pm#240155
עס איז טאקע דא א שרעקליכער חלל פון לייען-מאטעריאל פאר קינדער. לאמיר האפן אז די נייע אויסגאבע וועט צושטעלן קוואליטעט חומר, און נישט אידישע-ליכט-סטיל מעשה'לעך.

אינטערעסאנטער אויסוואל פאר א נאמען. מסתמא דארף דאס מרמז צו זיין "לייען"-מאטעריאל פאר "קינד"ער. אין דייטש מיינט "קינדליין" א קליין קינד.
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:14 pm#240156
די מאנגל איז נישט אזוי גרויס

לדוגמא איך גיי יעדען פרייטיג ארויף אויף לדעת.אינפא, איך פרינט ארויס כל מיני אידישע זאכן פאר חינם

הערליכע מעשות מיט שיינע ליינעכץ, מיינע קינדער האבן וואס צי טיען גאנץ שבת

אבער איך פריי זיך צי נאך עפעס העמער זעין ווי אינטערעסאנט עס וועט זיין
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 3:03 pm#240194
פליקער האט געשריבן:איך גיי יעדען פרייטיג ארויף אויף לדעת.אינפא, איך פרינט ארויס כל מיני אידישע זאכן פאר חינם

הערליכע מעשות מיט שיינע ליינעכץ, מיינע קינדער האבן וואס צי טיען א גאנצן וואך
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 3:28 pm#240201
יין שרף האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:איך גיי יעדען פרייטיג ארויף אויף לדעת.אינפא, איך פרינט ארויס כל מיני אידישע זאכן פאר חינם

הערליכע מעשות מיט שיינע ליינעכץ, מיינע קינדער האבן וואס צי טיען א גאנצן וואך


רייט
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 11:04 pm#240882
/
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 4:19 pm#240994
גאסן באהאנגען
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 5:22 pm#241022
וואלט געווען א גלייכע זאך זיי זאלן האבן א בלעטעל וואס האט אידש אין ענגליש אונטער די בילדער. זאל העלפן די קינדער לערנען ענגליש.
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:14 pm#241080
זייער שיין. כ'וויל מחזק זיין די ארויסגעבערס.
כ'וויל אבער בעטן אז מ'זאל פליז עס אנפילן מיט ידיעות סיי אידישע און דיי וועלטליכע. סיפורי צדיקים איז דא געניג און נאך און די עונג שבת מיט אידישע ליכט קומען נאך ארויס יעדע וואך. קאמיקס איז זייער שיין און איך זעה אז מ'לייגט היסטארי וואס איז זייער גוט. מ'דארף אויך האבן סייענס און קורצע נייעס , און אויך מאכן די וועקעבולערי פון די קינדער רייכער
כאפ א בליק אין די "בנין" חלק פון די המודיע און נעם פון דארט גוטע איידיעס.
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:29 pm#241117
שוין דא אין די סטאר'ס. איינער האט עס שוין געליינט?
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:45 am#241154
אויב וועלן זיי האבן אפאר קאמיקס איבער סעיפטי פאר קונדער, בפרט ווי אזוי זוך היטן פון עלטערע, וואלט דאס געווען א שטארקע אויפטי. אז נישט איז די מאמענטס קינדער אפטיילונג זייער גוט ווער דארף נאך איינס?
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 6:06 pm#241276
זיי שרייבן "היסטאריע פאר קינדער! קיינמאל פריער נישט געווען"
וואס דאס איז נישט אינגאנצן ריכטיג ווארום דער "יפה בעתו" איז אויך געווען מיוחד פאר קינדער, הגם פאר מער עלטערע

איך האף טאקע אז זיי וועלן אריינלייגן וועלטליכע ידיעות דערין ווי דער יעניגער האט געטוהן מיט "נפלאות הבורא" וואס האט אים געברענגט אסאך קאסטומערס

איך ווינטש זיי פיל הצלחה
דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:45 pm#241883
מאנגל??? זענט איר שוין געווען אמאל אין לייברערי אין די קינדער אפטיילונג???
דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:55 pm#241901
לייב פאללאק האט געשריבן:זיי שרייבן "היסטאריע פאר קינדער! קיינמאל פריער נישט געווען"
וואס דאס איז נישט אינגאנצן ריכטיג ווארום דער "יפה בעתו" איז אויך געווען מיוחד פאר קינדער, הגם פאר מער עלטערע

יפה בעתו/בעטו איז חודש'ליך, און זיי זענען וועכטנליך. לאמיר האפן אז זיי וועלן מצליח זיין.
מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 11:17 pm#242080
ערשטע אויסגאבע קוקט אויס שיין. זיי האבן א ליסטע פון נעמען אין די רעדאקציע. צוויי קאמיק פארזעצונגן. איין קאמיק רובריק געריפן "א האלבע מעשה" ווי זיי ערלויבן דאס קינד'ס אימעזשינעשאן צו פארענדיגן די מעשה מיט א הוי דן כל אדם לכף זכות טוויסט. אויב האבן זיי די וואך אין היסטארי, און וויסענשאפט פאר קינדער, און פארשטייט זיך חידות און געימס.

