Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • זענען דען א ביליאן מענטשן שוטים?

קאווע שטיבל • זענען דען א ביליאן מענטשן שוטים?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8014
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 11:30 am#243546
זענען דען א ביליאן מענטשן שוטים?
דער מדרש זאגט אין איכה חכמה בגויים תאמין, דאס הייסט אז עס איז פארהאן א זאך ווי קליגע גוים.

יעדעס יאר אזא צייט, ווען דער לאנגער שווערע ווינטער קומט אן צו איר מיטל-פונקט, און די צייט פון תקיפת טבת, און ביליאנען גוים פייערען זייערע חגאות קראצמעך און ניי יאר, און באצירן זייערע הייזער און ווי אויך אלע עפענטליכע פלעצער מיט קריסטיליכע סימבאלן און ביימער און אנדערע דעקאראציעס, ווערט מיר אלס מער און מער שווער אויף די מחשבה, ווי אזוי מען קען גלייבען אין אזא צומישטע און סתירות-פולע רעליגיע, וואס איז געבויעט אויף דימיון און בלאף און האט נישט קיין שום מקור אדער הענט און פיס. מען קען דאך נישט זאגן אז איבער א ביליאן מענטשען זענען פשוט פון זינען גערירט.

לאמיר אויסשמיעסן בלויז עטליכע ביישפילן:

קודם דעם געבורט פון ישו, און די חשבון פון למספרם:

על פי חז''ל:

ישו הנוצרי ימ''ש איז געבוירן אין שנת ג''א תרע''א, אין די שטאט בית לחם צו זיין מאמע מרים מגדלת שערי דנשיא וואס האט מזנה געווען מיט א בר נש מיטן נאמען יוסף פאנדירא, און היות מרים האט געהאט א מאן וואס האט געהייסן פפוס בן יהודה, איז דאס קינד געווען א פאלנער ממזר וואס איז אסור לבוא בקהל ה'.

ישו איז געווען א תלמוד פון רבי יושע בן פרחיה וואס האט געלעבט בשנת ג''א תק''ס, און ער איז געווען זייער א קליגער און א געלינגענער, ווי אויך א גרויסער ת''ח, רבי יושע בן פרחיה האט געהאט זיין ישיבה אין מצרים, צילוב דעם וואס ער האט געדארפט אנטלויפן פון ארץ ישראל, צילוב דעם וואס הודרוס המלך האט אויסגעהארג'עט אלע חכמי ישראל, און דארט איז ישו פארדארבן געווארן און האט אהגעהויבען עוסק צו זיין אין כישוף.

ווען רבי יושע בן פרחיה איז צירוק ארויף קיין ארץ ישראל, איז ישו מיטגעקומען מיט אים, און ווען זיי זענען איינגעשטאנען אונטערוועגענס אין אן אכסניא האט זיך רבי יושע אנגערופן "ווי שיין איז די אכסניא" האט זיך ישו אנגערופן, שיין? אירע אויגען זענען דאך רינדערכיג, האט רבי יושע זיך צושריגען "רשע בכך אתה עוסק?" און ער האט געכאפט 400 שופרות און ער האט אים מחרים געווען.

אין ארץ ישראל האט ער זיך באזעצט אין גליל ווי ער האט אנגעהויבן מסית ומדיח זיין אידן צו דינען ע''ז, און ער האט זיך אויך אויסגעלערענט דעם שם המפורש, און ער האט געפראוועט מופתים.

די סנהדרין האבן אים געכאפט, און אים דן געווען למיתה, און ערב פסח שחל בשבת האט מען פארשטיינערט און געהאנגען. ווען ער איז אלט געווען 36 יאר אלט.

דאס האט אלעס פאסירט מיט 250 יאר פארן חורבן בית שני וואס איז געווען ג''א תתכ''ח.

על פי הנוצרים:

ישו הנוצרי ימ''ש איז געבוירן געווארן שנת ג''א תש''ס, (היינט איז 2014 למספרם,) צו זיין מאמע מרים, איז געווען א כלה (בתילה) צו א איד וואס האט געהייסן יוסף פון די שטאט נצרת, וואס איז פון פאך אויס געווען א טישלער, און ער האט געשטאמט פון שבט יהודה ( ווי אזוי ער האט געשטאמט פון שבט יהודה איז דא א היפשע פאר ווערסיעס אין ברית חדשה) און נאך בעפאר זי האט געהאט אינטימינע באציאינגען מיט איר חתן יוסף, איז זי פליצלונג פארשוואנגערט געווארן דירך א הייליג גייסט, און איר מאן האט נישט געוואלט אז מענשען זאלן מיינען אז זי האט מזנה געווען, זענען זיי געגאנגען קיין בית לחם, ווי זיי האט נישט געהאט ווי צו נעכטיגען, דעריבער האט זי געמיזט נעכטיגען אין א חזיר שטאל, אין טאקע דארט איז דער ישו געבוירן געווארן, אינעם ריכטיגען פלאטץ.

צו די 12 יאר איז ער געווען באזוכן אין בית המקדש ווי די חכמים האבן געכאפט התפעלות פון זיינע קענטענישען אין די תורה, דערנאך האט אים אנגעטראפן עפעס א פארזעעניש מיטן נאמען יוחנן המטביל וואס ער האט אים דערקענט אלס א קינד פון ג-ט, און ער האט אנגעהויבן ארום צו גיין פראווען מופתים און פראקאלאמירן זיין נייע רעליגע וואס דער פאטער זיינער כביכול האט אים געהייסן.

היות די רוימער האבן אים געזעהן אלס א געפאר, אלס א משיח שקר האבן זיי אים געכאפט און געקרייצט, און דאס איז געווען פסח צייט, (דאס איז טאקע זייער חאגע איסטער, וואס געפאלט טאקע אייביג אויס אין חודש אפריל, פסח צייט) און ער איז אלט געווען בערך 34 יאר.

און ווען מען האט דעם שמויטעפונא געקרייצט האט זיך די פרוכת אין בית המקדש צוריסען פון אויבן ביז אונטען....... און עס איז געווארן א חשכות אויף דער וועלט.... און א מאסיווע ערד ציטערניש...(און וואס נישט????) און זונטאג נאך דעם איז זיין מאמע געגאנגען צו זיין קבר, (וועגן דעם איז זייער רוה טאג זונטאג) צו באוויינען די גרויסע אבידה, און זי האט געטראפן דעם קבר אפען און ליידיג, און א מלאך האט איר געזאגט אז ישו איז ארויף אין הימעל, און ער גייט נאכאמאל נתגלה ווערן אלס משיח בן דוד.

ביז א הער איז די ווערסיע פון די קאטאליקען, פארשטייט זיך אז דאס איז א שיטת יחידאי און עס זענען פארהאן נאך 200 ווערסיעס...

לויט די קריסטליכע ווערסיע האט פאסירט א מעשה אין ירושלים מיט 2000 יאר ציריק וואס האט גארנישט געהאט צו טאן מיט אידן, נאר די רומער האבן אים גאר געהארגעט, דאן פארוואס האט זיך די פרוכת צוריסען?
און פארוואס האבן די קריסטן אויסהארגעט מיליאנען אידן במשך הדורת, מיטן אויסרייד אז מיר האבן דעם ממזרל געהארגעט? די רומער האבן דאך אים געהארגעט?
און ווייטער אויב ער איז א חלק פון עצם כביכול וואס איז חי וקים ונורא שמו, ווי האבן אים דאן די רומער בכלל געקענט הרגענען? פארוואס איז ער פשוט נישט ארויף לעבעדיג אין הימל?
אויב ער איז א חלק פון ג-ט פארוואס איז ער ערשט דערפון געוואר געווארן ביי די 12 יאר? דירוך יוחנן דער מטביל?
און בכלל פארוואס האט דער אייבישטער פינקט אים געשיקט געבן א נייע תורה? פארוואס נישט דירך אזא אדם השלום ווי משה רבינו? אין די גאנצע ברית חדשה ווערט נישט דערמאנט זיין קדושה אדער ענוות אדער עפעס א גוטע מידה, נאר מופתים און מופתים,
און וועלכע מופתים אז ער האט אויסגעהיילט מצורעים, און לעבעדיג געמאכט טויטע, איין מינוט ווער האט זיי קראנק געמאכט? ער איז דאך א חלק פון ג-ט? מיט איין הענט האט ער זיי קראנק געמאכט און מיט די צווייטע זיי געהיילט? ווי אזוי ארבייט דאס? עס איז פארהאנען צוויי געטער? ער איז געווען א זון פינעם ערשטען און ער האט געהיילט א מצורע וואס איז קרעציג געווארן פונעם צווייטען? זיי גלייבן דאך אין אחדות ה',
און בכלל אויב דער אייבישטער האט געגעבן די נייע תורה דער ברית חדשה, דאן ווי אזוי קען זיין אז עס זענען פארהאן 2 ווערסיעס אין זיין יחוס ביז שבט יהודה? איינס איז אין מתי און דער צווייטער אין לוקוס... איז דען פארהאן עפעס א טעות אין דער ניייער תורה? דער באשעפער כביכול קען מאכן א טעות?

