פרייטאג מערץ 17, 2017 4:03 pm#365907
אפדעיט
אפדעיט- שבת וועטער, היינט איז טאקע שיין זוניג און מילדער . היינט נאכט ווערט אבער פארוואלקענט . שבת קען מען זען א לייכטע שניי אפסטעיט עס איז נישט זיכער אויב עס וועט זיין קאלט געניג צו קלעבען ביז מוצאי שבת. מוצאי שבת קען שנייען ביז זונטאג צופרי. פון 3-6 אינטשעס קען פאלען אין מאנסי און מאנרא סך הכל ביי זונטאג מיטאג. פאר די שטאט איז נאך נישט קלאר , שבת אליינס וועט זיין לייכטע שניי געמישט מיט רעגן און עס וועט נישט קלעבען בכלל. מוצאי שבת וועט דער שטורם ווערען שטערקער און מיט קעלטערע לופט קען יא פאלען אפאר אינטשעס . אפדעיטס מוצאי שבת קודש אויב עס פעלט אויס אי״ה. א גוט שבת.📎 image.jpg