Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

קאווע שטיבל • וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
400 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 2525 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8116
דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 6:29 pm#355644
דינסטאג אווענט -פרשת תולדות- וועטערבאריכט
א גוטען אווענט, נאך א רעגענדיגע און ווינטיגע טאג קומט א קליינע ברעיק איבערנאכט אבער רעגן קומט צירוק מארגען פון ארום מיטאג צייט . עס קען רעגענען גאנץ שווער מארגען שפעט נאכמיטאג און אין אווענט . ביי דאנערשטאג צופרי איז דער רעגן ארויס פון דא און זוניגע אבער קיהלע וועטער וועט דעמאלטס אריינקומען ביז זונטאג.

ניו יארק סיטי -

דינסטאג נאכט-רעגן מעגליך אין אווענט, פארוואלקענט און זייער מילד, ארום 55 .
מיטוואך-מערסטענס פארוואלקענט און מילד, רעגן מעגליך שווער ספעציעל נאכמיטאג, ארום 60 בייטאג. רעגן ענדיגט זיך איבערנאכט, ווינטיג און אביסעל קיהלער, ארום 50 ביינאכט.
דאנערשטאג- מערסטענס זוניג און מילד, ארום 58 בייטאג. מערסטענס קלאר און קיהלער, ארום 40 ביינאכט.
פרייטאג און שבת-מערסטענס זוניג און קיהלער, ארום 50 בייטאג. קלאר און קאלט, ארום 35 ביינאכט.
זונטאג -מערסטענס זוניג און קיהל, ארום 45 בייטאג. אפאר רעגן שויערס מעגליך ,ארום 37 ביינאכט.
מאנטאג- פארוואלקענט און קיהל מיט רעגן מעגליך. ארום 47. קלאר און קיהל , ארום 35 ביינאכט.
דינסטאג- מערסטענס זוניג און קיהל , ארום 47.

לעיקוואד -

דינסטאג נאכט-רעגן מעגליך אין אווענט, פארוואלקענט און זייער מילד, ארום 55 .
מיטוואך-מערסטענס פארוואלקענט און מילד, רעגן מעגליך שווער ספעציעל נאכמיטאג, ארום 62 בייטאג. רעגן ענדיגט זיך איבערנאכט, ווינטיג און אביסעל קיהלער, ארום 50 ביינאכט.
דאנערשטאג- מערסטענס זוניג און מילד, ארום 58 בייטאג. מערסטענס קלאר און קיהלער, ארום 35 ביינאכט.
פרייטאג און שבת-מערסטענס זוניג און קיהלער, ארום 50 בייטאג. קלאר און קאלט, ארום 32 ביינאכט.
זונטאג -מערסטענס זוניג און קיהל, ארום 47 בייטאג. אפאר רעגן שויערס מעגליך ,ארום 37 ביינאכט.
מאנטאג- פארוואלקענט און קיהל מיט רעגן מעגליך. ארום 50. קלאר און קיהל , ארום 35 ביינאכט.
דינסטאג- מערסטענס זוניג און קיהל , ארום 50.

מאנסי און מאנרא -

דינסטאג נאכט-רעגן מעגליך אין אווענט, פארוואלקענט און מילד, ארום 47 .
מיטוואך-מערסטענס פארוואלקענט און מילד, רעגן מעגליך שווער ספעציעל נאכמיטאג, ארום 55 בייטאג. רעגן ענדיגט זיך איבערנאכט, ווינטיג און אביסעל קיהלער, ארום 45 ביינאכט.
דאנערשטאג- מערסטענס זוניג און מילד, ארום 52 בייטאג. מערסטענס קלאר און קיהלער, ארום 35 ביינאכט.
פרייטאג און שבת-מערסטענס זוניג און קיהלער, 42-47 בייטאג. קלאר און קאלט, ארום 30 ביינאכט.
זונטאג -מערסטענס זוניג און קיהל, ארום 42 בייטאג. אפאר רעגן אדער שניי שויערס מעגליך ,ארום 32 ביינאכט.
מאנטאג- פארוואלקענט און קיהל מיט רעגן מעגליך. ארום 45. קלאר און קיהל , ארום 32 ביינאכט.
דינסטאג- מערסטענס זוניג און קיהל , ארום 45.

די נעקסטע וועטער באריכט אי"ה מיטוואך אווענט. א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען די וועטער באריכט אן געבן קרעדיט פאר "קאווע שטיבל - וועטערבאריכט".

אויב איר זענט א מעמבער, ביטע געט א לייק.
יישר כח!
מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 5:44 pm#355785
מיטוואך נאכט- פרשת תולדות- וועטערבאריכט
א גוטען אווענט, דער רעגן האלט אויפן וועג ארויס און עס וועט זיך ענדיגען איבערנאכט. מארגען זעט אויס צו זיין א שיין זוניגע,אבער ווינטיגע טאג. עס וועט דעמאלטס בלייבען טרוקען, אבער אביסעל קיהלער א יעדער טאג ביז זונטאג. זונטאג נאכט און מאנטאג איז דא א קליינע chance פאר אפאר רעגן אדער שניי שויערס. עס קען זיין קאלט געניג אפילו אין שטאט צו זעהן אפאר שניי ברעקליך. דערנאך וועט ווערען זוניג און בלייבען קיהל פאר דינסטאג און מיטוואך.

ניו יארק סיטי -

מיטוואך נאכט- רעגן ענדיגט זיך איבערנאכט, ווינטיג און אביסעל קיהלער, ארום 50 ביינאכט.
דאנערשטאג- מערסטענס זוניג , ווינטיג און מילד, ארום 56 בייטאג. מערסטענס קלאר, ווינטיג און קיהלער, ארום 38 ביינאכט.
פרייטאג און שבת-מערסטענס זוניג און קיהלער, ארום 50 בייטאג. קלאר און קאלט, ארום 37 ביינאכט.
זונטאג -מערסטענס זוניג און קיהל, ארום 45 בייטאג. אפאר רעגן שויערס געמישט מיט שניי מעגליך, ארום 36 ביינאכט.
מאנטאג- פארוואלקענט און קיהל מיט רעגן שויערס מעגליך, ארום 45. קלאר און קיהל , ארום 37 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך- מערסטענס זוניג און קיהל , 45-50 בייטאג. קלאר און קאלט, 35-40 ביינאכט.

לעיקוואד -

מיטוואך נאכט- רעגן ענדיגט זיך איבערנאכט, ווינטיג און אביסעל קיהלער, ארום 50 ביינאכט.
דאנערשטאג- מערסטענס זוניג , ווינטיג און מילד, ארום 56 בייטאג. מערסטענס קלאר, ווינטיג און קיהלער, ארום 35 ביינאכט.
פרייטאג און שבת-מערסטענס זוניג און קיהלער, ארום 50 בייטאג. קלאר און קאלט, ארום 35 ביינאכט.
זונטאג -מערסטענס זוניג און קיהל, ארום 47 בייטאג. אפאר רעגן שויערס געמישט מיט שניי מעגליך, ארום 35 ביינאכט.
מאנטאג- פארוואלקענט און קיהל מיט רעגן שויערס מעגליך, ארום 48. קלאר און קיהל , ארום 35 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך- מערסטענס זוניג און קיהל , ארום 50 בייטאג. קלאר און קאלט, 35-40 ביינאכט.

מאנסי און מאנרא -

מיטוואך נאכט- רעגן ענדיגט זיך איבערנאכט, ווינטיג און אביסעל קיהלער, ארום 45 ביינאכט.
דאנערשטאג- מערסטענס זוניג , ווינטיג און מילד, ארום 52 בייטאג. מערסטענס קלאר, ווינטיג און קיהלער, ארום 32 ביינאכט.
פרייטאג און שבת-מערסטענס זוניג און קיהלער, 42-47 בייטאג. קלאר און קאלט, ארום 30 ביינאכט.
זונטאג -מערסטענס זוניג און קיהל, ארום 42 בייטאג. שניי שויערס מעגליך, ארום 30 ביינאכט.
מאנטאג- פארוואלקענט און קיהל מיט שניי אדער רעגן שויערס מעגליך, ארום 40. קלאר און קאלט, ארום 28 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך- מערסטענס זוניג און קיהל , 40-45 בייטאג. קלאר און קאלט, ארום 30 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי"ה דאנערשטאג אווענט. א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען די וועטער באריכט אן געבן קרעדיט פאר "קאווע שטיבל - וועטערבאריכט".

אויב איר זענט א מעמבער, ביטע געט א לייק.
יישר כח!
דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 8:08 pm#355961
דאנערשטאג אווענט- פרשת תולדות- וועטערבאריכט
א גוטען אווענט, א ווינטיגע און קיהלע פרייטאג און שבת קומט. די זון וועט ארויסקומען אבער עס וועט זיך שפירען גאנץ קיהל. עס וועט אויך ווערען אביסעל קיהלער יעדער טאג ביז זונטאג . זונטאג נאכט און מאנטאג זעט אויס צו בלייבען טרוקען יעצט אבער א שטערקערע שטורם קומט אהן פאר די מיטטען פון נעקסטע וואך. סוף וואך פרשת ויצא קומט עכט קאלטע ארטיק לופט אריין. קיין שניי שטורמס זעט מען נישט דערווייל אויפן האריזאנט מיט די שטורם טרעק וואס לויפט ארויף פון טעקסעס צו די גרעיט לעיקס וואס דאס ברענגט מילדע לופט אריין און דעריבער רעגן , נישט שניי. געניג קאלט אבער זעט אויס צו ווערען איבער די נעקסטע צוויי וואכען.