דורכבלעטערנדיג האב איך באמערקט אז זיי ניצן די ווארט "אסטראלאג" (שטערן זעהער) אנשטאט "אסטראנאמאר" אדער מער פונקטליך אין די קאנטעקסט astrochemist.
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 8:52 pm#242478
צווייטע אויסגאבע
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 6:16 pm#242758
נולד מאוחר האט געשריבן:אויב וועלן זיי האבן אפאר קאמיקס איבער סעיפטי פאר קונדער, בפרט ווי אזוי זוך היטן פון עלטערע, וואלט דאס געווען א שטארקע אויפטי. אז נישט איז די מאמענטס קינדער אפטיילונג זייער גוט ווער דארף נאך איינס?

עס איז דא א ביך אויף די נושא אויף ענגליש און אויף אידיש מיטן נאמען ... איך געדענק נישט
מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 4:28 pm#243002
יישר כח פאר יר דערמאנען דאס האב איך געמיינט און עס איז זייער גוט און באלערנד אויף א איידילע וועג,
נישט נאר וועגן די ענין נאר וועגן אלע ענינים
פרייטאג יאנואר 23, 2015 12:18 am#249657
ארויסגעקומען די וואך?
פרייטאג יאנואר 23, 2015 11:16 am#249717
סווערט פשוט צוכאפט פון די שעלפס
l viewtopic.php?p=248847#p248847 l
פרייטאג יאנואר 30, 2015 5:22 pm#250987
קינד-ליין זעט אויס צו זיין א שטארקער סוקסעס. מיין זון טענה'ט אז "אלע קינדער לויפן עס קויפן" און ס'איז העכסט אינטערעסאנט און פאפולער.
מאנטאג פעברואר 02, 2015 7:08 pm#251379
/
מאנטאג מאי 09, 2016 3:01 pm#332257
פרשת קדושים

.
זונטאג מאי 15, 2016 10:36 am#333022
פרשת אמור

.
זונטאג מאי 15, 2016 11:58 am#333036
Re: "קינד-ליין" נייע וועכענטליכע אויסגאבע פאר קינדער
שמעקעדיג האט געשריבן:פרשת קדושים

.


כקויף שוין די צווייטע וואך קינדליין פאר מיינע קינדער. זעהר אויפגעקלערט מיט 'געוויסע' קאלוםס. (פונדעסטוועגן האב איך מיך נאך אלס מיינע רעזערוועישנס מיט דעם) למשל, ער דערמאנט סינקהאולס סייד ביי סייד מיט קרח'ס ופצתה; די תוכן וואס זיי קלייבן - און די אופן וויאזוי זיי באשרייבן די מעשה'לעך פון די תנאים ואמוראים אין אזא הדיוטיות'דיגע שפראך, דער סוכה אויפ'ן שיף. א תנא באגראבן אין לובלין כאכא; די מעלה גרה פיטשער; די ציינער וועלן ארויספאלן לעתיד פון די חזיר... צו מ'דארף באגראבן ציין; די נפלאות הבורא; די געאגראפישע סעריע; דערמאנט די קרייץ ציגלער און קודם פארציילט פון א קאנט האט יא געראטעוועט אידן אין זיין שלאס און נאכדעם א מעשה וואס נישט. פותח בשבח. ד.ה. סאיז נישט אלע גוים זענען שלעכט געווען. די זעלבע די פארזעצונג אין בילדער פונעם קריג. פארציילט א מעשה אין בילדער פון א קינד וואס האט אפערענטלי אויסגעקוקט ווי א גוי און האט נישט פארציילט דעם טאטן אז ער איז געלאדנט צום פאלאץ ווייל ער וויל נישט "באמולטשען דעם טאטן" מיט זיינע שטותים. און זיין כאניאקיש קליינטשיק ברודער פאלגט אים נאך...(מיין קינד זאגט מיר אז זיין "טעראפיסט" ליינט אים די פארזעצונג און זאגט אז די ערציילונג איז פון א גוי וואס איז אוועקגעלאפען פון זיין טאטע און האט זיך מגייר געווען [SMILING FACE WITH OPEN MOUTH] כהאב נישט געלייענט די פריערדיגע סאו ווייס איך נישט). עניוועי, עס איז נישט אלעמאל דער תוכן דוקא אבער די וועג וויאזוי זיי לייגן עס אראפ. נישט פונוואס זיי שרייבן יא נאר פון וואס זיי שרייבן נישט. צווישן די שורות ווי מזאגט. כגעדענק נישט אויסענווייניג אלעס וואס כהאב אינאכט גענומען אבער אפי' אויב יא אי אפשר לפורטם כי רבים הם ליטעראלי.
קען זיין אז דאס זאג איך עס נאר, וואס זעה קאנספיראציעס איבעראל אבער אין אידיש, פאר קינדער, איז עס בכל אופן פאר מיר, א נייע ערשיינונג געווען. מיטדעם אלעם אינדזשויט מיין זון נאכאלץ מער ווען איך לייען אים די Tintin series, wordsworth classics, Snow white, Mr Man and Little Miss, Disney Princess, Fireman Sam etc
זונטאג מאי 22, 2016 12:58 pm#333973
פרשת בהר

