Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

קאווע שטיבל • וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
400 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 2525 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8116
פרייטאג יאנואר 22, 2016 4:50 pm#318600
נעשענאל וועטער סערוויס ליינט קאווע שטיבל?
אינטראסאנט , 4 אזייגער היינט אינדערפרי האב איך אנגעפאנגען צו זאגען אז מען וועט אפשר מיזען הייבען די נאמבערס פאר׳ן שטאט, דערווייל איז דער national weather service אין נאו יארק אראפגעגאנגען פון 8-12 נעכטען אווענט צו 6-10 היינט אינדערפרי. יעצט צוויי שעה (זעה די טיים סטעמפ 3:32) נאך איך האב ארויסגעגעבען מייין דריטע מעפ, האבען זיי אויס געהעכערט צו 12-18 אינטשעס . :lol: .
אלע וויטצען אויפן זייט ,דאס קען זיין א מעכטיגע בליזזארד, טאמיר א טייל מאדעלס זענען גערעכט קענען מיר ווערען באדעקט מיט 20 אדער 25 אינטשעס, 65 מ.פ.ש. דאס איז נישט קיין joke.
פרייטאג יאנואר 22, 2016 5:03 pm#318602
פיינעל אפדעיט- א גוט שבת
דאס זענען די לעטיסט ווארענונגס . א גוט שבת.
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 7:27 pm#318608
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
Ok, what a surprise, about 24-28 inches on the ground in NYC , snow still falling . Another 4-6 inches over Brooklyn . This looks to be the biggest snowstorm in NYC history. I will do a write up and forecast. Now I need to go out and start cleaning up.


וועטערבאריכט
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 7:27 pm#318609
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
Wow such a snow in Brooklyn omg!
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 7:28 pm#318610
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
בילד
Bands of heavy snow over the city still 4-6 inches possible for a total of around 30 inches !!!


וועטערבאריכט
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 7:51 pm#318612
JFK airport.
IMG_20160123_185030.jpg

#jonasblizzard
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 8:21 pm#318620
איינער קען מאכן א סך הכל פון אלע געגנטער, וויפיל איז געפאלן ביז יעצט אין וואס מען קען ערווארטן אין קומענדע 24 שעה? יישר כח למפרע.
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 8:31 pm#318622
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
uploadfromtaptalk1453595423129.jpg
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 8:32 pm#318623
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
בילד
Amazing bands keep feeding into the city , another 1-2 inches per hour until it snows itself out


וועטערבאריכט
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 8:33 pm#318624
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
איך זעה אלע האקערס פארען ארום דא אין בארא פארק , סאשי אין בעגעלס מוצאי שבת , דאס קען מער בשום אין אופן נישט פארפעלען


וועטערבאריכט
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 8:36 pm#318625
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
פיינעל אמואנטס , די נעשענאל וועטער סערוויס שפילט נאך catch up , איך האלט אז jfk האלט שוין נאנט צו 30 אינטשעס. בילד


וועטערבאריכט
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 8:46 pm#318627
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
נייע אמואנטס אריינגעקומען 7 אזייגער.
סענטרעל פארק- 25.1 inches
לאו גווארדיע-24.5
קענעדי- 27.7
דאס איז 7 עס שנייט נאך בערך 1-2 אינטשעס א שעה


וועטערבאריכט
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 8:47 pm#318628
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
בילד
בילד
וויליאמסבורג 25 אינטשעס !!!


וועטערבאריכט
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 8:57 pm#318630
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
איין זאך וואס איז ממש אמעזינג איז אז דער euro האט געוויזען דער שניי מעפ לעצטע זונטאג נאכט! דערנאך האט עס געשפרינגען ארויף אין אראפ אבער די אמונטס זענען ממש קראנט, לעבען סאוט קווינס אין ברוקלין ווייזט עס 28 אינשטעס אין עס איז טאקע דארט דא 27.7 אינטשעס. בילד


וועטערבאריכט
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 9:15 pm#318634
הוגה האט געשריבן:איינער קען מאכן א סך הכל פון אלע געגנטער, וויפיל איז געפאלן ביז יעצט אין וואס מען קען ערווארטן אין קומענדע 24 שעה? יישר כח למפרע.

דאס איז פון 7 אזייגער :
לעיקוואוד- ארום 18 אינטשעס , אפאר פלאריס יעצט ביז midnight עס איז מער ווייניגער דעריבער .
בארא פארק - ארום 24-26 אינטשעס וואס איך האב געקענט מעסטען , נישט אפיציעל. עס שנייט נאך אין עס קען נאך זיין 2-3 אינטשעס. ענדיגט זיך ביי midnight.
וויליאמסבורג- 25 אינטשעס אפיציעל ריפארט, עס שנייט נאך, אין קען נאך זיין 2-3 אינטשעס . עס ענדיגט זיך ביי midnight.
מאנסי- ארום 18 אינטשעס אין mahwah וואס דאס איז די נענטסטע ריפארט. שניי איז דערנאך, אפאר פלאריס ביז midnight.
קרית יוא-ל: נענסטע ריפארט איז greenville וואס דאס איז אין orange county אין זיי האבען ארום 8 אינטשעס. שניי איז דערנאך.
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 9:33 pm#318637
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
8 אזייגער - 28 אינטשעס jfk


וועטערבאריכט
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 9:33 pm#318638
כי כאשר ירד הגשם והשלג וגו' כן דברי אשר יצא מפי לא ישוב ריקם.

ווען ATUB @וועטערבאריכט ATUB זאגט אז דאס מאל איז ערענסט, איז עס אזוי.

יישר כח פאר די כסדר'דיגע פונקטילכע באריכטן
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 10:15 pm#318652
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
ירח בן יומו האט געשריבן:כי כאשר ירד הגשם והשלג וגו' כן דברי אשר יצא מפי לא ישוב ריקם.

ווען @וועטערבאריכטזאגט אז דאס מאל איז ערענסט, איז עס אזוי.

יישר כח פאר די כסדר'דיגע פונקטילכע באריכטן

א ישר כח , מיין שניי מעפ איז געווען אסאך ווייניגער ווי די עכטע אמואנטס אבער איך האב כאטש אריינגעווארפען די ליינס פאר שבת.
בילד


וועטערבאריכט
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 10:39 pm#318657
מוצאי שבת קודש- פרשת בשלח- וועטערבאריכט
א גוטע וואך, פארשטיי זיך עס איז א ביזי מוצאי שבת, לאמיר גיין גראד צו דער וועטער באריכט.

דא האט איהר די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

מוצאי שבת- שניי ענדיגט זיך איבערנאכט, מיט הויכע ווינטען , נאך 1-2 אינטשעס מעגליך , טאטאלס ארום 30 אינטשעס. ארום 23 דעגריס .
זונטאג - blowing and drifting snow , דערנאך טייל זיניג אין קאלט, ארום 32. קלאר אין קאלט , ארום 25 ביינאכט.
מאנטאג - זיניג אין קאלט, ארום 35 בייטאג. טייל פארוואלקענט אין קאלט , ארום 30.
דינסטאג- טייל פארוואלקענט דערנאך אביסעל רעגען מעגליך נאכמיטאג, ארום 42. לייכטע רעגען ענדיגט זיך , ארום 32 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת-מערסטענס זיניג אין קיל , 35-40 בייטאג , ארום 30 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מוצאי שבת- שניי ענדיגט זיך איבערנאכט, מיט הויכע ווינטען , נאך 1-2 אינטשעס מעגליך , טאטאלס ארום 20 אינטשעס. ארום 20 דעגריס.
זונטאג - blowing and drifting snow , דערנאך טייל זיניג אין קאלט, ארום 35. קלאר אין שטארק קאלט , ארום 16 ביינאכט.
מאנטאג - זיניג אין קאלט, ארום 38 בייטאג. טייל פארוואלקענט אין קאלט , ארום 30.
דינסטאג- טייל פארוואלקענט דערנאך אביסעל רעגען מעגליך נאכמיטאג, ארום 45. לייכטע רעגען ענדיגט זיך , ארום 32 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת-מערסטענס זיניג אין קיל , 35-40 בייטאג , ארום 28 ביינאכט.

