Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קאווע שטיבל • הצדיק מיבניאל, הרב אליעזר שלמה שיק זצ"ל מ'היכל הקודש ברסלב

קאווע שטיבל • הצדיק מיבניאל, הרב אליעזר שלמה שיק זצ"ל מ'היכל הקודש ברסלב

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
64 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 164 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8243
פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:32 pm#253494
שעפטל האט געשריבן:איך בין אויך נישט מדמה מוהרא"ש צום ראפשיצער רב זצ"ל, אבער איך האב ליב ווי דו פראטעקסט דיך מיטן
פליקער האט געשריבן:און ביטע נישט צייגן וואס דער ראפשיצער האט געטיען, ווייל איך קען נישט מדמה זיין די צוויי.
פארוואס נישט???
נאכאמאל איך זאג נישט אז זיי זענען די זעלבע, אבער ווער בין איך צו מעסטן און איינטיילן ווער ס'מעג שרייבן וואס? און יעצט פרעג דיר אליינס די שאלה...

ווייל דער ראפשיצער איז נישט דאהי צי זאגן וואס ער האט געמיינט אדער צי ער האט ווירקלעך געלאזט אזא צוואה
פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:41 pm#253498
ישמעאל הכהן האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:די קוראיזע וואנזיניגער סאטמארע צייטונגען האבן נישט געלייגט קיין שום נייעס איבער די הסתלקות, און אודאי נישט אויפן דעקל.

קענסט שוין פרייוויליג פארמעקן דיין תגובה. איך האב נארוואס געזען אין דער איד א באשרייבונג פון צוויי זייטן אויף הרב שיק.

קענסט שוין ATUB @פרייוויליג ATUB פארמעקן דיין תגובה. איך האב נארוואס געזען אין דער בלאט א באשרייבונג אויף הרב שיק.
פרייטאג פעברואר 13, 2015 4:26 pm#253539
אויף פורום אוצר החכמה האט איינער אנגעמערקט אינטרעסאנטע נקודות ווי צו פארשטיין די הלוך ילך און ביטויים פון מוהרא"ש דארף מען ארויסהאבען די ברעסלבע שפראך און הנחות.

א"א להאריך כעת בע"ש, אבער בהתבוננות וועט איר זעהן אז די גאנצע הנהגה און אלעס וואס מען זעהט אין די צוואה וכו' איז אלעס נאכגאמאכט אדער זיך אפגעלערנט פון ר נחמן זי"ע, פון די רעדן בשבחי עצמו ביז מגנה זיין די רודפים ושונאים ביז עוסק זיין אין שידוכים (ר נחמן האט הויכע תורות וועגן דעם אז דער צדיק איז דער גרעסטער שדכן און איז משדך אלע שידוכים) ביז נישט ממנה זיין א ממלא מקום און הייסען קומען אויף די קבר. אפילו אפאר זאכען טרעפט מען לכאורה נישט אין ר נחמן ווי למשל די שרייבען אזויפיל בריעווען יש ששיערו אז דאס בויט זיך אויף מגלת סתרים הגם איך ווייס נישט כרגע אויב דאס איז קראנט.
פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:04 pm#253550
ר' זיידל קרעטשינפער מאכט אויך נאר נאך זיין טאטע און נאכמאכן מינימיזירט נישט דעם משוגעת וואס שרייט ארויס מכל פסיעותיו וה' הטוב יכפר.
פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:08 pm#253553
כוכב האט געשריבן:ר' זיידל קרעטשינפער מאכט אויך נאר נאך זיין טאטע און נאכמאכן מינימיזירט נישט דעם משוגעת וואס שרייט ארויס מכל פסיעותיו וה' הטוב יכפר.

ער מאכט נאך דעם פאטער און פארמאגט אביסל אייגען כאריזמע. שטעל דיר פאר זיינע קינדער וועלן שוין נאך מאכן צוויי מענטשען + די אייגענס
זונטאג פעברואר 15, 2015 12:50 am#253667
שעפטל האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:די קוראיזע וואנזיניגער סאטמארע צייטונגען האבן נישט געלייגט קיין שום נייעס איבער די הסתלקות, און אודאי נישט אויפן דעקל.

