פארומס › נתניהו גייט רעפרעזענטירן נאר 13,980,000 אידן אין קאנגרעס

נתניהו גייט רעפרעזענטירן נאר 13,980,000 אידן אין קאנגרעס

100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8278
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג מערץ 2, 2015 2:26 pm#256695
ישראל קאפקע
מאטי
ביסט זיכער פון "ערשטן קלאס?" מיר קוקט דאס אויס מער "צווייטע קלאס" מאטריאל...

He is in a class all to himself.

איך פארשטיי נישט פארוואס די אנטי סאטמורים שפילן כאילו דאס וואס ביבי טוט איז די נארמאלסטע זאך אויף דער וועלט.
קען מיר איינער ברענגען א פרעצעדענט ווי א אויסלענדישע פירער קומט צו א פארליאמענט זיך רייצן אזוי אפן, מיטן ערוויילטן פרעזידענט/פרעמיער פון די האוסט קאנטרי? (אפגעזען פון דעם אז אמעריקע איז 'די' וועלט גרויסמאכט, און ווי שטארק מדנ"י איז אנגעוויזן אויף איר).


ווי קומט דא אריין די ווארט זיך רייצן ? ער רייצט זיך נישט מיט קיינעם ער קומט דאך רעדן צו קאנגרעס די פארטרעיטער פון אמעריקא וואס זיי האבן א ערוועלטע ארבעטער אין אוועל אפיס וואס הייסט אבאמא וואס ער אבאמע נעמט די איינלאדענונג זייער פרעזענליך זוי ווי אלע זיינע דורכפאלן ער איז דאך א קינד פון די ערשטע קלאס

ווען ביבי קומט ווען רעדן צו א אומאויטעריזזט גרופע -א שטייגער ווי שארפטן- וואס טוען זאכן אויף די אייגענע הענט און די גאנצע גאווערמענט אינקלאדעט אלע סענעטארן און קאנגרעסלייט זענען אקעגן וואלט עס געווען א געוואלדיגע חוצפה אבער יעצט? קומט ער דאך רעדן צו ערוועלטע מענטשן וואס זענען יעצט דן אויף עפעס א זאך ער איז גערופן דורך די דריטע מאכטפולסטע מענטש אין לאנד נו וואס איז דער פראבלעים ? הטרם תדע אבאמא אז ער פירט נישט די לאנד אליין ?

ער איז אפשר א גרויסע שוטה ווייל ער דארף פארשטיין אז מ'מישט זיך נישט אין יענעםס פאליטיק אבער די ווארט רייץ קומט נישט אריין

און פארשטייט זיך אז על פי תורה טוט ער א שרעקליכע פארברעכן בכלל פארן זיין די פרעי מיניסטער און אויף אלע זיינע מעשים

אבער די ווארט רייץ קומט נאך אלס נישט אריין _נישט תורהדיג גערעדט - אבאמא זאל זיך אפווישן זיין נאז ער האט פארלוירן די מידטוירם וואלן און פארטיג

אין א סייד נאוט איז אינטערסאנט צו זעהן אז די אלע דא אין שטיבל וואס האלטן אז סאדאם איז נישט געווען קיין סכנה פאר די וועלט און בוש איז געווען צו ווילד האלטן יעצט ביי איראן אנדערש
מאנטאג מערץ 2, 2015 2:58 pm#256699
טעות: קאנגרעסמאן @RepSeanMaloney גייט זיך יא באטייליגן.
מאנטאג מערץ 2, 2015 3:05 pm#256701
נאר 5% פון די איבער 500 קאנגערסלייט באטייליגן זיך נישט. ס'זעט אויס ערגער ווי ס'איז
מאנטאג מערץ 2, 2015 3:18 pm#256704
ישמעאל הכהן
נאר 5% פון די איבער 500 קאנגערסלייט באטייליגן זיך נישט. ס'זעט אויס ערגער ווי ס'איז

אויף די מינוט איז עס בערך 8%. יעצט ווען אלע וועלכע זענען געזיצן אויף די פענס ביז יעצט וועלן דארפן מאכן א באשלוס גייט עס ווארשיינליך שטייגן אביסל. דארפסט געדענקען אז די וועלכע האבן שוין געמאלדן אז זיי גייען זיך יא באטייליגן קומט אויך אויס קוים צוואנציג פראצענט.

