Under maintenance
הויפט זייט » אן אפענע פורום איבער פארמעקטע אשכולות

אן אפענע פורום איבער פארמעקטע אשכולות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8172
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:13 pm#249580
אן אפענע פורום איבער פארמעקטע אשכולות
אזוי ווי די פורום איבער פארמעקטע אשכולות איז פארשפארט פאר די פובליק און דער עולם קען זיך נישט לאזן הערן וואס מען האלטץ עפן איך אויך דא דעם אשכול פאר דעם צוועק דא קען יעדער מיטיילן זיין חוות דעת קדשו איבער די לעצטע פארמעקטע (און קומעדיגע) אשכולות.
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:13 pm#249581
ובזה החלי בנוגע יוסל ראקאווער'ס אשכול בין איך נישט איינשטימיג מיט די אחראים פארן מעקן די אשכול. אז א איד פלאגט זיך אן צו שרייבן און מהנה זיין דעם עולם מעקט מען נישט אזוי כלאחר יד. ענדערש וואלט מען געדארפט רעדאגירין און ארויסנעמען די לשונות ווואס שמעקט מיט בזיון תלמיד חכם אבער מעקן א גאנצע אשכול? אתתממה!
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:22 pm#249583
איך שטים גענצליך צו צו יתרו'ס ארגומענט.

נאר קודם האט מען אים געזאלט בעטן אליין צו רעדאגירן, און דערנאך בלית ברירה זאל א מנהל רעדאגירן.
ספעציעל ווען עס איז נישט געווען דווקא אן אטאקע קעגן דעם רבין, נאר קעגן א געוויסע פאסירונג און בעיקר אז מען האט אפגעדרוקט דעם פאסירונג אין א ספר.
אויך האט ער געזאלט רעדאגירן א ווארט צוויי וואס קען ווערן אויסגעטייטשט ווי א פאראורטייל קעגן א גאנצע קהילה קדושה בישראל, וואס אין א געוויסע זין איז דאס נאך וויכטיגער. (שטעלט אייך פאר ווען מען פארמעקט יעדן אשכול וואס מאכט ליצנות פון סאטמאר רב, אדער דעם ליובאוויטשן רבין).
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:24 pm#249584
איך בין אויך מסכים אז עס האט נישט געזאלט אוועקגענומען ווערן. עס וועט בקרוב צוריקגעשטעלט ווערן.
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:28 pm#249585
יש להאריך אבער איך וויל מיך נאר באציען צו דיין לעצטע נקודה ,סאטמאר האט געפייט מיט דשאסט עבאוט יעדער און גם ליובאוויטש לא טמנו ידם בכיס איז נאטירליך אז מען רעדט פון זייער שטורמישע היסטאריע (ספעציעל ווען עס איז ביי זיי די מאדע צו פאלציפירן היסטאריע יעדע פראקציע לויט ווי עס שמעקט זיי) אבער פאפא? דער גרויסער ויחי יוסף האט נישט געטשעפעט קיינעם (אויב עפעס האט ער גענוג געליטן פון די בריונים און געשוויגן) און עס איז נישט אויף ק''ש סטאנדארט אזא מינע אשכול.
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:32 pm#249586
די ביסט נישט גערעכט ווייל ווען איינער פלאגט זיך זייער שטארק אין ער עפענט אזא ביליגע אשכול קימטס זאך איהם א גיטע פראסק אין פנים אין אויסמעקן אין גיכן די גאנצע אשכול. נאך א מאל א גרויסע יישר כוח פאר די גבאי השטיבל פאר אנעמען זיך פאר די כבוד פין די גאנצע שטיבל !
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:34 pm#249588
איך אויך האט געשריבן:יש להאריך אבער איך וויל מיך נאר באציען צו דיין לעצטע נקודה ,סאטמאר האט געפייט מיט דשאסט עבאוט יעדער און גם ליובאוויטש לא טמנו ידם בכיס איז נאטירליך אז מען רעדט פון זייער שטורמישע היסטאריע (ספעציעל ווען עס איז ביי זיי די מאדע צו פאלציפירן היסטאריע יעדע פראקציע לויט ווי עס שמעקט זיי) אבער פאפא? דער גרויסער ויחי יוסף האט נישט געטשעפעט קיינעם (אויב עפעס האט ער גענוג געליטן פון די בריונים און געשוויגן) און עס איז נישט אויף ק''ש סטאנדארט אזא מינע אשכול.