קענסט שוין פרייוויליג פארמעקן דיין תגובה. איך האב נארוואס געזען אין דער איד א באשרייבונג פון צוויי זייטן אויף הרב שיק.

קענסט שוין @פרייוויליג פארמעקן דיין תגובה. איך האב נארוואס געזען אין דער בלאט א באשרייבונג אויף הרב שיק.

פיין ארלעדיגט, ער ווערט אבער באשריבן אין קליין ווי עפעס א אלטער פעדלער וואס האט צופעליג עפעס א שטיקל ביאגראפיע צו זיין נאמען. עס איז ביליג.
זונטאג פעברואר 15, 2015 12:54 am#253670
פרייוויליג/
יעצט איז שויו נאריש. מ'האט דיך געכאפט ביי די מעשה אז די האסט גערעדט פאר'ן וויסן די פאקטען. לאז אפ
זונטאג פעברואר 15, 2015 1:17 am#253677
הספד מהגאון המקובל רי"ם מורגנשטרן על רבו מוהרא"ש זצ"ל

על מהוראש - נשמתין חדתין.pdf
(68.24 KiB) אראפגעלאדנט 86 מאל
זונטאג פעברואר 15, 2015 1:19 am#253678
לעיקוואד האט געשריבן:אויף פורום אוצר החכמה האט איינער אנגעמערקט אינטרעסאנטע נקודות ווי צו פארשטיין די הלוך ילך און ביטויים פון מוהרא"ש דארף מען ארויסהאבען די ברעסלבע שפראך און הנחות.

א"א להאריך כעת בע"ש, אבער בהתבוננות וועט איר זעהן אז די גאנצע הנהגה און אלעס וואס מען זעהט אין די צוואה וכו' איז אלעס נאכגאמאכט אדער זיך אפגעלערנט פון ר נחמן זי"ע, פון די רעדן בשבחי עצמו ביז מגנה זיין די רודפים ושונאים ביז עוסק זיין אין שידוכים (ר נחמן האט הויכע תורות וועגן דעם אז דער צדיק איז דער גרעסטער שדכן און איז משדך אלע שידוכים) ביז נישט ממנה זיין א ממלא מקום און הייסען קומען אויף די קבר. אפילו אפאר זאכען טרעפט מען לכאורה נישט אין ר נחמן ווי למשל די שרייבען אזויפיל בריעווען יש ששיערו אז דאס בויט זיך אויף מגלת סתרים הגם איך ווייס נישט כרגע אויב דאס איז קראנט.

איך האב געזעהן אז אסאך וואס באשרייבען אים טרייען צו פארדעקן דערמיט די חלק המאדנע שבו (אפילו די טריביון ברמז) אבער וואס זיי ברענגן נישט ארויס איז אז רבי נחמן איז געוועהן עטוואס מער פון אים אפילו לשיטתו, ווי אויך ווי שטארק רבי נחמן האט געוואלט מ'זאל קומען צו זיין קבר האט ער נישט צו געזאגט קיין ישועות ורפואת
בכלל ברויך מען פארשטיין איז דא נאך עמיצער וואס האט זיך אליינס א נאמען געגעבן מורינו ורבינו (מוהרא"ש)? ווי די ברסלעבער שרייבן האט ער אליין אויסגעוועלט דער נאמען
זונטאג פעברואר 15, 2015 1:24 am#253680

אז מען רעדט שוין פון די מהלך הברעסלבי פון מרבה זיין בשבח עצמו ולגנות באחרים , איז טאקע אינטערעסאנט דא צו צי ברענגן איטליכע מאמרים שאמר ר' נחמן זצ"ל על עצמו (וכל אות שנכתבה בסתם הוא מהספר חיי מוהר"ן = מן המהדורה הישנה שלא נעשה לה צענזור =) ,