און נאך פארוואס ווערט די מעשה נישט געשריבען אין יוסיפין וואס ער האט אלעס אראפגעשריבען וואס עס איז געווען אין יענע תקיפה, און דא געשענט אזא מעשה אז קינד וווערט געבוירן פון א בתילה, און פראוועט מופתים, און ביי זיין פגירה צורייסט זיך דער פרוכת, און ער גייט ארויס פון זיין קבר נאכן ווערן הינריכטעט פון די רוימער.... און דער יוסיפין מאכט זיך גארנישט וויסענדיג?
אינטערסאנט אז פון די אסיים רעדט ער יא, און וועט מען האט געטראפן די מגילות ים המלח בשנת תש''ז האט מען געזען אז דאס איז גאנצע שטיקער פונעם ברית חדשה און עס איז נאך מיט איבער 100 יאר עלטער פינעם ברית חדשה, אלזא עס איז גארנישט קיין נייע תורה פון הימל....
און בכלל פארוואס האט דער אייבישטער געגבן א נייע תורה? וואס איז שלעכט מיט אלטע?

לדעתי איינער וואס גלייבט אין אזא מאדענע צווייפלהאפטיגע רעליגיע איז א שוטה גמור. אבער זאגן אויף א ביליאן מענטשן שוטים?

.

ד
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 11:32 am#243547
און די מענטשן וואס האבן אנגעפילט די ביידע ארמאריס, אויף זיי איז אויך שווער אן ענליכע קשיא.
אלא מאי? דער אויספיר איז פארשטענדליך.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 11:33 am#243548
.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 11:34 am#243550
.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 11:36 am#243553
יאיר גייט פיין קערנעמען פון דיר. געבעס אפאר מינוט... לעט די פאן בעגין!
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 11:51 am#243555
אינטרעסאנט, פונקט טרעפט מיר א קריסט, פרעגט ער מיר, איז אמת אז די אידען גלייבען נישט אין נצרות, כ'האב דאך געמיינט אידען זענען קלוג, קען דען זיין צען מיליאן מענטשען אזוינע שוטים?

פאני דיינע קשיות. האב ווייניגער תאוות וועסטו האבען ווייניגער קשיות. אדער לערן אביסעל וועסטו זעהן. פאני קשיא די גמרא זאגט אנדערש. אויך אין די ברית החדשה שטייט אנדערש פון די גמרא ווי קען זיין מענטשען גלייבען אין די גמרא. עס איז דא סתירו,, וואו, אין די תורה שבכתב ושבעל פה זענען נישטא קיין סתירות? נאר שטייט שוין אין די מפרשים פשטים אין דעם.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 11:55 am#243556
לעיקוואד האט געשריבן:אינטרעסאנט, פונקט טרעפט מיר א קריסט, פרעגט ער מיר, איז אמת אז די אידען גלייבען נישט אין נצרות, כ'האב דאך געמיינט אידען זענען קלוג, קען דען זיין צען מיליאן מענטשען אזוינע שוטים?

פאני דיינע קשיות. האב ווייניגער תאוות וועסטו האבען ווייניגער קשיות. אדער לערן אביסעל וועסטו זעהן. פאני קשיא די גמרא זאגט אנדערש. אויך אין די ברית החדשה שטייט אנדערש פון די גמרא ווי קען זיין מענטשען גלייבען אין די גמרא. עס איז דא סתירו,, וואו, אין די תורה שבכתב ושבעל פה זענען נישטא קיין סתירות? נאר שטייט שוין אין די מפרשים פשטים אין דעם.

קודם א פרייליכען יו''ט פאר אייך.....

פאני קישיות? ווייניג תאוות? וואס האקסטו אין קאפ אריין? ווי קומט אריין די גמרא דא...? איך האב נאר געפרעגט קישות לויטן ברית חדשה? פארוואס שרייסטו???????????
יא! און נאך אזאך... אפשר ביי אויך אין לייקוואד איז דט סתירות אין די תורה, ביי אונז איז ב''ה נישט פארהאן קיין סתירות.... און אוודאי נישט אין די עצם סאמע יסוד פון דת...
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 11:57 am#243558
אויף קשיות קען מען ענטפערן תירוצים, אויף תירוצים קען מען נישט. מתוך שניכר בדבריך אז דו פרעגסט לקנתר און נישט וייל דו ווילסט באמת וויסען איז א שאד צו ענטפערן.

נ.ב. הכותב אינו נוצרי, אבער נארישקייטן דארף מען נישט שרייבען.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:00 pm#243561
לעיקוואד האט געשריבן:אויף קשיות קען מען ענטפערן תירוצים, אויף תירוצים קען מען נישט. מתוך שניכר בדבריך אז דו פרעגסט לקנתר און נישט וייל דו ווילסט באמת וויסען איז א שאד צו ענטפערן.

נ.ב. הכותב אינו נוצרי, אבער נארישקייטן דארף מען נישט שרייבען.

ניין איך פרעג נישט לקנתר....
עס באדערט מיך באמת ווי אזוי ביליאנען גוים קענען גלייבען אין אזא רעליגיע... נאך מער אויף איסלאם האב איך נישט אזוי פול קישות....דארט זענען זאכן פול קלארער.....
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:02 pm#243562
איין שאלה קען מען פרעגן פארוואס גלייבן זיי בכלל? אין די שאלה קען מען פרעגן אויף די 85 פראצענט וועלט וואס גלייבט אין א געוויסע סארט רעליגיע אינקלאדינג א גרויסע חלק רעליגיעזע אידן וואס ווייסן נישט מער פארוואס זיי גלייבן אין אידישקייט ווי דיר קריסט אין זיינע מעשיות
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:04 pm#243563
זארגזשע נישט אויף אלע קשיות איז דא תירוצים, לערן רוהיג צובילאך וועסטו פארשטיין. בכלל פיל גרעסער חכמים פון אונז האבען שוין מברר געווען די אלע זאכען און מ'קען זיך סומך זיין אויף זיי אז סנישט קיין שטותים. פון אויסטראכטען אפאר קלאץ קשיות דורך ליינען אינפארמאציע מכלי שלישי צווואס פארשטייט מען נישט קיין שום לימוד און אוודאי נישט עיקרי אמונה.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:18 pm#243565
מעינינא דיומא... וויאזוי קיקן זיי אויף זייערע ספרים? ווי גאטס ווערטער דוגמת(להבדיל אלף הבדלות) אינזערע ספרי נבואה אדער סתם דברי חכמים, אויב איז דאס גאטס ווערטער וואס דארף מען עטליכע ספרים איבערגעשריבן נאכאמאל די זעלבע זאך ווי די גאסיפלס וואס אלע באשרייבן יאשקעס לעבן
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:21 pm#243566
ATUB @פראפעסער ATUB
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:34 pm#243569
קאך לעפל דו האסט גאטס. זינט ווען ברויך מען פארשטיין? מ'גלייבט ווייל דער טאטע האט אזוי אויסגעלערנט, וחזקה שאין אדם מוריש שקר לבניו. האסטע געהערט אזאנס! מ'מוז פארשטיין!

לסיכום: אברהם אבינו איז געווען א העלד פארן צעשמעטערן די געטשקעלעך ביים טאטן אין וויינגארטן און מורד זיין אין דער מקובל'דיגער רעליגיע; קריסטן זענען טיפשום ווייל זיי גלייבן אין וואס זייערע טאטעס און זיידעס האבן שוין מקובל זייט ס'האט זיך אנגעהויבן, אבער מיר שלומי אמוני ישראל האנדלן זיך איין א טוץ מיט בזיונ'דיגע שמות נרדפים פארן וועלן בלויז פרעגן.

וויאזוי האט נאר יענער צדיק געזאגט: איך בין א נאר און איך גליייב.

דאס איז אלץ כלפי דעם ארטיקל, זאל ווען א חרדי סתם דאס האבן געשריבן. דו גלייבסט דאך אבער אין מהר"א, איך דארף ווערטער?
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:46 pm#243571
ווען קאךלעפל וואלט ווען געבוירן געווארן צו קריסטליכע עלטערן, ווי נאר ער וואלט באטרויטן א געוויסע היימישע געגענט מיט א טאשקע אין האנט, וואלט קול-מבשר אלארמירט גאנץ כלל ישראל זיך צו היטן פון אים.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:53 pm#243572
יואב האט געשריבן:קאך לעפל דו האסט גאטס. זינט ווען ברויך מען פארשטיין? מ'גלייבט ווייל דער טאטע האט אזוי אויסגעלערנט, וחזקה שאין אדם מוריש שקר לבניו. האסטע געהערט אזאנס! מ'מוז פארשטיין!

