Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?

די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
100 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 254 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7751
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 12:08 am#383696
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ר' בערל; מס' סנהדרין דף ל"ז ע"א רש"י ד"ה מהבהבת, ובלע"ז פלמי"ד, ס'סאונד ווי פלאם, אבער כ'וויל סייווי וויסן די אפטייטש דערפון

אויף די היינטיגע פראנצויזיש איז דא א ווארט וואס הייסט...Flamboyant...= flaming/fiery. But is pronounced differently than the same English word...(Flawm-Boua-yawn't)...!. While in English it describes a personality, in French it literally means a flaming situation/condition...!
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 12:23 am#383697
גוטע פינטעלך האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ר' בערל: מסכת סנהדרין דף ל' ע"ב סוף עמוד אין רש"י ד"ה בארירן יושרמ"א בלע"ז.
דעפענישן ביטע

דער גאלדענער אדלער:איך האב שטארק נאכגעזוכט אין פארשידענע "סאורסעס אוו רעפערענס" און איך האב נישט געטרפן אן ענליך ווארט. כ'האב אויך געטרייט אלע שמות הנרדפים פאר אלערליי וועפאנס. ס'איז דא א סאך נעמען. קיין איינס מעטשט נישט די בלע"ז ווארט פון רש"י...!

ס'איז אויך מעגליך אז דאס איז בכלל נישט קיין ווארט אויף פראנצויזיש. ס'זעהט אויס ענדערש צו זיין ספאניש. לויט'ן אויסלייג פונ'ם ווארט...!

נאר איך געב נישט אויף. און דו זאלסט אויכעט נישט אויפגעבן. מ'וועט נאך זוכן ווייטער. און מ'האפט בעז"ה צו טרעפן אן ענטפער. דערווייל א יישר כח. דו האסט מיך געמאכט לערנען 2 בלעטער גמרא מיט רש"י. דף ל, ע"ב. און דף מ"א ע"א. אויך נאכקוקן אין ערוך...! און להבדיל אין גוגל טרענסלעיט. וואס ווען ס'קומט צו שווערע ווערטער איז ער ווערד א זעץ אין ד'רערד...! ס'איז מסתמא דא א העכערע לעוול טרענסלעיטינג עפפ. אדער וועבסייט. וואס איז אויף א קאלידזש לעוול. דאס זוך איך...!

מספר "מרפא לשון" לר' משה לנדא נכד הנוב"י בתוך ש"ס הוצאת פראג שהוציא לאור, בדף ל' ציין לדף מ"א, ושם ביאר:

בילד

גוטע פינטלעך: ייש"כ. נאר דער ווארט ...arme/s...מיינט געווער. בכלליות. אבער דעם ספעציפישן וועפאן האבן מיר נישט ארויס. איך האב נאכגעזוכט אין די היינטיגע פראנצויזישע שפראך. און ס'איז נישט דא א נאמען פון א מין געווער מיט אזא אדער אן ענליכן נאמען...!
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 1:29 am#383698
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ר' בערל; מס' סנהדרין דף ל"ט ע"א רש"י ד"ה אותביה תותיה בחשא, קליני בלע"ז

רש"י ד"ה חבושי, קדוני"ץ

רש"י ד"ה ארבילא, קרובי"ל בלע"ז

אויף דעם ווארט..."ב/חשא"..וואס מיינט בלאטע איז נישט דא אזא ווארט ווי
קלינ"י"...אין די היינטיגע שפראך. ס'הייסט אדער..."Boue"...or "Marais"...
אויב ס'מיינט ..."אש"...דאס הייסט אויף פראנצויזיש..."Cendres"...Possibly similar to the English word..."cinder/s"...

אויף דעם ווארט..."חבושי"... זאגט רש"י ..."קדוני"ץ" בלע"ז...דאס איז א מין פרי וואס הייסט אויף אידיש קיטטן. ס'איז א מין הארטע עפל/באר...אויף ענגליש הייסט עס ..."Quinnapple"...In French..."Quinquille"...

אויף דעם ווארט ארבילא...וואס מיינט א זיפ (צו זיפן מעהל)...קרובי"ל בלע"ז...אין די היינטיגע פראנצויזישע שפראך איז נישטא אזא ווארט נאר מ'נוצט אנ'אנדער ווארט..."Tamiseur"...= Sifter/strainer/sieve...!
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 1:36 am#383701
הערה ל'גוטע פינטלעך: ס'קען אויך מיינען א ..."דארט" אדער "הארפון"...אבער דאס האט אינגאנצן אנ'אנדער'ן נאמען. דאס הייסט..."Harpon"...!
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 8:41 am#383711
berlbalaguleh האט געשריבן:
פון דא זעהמיר אז די בלע"ז ווערטער פון רש"י הק' זענען הייליג. איך דאנק דעם באשעפער אויף דעם עבר, וואס איך האב געהאט סייעתא דשמיא מפענח צו זיין די אלע ווערטער. ביז היינט. און איך בין מתפלל אויפ'ן עתיד.

די שמחה ...! יישר כח...!