ואתה נלקט מקצת הדברים ,

[שצא] כיום כאשר הספר שלי כבר ידוע ונפוץ מחויבים ללמוד "אך ורק" בספר שלי ,

[שסה] אמר , שהמעיינים בספריו שיש להם קצת שכל סבורים שדרכי הקבלה של האר"י ז"ל וכיוצא מרומזים גם כן בספרים שלו וחושבים זאת למעלה לספריו שנוגע [שמגיע] עד שם , הם אינם יודעים שהוא להיפך וכו... ולא סיים בפירוש , אבל היה מבואר ממילא שתורתו גבוה למעלה למעלה יותר ויותר וכו.,

[של] אמר אני יכול לעשות מכולכם צדיקים גמורים נוראים ,אבל מה יהיה אם כן יעבוד השם יתברך בעצמו את עצמו ..,

[שצג] אמר אפילו אם היה הבעש"ט והאר"י ז"ל וכו. בעולם לא היה יכולים להשתוות עמי [ המעיין בשאר לשונות יראה ללא ספק שמש"כ "והאר"י ז"ל "וכו"הכוונה לכלול את רשב"י , זה יכולנו לומר ללא ספק , אך גם אין תימה שנאמר שמתכוון גם למעלה...

ועוד כמה וכמה דוגמאות שדיבר על סגנון זה , כנראה שזה היה ענין אצלם לדבר בשפה רחבה..
זונטאג פעברואר 15, 2015 1:36 am#253682
זאג נאר האט רבי נחמן אליין ארויסגעגעבן דעם ספר? קוק שנעל די שער בלאט
זונטאג פעברואר 15, 2015 2:03 am#253688
עזריאל האט געשריבן:איך האב געזעהן אז אסאך וואס באשרייבען אים טרייען צו פארדעקן דערמיט די חלק המאדנע שבו (אפילו די טריביון ברמז) אבער וואס זיי ברענגן נישט ארויס איז אז רבי נחמן איז געוועהן עטוואס מער פון אים אפילו לשיטתו, ווי אויך ווי שטארק רבי נחמן האט געוואלט מ'זאל קומען צו זיין קבר האט ער נישט צו געזאגט קיין ישועות ורפואת
בכלל ברויך מען פארשטיין איז דא נאך עמיצער וואס האט זיך אליינס א נאמען געגעבן מורינו ורבינו (מוהרא"ש)?

ניין, חס ושלום. דאס וואלט דאך ממש געווען גאוה. דער מנהג המקום איז צו גיין אין אידישן אדער גוי'אישן בית דין און בעטן זיי זאלן דיך קרוינען מיט'ן טיטל כ"ק אדמו"ר שליט"א.
זונטאג פעברואר 15, 2015 4:46 am#253695
עזריאל האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:אויף פורום אוצר החכמה האט איינער אנגעמערקט אינטרעסאנטע נקודות ווי צו פארשטיין די הלוך ילך און ביטויים פון מוהרא"ש דארף מען ארויסהאבען די ברעסלבע שפראך און הנחות.

א"א להאריך כעת בע"ש, אבער בהתבוננות וועט איר זעהן אז די גאנצע הנהגה און אלעס וואס מען זעהט אין די צוואה וכו' איז אלעס נאכגאמאכט אדער זיך אפגעלערנט פון ר נחמן זי"ע, פון די רעדן בשבחי עצמו ביז מגנה זיין די רודפים ושונאים ביז עוסק זיין אין שידוכים (ר נחמן האט הויכע תורות וועגן דעם אז דער צדיק איז דער גרעסטער שדכן און איז משדך אלע שידוכים) ביז נישט ממנה זיין א ממלא מקום און הייסען קומען אויף די קבר. אפילו אפאר זאכען טרעפט מען לכאורה נישט אין ר נחמן ווי למשל די שרייבען אזויפיל בריעווען יש ששיערו אז דאס בויט זיך אויף מגלת סתרים הגם איך ווייס נישט כרגע אויב דאס איז קראנט.