וועטער מאנסי אין מאנרא-

מוצאי שבת- שניי פלאריס ענדיגט זיך איבערנאכט, מיט הויכע ווינטען . ארום 18.
זונטאג - טייל זיניג אין קאלט, ארום 30. קלאר אין קאלט , ארום 15 ביינאכט.
מאנטאג - זיניג אין קאלט, ארום 35 בייטאג. טייל פארוואלקענט אין קאלט , ארום 25.
דינסטאג- טייל פארוואלקענט דערנאך אביסעל רעגען מעגליך נאכמיטאג, ארום 42. לייכטע רעגען אדער שניי ענדיגט זיך , ארום 30 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת-מערסטענס זיניג אין קיל , 33-38 בייטאג , ארום 25 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה זונטאג אווענט. א גוט וואך.
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 11:03 pm#318658
Snow amounts at 8:30 pm
Not all are updated check time next to each entry .
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 11:04 pm#318660
באריכטער, ביז ווען פרעדיקסטו וועט די שניי זיין צולאזט? די קומענדיגע פאר טאג קוקן אויס צו זיין זוניג און נישט זייער קאלט.
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 11:16 pm#318663
שמעקעדיג האט געשריבן:באריכטער, ביז ווען פרעדיקסטו וועט די שניי זיין צולאזט? די קומענדיגע פאר טאג קוקן אויס צו זיין זוניג און נישט זייער קאלט.

א דיקע שיכט פון שניי מאכט איהר אייגענע וועטער, נעכט ווערען קעלטער מיט שניי אויפן ערד. מארגען וועט בלייבען ארום פריזינג אבער מיט זון וועט זיך עס אנהויבען צו צולאזען. דער כח פון די זון איז שטערקער ווי אין דעצעמבער. אין מאנטאג רוב פון די וואך וועלען טעגליכע טעמפרעטורס ארויף גיין העכער פריזינג אבער עס איז א slow process ווייל איבערנאכט וועט עס פארפרוירען ווערען .
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 11:16 pm#318664
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
Make sure dryer vents are clear before doing laundry to avoid carbon monoxide backup
Co2 exhausts outside when u do laundry , if there is ice and snow it can't get outside
If your vent is blocked by snow outside you can't use it now
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 11:32 pm#318666
Nyc and other citys got a whole winters worth of snow
.
מוצ"ש יאנואר 23, 2016 11:40 pm#318667
לעצטע בענד האט זיך אפגעשוואכט אין רוקט זיך אוועק פון שטאט.
Cleanup time.
א גוטע וואך אין נאכט.
זונטאג יוני 05, 2016 3:24 pm#336581
אפדעיט
.
זונטאג יוני 05, 2016 5:34 pm#336604
זונטאג אווענט - פרשת במדבר- וועטערבאריכט
א גוטען אווענט, א קאלד פראנט קומט אדורך יעצט אווענט און מיט דעם קומט א שטארקע ליין פון showers און thunderstorms. דער רעגען קען זיין heavy מיט שטארקע ווינטען און האגעל. שפעט ביינאכט וועט זיך דער רעגן ענדיגען. מארגען זעט אויס צו זיין שיין זיניג ווי אויך ווארעם. דינסטאג נאכמיטאג קומט נאך א קאלד פראנט אדורך און דאס קען ברענגען אפאר showers מיט זיך ביז מיטוואך. שיינע זיניגע אבער אביסעל קילערע וועטער וועט אונז באגלייטען ביז פרייטאג. עס זעט אויס מערסטענס זיניג און ווארעם פאר שבת און ערשטע טאג יום טוב.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-
Severe Thunderstorm Watch until 10pm tonight
זונטאג אווענט- פארוואלקענט מיט showers און thunderstorms , שווערע רעגן און הויכע ווינטען מיט האגעל מעגליך. Showers און thunderstorms ענדיגען זיך איבערנאכט , ארום 68 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג און זייער ווארעם , ארום 85 בייטאג , טייל פארוואלקענט ,ארום 68 ביינאכט.
דינסטאג - טייל זיניג א chance פון showers נאכמיטאג, ווארעם , ארום 82 בייטאג. קלאר און קילער , ארום 62 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג מיט א chance פאר showers , מילד , ארום 72 בייטאג. קלאר און קילער , ארום 58 ביינאכט.
דאנערשטאג און פרייטאג-מערסטענס זיניג און מילד , 70-75 בייטאג . קלאר און קיל, ארום 60 ביינאכט.
שבת און זונטאג- מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 80 בייטאג. (א קליינע chance פאר showers מוצאי שבת)מערסטענס קלאר און מילד ,ארום 62 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -
Severe Thunderstorm Watch until 10pm tonight
זונטאג אווענט- פארוואלקענט מיט showers און thunderstorms , שווערע רעגן און הויכע ווינטען מיט האגעל מעגליך. Showers און thunderstorms ענדיגען זיך איבערנאכט , ארום 68 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג און זייער ווארעם , ארום 85 בייטאג , טייל פארוואלקענט ,ארום 68 ביינאכט.
דינסטאג - טייל זיניג א chance פון showers נאכמיטאג, זייער ווארעם , ארום 85 בייטאג. קלאר און קילער , ארום 58 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג מיט א chance פאר showers , מילד , ארום 75 בייטאג. קלאר און קילער , ארום 55 ביינאכט.
דאנערשטאג און פרייטאג-מערסטענס זיניג און מילד ,ארום 75 בייטאג . קלאר און קיל, ארום 58 ביינאכט.
שבת און זונטאג- מערסטענס זיניג און ווארעם,א קליינע chance פאר טעגליכע showers , ארום 80 בייטאג. מערסטענס קלאר און מילד ,ארום 60 ביינאכט.

וועטער מאנסי און מאנרא-

זונטאג אווענט- פארוואלקענט מיט showers און thunderstorms , שווערע רעגן און הויכע ווינטען מיט האגעל מעגליך. Showers און thunderstorms ענדיגען זיך איבערנאכט , ארום 65 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג און ווארעם , ארום 82 בייטאג , טייל פארוואלקענט ,ארום 62 ביינאכט.
דינסטאג - טייל זיניג א chance פון showers נאכמיטאג, ווארעם , ארום 78 בייטאג. קלאר און קילער , ארום 52 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג מיט א chance פאר showers , קילער , ארום 68 בייטאג. קלאר און קילער , ארום 52 ביינאכט.
דאנערשטאג און פרייטאג-מערסטענס זיניג און מילד , 67-72 בייטאג . קלאר און קיל, ארום 55 ביינאכט.
שבת און זונטאג- מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 77 בייטאג. (א קליינע chance פאר showers מוצאי שבת)מערסטענס קלאר און קיל ,ארום 57 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מאנטאג אווענט , א גוטען אווענט .

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך .

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
זונטאג יוני 05, 2016 6:28 pm#336624
איך ווייס נישט אויב מ'האט שוין גערעדט פון דעם דא, אז פארהאן ווי מ'קען לייענען א ענדליכע באריכט טעגליך אין ענגליש?
מאנטאג יוני 06, 2016 7:19 am#336730
מאנטאג טעמפרעטורס
.
מאנטאג יוני 06, 2016 6:36 pm#336818
מאנטאג אווענט-פרשת במדבר-וועטערבאריכט
א גוטען אווענט, היינט איז געווען טריקען זיניג אבער גוט ווארעם. היינט נאכט וועט בלייבען מילד, דינסטאג און מיטוואך קומט אהן א נייע קאלד פראנט וואס קען ברענגען showers אדער thunderstorms פון דינסטאג נאכמיטאג ביז מיטוואך נאכמיטאג. מארגען וועט זיין ווארעם און מער humid אבער ביי מיטוואך וועט ווערען קילער. דאנערשטאג ביז שבת זעט אויס צו זיין שיין זיניג און מילד. מוצאי שבת און זונטאגהקען זיין אפאר showers מיט זיניגע און ווארעמע וועטער פאר מאנטאג די צווייטע טאג יום טוב.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

מאנטאג נאכט- טייל פארוואלקענט און מילד ,ארום 70 ביינאכט.
דינסטאג - טייל זיניג א chance פון showers נאכמיטאג,זייער ווארעם , ארום 85 בייטאג. רעגן ענדיגט זיך מערסטענס פארוואלקענט און קילער , ארום 62 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג מיט א chance פאר showers , קילער , ארום 72 בייטאג. קלאר און קילער , ארום 55 ביינאכט.
דאנערשטאג ביז שבת-מערסטענס זיניג און מילד , ארום 75 בייטאג . קלאר און קיל, ארום 60 ביינאכט.
מוצאי שבת און זונטאג- מערסטענס פארוואלקענט א chance פאר showers , ארום 80 בייטאג ,ארום 62 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג און ווארעם , ארום 80.

