berlbalagulehקהל'ס נער: נאך א באמערקונג. איינס פון די שוועריגקייטן איבערצוטייטשן און פארשטיין די בלע"ז ווערטער פון רש"י הק' נעמט זיך פון דעם פאקט אז רש"י האט געשריבן די ווערטער אויף די פראנצויזישע שפראך מיט דעם גראמאטיק (דיקדוק) פון פראנצויזיש. נאר מיט די אותיות פון לשה"ק. ווייל ער האט נישט געוואלט אריינלייגן גוי'אישע ווערטער אין די תוה"ק. (דערפאר רופט מען איהם רש"י הק'). נאר אונז מיינען און ליינען דאס אפ אלס לשה"ק ווערטער...!
איך מיין אז איך האב שוין אמאל געשריבן דא אין קאווע שטיבל איבער די נושא.
די שוין באקאנטע ארטסקראל/ארטסקרול פאבלישינג ארג. וועלכע האבן שוין אויפגעטון גרויסע זאכן מיט איבערטייטשן און מפרש זיין ש"ס בבלי וירושלמי און אלע תפילות אין די ענגלישע שפראך. אויך די ארטסקרול חומשים. וועלכע פארקויפן זיך פאר זייער א העפטיגן פרייז.
איז אבער דא א שטיקל שווינדל ביי דעם. איך האב פונקט אויפגעמישט דעם חומש אין פ' ויגש וואו די תורה פארציילט אונז אז דאס הויזגעזינט פון פרעה (די שטוב מענטשן) האבן געהערט אז די ברודערס פון יוסף זענען געקומען קיין מצרים. זאגט רש"י..." אין זה בית ממש.". און רש"י ווארפט דארט אריין א בלע"ז ווארט..."מישנדה"...זאגט דער (הייליגער) ארטסקראלל..."אז אין אלט פראנצויזיש רופט מען א הויז מישנד"ה.
ווער ס'פארשטייט א ביסל פראנצויזיש (פון היינט) ווייסט אז דאס איז גערעדט...קינדעריש...! ווייל אין די היינטיגע פראנצויזשע שפראך ליינט מען דאס אפ ווי 2 באזונדערע ווערטער...Maison De...דאס איז ווי גלייך מ'זאגט אין ענגליש...The house of...אט דאס וויל רש"י זאגן אז נישט דאס הויז. פי' די ציגל און שטיינער. נאר די מענטשן פון דעם הויז...!
וואס זיי וואלטן געדארפט צו טון איז נעמען א מענטש וועלכער רעדט די שפראך און ער זאלל שרייבן דעם פירוש. נישט פארקויפן זייערע אייגענע בויך סברות.