איך האב געזעהן אז אסאך וואס באשרייבען אים טרייען צו פארדעקן דערמיט די חלק המאדנע שבו (אפילו די טריביון ברמז) אבער וואס זיי ברענגן נישט ארויס איז אז רבי נחמן איז געוועהן עטוואס מער פון אים אפילו לשיטתו, ווי אויך ווי שטארק רבי נחמן האט געוואלט מ'זאל קומען צו זיין קבר האט ער נישט צו געזאגט קיין ישועות ורפואת
בכלל ברויך מען פארשטיין איז דא נאך עמיצער וואס האט זיך אליינס א נאמען געגעבן מורינו ורבינו (מוהרא"ש)? ווי די ברסלעבער שרייבן האט ער אליין אויסגעוועלט דער נאמען

ענטשולדיגט מיר עזריאל אבער דאס איז געווען א שפראך וויאזוי מען האט גערעדט סיי ביי הרה''ק רבי נחמן און זיין תלמיד
זיכער אז נישט יעדער איז בארעכטיגט דערצו
אבער בזמנינו זענען דאך רובא דרובא פון די ווייסע זשופיצעס נישט בארעכטיגט מיט וואסערע שוך זיי טוען זיך אן.
זונטאג פעברואר 15, 2015 3:06 pm#253789
/
דינסטאג פעברואר 17, 2015 8:26 pm#254350
זיין אייניקעל צבי'קא גאלדמאן איז דער ערשטער וואס האט געברויכט א שידוך און געפאלגט די צוואה! אויסגעזאגט גאנץ תהילים ביים זיידען און ככלות השבעה זינטאג דע וואך איז ער א חתן געווארען בשטומ"צ, היינט נאכט איז די תנאים...
גדולה צדיקים במיתתן יותר מבחייהם!
מזל טוב
דינסטאג פעברואר 17, 2015 8:29 pm#254352
מז"ט. מיט וועם?
אגב, ער איז בכלל געווען אין ישראל יעצט? אדער געזאגט תהילים בכוח Bluetooth ??
דינסטאג פעברואר 17, 2015 9:45 pm#254366
יוטי ראזענבערג (מאנסי)
דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:23 pm#254375
שלמה המלך האט געשריבן:זיין אייניקעל צבי'קא גאלדמאן איז דער ערשטער וואס האט געברויכט א שידוך און געפאלגט די צוואה! אויסגעזאגט גאנץ תהילים ביים זיידען
גדולה צדיקים במיתתן יותר מבחייהם!

ער דארף נישט צוקומען צו די זיידעס הבטחות, ס'איז גדול כח הנכד, זייענדיג אליינס משמש באדמורו"ת קהלת פיסענלאוו שוין לאנגע יארן, יאריך ימיו על ממלכתו...

.
מיטוואך פעברואר 18, 2015 12:02 am#254378
איך ווייס נישט צו איך בין בגדר אדם מיט מיין קומענדיגע תגובה אבער איך קען מיר נישט איינהאלטן.
די שידוך איז שוין אפיציעל נאך פון סך פארן פטירה פון מוהרא"ש כידוע ליודעי חן.
מיטוואך פעברואר 18, 2015 10:06 am#254405
די גלאז איז האלב ליידיג
און דערצייט וואס דער עולם שטוינט אויף א שחצנות פון א מענטש. וואונדער איך זיך צו האט ער זיך טאקע געהאלטען אזוי גרויס ווי די וועלט האלט פון ר' נחמן? אדער, ווי ס'איז שטארק מסתבר, האט ער געהאלטען ר' נחמן אזוי קליין ווי זיך?!
מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:06 am#254416
יא ער איז אליין געוועהן ביים ציון נישט דורך בלוטוט, ער איז מיטגעפארען מיט די מטה.
יא עס איז שוין פון לאנג די שידוך אבער עס האט זיך געשלעפט און געשלעפט! אויסגעפירט געווארען איז עס למעשה יעצט!
מיטוואך פעברואר 18, 2015 1:42 pm#254449
און דערצייט וואס דער עולם שטוינט אויף א שחצנות פון א מענטש. וואונדער איך זיך צו האט ער זיך טאקע געהאלטען אזוי גרויס ווי די וועלט האלט פון ר' נחמן? אדער, ווי ס'איז שטארק מסתבר, האט ער געהאלטען ר' נחמן אזוי קליין ווי זיך?!

