פארומס › ווער/ווען/וואו האט געזאגט/געשריבן...?

ווער/ווען/וואו האט געזאגט/געשריבן...?

349 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8040
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג יאנואר 2, 2015 1:32 pm#245410
לעיקוואד
43. די ענטפער צו לעבן דער וועלט און אלעס איז צוויי און פערציג.


<a class="postlink" href="http://en.m.wikipedia.org/wiki/Phrases_from_The_Hitchhiker%27s_Guide_to_the_Galaxy">http://en.m.wikipedia.org/wiki/Phrases_ ... the_Galaxy</a>
פרייטאג יאנואר 2, 2015 1:34 pm#245411
44. דו ביסט שוין אויפגעוואקסען און געקומען באצירט, די בריסטען זיי שטיין, די האר אונטען צווואקסט זיך דיר שיין, און דו ביסט נאקעט און אפען.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 1:39 pm#245412
לעיקוואד
44. דו ביסט שוין אויפגעוואקסען און געקומען באצירט, די בריסטען זיי שטיין, די האר אונטען צווואקסט זיך דיר שיין, און דו ביסט נאקעט און אפען.

יחזקאל, (הגש"פ).
פרייטאג יאנואר 2, 2015 1:43 pm#245413
45. דער גיהנום איז אנדערע מענטשען.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 1:44 pm#245415
46. ... און פונעם דרייווען זעהט עס אויס ווי ... ווייל ער דרייווט ווי א משוגע'נער.

47. איין קליינער טריט פאר/פון א מענטש, א גיגאנטישער שפרינג פאר די מענטשהייט.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 1:46 pm#245416
48. אויב וואלט נישט געווען קיין גאט, וואלט מען איינס געדארפט באשאפען.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 1:48 pm#245417
לעיקוואד
45. דער גיהנום איז אנדערע מענטשען.


<a class="postlink" href="http://en.m.wikipedia.org/wiki/No_Exit">http://en.m.wikipedia.org/wiki/No_Exit</a>

קרדיט: גוגל
פרייטאג יאנואר 2, 2015 1:49 pm#245418
48 גיי פארליב דיך מיט א פארהייראטע פרוי וואס איר מאן ליבט זייער, אבער זי איז בוגד אין אים באהאלטענערהייט.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 1:50 pm#245419
לעיקוואד
48. אויב וואלט נישט געווען קיין גאט, וואלט מען איינס געדארפט באשאפען.


<a class="postlink" href="http://idioms.thefreedictionary.com/If+God+did+not+exist%2c+it+would+be+necessary+to+invent+Him">http://idioms.thefreedictionary.com/If+ ... invent+Him</a>
פרייטאג יאנואר 2, 2015 1:55 pm#245421
אינטערעסאנט, דארט האט עס א משמעות שלילית, איך האב עס פארשטאנען באופן חיובי.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 1:56 pm#245422
49. עס איז גרינגער א קעמל זאל אדורכגיין די לאך פון א נאדל, ווי..?

כ'בעט נישט ענטפערן מיט לינקס נאר אויף אידיש.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 1:56 pm#245423
ונבנתה העיר
אינטערעסאנט, דארט האט עס א משמעות שלילית, איך האב עס פארשטאנען באופן חיובי.

דאס איז טאקע נישט די ריכטיגע מקור.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 1:59 pm#245424
50 ס'שווער פארן קעמל צו קראצן איר אייגענעם רוקן.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:02 pm#245425
51. איך גלייב עס ווייל עס איז אבסורד.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:03 pm#245426
49 ברית החדשה
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:05 pm#245428
מאטי
50 ס'שווער פארן קעמל צו קראצן איר אייגענעם רוקן.

לעיקוואד אין מעשה שיהיה
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:11 pm#245430
לעיקוואד
51. איך גלייב עס ווייל עס איז אבסורד.


טרטוליאנוס
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:15 pm#245432
52. מיר זענען דא געווען פאר ענק, און מיר וועלען דא זיין נאך ענק.

53. דער ערשטער חלק איז נישט אמת. דער צווייטער חלק וועט נישט פאסירען.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:16 pm#245433
איר מאן וועט איר האלזן אין איר פונדאמענט, ער וועט איר צוליב טון און אינגאנצן צומאלן.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:17 pm#245434
איך גלייב ווייל איך בין א נאר.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:19 pm#245435
יאיר
איר מאן וועט איר האלזן אין איר פונדאמענט, ער וועט איר צוליב טון און אינגאנצן צומאלן.

יאיר, דו מוזט זיך אפלאזן פון די עגבים...
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:24 pm#245437
גימפל
52. מיר זענען דא געווען פאר ענק, און מיר וועלען דא זיין נאך ענק.


ביבי האט אמאל געהאט א געפעכט מיט אן אראבער וואס האט דאס געזאגט.
לעיקוואד האט כמדומה צוגעצייכנט די קליפ אונטערן קעפל די גאנצע מיטל מזרח ווכוח אין איין ווארט.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:25 pm#245438
זייט פרייליך.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:26 pm#245439
דער רבי?
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:28 pm#245441
יאיר
זייט פרייליך.