וועטער לעקוואוד -

מאנטאג נאכט- טייל פארוואלקענט און מילד ,ארום 68 ביינאכט.
דינסטאג - טייל זיניג א chance פון showers נאכמיטאג,זייער ווארעם , ארום 85 בייטאג. רעגן ענדיגט זיך מערסטענס פארוואלקענט און קילער , ארום 58 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג מיט א chance פאר showers , קילער , ארום 75 בייטאג. קלאר און קילער , ארום 55 ביינאכט.
דאנערשטאג און פרייטאג -מערסטענס זיניג און מילד , ארום 75 בייטאג . קלאר און קיל, ארום 55 ביינאכט.
שבת און זונטאג- מערסטענס פארוואלקענט א chance פאר showers , ארום 80 בייטאג ,ארום 62 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג און ווארעם , ארום 80.

וועטער מאנסי און מאנרא-

מאנטאג נאכט- טייל פארוואלקענט און מילד א קליינע chance פאר showers ,ארום 62 ביינאכט.
דינסטאג - טייל זיניג א chance פון showers נאכמיטאג,זייער ווארעם , ארום 80 בייטאג. רעגן ענדיגט זיך מערסטענס פארוואלקענט און קילער , ארום 55 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג מיט א chance פאר showers , קילער , ארום 67 בייטאג. קלאר און קעלטער , ארום 47 ביינאכט.
דאנערשטאג ביז שבת-מערסטענס זיניג און מילד , ארום 67-72 בייטאג . קלאר און זייער קיל, ארום 45-50 ביינאכט.
מוצאי שבת און זונטאג- מערסטענס פארוואלקענט א chance פאר showers , ארום 76 בייטאג ,ארום 57 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג און ווארעם , ארום 78.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה דינסטאג אווענט , א גוטען אווענט .

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך .

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
דינסטאג יוני 07, 2016 4:53 pm#337023
דינסטאג אווענט- פרשת במדבר- וועטערבאריכט
א גוטען אווענט , א פאר showers זענען מעגליך ביז שפעטער ביינאכט מיט א קאלד פראנט, עס וועט ווערען קילער איבערנאכט. מארגען וועט זיין זיניג אידערפרי אבער א צווייטע און שטערקערע פראנט וועט אדורכקומען נאכמיטאג מיט א בעסערע מעגליכקייט פאר showers און thunderstorms , די קענען ברענגען הויכע ווינטען און האגעל. מיטוואך נאכט וועט ווערען גאנץ קיל. דאנערשטאג ביז שבת וועט דעמאלטס זיין שיין זיניג און מילד. א שוואכע שטורם קען ברענגען אפאר showers פון מוצאי שבת ביז דער ערשטע טאג יום טוב. די צווייטע טאג וועט ווערען זיניג און מילד. קיין שטארק קילע אדער שטארק ווארעמע וועטער זעט נישט אויס צו קומען פאר דער נעקסטע וואך צו 10 טעג.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

דינסטאג נאכט- showers ענדיגען זיך , דערנאך מערסטענס פארוואלקענט און קילער , ארום 62.
מיטוואך- טייל זיניג פארמיטאג , פארוואלקענט מיט א chance פאר showers אדער thunderstorms נאכמיטאג , קען קומען מיט שטארקע ווינטען און האגעל, קילער , ארום 72 בייטאג. קלאר און קילער , ווינטיג ,ארום 55 ביינאכט.
דאנערשטאג ביז שבת-מערסטענס זיניג און מילד , ארום 73-78 בייטאג . קלאר און קיל, ארום 60 ביינאכט.
מוצאי שבת און זונטאג- מערסטענס פארוואלקענט א chance פאר showers , ארום 80 בייטאג ,ארום 62 ביינאכט.
זונטאג נאכט און מאנטאג- טייל זיניג און ווארעם , ארום 78 בייטאג , קלאר ,ארום 60 ביינאכט.
דינסטאג - מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 78 .

וועטער לעקוואוד -

דינסטאג נאכט- showers ענדיגען זיך , דערנאך מערסטענס פארוואלקענט און קילער , ארום 60.
מיטוואך- טייל זיניג פארמיטאג , פארוואלקענט מיט א chance פאר showers אדער thunderstorms נאכמיטאג , קען קומען מיט שטארקע ווינטען און האגעל, קילער , ארום 72 בייטאג. קלאר און קילער , ווינטיג ,ארום 52 ביינאכט.
דאנערשטאג ביז שבת-מערסטענס זיניג און מילד , ארום 75-80 בייטאג . קלאר און קיל, ארום 55 ביינאכט.
מוצאי שבת און זונטאג- מערסטענס פארוואלקענט א chance פאר showers , ארום 80 בייטאג ,ארום 65 ביינאכט.
זונטאג נאכט און מאנטאג- טייל זיניג און ווארעם , ארום 78 בייטאג , קלאר ,ארום 58 ביינאכט.
דינסטאג - מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 80 .

וועטער מאנסי און מאנרא-

דינסטאג נאכט- showers ענדיגען זיך , דערנאך מערסטענס פארוואלקענט און קילער , ארום 55.
מיטוואך- טייל זיניג פארמיטאג , פארוואלקענט מיט א chance פאר showers אדער thunderstorms נאכמיטאג , קען קומען מיט שטארקע ווינטען און האגעל, קילער , ארום 67 בייטאג. קלאר און שטארק קילער , ווינטיג ,ארום 48 ביינאכט.
דאנערשטאג ביז שבת-מערסטענס זיניג און מילד , ארום 70-75 בייטאג . קלאר און זייער קיל, ארום 50 ביינאכט.
מוצאי שבת און זונטאג- מערסטענס פארוואלקענט א chance פאר showers , ארום 76 בייטאג ,ארום 57 ביינאכט.
זונטאג נאכט און מאנטאג- טייל זיניג און מילד , ארום 74 בייטאג , ארום 50 ביינאכט.
דינסטאג - מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 78 .

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מיטוואך אווענט , א גוטע נאכט .

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך .

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
דינסטאג יוני 07, 2016 4:54 pm#337025
.
.
דינסטאג יוני 07, 2016 5:01 pm#337028
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
איר זענט א צדיק פון א איד.
בכלל 'וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור באמונה הקב"ה ישלם שכרם וכו'
מיטוואך יוני 08, 2016 6:57 pm#337270
מיטוואך אווענט - פרשת במדבר- וועטערבאריכט
א גוטען אווענט , היינט איז געווען אן אינטראסאנטע טאג לגבי דער וועטער, אנגעהויבען זיניג און מילד, עס האט פיין גערעגנט מיט שטארק קילע טעמפרעטורס פאר א פאר שעה, די זון איז דערנאך ארויס אבער עס איז געבליבען קיל אינדרויסען. היינט נאכט וועט ווערען גוט קיל אין שטאט און שטארק קיל אפסטעיט . עס זעט אויס ווי אינז באקומען מיר א שיינע שטרעק פון וועטער מיט זון און טעמפרעטורס אין די 70s פון מארגען ביז נעקסטען מיטוואך. אויף מוצאי שבת און דער ערשטער טאג יום טוב איז מעגליך צו זען אפאר showers. אויסער דעם זעט אויס ווי א הערליכער וואך פון וועטער קומט .