עניוועי, ס'איז טאקע נישט קיין גרויס פראצענט.
מאנטאג מערץ 2, 2015 4:06 pm#256717
אן אנדערע ווערסיע.
והבוחר יבחר.
Untitled-999.jpg IMG-20150301-WA0155.jpg
מאנטאג מערץ 2, 2015 4:08 pm#256718
[ציטאט אראפגענומען]

יעצט איז שוין דא צוויי
מאנטאג מערץ 2, 2015 4:12 pm#256720
אין די לעצטע שעה האט 'דע הילל' צוגעלייגט דריי קאנגרעסלייט און איין סענאטאר וואס האבן געמאלדן אז זיי גייען זיך נישט באטייליגן.
די באטייליגן ליסטע איז נישט געוואקסן דערווייל.

<a class="postlink" href="http://thehill.com/homenews/house/232160-whip-list-dems-skipping-netanyahu-speech">http://thehill.com/homenews/house/23216 ... ahu-speech</a>
מאנטאג מערץ 2, 2015 4:50 pm#256736
ארויף מיט נאך פינף קאנגרעסלייט און איין סענאטאר (על פרענקען פון מיניסאוטע, א איד).

ס"ה 53. 46 קאנגרעסלייט און 7 סענאטארן.
מאנטאג מערץ 2, 2015 7:05 pm#256761
איינער פון די פאליטישע מומחים זאל ביטע זאגן א מיינונג אויב דאס נישט באטייליגן זיך פון דעמאקראטן וועט עפעס אויסמאכן אין די אמעריקע-ישראל באציאונגען.
מאנטאג מערץ 2, 2015 7:43 pm#256766
סאטמאר האט אן אייגענעם דיקשאנערי פאר די ווארט ״רייצען״

א איד לערנט פאר תניא אין וויליאמסבורג. ער קומט זיך ״רייצען״.
אפשניידען דעם איד׳ס בארד. דאס איז נישט ״רייצען״

א פרוי גייט שפאצירען אין וויליאמסבורג מיט איר קערידזש. זי וויל זיך ״רייצען״.
איר נאכשרייען אין גאס. דאס איז נישט ״רייצען״.

א רבי קומט באזוכען זיינע חסידים אין וויליאמסבורג. ער קומט זיך ״רייצען״.
באווארפען זיין קאר מיט שטיינער. דאס איז נישט ״רייצען״.

א רעבעצין קומט צו איר מאן׳ס קבר. זי קומט זיך ״רייצען״.
איר באווארפען מיט שטיינער. דאס איז נישט ״רייצען״.

א פריים-מיניסטער ווערט איינגעלאדענט צו האלטן א רעדע איבער די סכנה וואס לויערט אויף זיין לאנד. ער קומט זיך ״רייצען״.
פראטעסטירין און ווארפען אייער. דאס איז נישט ״רייצען״.
מאנטאג מערץ 2, 2015 8:06 pm#256770
דאס איז חלילה נישט קיין העץ געפילען.

פאר מען האט א דעבאטע אויב ביבי ״רייצט״ זיך. דארף מען קלארשטעלן וואס טייטשט זיך ״רייצען״.
מאנטאג מערץ 2, 2015 8:10 pm#256774
[ציטאט אראפגענומען]