ניו יארק סיטי -

דאנערשטאג נאכט- מערסטענס קלאר, ווינטיג און קיהלער, ארום 38 ביינאכט.
פרייטאג- מערסטענס זוניג, ווינטיג און קיהלער, ארום 50 בייטאג. קלאר און קאלט, ארום 37 ביינאכט.
שבת און זונטאג -מערסטענס זוניג, ווינטיג און קיהל, ארום 45 בייטאג. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 35 ביינאכט.
מאנטאג- מערסטענס זוניג, קיהל , ארום 48. פארוואלקענט און קיהל, רעגן מעגליך ארום 37 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך- מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, שויערס מעגליך , 45-50 בייטאג. 35-40 ביינאכט.
דאנערשטאג - טייל זוניג און קעלטער, ארום 40 בייטאג.

לעיקוואד -

דאנערשטאג נאכט- מערסטענס קלאר, ווינטיג און קעלטער, ארום 32 ביינאכט.
פרייטאג- מערסטענס זוניג, ווינטיג און קיהלער, ארום 50 בייטאג. קלאר און קאלט, ארום 35 ביינאכט.
שבת און זונטאג -מערסטענס זוניג, ווינטיג און קיהל, ארום 46 בייטאג. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 32 ביינאכט.
מאנטאג- מערסטענס זוניג, קיהל , ארום 48. פארוואלקענט און קיהל, ארום 32 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך- מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, שויערס מעגליך , 45-50 בייטאג. 35-40 ביינאכט.
דאנערשטאג - טייל זוניג און קעלטער, ארום 40 בייטאג.

מאנסי און מאנרא -

דאנערשטאג נאכט- מערסטענס קלאר, ווינטיג און קעלטער, ארום 32 ביינאכט.
פרייטאג- מערסטענס זוניג, ווינטיג און קיהלער, ארום 47 בייטאג. קלאר און קאלט, ארום 30 ביינאכט.
שבת און זונטאג -מערסטענס זוניג, ווינטיג און קיהל, ארום 42 בייטאג. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 30 ביינאכט.
מאנטאג- מערסטענס זוניג, קיהל , ארום 42. פארוואלקענט און קיהל, לייכטע שניי מעגליך, ארום 30 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך- מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, שניי אדער רעגן שויערס מעגליך , 37-42 בייטאג. ארום 30 ביינאכט.
דאנערשטאג - טייל זוניג און קעלטער, ארום 37 בייטאג.


די נעקסטע וועטער באריכט אי"ה זונטאג אווענט. א גוטע נאכט און א גוט שבת.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען די וועטער באריכט אן געבן קרעדיט פאר "קאווע שטיבל - וועטערבאריכט".

אויב איר זענט א מעמבער, ביטע געט א לייק.
יישר כח!
פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 4:09 pm#356086
We came full circle ....
מיט א פאר יאהר צירוק פלעגט זיך דער קנ״א וועטער עקספערט רעגען אז מען שניידט און פעיסט זיינע באריכטען. ער איז געווען גערעכט... אבער מען האט געשריבען אז מען זאל עס נישט אראפברענגען און אריינלייגען אין פלעצער שאין רוח חכמים .... וכו׳.
היינט שיקט מיר איינער אריין אן א-מעיל מיט א לינק צו קנא וועטער און קוק וואס איך טרעף דארט . :o
אוואדע האבען זיי ארויסגעלאזט ״וועטערבאריכט״ און קאווע שטיבעל. איי דאנט נאו איף איי איווען קעיר ... איטס דזאסט פאני...כאטש דער טעלעגראם טשעניל האט מיך געפרעגט פאר רשות און ער לייגט אריין א קרעדיט.
מוצ"ש דעצעמבער 03, 2016 9:34 pm#356101
אפדעיט- לייכטע שניי מעגליך זונטאג נאכט און מאנטאג צופרי
א גוט וואך, עס איז מעגליך אז מען קען זען די ערשטע לייכטע שניי אין די שטאט זונטאג נאכט , אפסטעיט קען זען אפאר אינטשעס ... דיטעילס מארגען אווענט בעזרת ה׳ מיט די געווענטליכער וועטער באריכט.
זונטאג דעצעמבער 04, 2016 6:21 pm#356167
זונטאג אווענט - פרשת ויצא- וועטערבאריכט
א גוטען אווענט, היינט איז געווען א שיינע אבער קיהלע טאג. וואלקענעס און א שוואכע שטורם ריקען זיך אריין איבערנאכט. אפסטעיט ווי עס וועט זיין קאלט געניג, קענען מיר זען א לייכטע שניי פון א קאוטינג ביז מערסטענס 1-2 אינטשעס. אין שטאט זעט אויס אז עס וועט נישט זיין אזוי קיהל דעריבער וועלען מיר זען א לייכטע רעגן וואס קען זיך מישען מיט אפאר שניי ברעקליך פארטאגס. לייכטע רעגן און שניי (אפסטעיט) וועט זיך ענדיגען מארגען פארמיטאג. נאכמיטאג וועט ווערען זוניג און קיהל. דינסטאג ביז דאנערשטאג קומט אהן דער נעקסטע שטורם וואס וועט אויך ברענגען רעגן אין שטאט און שניי, רעגן אדער א געמיש העכער אפסטעיט. דאנערשטאג נאכט קומט אדורך אן ארטיק קאלד פראנט און ברענגט די קעלטסטע וועטער פונעם יונגע ווינטער פאר שבת פ׳ ויצא.

ניו יארק סיטי -

זונטאג נאכט- מערסטענס פארוואלקענט און קאלט, לייכטע רעגן געמישט מיט שניי מעגליך , ארום 37.
מאנטאג- לייכטע רעגן ענדיגט זיך פארמיטאג, דערנאך טייל זוניג, ווינטיג און קיהל , ארום 48. טייל פארוואלקענט און קאלט, ארום 37 ביינאכט.
דינסטאג ביז דאנערשטאג- מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, רעגן מעגליך אהן און אויס, 45-50 בייטאג. 35-40 ביינאכט.
פרייטאג ביז זונטאג - טייל זוניג, ווינטיג און קאלט, ארום 38 בייטאג. קלאר און קאלט, ארום 28 ביינאכט.

לעיקוואד-

זונטאג נאכט- מערסטענס פארוואלקענט און קאלט, לייכטע רעגן געמישט מיט שניי מעגליך , ארום 35.
מאנטאג- לייכטע רעגן ענדיגט זיך פארמיטאג, דערנאך טייל זוניג, ווינטיג און קיהל , ארום 52. טייל פארוואלקענט און קאלט, ארום 32 ביינאכט.
דינסטאג ביז דאנערשטאג- מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, רעגן מעגליך אהן און אויס, ארום 50 בייטאג. ארום 40 ביינאכט.
פרייטאג ביז זונטאג - טייל זוניג, ווינטיג און קאלט, ארום 40 בייטאג. קלאר און קאלט, ארום 25 ביינאכט.

מאנסי און מאנרא -

זונטאג נאכט- מערסטענס פארוואלקענט און קאלט, לייכטע שניי מעגליך, א קאוטינג ביז 2 אינטשעס מעגליך, ארום 30.
מאנטאג- לייכטע שניי אדער רעגן ענדיגט זיך פארמיטאג, דערנאך טייל זוניג, ווינטיג און קיהל , ארום 45. טייל פארוואלקענט און קאלט, ארום 25 ביינאכט.
דינסטאג ביז דאנערשטאג- מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, לייכטע רעגן, שניי , אדער א געמיש מעגליך אהן און אויס, 35-40 בייטאג. 30-35 ביינאכט.
פרייטאג ביז זונטאג - טייל זוניג, ווינטיג און קאלט, ארום 32 בייטאג. קלאר און קאלט, ארום 22 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי"ה מאנטאג אווענט. א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען די וועטער באריכט אן געבן קרעדיט פאר "קאווע שטיבל - וועטערבאריכט".

אויב איר זענט א מעמבער, ביטע געט א לייק.
יישר כח!
מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:57 pm#356273
מאנטאג אווענט - פרשת ויצא- וועטערבאריכט
א גוטען אווענט, עס וועט בלייבען מערסטענס קלאר, ווינטיג און קיהל היינט נאכט. מארגען וועלען די וואלקענעס צירוקומען מיטאג צייט, מיט לייכטע רעגן מעגליך שפעט נאכמיטאג. די רעגן וועט דעמאלטס אנגיין ביז מיטוואך נאכמיטאג אין שטאט מיט קיהלע טעמפרעטורס. אפסטעיט, וועט עס זיין קעלטער און נאך א פארציע שניי איז מעגליך דינסטאג נאכט. עס קען פאלען פון 1-3 אינטשעס, העכערע אמאונטס ווייטער אוועק פון שטאט . פון דאנערשטאג אהן ווערט אסאך קעלטער און שטארק ווינטיג. ביי שבת וועלען טעמפרעטורס בלייבען אין די 30s בייטאג אפילו אין שטאט. זונטאג נאכט און מאנטאג קען א פרישע שטורם ברענגען שניי פאר אפסטעיט, אבער מיט די טרעק וואס איז יעצט פארגעזען בלייבט עס רעגן פאר די שטאט. בכלל אין די יעצטיגע פאטטערן זעט אויס ווי דער שטאט וועט נישט זען קיין שניי אזוי שנעל. יא, עס וועט טאקע זיין גוט קאלט , אבער קאלט און טרוקען...