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

מיטוואך נאכט- קלאר און קילער , זייער ווינטיג ,ארום 55 ביינאכט.
דאנערשטאג - זיניג , ווינטיג און מילד, ארום 75 בייטאג. קלאר און קיל , ארום 55 ביינאכט.
פרייטאג און שבת-מערסטענס זיניג און מילד , ארום 75-80 בייטאג . קלאר און קיל, ארום 60 ביינאכט.
מוצאי שבת- מערסטענס פארוואלקענט מיט showers מעגליך , ארום 65.
זונטאג און מאנטאג - מערסטענס זיניג און מילד , 75-80 בייטאג ,ארום 62 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך - מערסטענס זיניג און ווארעם, 78-82 בייטאג, ארום 62 ביינאכט .

וועטער לעקוואוד -

מיטוואך נאכט- קלאר און שטארק קילער , זייער ווינטיג ,ארום 50 ביינאכט.
דאנערשטאג - זיניג , ווינטיג און מילד, ארום 75 בייטאג. קלאר און קיל , ארום 50 ביינאכט.
פרייטאג און שבת-מערסטענס זיניג און מילד , ארום 75-80 בייטאג . קלאר און קיל, ארום 55 ביינאכט.
מוצאי שבת- מערסטענס פארוואלקענט מיט showers מעגליך , ארום 65.
זונטאג און מאנטאג - מערסטענס זיניג און מילד , 78-82 בייטאג ,ארום 60 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך - מערסטענס זיניג און ווארעם, 78-82 בייטאג, ארום 60 ביינאכט .

וועטער מאנסי און מאנרא-

מיטוואך נאכט- קלאר און שטארק קילער , זייער ווינטיג ,ארום 45 ביינאכט.
דאנערשטאג - זיניג , ווינטיג און מילד, ארום 70 בייטאג. קלאר און קיל , ארום 47 ביינאכט.
פרייטאג און שבת-מערסטענס זיניג און מילד , ארום 75 בייטאג . קלאר און קיל, ארום 50 ביינאכט.
מוצאי שבת- מערסטענס פארוואלקענט מיט showers מעגליך , ארום 60.
זונטאג און מאנטאג - מערסטענס זיניג און מילד , ארום 75 בייטאג ,ארום 52 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך - מערסטענס זיניג און ווארעם, 75-80 בייטאג, ארום 55 ביינאכט .

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה דאנערשטאג אווענט , א גוטע נאכט .

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך .

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
דאנערשטאג יוני 09, 2016 7:25 pm#337491
דאנערשטאג אווענט - פרשת במדבר- וועטערבאריכט
א גוטען אווענט , גאר א שיינע אבער ווינטיגע טאג איז אדורך און מער פיינע וועטער קומט פאר שבת , יום טוב און נעקסטע וואך. איין צייט וואס עס קען יא רעגענען איז שבת נאכמיטאג שבת ביז זונטאג צופרי. עס מיינט נישט אז איבעראל וועט עס רעגענען, די בעסערע chances זענען אפסטעיט , די רעגן איז פון א פרישע קאלד פראנט. אויסער דעם איז דער וועטער גאנץ פשוט, זיניג און מילד צו ווארעם, מען קען ניצען עיר קאנדישען בייטאג אבער מיט ווייניג humidity יעדער טאג וועט עס נישט פילען צו ווארעם. מאנטאג קען זיין מיט אפאר גראד קילער. רוב נעכט וועלען זיין קיל , ספעציעל אפסטעיט. עס וועט זיך ציביסעלעך אנווארעמען די ענדע פון נעקסטע וואך.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

דאנערשטאג נאכט -קלאר און קיל ,ווינטיג , ארום 55.
פרייטאג-מערסטענס זיניג און מילד , ארום 77 בייטאג . קלאר און קיל, ארום 60 ביינאכט.
שבת- טייל זיניג פארמיטאג , מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers אדער thunderstorms נאכמיטאג . ווארעם , ארום 80.
מוצאי שבת- מערסטענס פארוואלקענט מיט showers אדער thunderstorms מעגליך , מילד ,ארום 68.
זונטאג- א׳ שבועות- מערסטענס זיניג און ווארעם , ארום 82 בייטאג , קלאר און קילער ,ארום 62 ביינאכט.
מאנטאג-ב׳ שבועות- מערסטענס זיניג און מילד, ווינטיג, ארום 78 בייטאג. קלאר און קיל , ארום 60 ביינאכט.
דינסטאג ביז דאנערשטאג - מערסטענס זיניג און אביסעל ווארעמער יעדער טאג , 80-85 בייטאג, קלאר און מילד ,ארום 65 ביינאכט .

וועטער לעקוואוד -

דאנערשטאג נאכט -קלאר און קיל ,ווינטיג , ארום 52.
פרייטאג-מערסטענס זיניג און מילד , ארום 77 בייטאג . קלאר און קיל, ארום 55 ביינאכט.
שבת- טייל זיניג פארמיטאג , מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers אדער thunderstorms נאכמיטאג, ווארעם , ארום 82.
מוצאי שבת- מערסטענס פארוואלקענט מיט showers אדער thunderstorms מעגליך , מילד ,ארום 68.
זונטאג- א׳ שבועות- א קליינער chance פאר רעגן פארטאגס ,דערנאך מערסטענס זיניג און זייער ווארעם , ארום 85 בייטאג , קלאר און קילער ,ארום 60 ביינאכט.
מאנטאג-ב׳ שבועות- מערסטענס זיניג און מילד, ווינטיג, ארום 80 בייטאג. קלאר און קיל , ארום 60 ביינאכט.
דינסטאג ביז דאנערשטאג - מערסטענס זיניג און אביסעל ווארעמער יעדער טאג , 80-85 בייטאג, קלאר און מילד ,ארום 65 ביינאכט .

וועטער מאנסי און מאנרא-

דאנערשטאג נאכט -קלאר און קיל ,ווינטיג , ארום 48.
פרייטאג-מערסטענס זיניג און מילד , ארום 74 בייטאג . קלאר און קיל, ארום 50 ביינאכט.
שבת- טייל זיניג פארמיטאג , מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers אדער thunderstorms נאכמיטאג , ווארעם , ארום 76.
מוצאי שבת- מערסטענס פארוואלקענט מיט showers אדער thunderstorms מעגליך , מילד ,ארום 62.
זונטאג- א׳ שבועות- מערסטענס זיניג און ווארעם , ארום 78 בייטאג , קלאר און קילער ,ארום 55 ביינאכט.
מאנטאג-ב׳ שבועות- מערסטענס זיניג און מילד, ווינטיג, ארום 72 בייטאג. קלאר און קיל , ארום 55 ביינאכט.
דינסטאג ביז דאנערשטאג - מערסטענס זיניג און אביסעל ווארעמער יעדער טאג , 75-80 בייטאג, קלאר און מילד ,ארום 60 ביינאכט .

קעטצקיל בערג-

דאנערשטאג נאכט -קלאר און שטארק קיל ,ווינטיג , ארום 42.
פרייטאג-מערסטענס זיניג און מילד , ארום 70 בייטאג . קלאר און זייער קיל, ארום 45 ביינאכט.
שבת- טייל זיניג פארמיטאג , מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers אדער thunderstorms נאכמיטאג , מילד , ארום 74.
מוצאי שבת- מערסטענס פארוואלקענט מיט showers אדער thunderstorms מעגליך , מילד ,ארום 58.
זונטאג- א׳ שבועות- מערסטענס זיניג און ווארעם , ארום 75 בייטאג , קלאר און קילער ,ארום 50 ביינאכט.
מאנטאג-ב׳ שבועות- מערסטענס זיניג און קילער, ווינטיג, ארום 68 בייטאג. קלאר און קיל , ארום 50 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מוצאי יום טוב, א גוטע נאכט , גוט שבת און א גוט יום טוב .

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך .

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
מאנטאג יוני 13, 2016 10:27 pm#337617
מוצאי שבועות - וועטער באריכט
א גוטע וואך , א געזונטער זוממער. צום סוף איז געווען א שטארקע קאנטראסט פון שטארק ווארעמע און humid וועטער אויף שבת און מוצאי שבת מיט טעמפרעטורס נאנט צו 90 אין שטאט אסאך העכער ווי גערעכנט. א שטארקע ווארעמע און humid לופט מאסע איז אריינגעקומען אין פארנט פון דער קאלד פראנט שפעט שבת און מוצאי שבת , זונטאג פארמיטאג איז געווארען טרוקען מיט ווארעמע אבער שטארק ווינטיגע וועטער מיט דער קאלד פראנט און היינט איז שוין געווען א סאך שענער , ווינטיג און קילער. אין אפסטעיט איז קוים געווען אין די 60s היינט.
די וועטער פאר די נעקסטע וואך זעט אויס צו בלייבען מערסטענס זיניג און מער נארמאל מיט טעמפרעטורס נאנט צו 80 א יעדער טאג. פון דאנערשטאג נאכמיטאג ביז פרייטאג נאכמיטאג קען זיין אפאר showers. פון שבת ביז מאנטאג ווערט צירוק זיניג און ווארעם.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

מוצאי יום טוב- קלאר און קיל ,ווינטיג , ארום 60.
דינסטאג און מיטוואך - מערסטענס זיניג און ווארעם , ארום 80 בייטאג, קלאר און מילד ,ארום 65 ביינאכט .
דאנערשטאג און פרייטאג- מערסטענס פארוואלקענט מיט אפאר showers מעגליך , 75-80 בייטאג
ארום 65 ביינאכט.
שבת ביז מאנטאג- מערסטענס זיניג און ווארעם , 78-82 בייטאג . מערסטענס קלאר און קיל , ארום 65 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מוצאי יום טוב- קלאר און קיל ,ווינטיג , ארום 55.
דינסטאג און מיטוואך - מערסטענס זיניג און ווארעם , ארום 80 בייטאג, קלאר און מילד ,ארום 60 ביינאכט .
דאנערשטאג און פרייטאג- מערסטענס פארוואלקענט מיט אפאר showers מעגליך , 75-80 בייטאג
ארום 62 ביינאכט.
שבת ביז מאנטאג- מערסטענס זיניג און ווארעם , 78-82 בייטאג . מערסטענס קלאר און קיל , ארום 62 ביינאכט.

וועטער מאנסי און מאנרא-

מוצאי יום טוב- קלאר און קיל ,ווינטיג , ארום 48.
דינסטאג און מיטוואך - מערסטענס זיניג און ווארעם , 75-80 בייטאג, קלאר און קיל,ארום 55 ביינאכט.
דאנערשטאג און פרייטאג- מערסטענס פארוואלקענט מיט אפאר showers מעגליך , 75-80 בייטאג
ארום 60 ביינאכט.
שבת ביז מאנטאג- מערסטענס זיניג און ווארעם , 78-82 בייטאג . מערסטענס קלאר און קיל , ארום 60 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה דינסטאג אווענט , א גוטע וואך און א געזונטער זוממער.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך .

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
דינסטאג יוני 14, 2016 5:19 pm#337736
דינסטאג אווענט- פרשת נשא-וועטערבאריכט
א גוטען אווענט ,געהעריגע זוממערדיגע וועטער פאטטערן קומט פאר די נעקסטע 7-10 טעג. עס זעט אויס צו זיין מערסטענס זיניג מארגען און אויך פון שבת ביז נעקסטע מאנטאג. עס איז דא chances פאר showers פון מיטוואך נאכט ביז פרייטאג נאכמיטאג אבער עס וועט נישט זיין אן all day rain בכלל. אויסער דעם וועלען טעמפרעטורס ארויפקריכען פון ארום 80 די וואך צו די מיטטעלע אדער העכערע 80s ביי נעקסטע וואך.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

דינסטאג נאכט- קלאר און מילד, ארום 65 .
מיטוואך - מערסטענס זיניג און ווארעם , ארום 80 בייטאג, פארוואלקענט און מילד ,א shower איז מעגליך ,ארום 67 ביינאכט .
דאנערשטאג און פרייטאג- מערסטענס פארוואלקענט מיט אפאר showers מעגליך , ארום 78 בייטאג
ארום 65 ביינאכט.
פרייטאג צונאכטס- טייל פארוואלקענט און מילד, ארום 65.
שבת און זונטאג- מערסטענס זיניג און ווארעם ,ארום 80 בייטאג . מערסטענס קלאר און מילד , ארום 65 ביינאכט.
מאנטאג-מערסטענס זיניג און זייער ווארעם, ארום 85 בייטאג. טייל פארוואלקענט און מילד, ארום 70.
דינסטאג- טייל זיניג מיט אפאר showers נאכמיטאג , זייער ווארעם, ארום 85.

וועטער לעקוואוד -

דינסטאג נאכט- קלאר און מילד, ארום 55 .
מיטוואך - מערסטענס זיניג און ווארעם , ארום 80 בייטאג, פארוואלקענט און מילד ,א shower איז מעגליך ,ארום 62 ביינאכט .
דאנערשטאג און פרייטאג- מערסטענס פארוואלקענט מיט אפאר showers מעגליך , ארום 78 בייטאג
ארום 62 ביינאכט.
פרייטאג צונאכטס- טייל פארוואלקענט און קיל, ארום 60.
שבת און זונטאג- מערסטענס זיניג און ווארעם ,ארום 78 בייטאג . מערסטענס קלאר און מילד , ארום 60 ביינאכט.
מאנטאג-מערסטענס זיניג און זייער ווארעם, ארום 85 בייטאג. טייל פארוואלקענט און מילד, ארום 65.
דינסטאג- טייל זיניג מיט אפאר showers נאכמיטאג , זייער ווארעם, ארום 85.

וועטער מאנסי און מאנרא-

דינסטאג נאכט- קלאר און קיל, ארום 50 .
מיטוואך - מערסטענס זיניג און ווארעם , ארום 82 בייטאג, פארוואלקענט און מילד ,א shower איז מעגליך ,ארום 62 ביינאכט .
דאנערשטאג און פרייטאג- מערסטענס פארוואלקענט מיט אפאר showers מעגליך , 75-80 בייטאג
ארום 60 ביינאכט.
פרייטאג צונאכטס- טייל פארוואלקענט און קילער, ארום 55.
שבת און זונטאג- מערסטענס זיניג און ווארעם ,ארום 80 בייטאג . מערסטענס קלאר און מילד , ארום 60 ביינאכט.
מאנטאג-מערסטענס זיניג און זייער ווארעם, ארום 85 בייטאג. טייל פארוואלקענט און מילד, ארום 70.
דינסטאג- טייל זיניג מיט אפאר showers נאכמיטאג , זייער ווארעם, ארום 85.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מיטוואך אווענט, א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך .

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
מיטוואך יוני 15, 2016 7:17 am#337787
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
אפדעיט- ווי עס איז שוין געשען אפאר מאל דאס יאר, די וועטער מאדעלס קומען אריין צו קיל, היינט זעט אויס צו ווערען ווארעמער ווי פריער גערעכנט. עס קען זיין ארום 85 אפסטעיט צו ארום 88 אין שטאט ווי אויך לעיקוואוד.
א גוטען טאג.


וועטערבאריכט
מיטוואך יוני 15, 2016 6:03 pm#337847
מיטוואך אווענט-פרשת נשא-וועטערבאריכט
א גוטען אווענט ,עס וועט ווערען מער פארוואלקענט איבערנאכט מיט chances פאר showers ספעציעל מארגען פארמיטאג. יעצט זעט אויס אז פון די שטאט און אויך אפסטעיט ווערט שענער און מערסטענס זיניג פאר פרייטאג ביז נעקסטע דינסטאג. ווייטער סאוט אין לעיקוואד קען עס נעמען ביז פרייטאג צונאכטס פאר די showers ארויסצוגיין. עס וועט זיין נארמאל ווארעם פרייטאג ביז זונטאג , אבער ווערען זייער ווארעם פאר מאנטאג און דינסטאג. א קאלד פראנט קען ברענגען פרישע מעגליכקייטען פאר רעגן דינסטאג און מיטוואך.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