פון יענעם כ"א כסליו וועט שוין נישט זיין קיין שמועס איבער מדינת ישראל און ארום, לטוב אדער למוטב, אן וואס געוויסע קרייזען וועלן ווערן א חלק פינעם שמועס, על אף וואס האט נישט קיין שייכות מיטן שמועס, אנדערע וועלן פראדיצערן האס קעגן די מדינה, און אנדערע קעגן סאטמער, סאיז איין תכונה נאר אנדערש פארמעלירט. הגם ביידע סיי די מדינה און סיי סאטמער האבען א געוויסע אמת און זיך וואס מקען אויף דעם דן זיין, אבער שנאה איז וואס נעמט איבער דעם שמועס.
מאנטאג מערץ 2, 2015 9:07 pm#256783
ווי ווייט איך קען זען פון די פאר מאל וואס א סאטמארער צייטונג פאלט אונטער מיינע הענט איז נישט פארהאן אפילו בטעות א פינטעלע אמת אין זייערע מדינת ישראל פאליטיק מאמרים. די שפראך ווערט גענצליך דאמינירט דורך א קוואזי רעליגיעזע-טעאלאגישע טערמינאלאגיע, פארפלייצט מיט שטיקער חתם סופר און ויואל משה.
איר ווייסט וואו עס ליגט דער אמת אין סאטמאר? אין זייער בית החיים. אט דארט, אין דאס שפיגעלע פון דער קהילה, וועלכע פארנעמט דער סאמע אויבן אן אין דעם מחלוקת זייערן, אט דארט ליגט זייער אמת באגראבן.
מאנטאג מערץ 2, 2015 9:19 pm#256786
[ציטאט אראפגענומען]
מאנטאג מערץ 2, 2015 9:26 pm#256787
יאיר
ווי ווייט איך קען זען פון די פאר מאל וואס א סאטמארער צייטונג פאלט אונטער מיינע הענט איז נישט פארהאן אפילו בטעות א פינטעלע אמת אין זייערע מדינת ישראל פאליטיק מאמרים. די שפראך ווערט גענצליך דאמינירט דורך א קוואזי רעליגיעזע-טעאלאגישע טערמינאלאגיע, פארפלייצט מיט שטיקער חתם סופר און ויואל משה.
איר ווייסט וואו עס ליגט דער אמת אין סאטמאר? אין זייער בית החיים. אט דארט, אין דאס שפיגעלע פון דער קהילה, וועלכע פארנעמט דער סאמע אויבן אן אין דעם מחלוקת זייערן, אט דארט ליגט זייער אמת באגראבן.

יאיר, מיטען פולען רעספעיקט, אבער האסט פארקירווערט מיין געדאנק, איך האב נישט גערעדט נישט בפרטים של המדינה און נישט בפרטים של אנשי סאטמער, מיין נקודה איז געווען אויף כללות המושג פון די מדינה און אויף די כללות המושג פון סאטמער, וואס דאס דורך צו שמועסן און באהאנלדען איז היינט געווארען כמעט אומעגליך, ווייל שנאה און האס פארנעמט דעם אויבן אן ביי ביידע זייטען.
מאנטאג מערץ 2, 2015 9:32 pm#256795
quote="ישראל קאפקע"]
[ציטאט אראפגענומען]
[/quote]

אויב פארשטיי איך גוט איז דער אשכול געעפנט געווארן מיטן ציל צו רעדן איבער דער סאטמארער קאמפיין קעגן נתניהו'ס רעדע, דורך נטרונא וועלכע פארטרעט מכלומרשט 200,000 סאטמארע אידן (אויב נתניהו פארטרעט גאנץ כלל ישראל מעגן זיי דאך פארטרעטן צוויי פראצענט דערפון...), איז דאך נישט מער ווי רעכט אז מען זאל דא זאגן די מיינונג איבער זייערע קאמפיינען קעגן ציונות.
און נישט יעדער וואס האט א התנגדות צו סאטמאר דרוקט אויס "העץ געפילן". מענטשן קענען סתם זאגן א מיינונג איבער א זאך, אן דעם וואס זיי זאלן בכלל האבן א געפיל דערוועגן אדער זוכן צו העצן.
מאנטאג מערץ 2, 2015 9:39 pm#256799
יע מר העם פראבירט איינמאל און נאכאמאל צו פארקירעווען/דערנידערן דעם שמועס אריין קיין צימעס אנשטאטס צו פאוקעסן אויף וואס מען שרייבט בנוגע די אישו עט הענד.
מאנטאג מערץ 2, 2015 9:44 pm#256804
איך אויך
יע מר העם פראבירט איינמאל און נאכאמאל צו פארקירעווען/דערנידערן דעם שמועס אריין קיין צימעס אנשטאטס צו פאוקעסן אויף וואס מען שרייבט בנוגע די אישו עט הענד.