לסיכום: אברהם אבינו איז געווען א העלד פארן צעשמעטערן די געטשקעלעך ביים טאטן אין וויינגארטן און מורד זיין אין דער מקובל'דיגער רעליגיע; קריסטן זענען טיפשום ווייל זיי גלייבן אין וואס זייערע טאטעס און זיידעס האבן שוין מקובל זייט ס'האט זיך אנגעהויבן, אבער מיר שלומי אמוני ישראל האנדלן זיך איין א טוץ מיט בזיונ'דיגע שמות נרדפים פארן וועלן בלויז פרעגן.

וויאזוי האט נאר יענער צדיק געזאגט: איך בין א נאר און איך גליייב.

דאס איז אלץ כלפי דעם ארטיקל, זאל ווען א חרדי סתם דאס האבן געשריבן. דו גלייבסט דאך אבער אין מהר"א, איך דארף ווערטער?

איך זע אז די פארשטייסט מיך נישט, טוה א קוק פון א אידישען שטאנדפונקט, עס זענען פארהאן צעדליגע רעליגיעס אויף די וועלט, כמעט יעדע רעליגיע באשטייט פון א מענטש וואס איז א נביא און ער רעדט מיט ג-ט.
איצט אזוי : גלייבען? איך גלייב נישט אין קיינעם פון זיי, איך בין א איד און איך גלייב אז משה רבינו איז דער איינציגסטער נביא וואס האט גערעדט מיטן באשעפער, און אים האט דער באשעפער באפטראגט צו געבן די תורה פאר די אידן,דער מיסלמענער גלייבט אז ניין אז זיי נביא מחמד זאל זיך מיהן האט אויך גערעדט מיט ג-ט.

דער קריסט איז גאר אנדערש, דער קריסט גלייבט אז ישו איז א זון פון ג-ט, א חלק אלקי ממעל, פארשטייסט?
נאך מער ווער משה רבינו איז געווען איז נישטא קיין שום סתירה, יעדער גלייבט סיי דער קריסט סיי דער מוסלמענער, אין די לעבנסשאפן און ביאגראפיע פון משה רבינו, און די זעלביגע איז אויך מיט להבדיל מחמד,
אבער דער קריסט גלייבט אז ישו איז געווען א זון פון ג-ט, ווען האט ישו געלעבט? סתירות! ווער האט געהארגעט ישו? סתירות! ווי האט מען געהערגעט ישו? סתירות! ווער האט געמאכט דער ברית חדשה? סתירות! סתירות אפי' ביי זיי אליינס! גארנישט איז דארט גראדט! אלעס האט א מיליאן ווערסיעס! א מיליאן פירשים! א מיליאן הסבירים! פארוואס גייט דארט גארנישט גראד? פון אלע באוויסטע לייט וואס האבן געלעבט אין יענע תקיפה איז דא א קלארע ביאגראפיע. און פינקט פינעם זון פון ג-ט איז נישטא? אין פינקט אין אזא סתירות-פולע באשעפעניש גלייבט מען? אתמה
וליתר ביאור עס איז פארהאן אפיקורסישע קריסטן וואס זאגן טאקע אויך אז ישו איז נאר געווען א נביא, נישט קיין זון פון ג-ט, דאס קען איך נאך אביסל פארשטיין פארוואס מענטשען גלייבן.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:54 pm#243573
זינט ווען איז ק''ש אזוי אומטאלערנט? :איךשטיל: :שטיל
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:08 pm#243579
זיי זיך מסביר, ווי אזוי וואלט צוגעגאנגן דעם שמועס אין א טאלאראנץ פריינדליכע קאווע שטיבל?
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:13 pm#243581
יואב האט געשריבן:קאך לעפל דו האסט גאטס. זינט ווען ברויך מען פארשטיין? מ'גלייבט ווייל דער טאטע האט אזוי אויסגעלערנט, וחזקה שאין אדם מוריש שקר לבניו. האסטע געהערט אזאנס! מ'מוז פארשטיין!

וויאזוי האט נאר יענער צדיק געזאגט: איך בין א נאר און איך גליייב.

איך ווייס נישט אויב די ביזט אינגאנצן גערעכט. דער פסוק זאגט דע אלקי אביך, עס איז א מצוה צו קענן דעם אייבישטען. מען דארף יא פראבירן צו פארשטיין, טוה א קיק כמעט אלע ראשונים האבן פארפאסט ספרי חקירה, אנגעהויבן פינעם הייליגן רמב''ם, דער רמב''ן, רבי יהודה הלוי, רבינו יחיאל מפאריז, שלמה אבן גבירול, דער אבן עזרא, ועוד... נאר ליידער אין אונזער צייט בלייבט דער עולם ביי די קישות, נישט ווייל מען פארשטייט נישט די תירצים. נאר מען וויל בלייבען ביי די קישיות זיך צו בארעכטיגן דאס געוויסען ביים זינדיגען.......
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:20 pm#243583
אין יעדע רעליגיע איז פארהאנען סתירות און קשיות ! אין אונזער רעליגיע פעלט דען סתירות ? אזויווי עס ווערט געברענגט אין די גמרא בפירוש ,חכמים בקשו לגנוז את ספר קהלת מפני שדבריו סותרים לדברי תורה וסותרים זה את זה. לא גנזוהו, כי תחילתו וסופו דברי תורה. (שבת קל ב)

ווען דו וואלסט ווען אויפגעוואקסן אין א קאטוילישע שטוב וואלסטו יעצט נישט געהאט די אלע קשיות און סתירות אויף די קריסליכע גלויבונגען , אלעס ווענט זיך וויאזוי מ׳וואקסט אויף און וואס מ׳פרעיגעלט אריין אין גירסא דינקותא
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:32 pm#243585
קודם כל דיינע קושיות אויף קריסטן מטעם די גמרא, זיי זענען נישט משועבד צו מקבל זיין די מעשיות אין גמרא, און בכלל איז דא אסאך מפרשים וואס האלטן אז די ישו אין גמרא איז נישט די זעלבע ווי די קריסטליכע ישוע, און ישו איז געווען דעמאלס א גאנגבארע נאמען, סאו קען זיין מער ווי איינס.

פארוואס קריסטן האבן אויסגעהארגעט אידן פארן הארגענען זייער יוזל? א קושיא אויף מענטשען פארן וועלן הארגענען א מינאריטעט.

די סתירות צווישן איין תלמיד און צווייטן? חסירא מיחסרא והכי קתני.

און ווייטער אויב ער איז א חלק פון עצם כביכול וואס איז חי וקים ונורא שמו, ווי האבן אים דאן די רומער בכלל געקענט הרגענען? פארוואס איז ער פשוט נישט ארויף לעבעדיג אין הימל?

ווייל ער האט געוואלט אומקומען מתוך צער צו פארגעבן פארן מענטשהייסט זינד.

אויב ער איז א חלק פון ג-ט פארוואס איז ער ערשט דערפון געוואר געווארן ביי די 12 יאר? דירוך יוחנן דער מטביל?

נסתלקה ממנו שכינה.

און בכלל פארוואס האט דער אייבישטער פינקט אים געשיקט געבן א נייע תורה? פארוואס נישט דירך אזא אדם השלום ווי משה רבינו?

און פארוואס האט דער באשעפער נישט געגעבן די זוה"ק אדער חסידות דורך משה רבינו?

אין די גאנצע ברית חדשה ווערט נישט דערמאנט זיין קדושה אדער ענוות אדער עפעס א גוטע מידה, נאר מופתים און מופתים,

שטותים, איין דוגמא נאר.
43 שמעתם כי נאמר ואהבת לרעך ושנאת את-איבך: 44 ואני אמר לכם אהבו את-איביכם (ברכו את-מקלליכם היטיבו לשנאיכם) והתפללו בעד (מכאיביכם ו) רדפיכם: 45 למען תהיו בנים לאביכם שבשמים אשר הוא מזריח שמשו לרעים ולטובים וממטיר על-הצדיקים וגם על-הרשעים: 46 כי אם-תאהבו את-אהביכם מה-שכרכם הלא גם-המכסים יעשו-זאת: 47 ואם-תשאלו לשלום אחיכם בלבד מה-שבחכם הלא גם-המכסים יעשו-זאת: 48 לכן היו שלמים כאשר אביכם שבשמים שלם הוא:

און וועלכע מופתים אז ער האט אויסגעהיילט מצורעים, און לעבעדיג געמאכט טויטע, איין מינוט ווער האט זיי קראנק געמאכט? ער איז דאך א חלק פון ג-ט? מיט איין הענט האט ער זיי קראנק געמאכט און מיט די צווייטע זיי געהיילט? ווי אזוי ארבייט דאס? עס איז פארהאנען צוויי געטער? ער איז געווען א זון פינעם ערשטען און ער האט געהיילט א מצורע וואס איז קרעציג געווארן פונעם צווייטען? זיי גלייבן דאך אין אחדות ה',

ס'געווען א זמן פון הסתר פנים, אדער בעצם איז יענעם געווען באשערט די צרעת, נאר דא כדי להראות כח מעשיו וגבורותיו האט ער זיי אויסגעהיילט, אדער ווייל עולם כמנהגו נוהג, גימ' הטבע, נאר דא האט ער משנה געווען מעשה בראשית צו ווייזן אז ער איז באמת א נביא.