כ'האב אמאהל געהערט אז צדיקים האבן געזאגט אז די יניקה וואס די דייטשן האבן איז פין דעם וואס רש"י זאגט אויף דער ווארט שניר שני"י בלעז, דאס געבט זיי א חיות.
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 4:33 pm#383752
אקישתשבי: ייש"כ. סתם להערה בעלמא. רש"י הק' וואלט דאך געקענט אריינלייגן די לאטיינישע אותיות אין זיין פירוש על התורה. און אויף די גמרא. און ס'וואלט א סאך גרינגער געווען. ווען דער עולם וואלט פארשטאנען ברהיטא וואס רש"י'ס כוונה איז. נאר ער האט מקפיד געווען נישט אריינצולייגן גוי'אישע אותיות אין זיין פירוש. דאס מאכט עס הייליג. קודש לה'...!

אבער די חוקרים גייען נאך א טריט ווייטער. מה נפשך. אויב רש"י הק' האט איבערגעטייטשט געוויסע ווערטער פון די תורה אויף די שפראך וואס מ'האט דאמאלס גערעדט. פארוואס האט ער נאר גענומען געוויסע ווערטער. פארוואס נישט אלע ווערטער...?!

נאר דער תירוץ איז (לפי החוקרים בדברי רש"י הק') אז רש"י הק' האט נאר איבערגעטייטשט געוויסע ווערטער וואו מ'קען זיך טועה זיין אין פשט. למשל אין פ' ויגש. וואו רש"י הק' וויל ארויסברענגען דעם פשט אז דאס ווארט ..."בית"...דא מיינט נישט בית ממש. א הויז פון ציגל און שטיינער. נאר די הויזגעזינט. די מענטשן וועלכע האבן א שייכות צו דעם הויז...! און אזוי ביי א יעדע בלע"ז ווארט וואס רש"י ברענגט...!
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 4:42 pm#383754
ביי מיר איז נישט אזוי פשוט דיין פשט'ל, קען זיין אז אז רש"י שרייבט נישט די גוי'שע בוכשטאבן, פשוט ווייל ער שרייבט נישט פראנצויזיש!! ער שרייבט די אידיש וואס מען האט דעמאלטס גערעדט.

דער רמב"ם האט אויך געשריבן חיבורים אויף דער אידישער שפראך וואס מען האט דעמאלטס גערעדט, און דארט רעדט מען נישט פין ווערטער, נאר פין גאנצע חיבורים, איז בעל כרחך נישט שייך דיין תירוץ.

און דאס פארענטפערט אויך וואס די טרעפסט בלע"ז ווערטער וואס זענען פין אנדערע שפראכן, נישט דווקא פראנצויזיש, ווייל די אידיש דעמאלטס איז געוועהן געמישט פין מערערע שפראכן, אזוי ווי אונזער אידיש היינט.
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 5:12 pm#383759
אישתישבי: איך געב מער קרעדיט פאר רש"י...! ער איז געווען א וויין סוחר. און דאס איז געווען זיין עיקר פרנסה. זיין פירוש על התורה וש"ס האט ער געשריבן אלס זיין מיסיע אין לעבן. לויט ווי ס'איז באריכטעט האט ער געהאט שיין פרנסה פון זיין וויין געשעפט. וואו גרויסע פריצים און קעניגן זענען געקומען קויפן ביי איהם...! ס'דא געוויסע חוקרים און אקאדעמיקערס וועלכע קענען צוריק ..."טרעיסן".. אלע בלע"ז ווערטער וועלכע זענען אין די פראנצויזישע שפראך וואס מ'האט גערעדט אין יענע צייט. מכח די ווערטער פון די אנדערע שפראכן איז מעגליך אז מענטשן וועלכע האבן געוואוינט אין די פארשידענע מדינות ווי ענגלאנד, שפאניע און איטאליע האבן אנגעפרעגט ביי איהם איבער געוויסע ווערטער וואס זייער פשט איז און רש"י הק' האט עס געשריבן אין זייער שפראך....!
ניין. ער איז נישט געווען עפעס א בטלנ'יש איד'ל וועלכער איז ארומגעגאנגען מיט א פארשמאלצטן ישיבה כאלאט און דער געלער טלית קטן האט איהם ארויסגעהאנגען וואו מ'האט געקענט אפליינען די גאנצע מעניו פון סאפפער פאר די לעצטע 6 חדשים...!
אדער מיט אן אפענעם זיפפער און די העמעד מיט די הויזן זענען געווען צוקריעגט. אזוי ווי ביי...נ.ר...!
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 5:29 pm#383761
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
אישתישבי האט געשריבן:ביי מיר איז נישט אזוי פשוט דיין פשט'ל, קען זיין אז אז רש"י שרייבט נישט די גוי'שע בוכשטאבן, פשוט ווייל ער שרייבט נישט פראנצויזיש!! ער שרייבט די אידיש וואס מען האט דעמאלטס גערעדט.

דער רמב"ם האט אויך געשריבן חיבורים אויף דער אידישער שפראך וואס מען האט דעמאלטס גערעדט, און דארט רעדט מען נישט פין ווערטער, נאר פין גאנצע חיבורים, איז בעל כרחך נישט שייך דיין תירוץ.

און דאס פארענטפערט אויך וואס די טרעפסט בלע"ז ווערטער וואס זענען פין אנדערע שפראכן, נישט דווקא פראנצויזיש, ווייל די אידיש דעמאלטס איז געוועהן געמישט פין מערערע שפראכן, אזוי ווי אונזער אידיש היינט.
ביינינז האט מען געוויסט אז ס'נאר דא איין אידישע שפראך, "אונגאריש" עני אנדערע שפראך איז נישט געווען אויסגעהאלטן, ספעציעל "ענגליש".
ס'האט געקענו זיין א פיינע שמועס אין אונגאריש אבער ווי נאר מ'האט געהערט דע אומערצויגענע יוגענט רעדן ענגליש, איז געגאנגן נו'ס מיט נא'ס, מ'קען נישט רעדן אידיש דא!! וואס איז מיט דע שלא שינו את לשונם!!