ניו יארק סיטי -

מאנטאג נאכט-מערסטענס קלאר, ווינטיג און קאלט, ארום 37 ביינאכט.
דינסטאג- טייל זוניג פארמיטאג, ווערט פארוואלקענט מיט לייכטע רעגן מעגליך נאכמיטאג, קיהל , ארום 48 בייטאג. רעגן, ווינטיג און קאלט איבערנאכט, ארום 38.
מיטוואך- רעגן ענדיגט זיך פארמיטאג , דערנאך מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, ארום 48 בייטאג.
דאנערשטאג- מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, שטארק ווינטיג, ארום 42 בייטאג. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 32 ביינאכט.
פרייטאג און שבת - טייל זוניג, ווינטיג און קאלט, 30s בייטאג. קלאר און שטארק קאלט, 20s ביינאכט.
זונטאג- מערסטענס פארוואלקענט און קאלט, ארום 40 בייטאג. פארוואלקענט מיט רעגן מעגליך, ארום 35 ביינאכט.
מאנטאג- רעגן מעגליך , ארום 45.

לעיקוואד-

מאנטאג נאכט-מערסטענס קלאר, ווינטיג און קאלט, ארום 32 ביינאכט.
דינסטאג- טייל זוניג פארמיטאג, ווערט פארוואלקענט מיט לייכטע רעגן מעגליך נאכמיטאג, קיהל , ארום 48 בייטאג. רעגן, ווינטיג און קיהל איבערנאכט, ארום 45.
מיטוואך- רעגן ענדיגט זיך פארמיטאג , דערנאך מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, ארום 52 בייטאג.
דאנערשטאג- מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, שטארק ווינטיג, ארום 47 בייטאג. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 28 ביינאכט.
פרייטאג און שבת - טייל זוניג, ווינטיג און קאלט, ארום 40 בייטאג. קלאר און שטארק קאלט, ארום 25 ביינאכט.
זונטאג- מערסטענס פארוואלקענט און קאלט, ארום 42 בייטאג. פארוואלקענט מיט רעגן מעגליך, ארום 35 ביינאכט.
מאנטאג- רעגן מעגליך , ארום 48.

מאנסי און מאנרא -

מאנטאג נאכט-מערסטענס קלאר, ווינטיג און קאלט, ארום 25 ביינאכט.
דינסטאג- טייל זוניג פארמיטאג, ווערט פארוואלקענט מיט לייכטע רעגן מעגליך נאכמיטאג, קיהל , ארום 42 בייטאג. שניי אדער רעגן געמישט,(א קאוטניג צו 2-3 אינטשעס מעגליך אין ערגסטען פאל) קאלט איבערנאכט, ארום 32.
מיטוואך- שניי/רעגן ענדיגט זיך פארמיטאג , דערנאך מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, ארום 42 בייטאג.
דאנערשטאג- מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, אפאר לייכטע שניי שויערס מעגליך, שטארק ווינטיג, ארום 38 בייטאג. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 25 ביינאכט.
פרייטאג און שבת - טייל זוניג, ווינטיג און קאלט, ארום 32 בייטאג. קלאר און שטארק קאלט, ארום 20 ביינאכט.
זונטאג- מערסטענס פארוואלקענט און קאלט, ארום 35 בייטאג. פארוואלקענט מיט שניי מעגליך, ארום 28 ביינאכט.
מאנטאג- שניי טוישט אויף רעגן מעגליך, ארום 40.

די נעקסטע וועטער באריכט אי"ה דינסטאג אווענט. א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען די וועטער באריכט אן געבן קרעדיט פאר "קאווע שטיבל - וועטערבאריכט".

אויב איר זענט א מעמבער, ביטע געט א לייק.
יישר כח!
דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 5:59 pm#356375
דינסטאג אווענט- פרשת ויצא- וועטערבאריכט

א גוטען אווענט, א לייכטע רעגן איז אויפן וועג אריין אין שטאט און אויך לעיקוואוד. אפסטעיט איז עס מער קאמפלעצירט, מיט קעלטערע לופט אין פלאץ, וועט שנייען אדער רעגן וועט זיך טוישען אויף שניי איבערנאכט, אין מאנסי, וועט מען נישט זעהן מער ווי א קאוטניג ביז מערסטענס אן אינטש. אין מאנרא קען מען יא אפשר זעהן אפאר אינטשעס. מארגען ענדיגט זיך איבעראל מיט אביסעל לייכטע רעגן צופרי מיט טייל זוניגע און ווינטיגע וועטער נאכמיטאג. פון דאנערשטאג ביז שבת וועלען אפאר קאלד פראנטס אדורכקומען מיט קעלטערע און קעלטערע לופט. עס קען זיין א שויער פון שניי אדער רעגן מיט די פראנטס, אבער עס וועט בלייבען מער ווייניגער טרוקען און שטארק ווינטיג ביז זונטאג. זונטאג קומט אהן די נעקסטע שטורם מיט רעגן פאר׳ן שטאט און שניי אפסטעיט.

ניו יארק סיטי -

דינסטאג נאכט- פארוואלקענט מיט רעגן, ווינטיג און קיהל , ארום 42.
מיטוואך- לייכטע רעגן ענדיגט זיך פארמיטאג , דערנאך טייל זוניג און קיהל, ארום 48 בייטאג. טייל פארוואלקענט און קאלט, ארום 37 ביינאכט.
דאנערשטאג- מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, שטארק ווינטיג, ארום 45 בייטאג. מערסטענס קלאר ווינטיג און קאלט, ארום 30 ביינאכט.
פרייטאג און שבת - טייל זוניג, ווינטיג און קאלט, ארום 35 בייטאג. קלאר און שטארק קאלט, ארום 25 ביינאכט.
זונטאג- טייל זוניג און קיהל, ארום 42 בייטאג. פארוואלקענט מיט רעגן מעגליך, ארום 37 ביינאכט.
מאנטאג- רעגן מעגליך פארמיטאג, טייל זוניג נאכמיטאג , ארום 47. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 35 ביינאכט.
דינסטאג- טייל זוניג און קיהל , ארום 42.

לעיקוואד-

דינסטאג נאכט- פארוואלקענט מיט רעגן, ווינטיג און קיהל , ארום 44.
מיטוואך- לייכטע רעגן ענדיגט זיך פארמיטאג , דערנאך טייל זוניג און קיהל, ארום 50 בייטאג. טייל פארוואלקענט און קאלט, ארום 35 ביינאכט.
דאנערשטאג- מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, שטארק ווינטיג, ארום 47 בייטאג. מערסטענס קלאר ווינטיג און קאלט, ארום 28 ביינאכט.
פרייטאג און שבת - טייל זוניג, ווינטיג און קאלט, ארום 38 בייטאג. קלאר און שטארק קאלט, ארום 23 ביינאכט.
זונטאג- טייל זוניג און קיהל, ארום 45 בייטאג. פארוואלקענט מיט רעגן מעגליך, ארום 37 ביינאכט.
מאנטאג- רעגן מעגליך פארמיטאג, טייל זוניג נאכמיטאג , ארום 49. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 35 ביינאכט.
דינסטאג- טייל זוניג און קיהל , ארום 45.

מאנסי און מאנרא -

דינסטאג נאכט- פארוואלקענט מיט שניי געמישט מיט רעגן, (פון 1-3 אינטשעס מעגליך אין קרית יוא-ל, א קואטינג צו איין אינטש אין מאנסי)ווינטיג און קיהל , ארום 32.
מיטוואך- לייכטע רעגן ענדיגט זיך פארמיטאג , דערנאך טייל זוניג און קיהל, ארום 45 בייטאג. טייל פארוואלקענט און קאלט, ארום 27 ביינאכט.
דאנערשטאג- מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, א שניי שויער מעגליך , שטארק ווינטיג, ארום 40 בייטאג. מערסטענס קלאר ווינטיג און קאלט, ארום 25 ביינאכט.
פרייטאג און שבת - טייל זוניג, ווינטיג און קאלט, ארום 30 בייטאג. קלאר און שטארק קאלט, ארום 20 ביינאכט.
זונטאג- טייל זוניג און קיהל, ארום 35 בייטאג. פארוואלקענט מיט שניי מעגליך, ארום 30 ביינאכט.
מאנטאג- שניי אדער רעגן מעגליך פארמיטאג, טייל זוניג נאכמיטאג , ארום 40. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 30 ביינאכט.
דינסטאג- טייל זוניג און קאלט , ארום 37.


די נעקסטע וועטער באריכט אי"ה מיטוואך אווענט. א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען די וועטער באריכט אן געבן קרעדיט פאר "קאווע שטיבל - וועטערבאריכט".

