Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?

די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
100 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 254 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7751
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:34 pm#241102
די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
איך טראכט שוין א לענגערע צייט צו שרייבן איבער דעם מיסטעריעזן און העכסט אינטרעסאנטן נושא: די "בלע"ז" ווערטער וואס רש"י אין זיין פירוש על התורה און אויף ש"ס ברענגט צו.
א יעדער איינער פון אונז, ווען ער לערנט דעם פירוש רש"י אויף חומש באגעגנט זיך מיט איינס אדער מערערע ווערטער וועלכע זענען געשריבן מיט לשה"ק אותיות, אבער זענען קענטיג אין אן אנדערע , מיסטעריעזע שפראך. דאס ציעט דעם נייגער פון כמעט א יעדן איינעם.
דער ענטפער אויף דעם איז, אז רש"י הק' וועלכער האט געלעבט מיט בערך 800 יאר צוריק אין פראנקרייך האט געשריבן זיין פירוש און האט אויך, אין געוויסע פלעצער צו געלייגט די מיינונג פון דעם ווארט אדער פסוק אין די תורה אויף די פראנצויזישע שפראך וואס מ'האט גערעדט אין זיין צייט.
די חוקרים און היסטארישע פארשער האבן שוין געשריבן זייער א סאך ארטיקלען און ביכער איבער דעם פענאמענאן און עמקות פון רש"י'ס פירוש על התורה. אני הקטן וויל נאר פרובירן צו ערקלערן עטליכע ווערטער וואס רש"י ברענגט, און זייער מיינונג.
נאך איין קליינע נקודה וואס איז וויכטיג צו געדענקען. די שוועריגקייט אין דעשיפרירן די בלע"ז ווערטער (דאס קען זיין איינס פון די סיבות פארוואס ס'איז פאקטיש דא זייער ווייניג ספרים וואס באשעפטיגן זיך מיט די נושא.) איז, אז רש"י האט געשריבן די ווערטער (מערסטנס אין די פראנצויזישע שפראך. א טייל אין ענגליש און אויך אין ספאניש.) מיט דעם גראמאטיק פון פראנצויזיש. נאר מיט לשה"ק אותיות. ער האט מסתמא נישט געוואלט אריינשרייבן לאטיינישע אותיות אין חומש אדער די גמרא. אבער מ'דארף קענען די שפראך כדי אפצוליינען די ווערטער. און דער ריוח פון פארשטיין די בלע"ז ווערטער איז אז מ'קען פארשטיין מיט א סאך מער עמקות די מיינונג פון דעם פסוק....!

איך וועל אנהייבן מיט א פסוק אין פ' וישב.קאפיטל ל"ח, פסוק י"ז.. ביי יהודה ווען ער האט באגעגנט תמר. "ויט אליה אל הדרך".זאגט רש"י "מדרך שהיה בה, נטה אל הדרך אשר היא (תמר) בה". "ובלשון לע"ז דשטורני"ר יעצט לאמיר זעהן דאס ווארט געשריבן מיט לאטיינישע אותיות: destourner Equivalent of detour.
זיכער. אויף מאדערנעם פראנצויזיש וואס מ'רעדט היינט אין פראנקרייך זאגט מען שוין ארויס דעם ווארט אנדערש. אבער אין די צייט פון רש"י האט מען עס אזוי געשריבן...!
איך וועל בלי"נ ברענגען איינס אדער מערערע ווערטער א יעדע וואך פון די פרשת השבוע וועלכע רש"י ברענגט און זיי מפרש זיין...
נאך איין ווארט וועל איך אראפברענגען פון פ' מקץ. אין פסוק ב', קפיטל מ"א. אויפ'ן פסוק "ותרעינה באחו" זאגט רש"י פי' באגם. מריש"ק בלע"ז. אויפ'ן היינטיגן פראנצויזיש זאגט מען עס א ביסל אנדערש. Marecage the equivalent of Marshland . א זומפ....!
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:38 pm#241104
שמעתי מהגרי"ד שלעזינגר שליט"א (א ילוד פראנקרייך) אז די אלע ווערטער וואס רש"י הק' ברענגט מיט א "ש" איז א שין שמאלית (מיט די סמך הברה)
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:45 pm#241106
יין שרף האט געשריבן:שמעתי מהגרי"ד שלעזינגר שליט"א (א ילוד פראנקרייך) אז די אלע ווערטער וואס רש"י הק' ברענגט מיט א "ש" איז א שין שמאלית (מיט די סמך הברה)

יא. הונדערט פראצענט ריכטיג. נאכמער. אויף די אלטע פראנצויזישע שפראך איז געווען זייער א סאך ווערטער מיט א שין שמאלית, אבער די שין איז געווען "סיילענט". מ'האט עס נישט ארויסגעזאגט. אין היינטיגן, מאדערנעם פראנצויזיש האבן זיי שוין אויסגערייניגט די מערסטע ווערטער און מ'זאגט דעם קרי און כתיב כמעט אייניג...!
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:22 pm#241114
צווייטע אשכול פון בערלען.
# מצוה גוררת
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:27 pm#241116
כוכב האט געשריבן:צווייטע אשכול פון בערלען.
# מצוה גוררת

ווען איך האב געזעהן דעם נאמען פון בעל המגיב, האביך געוואוסט אז ס'גייט קומען עפעס א באמבע...נו, ב"ה אפגעקומען מיט דעם.... :roll:
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:35 am#241138
אין די ש"ס לובלין האבן זיי צום סוף (פון יעדער באנד) א מדור אדורכצוטוען די לעז"י רש"י , לויט די אמאליגע און לויט די היינטיגע פראנצויזיש
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:47 am#241143
ירח בן יומו האט געשריבן:אין די ש"ס לובלין האבן זיי צום סוף (פון יעדער באנד) א מדור אדורכצוטוען די לעז"י רש"י , לויט די אמאליגע און לויט די היינטיגע פראנצויזיש