איך קען זיך פארשטעלן אז אחד העם שפירט בערך ווי סוזען רייס שפירט נאכן ווערן אנגערופן א פינסטערע שונא ישראל פארן זאגן אז די ביבי רעדע קען שאטן פאר די מדנ"י-אמעריקע באציאונגען.

I actually think it's hilarious.
מאנטאג מערץ 02, 2015 11:34 pm#256828
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס די דעבאטע דארף אויסגעניצט ווערן אלץ א פלאטפארם אויסצוגעבן העץ געפילן אנטקעגן סאטמאר,


ווידער די סאטמערע מהלך.

שימפן און העצן קעגן נתינהו און רוב כלל ישראל איז אויסשרייען די וויי געשריי פון די פך השמן.

האבן אן אנדערן מיינונג פון סאטמער איז ״העצן״.

אזוי ווי ביים ״רייצען״...
מאנטאג מערץ 02, 2015 11:48 pm#256835
אין דער שמועס בנוגע נתניהו'ס באזוך קען מען דן זיין אויף כמה וכמה דיונים,
ווער איז גערעכט אויף די צוגאנג צו איראן ביבי אדער אבאמא,
איז נתניהו גערעכט מיטן קומען יעצט קיין אמעריקא
טוט נטרונא ריכטיג מיט זייער מהלך
ווער איז גערעכט אונעם מיטל מזרח קאנפליקט
סאטמארס מלחמה בכלליות אנטקעגן מדינת ישראל
ועוד ועוד

סאטמאר, צוליב זייער פאליטישע טעאלאגישע השקפה'דיגע וכו' חשבונות האט אנגענימען אז אבאמא איז גערעכט אויף איראן, ביבי מעג נישט קומען, נטרונא טוט גוט, מדנ''י נישט, און אמיתה של תורה איז דעתו של מנשה פילאפ,
די אנטי סאטמאר באדי האלט אויף יעדע נקודה פונקט פארקערט, מיין פראבלעם איז אז ווען עס קומט א קלוגער שרייבער און זאגט א סברה און איינע פון די דיונים איז אנשטאט מען זאל באטראכטן די סברה בפני עצמה שטעלט מען אריין דעם שרייבער אונעם גרויסען בילד און מען איז אים דן לויט דעם, אנשטאט זיך צו באציען צו זיין טענה בפרט אטאקירט מען די צד צי וועלכע זיין טענה געהערט, דאס פארפאטשקעט די גאנצע שמועס און נעמט אוועק די אפעטיט פון דעבאטירן,
די פראבלעם איז לאו דוקא אין די דיבאטע נאר ביי רוב דעבאטעס ביים ציבור איז אזוי,
דינסטאג מערץ 03, 2015 12:01 am#256847
וואו האסטו געזען אטאקירן נוטראלע מגיבים אין דעם גרויסן בילד?
דינסטאג מערץ 03, 2015 12:10 am#256851
אחד העם האט געשריבן:אן אנדערע ווערסיע.
והבוחר יבחר.


קען מען אפשר אפלאודען די בילדער אהן די וואסערמארקס? ס'איז א סימפל אפשן בשעת'ן אפלאודען.
עס טוט מיר נישט אזוי שטארק וויי אזויווי @שמעקעדיג אבער עס איז סתם א סטאפידיטי.
דינסטאג מערץ 03, 2015 12:14 am#256852
יאיר האט געשריבן:איינער פון די פאליטישע מומחים זאל ביטע זאגן א מיינונג אויב דאס נישט באטייליגן זיך פון דעמאקראטן וועט עפעס אויסמאכן אין די אמעריקע-ישראל באציאונגען.