אבער ס'איז אמת אמאל זענען אסאך ספרים לכתחילה געדריקט געווארן אויף אראביש חובות הלבבות, כוזרי, מיט נאך, פארוואס דאמאלטס האט מען עס יא אריינגעלאזט אין אלע שולן און היינט קען מען נישט געפונען קיין רויטע ארטסקרול, און די אידיש רעדענדיגע שולן לא זכיתי להבין, היינט רעדן רוב אידן, ענגליש אדער עברית, סאך א קלענערע פארצענט רעדט אידיש
מיטוואך אוגוסט 30, 2017 5:36 pm#383763
דער גאלדענער אדלער: דו ביסט 100% גערעכט. נאר אונגאריש פארבלייבט נאכאלץ די העליגע שפראך...ווייל די וואס רעדן עס זענען דאך די מערסטע טומלערס און ארומ-רודערערס.

פארוואס, למשל ..."טשיללאר"...קאקא-אוש (ניין. נישט קאקאש) קעיק און ראפאגאש בארכעס. און קאפטא-פא איז או.קעי. אבער א ווארט אין ענגליש אדער, רחמנא ליצלן מהאי דעתא אין די שפה הטמאה הידועה איז להשמיד ולהרוג. יהרוג ואל יעבור. כ'מיין טאקע יהרוג. נישט יהרג...! ווייל אט די חברה זענען גרייט צו הרג'ענען מענטשן...!
מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 8:21 am#384159
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
ר' בערל; דברים כ"ז א' רש"י ד"ה שמור, גרדנ"ט בלע"ז?
מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 10:40 am#384165
דער גאלדענער אדלער: זיכער. דאס ווארט וואס רש"י ברענגט ..."גרדנ"ט" בלע"ז... באנוצט מען אפילו אין די היינטיגע שפראך...
"Gardant"...=keeping... in the present tense. (Continuous)...
מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 1:03 pm#384182
אין סנהדרין דף... איין מינוט לאמיך מיך דערמאנען איינע פון די לעצטע דפים פון דף היומי, רש"י זאגט דארט וכן הוא בלשונינו, היינו אז דו גמרא דארט זאגט א ווארט און רש"י איז מפרש און ענדיגט צו כנ"ל וכן הוא בלשונינו
מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 1:21 pm#384187
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
מיש-נייעס האט געשריבן:אין סנהדרין דף... איין מינוט לאמיך מיך דערמאנען איינע פון די לעצטע דפים פון דף היומי, רש"י זאגט דארט וכן הוא בלשונינו, היינו אז דו גמרא דארט זאגט א ווארט און רש"י איז מפרש און ענדיגט צו כנ"ל וכן הוא בלשונינו
דף מ"ח ע"ב רש"י ד"ה פודגרא,
מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 8:22 pm#384208
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
מיש-נייעס האט געשריבן:אין סנהדרין דף... איין מינוט לאמיך מיך דערמאנען איינע פון די לעצטע דפים פון דף היומי, רש"י זאגט דארט וכן הוא בלשונינו, היינו אז דו גמרא דארט זאגט א ווארט און רש"י איז מפרש און ענדיגט צו כנ"ל וכן הוא בלשונינו
דף מ"ח ע"ב רש"י ד"ה פודגרא,

מיש נייעס. און דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. פלאי פלאים. אין פראנצויזיש איז נישטא אזא ווארט. (מסתמא מהאי טעמא זאגט רש"י הק' נישט דאס ווארט בלע"ז..! איך האב נאכגעקוקט אין ערוך. זאגט ער אז דאס ווארט האט א מקור אין גריכיש. ווייל אין לשון יון הייסט א פוס..."פדא"...
איך האב פרובירט צו טרעפן דאס ווארט אין עטליכע שפראכן. לאטייניש. איז גארנישט דא. האביך פרובירט צו זוכן אין גריכיש. דארט איז יא דא א טייטש אויף דעם ווארט. און זייער קלאר..."Podagra"...in Greek means..."Gout"... a well known ailment where fluid accumulates around the joint of the knee...!

אין דעם פריערדיגן ד"ה זאגט רש"י..."מחזיק בפלך"...אוחז במקל להישען עליו מחמת חולי רגליו...! פלאי פלאות...!
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 2:02 am#384225
איך האב נאכגעקוקט אין גוגל (סוירטש). זאגט ער אז דאס מיינט ..."גאוט"...!
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 9:27 am#384246
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב נאכגעקוקט אין גוגל (סוירטש). זאגט ער אז דאס מיינט ..."גאוט"...!
ארטסקרול זאגט אויך gout
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 11:49 am#384255
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. יעצט איינמאל געב איך קרעדיט פאר ארטסקראלל. אבער איך בין נישט איבעריג אנטציקט פון זיי. ווייל א סאך מאל פאנפענען זיי אונטער. למשל ביי די באקאנטע פסוק אין פ' ויגש וואו די ברודערס פון יוסף זענען אנגעקומען קיין מצרים. און ס'שטייט אין פסוק..."וישמע בית פרעה"...זאגט רש"י אין זה בית ממש. אלא אנשי הבית...(בערך אזוי). זאגט רש"י דארט א בלע"ז..."מישנדה" בלע"ז...טייטשט דער ארטסקראלל פירוש עה"ת אזוי..."In old French..."Mishenda"... means house...! (איך האב נישט דעם ארטסקראל עה"ת. ס'איז מיר נאר אונטערגעקומען ביי א געלעגנהייט)...