אויב איר זענט א מעמבער, ביטע געט א לייק.
יישר כח!
מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 2:02 am#356432
א ריזיגן דאנק אייך וועטערבאריכט!!

קומעדיגע מאל בעפאר עס קומט אזא אומגעראכטענעם מבול אוזי ווי עס איז אצינד געשען אין ברוקלין ביטע פאראויס זאגן, פיל עגמת נפש און געלט וואלט איך מיר איינגעשפארט ווען איך וואלט געוואוסט... עניוועי, עס איז נישט דיין שולד.
חזק ואמץ!!!!!!!!
מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 5:59 pm#356494
מיטוואך אווענט - פרשת ויצא- וועטערבאריכט
א גוטען אווענט, ווינטער קומט אריין מארגען און בלייבט פאר א וויילע. א קאלד פראנט וועט אדורכקומען מארגען נאכמיטאג, שטארקע ווינטען וועלען אריינברענגען די ערשטע עכט קאלטע נאכט פאר׳ן שטאט דאנערשטאג נאכט, מיט טעמפרעטורס אין די 20s און real feels נאנט צו 10! א שניי שויער קען פאלען פרייטאג מיט די בעסטע chances אפסטעיט. פרייטאג און שבת וועלען בלייבען טייל זוניג , קאלט און שטארק ווינטיג. זונטאג קומט אהן די נעקסטע שטורם , די נייערע מאדעלס ווייזען א קעלטערע סצענע מיט א מעגליכקייט פאר אונזער ערשטע accumulating שניי אפילו פאר די שטאט פון זונטאג נאכט ביז מאנטאג מיטאג. די קענעדיען מאדעל ווייזט ארום 6-8 אינטשעס, די אמעריקאנער 3-5 . דאס איז פאר די שטאט, פארשטייט זיך מער אפסטעיט. איך בין נאך נישט איבערגעצייגט פון איין מאדעל ראן , לייג איך אריין רעגן אדער שניי, אבער מען וועט אי״ה האלטען אן אויג. וואס אלע מאדעלס ווייזען יא איז ענדע נעקסטע וואך קומט אריין אפילו קעלטערע לופט ...רבותי , בקיצור ...ווינטער איז דא!

ניו יארק סיטי -

מיטוואך נאכט-טייל פארוואלקענט און קאלט, ארום 36.
דאנערשטאג- מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, שטארק ווינטיג, ארום 45 בייטאג. מערסטענס קלאר, שטארק ווינטיג און קאלט, ארום 28 ביינאכט.
פרייטאג און שבת - טייל זוניג, ווינטיג און קאלט, ( א קליינער chance פאר א שניי שויער פרייטאג) ארום 35 בייטאג. קלאר און שטארק קאלט, ארום 25 ביינאכט.
זונטאג- טייל זוניג און קאלט אינדערפרי, פארוואלקענט נאכמיטאג, ארום 38 בייטאג. פארוואלקענט מיט שניי אדער רעגן מעגליך, ארום 35 ביינאכט.
מאנטאג- רעגן אדער שניי מעגליך פארמיטאג, פארוואלקענט נאכמיטאג , ארום 45. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 32 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך- טייל זוניג און קיהל , ארום 40 בייטאג. קלאר און קאלט, ארום 30 ביינאכט.

לעיקוואד-

מיטוואך נאכט-טייל פארוואלקענט און קאלט, ארום 32.
דאנערשטאג- מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, שטארק ווינטיג, ארום 47 בייטאג. מערסטענס קלאר, שטארק ווינטיג און קאלט, ארום 25 ביינאכט.
פרייטאג און שבת - טייל זוניג, ווינטיג און קאלט, ( א קליינער chance פאר א שניי שויער פרייטאג) ארום 38 בייטאג. קלאר און שטארק קאלט, ארום 22 ביינאכט.
זונטאג- טייל זוניג און קאלט אינדערפרי, פארוואלקענט נאכמיטאג, ארום 42 בייטאג. פארוואלקענט מיט רעגן אדער שניי מעגליך, ארום 35 ביינאכט.
מאנטאג- רעגן מעגליך פארמיטאג, פארוואלקענט נאכמיטאג , ארום 48. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 25 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך- טייל זוניג און קיהל , ארום 40 בייטאג. קלאר און קאלט, ארום 25 ביינאכט.

דינסטאג- טייל זוניג און קיהל , ארום 45.

מאנסי און מאנרא -

מיטוואך נאכט-טייל פארוואלקענט און קאלט, ארום 28.
דאנערשטאג- מערסטענס פארוואלקענט און קיהל, שטארק ווינטיג, ארום 38 בייטאג. מערסטענס קלאר, שטארק ווינטיג און קאלט, ארום 25 ביינאכט.
פרייטאג און שבת - טייל זוניג, ווינטיג און קאלט, ( א chance פאר א שניי שויער פרייטאג) ארום 30 בייטאג. קלאר און שטארק קאלט, ארום 20 ביינאכט.
זונטאג- טייל זוניג און קאלט אינדערפרי, פארוואלקענט נאכמיטאג, ארום 32 בייטאג. פארוואלקענט מיט שניי מעגליך, ארום 28 ביינאכט.
מאנטאג- שניי מעגליך פארמיטאג, פארוואלקענט נאכמיטאג , ארום 38. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 25 ביינאכט.
דינסטאג און מיטוואך- טייל זוניג און קיהל , ארום 35 בייטאג. קלאר און קאלט, ארום 22 ביינאכט.

די נעקסטע וועטער באריכט אי"ה דאנערשטאג אווענט. א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען די וועטער באריכט אן געבן קרעדיט פאר "קאווע שטיבל - וועטערבאריכט".

אויב איר זענט א מעמבער, ביטע געט א לייק.
יישר כח!
מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 6:02 pm#356496
איסר האטלקי האט געשריבן:א ריזיגן דאנק אייך וועטערבאריכט!!

קומעדיגע מאל בעפאר עס קומט אזא אומגעראכטענעם מבול אוזי ווי עס איז אצינד געשען אין ברוקלין ביטע פאראויס זאגן, פיל עגמת נפש און געלט וואלט איך מיר איינגעשפארט ווען איך וואלט געוואוסט... עניוועי, עס איז נישט דיין שולד.
חזק ואמץ!!!!!!!!

איך פארשטיי נישט, וואסערע מבול? איך האב געשריבען רעגן , עס האט גערעגנט און אפילו אביסעל געהאגעלט, אבער א מבול? יישר כח פאר די קאמפלימענטען, מעשה לסתור....
דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 5:43 pm#356612
דאנערשטאג אווענט- פרשת ויצא-וועטערבאריכט
א גוטען אווענט, א קאלטע און ווינטיגע נאכט קומט. אין שטאט איז דערווייל נאך נישט געווען אונטער 32 דאס יאר. איבערנאכט וועלען טעמפרעטורס אריינפאלען אין די העכערע 20s, מיט שטארקע ווינטען וועט עס זיך שפירען נאך קעלטער. פרייטאג און שבת וועלען בלייבען גוט קאלט מיט א קליינער מעגליכקייט פאר א שניי שויער פרייטאג נאכמיטאג. ביי זונטאג קומט אהן א פראנט און א שטורם. די וועטער מאדעלס זענען נאך נישט איינשטומיג מיט ווי עס שנייט און ווי עס טוישט אויף רעגן. עס זעט אויס ווי לייכטע שניי אדער רעגן קען אנהויבען פאלען זונטאג נאכט, אבער מער וויכטיג וועט פאלען מער precipitation מאנטאג פארטאגס, אויב עס בלייבט שניי קען עס ברענגען א שיינע פאר אינטשעס אפילו אין שטאט. אפסטעיט איז זייער מעגליך צו זען פון 3-6 אינטשעס שניי. עס וועט דעמאלטס בלייבען קאלט מיט נאך א מעגליכע שניי/רעגן פאר דינסטאג נאכט און מיטוואך , אבער אפילו א שטערקע ארטיק קעלט אטאקע קען אנקומען פאר סוף וואך פ׳ וישלח.
נ.ב. אויב עס פעלט אויס וועל איך ארויפלייגען דער ערשטע אפיציעלע וועטערבאריכט שניי מאפע בעזרת ה׳ מוצאי שבת קודש.

ניו יארק סיטי -

דאנערשטאג נאכט-מערסטענס קלאר, שטארק ווינטיג און קאלט, ארום 28 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זוניג, מיט א קליינע מעגליכקייט פאר א שניי שויער, זייער ווינטיג און קאלט, ארום 37 בייטאג. מערסטענס קלאר, ווינטיג און שטארק קאלט, ארום 25 ביינאכט.
שבת קודש- טייל זוניג, ווינטיג און קאלט, ארום 36 בייטאג. קלאר און קאלט, ארום 27 ביינאכט.
זונטאג- טייל זוניג און קאלט אינדערפרי, פארוואלקענט נאכמיטאג,לייכטע שניי אדער רעגן מעגליך שפעט, ארום 38 בייטאג. פארוואלקענט מיט שניי מעגליך, ארום 32 ביינאכט.
מאנטאג- שניי טוישט אויף רעגן, ארום 42. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 32 ביינאכט.
דינסטאג- מערסטענס זוניג און קיהל, ארום 45 בייטאג. פארוואלקענט מיט רעגן אדער שניי מעגליך איבערנאכט, ארום 32.
מיטוואך- פארוואלקענט און קעלטער , שניי אדער רעגן מעגליך , ארום 35 בייטאג. טייל פארוואלקענט , שטארק קעלטער, ארום 20 ביינאכט.
דאנערשטאג-מערסטענס זוניג , שטארק קאלט, ארום 27 בייטאג. קלאר און שטארק קאלט, ארום 18 ביינאכט.