@יאיר איך בין נישט איינער פון די פאליטישע מומחים, אבער מײן צװײ סענט.
ביז הײנט איז נישט אדער כמעט נישט געװען אזא אפענע אנטי ענעטינג קעגן/װעגן מד׳י אין קאנגרעס.
יעצט איז עס טאקע מיט א גוטע תירוץ צוליב אבאמא, חוצפה, שלום וכו׳, אבער מיט די צײט קען עס
זײן א ״עבר ושנה נעשה לו (להם) כהיתר״ ח׳ו.
דינסטאג מערץ 03, 2015 12:51 am#256869
מאטי האט געשריבן:וואו האסטו געזען אטאקירן נוטראלע מגיבים אין דעם גרויסן בילד?


איך האב נישט גערעדט וועגן אטאקירן ניקס פערזענלעך , נאר אויף די וועג וויאזוי מען דעבאטירט,
דינסטאג מערץ 03, 2015 9:09 am#256887
אנטשולדיגט פאר'ן אריינהאקן דא, אבער יעדעס מאל איך זעה די קעפל פונעם אשכול נערווירט עס מיך.

מ'דארף שרייבן "נתניהו גייט רעפרעזענטירן נאר 13,980,000 אידן אין קאנגרעס",לאפוקי פון 14M. ווי ס'איז יעצט געשריבן, מיינט עס אז ער גייט נאר רעפרעזענטירן און נישט טון עפעס אנדערש.
דינסטאג מערץ 03, 2015 11:26 am#256905
גנדי האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס די דעבאטע דארף אויסגעניצט ווערן אלץ א פלאטפארם אויסצוגעבן העץ געפילן אנטקעגן סאטמאר,


ווידער די סאטמערע מהלך.

שימפן און העצן קעגן נתינהו און רוב כלל ישראל איז אויסשרייען די וויי געשריי פון די פך השמן.

האבן אן אנדערן מיינונג פון סאטמער איז ״העצן״.

אזוי ווי ביים ״רייצען״...

ווי פאר א גוט יאר קומט אהער 'סאטמאר'
א איד האלט אז זיין רבי וואס האט מברר געווען און שטארק געטון פאר די נושא פון מבזה זיין די ציונים אין די וועלט, איז געווען גערעכט און דער איד איז ממשיך אין זיינע דרכים הייסט זיך גערייצט?
לא הבנתי
ווען עמיצער גלויבט אז זיין רבי צו ראש ישיבה האט געהאט רעכט צו שיקן צו די שטום בודקעס אין ארץ ישראל, הייסט דער בוחר עפעס א מתגרה? ער גייט נאך זיין רבי
מיט וואס איז דער סאטמארער וואס גייט שמיצען אויף נתני' אנדערש ?
דינסטאג מערץ 03, 2015 12:05 pm#256906
דינסטאג מערץ 03, 2015 12:53 pm#256912
שוואכע דרשה , גארנישט קלוגער געווארען (נאר אז מארגען איז פורים...)
דינסטאג מערץ 03, 2015 1:04 pm#256914
גאר מאכטפולע רעדע, איך בין געווען סורפרייזט ווען ער האט געזאגט: אפילו איזראעל וועט דארפן שטיין אליין, וועלן מיר שטיין אליין. גערעדט זייער דיפלאמאטיש און כיטרע, קינצלעך אויסגעארבעט, מיט מליצות און סטעיטמענטס. גוטע ארבעט!!!
דינסטאג מערץ 03, 2015 1:06 pm#256915
די עולם דארט זעט אויס שעצט ביבי מורא'דיג, מ'קלאטשט און מ'פאטשט.
דינסטאג מערץ 03, 2015 1:16 pm#256917
outspoken האט געשריבן:שוואכע דרשה , גארנישט קלוגער געווארן