דער דאזיגער פשט/איבערטייטש איז נישט ריכטיג. זיי האבן נישט גוט איבערגעליינט דעם בלע"ז ווארט. ווייל רש"י הק' איז דא נישט געקומען צו ערפילן די פונקציע פון א דיקשיאנערי. וואס געט מיר צו צו דעם פשט (לפי פי' רש"י) אז איך ווייס וויאזוי א הויז הייסט אויף אלט פראנצויזיש...?! נאר דער בלע"ז באשטייט פון 2 ווערטער"Maison De"...= "The House of" מישנ"דה. דאס פאסט זייער גוט אריין אין פשט...!

אויך. אין מס' בבא מציעא ברענגט די גמ' א הלכה אז א רוכל טאר נישט ארויסלייגן זיין סחורה אין א פרעמדע שטאט. צוערשט מוזן די לאקאלע סוחרים ענדיגן צו פארקויפן זייער סחורה. אבער א תלמיד חכם מעג יא. אפילו ער קומט פון אנ'אנדערע שטאט. פרעגט די גמ' רבא איז דאך א ת"ח. און ער האט נישט ארויסגעלייגט זיין סחורה פאר די לאקאלע סוחרים...? ענטפערט די גמ' אז רבא האט געטון ..."לפנים משורת הדין"...טייטשט דער (ענגלישער) ארטסקראלל א מאדנע טייטש...He was within the (limit of the) law...!

.דאס איז דאך נישט דער ריכטיגער פשט. די גמ' וויל דאך דא זאגן אז ער האט געטון מער ווי ער איז געווען מחוייב
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 12:26 pm#384256
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
ר' בערל; מס' סנהדרין דף מ"ט ע"ב רש"י ד"ה ובורית, אירבנ"ו שבונריי"א?
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 1:27 pm#384269
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ר' בערל; מס' סנהדרין דף מ"ט ע"ב רש"י ד"ה ובורית, אירבנ"ו שבונריי"א?

דער גאלדענער אדלער: איך בין יעצט נישט אין א פאזיציע (פלאץ און צייט) נאכצוקוקן אלע מקורות פון רעפערענץ. (אנגעהויבן פון די גמרא און רש"י אויף דעם באטרעפנדן דף.) אבער איך קען דיר גלייך זאגן אז דאס צווייטע ווארט ..."שבונרייא"... מיינט אויף פראנצויזיש, א זייף פאבריק אדער וועירהאוז. און דאס ערשטע ווארט האט עפעס צו טון מיט א שטאט אדער געגנט...! שפעטער אין טאג ווען איך וועל אי"ה האבן מער צייט נאכצוקוקן און פארשטיין דעם ענין (קאנטעקסט) וועל איך בלי"נ שרייבן א מער פונקטליכע קאמענטאר...!
..."Savon"...= Soap. ...Savonerie...= soap factory or warehouse...! ..."Urbain/o" ="City or densely populated neighborhood"...!
זונטאג אקטאבער 01, 2017 11:18 am#385869
נעכטיגע דף סנהדרין עו אונטן פונט"ש בלע"ז בערל מדארף דיין הילף דארט

קען עס מיינען אונזער היינטיגע פאנטש, עס איז מער משמע אז מען רעדט דארט פון א שטעך מיו אן אייזן, קוק אריין דארט ווייל מען רעדט פון די נושא פון פאנטשן אדער שטעכן
זונטאג אקטאבער 01, 2017 2:51 pm#385896
מיש נייעס: ייש"כ. אבער דו האסט נישט גוט אפגעליינט דעם בלע"ז אין מס' סנהדרין. רש"י זאגט דארט..."פונש"ט" בלע"ז...! (נישט פונט"ש). אבער אין די היינטיגע שפראך איז נישט דא ממש אזא ווארט נאר אן ענליך ווארט..."Pointe" = Spike. In English...!

נאר ס'איז מעגליך אז די מעתיקים פון די אלטע כתבי יד (און ס'זענען געווען א סאך) האבן נישט ריכטיג מעתיק געווען. און די ריכטיגע ווארט דארף טאקע זיין ..."פונט"ש וואס איז פון לשון שפיץ/שפיציג...!
דינסטאג אקטאבער 03, 2017 4:52 pm#386196
עס קומט א מאדאל פאר בערל'ן, יא כ'האב מיך טועה געווען אין רש"י, זייער שיין עס שטימט הערליך אום צום point... בלע"ז
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 12:13 pm#387981
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
ר' בערל; שוין לאנג נישט געהערט פון אייך.
די וואכעדיגע פרשה וירא קפיטל י"ט פסוק ט' ויאמרו גש הלאה בלע"ז טריטידנוש??
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 1:24 pm#387989
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ר' בערל; שוין לאנג נישט געהערט פון אייך.
די וואכעדיגע פרשה וירא קפיטל י"ט פסוק ט' ויאמרו גש הלאה בלע"ז טריטידנוש??

דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. איך האב פונקט געטראכט אז אונז האמיר שוין לאנג נישט עוסק געווען אין די בלע"ז ווערטער פון רש"י הק'...!

דעם ענטפער אויף דעם בלע"ז ווארט. אייגנטליך 3 ווערטער, געדענק איך אויסנווייניג. איך דארף אפילו נישט נאכקוקן. דאס איז וואו די אנשי סדום האבן געזאגט פאר לוט..."גש הלאה"...זאגט רש"י הק' ..."טריטדנוש"...Traite-de-Nous...Step away from us...!...טריטי-ד-נוש
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 4:41 pm#388018
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
berlbalaguleh האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ר' בערל; שוין לאנג נישט געהערט פון אייך.
די וואכעדיגע פרשה וירא קפיטל י"ט פסוק ט' ויאמרו גש הלאה בלע"ז טריטידנוש??

דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. איך האב פונקט געטראכט אז אונז האמיר שוין לאנג נישט עוסק געווען אין די בלע"ז ווערטער פון רש"י הק'...!

דעם ענטפער אויף דעם בלע"ז ווארט. אייגנטליך 3 ווערטער, געדענק איך אויסנווייניג. איך דארף אפילו נישט נאכקוקן. דאס איז וואו די אנשי סדום האבן געזאגט פאר לוט..."גש הלאה"...זאגט רש"י הק' ..."טריטדנוש"...Traite-de-Nous...Step away from us...!...טריטי-ד-נוש
אינטערעסאנט, כ'האב געטראכט אז ס'מיינט עפעס טרעיט אפ, אדער ווי מ'דריקט זיך אויס ביינונז "טראג אפ פון דא
דינסטאג אקטאבער 31, 2017 8:18 pm#388031
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. ס'איז אבער כדאי צו באמערקן ווען דו באטראכטסט דאס ווארט. ס'איז אייגטליך דריי ווערטער. (א גאנצע סענטענס.). אט דאס איז אויך איינס פון די שוועריגקייטן אין מפענח זיין די בלע"ז ווערטער פון רש"י הק'. ווייל זיי זענען נישט געשריבן מיט ספעיסעס און נקודות. (ווי קאמאס און פינטלעך. אויסער וואס אין פראנצויזיש, און עטליכע אנדערע שפראכן חוץ ענגליש, זענען דא פארשידענע נקודות און שטרעכלעך וועלכע קומען מדגיש צו זיין אדער פארענדערן דעם ארויסזאג פונ'ם ווארט. איך קען עס נישט ארויפברענגען אויף מיין קיעבאורד, צוליעב מיין עם הארצות אין טעכנאלאגיע. אבער איך וואלט דיר געוויזן אז אין פראנצויזיש און אין ספאניש זענען דא אזעלכע פינטלעך און קאמאס אנצודייטן דעם ארויסזאג פון א געוויסן ווארט.)
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 12:00 am#388175
דער גאלדענער אדלער: איך פרוביר דא ארויפצולייגן א סעמפל פון די נקודות און אקצענטואציע פון די פראנצויזישע שפראך. דאס איז נאר א קליינער סעמפל. ווייל צו לערנען די גראמאטיק/דיקדוק פון פראנצויזיש איז א סאך מער קאמפליצירט. נאר כדי צו האבן א מושג. וואס וועט אויך צוהעלפן בעז"ה בעסער צו פארשטיין די בלע"ז ווערטער פון רש"י הק'...!
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 12:23 am#388177
אויף דעם אימידזש איז דא 5 שורות. : #1ווערט ארויסגעזאגט אזוי ווי א צירי בהברת ליטא...צעי-רעי...!
#2 איז אזוי ווי א סגול...סע-גול.
#3 איז אזוי ווי א סגול מיט א דגוש...למשל אזוי ווי דער נאמען וועבער...וועי-בער
#4 האט נישט קיין אפליקאציע אין אידיש. (אין דייטש אדער אונגאריש האט עס יא א באנוץ)
#5 לאזט מיך הערן אז דער לעטטער סי. וואס געווענטליך ווערט עס ארויסגעזאגט ווי א קעי. (ווען ס'איז נישט פאר דעם לעטטער אי.) אבער ווען ס'האט דעם ..."פזר"..זאגט מען עס דאך ארויס אזוי ווי א סי.!
אבער דער כלל פון #5 עקזיסטירט נאר אין די פראנצויזישע שפראך...פאר מער פרטים איז נישט כדאי זיך אריינצולאזן. ווייל ס'איז קאמפליצירט. כדאמרן...!

אין ספאניש איז אויך דא א טייל פון די אויבנדערמאנטע שטרעכלעך. אבער א ביסל אויף אן אנדער'ן אופן. נאר איך בין זיכער אז פאר'ן עולם שווינדלט שוין דער קאפ. 'עמיר עס לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט, בעז"ה...!
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 10:24 am#388202
יישר כח רב בערעל
דער סגול איז נוסח סאטמאר אדער נוסח סקווירא?

בדרך אגב, איז דא אלטער כתבים פין ראשונים וואס שרייבן אמאהל א לשון קודש ווארט מיט גוי'שע נקודות ווי צ.ב.ש. איר ברענגט, וואס מען קען פין דעם ארויסנעמען וועלכע הברה זיי האבען גערעדט?
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 1:27 pm#388227
אישתישבי: ייש"כ. דער ערשטער סגול. (#2) אויף די ליסט איז כנוסח סקווירא. ( מיין פעיוואריט חסידות.)