יא. ס'איז שוין די לעצטע פאר יאר. ס'איז אבער כדאי אנצומערקן , לויט א טייל היסטארישע פארשער, אז די בלע"ז'ן פון רש"י על התורה, נביאים וכתובים דארט וואו רש"י האט זיי געשריבן זענען מער עמקות'דיג ווי די פירושי לע"ז על הש"ס. ס'איז אויך אינטרעסאנט צו באמערקן אז רש"י האט אויך געשריבן עטליכע געציילטע ווערטער אין ספאניש און אויך אין ענגליש. למשל, אין אנהייב פון ספר ירמיהו איז דא א פסוק וואו דער מלאך פרעגט פון ירמיה , "מה אתה רואה" און ער ענטפערט "אני רואה סיר נפוח" זאגט רש"י אויף דעם ווארט "נפוח", בוילינ"ק בלע"ז.וואס דאס איז זייער שטארק ענליך צו דעם ווארט בוילינג. אויך אין מס' גיטין זאגט רש"י אויף דעם ווארט גלימא קויט"א בלע"ז...
דער נושא איז זייער א פארצווייגטער, און ס'איז דא עטליכע הונדערט ווערטער פון רש"י סיי אויף נ"ך און סיי אויף ש"ס...!
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 9:16 am#241170
ר' בערל ישר כח פאר דעם אינטערעסאנטן אשכול, מיין אינטערעסע אין די לעזי רש''י איז לאו דוקא די פראנצויזישן אפטייטש פונעם ווארט, נאר ענדערש וויל איך וויסן וואס האט רש''י הקדוש געוואלט דא, זיכער האט ער נישט סתם געוואלט מאכן א טייטש חומש והא ריאה רוב ווערטער האט ער נישט פארטייטשט אין פראנצויזיש, מילא אפשר ר' בערל איר קענט ערקלערן וואס וויל רש'י אונז לערנען מיטן בלע''ז וואס מיר וואלטן נישט געוויסט אנדעם?
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 9:40 am#241174
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 10:32 am#241178
די גאנצע "ממלכת עוז והדר" האט זיך געגרונדעט אויף א קנאישער אקציע קעגן הוצאת וגשל, היות זייער מדור "לעזי רש"י" פארמאכט ווערטער פון עברית ר"ל. עוז והדר האט טאקע א גאר שוואכע ארבעט מיט די לעזי רש"י.
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 2:04 pm#241202
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ר' בערל ישר כח פאר דעם אינטערעסאנטן אשכול, מיין אינטערעסע אין די לעזי רש''י איז לאו דוקא די פראנצויזישן אפטייטש פונעם ווארט, נאר ענדערש וויל איך וויסן וואס האט רש''י הקדוש געוואלט דא, זיכער האט ער נישט סתם געוואלט מאכן א טייטש חומש והא ריאה רוב ווערטער האט ער נישט פארטייטשט אין פראנצויזיש, מילא אפשר ר' בערל איר קענט ערקלערן וואס וויל רש'י אונז לערנען מיטן בלע''ז וואס מיר וואלטן נישט געוויסט אנדעם?

יא. איך וועל פרובירן. און מיר האפן בעזר השי"ת מצליח צו זיין.
לאמיר נעמען טאקע איינס פון די בלע"ז ווערטער פון די פארגאנגענע וואך פ' וישב. איך וועל נאר רעדן וויאזוי איך פערזענליך בין נשפע געווארן. וויאזוי מיין הבנה פון דעם גאנצן ענין פון יהודה און תמר האט זיך פילפאכיג פארגרעסערט ווען איך האב פארשטאנען דעם אפטייטש פון דעם ווארט "ויט" אליה הדרך...ווייל איך האב אויך --אזוי ווי א יעדער פון אונז --געלערנט אין חדר, די פשוט'ע טייטש פון דעם ווארט. .."און ער האט אפגענויגט"... אבער פונקטליך וויאזוי דאס איז פארגעגאנגען האב איך נישט פארשטאנען. ביז ווען איך האב געכאפט אז דאס מיינט פשוט ,צו מאכן א "דיטאור" ווער פון אונז האט דען נישט געזעהן די סיינס אויף די הייוועיס...Detour 100 Ft...!
דער תמצית איז, אז רש"י הק' האט געברענגט אן אפטייטש פון איין ווארט אדער עטליכע ווערטער וועלכע געבן א רעאליסטישן בילד פון דעם מצב מער ווי סתם טייטשן דעם ווארט...
איך וועל ברענגען נאך איין משל כדי בעסער צו פארשטיין וואס איך וויל ארויסברענגען.
אין פ' ויגש (בראשית מה,ב') שטייט אין פסוק..."וישמעו מצרים. וישמע בית פרעה. זאגט דארט רש"י .."כלומר עבדיו ובני ביתו. ואין זה בית ממש...און ער ברענגט דארט א בלע"ז..[b]מישנד"ה.
איז דא עטליכע אפטייטשערס פון דעם ווארט. אריינגערעכנט "ארט-סקראלל" וועלכע זאגן אז אין אלט פראנצויזיש מיינט דאס הויז. דאס איז אבער נישט ריכטיג. ווייל פונקט אזוי ווי דו האסט מעורר געווען אז רש"י איז דא נישט געקומען פארפולן דעם תפקיד פון א דיקשיאנערי. ווער ס'איז אבער מדייק זעהט דא צוויי ווערטער.
Maison de... which is the equivalent to ...The House of... ס'איז פונקט אזוי ווי מ'זאגט אויף די בריטישע בני המלוכה "די הויז פון ווינדזאר", מיינט מען נישט די פיזישע הויז. די ציגל און שטיינער. נאר ס'מיינט די אלע מענטשן וועלכע האבן א שייכות מיט די בני המלוכה....דאס וויל רש"י דא ארויסברענגען. קוק גוט אויף דעם בלע"ז וועסטו זעהן די ווערטער דארט...!
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 2:20 pm#241209
ראובן האט געשריבן:די גאנצע "ממלכת עוז והדר" האט זיך געגרונדעט אויף א קנאישער אקציע קעגן הוצאת וגשל, היות זייער מדור "לעזי רש"י" פארמאכט ווערטער פון עברית ר"ל. עוז והדר האט טאקע א גאר שוואכע ארבעט מיט די לעזי רש"י.