איך האב די זעלבע פראגע. כ'פארשטיי נישט מאי בא לחדש?
יעדער האט געוואוסט גענוי וואס ער האלט און וואס ער גייט רעדן. איך זעה נישט קיין חידושים.
וואס גייט יעצט געשעהן אנדערש ווי ווען ער וואלט נישט געקומען?
כ'פרעג פאליטיש, נישט רעליגיע'זיש...
דינסטאג מערץ 03, 2015 1:22 pm#256919
ער האט געטוישט די מדובר פון טאג. יעצט וועט זיין ציטוטים פון זיין דרשה פאר די נייעס אנטקעגן די דיעל מיט איראן.
דינסטאג מערץ 03, 2015 1:26 pm#256920
וואס האסטו געמיינט אז ער גייט ארויסגעבען די סודות פון חדר? אדער ער גייט אפזינגען זיין דרשה אויף גראם?
מ'דארף איבערזאגען די אמת נאכאמאל און נאכאמאל (פאר דער וואס הערט נישט ביים ערשטן), כולי האי ואולי וועט עפעס אריינטריפן.
דינסטאג מערץ 03, 2015 1:27 pm#256921
אבער ער קען עס זאגן פון מדינת ישראל, וועט ער דען מער אויפטון ווי רעדן אין קאנגרעס?
דינסטאג מערץ 03, 2015 1:31 pm#256923
שמעקעדיג האט געשריבן:אבער ער קען עס זאגן פון מדינת ישראל, וועט ער דען מער אויפטון ווי רעדן אין קאנגרעס?

ער גייט עס זאגן פאר דער וואס רופט איהם און וויל נאר הערען, אדרבה, רוף איהם אהער קיין ווילי עסטו זעהן
דינסטאג מערץ 03, 2015 1:32 pm#256926
און וואסערע חידשים גייט מען הערן ביים פראטעסט היינט ?

דעס איז נישט קיין קשיא ער איז געקומען אדרעסן א אישו איידער מ'גייט עפעס טון אין די אישו
דינסטאג מערץ 03, 2015 1:35 pm#256927
דינסטאג מערץ 03, 2015 4:12 pm#256937
ירח בן יומו האט געשריבן:די עולם דארט זעט אויס שעצט ביבי מורא'דיג, מ'קלאטשט און מ'פאטשט.

ירח בן יומו: זיכער. דער אמעריקאנער קאנגרעס איז נישט דער עדיטאריעל באורד פון בלאט אדער איד...!
אויך. ער רעדט א גוטן ענגליש. נישט א צוקאליטשעטן... :roll:
דינסטאג מערץ 03, 2015 4:13 pm#256938
ירח בן יומו האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אבער ער קען עס זאגן פון מדינת ישראל, וועט ער דען מער אויפטון ווי רעדן אין קאנגרעס?

ער גייט עס זאגן פאר דער וואס רופט איהם און וויל נאר הערען, אדרבה, רוף איהם אהער קיין ווילי עסטו זעהן

וואו וועט ער זאגן זיין דרשה אין סאטמאר'ע בית המדרש אויף ראדני. אדער אויף קיעפ סטריעט...?
דינסטאג מערץ 03, 2015 4:19 pm#256939
געזען: קאנגרעסמאן טשארלס רענגעל...! כאטש ער איז געווען אויף די רשימה פון די וועלכע גייען באיקאטירן נתניהו'ס ספיעטש...נטורי קרתא וועט שוין נישט גיין צו איהם נאך א נדבה...!
דינסטאג מערץ 03, 2015 5:07 pm#256946
אה! ב"ה איינער האט באריכטעט די פראטעסט
m http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4633150,00.html m
דינסטאג מערץ 03, 2015 6:07 pm#256954
פרייוויליג האט געשריבן:גאר מאכטפולע רעדע, איך בין געווען סורפרייזט ווען ער האט געזאגט: אפילו איזראעל וועט דארפן שטיין אליין, וועלן מיר שטיין אליין. גערעדט זייער דיפלאמאטיש און כיטרע, קינצלעך אויסגעארבעט, מיט מליצות און סטעיטמענטס. גוטע ארבעט!!!