לעיקוואד-

דאנערשטאג נאכט-מערסטענס קלאר, שטארק ווינטיג און קאלט, ארום 26 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זוניג, מיט א קליינע מעגליכקייט פאר א שניי שויער, זייער ווינטיג און קאלט, ארום 39 בייטאג. מערסטענס קלאר, ווינטיג און שטארק קאלט, ארום 22 ביינאכט.
שבת קודש- טייל זוניג, ווינטיג און קאלט, ארום 37 בייטאג. קלאר און קאלט, ארום 25 ביינאכט.
זונטאג- טייל זוניג און קאלט אינדערפרי, פארוואלקענט נאכמיטאג,לייכטע שניי מעגליך שפעט, ארום 40 בייטאג. פארוואלקענט מיט שניי אדער רעגן מעגליך, ארום 34 ביינאכט.
מאנטאג- רעגן אדער שניי מעגליך, ארום 47. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 32 ביינאכט.
דינסטאג- מערסטענס זוניג און קיהל, ארום 47 בייטאג. פארוואלקענט מיט רעגן אדער שניי מעגליך איבערנאכט, ארום 32.
מיטוואך- פארוואלקענט און קעלטער , שניי אדער רעגן מעגליך , ארום 37 בייטאג. טייל פארוואלקענט , שטארק קעלטער, ארום 18 ביינאכט.
דאנערשטאג-מערסטענס זוניג , שטארק קאלט, ארום 27 בייטאג. קלאר און שטארק קאלט, ארום 15 ביינאכט.


מאנסי און מאנרא -

דאנערשטאג נאכט-מערסטענס קלאר, שטארק ווינטיג און קאלט, ארום 22 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זוניג, מיט א קליינע מעגליכקייט פאר א שניי שויער, זייער ווינטיג און קאלט, ארום 32 בייטאג. מערסטענס קלאר, ווינטיג און שטארק קאלט, ארום 18 ביינאכט.
שבת קודש- טייל זוניג, ווינטיג און קאלט, ארום 32 בייטאג. קלאר און קאלט, ארום 22 ביינאכט.
זונטאג- טייל זוניג און קאלט אינדערפרי, פארוואלקענט נאכמיטאג,לייכטע שניי מעגליך שפעט, ארום 32 בייטאג. פארוואלקענט מיט שניי מעגליך, ארום 27 ביינאכט.
מאנטאג- שניי מעגליך, טוישט אויף אייז אדער רעגן נאכמיטאג, ארום 35. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 25 ביינאכט.
דינסטאג- מערסטענס זוניג און קאלט, ארום 38 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט איבערנאכט, ארום 25.
מיטוואך- פארוואלקענט און קעלטער , שניי מעגליך , ארום 32 בייטאג. טייל פארוואלקענט , שטארק קעלטער, ארום 15 ביינאכט.
דאנערשטאג-מערסטענס זוניג , שטארק קאלט, ארום 20 בייטאג. קלאר און שטארק קאלט, ארום 10 ביינאכט.


די נעקסטע וועטער באריכט אי"ה זונטאג אווענט. אויב עס פעלט אויס, וועל איך ארויפלייגען אן אפדעיט און א שניי מעפ מוצאי שבת. א גוטע נאכט און א גוט שבת.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען די וועטער באריכט אן געבן קרעדיט פאר "קאווע שטיבל - וועטערבאריכט".

אויב איר זענט א מעמבער, ביטע געט א לייק.
יישר כח!
מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 8:02 pm#356729
.
.
מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 8:02 pm#356730
.
.
מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 8:02 pm#356731
אפדעיט און שניי מעפ
א גוט וואך, נאך א קאלטע און ווינטיגע שבת וועט א שטורם אנקומען זונטאג נאכמיטאג און ביינאכט. די מאדעלס זענען ארויפ און אראפ ווי געווענטליך. צום סוף זעט אבער אויס ווי פאר די שטאט און סאוט ביז לעיקוואד וועט דאס נישט זיין קיין גרויסע זאכען, א לייכטע שניי קען זיך אנהויבען זונטאג נאכמיטאג אדער אווענט. עס וועט זיך טוישען אויף רעגן גאנץ שנעל. אויב עס פאלט שווער קען מען זען ביז איין אינטש , אבער איך האלט אז מען קען זען א קאוטינג און דאס גייט איבער צו רעגן. העכער אפסטעיט אוועק פון די שטאט וועט דאס בלייבען שניי און אייז לענגער . די מעגליכע שטורם פאר דינסטאג נאכט און מיטוואך זעט אויס צו ווייט סאוט אינז צו ברענגען שניי. שטארק קאלטע לופט קומט אבער יא פאר סוף וואך. די געווענטליכע וועטערבאריכט וועל איך בעזרת ה׳ ארויפלייגען מארגען אווענט. א גוט וואך.
מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 10:49 pm#356742
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
וועטערבאריכט האט געשריבן:מיט א פאר יאהר צירוק פלעגט זיך דער קנ״א וועטער עקספערט רעגען אז מען שניידט און פעיסט זיינע באריכטען. ער איז געווען גערעכט... אבער מען האט געשריבען אז מען זאל עס נישט אראפברענגען און אריינלייגען אין פלעצער שאין רוח חכמים .... וכו׳.
היינט שיקט מיר איינער אריין אן א-מעיל מיט א לינק צו קנא וועטער און קוק וואס איך טרעף דארט . :o
אוואדע האבען זיי ארויסגעלאזט ״וועטערבאריכט״ און קאווע שטיבעל. איי דאנט נאו איף איי איווען קעיר ... איטס דזאסט פאני...כאטש דער טעלעגראם טשעניל האט מיך געפרעגט פאר רשות און ער לייגט אריין א קרעדיט.

ער לייגט יעדן טאג דיינע באריכטען פון דא!
מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 10:58 pm#356743
סאשי פיש האט געשריבן:
וועטערבאריכט האט געשריבן:מיט א פאר יאהר צירוק פלעגט זיך דער קנ״א וועטער עקספערט רעגען אז מען שניידט און פעיסט זיינע באריכטען. ער איז געווען גערעכט... אבער מען האט געשריבען אז מען זאל עס נישט אראפברענגען און אריינלייגען אין פלעצער שאין רוח חכמים .... וכו׳.
היינט שיקט מיר איינער אריין אן א-מעיל מיט א לינק צו קנא וועטער און קוק וואס איך טרעף דארט . :o
אוואדע האבען זיי ארויסגעלאזט ״וועטערבאריכט״ און קאווע שטיבעל. איי דאנט נאו איף איי איווען קעיר ... איטס דזאסט פאני...כאטש דער טעלעגראם טשעניל האט מיך געפרעגט פאר רשות און ער לייגט אריין א קרעדיט.

ער לייגט יעדן טאג דיינע באריכטען פון דא!


נישט א יעדע טאג אבער אפאר מאל.
איך ווייס , וואס קען איך דען טוהן?
זונטאג דעצעמבער 11, 2016 9:54 am#356754
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
אפדעיט- עס איז קאלט און פארוואלקענט. לייכטע שניי קען אנקומען ארום 2-4 אזייגער נאכמיטאג .בילד


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג דעצעמבער 11, 2016 5:25 pm#356777
זונטאג אווענט-פרשת וישלח- וועטערבאריכט

א גוטען אווענט, דער ערשטע לייכטע שניי פון די ווינטער רוקט זיך יעצט אריין אין שטאט, עס וועט זיך טוישען אויף רעגן אין שטאט שפעטער אווענט. אפסטעיט וועט די קעלטערע זיך האלטען לענגער ביז פארטאגס מיט אפאר אינטשעס און אייז מעגליך פאר עס טוישט זיך אויך צו רעגן. עס וועט ווערען ווינטעג און בלייבען גאנץ קאלט מארגען נאכמיטאג און ביינאכט. דינסטאג און מיטוואך קומט א ארטיק קאלד פראנט אריין, א שטורם וואס האט געזאלט ארויפקומען דער פראנט וועט בלייבען ווייט געניג אין ים אינז נישט צו ברענגען קיין רעגן אדער שניי. די ארטיק פראנט וועט אבער אריינברענגען שטארק פראסטיגע לופט פאר מיטוואך נאכט ביז שבת. עס וועט בלייבען אין די 20s דאנערשטאג און פרייטאג בייטאג און 10s ביינאכט. מיט א שטארקע ווינט קענען די real feels בלייבען נאנט אדער אונטער 0! א פרישע שטורם וועט אזוי ווי היינט מסתם ברענגען לייכטע שניי פרייטאג צונאכטס וואס וועט זיך טוישען אויף רעגן מיט מילדערע וועטער שבת בייטאג.