מיטוואך נאכט-פארוואלקענט און מילד ,א shower איז מעגליך ,ארום 68.
דאנערשטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט אפאר showers מעגליך ספעציעל פארמיטאג, ארום 75 בייטאג , מערסטענס פארוואלקענט און קילער, ארום 62 ביינאכט.
פרייטאג -טייל זיניג און ווארעם, ארום 80. טייל פארוואלקענט און קיל, ארום 60.
שבת און זונטאג- מערסטענס זיניג און ווארעם ,ארום 82 בייטאג . מערסטענס קלאר און מילד , ארום 65 ביינאכט.
מאנטאג-מערסטענס זיניג און זייער ווארעם, ארום 90 בייטאג. טייל פארוואלקענט און מילד, ארום 70.
דינסטאג און מיטוואך- טייל זיניג מיט אפאר showers מעגליך , זייער ווארעם,אין די 80s בייטאג.
ארום 70 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מיטוואך נאכט-פארוואלקענט און מילד ,א shower איז מעגליך ,ארום 65.
דאנערשטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט אפאר showers מעגליך ספעציעל פארמיטאג, ארום 75 בייטאג , מערסטענס פארוואלקענט און קילער, ארום 60 ביינאכט.
פרייטאג -טייל זיניג און ווארעם, showers מעגליך , ארום 80. טייל פארוואלקענט און קילער, ארום 55.
שבת און זונטאג- מערסטענס זיניג און ווארעם ,ארום 82 בייטאג . מערסטענס קלאר און קיל , ארום 55 ביינאכט.
מאנטאג-מערסטענס זיניג און זייער ווארעם, ארום 88 בייטאג. טייל פארוואלקענט און מילד, ארום 70.
דינסטאג און מיטוואך- טייל זיניג מיט אפאר showers מעגליך , זייער ווארעם,אין די 80s בייטאג.
ארום 68 ביינאכט.

וועטער מאנסי און מאנרא-

מיטוואך נאכט-פארוואלקענט און מילד ,א shower איז מעגליך ,ארום 62.
דאנערשטאג-מערסטענס פארוואלקענט מיט אפאר showers מעגליך ספעציעל פארמיטאג, ארום 78 בייטאג , מערסטענס פארוואלקענט און קילער, ארום 55 ביינאכט.
פרייטאג -טייל זיניג און ווארעם, ארום 80. טייל פארוואלקענט און קיל, ארום 60.
שבת און זונטאג- מערסטענס זיניג און ווארעם ,80-85 בייטאג . מערסטענס קלאר און מילד , ארום 55 ביינאכט.
מאנטאג-מערסטענס זיניג און זייער ווארעם, ארום 90 בייטאג. טייל פארוואלקענט און מילד, ארום 65.
דינסטאג און מיטוואך- טייל זיניג מיט אפאר showers מעגליך , זייער ווארעם,אין די 80s בייטאג.
ארום 62 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה דאנערשטאג אווענט, א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך .

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
דאנערשטאג יוני 16, 2016 4:52 pm#338003
דאנערשטאג אווענט - פרשת נשא- וועטערבאריכט
א גוטען אווענט ,אפאר לייכטע רעגן showers זענען ארויס אין ים און צו אינזער סאוט היינט נאכמיטאג. שיינע וועטער מיט א קענעדיען היי פרעשור קומט צו גיין פאר די נעקסטע פאר טאג. מיט ווינטען פון די איסט און נארטאיסט קען זיין אביסעל קילער אין שטאט און לעבען די ים ווי למשל אפסטעיט. די נעקסטע מעגליכקייט פאר רעגן קומט מאנטאג נאכט און דינסטאג מיט א שטורם וואס קען זיך אפשטעלען און ברענגען אסאך רעגן אדער אדורכגיין שנעל מיט אפאר showers . עס איז נאך צו פרי דאס פונקליך צו וויסען. ביי מיטוואך און דאנערשטאג ווערט זיניג און ווייטער נארמאל ווארעם.
די נייער נעשענאל וועטער סערוויס לאנג רענד׳ג פראדיקטשען ווייזט אז א ווארעמער ווי נארמאלער זוממער קומט , מ׳מער זען אי״ה.

דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

דאנערשטאג נאכט- מערסטענס פארוואלקענט און קילער, ארום 62 ביינאכט.
פרייטאג -טייל זיניג און ווארעם, ארום 80. טייל פארוואלקענט און קיל, ארום 60.
שבת ביז מאנטאג- מערסטענס זיניג און ווארעם ,ארום 82 בייטאג . מערסטענס קלאר און מילד , ארום 65 ביינאכט.
דינסטאג - מערסטענס פארוואלקענט מיט רעגן אדער showers מעגליך, ארום 85 בייטאג. ארום 70 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג-טייל זיניג און ווארעם, ארום 80 בייטאג. ארום 65 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

דאנערשטאג נאכט- מערסטענס פארוואלקענט און קילער, ארום 58 ביינאכט.
פרייטאג -טייל זיניג און ווארעם, ארום 78. טייל פארוואלקענט און גאנץ קיל, ארום 55.
שבת ביז מאנטאג- מערסטענס זיניג און ווארעם ,ארום 82 בייטאג . מערסטענס קלאר און קיל , ארום 57 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך - מערסטענס פארוואלקענט מיט רעגן אדער showers מעגליך, ארום 85 בייטאג. ארום 70 ביינאכט.
דאנערשטאג-טייל זיניג און ווארעם, ארום 80 בייטאג. ארום 65 ביינאכט.

וועטער מאנסי און מאנרא-

דאנערשטאג נאכט- מערסטענס פארוואלקענט און קילער, ארום 58 ביינאכט.
פרייטאג -טייל זיניג און ווארעם, ארום 80. טייל פארוואלקענט און גאנץ קיל, ארום 55.
שבת ביז מאנטאג- מערסטענס זיניג און ווארעם ,80-85 בייטאג . מערסטענס קלאר און קיל , ארום 60 ביינאכט.
דינסטאג - מערסטענס פארוואלקענט מיט רעגן אדער showers מעגליך, ארום 85 בייטאג. ארום 65 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג-טייל זיניג און ווארעם, ארום 80 בייטאג. ארום 60 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה זונטאג אווענט , א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך .

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
זונטאג יוני 19, 2016 12:12 am#338204
מוצאי שבת קודש-פרשת נשא- וועטערבאריכט
א גוטע וואך , זיניגע און גאנץ ווארעמע וועטער וועט בלייבען פאר די ערשטע העלפט פון די וואך. עס קען זיין אפאר showers ארום דינסטאג אבער דאס וועט אויך ברענגען העכערע humidity . מיטוואך ביז שבת וועט ווערען זיניג טרוקען און בלייבען ווארעם.


דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

מוצאי שבת קודש-מערסטענס קלאר און מילד, ארום 68.
זונטאג און מאנטאג- מערסטענס זיניג און זייער ווארעם ,83-88 בייטאג . מערסטענס קלאר און מילד , 65-70 ביינאכט.
דינסטאג - מערסטענס פארוואלקענט מיט רעגן אדער showers מעגליך, ארום 88 בייטאג. ארום 70 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת-טייל זיניג און ווארעם, ארום 80 בייטאג. ארום 65 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מוצאי שבת קודש-מערסטענס קלאר און קיל, ארום 55.
זונטאג און מאנטאג- מערסטענס זיניג און זייער ווארעם ,85-90 בייטאג . מערסטענס קלאר און מילד , 60-65 ביינאכט.
דינסטאג - מערסטענס פארוואלקענט מיט רעגן אדער showers מעגליך, ארום 88 בייטאג. ארום 65 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת-טייל זיניג און ווארעם, ארום 80 בייטאג. ארום 60 ביינאכט.

וועטער מאנסי און מאנרא-

מוצאי שבת קודש-מערסטענס קלאר און קיל, ארום 57.
זונטאג און מאנטאג- מערסטענס זיניג און זייער ווארעם ,ארום 88 בייטאג . מערסטענס קלאר און מילד ,ארום 60 ביינאכט.
דינסטאג - מערסטענס פארוואלקענט מיט רעגן אדער showers מעגליך, ארום 85 בייטאג. ארום 60 ביינאכט.
מיטוואך ביז שבת-טייל זיניג און ווארעם, 75-80 בייטאג. ארום 55-60 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה זונטאג אווענט , א גוטע וואך.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״. איך בעט נישט קיין געלט ,איך טוה עס לטובת הציבור, אבער כח און מיה גייט אריין אין די וועטערבאריכטען טעגליך .

