פארומס › ווער/ווען/וואו האט געזאגט/געשריבן...?

ווער/ווען/וואו האט געזאגט/געשריבן...?

349 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8040
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 4:01 pm#245087
כוכב
21 דאנט סעי וועט יו קען דו פאר דע קאנטרי, סעי וואט דע קאנטרי קען דא פאר יו. (אזוי ווי איך זאג עס...)

נו?
-------
25. מיר וועלן אייך באגראבן.

26. איך וועל זיי איבערלעבן.
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 4:07 pm#245089
25 בירך משה

26 בני יואל
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 4:30 pm#245097
😂 נו! לצנות אין די ניין טעג...
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 8:55 pm#245178
ונבנתה העיר
כוכב
21 דאנט סעי וועט יו קען דו פאר דע קאנטרי, סעי וואט דע קאנטרי קען דא פאר יו. (אזוי ווי איך זאג עס...)

נו?
-------
25. מיר וועלן אייך באגראבן.

26. איך וועל זיי איבערלעבן.

ונבנתה: #25 האט כרושטשעוו געזאגט. דאכציך ביי דעם באקאנטן "קיטשען דעבאטע" וועלכע ער האט געהאט מיט דעם געוועזענעם (דאן קאנגרעסמאן) ריטשארד ניקסאן.

#26 ווייסיך נישט זיכער. כ'מיין א האלאקאוסט איבערלעבער. ס'דא עטליכע גירסאות...!
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 9:05 pm#245188
21, האט נאך קיינער נישט געענטפערט ? פרעזידענט קענעדי ביי זיין איינשוואוירונגס רעדע
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 9:09 pm#245191
אויף אידיש זאגט מען, פרעג נישט וואס דיין מדינה האט דיר געטוהן, פרעג וואס דו קענסט זיי צוריקטוהן. .(קרעדיט מצב האומה)
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 9:13 pm#245194
ונבנתה העיר
כוכב
21 דאנט סעי וועט יו קען דו פאר דע קאנטרי, סעי וואט דע קאנטרי קען דא פאר יו. (אזוי ווי איך זאג עס...)

נו?
-------
25. מיר וועלן אייך באגראבן.

26. איך וועל זיי איבערלעבן.


יואלי לעבאוויטש אמאל אויף קול מבשר פורים אפטיילונג.
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 9:13 pm#245196
נהורא נפישא
21, האט נאך קיינער נישט געענטפערט ? פרעזידענט קענעדי ביי זיין איינשוואוירונגס רעדע


כוכב ברענג דאך א פונקט פארקערטע קואאט ודו''ק.
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 9:17 pm#245197
berlbalaguleh
ונבנתה העיר
כוכב
21 דאנט סעי וועט יו קען דו פאר דע קאנטרי, סעי וואט דע קאנטרי קען דא פאר יו. (אזוי ווי איך זאג עס...)

נו?
-------
25. מיר וועלן אייך באגראבן.

26. איך וועל זיי איבערלעבן.

ונבנתה: #25 האט כרושטשעוו געזאגט. דאכציך ביי דעם באקאנטן "קיטשען דעבאטע" וועלכע ער האט געהאט מיט דעם געוועזענעם (דאן קאנגרעסמאן) ריטשארד ניקסאן.

#26 ווייסיך נישט זיכער. כ'מיין א האלאקאוסט איבערלעבער. ס'דא עטליכע גירסאות...!


26 חיים שלמה פריעדמאן
<a class="postlink" href="http://books.google.com/books/about/">http://books.google.com/books/about/</a>איך_וועל_זיי_איבערלעב.html?id=EjErAwEACAAJ
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 9:21 pm#245198
איך אויך
נהורא נפישא
21, האט נאך קיינער נישט געענטפערט ? פרעזידענט קענעדי ביי זיין איינשוואוירונגס רעדע


כוכב ברענג דאך א פונקט פארקערטע קואאט ודו''ק.