רבי נחמן מברסלב?
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:29 pm#245443
גימפל
יאיר
זייט פרייליך.

רבי נחמן מברסלב?

ער האט נישט געזאגט וועלכער רבי ער איז.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:30 pm#245444
ושמחתם בכל הטוב וכו'.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:31 pm#245445
כוכב
גימפל
52. מיר זענען דא געווען פאר ענק, און מיר וועלען דא זיין נאך ענק.


ביבי האט אמאל געהאט א געפעכט מיט אן אראבער וואס האט דאס געזאגט.
לעיקוואד האט כמדומה צוגעצייכנט די קליפ אונטערן קעפל די גאנצע מיטל מזרח ווכוח אין איין ווארט.


יא. איך האב רעדאגירט דעם ארגינעלע תגובה מיט ביבי'ס תשובה; החלק הראשון לא נכון, והחלק השני לא יהיה.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:31 pm#245446
יאיר
זייט פרייליך.


והיית אך שמח. ברית הישנה.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:32 pm#245447
ונבנתה העיר
46. ... און פונעם דרייווען זעהט עס אויס ווי ... ווייל ער דרייווט ווי א משוגע'נער.

47. איין קליינער טריט פאר/פון א מענטש, א גיגאנטישער שפרינג פאר די מענטשהייט.

well?
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:33 pm#245448
מאטי
יאיר
זייט פרייליך.


והיית אך שמח. ברית הישנה.

והיית = זיי פרייליך.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:33 pm#245449
איך בין נאכגעגאנגען מיין הארץ, איך האב נאכגעצויגן מיין קערפער נאך וויין, איך האב געבויט הייזער, איינגעפלאנצט גערטנער, איך האב געמאכט וואסער באסיינען, איך האב איינגעזאמלט גאלד און זילבער, איך האב גענומען זינגערס און זינגערינס, און אלע אנדערע פארגעניגנס פון מענטשן.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:34 pm#245451
שרים ושרות. משכיל.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:37 pm#245453
ונבנתה העיר
ונבנתה העיר


47. איין קליינער טריט פאר/פון א מענטש, א גיגאנטישער שפרינג פאר די מענטשהייט.

well?

That's one small step for a man, a giant leap for mankind - Neil Armstrong's words on first setting foot on the moon, in 1969.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:46 pm#245457
אויב דו וועסט זען א געפאנגענע פרוי וואס זעט אויס שיין און זי רייצט דיר אן קענסטו איר נעמען פאר א ווייב.
(ונבנתה, האב נישט קיין טענות, דו ביסט שולדיג פאר'ן מיר דערמאנען, עיין להלן).
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:46 pm#245458
ונבנתה העיר
שרים ושרות. משכיל.

און וועלכער משכיל האט דאס געשריבן אויף די אויבנדערמאנטע מימרא?
"ער דערמאנט אלע תאוות פון די וועלט, פון בויען און פלאנצן און קויפן און זינגען, און נישט פרויען. דער בעסער פשט איז 'שדה ושדות' זענען דאס זענען געפאנגענע פרויען וואס ער נעמט מיט כח און ער וועלט אויס לויט זיין תאוה."
פרייטאג יאנואר 2, 2015 2:51 pm#245461
יאיר
אויב דו וועסט זען א געפאנגענע פרוי וואס זעט אויס שיין און זי רייצט דיר אן קענסטו איר נעמען פאר א ווייב.
(ונבנתה, האב נישט קיין טענות, דו ביסט שולדיג פאר'ן מיר דערמאנען, עיין להלן).


פ' כי תצא
פרייטאג יאנואר 2, 2015 3:04 pm#245466
״שירבו שונאינו״
פרייטאג יאנואר 2, 2015 3:05 pm#245467
נח געציל
״שירבו שונאינו״

מהר'א צו יאנקי סופר
גרויליגע סטעיטמענט.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 3:46 pm#245480
די ווערטער פון די נביאים זענען געשריבען אויף די ווענט פון די באן.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 3:48 pm#245482
דער ענטפער שוועבט אין די ווינט.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 3:49 pm#245483
די צייטן טוישן זיך.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 3:49 pm#245484
לעיקוואד
דער ענטפער שוועבט אין די ווינט.

שוועבט אדער בלאזט?
פרייטאג יאנואר 2, 2015 3:50 pm#245486
איך מוז נישט טייטשען ווערטערליך.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 3:50 pm#245487
אלע דריי: Dylan.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 3:52 pm#245489
נישט די ערשטע.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 3:53 pm#245490
גערעכט, Simon & Garfunkel.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 3:56 pm#245491
וואס איך זאג ווייסט מען שוין.
פרייטאג יאנואר 2, 2015 4:09 pm#245494
54. באַוויין נישט די פאַרגאנגענהייט, חלום נישט פון די צוקונפט, אַנשטאָט קאָנצענטריר דער גייסט און דיין מוח אויף די פּרעזענט מאָמענט.