ראובן: ייש"כ. איז לאמיר דא בארואיגן די גרויסע "ידענים" ביי עוז והדר. אז די אלע בלע"ז ווערטער וועלכע רש"י ברענגט אראפ, האבן גארנישט צו טון מיט די "שפה הטמאה אשר בדו הציונים מליבם"... :lol: אט די אלע ווערטער האט רש"י הק' געשריבן , מערסטנס אין פראנצויזיש, און א טייל אין ספאניש און ענגליש, כדי בעסער מסביר צו זיין פאר די מענטשן פון זיין צייט די מיינונג פון א פסוק אדער אן אביעקט פון א הלכה אין א משנה אדער די גמרא.

נ.ב.: אין די משנה ברורה בהוצאת "גרינפעלד" ברענגט ער אויך דארט אין די הקדמה אז זיי האבן "אויסגערייניגט" די אלע טייטשן פון די "שפה הטמאה אשר בדו הציונים מליבם". און צוויי שורות ווייטער ברענגט ער צוויי ריין
איווריט" ווערטער. "ביקוש" און "משרד". אזא פנים האבן זיי די אלע גרויסע קנאים. זיי זענען געווען און בלייבן גרויסע עמי הארצים...!
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 2:32 pm#241216
נקודת החבדית האט געשריבן:כללי רשי, פרק יב ובמציון שם

נקודה החבדי"ת: ייש"כ פאר צו ברענגען דעם לינק. נאר איך זאג אז אפילו דערוואקסענע מענטשן באקומען אויך א סך א טיפערע הבנה פון דעם ענין המדובר, ווען מ'ליינט ריכטיג אפ דעם טייטש פון די בלע"ז ווערטער וועלכע רש"י ברענגט צו...!
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 4:18 pm#241236
ר' בערל איר האט זיך געלערנט פראנצויזיש?
מיר האט געזאגט אמאל א גרויסע חוקר אויף לעזי רש''י - ר' אברהם מאיר גלאנצער פין אנטווערפן (בעמח''ס אגם מים אויף לעז''י רש''י, מן הסתם אינטערעסאנט פאר די וואס זענען אינטערעסירט אין לעזי רש''י ) אז די פראנצויזיש מיט וואס רש''י האט זיך באניצט איז אלט פראנצוזיש אין ווערט שוין נישט באניצט היינט, אין פארדעם איז די פראנצוזישע רעגירונג אינטערעסירט אין די מחקר אין לעזי רש''י כדי צי לערנען וואס אלט פראנצוזיש איז געווען
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 5:41 pm#241263
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ר' בערל איר האט זיך געלערנט פראנצויזיש?
מיר האט געזאגט אמאל א גרויסע חוקר אויף לעזי רש''י - ר' אברהם מאיר גלאנצער פין אנטווערפן (בעמח''ס אגם מים אויף לעז''י רש''י, מן הסתם אינטערעסאנט פאר די וואס זענען אינטערעסירט אין לעזי רש''י ) אז די פראנצויזיש מיט וואס רש''י האט זיך באניצט איז אלט פראנצוזיש אין ווערט שוין נישט באניצט היינט, אין פארדעם איז די פראנצוזישע רעגירונג אינטערעסירט אין די מחקר אין לעזי רש''י כדי צי לערנען וואס אלט פראנצוזיש איז געווען

גראדעמעכעלע: ייש"כ. לאמיר דיר ענטפערן על ראשון ראשון. יא. ווייל איך האב געוואוינט אין א מדינה וואו מ'רעדט פראנצויזיש אויך. (חוץ אן אנדערע שפראך.(.
איך האב אויך געוואוינט אין א לאנד אין דרום אמעריקע, וואו מ'רעדט שפאניש. האב איך זיך דערלערנט די שפראך אויך. דארף מען עס אויסנוצן פאר גוטע צוועקן. דורכדעם האב איך באמערקט אז ס'איז דא "לע"ז'ן" פון רש"י אויף ספאניש אויך. און עטליכע , געציילטע אויף ענגליש אויך. איך האף אז מיר וועלן בעזר השם יתברך אנקומען צו אלע. בכלל. עטימאלאגיע (די חקר און שורש פון שפראכן) איז זייער נאנט צו מיין הארץ... איינס פון די הויפט חילוקים פון אלט פראנצויזיש און די נייע מאדערנע שפראך וואס מ'רעדט היינט איז, אז א סאך ווערטער האבן דעם זעלבן שורש. נאר מ'זאגט זיי ארויס אנדערש ווי אמאל. אויך איז דא אין אלט פראנצויזיש א סאך סיילענט לעטטערס. . וואס מ'זאגט זיי נישט ארויס. האבן די חכמי הלשון ארויסגענומען די אלע לעטטערס. לדוגמא. טאקע דעם ווארט. "דשטורניר" אליין. אפילו לויט די הברה פון די אלטע שפראך זאגט מען עס..."דעי-טורנעי". און לויט די מאדערנע הברה זאגט מען עס כמעט אזוי ווי אויף ענגליש "דעי-טור" און די אלע איבריגע אותיות באנוצט מען נישט...!
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 5:45 pm#241265
זייער אן אינטערעסאנטער אשכול, ר' בערל. יישר כח.
berlbalaguleh האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:אין די ש"ס לובלין האבן זיי צום סוף (פון יעדער באנד) א מדור אדורכצוטוען די לעז"י רש"י , לויט די אמאליגע און לויט די היינטיגע פראנצויזיש

יא. ס'איז שוין די לעצטע פאר יאר. ס'איז אבער כדאי אנצומערקן , לויט א טייל היסטארישע פארשער, אז די בלע"ז'ן פון רש"י על התורה, נביאים וכתובים דארט וואו רש"י האט זיי געשריבן זענען מער עמקות'דיג ווי די פירושי לע"ז על הש"ס. ס'איז אויך אינטרעסאנט צו באמערקן אז רש"י האט אויך געשריבן עטליכע געציילטע ווערטער אין ספאניש און אויך אין ענגליש. למשל, אין אנהייב פון ספר ירמיהו איז דא א פסוק וואו דער מלאך פרעגט פון ירמיה , "מה אתה רואה" און ער ענטפערט "אני רואה סיר נפוח" זאגט רש"י אויף דעם ווארט "נפוח", בוילינ"ק בלע"ז.וואס דאס איז זייער שטארק ענליך צו דעם ווארט בוילינג. אויך אין מס' גיטין זאגט רש"י אויף דעם ווארט גלימא קויט"א בלע"ז...
דער נושא איז זייער א פארצווייגטער, און ס'איז דא עטליכע הונדערט ווערטער פון רש"י סיי אויף נ"ך און סיי אויף ש"ס...!