דער צווייטער סגול. (#3 אויף די ליסט) איז כנוסח סאטמאר/מונקאטש. פארוואס זאג איך מונקאטש...? ווייל כ'האב אמאל געזעהן זייער א זיסן קליפ פון די שטאט מונקאטש. פון די תלמוד תורה וויאזוי דער מלמד זאגט מיט די קינדער ברכת התורה. אויב דו האסט עס געזעהן וועסטו זיכער הנאה האבן פון דעים. דו דארפסט הערן ווי דער מלמד זאגט מיט זיי..."וצאצאינו וצאצאי צאצאינו"...! ממש אט אזוי זאגט מען ארויס דעם לעטטער אי. (אדער אן אנדער'ן וואועל/וואקאל ב'אידיש) וועלכער האט דעם היטעלע אויפ'ן קאפ...!
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 10:08 pm#388288
אין קפיטל י"ט, פסוק י"ז...ויאמר, המלט על נפשך...! זאגט רש"י המלט...אשמוצייר, בלע"ז. אין די היינטיגע שפראך איז דא אן ענליך ווארט...Emousser...= To blunt (verb). to cut out. to separate forcefully...!
דאנערשטאג אפריל 26, 2018 5:04 pm#400766
רש"י פרשת שמיני, ד"ה מרבה רגלים. זה נדל, שרץ, שיש לו רגלים מראשו ועד זנבו לכאן ולכאן, וקורין צינטפיי"ד (י"א צינטפיד"ש).
לכאורא איז דאס א Centipede בלע"ז
דינסטאג מאי 01, 2018 5:19 pm#401130
רש"י אין פרשת תזריע האט געשריבן:בהק. כמין לובן, הנראה בבשר אדם אדום שקורין רוש"ו בין חברבורות אדמימותו קרויה בהק

יין שרף האט געשריבן:שמעתי מהגרי"ד שלעזינגר שליט"א (א ילוד פראנקרייך) אז די אלע ווערטער וואס רש"י הק' ברענגט מיט א "ש" איז א שין שמאלית (מיט די סמך הברה)

ממילא לכאורה מיינט עס די קאליר ROSE וואס מיר רופן היינט.

אדער אפשר גאר מיינט עס rouge, וויקיפידיע זאגט אז עס קומט פון French מלשון רויט.



@berlbalaguleh toute aide dans la langue??
מיטוואך מאי 02, 2018 11:44 am#401196
לכב' הידען הנפלא ר' יין שרף שליט"א: גם אני בחלומי. נישט אין חלום נאר בהקיץ אויך. דו ביסט הונדרעט פראצענט גערעכט. דאס איז טאקע דאס ווארט וואס ווערט באנוצט אויף רויטן וויין. נאר ס'איז דא נאך א קנייטש. אין די פראנצויזישע שפראך איז דא א סיסטעם פון כמו נקודות. מיט שטרעכלעך, וועלכע ווערן געשריבן אויפ'ן אות. מערסטנס די לעטטער..."אי."...! א שטרעכל וועלכע בייגט זיך רעכטס זאגט מען ארויס אזוי ווי אן אשכנזיש'ער יודעלע זאגט ארויס א ציר"י. א שטרעכל וועלכע בייגט זיך אויף לינקס זאגט מען ארויס אזוי ווי א סגו"ל. נאכדעים איז דא א מין היטעלע וואס מ'טוט אן אויף דעם אות. דאס זאגט מען ארויס ווי א א לאנגער (דאפלטער) סגו"ל...!...דאס ווארט צו באשרייבן רויטן ווין זאגט מען ארויס..."ראוזעי"...!
מיטוואך מאי 02, 2018 1:52 pm#401212
:oops: :roll: I'm blushing, נישט קיין ידען בכלל (אפשר נפלא..) סך הכל גע'גוגל'ט און געוויקי'ד..

ידעתי אז rose אין פראנקרייך רופט זיך ראזעי, אבער רוש"ו וואס רש"י ברענגט מוז בכלל נישט זיין מיטן זעלבן הברה ווי היינטיג פרענטש. ווי אויך און כמעט יעדע אלטע חומש שטייט אן אנדער לשון בלע"ז פון רש"י. אנדערע חומשים שטייט רוש"א און נאך ספעלינגס. (בכלל, לאו דוקא די ווארט).

(איך האב פארשטאנען אז מען נוצט עס מער אויף lipstick און makeup ווי אויף וויין).
מיטוואך מאי 02, 2018 2:28 pm#401215
'רוזש' איז פראנצויזיש פאר רויט.
מיטוואך מאי 02, 2018 4:06 pm#401225
צרעת ממארת. זאגט רש"י לשון סילון ממאיר פונינ"ט בלע"ז.
סילון ממאיר שטייט אין יחזקאל כח, כד. וְלֹא יִהְיֶה עוֹד לְבֵית יִשְׂרָאֵל סִלּוֹן מַמְאִיר וְקוֹץ מַכְאִב מִכֹּל סְבִיבֹתָם הַשָּׁאטִים אוֹתָם. און רש"י שרייבט דארט
סילון. מין קמשונים וחוחים הוא:
ממאיר. ענין הכאבה כמו צרעת ממארת (ויקרא יג) פוניינ''ט בלע''ז:
פשוט פשט מיינט עס א דארן (thorn) וואס שטעכט. אפשר מלשון point, אדער אין French א ענליך לשון pointé.