:lol: :lol: :lol:
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:35 pm#249589
די טעמע פון דעם אשכול איז 100% לעגיטים - יא, מ'מעג דן זיין אויב עפעס וואס אן אדם גדול האט געטוהן (אדער א מעשה ביכל שרייבט אז ער האט געטוהן) איז אויסגעהאלטען. אויב געוויסע ווערטער און אויסדרוקן זענען נישט אויסגעהאלטן קען מען דאס באריכטן.
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:41 pm#249593
אזוי ווי קעלנער האט שוין ערווענט דאס איז כו"ע מודה אז די טעמע איז א לעגעטימע און מען מעג און מען דארף דן זיין אין אזעלעכע ענינים. נאר וואס דען א גבאי, אדער ער אליין, וואלט געמעגט טוישן די לשונות אביסל. לדוגמא, ער שרייבט געווען וואוילע "נארישע" אידן וואס האבן פארקויפט מחלות פאר גוים, אויב ער גייט שרייבן נאכדעם פון בעל ויחי יוסף פאסט נישט צו שרייבן אזא לשון ווי "נארישע", דאס מעג און דארף ארויסגענומען ווערן. אבער מעקן א גאנצע אשכול ווייל דער בעל ויחי יוסף האט נישט קיינעם געטשעפעט איז א נארישע זינלאזע טענה.
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:42 pm#249594
איך אויך האט געשריבן:נאט א פעט טשענס אין העלל! אויב וואלט די אשכול בארירט די שפיץ פינגער פון יענער אראבער אדער עפעס א פרייע משכיל/מסור וואלט עס שוין לאנג געווען פארשפארט אבער אז סך הכול מאכט עס חוזק פון א הייליגע איד ווי דער ויחי יוסף איז עס צו אומקאאל צו טוהן אזא שריט ווי פארשפארן.

גראדע בין איך א טערק פון מיין מאמעס זייט און א האלב דרוז-האלב פארסי פון מיין טאטעס זייט, איך האב נישט קיין שום אראבישע בלוט אין מיר.

אבער צום ענין, ק"ש האט א פאליסי ספעציפיש קעגן אטאקירן קעגנער דא אויפן שטיבל, ווייל אויב נישט קען עס זייער שנעל אריין גיין אין שמוציגע פערזענליכע פייט, און דאס וועט זייער שנער פארעקלען די ליינער.
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:46 pm#249595
סאו זאגסטו אויב דער ויחי יוסף וואלט געהאט א ניק דא וואלט געווען אסור צו רעדן א ווארט אויף עם אבער וויבאלד ער לעבט שוין נישט און בחיים חיותו האט ער אויך עוסק געווען אין וויכטיגערס ווי ק''ש קומט זיך עם אזא חוזק אשכול. כ'הער.

דער אמת איז עפעס אנדערש אבער קעלנער איז זייער סענסעטיוו צו קריטיק און כ'ווייס אז איך וועל באצאלן א פרייז אויב איך שרייב עס.
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:55 pm#249596
איך אויך האט געשריבן:סאו זאגסטו אויב דער ויחי יוסף וואלט געהאט א ניק דא וואלט געווען אסור צו רעדן א ווארט אויף עם אבער וויבאלד ער לעבט שוין נישט און בחיים חיותו האט ער אויך עוסק געווען אין וויכטיגערס ווי ק''ש קומט זיך עם אזא חוזק אשכול. כ'הער.

דער אמת איז עפעס אנדערש אבער קעלנער איז זייער סענסעטיוו צו קריטיק און כ'ווייס אז איך וועל באצאלן א פרייז אויב איך שרייב עס.