דעס איז א אלטע חקירה אויף שמואל וויעדער ווען ער שרייבט אין בלאט (די זעלבע יעדער אויף זיין רבי) אז ר' אהרן איז אזוי גרויס ווי די יטב לב, צו ער מיינט גרויס צו מאכען ר' אהרון, אדער אראפצוברענגען דעם יטב לב, די מטרה איז זעכער די זעלבע
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 11:41 am#254642
די חקירה איז שוין נאך עלטער ווען שלמה יענקל באשרייבט ר' יוא' מסאטאר ז"ל צו ער וויל מאכן ר' יואל פאר א מלאך אדער ער וויל אונז זאל מיר פארשטיין אז א מלאך איז אויך נישט אזוי גרויס כלפי ר' יוא' ז"ל

ווי האט אמאל א עלטערע ליבליכע אידל מיט א שמייכל אויפ'ן פנים און א באחן'ט איינגעקנייטשט שטערן געזאגט פאר הרה"צ ר' שלום אליעזר אב"ד סאטמאר ב"פ 15 ווען ער איז נאך געווען א בחור'ל

"דו ווייסט פארוואס די שטוב (ווער געדענקט נאך.....) האט ענק אזוי פיינט. ווייל ווען מ'זעהט ענק דערמאנט מען זיך אז די רבי איז א ילוד אשה......ודפח"ח
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 12:23 pm#254652
כבוד הרב גאנצעל
עזריאל האט געשריבן:איך שעץ זייער די פאקט אז די נעמסט דיך אן פאר דיין פארטיי, נאך אלעם האסט לכאורה דארט געלערנט אין ישיבה און די שיקסט דיינע קינדער דארט און די מוסדות במילא שעץ איך דיר פאר דיין הכרת הטוב וואס די פארמאגסט פאר זיי,

היינו טעמא דשמואל ווידער היינו טעמא ד'שומרים
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 2:11 pm#254670
והיינו טעמא פון אלע מעשה ביכלעך פון אלע גדולים...
מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:26 pm#255998
ATUB @גאנצל ATUB איך כאפ נישט דעם ליבליכן אידל'ס ווארט ,קענסט אפשר עקספלעינען?
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 4:17 am#256051
איך הער יעצט אז אונטערן טיש קאכט זיך א הייסער מחלוקה. דער צווייטער זון האט א צוואה ווי ער זאגט אז ער דארף איבערנעמען די לייצעס און יבניאל. אבער דער עולם דארט וויל נישט וויסן דערפון דערווייל. זיין הויז אין מאנסי איז שוין פאר סעיל.

דער עלטצטער זון פארופט זיך שוין רב אין די ב"פ בית מדרש, ער מאכט שוין תקנות דארט כדרך המתחילים ברע'ביסטעווע און דער עולם וויל פון דעם אויך אויך נישט וויסן.

ס'האט זיך שוין אויך געפענט א נייע בית מדרש פאר די וואס ווילן נישט דעם עלטצטען פאר רב.

א קיצור ס'פארמירט זיך א נייע מחלוקה'לע ביי כלל ישראל, פאר אונז קאווע שטיבל באנוצר מיינט דאס לכאורה אז באבוב מיט אלכסנדר וועלן זיך דארפן טיילן מיט דעם צימעס אשכול מיט אפאר פרישע ניקים פון ברסלב

אפאר באחנטע יודן וואס האבן אייביג א גוטס אין מויל גייען דיר זאגן אז דער עלטצטער זון איז ברסלב 45...... חא חא חא... דא ברויך מען לאכן.... ווייל ס'איז עכט א דזשאוק
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 5:03 am#256052
איך אויך האט געשריבן:@גאנצל איך כאפ נישט דעם ליבליכן אידל'ס ווארט ,קענסט אפשר עקספלעינען?

אויב ביסטו אויפגעוואקסן אין סאטמאר דארפסטו פארשטיין די ווארט
פרייטאג פעברואר 27, 2015 11:44 am#256226
קען אפשר איינער דא בעסער אויסוועלגערען די מערכה מיט מער פרטים? וויאזוי הייסט די עלטערער זוהן, די יונגערע? וואו וואוינען זיי? וואו זענען זיי איידעמער? וואס איז מיט יואלי רוטה? און מיט אלע אנדערע וואס יאווען זיך צו ווערען ממלא מקום'ס דא?

