דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:21 am#248138
"ארטסקראל" און צענזור בפירוש רשב"ם על התורה
דער רשב"ם איז באקאנט פאר פארשידענע פשטים וואס ער ברענגט אין זיין פירוש וואס זענען נישט אין איינקלאנג מיט דברי חז"ל. אבער דער רשב"ם האט געהאלטן אז טראץ די דרשות חז"ל, בלייבט פשוט פשט דער ריכטיגער פשט, הגם די דרשות חז"ל און די הלכות וועלכע ווערן ארויסגעלערנט פון זיי זענען אויך אמת.
אין פרשת בראשית געפונען זיך עטליכע שטיקלעך פון רשב"ם וועלכע זענען לכאורה נישט אין איינקלאנג מיט די דברי חז"ל, און געוויסע חרדים האבן דעריבער מחליט געווען אז מ'דארף צענזורירן די שטיקלעך. איך מיין אז דער ערשטער וואס האט דאס געטון איז געווען הוצאת "המאור", און דערנאך האבן אנדערע נאכגעפאלגט. "עוז והדר" האט לעצטנס ארויסגעגעבן א נייעם חומש מקראות גדולות, און האט אויך צענזורירט די שטיקלעך.
די צענזור בדברי הרשב"ם איז שוין איבער צוואנציג יאר אלט, און עבר ושנה נעשה לו כהיתר. אבער ווי לאנג דאס איז געווען נאר ביי די ריין חרדישע דרוק-הייזער האט דאס נישט אזוי אויפגעברענגט דעם אויפברויז ווי ווען "ארטסקראל" האט לעצטנס מחליט געווען צו גיין אין די זעלבע פיסטריט און אויך מצנזר זיין די קאנטראווערסיאלע שטיקלעך פון זייער נייעם חומש מקראות גדולות וואס איז ערשינען דאס יאר.
פראפעסאר מארק שפירא האט געשריבן צו ארטסקראל איבער דער געוואלדיגער חוצפה צו בארירן די ווערטער פון אחד מגדולי הראשונים, און ארטסקראל האט געענטפערט. אין א פרישן פאוסט אין "ספרים בלאג" האט דער גאון בחכמה ותורה צענומען ארטסקראל אויף אן אופן ווי קיינער האט קיינמאל נישט געטון פאר דעם, אזש, ווען איך וואלט געווען פון די ארטסקראל מוציאי לאור וואלט איך מיך געשעמט ארויסצושטעקן מיין פנים אין דער גאס.
ניין, איך רעד מיך נישט איין אז שערמאן און זלאטאוויץ, די בעלי-בתים פון ארטסקראל, שעמען זיך ארויסצוגיין אין דער גאס. עס איז ליידער כמעט נישט דא פון וועמען זיך צו שעמען. דער חרדישער זלזול צו אמת איז ליידער אזוי איינגעריסן, אז עס איז צו גלייבן אז עולם-גולם כאפט ניטאמאל וואס דא גייט פאר, און פארוואס דאס איז וויכטיג. אבער מענטשן וואס האלטן די פשוט'ע יסודות פון אמת, אויפריכטיגקייט און ערליכקייט פאר חשוב – וואס טייל ארטסקראל אנגעשטעלטע רעכנען זיך זיכער פאר אזעלכע – ווערן דערשטוינט און שאקירט פון שפירא'ס אויפדעקונגען איבער ארטסקראל.
שפירא'ס אויפדעקונגען זענען א סך, און כ'וועל נאר אויסרעכענען עטליכע: ארטסקראל נוצט די ארבעט פון אנדערע (ווי מוסד הרב קוק) אן געבן דעם פארדינטן קרעדיט; ארטסקראל פלאגיאירט פון אנדערע אן דערמאנען אז זיי האבן בכלל גענוצט יענעמ'ס ווערק; ארטסקראל זאגט ליגנט ווען מ'כאפט זיי ביי א טעות, אנשטאט מודה זיין; ארטסקראל - פונקט ווי די עקסטרעמע חרדים - איז אליין מחליט וועלכע גדול'ישע דעות זענען זיי מחייב; טעותים אין ניקוד און אנדייטונגען איבער שקר אין דעם אקאדעמישן פראצעס.
איבער דעם צענזור בדברי הרשב"ם ווייזט שפירא אן די לעכערליכקייט און שקר פון ארטסקראל'ס סטעיטמענט, און ווייזט אן אן איראנישער פאקט וואס באשטעטיגט אז "רעאליטעט איז מער משונה'דיג ווי פיקציע": דער ערשטער וואס האט באהויפטעט אז די שטיקלעך אין רשב"ם אין פרשת בראשית זענען אפיקורסיש איז געווען הרב יהודה נחשוני אין 1981. אין 1988 האט ארטסקראל איבערגעזעצט נחשוני'ס ספר, און זייענדיג אומבאקוועם מיט דער באהויפטונג אויף אחד מגדולי הראשונים האבן זיי עס צענזורירט! 26 יאר שפעטער האט ארטסקראל מחליט געווען צו אדאפטירן די זעלבע שיטה, און געגאנגען ווייטער מיט'ן דירעקט שולח יד זיין בדברי הרשב"ם!
עס איז גאנץ ברור אז די סיבה פארוואס ארטסקראל איז גרייט צו טון אזעלכע שריט איז ווייל זיי ווילן נישט אז די עקסטרעמע חרדים זאלן מאכן מחאות קעגן זיי און דאדורך פארלירן קאסטומערס. דאס איז אויך די סיבה פארוואס ארטסקראל האט געטוישט די צורה פון זייער קמץ, טראץ די לעכערליכקייט פון די טענות קעגן דער אלטער צורה. דאס וואס-אמאל ווילדערע עקסטרעמיזם פון חרדים בארירט אונז אין יעדן תחום. מעסיגע דארף לאזן הערן זייער שטימע איידער עס וועט זיין שפעטער ווי עס איז יעצט.
כ'האב אנגעגרייט א טוץ לינקס צו באגלייטן דעם ארטיקל, אבער יעצט האב איך נישט די מעגליכקייט זיי צוצולייגן. וועל איך מיך באגעניגן מיט א לינק צו מארק שפירא'ס לעצטן מאמר:
m http://seforim.blogspot.com/2015/01/art ... ments.html m