געריעכט
פארוואס קומט זיך מער שעצע צו א צווייטע ניק ווי א גדול וואס לעבט שוין נישט
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 8:07 pm#249597
מיר נעמען אהן אז יעדער דא האט געליינט דעם ווארט צו דעם נייעם מעמבער. מ'דארף נישט איינמאל און נאכאמאל איבערקייען די זעלבע זאך:

admin האט געשריבן:ז) כדי דאס פלאץ זאל זיין אנגענעם פאר יעדן, איז נישט ערלויבט אראפצורייסן א צווייטן ניק. אנדערש ווי אישי הציבור וועלכע זאגן זייערע מיינונגען ברבים און וועמענ'ס פעולות אפעקטירן דעם לעבן פון טויזנטער מענטשן, געהערן ניקס צו פשוט'ע מענטשן וועלכע זענען נישט אינטערעסירט אראפגעריסן צו ווערן ברבים, און ווילן זיך שפירן פארזיכערט אז זייער שרייבן אויף א פארום וועט נישט גענוצט ווערן קעגן זיי אין דעם פארום זעלבסט.
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 8:11 pm#249600
קומען מיר צוריק צום זעלבן שאלה ,אויב דער ויחי יוסף וואלט געהאט א ניק דא וואלט געווען אסור חוזק צו מאכן פון עם?
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 8:19 pm#249608
ער רייסט נישט אראפ דעם בעל ויחי יוסף פערזענליך (אויסער די "נארישע" ווארט וואס ער נוצט) ער רייסט אראפ א פעולה זיינס וואס איז ערלויבט צו טוען פאר אנדערע ניקס אויך זאו יא אפילו ער וואלט געהאט א ניק דא וואלט מען געמעגט שרייבן דעם אשכול.
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 8:24 pm#249612
סאו די וואס רייסן אראפ קאפקא רייסן אויך אראפ זיינע 'פעולות' (קיינער ווייסט דאך נישט ווער ער איז פערזענליך).
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 8:44 pm#249616
ניין מען רייסט אים פערזענליך אראפ אלץ אן ארעבער שונא ישראל אנטיסעמיט וכו'
איך אויך, מאך דיך נישט אזוי תמעוואטע
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 9:00 pm#249619
ווען דער שרייבער וואלט געשריבן זיין אשכול מיט הכנעה ווי ער וויל פארשטיין, וואלט איך דערהערט אז מען זאל לאזן דעם אשכול , אבער דער שרייבער שרייבט דאך אזוי ביליג אויף א רב פונעם פריעדיגן דור. פוי טא
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 9:22 pm#249621
איך אויך טייערער, דיין צושטעלן פון א "ניק" און דער בעל ויחי יוסף איז נישט קיין ריכטיגע, ווייל אן איש ציבורי איז אנדערש ווי א פריוואטע ניק, עכ"פ לויט די תקנות המקום. אויב וואלט דער בעל ויחי יוסף געהאט א ניק דא אפענערהייט וואלסטו יא געמעגט אראפרייסן זיינע פעולות אינדרויסן פון שטיבל אלס א פאליטישע נושא, לויט די תקנות המקום.
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 9:35 pm#249622
אקעי. איך זעה ס'איז שוין געווארן צוריקגעשטעלט
פרייטאג יאנואר 23, 2015 1:30 pm#249747
קאצקע ציקער האט געשריבן:ווען דער שרייבער וואלט געשריבן זיין אשכול מיט הכנעה ווי ער וויל פארשטיין, וואלט איך דערהערט אז מען זאל לאזן דעם אשכול , אבער דער שרייבער שרייבט דאך אזוי ביליג אויף א רב פונעם פריעדיגן דור. פוי טא