און בכלל אויב דער אייבישטער האט געגעבן די נייע תורה דער ברית חדשה, דאן ווי אזוי קען זיין אז עס זענען פארהאן 2 ווערסיעס אין זיין יחוס ביז שבט יהודה? איינס איז אין מתי און דער צווייטער אין לוקוס... איז דען פארהאן עפעס א טעות אין דער ניייער תורה? דער באשעפער כביכול קען מאכן א טעות?

אין איז בכח, איינס בפועל.

און נאך פארוואס ווערט די מעשה נישט געשריבען אין יוסיפין וואס ער האט אלעס אראפגעשריבען וואס עס איז געווען אין יענע תקיפה, און דא געשענט אזא מעשה אז קינד וווערט געבוירן פון א בתילה, און פראוועט מופתים, און ביי זיין פגירה צורייסט זיך דער פרוכת, און ער גייט ארויס פון זיין קבר נאכן ווערן הינריכטעט פון די רוימער.... און דער יוסיפין מאכט זיך גארנישט וויסענדיג?

נביאי שקר זענען געקומען דעמאלס א דיים א דאזען, נישט יעדער מענטש וואס האט געמאכט מעדזשיק טריקס ווערט דערמאנט אין יוסיפון. חוצמזה וואס יוסיפון האט עם אפשר אויסגעלאזט צו געפעלן פאר די רוימער. חוץ מזה וואס א גוגל סוירטש יעצט ווייזט מיר אז יוסיפון האט יא געשריבן וועגן יוזוס, סא ווייס איך נישט פון וואו דו נעמסט דיין אינפאו.

און בכלל פארוואס האט דער אייבישטער געגבן א נייע תורה? וואס איז שלעכט מיט אלטע?

עיין ערך תשבע"פ, זוהר, חסידות.

פארשטייט זיך אז איך האלט פון יאשקע אזוי שטארק ווי דו האלטסט פון עם, כ'האב נאר געוואלט ווייזן אז ווען די קושיות וואלטן געווען אויף דיין רעליגיע, מיט אביסל רצון וואלסטו געקענט פארענטפערן די אלע "קושיות".
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:49 pm#243592
געפילטע פיש האט געשריבן:

גראדע איז אנגענומען ביי חוקרים אז דאס שטיקל וועגן ישו הנוצרי איז שפעטער צוגעלייגט געווארן דורך קריסטן. אבער אויב יוסיפונ'ס נישט דערמאנען א מופת מיינט אז עס איז נישט געשען, מיינט דאס אז דער נס חנוכה מיט'ן פך שמן האט אויך חלילה נישט פאסירט?
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:55 pm#243593
געפילטע פיש האט געשריבן:קודם כל דיינע קושיות אויף קריסטן מטעם די גמרא, זיי זענען נישט משועבד צו מקבל זיין די מעשיות אין גמרא, און בכלל איז דא אסאך מפרשים וואס האלטן אז די ישו אין גמרא איז נישט די זעלבע ווי די קריסטליכע ישוע, און ישו איז געווען דעמאלס א גאנגבארע נאמען, סאו קען זיין מער ווי איינס.

פארוואס קריסטן האבן אויסגעהארגעט אידן פארן הארגענען זייער יוזל? א קושיא אויף מענטשען פארן וועלן הארגענען א מינאריטעט.

די סתירות צווישן איין תלמיד און צווייטן? חסירא מיחסרא והכי קתני.

עס פעלט נישט גארנישט, למשל איין פלאטץ שטייט אז שמעון איז געוען א זון פון יעקב, און א צווייטער פלאטץ שטייט אז ער איז געווען א זון פון יצחק, וואס מיינט דאס? דאס מיינט א טעות! און דער אייבישטער קען קיין טעות נישט מאכן נאר א מענטש, און ברית חדשה שטייט זיין יחוס אויף צוויי פלעצער מיט אנדערע אינפארמאציע, דאס ווייזט אז דאס יז מעשי בני אדם

און ווייטער אויב ער איז א חלק פון עצם כביכול וואס איז חי וקים ונורא שמו, ווי האבן אים דאן די רומער בכלל געקענט הרגענען? פארוואס איז ער פשוט נישט ארויף לעבעדיג אין הימל?

ווייל ער האט געוואלט אומקומען מתוך צער צו פארגעבן פארן מענטשהייסט זינד.
די האלסט אז אויב די זינדיגסט און איך כאפ שלעק האסטו א כפרה? נאך מער זיי גלייבן דאך אין די אלטע טעסטעמאן אויך, אין דארט שטיט קלאר לא ימיתו אבות על בנים

אויב ער איז א חלק פון ג-ט פארוואס איז ער ערשט דערפון געוואר געווארן ביי די 12 יאר? דירוך יוחנן דער מטביל?

נסתלקה ממנו שכינה.

[color=#FF4000]גיוואלד!! ער איז דאך די שכ..... אליינס לשטתם.....[/color]

און בכלל פארוואס האט דער אייבישטער פינקט אים געשיקט געבן א נייע תורה? פארוואס נישט דירך אזא אדם השלום ווי משה רבינו?

און פארוואס האט דער באשעפער נישט געגעבן די זוה"ק אדער חסידות דורך משה רבינו?

ער האט יא!

אין די גאנצע ברית חדשה ווערט נישט דערמאנט זיין קדושה אדער ענוות אדער עפעס א גוטע מידה, נאר מופתים און מופתים,

שטותים, איין דוגמא נאר.
43 שמעתם כי נאמר ואהבת לרעך ושנאת את-איבך: 44 ואני אמר לכם אהבו את-איביכם (ברכו את-מקלליכם היטיבו לשנאיכם) והתפללו בעד (מכאיביכם ו) רדפיכם: 45 למען תהיו בנים לאביכם שבשמים אשר הוא מזריח שמשו לרעים ולטובים וממטיר על-הצדיקים וגם על-הרשעים: 46 כי אם-תאהבו את-אהביכם מה-שכרכם הלא גם-המכסים יעשו-זאת: 47 ואם-תשאלו לשלום אחיכם בלבד מה-שבחכם הלא גם-המכסים יעשו-זאת: 48 לכן היו שלמים כאשר אביכם שבשמים שלם הוא:

ניין! עס שטייט נישט גארנישט וועגן זיינע פראזענדליכע מידות אדער שלימות, דאס אלעס וואס די ברענגסט איז ווי אזוי אנדערע זאלן זיך פירן.....

און וועלכע מופתים אז ער האט אויסגעהיילט מצורעים, און לעבעדיג געמאכט טויטע, איין מינוט ווער האט זיי קראנק געמאכט? ער איז דאך א חלק פון ג-ט? מיט איין הענט האט ער זיי קראנק געמאכט און מיט די צווייטע זיי געהיילט? ווי אזוי ארבייט דאס? עס איז פארהאנען צוויי געטער? ער איז געווען א זון פינעם ערשטען און ער האט געהיילט א מצורע וואס איז קרעציג געווארן פונעם צווייטען? זיי גלייבן דאך אין אחדות ה',

ס'געווען א זמן פון הסתר פנים, אדער בעצם איז יענעם געווען באשערט די צרעת, נאר דא כדי להראות כח מעשיו וגבורותיו האט ער זיי אויסגעהיילט, אדער ווייל עולם כמנהגו נוהג, גימ' הטבע, נאר דא האט ער משנה געווען מעשה בראשית צו ווייזן אז ער איז באמת א נביא.

א נביא? די הערסט נישט.... ער איז די זאך אליין...... ווען זיי זאגן ווען אז ער איז בלויז א נביא איז דאך די קישה נישט אזוי גרויס....

און בכלל אויב דער אייבישטער האט געגעבן די נייע תורה דער ברית חדשה, דאן ווי אזוי קען זיין אז עס זענען פארהאן 2 ווערסיעס אין זיין יחוס ביז שבט יהודה? איינס איז אין מתי און דער צווייטער אין לוקוס... איז דען פארהאן עפעס א טעות אין דער ניייער תורה? דער באשעפער כביכול קען מאכן א טעות?

אין איז בכח, איינס בפועל.

לא זכיתו להבין.....