גערעכט, נישט צוגעלייגט קאפ.
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 9:26 pm#245200
9 ריש לקיש אויף רבי מאיר סנהדרין לג
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 9:32 pm#245202
ירח בן יומו
9 ריש לקיש אויף רבי מאיר סנהדרין לג

ירח בן יומו: דער לייק איז אויף דיין נייעם אוואטאר... 😂 🙄
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 9:36 pm#245203
ירח בן יומו
9 ריש לקיש אויף רבי מאיר סנהדרין לג

איך זעה גארנישט דארט
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 10:06 pm#245207
ונבנתה העיר
25. מיר וועלן אייך באגראבן.

25 איז טאקע קרוסטשאוו, ווי בערל זאגט, אבער אין די יו. ען.

http://www.youtube.com/watch?v=Mm0yQg1hS_w

ונבנתה העיר
26. איך וועל זיי איבערלעבן.

26 איז, ווי מאטי זאגט, דער נאמען פון חיים שלמה פריעדמאנ'ס בוך איבער די צווייטע וועלט קריג, 'די' האלאקאסט בוך אין מיין יוגענט.
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 10:23 pm#245212
27. שייגעץ ארויס.
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 10:26 pm#245214
ברך משה דפוס ראשון.
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 10:31 pm#245215
יאיר
27. שייגעץ ארויס.


ווען דו פרעגסט ווען ״שייגעץ איויס״ וואלט איך געוואוסט דעם תירוץ...
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 10:40 pm#245218
28. וואס דער סאטמארער רב זאגט אין א שעה, זאגט רבי משה אין פינף מינוט, און איך זאג עס בכלל נישט
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 10:48 pm#245220
28. מיין ליבשאפט צו דיר איז גרעסער ווי דעם ליבשאפט צו פרויען. (מאן צו א מאן).
29. דיינע צוויי ברוסטן זענען ווי צוויי יונגע הירשן. (מאן צו א פרוי).
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 10:57 pm#245225
דוד ויהונתן.
שלמה המלך.
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:00 pm#245227
אוי געוואלד ונבנתה. מיט וואס דו האסט זיך אלס אנגעליינט
אז דו קענסט זיך אויס אין שירי עגבים, אפשר ווייסטו פון ווואו דאס קומט:
F**k you
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:02 pm#245228
נמצא בראשונה בפיוט שיסד הפייטן בפיוט אמרתי.
(וי"ג אף יא)
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:05 pm#245229
30. מען האט פארטוישט די זרעינו מיטן כספינו.
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:08 pm#245231
31. היינט נאכט גיי איך שלאפן באצייטנס.
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:09 pm#245232
יאיר
31. היינט נאכט גיי איך שלאפן באצייטנס.

ווארשיינליך פון די מערסט געזאגטע שקרים אינעם עולם השקר.
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:12 pm#245234
מנחם
30. מען האט פארטוישט די זרעינו מיטן כספינו.

קופערניקעס? אור סאמטינג לייק דעט?
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:12 pm#245235
32. איך האב עס נאכנישט קאליע געמאכט, אבער איך וועל עס נאך קאליע מאכן. (חחחח אזוי פאני).
33. הינט הינט.
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:14 pm#245236
ונבנתה העיר
מנחם
30. מען האט פארטוישט די זרעינו מיטן כספינו.

קופערניקעס? אור סאמטינג לייק דעט?

נכון
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:18 pm#245239
נהורא נפישא
ירח בן יומו
9 ריש לקיש אויף רבי מאיר סנהדרין לג

איך זעה גארנישט דארט

גערעכט, טעיתי וצ"ל עיין סנהדרין דף כד
דאנערשטאג יאנואר 1, 2015 11:41 pm#245244
יאיר
32. איך האב עס נאכנישט קאליע געמאכט, אבער איך וועל עס נאך קאליע מאכן. (חחחח אזוי פאני).
33. הינט הינט.