ניו יארק סיטי -

זונטאג נאכט- פארוואלקענט מיט לייכטע שניי מעגליך, טוישט אויף רעגן שפעט, א קאוטינג ביז מערסטענס איין אינטש מעגליך. ארום 32 אין אווענט. טעמפרעטורס וועלען ארויפגיין צו 38 איבערנאכט.
מאנטאג- רעגן מעגליך, ספעציעל פארמיטאג. פארוואלקענט און קיהל, ארום 47 בייטאג. טייל פארוואלקענט ווינטעג און קאלט, ארום 35 ביינאכט.
דינסטאג- מערסטענס זוניג, ווינטיג און קיהל, ארום 42 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און קאלט איבערנאכט, ארום 32.
מיטוואך- מערסטענס פארוואלקענט און קעלטער ,ארום 40 בייטאג. טייל פארוואלקענט, שטארק קעלטער, ארום 25 ביינאכט.
דאנערשטאג און פרייטאג- מערסטענס זוניג , שטארק קאלט, ארום 27 בייטאג. קלאר און שטארק קאלט, ארום 13 ביינאכט.
פרייטאג נאכט- פארוואלקענט מיט שניי מעגליך, ארום 25.
שבת- שניי אדער רעגן שויערס, מילדער, ארום 40.

לעיקוואד-

זונטאג נאכט- פארוואלקענט מיט לייכטע שניי אדער רעגן, רעגן שפעט, א קאוטינג מעגליך. ארום 34 אין אווענט. טעמפרעטורס וועלען ארויפגיין צו 40 איבערנאכט.
מאנטאג- רעגן מעגליך, ספעציעל פארמיטאג. פארוואלקענט און קיהל, ארום 45 בייטאג. טייל פארוואלקענט ווינטעג און קאלט, ארום 28 ביינאכט.
דינסטאג- מערסטענס זוניג, ווינטיג און קיהל, ארום 45 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און קאלט איבערנאכט, ארום 28.
מיטוואך- מערסטענס פארוואלקענט און קעלטער ,ארום 40 בייטאג. פארוואלקענט, שטארק קעלטער, אפאר שניי שויערס מעגליך, ארום 20 ביינאכט.
דאנערשטאג און פרייטאג- מערסטענס זוניג , שטארק קאלט, ארום 27 בייטאג. קלאר און שטארק קאלט, ארום 10 ביינאכט.
פרייטאג נאכט- פארוואלקענט מיט שניי מעגליך, ארום 25.
שבת און זונטאג -שניי אדער רעגן שויערס, מילדער, ארום 40.

מאנסי און מאנרא -

זונטאג נאכט- פארוואלקענט מיט לייכטע שניי מעגליך אין אווענט, שניי טוישט אויף אייז און רעגן פארטאגס, 1-3 אינטשעס מעגליך אין מאנסי, 3-5 מעגליך אין קרית יוא-ל, ארום 27 אין אווענט. טעמפרעטורס וועלען ארויפגיין צו 32 איבערנאכט.
מאנטאג- רעגן מעגליך, ספעציעל פארמיטאג. פארוואלקענט און קיהל, ארום 40 בייטאג. טייל פארוואלקענט ווינטעג און קאלט, ארום 25 ביינאכט.
דינסטאג- מערסטענס זוניג, ווינטיג און קיהל, ארום 38 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און קאלט איבערנאכט, ארום 22.
מיטוואך- טייל פארוואלקענט און קעלטער ,ארום 35 בייטאג. טייל פארוואלקענט, שטארק קעלטער, ארום 17 ביינאכט.
דאנערשטאג און פרייטאג- מערסטענס זוניג , שטארק קאלט, ארום 20 בייטאג. קלאר און שטארק קאלט, 0-5 ביינאכט.
פרייטאג נאכט- פארוואלקענט מיט שניי מעגליך, ארום 15.
שבת- שניי אדער רעגן שויערס, מילדער, ארום 37.

די נעקסטע וועטער באריכט אי"ה מאנטאג אווענט, א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען די וועטער באריכט אן געבן קרעדיט פאר "קאווע שטיבל - וועטערבאריכט".

אויב איר זענט א מעמבער, ביטע געט א לייק.
יישר כח!
מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 5:25 pm#356861
מאנטאג אווענט - פרשת וישלח- וועטערבאריכט

א גוטען אווענט, נאך א קיהלע און מערסטענס פארוואלקענטע נאכמיטאג וועט ווערען ווינטיג און קאלט איבערנאכט. מארגען וועט אויך זיין גאנץ קאלט, אבער די ארטיק פראנט מיט איהר פראסטיגע לופט קומט אהן מיטוואך נאכט. דינסטאג און מיטוואך וועלען זיין טייל זוניג מיט קליינע chances פאר א שניי שויער דינסטאג, מיטוואך און דאנערשטאג ביינאכט. דאנערשטאג און פרייטאג וועלען זיין שטארק קאלט. ביי פרייטאג נאכט קומט אהן א לייכטע שניי וואס קען זיך טוישען אויף רעגן במשך שבת טאג, עס קען פאלען אפאר אינטשעס, ספעציעל אפסטעיט. אפאר שויערס קענען נאך איבערבלייבען מוצאי שבת און זונטאג, מיט קלארע אבער קעלטערע וועטער ביי מאנטאג.

ניו יארק סיטי -

מאנטאג נאכט- טייל פארוואלקענט ווינטיג און קאלט, ארום 35.
דינסטאג- מערסטענס זוניג, ווינטיג און קיהל, ארום 42 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און קאלט איבערנאכט, א קליינע מעגליכקייט פאר א שניי שויער, ארום 32.
מיטוואך- מערסטענס זוניג און קיהל, ארום 42 בייטאג. טייל פארוואלקענט, א קליינע מעגליכקייט פאר שניי שויערס , שטארק קעלטער, ארום 22 ביינאכט.
דאנערשטאג- מערסטענס פארוואלקענט און קאלט, ארום 27 בייטאג. טייל פארוואלקענט, א קליינע מעגליכקייט פאר שניי שויערס, שטארק קאלט, ארום 15 ביינאכט.
פרייטאג- מערסטענס זוניג , שטארק קאלט, ארום 22 בייטאג. פארוואלקענט און שטארק קאלט, שניי מעגליך איבערנאכט , ארום 20 ביינאכט.
שבת קודש- שניי טוישט אויף רעגן, מילדער, ארום 45 בייטאג. רעגן שויערס און מילד, ארום 38 ביינאכט.
זונטאג- רעגן שויערס מעגליך, מילד, ארום 50. מערסטענס קלאר און קעלטער, ארום 30 ביינאכט.
מאנטאג- מערסטענס זוניג און קיהל , ארום 38 בייטאג.

לעיקוואד-

מאנטאג נאכט- טייל פארוואלקענט ווינטיג און קאלט, ארום 30.
דינסטאג- מערסטענס זוניג, ווינטיג און קיהל, ארום 45 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און קאלט איבערנאכט, ארום 30.
מיטוואך- מערסטענס זוניג און קיהל, ארום 42 בייטאג. טייל פארוואלקענט, א קליינע מעגליכקייט פאר שניי שויערס , שטארק קעלטער, ארום 22 ביינאכט.
דאנערשטאג- מערסטענס פארוואלקענט און קאלט, ארום 27 בייטאג. טייל פארוואלקענט, א קליינע מעגליכקייט פאר שניי שויערס, שטארק קאלט, ארום 10 ביינאכט.
פרייטאג- מערסטענס זוניג , שטארק קאלט, ארום 25 בייטאג. פארוואלקענט און שטארק קאלט, שניי מעגליך איבערנאכט , ארום 22 ביינאכט.
שבת קודש- שניי טוישט אויף רעגן, מילדער, ארום 45 בייטאג. רעגן שויערס און מילד, ארום 38 ביינאכט.
זונטאג- רעגן שויערס מעגליך, מילד, ארום 50 בייטאג. מערסטענס קלאר און קעלטער, ארום 27 ביינאכט.
מאנטאג- מערסטענס זוניג און קיהל , ארום 38.

מאנסי און מאנרא -

מאנטאג נאכט- טייל פארוואלקענט ווינטיג און קאלט, ארום 25.
דינסטאג- מערסטענס זוניג, ווינטיג און קאלט, ארום 37 בייטאג. מערסטענס פארוואלקענט און קאלט איבערנאכט, א קליינע מעגליכקייט פאר א שניי שויער, ארום 25.
מיטוואך- מערסטענס זוניג און קאלט, ארום 32 בייטאג. טייל פארוואלקענט, א קליינע מעגליכקייט פאר שניי שויערס , שטארק קעלטער, ארום 16 ביינאכט.
דאנערשטאג- מערסטענס פארוואלקענט און שטארק קאלט, ארום 22 בייטאג. טייל פארוואלקענט, א קליינע מעגליכקייט פאר שניי שויערס, גאר קאלט, 5-10 ביינאכט.
פרייטאג- מערסטענס זוניג , שטארק קאלט, ארום 18 בייטאג. פארוואלקענט און שטארק קאלט, שניי מעגליך איבערנאכט , ארום 12 ביינאכט.
שבת קודש- שניי מעגליך טוישט זיך אויף אייז און רעגן שפעט נאכמיטאג, מילדער, ארום 37 בייטאג. רעגן שויערס און מילד, ארום 35 ביינאכט.
זונטאג- רעגן שויערס מעגליך, מילד, ארום 42 בייטאג. מערסטענס קלאר און קעלטער, ארום 20 ביינאכט.
מאנטאג- מערסטענס זוניג און קאלט , ארום 32.