איך בין א שוואכער קענער אין לינגוויסטיקס, אבער עס איז שווער צו גלייבן אז רש"י האט געקענט ענגליש. ענדערש איז מסתבר אז די ווערטער זענען שפעטער נתגלגל געווארן אין שפאניש און אין ענגליש, כידוע אז זיי שעפן אלע פון איין מקור, לאטייניש, מסתמא נאך פון בעפאר דעם דור הפלגה. למשל, א פשוט'ע גוגל סוירטש זאגט מיר אז דער ענגלישער בויל איז אפשטאמיג פון אלט פראנצויזיש בוילי"ר בלע"ז, וואס קומט פון דעם לאטיינישן בוליר, וואס מיינט באבלען. ענליך דערצו פסק'נט דער גוגל הדור אויף קאוט.
און אז מ'רעדט שוין פון בלע"ז, אפשר קענסטו מסביר זיין איינמאל פאר אלעמאל וואס רש"י וויל יעדן מאל באזונדער מיט דעם אשטיינ"א של ימים, וואס ערשיינט בערך זיבעציג מאל אין סדר בראשית לויט מיין זכרון פון כתה ג'?
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 5:48 pm#241269
הו אה, ווער וואלט זיך געגלייבט... ר' בערל האט גאר געוואוינט אין א האלבע וועלט, און ס'גיסט זיך פון אים בקיאות בכל מקצועות התורה והמדע. און איך האב שוין געמיינט אז מיר זענען סטאק מיט הרב סופר לאורך ימים ושנים.
אגב, היינטיגע צייטן זענען אויך דא שטילע אותיות לרחצה אין פראנצויזיש. עס האט מיר געדויערט א שיינע שטיקל צייט ביז איך בין געוואויר געווארן אז Albert Camus הייסט נישט אלבערט קאמוס, נאר אלבעיר קאמוא. (מיט דעם דגוש אויפ'ן בית פון אלבערט און אויפ'ן מ' פון קאמוא).
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 6:35 pm#241282
עס איז דא וואס טענ'ן אז א טייל פין די לעזי רש''י זענען נישט פין רש''י נאר שפעטער ציגעלייגט געווארן, דאס איז מסביר וויאזוי מען טרעפט אין רש''י אנדערע שפראכן אחוץ פראנצוזיש

דא איז א שיינע אפהאנדלונג אויף דער ענין פין לעזי רש''י
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 7:01 pm#241290
יאיר: אויף דעם וואס דו זאגסט א סברא אז די אלע בלע"ז'ן פון רש"י וועלכע זעען אויס ווי אנדערע שפראכן, חוץ פראנצויזיש, אבער זענען אין מקור לאטייניש, וועל איך דיר ברענגען א ווארט וואס קומט מיר יעצט ארויף אין זיכרון, אן נאכקוקן. ס'איז דא א ווארט, איך מיין אין מס' שבת, וואו די שאלה איז אויב מ'מעג שפילן מיט א באלל אום שבת. זאגט רש"י אויף דעם ווארט "כדור" פלוט"א אויף ספאניש רופט מען א באללPelota.

אויף דעם ווארט שטיינ"א רש"י Septienneבלע"ז. איז דער ענטפער זייער פשוט. דער פסוק רעדט דארט פון "זיבן טעג". זאגט סעטיעננע א חלק, א יוניט וואס איז זיבן. דאס ווארט "סעט", מיינט זיבן אויף פראנצויזיש...!
יא. פארגעסן צו צושרייבן אז די לעטטער P . אז דו וועסט גוט קוקן אויף דעם "בלע"ז ווארט אין רש"י וועסטו זעהן דעם ווארט. Septienne .איז "סיילענט". מ'זאגט עס נישט ארויס
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 10:29 pm#241310
אויף דעם ווארט שטיינ"א רש"י Septienneבלע"ז. איז דער ענטפער זייער פשוט. דער פסוק רעדט דארט פון "זיבן טעג". זאגטסעטיעננע א חלק, א יוניט וואס איז זיבן. דאס ווארט "סעט", מיינט זיבן אויף פראנצויזיש...!


סעט מיינט אפשר זיבען

אבער כ'מיין רש"י זאגט ביי די שלשת ימי אפילה אויך שטיינ"א בלעז

דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 10:49 pm#241324
ר' בערל, איי מאסט טעלל יו, דער אשכול איז פון די שענסטע לעצטיגע אשכולות אין שטיבל. יישר כח!!
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 11:02 pm#241329
גראדעמעכעלע האט געשריבן:עס איז דא וואס טענ'ן אז א טייל פין די לעזי רש''י זענען נישט פין רש''י נאר שפעטער ציגעלייגט געווארן, דאס איז מסביר וויאזוי מען טרעפט אין רש''י אנדערע שפראכן אחוץ פראנצוזיש

דא איז א שיינע אפהאנדלונג אויף דער ענין פין לעזי רש''י

גראדעמעכעלע: יא. אמת. ס'איז דא פארשידענע מיינונגען אז נישט אלע בלע"ז'ן זענען אריגינאל פון רש"י. אבער, פאקטיש איז נישטא קיין שום שפראכן קענער וואס טוט זיך אידענטיפיצירן אלס א מחבר פון די בלע"ז קאמענטארן אין די פארשידענע שפראכן חוץ פראנצויזיש...!
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 12:14 am#241340
איחוד פעלד האט געשריבן:אויף דעם ווארט שטיינ"א רש"י Septienneבלע"ז. איז דער ענטפער זייער פשוט. דער פסוק רעדט דארט פון "זיבן טעג". זאגטסעטיעננע א חלק, א יוניט וואס איז זיבן. דאס ווארט "סעט", מיינט זיבן אויף פראנצויזיש...!


