זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:23 am#243752
איחוד פעלד האט געשריבן:דער ריב"ש שרייבט דאס אין א תשובה, אמונת העשיריות איז נישט אנדרעש ווי די אמונת השילוש.
לכאורה איז קבלה א גרעסערע סתירה, ווייל קבלה זאגט אז די פנימיות הספירות איז איינס, כלומר דער חלק האין סוף שבתוך הספירות איז אחדות בתכלית האמיתי, און די חיצוניות איז נישט, און אונז האבען נישט קיין שייכות נאר מיט די ספירות, כלומר די חלק וואס מען קען עא ממשיל זיין נומערען. ממילא שטעלט זיך אויס אז די אלקות וואס מיר זענען מתפלל איז למעשה נישט דער אחדות המסתתר.
יעצט כ'בין נישט קיין עם הארץ, כ'ווייס אז פארשידענע קנאים וועלען ברענגען ציטאטען וואס שטייט אז מען איז מתפלל לחלק האין סוף שבתוך הספירות, אבער טראכט, לחל"ק, דאס ווייזט אז מען קען זאגען לחלק.
ועוד, מען געפינט אויס אז די גאנצע אין סוף שבתוך איז חיצוניות אין די העכערע וגבוה מעל גבוה שומ"ר עליהם, און ממילא איז אלץ חלקים חלקים. נאך אסאך מער ווי צען, מיליאנען.
דער רמב"ם וואס כידוע האט געהאסט קבלה אבער האט נישט געהאט די קאראזש צו שרייבען אפען דערוועגען, און האט בוחר געוועהן צו איגנארירען, דריקט זיך אויס אין מורה נבוכים, אז די וואס גלייבען אין מער ווי איין, און ער מיינט די מקובלים, לעבען אין א סתירה תמידי, ווייל אדער איז עס איינס אדער נישט, און זיי פליפען אהין אהער ווי זיי זענען מסביר מיט לאנגע ביאורים אז עס איז איינס, ווען טאמער וואלט עס גל פתעוועהן איין וואלט עס געוועהן א פשוטער איינס, נישט קיין קאמפלאצירטער איינס.
און קבלה איז ערגער ווי די קריסטען, ווייל די קריסטען קענען טענה'ן אז יאשקע האט מגלה געוועהן אז די טריניטי איז דער אמונה, און מען ברויך גלייבען אז דער טריניטי איז דער איינס, אפילו ס'איז נישט מעגליך.
מה שאין כן די מקובלים, ווען ס'איז קיינמאל נישט געוועהן קיין נביא וואס האט עס מעיד געוועהן.
איך פארשטיי נישט ווי אזוי די זעסט אין קבלה 2 אדער מער כוחות ח''ו.
דער איינאיינציגער באשעפער האט באשאפען די וועלט, דאס ווערט אנגעריפן אין סוף בריך הוא - אדם קדמון, און היות ער האט געוואלט אז די מענטשען וואס געפינען זיך אינעם עולם העשיה זאל אויך באגרייפן זיין גרויסקייט, האט ער מצמצם געווען זיין אור זיין השפעה מיט צמצום אחר צומצום, ער האט דעריבער אויסגעשטעלט די סדר פון ירידת השפע מיט הדרגות מיט ספירות מעילה לתתא, דער סדר גייט בערך אזוי:
עס זענען פארהאן 5 פרציפים:
1 אריך אנפין - כתר
2אבא - חכמה
3 אימא - בינה
4 זעיר אנפין - חסד גבירה תפארת נצח הוד יסוד
5 מלכות
און ער האט עס אויסגעשטעלט מיט א כוח הזכר דער משפיע און א כח הנקיבה המקבל, און אויך א כח המאחד, אבער משרשרו איז עס איין כח והיה לבשר אחד עס ווערט אנגעריפן אין זהר הק' קוים,
קו הימין דאס איז דער כח המשפיע וואס נעמט אריין די ספירות חכמה, חסד, נצח,
קו שמאל דאס איז דער כח המקבל וואס נעמט אריין די ספירות בינה, גבירה, הוד
קו האמצע דאס איז דער כח המאחד וואס נעמט אריין אין זיך די ספירות דעת, תפארת און יסוד.
אלעס משרשו 1 כח דער כח פון אין סוף ברוך הוא, מיט יעדע מצוה און תפילה וואס מען טיט, מאכט מען א יחוד וואס איז מאחד אלע כוחות, לשם יחוד קדשא בריך הוא ושכנתיה, און מען ברענגט אראפ די שפע פון אין סוף ברוך הוא, (דאס איז אלעס אויב מען האט אינזינען די ריכטיגע יחידים)
מקור:
אַנְתְּ הוּא דְּאַפַּקְתְּ עֶשֶׂר תִּקּוּנִין וְקָרֵינָן לוֹן עֶשֶׂר סְפִירָן, לְאַנְהָגָא בְהוֹן עָלְמִין סְתִימִין דְּלָא אִתְגַּלְיָן וְעָלְמִין דְּאִתְגַּלְיָן, וּבְהוֹן אִתְכַּסִּיאַת מִבְּנֵי נָשָׁא. וְאַנְתְּ הוּא דְקָשִׁיר לוֹן וּמְיַחֵד לוֹן. וּבְגִין דְּאַנְתְּ מִלְּגָאו כָּל מָאן דְּאַפְרִישׁ חַד מִן חַבְרֵיהּ מֵאִלֵּין עֶשֶׂר אִתְחַשִׁיב לֵיהּ כְּאִלּוּ אַפְרִישׁ בָּךְ. וְאִלֵּין עֶשֶׂר סְפִירָן אִנּוּן אַזְלִין כְּסִדְרָן חַד אָרִיךְ וְחָד קָצֵר וְחַד בֵּינונִי.
ח''ו צו זאגן אז עס איז דא 2 כוחות: די אלע כוחות און ספירות איז אלעס א חלק פינעם אין סוף בריך הוא, אזוי ווי ביי מענטש טראץ דעם וואס ער האט 2 הענט און צוויי פוס פארשטייט יעדער אז עס איז פארט איין כוח. און ער האט נאר געמאכט די כוחות - ספירות אז זיין אורות כלים לבישים, צילימים, מקיפין, זאלן נשתלשל ווערן דא צו אינז, און מיט זאלן נהנה זיין פון זיין הייליגע ליכטיקייט......