און נאך פארוואס ווערט די מעשה נישט געשריבען אין יוסיפין וואס ער האט אלעס אראפגעשריבען וואס עס איז געווען אין יענע תקיפה, און דא געשענט אזא מעשה אז קינד וווערט געבוירן פון א בתילה, און פראוועט מופתים, און ביי זיין פגירה צורייסט זיך דער פרוכת, און ער גייט ארויס פון זיין קבר נאכן ווערן הינריכטעט פון די רוימער.... און דער יוסיפין מאכט זיך גארנישט וויסענדיג?

נביאי שקר זענען געקומען דעמאלס א דיים א דאזען, נישט יעדער מענטש וואס האט געמאכט מעדזשיק טריקס ווערט דערמאנט אין יוסיפון. חוצמזה וואס יוסיפון האט עם אפשר אויסגעלאזט צו געפעלן פאר די רוימער. חוץ מזה וואס א גוגל סוירטש יעצט ווייזט מיר אז יוסיפון האט יא געשריבן וועגן יוזוס, סא ווייס איך נישט פון וואו דו נעמסט דיין אינפאו.

שקר! עס איז דעמאלס נישט געווען קיין נבאי השקר.... די מישט אויס דער ערשטער בית המקדש און דער צווייטער...

און בכלל פארוואס האט דער אייבישטער געגבן א נייע תורה? וואס איז שלעכט מיט אלטע?

עיין ערך תשבע"פ, זוהר, חסידות.

לא זכיתי להבין

פארשטייט זיך אז איך האלט פון יאשקע אזוי שטארק ווי דו האלטסט פון עם, כ'האב נאר געוואלט ווייזן אז ווען די קושיות וואלטן געווען אויף דיין רעליגיע, מיט אביסל רצון וואלסטו געקענט פארענטפערן די אלע "קושיות".

סליחה האט נישט מצליח געווען......
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 2:03 pm#243594
מאטי האט געשריבן:זיי זיך מסביר, ווי אזוי וואלט צוגעגאנגן דעם שמועס אין א טאלאראנץ פריינדליכע קאווע שטיבל?

איך מיין אז מען איז באפאלן @קאך_לעפל שלא ביושר.

נישט אז איך האלט אז זיינע קשיות זענען דווקא גוטע שטארקע קושיות, און ער האט טאקע געפרעגט אויף א ביסל אן אראגאנטן אופן, אבער דער אופן וויאזוי @לעיקוואוד און אנדערע האבן געענטפערט איז געווען אביסל אויף דעם אופן וויאזוי @זוכער (אדער אייוועלט) וואלט געענטפערט ווען @לעיקוואוד פרעגט די זעלבע סארט קושיות אויף א צווייטן רעליגיע (נעמליך, חרידיזם).

לעיקוואוד שרייבט 'האב נישט קיין תאוות וועסטו האבן ווייניגער קושיות, כאילו @קאך_לעפל איז דער טראלל וואס האט גענוצט דעם טענה אין די פארגאנגענהייט, און נישט @לעיקוואוד האט (מיט רעכט, אויף יענעם ארט) אוועק געמאכט דעם סארט טענה, (אדער דעם טענה אז 'פיל קלוגערע ווי דיר האבן שוין באהאנדלט דיע קושיות, און ווער ביזטו צו פרעגן', וואס כאטש ער נוצט דא א טענה וואס ער אליין האט שוין דיסקארדעד איז עס כאטש נישט קיין טשעפע צום פרעגער דא).

אדער נעמט צום ביישפיל דער ענטפער וואס דער חשובער ניק @מאטי האט געשריבן, עס איז אפשר א גוט ווערטל אויף קאלמעס חשבון, אבער אן אומריכטיגע אטאקע אויף @קאך_לעפל, און גאר ווייט פון ענטפערן זיינע פראגעס, גייט עס אים די געפיל אז ער איז דא אין פיינטליכע טעריטאריע, (איז דען קאווע שטיבל א קריסטליכן אנאלאגיע צום היימישן וויליאמסבורג, און @קאך_לעפל א מיסיאנער?).

אפי' @כוכב'ס ענטפער איז אומטאלעראנט, נאמינלי.

און דער גרעסטן שאד איז אז מען רעדט פון די סאמע פארשטענדליכסטע ניקס דא אויפן שטיבל, און דא באקומט מען גאר דעם געפיל אז @קאך_לעפל האט פארעפנטליכט זיין 'פראוואקאצירנדן' ארטיקל אויף אן אומטאלעראנטן עוואנגעליש קריסטליכן פארום.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 2:12 pm#243599
קאפקע לא דייקת
איך האב נישט געזאגט דאס אלץ תירוצים צו ספעציפישע קשיות, נאר צו דער זלזול וואס ער פרעגט כאילו ווער ווייסט וואס פון זיין קשיא. לגבי דער סארט זלזול איז טאקע כלפי חרדיזם אדער סיי וועלכער אמונה ריכטיג די טענה, אז סתם פון ליינען א פערטל ביך און שיסען קשיות ווערט נישט אלע מאמינים פאר טיפשים וואס פארשטיין נישט כלומרשט דער פשוטע קשיא פונעם מקשן על מנת לקנטר. קען זיין זיי זענען טועים, אבער ווייט נישט קיין טיפשים.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 2:15 pm#243600
לעיקוואד הער אויף, כבין שוין מיט איין פוס ביים גלח, באלד לייג איך א יאשקע מיט א קורצע רויטע רעקל ביי מיין טיר.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 2:18 pm#243601
.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 2:18 pm#243602
קאך_לעפל האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:זיי זיך מסביר, ווי אזוי וואלט צוגעגאנגן דעם שמועס אין א טאלאראנץ פריינדליכע קאווע שטיבל?

איך מיין אז מען איז באפאלן @קאך_לעפל שלא ביושר.

נישט אז איך האלט אז זיינע קשיות זענען דווקא גוטע שטארקע קושיות, און ער האט טאקע געפרעגט אויף א ביסל אן אראגאנטן אופן, אבער דער אופן וויאזוי @לעיקוואוד און אנדערע האבן געענטפערט איז געווען אביסל אויף דעם אופן וויאזוי @זוכער וואלט געענטפערט ווען @לעיקוואוד פרעגט די זעלבע סארט קושיות אויף א צווייטן רעליגיע (נעמליך, חרידיזם).

לעיקוואוד שרייבט 'האב נישט קיין תאוות וועסטו האבן ווייניגער קושיות, כאילו @קאך_לעפל איז דער וואס האט גענוצט דעם טענה אין די פארגאנגענהייט, און נישט @לעיקוואוד האט (מיט רעכט אויף יענעם ארט) אוועק געמאכט דעם סארט טענה, (אדער דעם טענה אז 'פיל קלוגערע ווי דיר האבן שוין באהאנדלט דיע קושיות, און ווער ביזטו צו פרעגן', וואס כאטש ער נוצט א טענה וואס ער אליין האט שוין דיסקארדעד איז עס כאטש נישט קיין טשעפע צום פרעגער דא).

אדער נעמט צום ביישפיל דער ענטפער וואס דער חשובער ניק @מאטי האט געשריבן, עס איז אפשר א גוט ווערטל אויף קאלמעס חשבון, אבער אן אומריכטיגע אטאקע אויף @קאך_לעפל, און גאר ווייט פון ענטפערן זיינע פראגעס, גייט עס אים די געפיל אז ער איז דא אין פיינטליכע טעריטאריע.

און דער גרעסטן שאד איז אז מען רעדט פון די סאמע פארשטענדליכסטע ניקס דא אויפן שטיבל, און דא באקומט מען גאר דעם געפיל אז @קאך_לעפל האט פארעפנטליכט זיין 'פראוואקאצירנדן' ארטיקל אויף אן אומטאלעראנטן עוואנגעליש קריסטליכן פארום.

אבער אן אומריכטיגע אטאקע אויף @קאך_לעפל, און גאר ווייט פון ענטפערן זיינע פראגעס, גייט עס אים די געפיל אז ער איז דא אין פיינטליכע טעריטאריע.

חכם איינער פארדעם בין איך דאך דא....... די מיינסט איך בין דא צו זיכען ליבשאפט צו וואס..... ?????????

אגב וואלסט שוין געמעגט וויסן אז עס זענען פארהאן טעמעס וואס רעגט זייער אויף א טייל פון די אינטיליגענטע, וואנט טו בי אויפגעקלערטע, זעלבסט געקרוינטע פילאזאפען און דיכטער דא אינעם שטיבל.... ווי למשל
סאטמאר
אנטי ציוניזים
שואה
אמונה און בטחון אינעם הייליגן באשעפער.
חרדיזם
קנאות
קדושה

די דאזיגע ניקים גלייכן נאר צו רעדן פון מארווין (נישט אז זיי ווייסען אדער פארשטייען וואס זיין שיטה איז) אהבת ישראל(נישט ערליכע אידן, זיי מיז מען האסן ביזן טויט, אאבער עוברי עבירה, דארף מען ליב האבן אהבת נפש.... ישראל אף על פי שחטא..... נייעס פון נשים.....און נאך און נאך..... געט אויווער איט......
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 2:19 pm#243603
.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 2:30 pm#243605
כוכב האט געשריבן:לעיקוואד הער אויף, כבין שוין מיט איין פוס ביים גלח, באלד לייג איך א יאשקע מיט א קורצע רויטע רעקל ביי מיין טיר.