ברסלב'ער אוואו ביסטו אנטלאפען? לייכט אונז אויף.. :oops:
מוצ"ש פעברואר 28, 2015 10:13 pm#256299
כ'מיין אז דער עיקר סיבה פאר א גרעסערע מחלוקת דארט,איז ווייל דארט איז עמטליך געפרעדיגט געווארען אז זיי זענען אנדרעש פין אנדערע חסידות'ן, ביי זיי איז נישט קיין ביזנעס,.ממילא.ברענגט עס אז אלע קינדער און תלמידים וועלען האלטען אז זיי זענען די מערסטע ראוי.
מוצ"ש פעברואר 28, 2015 11:30 pm#256308
אונטרעסאנט, געהערט פון משפחה קרוב פונעם צדיק פון יבניאל, ווען כ'האב איהם געפרעגט צו דער צדיק איז געוועהן צוקריגט מיט'ן טאטע? אז ער האט איהם אויסגעלאזט פונעם מציבה? און דערמאנט דער טאטענס נאמען? ענטפערט ער מיר, אז ער איז בכלל נישט געוועהן צוקריגט מיטן טאטע, אדרבא, זיי זענען זייערע גוט געוועהן, נאר ווען ער האט געשריבען זיין צוואה, האט זיין טאטע נאך געלעבט, און ס'איז פשוט ארויס פון קאפ צו דערמאנען זיין טאטענס נאמען אויפן מציבה און נאך אלס מיטן טיטל זצ"ל.
זונטאג מערץ 01, 2015 2:38 am#256331
עזריאל האט געשריבן:א קיצור ס'פארמירט זיך א נייע מחלוקה'לע ביי כלל ישראל, פאר אונז קאווע שטיבל באנוצר מיינט דאס לכאורה אז באבוב מיט אלכסנדר וועלן זיך דארפן טיילן מיט דעם צימעס אשכול מיט אפאר פרישע ניקים פון ברסלב

נישט ריכטיג. ס'איז ניטאמאל שייך א מחלוקת דאהי (אויסער אין יבנאל). פונקט ווי אמאל, איידער חסידותן זענען געווען פארטייען, ווען א רבי איז אוועק, האט יעדע חסיד זיך אויסגעוועילט א רבי לויט זיין געשמאק. און ממש אזוי שפילט זיך דא אפ. יעדער גייט צו וועם ער וויל.
זונטאג מערץ 01, 2015 9:42 am#256357
נאר אביסעל אנדרעש וויאמאהל, אז אמאהל האט א רבי איבערגעלאזט אפאר יתומים און עקספענסעס פלאס אפאר מנהגים, היינט לאזט א רבי איבער א אימפעריע פין פיפציג מיליאן און א באנטש טינופת.
זונטאג מערץ 01, 2015 10:33 am#256372
עזריאל האט געשריבן:איך הער יעצט אז אונטערן טיש קאכט זיך א הייסער מחלוקה. דער צווייטער זון האט א צוואה ווי ער זאגט אז ער דארף איבערנעמען די לייצעס און יבניאל. אבער דער עולם דארט וויל נישט וויסן דערפון דערווייל. זיין הויז אין מאנסי איז שוין פאר סעיל.

דער עלטצטער זון פארופט זיך שוין רב אין די ב"פ בית מדרש, ער מאכט שוין תקנות דארט כדרך המתחילים ברע'ביסטעווע און דער עולם וויל פון דעם אויך אויך נישט וויסן.

ס'האט זיך שוין אויך געפענט א נייע בית מדרש פאר די וואס ווילן נישט דעם עלטצטען פאר רב.