סעט מיינט אפשר זיבען

אבער כ'מיין רש"י זאגט ביי די שלשת ימי אפילה אויך שטיינ"א בלעז


איחוד פעלד: איך האב יעצט נאכגעקוקט, אין פ' בא (שמות י' , כ"ב) שטייט דארט אין פסוק "ויט משה את ידו על השמים, ויהי חושך-אפילה בכל ארץ מצרים שלושת ימים...
זאגט רש"י "שלושת ימים...טרציינ"א וכן שבעת ימים בכל מקום...שטיינ"א.(אויף אידיש-דייטש איז איינגערינגלט. ("דרייהייט" .
עכ"פ אויף דריי זאגט רש"י "טרציינ"א". און אויף זיבן זאגט רש"י שטיינ"א...
אויפ'ן היינטצייטיגן פראנצויזיש איז נישט דא פונקטליך אזא ווארט. נאר ענליך. Troisiemme or Tertiaire דאס ערשטע ווארט מיינט "די דריטע". דאס צווייטע ווארט מיינט "א דרייהייט"...!
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 5:33 pm#241545
איך האב געזען א אינטערעסאנטע רעיון בשם ר' א''מ גלאנצר, רש''י אין שמות טז, כג זאגט "'את אשר תאפו אפו ואת אשר תבשלו בשלו' , לשון אפייה נופל בלחם, ולשון בישול בתבשיל", פשטות איז שווער וואס רש''י וויל דא, יעדער וואס פארשטייט גענוג לה''ק אויף צי לערנען רש''י ווייסט אז אפיה מיינט באקן אין בישול מיינט קאכן, וואס וויל ער דא? נאר ווייל רש''י האט געשריבן זיין פירוש בעיקר פאר פראנצוזישע אידן אין די שפראך וואס זיי האבן גערעדט דעמאלטס איז געווען פראנצוזיש, אין פראנצוזיש זאגט מען פאר קאכן אין באקן די זעלבע ווארט ''cuire'' (בערל העלף ארויס) מילא וואלט שוער געווען פאר א פראנצוזיש רעדענדע צי כאפן אז די תורה ציטיילט קאכן אין באקן אין צוויי ווערטער
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 6:08 pm#241551
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך האב געזען א אינטערעסאנטע רעיון בשם ר' א''מ גלאנצר, רש''י אין שמות טז, כג זאגט "'את אשר תאפו אפו ואת אשר תבשלו בשלו' , לשון אפייה נופל בלחם, ולשון בישול בתבשיל", פשטות איז שווער וואס רש''י וויל דא, יעדער וואס פארשטייט גענוג לה''ק אויף צי לערנען רש''י ווייסט אז אפיה מיינט באקן אין בישול מיינט קאכן, וואס וויל ער דא? נאר ווייל רש''י האט געשריבן זיין פירוש בעיקר פאר פראנצוזישע אידן אין די שפראך וואס זיי האבן גערעדט דעמאלטס איז געווען פראנצוזיש, אין פראנצוזיש זאגט מען פאר קאכן אין באקן די זעלבע ווארט ''cuire'' (בערל העלף ארויס) מילא וואלט שוער געווען פאר א פראנצוזיש רעדענדע צי כאפן אז די תורה ציטיילט קאכן אין באקן אין צוויי ווערטער

גראדעמעכעלע: ייש"כ. יא. 100%. אויף די פעולה (קאכן און באקן) נוצט מען דאס זעלבע ווארט. ממילא איז עס א שיינער דיוק...אבער פאר די מענטשן, ווי קעכער אדער בעקער האבן זיי יא אן עקסטער ווארט. א קעכער הייסט Cuisinier/ : און א בעקער הייסט Boulanger. : גיי פארשטיי פארוואס דאס איז אזוי...!
אויך. א קאך הייסט. Cuisine: און א בעקעריי הייסט. Boulangerie :...!
מיטוואך פעברואר 01, 2017 10:19 pm#361671
אין די פרשה פון די וואך. פ' בא. קפיטל י' פסוק ט"ו..!
אויפ'ן פסוק...ולא נותר כל ירק בעץ ובעשב השדה...! זאגט רש"י. עלה ירוק. א גרינע בלעטל. ער ברענגט דעם בלע"ז...ווירדור"א...Verdure... אינטרעסאנט אז אויף ספאניש מיינט די ווארט מיט א קליינע שינוי במבטא, די זעלבע זאך...Verdura...!

נ.ב.: א קליינע תיקון טעות...אויף פראנצויזיש ספעללט מען עס...Verdure...In Spanish it's spelled...Verdura
מיטוואך פעברואר 01, 2017 10:58 pm#361688
אין פ' בא. קפיטל י' פסוק כ"ב.
בכל ארץ מצרים אויפ'ן פסוק..."ויהי חושך אפילה שלושת ימים"...זאגט רש"י...טרציינ"א בלע"ז. ...Tresienne/Troisienne...א דרייהייט...A unit of Three...! ... די זעלבע ווי ס'שטייט אין פסוק שבעת ימים. זאגט רש"י שטיינ"א בלע"ז...Septienne/Setienne...A unit of seven...!

נאר די פראבלעם איז, אז אין מאדערן פראנצויזיש וועלכע ווערט באנוצט היינט זענען נישט דא די 2 ווערטער. אבער אין אלט פראנצויזיש וואס מ'האט גערעדט בימי רש"י זענען די ווערטער יא געווען אין באנוץ...!

נ.ב.: א סאך ווערטער פון פראנצויזיש וועלכע מ'האט גערעדט אמאל זענען פארענדערט געווארן. ביי א טייל איז די מבטא פארענדערט געווארן. און א אנדערע טייל איז די ספעללינג אנדערש. אין א געוויסע תקופה האבן די חכמי הלשון ארויסגענומען א סאך סיילענט אותיות פון די שפראך. נאר ס'זענען נאך געבליבן גענוג ווערטער וועלכע האבן שטילע אותיות וואס מ'זאגט נישט ארויס . פונקט אזוי ווי ביי ענגליש זענען אויכעט דא ווערטער מיט סיילענט לעטטערס. וואס מ'האט אמאל יא ארויסגעזאגט...!