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
זונטאג יוני 19, 2016 2:04 pm#338253
אפדעיט
היינט איז איינע פון די טעג וואס עס וועט זיין קילער לעבען די וואסער מיט א ווינטעל פון די סאוט/סוטאיסט. ביי 2 אזייגער איז 77 אין קענעדי עירפארט וואס איז הארט ביים וואסער, 79 אין בארא פארק נאך א היי פון 84, אבער אין מענהטען, סענטרעל פארק איז יעצט 84 נאך א היי פון 87 . אפסטעיט איז גוט ווארעם ארום 88 אין קרית יוא-ל און מאנסי, און מאנטיסעלא איז שוין 85. נאכמיטאג וועלען טעמפרעטורס בלייבען נאנט צו 80 ביי די וואסער , און נאנט צו 90 אפסטעיט.
זונטאג יוני 19, 2016 4:54 pm#338277
זונטאג אווענט-פרשת בהעלותך- וועטערבאריכט
א גוטען אווענט, היינט איז געווען א ווארעמע טאג אבער מיט א ווינטעל פונעם ים איז עס נישט געווען צו הייס אין שטאט, אפסטעיט איז יא געווען נאנט צו 90. מארגען זעט אויס ענדליך מיט ווארעמע וועטער אין שטאט און זייער ווארעם אפסטעיט. מאנטאג נאכט און דינסטאג קומט אדורך א קאלד פראנט מיט מעגליכע showers אדער א thunderstorm , דינסטאג מיט א וועסט ווינט קען זיין הייס איבעראל. די איבעריגע וואך וועט זיין מערסטענס זיניג , אויסער אפאר showers אפשר דאנערשטאג , עס וועט בלייבען נאנט צו נארמאל לגבי די טעמפרעטורס. קיין גרויסע רעגן , אדער היצען זעהן זיך נישט אויפן האריזאנט דערווייל.


דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

זונטאג נאכט-מערסטענס קלאר און מילד, ארום 65.
מאנטאג- מערסטענס זיניג און זייער ווארעם ,ארום 85 בייטאג , קילער נאכמיטאג. מערסטענס פארוואלקענט און מילד , א chance פאר showers אדער thunderstorms פארטאגס, ארום 70 .
דינסטאג - מערסטענס פארוואלקענט מיט showers אדער thunderstorms מעגליך אינדערפרי,זייער ווארעם נאכמיטאג , ארום 88 בייטאג. מערסטענס קלאר און מילד, ארום 70 ביינאכט.
מיטוואך ביז זונטאג -טייל זיניג און ווארעם, ( אפאר showers מעגליך דאנערשטאג )80-85 בייטאג. מערסטענס קלאר אין מילד ,ארום 65 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

זונטאג נאכט-מערסטענס קלאר און מילד, ארום 60.
מאנטאג- מערסטענס זיניג און זייער ווארעם ,ארום 85 בייטאג , קילער נאכמיטאג. מערסטענס פארוואלקענט און מילד , א chance פאר showers אדער thunderstorms פארטאגס, ארום 70 .
דינסטאג - מערסטענס פארוואלקענט מיט showers אדער thunderstorms מעגליך אינדערפרי,זייער ווארעם נאכמיטאג , ארום 90 בייטאג. מערסטענס קלאר און מילד, ארום 65 ביינאכט.
מיטוואך ביז זונטאג -טייל זיניג און ווארעם, ( אפאר showers מעגליך דאנערשטאג )80-85 בייטאג. מערסטענס קלאר אין מילד ,ארום 62 ביינאכט.

וועטער מאנסי און מאנרא-

זונטאג נאכט-מערסטענס קלאר און מילד, ארום 60.
מאנטאג- מערסטענס זיניג און זייער ווארעם ,ארום 87 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און מילד , א chance פאר showers אדער thunderstorms פארטאגס, ארום 65 .
דינסטאג - מערסטענס פארוואלקענט מיט showers אדער thunderstorms מעגליך אינדערפרי,זייער ווארעם נאכמיטאג , ארום 86 בייטאג. מערסטענס קלאר און קילער ,ארום 55 ביינאכט.
מיטוואך ביז זונטאג -טייל זיניג און ווארעם, ( אפאר showers מעגליך דאנערשטאג )80-85 בייטאג. מערסטענס קלאר אין מילד ,ארום 60 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מאנטאג אווענט , א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״.

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
מאנטאג יוני 20, 2016 10:42 pm#338487
מאנטאג אווענט- פרשת בהעלותך- וועטערבאריכט
א גוטען אווענט, אנטשולדיגס איך בין געווען פארנומען היינט אווענט, לאמיר גיין גלייך צו די וועטערבאריכט.


דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי-

מאנטאג נאכט- מערסטענס פארוואלקענט און מילד , א chance פאר showers אדער thunderstorms פארטאגס, ארום 68 .
דינסטאג - מערסטענס פארוואלקענט מיט showers אדער thunderstorms מעגליך ספעציעל אינדערפרי,זייער ווארעם נאכמיטאג , ארום 88 בייטאג. מערסטענס קלאר און מילד, ארום 65 ביינאכט.
מיטוואך-זיניג און זייער ווארעם, ארום 86 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers, ארום 65 ביינאכט.
דאנערשטאג- פארוואלקענט מיט showers און thunderstorms, ארום 80 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט , רעגן ענדיגט זיך איבערנאכט. ארום 65.
פרייטאג ביז זונטאג -טייל זיניג און ווארעם, 80-85 בייטאג ,מערסטענס קלאר אין מילד , 65-70 ביינאכט.
מאנטאג- טייל פארוואלקענט , א chance פאר א shower. ארום 82.

וועטער לעקוואוד -

מאנטאג נאכט- מערסטענס פארוואלקענט און מילד , א chance פאר showers אדער thunderstorms פארטאגס, ארום 68 .
דינסטאג - מערסטענס פארוואלקענט מיט showers אדער thunderstorms מעגליך ספעציעל אינדערפרי,זייער ווארעם נאכמיטאג , ארום 88 בייטאג. מערסטענס קלאר און מילד, ארום 62 ביינאכט.
מיטוואך-זיניג און זייער ווארעם, ארום 86 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers, ארום 65 ביינאכט.
דאנערשטאג- פארוואלקענט מיט showers און thunderstorms, ארום 82 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט , רעגן ענדיגט זיך איבערנאכט. ארום 62.
פרייטאג ביז זונטאג -טייל זיניג און ווארעם, 80-85 בייטאג ,מערסטענס קלאר אין מילד , 60-65 ביינאכט.
מאנטאג- טייל פארוואלקענט , א chance פאר א shower,ארום 82.

וועטער מאנסי און מאנרא-

מאנטאג נאכט- מערסטענס פארוואלקענט און מילד , א chance פאר showers אדער thunderstorms פארטאגס, ארום 62 .
דינסטאג - מערסטענס פארוואלקענט מיט showers אדער thunderstorms מעגליך ספעציעל אינדערפרי,זייער ווארעם נאכמיטאג , ארום 82 בייטאג. מערסטענס קלאר און קיל, ארום 55 ביינאכט.
מיטוואך-זיניג און זייער ווארעם, ארום 80 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers, ארום 58 ביינאכט.
דאנערשטאג- פארוואלקענט מיט showers און thunderstorms, ארום 75 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט , רעגן ענדיגט זיך איבערנאכט. ארום 55.
פרייטאג ביז זונטאג -טייל זיניג און ווארעם, 80-85 בייטאג ,מערסטענס קלאר אין מילד ,ארום 62 ביינאכט.
מאנטאג- טייל פארוואלקענט , א chance פאר א shower, ארום 85.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה דינסטאג אווענט , א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״.