אין די אלטע נ"ך האב איך געטראפן די translation אין רש"י צו די ווארט צו poignant
3.PNG
. וואס אין אלטן שפראך ממינט דאס אויך שארף
1.PNG
מיטוואך מאי 02, 2018 9:04 pm#401290
יין שרף: ייש"כ. אט דאס האביך געוואלט שרייבן. די נקודה דא איז נישט אויף דעם דארן. נאר אז ס'איז שטעכעדיג. רש"י הק' ברענגט טאקע דאס ווארט פוניינ"ט. דאס איז די זעלבע ווארט אויף ענגליש. נאר אויף פראנצויזיש זאגט מען עס אנדערש ארויס. (פוא-ניאננט)...p-oi-gnant...! The letter o and the letter i are pronounced in French...Wa- G and N are pronounced...ny...!...P-wa-ny-ont...!
מיטוואך מאי 15, 2019 7:12 am#430510
ATUB @berlbalaguleh ATUB : ביי די שווערד פון אהוד בן גרא זאגט די פסוק, ויבא גם הנצב אחר הלהב וגו' (שופטים ג' כ"ב) , און רש"י איז מפרש דארט (ד"ה הנצב) וז"ל, הוא הברזל שהשנון תחוב לתוכו שקורין הול"ט בלע"ז, ובלע"ז למ"א.

1) קען זיין אז די לשון הול"ט איז דומה צו וואס מ'זאגט אויף ענגליש hold אדער holder ? אי נמי, וואס מ' רופט ביי אונז holster ?

2) וואס איז פשט פון די ווערטער צום סוף פון רש"י, ובלע"ז למ"א ?
מיטוואך מאי 15, 2019 11:00 am#430540
וואלווי: ייש"כ פאר ארויסווייזן אינטרעס אין די גאר אינטרעסאנטע סאבדזשעקט...(האומר דבר בשם אומרו וכו'). גוגל טרענסלעיט טייטשט ..."למ"א"... בלעיד...Blade...! שיידל/שווערד האלטער...טייטשט ער...Etui...Ay-tuee...!

מדי דברי: אויף די שפה הטמאה...לאל...עברית זאגט מען פאר אן עלעקטריקל גראונד..."הארקה"...(ha-araka) discharge....מלשון אריק חרבי...!
מיטוואך מאי 15, 2019 11:32 pm#430588
יין שרף האט געשריבן::oops: :roll: I'm blushing, נישט קיין ידען בכלל (אפשר נפלא..) סך הכל גע'גוגל'ט און געוויקי'ד..

ידעתי אז rose אין פראנקרייך רופט זיך ראזעי, אבער רוש"ו וואס רש"י ברענגט מוז בכלל נישט זיין מיטן זעלבן הברה ווי היינטיג פרענטש. ווי אויך און כמעט יעדע אלטע חומש שטייט אן אנדער לשון בלע"ז פון רש"י. אנדערע חומשים שטייט רוש"א און נאך ספעלינגס. (בכלל, לאו דוקא די ווארט).

(איך האב פארשטאנען אז מען נוצט עס מער אויף lipstick און makeup ווי אויף וויין).

יין שרף: די ווארט ...Rouge...Le couleur Rouge...ווערט באנוצט אלס שם דבר פאר די קאליר רויט. אויך ווערט עס באנוצט פאר ליפסטיק. לאוו דווקא רויט...!
דאנערשטאג מאי 16, 2019 5:47 pm#430638
וואלווי האט געשריבן:@berlbalaguleh : ביי די שווערד פון אהוד בן גרא זאגט די פסוק, ויבא גם הנצב אחר הלהב וגו' (שופטים ג' כ"ב) , און רש"י איז מפרש דארט (ד"ה הנצב) וז"ל, הוא הברזל שהשנון תחוב לתוכו שקורין הול"ט בלע"ז, ובלע"ז למ"א.

1) קען זיין אז די לשון הול"ט איז דומה צו וואס מ'זאגט אויף ענגליש hold אדער holder ? אי נמי, וואס מ' רופט ביי אונז holster ?

2) וואס איז פשט פון די ווערטער צום סוף פון רש"י, ובלע"ז למ"א ?


די ווארט hilt אין ענגליש מיינט א הענטל פון א שווערד.
דינסטאג יוני 04, 2019 9:50 am#431576
ATUB @berlbalaguleh ATUB

ידין אפסי ארץ (שמואל-א ב' י') זאגט רש"י, שופטן ומייסרן יושטיציי"א בלע"ז.

וואס איז יושטיציי"א? און בכלל, אויף ידין פעלט דען אויס א בלע"ז? אטו כי רוכל?

סארי פאר אינטעראפטן שלא מן הענין, די שאלה דא האט גארנישט מיט איצו שגץ אדער סענדר דער דייטש...
דינסטאג יוני 04, 2019 10:46 am#431582
?justice
דינסטאג יוני 04, 2019 11:47 am#431591
וואלווי האט געשריבן:@berlbalaguleh

ידין אפסי ארץ (שמואל-א ב' י') זאגט רש"י, שופטן ומייסרן יושטיציי"א בלע"ז.

וואס איז יושטיציי"א? און בכלל, אויף ידין פעלט דען אויס א בלע"ז? אטו כי רוכל?

סארי פאר אינטעראפטן שלא מן הענין, די שאלה דא האט גארנישט מיט איצו שגץ אדער סענדר דער דייטש...