איך בין מסכים מיט יעדע ווארט, ווען יוסל ראקעווער ברענגט דאס ארויס אלטס א אינטרעסאנטע אנעקדאט און איז מפלפל אין די אויסגעהאלטנקייט מיט רעספעקט נו מהיכי תיתי, אבער די וועג וויאזוי אלעס איז געשריבן דארט איז זייער זייער ביליג און עס פאסט נישט פאר ק"ש
פרייטאג יאנואר 23, 2015 1:34 pm#249748
קאווע שטיבעל לעבט נישט אויף "פאסט נישט". דא איז א פלאץ וואס מ'קען רעדן וועגן אלעס וואס איז וויכטיג און אינטערסאנט. ווען א זאך איז געדריקט אין א ספר איז דא די פלאץ ארומצורעדן אויב עס איז אויסגעהאלטען אדער נישט.
ביי די קריסטען איז דא די משוגעת פון אינפאליביליטי (גלייבן אז "גדולים" קענען נישט מאכן קיין טעות). ביי אונז איז עס נישט דא. און יעדער האט רעכט דן צו זיין אויב פאפא רב האט געמאכט א טעות. מ'האט אפילו א רעכט צו דעבאטירן אויב ער איז געוועהן א אדם גדול (גראדע האלט איך אז יא).
פרייטאג יאנואר 23, 2015 1:40 pm#249751
1. דאכט זיך מיר אז אין תקנות השטיבל איז יא דא תקנות וואס עס פאסט נישט פאר ק"ש.
2. דא רעדט מען נישט וועגן די עצם דעבאטע נאר וועגן די וועג וויאזוי עס איז צוגעגאנגען, מיט זלזול.
פרייטאג יאנואר 23, 2015 1:51 pm#249754
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=248975#p248975
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=249002#p249002
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=249009#p249009
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=249320#p249320
מיט געוויסע קען מען מחולק זיין צו עס איז ביליג, אבער דאס איז די גאנג פון די אשכול אן קיין שום רעספעקט,
איך בעהט איבער אלע שרייבער איך מיין קיינעם פערזענליך נאר די טעמע
זונטאג יאנואר 25, 2015 6:41 am#249918
יתרו האט געשריבן:ובזה החלי בנוגע יוסל ראקאווער'ס אשכול בין איך נישט איינשטימיג מיט די אחראים פארן מעקן די אשכול. אז א איד פלאגט זיך אן צו שרייבן און מהנה זיין דעם עולם מעקט מען נישט אזוי כלאחר יד. ענדערש וואלט מען געדארפט רעדאגירין און ארויסנעמען די לשונות ווואס שמעקט מיט בזיון תלמיד חכם אבער מעקן א גאנצע אשכול? אתתממה!

רצוני לדעת עד מתי יתמהמה כבודו אצלנו?...איהר האט זיכער געמיינט צו זאגן...אתמהה...וועלכער מיינט איך וואונדער מיך...און ס'איז ארויסגעקומען אתמהמהה...וואס איז טייטש. איך טו מיך פארזוימען...!
זונטאג יאנואר 25, 2015 7:42 am#249919
ס'שטייט אתתממה, נישט אתמהמה.

ממילא האב איך עס געליינט;
עטמע, איך פפפפאאאארררררששששטטטטייייי פארוואס ער האט עס אאאאאווווויייייסססססגגגגעעעעעצצצצצווווווווייייגגגגגגגןןןןןןן
דינסטאג מערץ 31, 2015 1:34 pm#263189
דא האב איך געשריבן קאמארנא רבי [לעבאוויטש] (תפיסה)

אבער דער אחראי ATUB @עוזר ATUB האט עס רעדאגירט מיט א פינטל, מיט די אויסרייד אז ס'איז שלא מן הענין.

האט ער רעכט?
דינסטאג מערץ 31, 2015 1:42 pm#263195
איך פארשטיי נישט פארוואס ער האט עס נישט אינגאנצען פארמעקט,
דינסטאג מערץ 31, 2015 2:06 pm#263199
דו ווייסט גאנץ גוט אז דער פותח האשכול האט נישט גערעדט פון דער סארט רביס.
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 2:27 pm#347829
מיין אשכול וועגן ראבינאוויטש (וואס די עצם ארטיקל האב איך אראפגענומען) האט מען געלייגט אין שבת אחים און פארשפארט?!