.
דינסטאג מאי 31, 2016 8:04 am#335469
בחקותי

.
זונטאג יוני 05, 2016 3:06 pm#336576
פרשת במדבר

.
דינסטאג יוני 14, 2016 3:52 pm#337726
פרשת נשא

.
מאנטאג יוני 20, 2016 11:40 am#338410
פרשת בהעלותך

.
מאנטאג יולי 11, 2016 11:05 am#341388
פרשת חקת

.
מאנטאג יולי 18, 2016 5:02 pm#342705
פרשת בלק

.
דינסטאג יולי 19, 2016 12:32 pm#342812
איך בין נייגעריג, אויב איינער ווייסט זאל ער ביטע ענטפערן אויב די מעשה אין די קינדליין מיט די צווילינג פון פראנץ יאזעף איז אמת.

זיי פארציילן דארט ווי פראנץ יאזעף האט געהאט א צווילינג, און איין קינד איז געווארן אוועקגעכאפט און אויפגעצויגן געווארן ביי דעם ראש הקהל פון ווין וכו', איז דאס באזירט אויף אמת'ע פאקטן אדער סתם דמיונות
דינסטאג יולי 19, 2016 1:31 pm#342826
דמיונות
דינסטאג יולי 19, 2016 2:00 pm#342833
איך בין אויך געווען נייגעריג, און נאך א בירור האב איך ארויס אזוי
אלו ואלו דברי אמת, ביידע זענען אמת, די פאקטן ארום די היסטאריע פון קייזער פראנץ יאזעף די נאטורן די פאליטיק די צרות דארט אין פאלאץ איז זייער ריכטיג אראפ געלייגט, די איין פאקט אז עס איז געווען א צווילינג דאס איז די נאוועל מעשה ארום די ריכטיגע פאקטן, און די חכמה פון די מעלער איז צו אזוי גוט אראפ צו לייגן די גאנצע פלאנטער ביים קייזער אין פאלאץ צוזאמען געפלאכטן מיט א נאוועל דערין.
אלץ א היסטאריקער ליבהאבער בין איך זייער נתפעל פון די קונץ ארבעט, און אפילו די מאלעריי, ווען דער קייזער די הויפט אקטיארן און די פאלאצן אד"ג וואס ווערט דערמאנט אין די מעשה זענען גאר גוט נאכגעמאלן
זונטאג יולי 24, 2016 3:26 pm#343310
פרשת פנחס

.
מאנטאג אוגוסט 01, 2016 5:34 pm#344119
פרשת מטו"מ

.
זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:28 pm#344771
פרשת דברים


.
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:09 pm#345738
פרשת ואתחנן

.
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 8:17 pm#346964
פרשת עקב

.
זונטאג אוגוסט 28, 2016 2:23 pm#347498
פרשת ראה

.
זונטאג אוגוסט 28, 2016 2:57 pm#347502
דער מעלער פון סאטמאר רב דארף זוכן א נייע ארבעט
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 10:44 am#347593
:lol:
זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 4:59 pm#348318
שופטים

.
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 1:23 pm#349133
כי תצא

.
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 4:09 pm#349161
הערעך זאגן אז קינדליין ארבעטס אויף א קינדער אפטיילאונג
(דער וואס פארשטייט, פארשטייט.)
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:02 pm#350226
כי תבא

.
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 3:22 pm#350235
אינמיטען די יאהר האט קינדליין געזייגט. כ'האב געזאגט פאר מיינע קינדער אז עטץ וועטס זעהן ס'וועט קומען אלול פאר די צייט וואס די עולם וועט דארפען באנייען די סאבסקריפשענס וועט עס צוריק ווערן גוט. וכך הוה. אבער איך צוזאמען מיט מיינע קינדער האבן שוין באשלאסן אז ס'מאכט נישט קיין סענס צו ספענדען 250 דאלער א יאהר פאר א סאבסקרפישאן ווען נאר א קליינע חלק פון די וואכן איז עס טאקע ווערד די געלט. ענדערש וועט מען אוועקלייגן די געלט צו קויפן יעדע חודש א נייע גוטע בוך.