דארפסט טאקע געפילטע זאל דיר מסביר זיין אז דער מיט'ן רויטן רעקל איז נישט יאשקע ? :(
מיט אזא לעוועל הבנה האב איך זיך נישט צו זארגן, דער גלח וועט אפילו פאר געלט דיר נישט טויפען..
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 2:32 pm#243606
לעיקוואד האט געשריבן:קאפקע לא דייקת
איך האב נישט געזאגט דאס אלץ תירוצים צו ספעציפישע קשיות, נאר צו דער זלזול וואס ער פרעגט כאילו ווער ווייסט וואס פון זיין קשיא. לגבי דער סארט זלזול איז טאקע כלפי חרדיזם אדער סיי וועלכער אמונה ריכטיג די טענה, אז סתם פון ליינען א פערטל ביך און שיסען קשיות ווערט נישט אלע מאמינים פאר טיפשים וואס פארשטיין נישט כלומרשט דער פשוטע קשיא פונעם מקשן על מנת לקנטר. קען זיין זיי זענען טועים, אבער ווייט נישט קיין טיפשים.

זיי זענען אויך נישט אזעלכע נארישע 'זוכער'ישע' און 'טראלל'ישע' קשיות אז מען זאל אים מוזן 'שטעלן אויפן פלאץ איינמאל פאר אלעמאל'!

דאס קען מען אים שרייבן אונטן ברדך אגב, 'נאכן' נעמען די מיה אים צו ענטפערן איין צוויי זאכליכע ענטפערס.

______

ווער איז מיט מיר, אויב בכלל איינער? ('חוץ' @קאך_לעפל) ;)
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 2:37 pm#243607
ער פרעגט אבער נישט צו דער זאך. ווען ער קומט ווען דא לאמיר מאכען א שיעור וועגן דער קריסטליכער רעליגיע און דורכרעדן קודם לפחות די אלף בית למשל וואס מיינט עס די זון פון גאט, וואס איז פשט אין די בייבל, אזא קשיא צו אזא קשיא, דאן האט א זין מסביר זיין דבר דבור על אופנו, הגם דא איז אפשר נישט דער פלאץ דערצו, עס פעלט אוודאי נישט קיין קריסטליכע פארומס.. אבער אז איינער קומט אזוי מיט א מסקנה אזוי, ווי קען איינער וואס איז נישט קיין טיפש גלייבען אין דעם, עס איז דאך דא א סתירה צוויי גאספעלס, האט דאס נישט קיין פשט, און דער ריכטיגער תשובה איז קודם כל בארוהיג זיך וואס דו פרעגסט איז בערך אלף בית קשיות וואס ווייזט אויף איינער וואס האט נישט געפענט קיין קריסטליך ספר מימיו, איז דער זאכליכער תשובה צו ענטפערן אז דאס איז נישט קיין קשיות וכו'.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 3:17 pm#243618
קאך_לעפל האט געשריבן:עס פעלט נישט גארנישט, למשל איין פלאטץ שטייט אז שמעון איז געוען א זון פון יעקב, און א צווייטער פלאטץ שטייט אז ער איז געווען א זון פון יצחק, וואס מיינט דאס? דאס מיינט א טעות! און דער אייבישטער קען קיין טעות נישט מאכן נאר א מענטש, און ברית חדשה שטייט זיין יחוס אויף צוויי פלעצער מיט אנדערע אינפארמאציע, דאס ווייזט אז דאס יז מעשי בני אדם

קודם כל די ברית החדשה האט יעזוס נישט געשריבן, דאס האבן תלמידים געשריבן חלק בחייו, א חלק אזוי שפעט ווי עטליכע צענדליג יאר שפעטער. סתירות? בערך אזוי שטארק ווי א סתירה צווישן צוויי סתם משנה'ס.
קאך_לעפל האט געשריבן:די האלסט אז אויב די זינדיגסט און איך כאפ שלעק האסטו א כפרה? נאך מער זיי גלייבן דאך אין די אלטע טעסטעמאן אויך, אין דארט שטיט קלאר לא ימיתו אבות על בנים

וויאזוי ארבעט א קרבן חטאת?
קאך_לעפל האט געשריבן:גיוואלד!! ער איז דאך די שכ..... אליינס לשטתם.....

פונקט ווי דו קענסט פארשטיין אז ביי אונז כביכול קען זיין א פירוד צווישן קוב"ה ושכינתיה, און אונז טוהן מצוות כדי ליחדא אבא ואמא, איז ביי זיי די טאטע און זין צוויי באזונדערע, און איינס צוזאמען אין די זעלבע צייט.
קאך_לעפל האט געשריבן:
און פארוואס האט דער באשעפער נישט געגעבן די זוה"ק אדער חסידות דורך משה רבינו?

ער האט יא!

לייען אביסל בריה"ח וועסטו פארשטיין פארוואס לשיטתם האט גאט מואס געווען וכו'.
קאך_לעפל האט געשריבן:ניין! עס שטייט נישט גארנישט וועגן זיינע פראזענדליכע מידות אדער שלימות, דאס אלעס וואס די ברענגסט איז ווי אזוי אנדערע זאלן זיך פירן.....

האסט געזאגט נאר מופתים און מופתים, נישט אזוי? דאס וואס איך האב געברענגט איז נישט קיין מופת, און אויב מ'מעג אזוי זאגן גאנץ א פיינע הנהגה.
קאך_לעפל האט געשריבן:א נביא? די הערסט נישט.... ער איז די זאך אליין...... ווען זיי זאגן ווען אז ער איז בלויז א נביא איז דאך די קישה נישט אזוי גרויס....

געמיינט האב איך זון פון גאט נאר משנה געווען אויס סענסיטיווקייט צו די לייענער דא, לייען איבער און לייג אריין די ווארט גאט שטאטס נביא.
קאך_לעפל האט געשריבן:
אין איז בכח, איינס בפועל.

לא זכיתו להבין.....

כדוגמת בניסן\תשרי נברא העולם
קאך_לעפל האט געשריבן:שקר! עס איז דעמאלס נישט געווען קיין נבאי השקר.... די מישט אויס דער ערשטער בית המקדש און דער צווייטער...

לייען אמאל אביסל היסטאריע.

העמער גיין זיך גרייטן צום שבת קודש, וועלמער ממשיך זיין נאך שבת.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 3:40 pm#243619
בשבילי! האט געשריבן:יאיר גייט פיין קערנעמען פון דיר. געבעס אפאר מינוט... לעט די פאן בעגין!

נישטא וואס קעיר צו נעמען. קאך לעפל פרעגט גוטע קשיות וואס האבן נישט קיין עכטע תירוצים אויסער פשטלעך אויפן נוסח פון ויואל משה.
דאס זייענדיג געזאגט, ער וואלט געמעגט אביסל בעסער דורכטון דיהיסטאריע פון קריסטנטום פארן שיסן קשיות, ווי למשל, ער וואלט געמעגט וויסן אז די סתירות איבער ישו'ס לעבן זענען נישט געבליבן ביים ברית חדשה, נאר האבן זיך ליידער אריינגעכאפט אין עפעס א ספר מיטן נאמען תלמוד בבלי, וואס געוויסע רעליגיעזע סעקטעס באטראכטן אלס א ווערק געשריבן מיט רוח הקודש.
און יא, א ביליאן מענטשן זענען שוטים. ובחדא מחתא קענען זיי אויך זיין חכמים ונבונים. און די איבריגע זעקס ביליאן זענען גארנישט בעסער. דער פסוק זאגט אין משלי יאיר: "די גרעסטע חכמים רעזערווירן אן ארט אין מוח צו פראקטיצירן טפשות."
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 3:54 pm#243621
כפרה? נאך מער זיי גלייבן דאך אין די אלטע טעסטעמאן אויך, אין דארט שטיט קלאר לא ימיתו אבות על בנים

אין די אלטע טעסטאמענט איז אויך דא עפעס א פסוק איבער אן ק-ל קנא וואס איז פוקד עוון אבות על בנים.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 3:58 pm#243622
יאיר האט געשריבן:
בשבילי! האט געשריבן:יאיר גייט פיין קערנעמען פון דיר. געבעס אפאר מינוט... לעט די פאן בעגין!