וואלווי: ייש"כ. דער פארגלייך און דער אפטייטש פון דעם בלע"ז ווארט איז זייער פשוט און אנזעהבאר. .."דזשאסטיס"...נאר דיין 2'טע , דרך אגב'דיגע שאלה איז זייער שטארק צום פאוינט. ווייל אונז דארפן וויסן א כלל אז רש"י הק' איז נישט געקומען אויספוללן דעם תפקיד פון א דיקשאנערי. ווייל דאמאלס וואלט ער געקענט מאכן א קאמפליעט דיקשאנערי אויף אלע ווערטער פון חומש. נאר רש"י האט געברענגט א ראיה פון א בלע"ז ווארט ווען מ'וואלט דאס ווארט געקענט טייטשן אויף פארשידענע וועגן...!

א ראיה האמיר פון פ' ויגש. אויפ'ן פסוק..."וישמע בית פרעה"...וואס מ'וואלט געקענט טייטשן א הויז. פון בריקס און האלץ. ברענגט רש"י דעם בלע"ז ווארט ..."מישנד"ה"...(וואס איז אייגנטליך 2 באזונדערע ווערטער) צו זאגן אז דאס מיינט נישט א הויז. נאר די מענטשן פון דעם הויז. כידוע ליודעים...!

פונקטליך וואס דער טעם וואס רש"יברענגט דא דעם בלע"ז אויף דעם פסוק, ווייסיך נישט. איך וועלל בלי"נ נאכקוקן...!
דינסטאג יוני 04, 2019 2:51 pm#431603
berlbalaguleh האט געשריבן:
פונקטליך וואס דער טעם וואס רש"יברענגט דא דעם בלע"ז אויף דעם פסוק, ווייסיך נישט. איך וועלל בלי"נ נאכקוקן...!


קען זיין אזוי. אז מ'איז מדייק אין רש"י, זעהט מען אז ער קומט נישט זאגען די עצם פירוש המילות פון ידין, ווייל דאס איז ידוע לכל בכל התורה. נאר ער קומט זאגען די פשט פון די ווארט ידין מה שנוגע למעשה. און דאס גייט ארויף אויף די אייבערשטער און זיין פעולה לויט די שירה פון חנה. דהיינו, נישט סתם ידין ווי א דיין וואס פסק'נט און גייט ווייטער, נאר די פעולה פון שופטן ומייסרן, פונקט אזוי ווי רש"י'ס לשון, וואס מיינט אז די אייבערשטער האט זיך דא אנגענומען פאר חנה. ס'איז א טיפערע באדייט אין דין, ד.ה. די המשך פון דין, און דאס הייסט יושטיציי"א, justice.
מיטוואך יוני 05, 2019 3:32 am#431648
וואלווי: ייש"כ. לאמיר א ביסל מרחיב את הדיבור זיין אין דיינע ווערטער...!

ס'איז פארהאן צוויי ערליי דעפינישנס פאר ..."דזשאסטיס"...גערעכטיגקייט. ווען 2 מענטשן האבן א טענה איינער צום אנדערן. און מ'קומט פאר א דזשאדזש. און מ'ווארט צו הערן וואס דער פסק הדין וועט זיין. נאכדעם איז פארהאן א דעפינישן פאר דזשאסטיס/גערעכטיגקייט. ווען איינער באגייט א פארברעכן, למשל. און מ'ווייסט פאראויס וואס דער פסק הדין וועט זיין. דער דזשאדזש וועט איהם באשטראפן מיט זייער א הארבע שטראף...! אט דאס בעטן מיר ביי השי"ת..."ידין בגויים"... ער זאלל באשטראפן די גויים וועלכע האבן געפייניגט די אידן אלע יארן פון גלות...!
מיטוואך יוני 05, 2019 1:23 pm#431659
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: ייש"כ. לאמיר א ביסל מרחיב את הדיבור זיין אין דיינע ווערטער...!

ס'איז פארהאן צוויי ערליי דעפינישנס פאר ..."דזשאסטיס"...גערעכטיגקייט. ווען 2 מענטשן האבן א טענה איינער צום אנדערן. און מ'קומט פאר א דזשאדזש. און מ'ווארט צו הערן וואס דער פסק הדין וועט זיין. נאכדעם איז פארהאן א דעפינישן פאר דזשאסטיס/גערעכטיגקייט. ווען איינער באגייט א פארברעכן, למשל. און מ'ווייסט פאראויס וואס דער פסק הדין וועט זיין. דער דזשאדזש וועט איהם באשטראפן מיט זייער א הארבע שטראף...! אט דאס בעטן מיר ביי השי"ת..."ידין בגויים"... ער זאלל באשטראפן די גויים וועלכע האבן געפייניגט די אידן אלע יארן פון גלות...!


בעצם איז עס איין דעפינישאן, משפט צדק. ביי א קליינע גניבה איז אויך justice אז דער גונב זאל באצאלן פאר די נגנב. די זעלבע זאך איז, אז סוף כל סוף וועט די אייבערשטער אפצאלן די אומות המשתעבדים בישראל יותר מדי, דהיינו משפט צדק. די נפק"מ איז נאר, אז ביי די קליינע גניבה אינטערסירט נישט פאר קיינעם אויפ'ן גאס, אבער לעתיד וועט זיין די justice מפורסם בכל העולם כולו.
מיטוואך יוני 05, 2019 1:32 pm#431660
-