א קיצור ס'פארמירט זיך א נייע מחלוקה'לע ביי כלל ישראל, פאר אונז קאווע שטיבל באנוצר מיינט דאס לכאורה אז באבוב מיט אלכסנדר וועלן זיך דארפן טיילן מיט דעם צימעס אשכול מיט אפאר פרישע ניקים פון ברסלב

אפאר באחנטע יודן וואס האבן אייביג א גוטס אין מויל גייען דיר זאגן אז דער עלטצטער זון איז ברסלב 45...... חא חא חא... דא ברויך מען לאכן.... ווייל ס'איז עכט א דזשאוק

באבעוו ?? וועלכע באבעוו?
זונטאג מערץ 01, 2015 2:23 pm#256423
קאווע טרינקער האט געשריבן:
עזריאל האט געשריבן:א קיצור ס'פארמירט זיך א נייע מחלוקה'לע ביי כלל ישראל, פאר אונז קאווע שטיבל באנוצר מיינט דאס לכאורה אז באבוב מיט אלכסנדר וועלן זיך דארפן טיילן מיט דעם צימעס אשכול מיט אפאר פרישע ניקים פון ברסלב

נישט ריכטיג. ס'איז ניטאמאל שייך א מחלוקת דאהי (אויסער אין יבנאל). פונקט ווי אמאל, איידער חסידותן זענען געווען פארטייען, ווען א רבי איז אוועק, האט יעדע חסיד זיך אויסגעוועילט א רבי לויט זיין געשמאק. און ממש אזוי שפילט זיך דא אפ. יעדער גייט צו וועם ער וויל.

זייער גוט ארויס געברענגט.
מאנטאג מערץ 02, 2015 3:22 pm#256692
Kool man האט געשריבן:קען אפשר איינער דא בעסער אויסוועלגערען די מערכה מיט מער פרטים? וויאזוי הייסט די עלטערער זוהן, די יונגערע? וואו וואוינען זיי? וואו זענען זיי איידעמער? וואס איז מיט יואלי רוטה? און מיט אלע אנדערע וואס יאווען זיך צו ווערען ממלא מקום'ס דא?

ברסלב'ער אוואו ביסטו אנטלאפען? לייכט אונז אויף.. :oops:

דער עלטערער זון הייסט זושא, דער אינגערער מוישי (נתן משה שמואל), דער עלטערער וואוינט ביי די עלטערן אין שטוב דער אינגערער אין מאנסי. דער עלטערער איז א גרוש דער אינגערער איז אן איידעם ביי א ראטטענבערג פון די קאסאנ'ער\קאזעווע משפחה (א קרוב, ווייל זיין מאמע איז אויך א ראטטענבערג).

יואלי ראטה (אדער רוטה...) איז א תלמיד פונעם מוהרא"ש. יעדער פון די דריי אויבנדערמאנטע טרייט צו כאפן וואס מער פון זיין טאטנס מענטשן, האפענדיג אזוי צו מאכן פרנסה. זאל דער אויבערשטער זיי אלע געבן וואס עס פעלט זיי.
מאנטאג מערץ 02, 2015 5:24 pm#256725
איך האב געהערט אז עס איז אויך דא עפעס א תלמיד וואס איז געווען זיין כותב וואס געבט איבער שיעורים אין היכל הקודש איך ב"פ און אסאך קלעבן צו איהם,
ווייסט איינער מער פרטים?
מאנטאג מערץ 02, 2015 7:10 pm#256752
דו מיינסט הרב לעססער א ליטוואק מיסודו, ער האט זיך מדבק געווען אין מוהרא"ש העכער 40 יאר צוריק ולא ימוש מתוך אהלו,
די עלטערע און מער ערנסטע תלמידים זענען פאר עם, די יונגערע און די מער פרייליכע גלייכן בעסער די מהלך פון הרב יואל,
פארשטייט זיך אז עס וועלן זיין וואס וועלן גיין צו ביידע,
די קינדער לויט ווי איך הער בעיקר די עלטערע אין ב"פ האבן ווייניג הצלחה,
די ביהמד"ר אין ב"פ איז פארמאכט לעת עתה,
מאנטאג מערץ 02, 2015 7:19 pm#256755
אז מען טראכט אריין אזוי וואלט געדארפט זיין ביי אלע חסידות'ער, די רבי שטארבט און די חסידים ג'יין צו וועם זיי ווילן!! אין די קינדער פונים רבין האבן זיי אין בארד
מאנטאג מערץ 02, 2015 9:07 pm#256771
איינער שיקט מיר יעצט אז היינט נאכט איז דא א שיעור פון הרב יצחק לעססער אין ביהמד''ר היכל הקודש די אדרעס איז 1139 53 st.
איינער ווייסט מער פרטים
מאנטאג מערץ 02, 2015 10:49 pm#256808
ברעקינג!! די ראש ישיבה הרב יואל האט געהייסען זיינע אנהענגער זיך משתתף זיין ביים שיעור פון הרב יצחק לעזער, ווי איך פארשטיי וועט זיך הרב יואל אויך דארט זיין.
מיטוואך אפריל 15, 2015 6:01 pm#266392
די צוואה פון הרה"צ מוהרא"ש זצ"ל וי ער צוטיילט זיין ירושה צו די צוויי אייניקלעך זיינע בני בנו הר"ר משה שליט"א.
דינסטאג אפריל 21, 2015 8:23 pm#268359
מוהרא"ש זצ"ל אין די לעצטע פאר מינוט פון זיין לעבען
דינסטאג אפריל 21, 2015 8:59 pm#268368
Re: הצדיק מיבניאל, הרב אליעזר שלמה שיק זצ"ל מ'היכל הקודש ברס
אתא, א קליינע בקשה לטובת הציבור, ווען דו שטעלסט ארויס א לינק, ביטע שרייב א האלבע שורה וואס דאס איז.