נ.ב.2: (איך מיין מ'האט עס שוין אמאל אויסגעשמועסט.))...רוב ווערטער פון די בלע"ז איבערטייטשונגען פון רש"י זענען געשריבן געווארן אין פראנצויזיש. נאר ס'איז דא א סאך ווערטער וועלכע זענען אין ספאניש. און אפילו אין ענגליש. אין פ' פקודי ווי ס'שטייט ביי די מנורה..."נרותיה"... זאגט רש"י לוצי"ש בלע"ז. דאס איז א ווארט קלאר אויף ספאניש...Luzes...lights...!...ווייל אויף פראנצויזיש הייסט א לאמפ/לעמפל...Lumiere...! אין די גמרא וואו די ווארט כדור ווערט דערמאנט טייטשט רש"י...פלוט"א בלע"ז...Pelota...אזוי הייסט א באלל אויף ספאניש...אדער אין מס' גיטין ביי דעם ווארט גלימא. זאגט רש"י קויט"א בלע"ז...Coat...אין אנהייב ספר ירמי' (קפיטל ב') וואו דער מלאך פרעגט ביי ירמיה ..."מה אתה רואה...אני רואה סיר נפוח...זאגט רש"י בוילינ"ק בלע"ז...Boiling...!

המשך יבוא, אי"ה
דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 1:13 pm#361744
berlbalaguleh האט געשריבן:
אברעימל האט געשריבן:ישעי' נ"ו פסוק י"א, ד"ה והכלבים עזי נפש: רוצים למלאות כריסם אינגרי"ש בלע"ז. מלשון זיך אנשטאפן.

אברעימל: איך וועלל טייטשן א ביסל אנדערש ווי דו. (במחכת"ה). דאס ווארט מיינט ..."אגרעסיע/אגרעסיוו"..." דו זעהסט דאך אליין. אין פסוק שטייו..."והכלבים עזי נפש"...ד.מ. זיי זענען אגרעסיוו...! צו ווייל זיי זענען הונגעריג און זיי ווילן זיך אנזעטיגן. צו פאר אן אנדערע סיבה. אבער דאס איז די טייטש פון דעם ווארט...!


רש"י זאגט עס אויף רוצים למלאות כריסם, ועיין כאן.
דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 1:19 pm#361746
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
בבחינת ׳גרויס׳ אויף דויטש\אידיש?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 1:34 pm#361749
די פשוט'ע טייטש אז טאקע אנשטאפן, אבער עס ווערט אפט גענוצט בלשון גנאי אלץ אן אויסדרוק אויף איינער וואס ווערט רייך אויף יענעמס חשבון, און בפשטות איז דאס רש"י'ס כוונה.

זעה דא אפאר ביישפילן.
דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 1:36 pm#361750
אברעימל האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
אברעימל האט געשריבן:ישעי' נ"ו פסוק י"א, ד"ה והכלבים עזי נפש: רוצים למלאות כריסם אינגרי"ש בלע"ז. מלשון זיך אנשטאפן.

אברעימל: איך וועלל טייטשן א ביסל אנדערש ווי דו. (במחכת"ה). דאס ווארט מיינט ..."אגרעסיע/אגרעסיוו"..." דו זעהסט דאך אליין. אין פסוק שטייו..."והכלבים עזי נפש"...ד.מ. זיי זענען אגרעסיוו...! צו ווייל זיי זענען הונגעריג און זיי ווילן זיך אנזעטיגן. צו פאר אן אנדערע סיבה. אבער דאס איז די טייטש פון דעם ווארט...!


רש"י זאגט עס אויף רוצים למלאות כריסם, ועיין כאן.


אברעימל:דו ביסט גערעכט. ס'איז פון לשון...Grossing out...זיך אן עסן...נאר דער אנדערע פשט איז אויך איכטיג. ווייל די גמ' זאגט (כ'מיין אין מס' גיטין.) ..."כלבים עזין שבבהמות"...!. אבער ביי די מעפילים איז עס זיכער טייטש ..."אגרעסיע/אגרעסיוו"... ווייל די אנדערע טייטש פאסט נישט אריין דא לויט'ן ענין...!
דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 1:38 pm#361751
אברעימל: ייש"כ פאר די טרענסלעישן וועבסייט. ווייל גוגל טרענסלעיט איז א סאך מאל ווערט א זעץ אין ד'רערד. וויאזוי זיי טייטשן איבער א סאך ווערטער. ספעציעל סענטענסעס אז מ'קען קוילערן פאר געלעכטער...!
דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 1:46 pm#361754
מ'דארף אבער זאגן ייש"כ פאר גוגל פאר'ן צופירן צי דעם סייט.
דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 10:20 pm#361783
פ' בא. קפיטל יב, פסוק ז':ולקחו מן הדם ונתנו על שתי המזוזות ועל ...המשקוף....
המשקוף. זאגט רש"י...לינט"ל, בלע"ז. ויש גורסין...לינטיי"ר, בלעז...! דאס ווארט לינטעל ווערט היינט באנוצט אין ענגליש צו באצייכענען די ..."אויבערשוועללע"... ווי רש"י זאגט אויף אידיש-דייטש...!...Lintel...!

אויף פראנצויזיש וואס מ'רעדט היינט הייסט עס ...Linteau...לינ-טאו...!
מיטוואך פעברואר 08, 2017 11:35 pm#362355
פ' בשלח: קפיטל י"ד פסוק ג'..."ואמר פרעה לבני ישראל, נבוכים הם בארץ"...
זאגט רש"י. נבוכים. כלואים. איינגעשפארט...! שירי"ר בלע"ז...אין די היינטיגע פראנצויזישע שפראך איז דא אזא ווארט...Serrer...To tighten...ענג צו מאכן...!
מיטוואך פעברואר 08, 2017 11:53 pm#362358
פ' בשלח: קפיטל י"ד פסוק י"א..."המבלי אין קברים במצרים"...זאגט רש"י...שיפו"ר פלינצס"א דינו"ן פושי"ש...בלע"ז...!
..."צו וועגן ס'פעלט קברים אין מצרים"...! )אין היינטיגן פראנצויזיש )....Si Pour Faillance de non Fossees...!