מ'טאר שוין נישט דעבאטירן אויב מ'מעג שרייבן אזא אשכול?

קאווע שטיבל איכה??

ATUB @קאפיטאן ATUB
ATUB @סדרן ATUB
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 2:34 pm#347831
ר׳ שיטה, די האסט עס פארשפארט, רוב עולם האט נישט געוויסט וואס גייט פאהר, טאמער איז דא א דעבאטע אויף א ענין וואס איז נישט בנמצא דארף מען שפארן
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 2:40 pm#347832
דער אשכול איז נישט נאכגעקומען די קאווע שטיבל סטאנדארטן סיי דעם עצם ארטיקל, די המשך פון תגובות (ניין, עס איז נישט ערלויבט צו שרייבן אויף קיין שום איד אז עס קומט זיך אים קענסער), און דערצו אז עס איז אויסגעמעקט געווארן. א פארמעקטן אשכול ווערט בדרך כלל פארשפארט.
גרויסע טיילן פונעם אשכול וואלט געדארפט אינגאנצן געמעקט ווערן, נאר אין כבוד פון אנדערע חברים וואס האבן אנטיילגענומען אינעם שמועס האט מען עס בלויז פארשפארט און געשטעלט אין שבת אחים.
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 3:02 pm#347835
כ'האב פארמעקט "פראוואזאריש". מיט'ן פלאן צו הערן די דעת הציבור. די לאזט אפילו נישט הערן די דעת הציבור!
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 4:37 pm#347842
דער אלעמען באליבטער פעטער און פארטרעטער פון שטיבל @כוכב האט דאך שוין מכריע געווען אז ראבינאוויטש איז נישט מער ווי אביסל קוריאז, און די גאנצער אויפברויז אויף אים איז בלויז בהשפעת "די צורידערטע פארביטערטע טענץ פון מושב זקנים", סאו צו וואס פעלט נאך אויס א מקום עס צו דיסקוסירן ווייטער. מי יבא אחר המלך.
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 8:33 pm#347858
א קארטל וואס די ראבינאוויטש משוגעים טיילן
קאמעטארן זענען איבעריג
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 9:59 pm#347869
שיטה מקובצת האט געשריבן:מיין אשכול וועגן ראבינאוויטש (וואס די עצם ארטיקל האב איך אראפגענומען) האט מען געלייגט אין שבת אחים און פארשפארט?!

מ'טאר שוין נישט דעבאטירן אויב מ'מעג שרייבן אזא אשכול?

קאווע שטיבל איכה??

@קאפיטאן
@סדרן


זאג מיר נאר פון איין ערנסטער אינטעליגענט וואס שרייבט נאך דא? (אויסער די "מעלות" סטייל שרייבער)
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:12 pm#347872
שיטה מקובצת האט געשריבן:א קארטל וואס די ראבינאוויטש משוגעים טיילן
קאמעטארן זענען איבעריג


