הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
קאווע שטיבל • וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
400 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 2525 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8116
פרייטאג דעצעמבער 15, 2017 7:28 am#391372
אפדעיט-עס קען שנייען נאכאמאל היינט נאכמיטאג און אווענט.
די שטורם וועט קומען אביסעל נענטער און דאס מיינט אז לייכטע שניי קען אנהויבען צו פאלען ארום 12-2 נאכמיטאג אין לעיקוואוד , 2-6 אזייגער אין שטאט און 4-8 אין מאנסי און קרית יואל. די שניי וועט זיין זייער לייכט אבער מיט די קאלטע וועטער פון לעצטע פאר טעג קען עס גלייך קלעבען און אנמאכן פראבלעמען מיט טרעוועל. די שניי וועט זיך ענדיגען שפעטער אין אווענט. די מעגליכקייט פאר שניי איז ארום 70% אין לעיקוואד, 50% אין די שטאט און 40% אפסטעיט.
די אמאונטס זענען פון א קאוטינג ביז איין אינטש פאר די שטאט און אפסטעיט. אין לעיקוואד איז מעגליך צו זעהן 2 ביז אפילו 4 אינטשעס ווייל זיי זענען נענטער צום שטורם.
איך וועל אפדעיטען אי״ה אויב עס פעלט אויס ארום מיטאג צייט.

דינסטאג יאנואר 02, 2018 5:31 pm#392619
דינסטאג אווענט-פ׳ שמות
א גוטען אווענט, אנטשולדיג אבער עס איז מיר נישט אויסגעקומען ארויפצילייגען דער וועטערבאריכט נעכטען.
דינסטאג יאנואר 02, 2018 9:25 pm#392639
הייסטעס גייט זיך שפירן ביז 20 אונטער 0 פרייטאג צונאכטס.
כ'האף אלע אינגעל בעביס וועלן אויסווארטן ביז נאך שבת צו האבן מזומן ביים זכר...

מיטוואך יאנואר 03, 2018 11:48 am#392700
איך הער אז עס קומט א שניי שטורעם היינט נאכט ביז ערגעץ דאנערשטיג דורכן טאג,
איך דארף פארן קיין מאנטריאל דאנערשטיג, קען מיר איינער זאגן אויב עס גייט אפעקטירן און די געגענט צווישן נוא יארק און מאנטריאל?

מאנטאג פעברואר 05, 2018 8:54 pm#394862
שניי מעפ
קודם כל, אנטשולדיג אבער עס איז געווארען צו שווער ארויפצילייגען טעגליכע באריכטען אויף די סייט , איך דארף קודם נעמען א סקרינשאט ,עס קאווערטען צו קלענערע פיילס , בקיצור ווען איך האב נישט דער כלי מיט די פראגרעם מיט זיך ווי די לעצטע וואך ווען איך בין געווען אין ארץ ישרא-ל קען איך נישט אנקומען צו דעם. כאטש פאר עס קומט עפעס א גרעסערע וועטער געשעהניש קען איך פרובירען ארויפצילייגען א מעפ… ואתכם סליחה…
מאנטאג מערץ 05, 2018 8:13 pm#396860
שניי שטורם מעגליך שפעט דינסטאג נאכט ביז מיטוואך נאכט
#WeatherReport by @YiddisheWeather
א גוטען, היינט איז געווען קאלט און ווינטיג און היינט נאכט ווי אויך דינסטאג וועט בלייבען קאלט. שפעטער דינסטאג נאכמיטאג ווערט פארוואלקענט מיט די נעקסטע שטורם וואס קומט אהן. עס גייט זיין א שטארקע שטורם לגבי די שניי און רעגן אמאונטס אבער נישט אזוי שטארק מיט די ווינט אדער קאוסטעל פלאדינג. איך האב ארויסגעלייגט אן ערשטע שניי מעפ אבער איך וועל דאס אפדעיטען מיט מער פונקטליכע נאמבערס. דער שניי וואס קען זיך אנהויבען שפעט דינסטאג נאכט אדער ביי מיטוואך פארטאגס וועט זיך אנהויבען לייכט און קען זיך אפילו מישען מיט רעגן אין אנהויב. ביי מיטוואך צופרי וועט שנייען שווער אין אסאך פלעצער און לויט טייל וועטער מאדעלס קען שנייען מיט א שנעלקייט פון 2-4 אינטשעס א שעה מיטוואך . א שטורם ווי דעם מיט די פונקטליכע טרעק און געניג קאלטע לופט ״קען״ גרינג אראפלאזען א פוס שניי. עס איז אבער קיינמאל נישט פשוט מיט א שניי שטורם, עס קען נאך אלס קומען נענטער און אריינשלעפען מילדע לופט פון די ים און אראפקלאפען די אמאונטס אין שטאט ,לעיקוואד ווי אויך לאנג איילענד. פאר אפסטעיט זעהט עס אויס מער זיכער פאר א גרויסע שניי . בקיצור גרייטס זיך צו רבותי פאר א שניי שטורם. דאנערשטאג ביז שבת וועלען דעמאלטס זיין כאטש טייל זוניג און קאלט.
Good afternoon, a cold and partly cloudy late winter day has passed and tonight as well as tomorrow will be similar. Late tomorrow, clouds start to increase ahead of our next storm. Although this storm is expected to bring less extreme winds and coastal flooding but a heavy snow is looking very possible. The snow will start light and could even be mixed with rain late tuesday night, but by daylight Wednesday, it should be all snow and fall fast and hard. Some computer models have it snowing at 2-4 inches an hour , which can quickly drop a foot of snow by Wednesday evening. The upstate areas with colder air look to be the most likely, but even the city will be hit hard if the storm takes the track predicted. This is a situation that could change stay on top of this storm by checking in to this channel and my updated snow maps

זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 1:41 am#413374
סוכות וועטער
יו"ט וועט זיך אנהויבען טרוקן און קיהל אין כמעט אלע פלעצער. דער ערשטער טאג זעהט אויך אויס גוט. א פראנט וועט ברענגן פראבלעמען מיט מעגליכע רעגן אנהויבענדיג די צווייטע נאכט. איך וועל אפדעיטען אי״ה.
דינסטאג מערץ 12, 2019 11:24 pm#426358
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
וועטערבאריכט האט געשריבן:.
ביסט אוועק פון טעלעגראם?
מיטוואך מערץ 13, 2019 3:59 am#426365
יא, איך האב אויפגעהערט צו שרייבען די וועטער. דערווייל נעם איך א וואקאציע פון שרייבען וועטער.
מיטוואך מערץ 13, 2019 11:37 am#426377
איז ווער שרייבט יעצט די וועטער באריכט אויף טעלעגראם?