אויף דעם האט מיין רבי ז"ל ווען ער האט געלערנט דעם פסוק האט ער עס געליינט אויף אונגאריש. און ער האטציך גוט צולאכט. ווייל אזוי ווי ער האט עס ארויסגעזאגט מיינט עס (באקטנ'ט) אויף אונגאריש...! כמו שאמרתי במאמר הקודם...!

יא. פארגעסן מדגיש צו זיין ...Faillance...מיינט פעהלונג/חיסרון...Fosse/es...מיינט קבר/קברים...אין היינטיגן פראנצויזיש מיינט עס א ..."טרענטש. א קבר. א גרוב...!
דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 8:09 am#362372
נאכאמאל ייש״כ ר׳ בערל פאר די אינטרעסאנטע אשכול.
מיטוואך יולי 12, 2017 11:08 pm#378885
בערל איך האלט אז די דארפסט צוריק אנהייבן מיט דיין מפנח זיין לעז"י רש"י, אונז האמיר פארלוירן נישט צו לאנג צוריק א באשיידענע איד וואס האט פיל עוסק געווען אין דעם, אפשר דארף מען ממלא זיין דעם חלל.

ר' אברהם מאיר ב"ר יצחק גלאנצער זצ"ל פון אנטווערפן, עס איז ארויסגעקומען פון איהם אפאר ספרים מעייני אגם, און נאך.

אפשר וועל איך מקדיש זיין א באשרייבונג פאר איהם אין אנשי שם, ער האט נישט איבערגעלזאט קיין קינדער, ער איז אוועק פארגאנגענעם מאנטיג פרשת בלק אין עלטער פון 91 יאר
דאנערשטאג יולי 13, 2017 2:25 am#378908
מיש נייעס: ייש"כ. איך בין שטארק אינטרעסירט צו פארשאפן די ספרים מעייני אגם. איך וויל זעהן וויאזוי ער פארטייטשט געוויסע ווערטער. גלייב מיר. איך בין גרייט אנצוהייבן שרייבן איבער אלע ווערטער פן רש"י אויף די פרשת השבוע און אויף נ"ך. אויך אויף די בלע"ז ווערטער פון די גמרא. וואס איז זייער שטארק אינטרעסאנט. אבער דער עולם דא ווייזט בכלל נישט ארויס קיין אינטרעס צו דעם סאבדזשעקט. חוץ א פאר יחידים. וואספארא קאליר דאס גאטשע בענדל פון ר' שלמה העלבראנץ האט געהאט. צו ס'איז געווען געל אדער בלוי. דאס וועט ציען צענדליגער תגובות. אבער וויאזוי מפרש צו זיין די לכאורה אומפארשטענדליכע ווערטער פון רש"י הק'. דאס ברענגט קוים איינס אדער צוויי תגובות. קומט אויס אז איך רעד צו די ווענט. נאר אעפ"כ וועל איך בלי"נ אנהייבן שרייבן איבער בלע"ז ווערטער פון די פ' השבוע פ' פינחס. אויך אפשר איבער א פאר ווערטער פון רש"י אויף ש"ס...!
דאנערשטאג יולי 13, 2017 5:46 am#378911
Nous sommes très intéressés. Continuez votre bon travail.
דאנערשטאג יולי 13, 2017 8:49 am#378921
בערעלע, איך האב דיר שוין געשריבן כמה פעמים, דער עולם איז אינטרעסירט מער ווי דו מיינסט, שרייב שרייב
פרייטאג יולי 14, 2017 1:20 am#379040
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
בערל טייערער זייט וויסן אז דו האסט מיר אנגערייצט מיט דעם אשכול און איך פגר צו לערנען זיך פראנצויזיש.

איין פראבלעם נאר, כ'האב נאכנישט געטראפן דעם מענטש וואס וועט עס מיר קענען אויסלערנען איבער נאכט.
פרייטאג יולי 14, 2017 4:26 am#379046
יעלה ויבא האט געשריבן:Nous sommes très intéressés. Continuez votre bon travail.

Merci beacoup, mon ami...!
פרייטאג יולי 14, 2017 4:35 am#379047
קל וחומר האט געשריבן:בערל טייערער זייט וויסן אז דו האסט מיר אנגערייצט מיט דעם אשכול און איך פגר צו לערנען זיך פראנצויזיש.

איין פראבלעם נאר, כ'האב נאכנישט געטראפן דעם מענטש וואס וועט עס מיר קענען אויסלערנען איבער נאכט.