די נעקסטע וועטער באריכט אי"ה דינסטאג אווענט, א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען די וועטער באריכט אן געבן קרעדיט פאר "קאווע שטיבל - וועטערבאריכט".

אויב איר זענט א מעמבער, ביטע געט א לייק.
יישר כח!
דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:12 pm#356953
דינסטאג אווענט - פרשת וישלח- וועטערבאריכט

א גוטען אווענט, מערסטענס פארוואלקענטע און קאלטע וועטער קומט איבערנאכט, עס קען זיין א לייכטע שניי אדער רעגן שויער אין פלעצער. מארגען וועט זיין טייל זוניג און קאלט אבער מארגען נאכט קומט די עכט קאלטע לופט אריין. דאנערשטאג און פרייטאג וועלען זיין שטארק קאלט. פרייטאג צונאכטס וועט אריינקומען א לייכטע שניי וואס וועט זיך טוישען צו אייז און רעגן. נאך א מילדע זונטאג מיט שויערס קען עס איז ענדיגען ווי שניי שויערס מיט נאך א טאג צוויי פון קאלטע וועטער אנהויב נעקסטע וואך.

ניו יארק סיטי -

דינסטאג נאכט-מערסטענס פארוואלקענט און קאלט איבערנאכט, א קליינע מעגליכקייט פאר א שניי אדער רעגן שויער, ארום 32.
מיטוואך- מערסטענס זוניג און קיהל, ארום 42 בייטאג. טייל פארוואלקענט, א קליינע מעגליכקייט פאר שניי שויערס , שטארק קעלטער, ארום 22 ביינאכט.
דאנערשטאג-מערסטענס פארוואלקענט שטארק ווינטעג און קאלט, א מעגליכקייט פאר שניי שויערס, ארום 27 בייטאג. טייל פארוואלקענט, א קליינע מעגליכקייט פאר שניי שויערס, שטארק ווינטיג און קאלט, ארום 15 ביינאכט.
פרייטאג- מערסטענס זוניג , שטארק קאלט, ארום 24 בייטאג. פארוואלקענט און שטארק קאלט, שניי מעגליך איבערנאכט , ארום 22 ביינאכט.
שבת קודש- שניי טוישט אויף רעגן נאכמיטאג, מילדער, ארום 45 בייטאג. רעגן שויערס און מילד, ארום 38 ביינאכט.
זונטאג- רעגן שויערס מעגליך, מילד, ארום 50. מערסטענס קלאר און קעלטער, ארום 25 ביינאכט.
מאנטאג און דינסטאג- מערסטענס זוניג און קיהל, ארום 35 בייטאג. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 22 ביינאכט.

לעיקוואד-

דינסטאג נאכט-מערסטענס פארוואלקענט און קאלט איבערנאכט, א קליינע מעגליכקייט פאר א שניי אדער רעגן שויער, ארום 30.
מיטוואך- מערסטענס זוניג און קיהל, ארום 42 בייטאג. טייל פארוואלקענט, א קליינע מעגליכקייט פאר שניי שויערס , שטארק קעלטער, ארום 22 ביינאכט.
דאנערשטאג-מערסטענס פארוואלקענט שטארק ווינטעג און קאלט, א מעגליכקייט פאר שניי שויערס, ארום 27 בייטאג. טייל פארוואלקענט, א קליינע מעגליכקייט פאר שניי שויערס, שטארק ווינטיג און קאלט, ארום 15 ביינאכט.
פרייטאג- מערסטענס זוניג , שטארק קאלט, ארום 25 בייטאג. פארוואלקענט און שטארק קאלט, שניי מעגליך איבערנאכט , ארום 22 ביינאכט.
שבת קודש- שניי טוישט אויף רעגן נאכמיטאג, מילדער, ארום 45 בייטאג. רעגן שויערס און מילד, ארום 38 ביינאכט.
זונטאג- רעגן שויערס מעגליך, מילד, ארום 52. מערסטענס קלאר און קעלטער, ארום 25 ביינאכט.
מאנטאג און דינסטאג- מערסטענס זוניג און קיהל, ארום 37 בייטאג. מערסטענס קלאר און קאלט, ארום 24 ביינאכט.

מאנסי און מאנרא -

דינסטאג נאכט-מערסטענס פארוואלקענט און קאלט איבערנאכט, שניי שויערס מעגליך מיט א קאוטינג ביז איין אינטש, ארום 27.
מיטוואך- מערסטענס זוניג און קאלט, ארום 37 בייטאג. טייל פארוואלקענט, א מעגליכקייט פאר שניי שויערס , שטארק קעלטער, ארום 17 ביינאכט.
דאנערשטאג-מערסטענס פארוואלקענט שטארק ווינטעג און קאלט, א מעגליכקייט פאר שניי שויערס, ארום 22 בייטאג. טייל פארוואלקענט, א קליינע מעגליכקייט פאר שניי שויערס, שטארק ווינטיג און קאלט, 3-8 ביינאכט.
פרייטאג- מערסטענס זוניג , שטארק קאלט, ארום 20 בייטאג. פארוואלקענט און שטארק קאלט, שניי מעגליך איבערנאכט , ארום 15 ביינאכט.
שבת קודש- שניי טוישט אויף רעגן שפעט נאכמיטאג, מילדער, ארום 38 בייטאג. רעגן שויערס און מילד, ארום 35 ביינאכט.
זונטאג- רעגן שויערס מעגליך, מילד, ארום 45. מערסטענס קלאר און קעלטער, ארום 18 ביינאכט.
מאנטאג און דינסטאג- מערסטענס זוניג און קאלט, ארום 30 בייטאג. מערסטענס קלאר און שטארק קאלט, 10-15 ביינאכט.

איך וועל נישט קענען שרייבען מיטוואך , די נעקסטע וועטער באריכט אי"ה דאנערשטאג אווענט, א גוטע נאכט.

נ.ב. ביטע נישט נאכקאפיען די וועטער באריכט אן געבן קרעדיט פאר "קאווע שטיבל - וועטערבאריכט".

אויב איר זענט א מעמבער, ביטע געט א לייק.
יישר כח!
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 11:09 am#357027
Arctic air timeline
.
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 6:41 pm#357069
.
.
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 10:43 pm#357103
אפדעיט- קעלט קומט און א שניי פאר שבת צופרי
דאס איז מיין ערשטע שניי מעפ פאר די שטורם. מארגען וועל איך אי״ה ארויפלייגען א געהעריגער וועטער באריכט.
א גוטע נאכט.
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 11:56 am#357126
וועטערבאריכט האט געשריבן:מיט א פאר יאהר צירוק פלעגט זיך דער קנ״א וועטער עקספערט רעגען אז מען שניידט און פעיסט זיינע באריכטען. ער איז געווען גערעכט... אבער מען האט געשריבען אז מען זאל עס נישט אראפברענגען און אריינלייגען אין פלעצער שאין רוח חכמים .... וכו׳.
היינט שיקט מיר איינער אריין אן א-מעיל מיט א לינק צו קנא וועטער און קוק וואס איך טרעף דארט . :o
אוואדע האבען זיי ארויסגעלאזט ״וועטערבאריכט״ און קאווע שטיבעל. איי דאנט נאו איף איי איווען קעיר ... איטס דזאסט פאני...כאטש דער טעלעגראם טשעניל האט מיך געפרעגט פאר רשות און ער לייגט אריין א קרעדיט.

דער וואס פעיסט אריין דיינע באריכטן איז נישט דער קנ"א וועטער עקספערט ס'איז גאר א צווייטער ניק
זונטאג מאי 14, 2017 5:26 pm#370921
זונטאג אווענט-פ׳ בהר/בחקותי-וועטערבאריכט
.
מאנטאג מאי 15, 2017 8:51 pm#371158
מאנטאג אווענט-פ׳ בהר/בחקותי - וועטערבאריכט
.
דינסטאג מאי 16, 2017 8:07 pm#371322
דינסטאג אווענט-פ׳ בהר/בחקותי
.
מיטוואך מאי 17, 2017 9:34 pm#371483
מיטוואך אווענט-פ׳ בהר/בחקותי -וועטערבאריכט
.
פרייטאג מאי 19, 2017 6:06 am#371735
אנטשולדיג
א גוטען, עס איז באמת געווען א געשמאק צו שרייבען די וועטער דא פאר קאווע שטיבעל, איך בין אריבער אויף א גרינגערער פארמאט (כאטש פאר מיר) און אזוי נעמט עס מיר אפאר סטעפס אריבער צו שיקען אויף קאווע שטיבעל. איך ווייס נישט וויפיל לייענען עס דא. איך וועל אי״ה ממשיך זיין אויף דער טעלעגראם טשענעל ווי איך האב 700 סעבסקרייבערס. איך האפ אז איהר קענט מיר נאכגייען. אויף טעלעגראם קען איך ארויסשיקען אפדעיטס און גרעפיקס אין מינוטען.
א יישר כח. אויב איינער האט אן עצה ווי אזוי מען קען עס שנעל און גרינג קאפיען פון טעלעגראם צו קאווע דעמאלטס בין איך גרייט צו הערען.

