מאנטאג יאנואר 12, 2015 9:38 am#247518
מאטי, כ'האב נישט געשריבן אז די רעזאלוציעס ווערן נישט געטריבן פון אנטי-אידישע מאטיוון, כ'האב נאר געזאגט אז דער מציאות פון די רעזאלוציעס איז אן אביעקטיווער מציאות. ווייטער פון דעם געהערט שוין ווידער צום ויכוח.
זאל.זיין וואס זאל זיין וויאזוי בארעכטיגט מען מאראליש א אקופאציע פון איין פאלק אויף א צווייטע זאל זיין וואספארא חשבונות די האסט ביסטו נישט בארעכטיגט צי הערשן איבער א פאלק וואס וויל דיר נישט האבן אלץ הערשער איבער זיי
שמערל האט געשריבן:האט איינער געזען די ווידיאוי מיט וואספארא אכזריות די ציונים לאזן אויסבליטיגן אן אראבער בשעת ער ליגט אין מאראסט? ווי איז די אינטערנאציאנאלע געמיינדע? פארוואס שווייגן זיי?
אינטערסאנטער האט געשריבן:זינט די פרשה פון והי' אם שמוע באלאנגט אר"י פאר אידן אויך נישט היינט צוטאג'ס, חוץ אויב מען זינדיגט מער נישט דארט, טייטש אידיש: ואבדתם, מהרה, מעל, הארץ, וגו'
ישראל קאפקע האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וויאזוי קאפקע וואגט זיך צו ברענגען אזוינע כפירה'דיגע דרשות וואס טענה'ן ווי די גאנצע מעשה פון תנ"ך איז קיינמאל נישט געשעהן עפ"ל.
און.... די ספיטש איז אין א תיפלה.
אבער וואס קען איך טון אז סאטמארע דרשות גייט קיינער נישט אנקוקן, פאלעסטינער עדות גייט מען נישט אויסהערן, און אייראפעאישע אדער אמעריקאנער גוים אנטי ציוניסטן זענען דאך סתם אנטיסעמיטישע רשעים, איך דארף ברענגען א פרא פאלעסטינער אקטיוויסט וואס קומט פון אן אנגעזעענע מיליטערישע משפחה און געבוירן אין די איזראעלי קולטור, מיט עטוואס קרעדיביליטי מען זאל אפילו אויסהערן א ווארט.
באמת איז עס בכלל נישט נוגע צו גאנצן שמועס, ער דערמאנט עס נאר די ערשטע מינוט-מינוט אהאלב.
(בדיעבד קען מען זאגן אז ער לייקנט נישט מיט א זיכערקייט אין די היסטארישע עקזיסטעץ פון דוד המלך (ח"ו), ער ברענגט נאר ארויס ווי די איזראעליס פארטרייבן דרייסיג טויזנט פאלעסטינער פון סילוואן אין מזרח ירושלים, אויפצושטעלן עיר דוד, וואס ער טענהט אז די איזראעליס האבן נאכנישט געטראפן דארט קיין שום וויכטיגע ארכעאלעגישע געפינסן וואס קומט פון די צייטן פון דוד המלך).