קל וחומר: ייש"כ. איבער נאכט טאקע נישט. אבער איבער עטליכע נעכט און טעג. א גוט פלאץ אנצוהייבן איז טאקע מפענח צו זיין די מיסטעריעזע בלע"ז ווערטער פון רש"י הק'...! די אינטרעסאנטע זאך איז, אז רש"י האט טרענסלעיטעד אין עטליכע שפראכן. מערסטנס אין פראנצויזיש. אבער אויך אין ענגליש און ספאניש. וואס די סיבה פון דעם איז געווען בין איך נישט זיכער. אבער ס'איז מעגליך אז מענטשן ועלכע האבן געוואוינט אין יענע מדינות האבן איהם אנגעפרעגט די טייטש פון געוויסע ווערטער אין די תורה...!
פרייטאג יולי 14, 2017 10:17 am#379051
אין די רש"י אין פ' פינחס. קפיטל כ"ה, פסוק י"א. אויפ'ן פסוק..."בקנאו את קנאתי"...זאגט רש"י אנפרטמנ"ט,בלע"ז...איז דא 2 דעפינישנס אין די היינטיגע פראנצויזישע שפראך..."Enfortement"...1) Enforcement; 2) Engagement... ביידע טייטשן פאסן זיך זייער גוט אריין אין פשט פון פסוק...אז פינחס האט ..."ענפארס'ד די לאו"...אויך אז ער האט ..."ענגעידזשד'ט"...די שולדיגע.לויט דעם פשט איז עס נישט דווקא א לשון פון "צארן". נאר פון זיך שטעללן כביכול אויפ'ן פלאץ פון השי"ת און באשטראפן די שולדיגע...!
פרייטאג יולי 14, 2017 10:40 am#379052
.
פרייטאג יולי 14, 2017 10:47 am#379053
הערה כללית: ס'איז דא א ספר/בוך וועלכער הייסט ..."לעזי רש"י"?...דורך עפעס א (פארשטארבענעם) פראפעסאר קטן/קליין. ער פארטייטשט א סאך פון די בלע"ז ווערטער פון גאנץ תנ"ך און ש"ס. ס'איז גאנץ א גוטע רעפערענס ביכל. נאר ס'האט עטליכע ..."אימפערפעקשאנס"...ער עקשנ'ט זיך אריינצוטייטשן ווערטער וועלכע זענען קלאר נישט געשריבן דורך רש"י אין פראנצויזיש. נאר אין ענגליש אדער ספאניש. (דאס זענען די אלטערנאטיווע שפראכן וואס רש"י האט גענוצט א טייל מאל צו פארטייטשן ווערטער.) ווען דאס האט אינגאצן נישט קיין פשט אין די פראנצויזישע שפראך. אויך ברענגט ער צו מאל ווערטער מיט די נישט ריכטיגע אפטייטש. למשל אין פרשת ויגש ביי דעם פסוק..."וישמע בית פרעה"...זאגט רש"י דאס ווארט ..."מישנד"ה"...זאגט פראפעסאר קטן אז אין אלט פראנצויזיש איז דאס ווארט טייטש א הויז. אבער ער האט פארפאסט דעם ריכטיגן פשט אין די ווערטער פון רש"י הק''. ווייל רש"י זאגט לא בית ממש. און דאס איינע ווארט מישנד"ה געט גארנישט צו צום פשט. אבער ווען מ' מ'ליינט ריכטיג דעם בלע"ז ווארט זעהט מען אז דאס איז 2 ווערטער...Maison-de...The House of...! ס'איז פונקט אזוי ווי מ'זאגט אין ענגלאנד..."דהע האוז אוו ווינדזאר"...מיינט מען נישט די ציגל און שטיינער. נאר די אלע מענטשן ארום. וועלכע האבן א שייכות צום הויז. אזוי ווי די קעכער'ס, וועשערס, רייניגערס און שטאלמייסטערס...! לויט דעם קומט דער פשט אין רש"י'ס ווערטער זייער גוט אויס...!

ועוד. העולה על כולנה. דער מחבר דערמאנט נישט דעם שם ה' אין די הקדמה...! געוויינליך הייבט א מחבר פון א ספר אן די ווערטער..."יתברך הבורא וישתבח היוצר"...!

אויך האט ער נישט געהאלטן פאר וויכטיג איינצוטיילן זיין פירוש רש"י על התורה לויט די פ' השבוע...!
מוצ"ש יולי 15, 2017 11:27 pm#379130
דער עולם איז יא אינטרעסירט און דאס וואס די זעהסט אז מען מען רעדט פון הרב העלבראנץ, בעלזא, בראקעלי, וכדומה אויף דעם שלענגלן זיך בלעטער על גבי בלעטער ווייל אין קיץ לדברי רוח' און צו שרייבן שטותים דארף מען נישט האבן מער ווי וויי פי, מיט א ק"י באר"ד...

אבער אז די וועסט ווייטער מפנח זיין לועזי רש"י אודאי וועט נישט זיין קיין סאך תגובות ווייל צו דעם דארף מען שוין האבן אביסל קאפ אבער דער עולם וועט זייער הנאה האבן פון דעם

גיי ווייטער אן אםשר במשך הסמן וועט מען מאכן א ספר דערפון, לכל הפחות אפשר וועסטו זוכה זיין צו א מקום נכבד אינ'ם וועקער...
מאנטאג יולי 17, 2017 1:37 am#379232
מיש נייעס: ייש"כ פאר די ווארימע דברי חיזוק. די מציאות איז, אז איך (און מסתמא די אנדערע באוואוסטזיניגע ניקס דא אין קאווע שטיבל) שפיר א ספעציעל מתיקות ווען איך קען מפענח זיין די ווערטער פון רש"י הק' שנאמרו ברוח הקודש. פשוט פאר דעם טעם ווייל מ'באקומט אן אנדער'ן און טיפער'ן פערספעקטיוו איבער די טייטש פון רש"י.

די טרעפן און איבערטייטשן די ווערטער איז ביי מיר נישט ..."כמונח בקופסא"...נאר ביי א יעדן בלע"ז ווארט פון רש"י נעם איך ארויס א דיקשיאנערי אדער איך קוק עס נאך אין גוגל טרענסלעיט כדי צו טרעפן אן ענליך ווארט וואס ווערט באנוצט אין די היינטיגע שפראך. אין אמת'ן קען (כמעט) א יעדער איינער טון דאס זעלבע. נאר די עיקר שוועריגקייט מיט די בלע"ז ווערטער איז, דער פאקט אז רש"י הק' האט עס געשריבן לויט די גראמאטיק פון פראנצויזיש. נאר ער האט גענוצט אידישע אותיות. און אונז פרוביר מיר דאס צו ליינען מיט'ן דיקדוק פון לשה"ק...!
מאנטאג יולי 17, 2017 10:59 am#379266
אין פ' מסעי קפיטל ל"ד, פסוק ו': אויפ'ן פסוק..."והיה לכם הים הגדול וגבול"...זאגט רש"י הם איים שבים... איזלי"ש בלע"ז.isles (islands)...The letter I is silent...!

אין פסוק ז' אויף די ווערטער ..."תתאו לכם הר ההר"...לשון סבה..."ותאי שער היציע"...אנפנדי"ץ, בלע"ז...
איך האב דערווייל נישט געטראפן אן ענליך ווארט אין די שפראך וואס מ'רעדט היינט...מ'ארבעט אויף דעם...!