די מעשה איז לכאורה אזוי אמת, ווי רוב מעשיות וואס מ'פארציילט אויף ר' חיים, אבער אויב ראבינאוויטש קען דאס זאגן און שרייבן און פארשפרייטען איבער די גאנצע שטאט, זע איך נישט וואס איז אזוי ראנג מיט וואס @שיטה מקובצת האט געשריבן.
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:27 pm#347930
כאטש וואס די מעשי תעתועים פון ראבינאוויטש אפעקטירט יעדן איינעם כמעט הקטנים עם הגדולים, אויב איז דא איינער וואס רייסט אונטער בשיטה די כח פון די רבנים איז דאס ער, און אויב איז דא איינער וואס מישט זיך אקטיוו אריין אין מיין קינדערס חינוך איז דאס ער, און יעדער פון אונז איז לכאורה זיין וויקטים, אויב שטייט אין גמ' אז בעיקבתא דמשיחא חוצפא יסגי פארשנעלערט ער דאס מיט קאנקארד ספיד, איך האב ערשט נעכטן מיטגעהאלטן א נידערטרעכטיגע ערשיינונג ווען קינדער פון א געוויסע חדר האבן זיך אנגעטראפן מיט א שפילער וואס איז געקומען שפילן ביי זיי אין חדר און פארמאגט א סמארטפאון, און קליינע טראטשאקעס פון אלע יארגענג פון כתה ב' ביז בר מצוה בחורים האבן געהאט איין דאגה אויפן קאפ צו זיכער מאכן אז ער זעהט זייערע שומרים קארטלעך, [לשבחם פון זייערע מחנכים איז צו צולייגן אז זיי האבן געטוהן צו דער זאך און געפערליך אריינגעגעבן פאר די נארישע שריט], מיט דעם אלעם זענען אונז נישט השי"ת פאליציי און כאטש וואס ער נוצט גאט'ס פעולות פאר זיינע מעשים רעים, זענען אונז נישט אויף זיין מדרגה, השי"ת קען אליין מכלה זיין די קוצים שבכרם, אונז דארפן נאר מתפלל זיין יתמו חטאים ולא חוטאים און נישט זיין פארנומען אז עס קומט איהם כאטש ער טוהט אקארשט דאס דארפן אונז זיך נישט אראפלאזן אזוי נידריג.
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:32 pm#347932
די הנהלה האט יעצט פארמעקט מיין אשכול איבער י.ל. גארדאן ושירו קוצו של יוד.
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:51 pm#347936
רבינאוויטש האט שוין היינט תלמידים וחסידים. ער דארף שוין נישט צופיל טוען.
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 2:21 pm#347945
moshav zekeinim האט געשריבן:דער אלעמען באליבטער פעטער און פארטרעטער פון שטיבל @כוכב האט דאך שוין מכריע געווען אז ראבינאוויטש איז נישט מער ווי אביסל קוריאז, און די גאנצער אויפברויז אויף אים איז בלויז בהשפעת "די צורידערטע פארביטערטע טענץ פון מושב זקנים", סאו צו וואס פעלט נאך אויס א מקום עס צו דיסקוסירן ווייטער. מי יבא אחר המלך.