רבי ז"ל.
מרים בת ? [וואלף?]
פרייטאג יאנואר 2, 2015 12:06 am#245249
נח געציל
28. וואס דער סאטמארער רב זאגט אין א שעה, זאגט רבי משה אין פינף מינוט, און איך זאג עס בכלל נישט

איך געדענק עס עפעס אויף דער ליובאוויטשער רבי/רב הוטנער/הגרי"ד סאלאווייטשיק ז"ל.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 12:28 am#245259
ונבנתה העיר
נח געציל
28. וואס דער סאטמארער רב זאגט אין א שעה, זאגט רבי משה אין פינף מינוט, און איך זאג עס בכלל נישט

איך געדענק עס עפעס אויף דער ליובאוויטשער רבי/רב הוטנער/הגרי"ד סאלאווייטשיק ז"ל.


געהערט האב איך עס בשם הגרי"ד, נישט מוסמך. דער ווארט זאל בעסער זיין אמת, ס׳איז צו גוט צו זיין אויסגעטראכט...
פרייטאג יאנואר 2, 2015 12:44 am#245261
35. I know the human being and fish can coexist peacefully
פרייטאג יאנואר 2, 2015 12:44 am#245262
35. I know the human being and fish can coexist peacefully
פרייטאג יאנואר 2, 2015 1:33 am#245266
36. Facts don't have feelings
פרייטאג יאנואר 2, 2015 8:45 am#245275
יאיר

אז דו קענסט זיך אויס אין שירי עגבים

"שירי עגבים" אויף קודש הקדשים שיר השירים און אויף אהבת דוד ויונתן שאינה תלוייה בדבר?
פרייטאג יאנואר 2, 2015 10:41 am#245321
37. גיי זוך אויף די גרעסטע זונה אין שטאט, און האב חתונה מיט איר.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 11:18 am#245335
מאטי
37. גיי זיך אויף די גרעסטע זונה אין שטאט, און האב חתונה מיט איר.

דבר השם להושע.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 11:40 am#245348
38. never again
every jew a twenty two .39
פרייטאג יאנואר 2, 2015 12:18 pm#245372
לעיקוואד
מאטי
37. גיי זיך אויף די גרעסטע זונה אין שטאט, און האב חתונה מיט איר.

דבר השם להושע.


ס'שטייט דבר ה' אשר היה אל הושע.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 12:22 pm#245375
שטייט אויך נישט די גרעסטע אין שטאט (אלא אולי לפי רזל גמר בת דבלים) , אלא שדברו חכמי ק''ש בערך.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 12:24 pm#245377
שהכל גומרין בה כדבילה. דאס איז אן אנדייטונג אז ער האט גענומען א באוואוסטע ברענד נעים. ס'שטייט טאקע נישט אז גאט האט געהייסן. ועוד, כל פסוקי דלא פסקי וכו'... משא"כ אין די שאלהאיז בלויז א טייטש.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 12:27 pm#245379
38 39 ר'מאיר כהנא ע"ה
40 גיי ארום בארוועס און נאקעט פאר גאנצע דריי יאר.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 12:28 pm#245380
40 גאנדי?
פרייטאג יאנואר 2, 2015 12:29 pm#245381
ניין, אדער אפשר אויך.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 12:52 pm#245391
41. ובן אפרים אמר שהוא חסר א' וטעמו ארוכות והוא היה חסר א'.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 12:53 pm#245392
41 אברהם אבן עזרא
פרייטאג יאנואר 2, 2015 12:59 pm#245393
42 איך האב געשפירט אז מיינע פיס האבען געדאווענט.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 1:25 pm#245408
43. די ענטפער צו לעבן דער וועלט און אלעס איז צוויי און פערציג.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 1:25 pm#245409
גימפל
42 איך האב געשפירט אז מיינע פיס האבען געדאווענט.

העשל על המארטש של קינג.