נ.ב. די לינק צו מיין טעלעגראם טשענעל איז m https://t.me/Weather_Z9 m
דינסטאג יוני 13, 2017 12:48 am#374802
למעשה זענען מיר דא פארבליבן כצאן בלי רועה... אן א וועטער זאגער...
נאך א מזל מיר האבן וועטער עפפס, אזוי ווייסן מיר כאטש בערך וואס עס ערווארט אונז.

אין די טעג גייען מיר אין ניו יארק אדורך א שטארקע "היעט וועיוו" בלע"ז, נאך מארגן, דינסטאג קוקט אויס צו זיין אזוי הייס, קרוב צו 95.
די צווייטע האלב וואך וועט שוין זיין פיל לייכטער.
דינסטאג יוני 13, 2017 12:52 am#374803
וועטערבאריכט האט געשריבן:א גוטען, עס איז באמת געווען א געשמאק צו שרייבען די וועטער דא פאר קאווע שטיבעל, איך בין אריבער אויף א גרינגערער פארמאט (כאטש פאר מיר) און אזוי נעמט עס מיר אפאר סטעפס אריבער צו שיקען אויף קאווע שטיבעל. איך ווייס נישט וויפיל לייענען עס דא. איך וועל אי״ה ממשיך זיין אויף דער טעלעגראם טשענעל ווי איך האב 700 סעבסקרייבערס. איך האפ אז איהר קענט מיר נאכגייען. אויף טעלעגראם קען איך ארויסשיקען אפדעיטס און גרעפיקס אין מינוטען.
א יישר כח. אויב איינער האט אן עצה ווי אזוי מען קען עס שנעל און גרינג קאפיען פון טעלעגראם צו קאווע דעמאלטס בין איך גרייט צו הערען.

נ.ב. די לינק צו מיין טעלעגראם טשענעל איז https://t.me/Weather_Z9

איך וויל לייקן די תגובה, ווי צו זאגן: "קום צוריק!", אבער עס וועט אויסקוקן ווי איך זאג: "איך האלט פון דיין שריט, גיי לחיים ולשלום"... סאו וואס זאל איך טון דא??
WE NEED YOU BACK
דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 9:04 pm#383872
א גרוס ... איך שרייב נאך וועטער
א גוטען , איך וויל נאר מודיע זיין פאר מיינע געוועזענע חשובע לייענערס אז איך שרייב נאך ווייטער כסדר די וועטערבאריכטען פאר רוב היימישע פלעצער אויף מיין טעלעגראם טשענעל. איר קענט ווערען מיין follower אויף :

m https://t.me/Weather_Z9 m

א גוט שבת.
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 1:46 pm#390381
ווינטער קומט צו גיין אין צייט פאר חנוכה
א גוטען , איך האב שוין לאנג נישט געפאוסט אין מיין וועטער באריכט ווינקעל. למעשה ווען עס קומט יעצט די ווינטער צו גיין און מער אינטרעסאנטע וועטער, בענקט זיך מיר צו זעהן ווי אזוי מיינע קאווע שטיבעל חברים טוהן. גראדע נאך אפאר ווארעמע דעצעמבער אין די פארגאנגענע ווינטערס , זעהט די קומינדיגע ווינטער אויס אנציהויבען אסאך קעלטער און מעגליך גאנץ שנייעדיגע.
עס איז דא אפאר זאכען ווי מער ווי געווענטליכער קאנעדיען שניי קאווער ווי די לעצטע פאר יא , א גרינלענד בלאק , ווי אויך אסאך אנדערע סימנים אז עס קומט כאטש א קאלטע אויב נישט שטורמדיגע תקופה.
איך קען פראבירען ארויפצילייגען א קאפי פון די וועטער באריכטען וואס איך שרייב פאר מיין טעלעגראם טשענעל אויב מען איז אינטרעסירט. ביטע לאזט מיר וויסען אויב דער עולם וואלט עס געוואלט זעהן כאטש אין די ווינטער און ווען עס קומט וויכטיגע וועטער געשעהנישען. כל טוב.
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 2:03 pm#390385
ניין,









נישט נאר ווינטער, נאר כסדר.
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 2:27 pm#390388
עס זענען דא וועטער מאדעלס וואס זענען short term און זיי פרובירען פארציזאגען די וועטער אויף א טעגליכע פארנעם. דערנאך זענען דא לאנג רענד׳ג מאדעלס וואס זעהן א וואך צו צען טעג ארויס און פילמאל זענען זיי גאנץ גוט לגבי גרעסערע שטורמס , האריקעין אדער שניי שטורם, ספעצעיל לאמיר זאגען די יורא וועטער מאדעל. ענדליך איז דא וואס מען רופט seasonal models. זיי נעמען אין באטראכט די גלאבעל וועטער פאטטערן ווי מען רופט אין די macro level.
די פארגאנגענע זוממער איז געווען קיהלער ווי נארמאל אבער עס איז געווארען גוט ווארעם אין סעפטעמבער און אקטובער איז געווען שטארק ווארעם. די וועטער האט זיך שטארק געטוישט גאנץ פליצלינג מיט א קאלטע שבת און זייט דעמאלטס איז געווען מער ווייניגער נאנט צו נארמאל קיבל אבער גאנץ טרוקען און אהן קיין גרעסערע וועטער געשעהנישען אדער עקסטרימס.
די סיזענעל וועטער מאדעלס האבען אנגעהויבען צו ווייזען אז עס קומט גרעסערע changes. און טאג איין און אויס האבען זיי זיך געהאלטען ביי דעם. עס קומט א שטארק קאלטע פאטטערן פאר די מידוועסט און די נארטאיסט.

צום ערשט, ווייזען זיי א זאך וואס הייסט telleconections דאס הייסט א עס זענען דא גלאבעל (גרעסערע שפילערס ) וואס וועלען העלפען ברענגען קעלט פון די ארטיק ווי אויך מעגליכע אנדערע טעמים אז שטורמס וועלען קומען נענטער און האבען געניג קאלטע לופט צו ברענגען שניי.

זעהט דיגרעפיקס אונטער די תגובה.

איין זאך דארף אבער געדענקען אז צומאל זענען אלע שטיקליך פון די פאזעל אויפן טיש אבער עס אנטוויקעלט זיך דאך נישט אין די וועג מען מיינט עס וועט ווערען.
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 2:35 pm#390390
מער גרעפיקס
.
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 6:03 pm#390400
זונטאג אווענט -פ׳ וישב-וועטערבאריכט
.
דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 9:57 pm#390536
דינסטאג אווענט-פ׳ וישב
.
דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 10:00 pm#390537
עס ווערט קעלטער און וועט בלייבען אזוי פאר א וויילע
.
מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 5:02 pm#390592
מיטוואך אווענט-פ׳ וישב
.
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 2:16 pm#390683
וועטער אפדעיט-ערשטע שניי פון ווינטער ווערט מער מעגליך
א גוטען, די לעצטערע וועטער מאדעלס ברענגען א שניי פאר אונז דער קומינדיגע שבת קודש. דא האט איהר מיין ערשטע שניי מעפ. אפדעיטס און די פול וועטערבאריכט אי״ה היינט אווענט.
דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 5:47 pm#390710
דאנערשטאג אווענט-פ׳ וישב
.
פרייטאג דעצעמבער 08, 2017 5:34 am#390770
עש״ק צופרי- אפדעיטעט שניי מעפ.
.
פרייטאג דעצעמבער 08, 2017 2:53 pm#390796
פיינעל ערב שבת אפדעיט
.
מוצ"ש דעצעמבער 09, 2017 8:56 pm#390800
אפדעיט-מוצאי שבת קודש
א גוט וואך, די ערשטע שניי איז טאקע אנגעקומען און געברענגט אפאר אינטשעס פאר די שטאט און לעיקוואד היינט. אפסטעיט איז געפאלען מער ווי איך האב גערעכנט אין פלעצער ווי מאנרא און אויך די קעטצקילס.

די לעצטע פאר שניי בענדס וועלען זיך אדורכריקען די שטאט און די שניי וועט זיך ענדיגען ביי 10-12 אזייגער. עס וועט ווערען קעלטער איבערנאכט און שניי אדער סלאש וועס איז נישט גערייניגט געווארען קען ווערען אייז.
די וואך וועט דעמאלטס בלייבען קאלט און ווערען שטארק קאלט ביי מיטוואך נאכט און דאנערשטאג קען בלייבען אין די 20s אפילו אין שטאט! עס איז אויך דא איין אדער מער מעגליכקייטען פאר שניי … בקיצור stay tuned.
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 5:59 pm#390920
זונטאג אווענט-פ׳ מקץ
…
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 10:25 pm#391051
מאנטאג אווענט- פ׳ מקץ
.
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 10:59 pm#391054
שניי און אייז מעפ דינסטאג צופרי מקץ
…
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 6:17 pm#391153
דינסטאג אווענט-א׳ חנוכה
…