Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קאווע שטיבל • הצדיק מיבניאל, הרב אליעזר שלמה שיק זצ"ל מ'היכל הקודש ברסלב

קאווע שטיבל • הצדיק מיבניאל, הרב אליעזר שלמה שיק זצ"ל מ'היכל הקודש ברסלב

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
64 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 164 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8243
דינסטאג יוני 02, 2015 4:45 pm#279912
סאיז געווען א קלער נישט צו גיין?
דינסטאג יוני 02, 2015 5:00 pm#279915
Re: הצדיק מיבניאל, הרב אליעזר שלמה שיק זצ"ל מ'היכל הקודש ברס
יענער פויגעל האט געשריבן:סאיז געווען א קלער נישט צו גיין?

לכו' א דערמאנונג.
זיי מאכן א מצב יעדעס יאר
מיטוואך יוני 03, 2015 10:46 am#280158
יענער פויגעל האט געשריבן:סאיז געווען א קלער נישט צו גיין?


דאכציך אז ער האט געשריבן אין צוואה אז מ'זאל מבטל זיין דער מנין נאך זיין פטירה און אלע זאלן גיין דאווענען אין די גרויסע קלויז. עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ. דער מודעה קומט לאפוקי פון דעם.
מיטוואך יוני 03, 2015 11:04 am#280171
הוגה האט געשריבן:
יענער פויגעל האט געשריבן:סאיז געווען א קלער נישט צו גיין?


דאכציך אז ער האט געשריבן אין צוואה אז מ'זאל מבטל זיין דער מנין נאך זיין פטירה און אלע זאלן גיין דאווענען אין די גרויסע קלויז. עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ. דער מודעה קומט לאפוקי פון דעם.

אויב אזוי פארוואס איז מען טאקע ממשיך די מנין?
מיטוואך יוני 03, 2015 11:09 am#280174
איך בין נישט דער ווארטזאגער פאר היכל התורה, אבער אין אסאך פעלער פאלגט מען נישט צוואות. לדוגמא, דעם קלויזנבורגער רב האט מען נישט געמאכט ד' מיתות בי"ד. בפרט דא וואס עס איז נוגע פאר אנדערע מענטשן מער ווי עס איז אים נוגע, און זיי האלטן אז פאר זיי איז בעסער יא צו האבן אן אייגענע מנין.

שוין, גענוג שפעקולאציע, זאלן די ברסלב'ער קומען זיך פארענטפערן.
מיטוואך יוני 03, 2015 12:00 pm#280186
הוגה האט געשריבן:איך בין נישט דער ווארטזאגער פאר היכל התורה, אבער אין אסאך פעלער פאלגט מען נישט צוואות. לדוגמא, דעם קלויזנבורגער רב האט מען נישט געמאכט ד' מיתות בי"ד. בפרט דא וואס עס איז נוגע פאר אנדערע מענטשן מער ווי עס איז אים נוגע, און זיי האלטן אז פאר זיי איז בעסער יא צו האבן אן אייגענע מנין.

שוין, גענוג שפעקולאציע, זאלן די ברסלב'ער קומען זיך פארענטפערן.


ער שרייבט אז נאך זיין פטירה קען יעדער גיין למקום שלבו חפץ, און די תלמידים מאכן זיין מנין אלץ מקום שלבם חפץ
כמבואר דא
מיטוואך יוני 03, 2015 12:06 pm#280187
יישר כח פארען קלארשטעלן
מיטוואך יוני 03, 2015 12:21 pm#280192
שושן פורים האט געשריבן:ער שרייבט אז נאך זיין פטירה קען יעדער גיין למקום שלבו חפץ, און די תלמידים מאכן זיין מנין אלץ מקום שלבם חפץ
כמבואר דא

זיי שרייבן דארט אז בחייו האט ער געוואלט מען זאל דאווענען מיט אים און לאחר פטירתו זאל מען גיין וואו מען וויל. דאס איז נישט אמת, ער האט אייביג געזאגט אז מען זאל גיין דאווענען וואו מען וויל, ווען ער האט גערעדט פון ראש השנה אין אומאן האט ער געווענליך צוגעלייגט אז דער עיקר איז אז מען זאל זיין אין אומאן, און עס איז נישט קיין חילוק וואו מען דאווענט דארט, און די זעלבע האט ער געשריבן אויף אומצאליגע פלעצער.

דער צעטל איז זייער פשוט פארשטענדליך צו מודיע זיין אז דער מנין אין בנין המעגעמעטער וועט ווייטער אנגיין ווי פריער.
מוצ"ש יולי 18, 2015 10:36 pm#289949
איינער ווייסט וואס עס גייט פאר עכשיו ביבנאל??? מען האט געטראפן די וואך ר' אשר טלידנו הי'ד געהאנגען אויף זיין פארטש, און אין איילעניש געווארן אפגעפירט אין שפיטאל ווי דינסטאג איז ער אוועק, אפיציעל איז געשטאנען באריכטעט אין די נייעס אז ער איז באגאנגען זעלבסט מארד, אבער ווי א קליפ פון א סורוועיליענס קעמרע האט פארגעשטעלט זעהט מען ווי צוויי אירע שלעפן איהם און דערמארדען איהם. ווי זיי געבן איבער איז ער געווען גבאי דארט און צוליב פאליטישע חשבונות פון משה בן מרא"ש האט מען געדינגען פארשוינען זאלן איהם מסדר זיין.
האט איינער מער דעטאלען????????????
מוצ"ש יולי 18, 2015 11:41 pm#289964
א לינק ביטע
זונטאג יולי 19, 2015 12:11 am#289971
די לינק שטייט נישט גארנישט וועגען זעלבסטמטרד נאר אז מען האט איהם געטראפן פארוואונדערט, אין אנדערע קוועלער וואס איך האב נישט קיין צוטריט אויפן מינוט שטייט אז ער האט געוואלט באגיין זעלבסמארד.

נייעס פון זינטאג
m http://www.umanshalom.co.il/html/news/b ... s3887.html m

נייעס פון דינסטאג
m http://umanshalom.co.il/html/news/bresl ... s3892.html m
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:35 pm#345268
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 12:05 am#345348
Omg!!
דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 12:48 am#394600
יומא דהילולא דעם ערב שבת