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
דינסטאג יוני 21, 2016 4:37 pm#338551
דינסטאג אווענט- פרשת בהעלותך- וועטערבאריכט
א גוטען אווענט, א ווארעמע אבער מערסטענס טרוקענע טאג איז אדורך היינט, אינטרעסאנט אז די לעצטע פאר חודשים וואס אפילו ווען די וועטער מאדעלס ווייזען א מעגליכקייט פאר רעגן ענדיגט זיך עס מיט גארנישט אדער מיט אסאך ווייניגער ווי פארגעריכט. ספרינג איז געווען אסאך מער טרוקען ווי נארמאל און דאס קען אויך מיינען א ווארעמע און טרוקענע זוממער. אמאל אבער טוישט זיך די פאטטערן פאר די זוממער חדשים אדער א טראפיקעל שטורם קומט און איז משלים די רעגן דעפעציט אין אפאר טעג.
דערווייל וועט ווערען אביסעל קילער איבערנאכט. מארגען וועט זיין ענדליך צו היינט זייער ווארעם אבער מיט low humidity. דאנערשטאג זעט אויס ווי א warm front און א קאלד פראנט קומען אדורך דאס קען ברענגען א שטארקע מעגליכקייט פאר רעגן וואס קען זיין heavy דאנערשטאג. פרייטאג ביז מאנטאג זען אויס צו זיין זיניג מיט אביסעל העכערע טעמפרעטורס יעדער טאג. ביי דינסטאג קען די נעקסטע קאלד פראנט אנקומען מיט showers.

נ.ב. איך וועל בעזהי״ת אנהויבען צו שרייבען א באריכט פאר די קעטצקילס אנהויבענדיג פרשת שלח.


דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי

מערסטענס קלאר און מילד, ארום 68.
מיטוואך-מערסטענס זיניג און זייער ווארעם, ארום 86 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר showers, ארום 70 ביינאכט.
דאנערשטאג- פארוואלקענט מיט showers און thunderstorms שטארק מעגליך, ארום 77 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט , רעגן ענדיגט זיך איבערנאכט. אביסעל קילער ,ארום 62.
פרייטאג ביז מאנטאג -טייל זיניג און זייער ווארעם,אין די 80s בייטאג ,מערסטענס קלאר אין מילד , 65-70 ביינאכט.
דינסטאג- טייל פארוואלקענט , א chance פאר showers . ארום 85.

וועטער לעקוואוד -

רעגן ענדיגט זיך , דערנאך מערסטענס קלאר און מילד איבערנאכט, ארום 65.
מיטוואך-מערסטענס זיניג און זייער ווארעם, ארום 86 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר showers, ארום 65 ביינאכט.
דאנערשטאג- פארוואלקענט מיט showers און thunderstorms שטארק מעגליך, ארום 80 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט , רעגן ענדיגט זיך איבערנאכט. אביסעל קילער ,ארום 62.
פרייטאג ביז מאנטאג -טייל זיניג און זייער ווארעם,אין די 80s בייטאג ,מערסטענס קלאר אין מילד , 60-65 ביינאכט.
דינסטאג- טייל פארוואלקענט , א chance פאר showers . ארום 85.


וועטער מאנסי און מאנרא-

מערסטענס קלאר און קילער , ארום 58.
מיטוואך-מערסטענס זיניג און ווארעם, ארום 82 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר showers, ארום 58 ביינאכט.
דאנערשטאג- פארוואלקענט מיט showers און thunderstorms שטארק מעגליך, ארום 72 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט , רעגן ענדיגט זיך איבערנאכט. קילער ,ארום 55.
פרייטאג ביז מאנטאג -טייל זיניג און זייער ווארעם,אין די 80s בייטאג ,מערסטענס קלאר אין מילד , 58-63 ביינאכט.
דינסטאג- טייל פארוואלקענט , א chance פאר showers . ארום 82.

די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מיטוואך אווענט , א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״.

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!
מיטוואך יוני 22, 2016 9:37 am#338623
Today's high temps
.
מיטוואך יוני 22, 2016 2:36 pm#338682
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
פארקערט ווי אויף טעג מיט א ווינט פון ים, היינט קומט די ווינט פון די נארטוועסט דאס מיינט אז די warm spot איז קענעדי עירפארט . בארא פארק איז 87 יעצט.בילד


וועטערבאריכט
מיטוואך יוני 22, 2016 2:42 pm#338683
ATUB @וועטערבאריכט ATUB , די רעגן מארגן דארף צו זיין א גרויסע?
מיטוואך יוני 22, 2016 4:41 pm#338709
וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
רויטע וואנצעס האט געשריבן:@וועטערבאריכט, די רעגן מארגן דארף צו זיין א גרויסע?

אזוי ווי די לעצטע פאר מאל ווי מען קומט נענטער זעט עס אויס שוואכער, עס איז דא גאנץ א גוטע chance פון עפעס רעגן מארגען ,ארום 70 % אבער עס זעט נישט אויס ווי א שווערע רעגן,ארום 1/4 אינטש אין שטאט , ווייניגער אפסטעיט, מיט מער ווי איהר גייט סאוט אין נאו דזערסי למשל.בילד
מיטוואך יוני 22, 2016 9:27 pm#338727
מיטוואך אווענט- פרשת בהעלותך- וועטערבאריכט
א גוטען אווענט, נאך א שטארק ווארעמע אבער טרוקענע טאג איז אדורך,ְעס וועט ווערען פארוואלקענט איבערנאכט מיט showers אדער אפילו א thunderstorm מעגליך מארגען ספעציעל פארמיטאג. פרייטאג ביז מאנטאג זעהן אויס צו זיין זיניג און ווארעם. דינסטאג און מיטוואך קען מען זען showers נאכאמאל.

נ.ב. איך וועל בעזהי״ת אנהייבען צו שרייבען א באריכט פאר די קעטצקילס אנהויבענדיג זונטאג פרשת שלח.


דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.

וועטער -נאו יארק סיטי

מיטוואך נאכט-מערסטענס פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר showers פארטאגס,ארום 70 .
דאנערשטאג- פארוואלקענט מיט showers און thunderstorms מעגליך,ספעציעל פארמיטאג, ארום 76 בייטאג. מערסטענס קלאר,אביסעל קילער ,ארום 65 ביינאכט.
פרייטאג און שבת-זיניג און ווארעם , ארום 85 בייטאג. קלאר און מילד, ארום 65 ביינאכט.
זונטאג און מאנטאג -טייל זיניג און זייער ווארעם, ארום 90 בייטאג ,מערסטענס קלאר אין מילד , ארום 70 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך- מערסטענס פארוואלקענט , א chance פאר showers און thunderstorms טעגליך, ארום 85 בייטאג. ארום 70 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מיטוואך נאכט-מערסטענס פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר showers פארטאגס,ארום 68 .
דאנערשטאג- פארוואלקענט מיט showers און thunderstorms מעגליך, ארום 78 בייטאג. רעגן ענדיגט זיך אין אווענט ,מערסטענס קלאר, קילער ,ארום 60. ביינאכט
פרייטאג און שבת-זיניג און ווארעם , ארום 85 בייטאג. קלאר און מילד, ארום 62 ביינאכט.
זונטאג און מאנטאג -טייל זיניג און זייער ווארעם, ארום 90 בייטאג ,מערסטענס קלאר אין מילד , ארום 65 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך- מערסטענס פארוואלקענט , א chance פאר showers און thunderstorms טעגליך, ארום 85 בייטאג. ארום 70 ביינאכט.


וועטער מאנסי און מאנרא-

מיטוואך נאכט-מערסטענס פארוואלקענט מיט א קליינע chance פאר showers פארטאגס,ארום 60 .
דאנערשטאג- פארוואלקענט מיט showers און thunderstorms מעגליך ,ספעציעל פארמיטאג, ארום 76 בייטאג. מערסטענס קלאר,אסאך קילער ,ארום 55 ביינאכט.
פרייטאג און שבת-זיניג און ווארעם , 80-85 בייטאג. קלאר און קיל, ארום 57 ביינאכט.
זונטאג און מאנטאג -טייל זיניג און זייער ווארעם, 85-90 בייטאג ,מערסטענס קלאר אין מילד , ארום 62 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך- מערסטענס פארוואלקענט , א chance פאר showers און thunderstorms טעגליך, ארום 85 בייטאג. ארום 65 ביינאכט.


די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה דאנערשטאג אווענט , א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען דער וועטערבאריכט אהן געבען קרעדיט פאר ״קאווע שטיבל - וועטערבאריכט״.

אויב איהר זענט א מעמבער ,ביטע געט א לייק. יישר כח!