שכויעח פאר'ן מיך מאכן צענטער פון דער דעבאטע און מיך באקרוינען אלס באליבטער פעטער, עס מיינט אסאך פאר מיר, ספעציעל אז עס קומט פון אזא באערטער און הויך רעספעקטירטער ניק ווי אונזער מושב.
איך קען נאר אביסל קלארער באטאנען מיין נקודה אין יענער אשכול, פערזענליך זע איך נישט וואס אזא שאנדפולער צעטל פון ר' חיים קניבסקי מאכט עס מער מענטשליך, און איין אומרעכט מאכט נישט דעם צווייטן אומרעכט רעכטפארטיג, ווי די באקאנטע ווארט גייט. אפגערעדט אז אזעלכע מעשים תעתועים פון שעלטן און וואונטשן דאס ערגסטע פאר א מענטש מיט א נאמען און א פאמיליע א טאטע פון קינדער, איז פיל ערגער ווי דער אנאנימער פאשקעוויל פון ר' חיים קניבסקי, איבער א בן בלי שם.
אפילו יענער טוט אן אומרעכט אדער דו האלטסט אנדערש, איז עס א גועל הנפש זיך אזוי מיאוס משמח זיין בצערו פון א צווייטן, דאס סאמע נידריגסטע און גרויליגסטע וואס איך האב נאר אמאל געזען אין מיין לעבן, עפעס וואס איך וואלט נישט געטון פאר מיין שונא, ווער רעדט נאך פאר א פרעמדן איד וואס האט עפעס א וואנזיניגע מערכה קעגן די אינטערנעט. (פארשטייט זיך אז נאר צוליב מושב'ס קאנספיראציע טעאריע אז חרדים זענען די ערגסטע אין דער וועלט ווערט ראבינאוויטש א היטלער, און דערויף זענען געווען געוואנדן מיינע ווערטער).
אלנפאלס, איך פלאן נישט צו פאלן פאר קיין טעראר (דו ווייסט זייער גוט וואס איך מיין) עס איז מיר פשוט איראניש אז די ברייטע וואס טוען פארשטעלן דאס פרייהייט פון ווארט לויפן ארום ווי א קריי בעיבי ווען מ'זאגט א ווארט אנדערש ווי זיי און ווערן אינגאנצן אפענדעד און לאזן זיך ארויס אין א פערזענליכע מלחמה. איך האלט באמת אז אנדערש ווי אסאך חברים דא וואס האסן מושב זקנים צום טויט, האב איך נישט קיין כלליות'דיגע נעגאטיווע צוגאנג צו אים, דארט ווי ער רעדט צו דער זאך וועל איך אים אויסלויבן, ווען ער טוט גוטס וועל איך אים העלפן, און ווען ער פירטסעך אויף ווי א שונא ישראל וועל איך אים פארדאמען.
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 3:06 pm#347962
לאמיר דערווייל אלעס לייגן אין א זייט. אבער דאס וואס דו זאגסט אז דער גיפטיגער העצע קעגן ראבינאוויטש איז נאר צוליב מיינע העצעס איז פשוט נישט ריכטיג. שיטה איז א ר׳ אבידור מילער מענטש בגיל העמידה, און ער אידענטיפיצירט זיך בכלל נישט מיט מיר, און מיינע תגובות אין זיין אשכול האבן ניטאמאל זוכה געווען צו קיין איין לייק זיינע. און אויך אנדערע וועלעכע זענען בכלל נישט נחשד צו זיין פון מיינע שטיצער, האבן שיטה׳ס שטראף רייד מקבל געווען בברכה.
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 3:17 pm#347963
כוכב האט געשריבן:אזעלכע מעשים תעתועים פון שעלטן און וואונטשן דאס ערגסטע פאר א מענטש מיט א נאמען און א פאמיליע א טאטע פון קינדער


כ'בין מיט דיר בהשקפה, נאר פשוט קלאר צו מאכן אז שיטה האט נישט געשאלטן און נישט געוואונטשן, נאר געזאגט אז דאס וואס האט פאסירט איז א יד ה'. איך פערזענליך בין נישט אין הימל, סאו כ'מיש מיך נישט אריין, כ'וויל נאר אויסגראדן וואס שיטה האט געשריבן, מ'זאל נישט אריינלייגן ווערטער אין זיין מויל.
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 3:47 pm#347966
Re: אן אפענע פורום איבער פארמעקטע אשכולות
moshav zekeinim האט געשריבן:די הנהלה האט יעצט פארמעקט מיין אשכול איבער י.ל. גארדאן ושירו קוצו של יוד.

ווער איז י.ל. גארדען וכו'. ביטע שיק א אישי אויב דו מעגסט עס נישט דא שרייבן.
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 4:04 pm#347968
גראף האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:די הנהלה האט יעצט פארמעקט מיין אשכול איבער י.ל. גארדאן ושירו קוצו של יוד.

ווער איז י.ל. גארדען וכו'. ביטע שיק א אישי אויב דו מעגסט עס נישט דא שרייבן.

עס פאלט מיר יעצט ביי אז עס איז פארהאן נאך א מוראדיגע תועלת פון דעם אשכול אז ווען מען מעקט אן אשכול קען מען עס דא מעלדן און ווער עס וויל ליינען דעם פארמעקטן אשכול קען דאס בעטן אין אישי.
ומכאן הקריאה יוצאת צו ATUB @שיטה מקובצת ATUB און ATUB @מושב זקנים ATUB ביטע מיר אריינשיקן אין אישי ענקער פארמעקטן אשכול א דאנק.
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 4:18 pm#347974
ATUB @יתרו ATUB אז די וועסט דיך צופיל מתחצף זיין דא פאר די גבאים וועט מען פארמעקן דיין "אפענע פורום איבער פארמעקטע אשכולות" און עס וועט טיילן איין גורל מיט די אנדערע אשכולות, ראו הזהרנוך.
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 11:40 pm#348015
"על מה" אנו דנין צו מ'דארף שרייבן על מה עשה ד' ככה אדער "לכן"