נישטא וואס קעיר צו נעמען. קאך לעפל פרעגט גוטע קשיות וואס האבן נישט קיין עכטע תירוצים אויסער פשטלעך אויפן נוסח פון ויואל משה.
דאס זייענדיג געזאגט, ער וואלט געמעגט אביסל בעסער דורכטון דיהיסטאריע פון קריסטנטום פארן שיסן קשיות, ווי למשל, ער וואלט געמעגט וויסן אז די סתירות איבער ישו'ס לעבן זענען נישט געבליבן ביים ברית חדשה, נאר האבן זיך ליידער אריינגעכאפט אין עפעס א ספר מיטן נאמען תלמוד בבלי, וואס געוויסע רעליגיעזע סעקטעס באטראכטן אלס א ווערק געשריבן מיט רוח הקודש.
און יא, א ביליאן מענטשן זענען שוטים. ובחדא מחתא קענען זיי אויך זיין חכמים ונבונים. און די איבריגע זעקס ביליאן זענען גארנישט בעסער. דער פסוק זאגט אין משלי יאיר: "די גרעסטע חכמים רעזערווירן אן ארט אין מוח צו פראקטיצירן טפשות."

קודם בין איך מוחה אויף דעם סטעיטמענט אויפן נוסח פון ויואל משה. ויואל משה האט גארנישט צו טאן מיט קיין פשעטליך, עס איז זייער קלאר הלכה למעשה, אדרבה די וואס וואס טיען אנדערש דארפן אנקומען צו פשעטליך....
און ווי אויך דאס חוזק מיט מאכן פון די הייליגע גמרא וואס איז געריבן געווארן מיט ריח הקודש.....
2 איך מיין מיך נישט גרויסצוהאלטן, איך האב זייער גוט דירך געטאן די סיגא, אבער די דארפסט פארשטיין אז אויף א אידישן פורם דארף מען טאר מען נישט שרייבען צו באריכות און דיטאלירט איבער די נושא.....

און פון געפילטע האב איך הנהאה ווי ער זעצט איין אלע קיושות מיט מושגים פון אונזער הייליגע תורה..... איך בין זיכער אז די קריסטן ווייסן נישט פון די אלע סודות ומשפטים בל ידעים..............
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 4:01 pm#243623
קודם בין איך מוחה אויף דעם סטעיטמענט אויפן נוסח פון ויואל משה. ויואל משה האט גארנישט צו טאן מיט קיין פשעטליך, עס איז זייער קלאר הלכה למעשה, אדרבה די וואס וואס טיען אנדערש דארפן אנקומען צו פשעטליך....
און ווי אויך דאס חוזק מיט מאכן פון די הייליגע גמרא וואס איז געריבן געווארן מיט ריח הקודש.....

:lol: :lol: :lol:
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 4:30 pm#243627
קאך_לעפל האט געשריבן:2 איך מיין מיך נישט גרויסצוהאלטן, איך האב זייער גוט דירך געטאן די סיגא, אבער די דארפסט פארשטיין אז אויף א אידישן פורם דארף מען טאר מען נישט שרייבען צו באריכות און דיטאלירט איבער די נושא.....

זעט מיר נישט אויס אז דו האסט דורכגעטוהן די נושא, ווען יא וואלטן האלב פון דיינע קושיות אוועקגעפאלן. חוץ אויב מיט דירך געטאן מיינסטו צו זאגן אז דו האסט געליינט אאידישע ספר אדער וועבסייט וואס "פרעגט אפ" קריסטנדום. אפשר גאר האסטו געוואטשט יוסף מזרחי'ס "וויכוח" מיטן גלח.

קאך_לעפל האט געשריבן:און פון געפילטע האב איך הנהאה ווי ער זעצט איין אלע קיושות מיט מושגים פון אונזער הייליגע תורה..... איך בין זיכער אז די קריסטן ווייסן נישט פון די אלע סודות ומשפטים בל ידעים..............

סארי, באט יור מיסינג מיי פוינט.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 4:55 pm#243632
כוכב האט געשריבן:לעיקוואד הער אויף, כבין שוין מיט איין פוס ביים גלח, באלד לייג איך א יאשקע מיט א קורצע רויטע רעקל ביי מיין טיר.

כוכב: ווןען דו קומסט אן צום גלח אין שטוב, און די גלח'טע זאגט צו דיר אז איהר מאן איז נישט אינדערהיים און הייסט דיר ווארטן אין ליווינג רום, פארגעס נישט ארויסצונעמען די קליינע גמרא'לע וואס דו האסט אין טאש...כ'מעשה שהיה. איך מיין איך האב עס שוין פארציילט אט-ע דא אין קאווע שטיבל.
ויהי היום: און א ליטוואק האט מחליט געווען אז ער גייטצעך שמד'ן, רח"ל. איז ער אוועקגעגאנגען צום גלח'ס הויז, אין די באגלייטונג פון זיין חבר. אנקלינגענדיג אין טיר, האט איהם די גלח'טע געזאגט אז איהר מאן איז נישט אינדערהיים, און זי האט פארבעטן די חשוב'ע געסט אריינצוגיין ווארטן אין ליוינג רום. זיצנדיג און ווארטן, נעמט דער בעל דבר ארויס א קליין גמרא'לע און נעמטציך לערנען. האט זיין חבר זיך אנגערופן צו איהם. "ביסט משוגע"? דו ווילסט זיך שמד'ן און דו לערנסט גמרא?...! האט דער חבר געענטפערט...."ביטול טעירעה"....!
מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 3:53 pm#243634
און ווייטער אויב ער איז א חלק פון עצם כביכול וואס איז חי וקים ונורא שמו, ווי האבן אים דאן די רומער בכלל געקענט הרגענען?

און וויאזוי האט מען געקענט הרג'ענען ר' עקיבה, זו תורה וזו שכרה?? וויאזוי האט משה געקענט זעהן כביכול, ער איז דאך אינו גוף?? וויאזוי האט טיטוס געקענט טון וואס ער האט געטון, ס'איז דאך קודש הקדשים?? וויאזוי האט כביכול געשוויגען ס'שטייט דאך אז ס'איז מקום רגלי השכינה?? און ס'שטייט אז די באשעפער איז א קל קנא?? און וואס איז מוט די קריג, מוט די אלע צדיקים וואס מ'האט גערצח'ט?? וואס איז מוט הר נוף... ? הא? סעלפאנס זענען שולדיג, וואס?? מ'פארשטייט עפעס מעשי ה' ?? וואס רעדסטו שטותים??
פארוואס איז ער פשוט נישט ארויף לעבעדיג אין הימל?

באמבע קשיא. אויף וועם פרעגסטו??? וואו הייבט זיך אן די קשיא?? וואס הייסט פארוואס? אזוי האט ער געוואלט, וואס איז די קשיא?
אויב ער איז א חלק פון ג-ט פארוואס איז ער ערשט דערפון געוואר געווארן ביי די 12 יאר?

אויב משה איז געווען אמת'דיג די שליח און נבחר ה', פארוואס האט ער געמיזט זיין עפעס א קעניג אין מדין , וואס איז גראדע געקומען פון פרעה'ס טאכטער, וואס האט עם מוסטעריעז געטראפען אין עפעס א וואסער, וואס האט פאסירט 80 יאר צירוק, וועם קיינער קען נישט, און ער מוז אויפווייזען מוט ביטערע כח אז ער איז טראסטבאר. פארוואס האט די אייבעשטע נישט געקענט נעמען עפעס א היימישע זאך פון די אידען אויפען פלאץ?? דאס איז דאך פונקט אזא קשיא ווי דיין באמבע קשיא, ניין??
און בכלל פארוואס האט דער אייבישטער פינקט אים געשיקט געבן א נייע תורה?