בד"וו די ערשטע האלב פונע'ם url קענסטו אייביג אויסלאזן. מ'ווייסט ממילא.
דינסטאג מאי 05, 2015 4:36 pm#272728
מען פארט אין די מאסן צום ציון.
א צעטיל וואס הענגט לעבן די כותל

בילד
דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:18 pm#277671
/
דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:57 pm#277683
אינטערסאנט און דע מודעה שטייט "שיבואו ויסיימי את כל ספר התהלים "מכל הלב" און דע צוואה שטייט "שיבואו לציון קבורתי ויגמרו שם את כל הספר תהלים בפעם אחת בלי הפסק" און דע "מכל הלב" ווערט דארט אינגאנצען נישט דערמאנט, זיעט אויס זיי ווילען נישט נעמען קיין טעשנסעס אז טאמער וועט עס נישט געלונגען איז עס וועגען עס איז נישט געווען "מכל הלב"

ווי זאגט יענער "ווייל די האסט נישט געגלייבט"
דאנערשטאג מאי 21, 2015 1:32 pm#277689
געווען אין אומן - ביי רבי נחמן - ראש השנה; אין ריבניץ - ברענען ציגל - שושן פורים; אין ליזעסק - כ"א אדר - ביי רבי ר' אלימלך; אין קערעסטיר - ביי רבי ישעיהו'לע אסרו חג פסח; אין נו דזערזי - ביי רבי נפתלי'צע צבי מ'באבוב - ל"ג בעומר; און יעצט אין יבניאל ביים יבניאל'ער צדיק.

וועלכער צדיק בעקומט קרעדיט אין די ראוילינג קרעדיט פון די ענדגילטיגע ווינדער ערצעלונג?

פילייכט - איז מיין קלער און טראכט - איז א חז"ל'שע פארבאט אויף כ"ד חודש צווישן איין צדיק און אנדערען אין פלאץ, אזוי - כאטשיק - וועט זיך אנזען פון וועלעכע צדיק'ס השפעה-ברוסטן מען זייגט.
דאנערשטאג מאי 21, 2015 1:40 pm#277694
די סגולה ארבעט בעסער ווען מ'פארטוישט זיין נאמען פון ר' אליעזר שלמה אויף שלמה אלעזר? מה הפשט?
דינסטאג יוני 02, 2015 12:04 pm#279860
Re: הצדיק מיבניאל, הרב אליעזר שלמה שיק זצ"ל מ'היכל הקודש ברס
די רבי ז"ל רופט אויף ראש השנה
uploadfromtaptalk1433261048129.jpg
uploadfromtaptalk1433261048129.jpg (91.59 KiB) געזען געווארן 1262 מאל