אבער דאס איז זיכער אז דער שרעקליכער ווייטאג פון דעם פוינט איז כו"ע לא פליג אז דאס דארף ארויסגעברענגט ווערן און ס'איז פלעין נישט נארמאל אבסורד משוגע צודרייט אפשייעדיג וכו' וכו' אז קינדער מאכן משוגע זייער טאטעס נעפיוס זייערע פעטערס שכנים זייערע שכנים אויף אן אופן וואס ניטעמאל האט ער סמיכה דערצו קיין איין רב האט אים נאכנישט געהייסען רעדן אזוי

מיין קליינע יונגעל יעדע צוויי מינוט זעהסט דער ער האט א סמארט פאון וואסערע מין צודייטקיייט איז דעס ער קוקט עס אן ווי א איך ווייס וואס בו בזמן ווען יענער האט עס בהיתר גמור מ'קען רעדן פון דעם ווייטאג יומם ולילה

די וויי געשריי מוז ארויסגעברענגט ווערן
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 11:45 pm#348016
און אויך מאכט מען זיי טראכטן וועי וועי טו ערלי...
דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:17 am#348045
איך ווייס נישט וואס ענק ווילען, אויף די קארטלעך שטייט קליפ און קלאר אז ס'איז 'בהסכמת גדולי הרבנים והמחנכים שליט"א'
דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:25 am#348046
כוכב, איך רעד שוין נישט פון די עצם אשכול נאר פון אפשטעלן די דעבאטע "וועגן" די אשכול. דאס איז 100% פיור נוסח אייוועלט.

וועגן דעם ענין אליין, די קוקסט אן ראבינאוויטש ווי א "מענטש", א אינדיווידועל, און ס'איז שווער צו קוקן איוועלנעס אין פנים אריין ווען מ'דארף ריקאנסיילן די פאקט אז ער איז א יומען ביאינג.

משא''כ זיינע טויזענטער וויקטימס, קינדער, טאטעס, מאמעס, זיידעס און באבעס, זעסטו ווי א גוש אחד, ווי א סטאטיסטיק, אן כאפן אז מ'רעדט דא פון טויזענטער יומען ביאינגס וואס זייער משפחה וועליוס און רילעישאנשיפס ווערט צעריסן און צופליקט דורך דעם קראנקען קליינקעפיגן אכזר.

ס'איז א ריכטיגע ביישפיל פון מרחם על אכזרים. מ'איז "אויפגעשוידערט" אויף דעם געדאנק אז איך שרייב אז דער רבוש''ע שטראפט אזעלכע רשעים ארורים, אין די צייט וואס ער טיילט קארטלעך פאר קינדער (!) וואס שרייען אז זייערע טאטעס און מאמעס גייען באקומען קענסער, און לעבעדיגע פיקטשערס ווי קינדער אויף קאמפיוטערס באקומען חנק!!

און לאמיר זאגן אז די ביסט א יפה נפש און די קענסט נישט סובל זיין אזא סארט שפראך אפילו אויף מענטשן וואס דעזערווירן עס באמת, נו נו, שרייב נישט, לייק נישט - אז די ווילסט קענסטו אפילו מוחה זיין. אבער איך וויל יא שרייבן און צענזוריר נישט!!


נ.ב. שפעטער נאכמיטאג וועל איך אי''ה ארויפשטעלן די ארטיקעל איבערגעארבייט, די יפי נפש וועלן עס נאך אלץ נישט ליב האבן, אבער איך האף ס'וועט קענען איבערלעבן די צענזור דא אין איי-שטיבל.