וואס איז מוט זוהר?? וואס איז מוט תורה של בע''פ וואס מ'האט נישט 'געמעגט' שרייבן ביז דאן? וואס איז מוט די פסוק אין נ''ך 'תורה חדשה מאיתי תצא' ? וואס איז מוט די אלע 'הפרי תורתיך'??
אין די גאנצע ברית חדשה ווערט נישט דערמאנט זיין קדושה אדער ענוות אדער עפעס א גוטע מידה, נאר מופתים און מופתים,

ווי ווערט דערמאנט אין תורתינו הקד' מעלות אויף אברהם, יצחק , יעקב, משה, [חוץ ביי מרים וואס סך הכל שטייט ענו], אהרון, יהושע, ראובן, שמעון, לוי וכו'. וואס רעדסטו שטותים?? וועלכע סיבה וויסטו פארוואס ה' האט דערוועלט אברהם חוץ פון 'אשר שמר מצוותי' וואס פשוט מיינט דאס די 10 נסיונות וואס פארדעם האט שוין ה' עם אויסדערוועלט. אין לך לך שטייט נישט אפ' א רמז וואס עפעס אברהם??
און וועלכע מופתים אז ער האט אויסגעהיילט מצורעים, און לעבעדיג געמאכט טויטע, איין מינוט ווער האט זיי קראנק געמאכט? ער איז דאך א חלק פון ג-ט? מיט איין הענט האט ער זיי קראנק געמאכט און מיט די צווייטע זיי געהיילט? ווי אזוי ארבייט דאס? עס איז פארהאנען צוויי געטער? ער איז געווען א זון פינעם ערשטען און ער האט געהיילט א מצורע וואס איז קרעציג געווארן פונעם צווייטען? זיי גלייבן דאך אין אחדות ה',

וואס דארף דאס צי מיינען? איך כאפ נישט, פארוואס פארשטייסטו יא די אלע צרות וואס כלל ישראל איז דורך די לעצטע 2000 יאר+ . ווער האט אינס עס געגעבען?? ווער האט גע'הרג'עט 6,000,000?? די שטן?? אדער די נאצי? כביכול האט נישט געוואלט? הא? וואס האט כביכול געוואלט? יא קריג צי נישט? ווער פירט דער וועלט?? די סאטמער רבי'ס שטן, אדער די מסבה כל הסיבות?? ווער האט געפירט דעם דייטש? ווער? די שטן? קליפות\עבירות? מקטריגים??
און טאמיר דו האלטסט יא פונעם סאטמערע שטן, דאן פארוואס פארשטייסטו מער אז 1967 קען זיין דורך א כח שני, און יושקע'ס קרעץ איז אזא מאדנע זאך?? וואס איז א חילוק??..
איז דען פארהאן עפעס א טעות אין דער ניייער תורה? דער באשעפער כביכול קען מאכן א טעות?

וואס איז מוט יציאת מצרים 210-400-430 יאר הייסט נישט קיין סתירה??
וכהנה וכהנה רבות.
איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן אזא אום ערוואקסענע אשכול אויף קאווע שטיבל.
ואתכם הסליחה.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:33 am#243707
דער אמת'ע חילוק צווישן אידישקייט אין אנדערע רעליגיעס איז אז אידישקייט פרעזענטירט לאגישע סברות פארוואס מען זאל גלייבן אין איר, משא''כ די אנדערע, אין פארדעם זעען די קריסטן ע''פ רוב אויס אזוי לא לנו'שדיג ביי דעבאטעס ווייל זיי האבן נישט קיין לאגישע טענות פארוואס מען זאל זיי יא גלייבן,
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:48 am#243722
אידישקייט איז בפירוש נישט לאגיש.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:10 am#243726
וועגן אידישקייט ווענדט זיך פון וועלכע אידישקייט מען רעדט, אבער קאטאליזם איז זייער באזירט אויף לאגישע באווייזן און אז אלעס מוז שטימען פילאזאפיש. פראטעסטאנטיזם איז ווייניגער לאגיש געשטימט און איז מער ביבליש באזירט.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:21 am#243728
וואס הייסט לאגיש געשטימט וואספארא לאגישע ארגומענט קענען זיי געבן פארוואס איך.זאל אננעמען זייערע גלויבן?
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:40 am#243733
יאיר האט געשריבן:וועגן אידישקייט ווענדט זיך פון וועלכע אידישקייט מען רעדט, אבער קאטאליזם איז זייער באזירט אויף לאגישע באווייזן און אז אלעס מוז שטימען פילאזאפיש. פראטעסטאנטיזם איז ווייניגער לאגיש געשטימט און איז מער ביבליש באזירט.

קענסט מיר מסביר זיין וויאזוי מ'קען לאגיש זאגן איינס אבער דריי אבער דאך איינס אבער דאך דריי אבער פארט איינס אבער פארט דריי וחוזר חלילה?
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:56 am#243735
יאיר האט געשריבן:וועגן אידישקייט ווענדט זיך פון וועלכע אידישקייט מען רעדט, אבער קאטאליזם איז זייער באזירט אויף לאגישע באווייזן און אז אלעס מוז שטימען פילאזאפיש. פראטעסטאנטיזם איז ווייניגער לאגיש געשטימט און איז מער ביבליש באזירט.

ילמדנו רבינו.
וואס זענען די חילוקים צווישן קאטאליזם און פראטעסטאנטיזם וואס מאכט דעם ערשטן מער ראציאנעל און דעם צווייטן ווייניגער.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 5:33 am#243740
ריכטיג האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:וועגן אידישקייט ווענדט זיך פון וועלכע אידישקייט מען רעדט, אבער קאטאליזם איז זייער באזירט אויף לאגישע באווייזן און אז אלעס מוז שטימען פילאזאפיש. פראטעסטאנטיזם איז ווייניגער לאגיש געשטימט און איז מער ביבליש באזירט.

קענסט מיר מסביר זיין וויאזוי מ'קען לאגיש זאגן איינס אבער דריי אבער דאך איינס אבער דאך דריי אבער פארט איינס אבער פארט דריי וחוזר חלילה?

די טריניטי איז נישט קיין גרעסערע סתירה מיט אחדות ה' ווי קבלה.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 9:55 am#243745
דער ריב"ש שרייבט דאס אין א תשובה, אמונת העשיריות איז נישט אנדרעש ווי די אמונת השילוש.

לכאורה איז קבלה א גרעסערע סתירה, ווייל קבלה זאגט אז די פנימיות הספירות איז איינס, כלומר דער חלק האין סוף שבתוך הספירות איז אחדות בתכלית האמיתי, און די חיצוניות איז נישט, און אונז האבען נישט קיין שייכות נאר מיט די ספירות, כלומר די חלק וואס מען קען עא ממשיל זיין נומערען. ממילא שטעלט זיך אויס אז די אלקות וואס מיר זענען מתפלל איז למעשה נישט דער אחדות המסתתר.

יעצט כ'בין נישט קיין עם הארץ, כ'ווייס אז פארשידענע קנאים וועלען ברענגען ציטאטען וואס שטייט אז מען איז מתפלל לחלק האין סוף שבתוך הספירות, אבער טראכט, לחל"ק, דאס ווייזט אז מען קען זאגען לחלק.

ועוד, מען געפינט אויס אז די גאנצע אין סוף שבתוך איז חיצוניות אין די העכערע וגבוה מעל גבוה שומ"ר עליהם, און ממילא איז אלץ חלקים חלקים. נאך אסאך מער ווי צען, מיליאנען.

דער רמב"ם וואס כידוע האט געהאסט קבלה אבער האט נישט געהאט די קאראזש צו שרייבען אפען דערוועגען, און האט בוחר געוועהן צו איגנארירען, דריקט זיך אויס אין מורה נבוכים, אז די וואס גלייבען אין מער ווי איין, און ער מיינט די מקובלים, לעבען אין א סתירה תמידי, ווייל אדער איז עס איינס אדער נישט, און זיי פליפען אהין אהער ווי זיי זענען מסביר מיט לאנגע ביאורים אז עס איז איינס, ווען טאמער וואלט עס גל פתעוועהן איין וואלט עס געוועהן א פשוטער איינס, נישט קיין קאמפלאצירטער איינס.

און קבלה איז ערגער ווי די קריסטען, ווייל די קריסטען קענען טענה'ן אז יאשקע האט מגלה געוועהן אז די טריניטי איז דער אמונה, און מען ברויך גלייבען אז דער טריניטי איז דער איינס, אפילו ס'איז נישט מעגליך.

מה שאין כן די מקובלים, ווען ס'איז קיינמאל נישט געוועהן קיין נביא וואס האט עס מעיד געוועהן.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:00 am#243748
מ'דארף נעמען אין באטראכט אז די מספר פון ביליאן קריסטען איז נישט ווייל אזוי פיל מענטשן זענען געקומען צום הכרה אז ס'איז אמת נאר דאס איז צוליב דעם וואס מ'האט ארויפגעצווינגן די רעליגיע אויף מיליארד מענטשן און שפעטער האט מען געברעינוואשט זייערע קינדער.
נישט יעדער וואס פארריפט זיך א קריסט גלייבט טאקע, נאר פשוט מ'פרעגט נישט קיין קשיות און ס'פארט א באן.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:18 am#243750
דריידל האט געשריבן:מ'דארף נעמען אין באטראכט אז די מספר פון ביליאן קריסטען איז נישט ווייל אזוי פיל מענטשן זענען געקומען צום הכרה אז ס'איז אמת נאר דאס איז צוליב דעם וואס מ'האט ארויפגעצווינגן די רעליגיע אויף מיליארד מענטשן און שפעטער האט מען געברעינוואשט זייערע קינדער.
נישט יעדער וואס פארריפט זיך א קריסט גלייבט טאקע, נאר פשוט מ'פרעגט נישט קיין קשיות און ס'פארט א באן.

וואס איז אנדערשט אידישקייט??? וויפיל מתים זענען געווען אין מדבר???
מין הנקרא אדם מוז מען צווינגען אריין אין רעליגיע. אנדערשט גייט נישט.