למעשה האט ביבי גארנישט מחדש געווען, און אבאמא איז גערעכט אז ביבי האט דא גארנישט מוסף געווען. ביבי האט קלאר געזאגט, אז די אלטערנאטיוו איז נישט מלחמה, "נאר א בעסערן דיעל", ער האט אבער נישט געזאגט וואספארא דיעל. אויב רייסטו אראפ אבאמא'ס דיעל, דאן דארפסטו האבן א בעסערן דיעל, און אויף די ליין האט זיך די אבאמבא אדמיניסטראציע ארויף געכאפט.
דינסטאג מערץ 03, 2015 6:33 pm#256961
My best Key quotes: Benjamin Netanyahu's address to Congress


But I can guarantee you this, the days when the Jewish people remained passive in the face of genocidal enemies, those days are over. We are no longer scattered among the nations, powerless to defend ourselves. We restored our sovereignty in our ancient home.


As prime minister of Israel, I can promise you one more thing: Even if Israel has to stand alone, Israel will stand. But I know that Israel does not stand alone. I know that America stands with Israel.

Netanyahu to Elie Wiesel: 'I wish I could promise you, Elie, that the lessons of history have been learned'
דינסטאג מערץ 03, 2015 7:15 pm#256967
גנדי האט געשריבן:סאטמאר האט אן אייגענעם דיקשאנערי פאר די ווארט ״רייצען״

א פריים-מיניסטער ווערט איינגעלאדענט צו האלטן א רעדע איבער די סכנה וואס לויערט אויף זיין לאנד. ער קומט זיך ״רייצען״.
פראטעסטירין און ווארפען אייער. דאס איז נישט ״רייצען״.

אינטערעסאנט, וואו האט קריס מעטיוס געטראפן א סאטמארע דיקשאנערי (נאך דערצו אין ענגליש)?

Speaking to Thomas Roberts shortly after Netanyahu’s speech ended, Matthews said definitively, “This man from a foreign government walked into the United States legislative chamber and tried to take over foreign policy.”

“He said you should trust me, not your president on this,” Matthews continued, describing the tone of Netanyahu’s remarks. “I’m the man you should trust, I’m your true leader on this question of U.S. geopolitics. If you want to protect yourself, you must listen to me and not this president.”

Calling the situation “startling,” Matthews said, “It’s a remarkable day when the leaders of the opposition in Congress allowed this to happen. Think it through, what country in the world would let a foreign leader come in and attempt to rest from the president control of U.S. foreign policy?”

“This was a takeover attempt by Netanyahu with his complying American partners to take American foreign policy out of the hands of the president,” he concluded.
m http://www.mediaite.com/tv/chris-matthe ... icy-today/ m

נענסי פעלאוסי נאכן רעדע.
Screenshot_2015-03-03-14-19-46~01.png
Screenshot_2015-03-03-14-19-46~01.png (87.91 KiB) געזען געווארן 653 מאל


עס איז גאר מעגליך אז די רעדע גייט נאר בעקפייערן.
מיטוואך מערץ 04, 2015 12:10 am#257046
אבאמא איז אזוי אנציקט געווארען פון נתני' דרשה אז ער פלאנט צו מאכן אן עליה ...

נאדיר א בילד וואו אזוי ער וועט אויסעהן וואוינענדיג אין ארץ ישראל

10996272_833212670083855_2079920481562286735_n.jpg
10996272_833212670083855_2079920481562286735_n.jpg (39.45 KiB) געזען געווארן 599 מאל
מיטוואך מערץ 04, 2015 12:11 am#257047
איראן (פרס) וויל פארלענדען די אידן (להשמיד את כל היהודים) מיט איין שאס (ביום אחד), אין דער פרעזידענט וואס שטאמט פין אפריקא (כיש), גייט איין אויף א אפמאך (והמלך והמן ישבו לשתות), האט זיך אויפגעשטעלט א איד (איש יהודי) פאר'ן קאנגרעס וואס הייסט בנימין (איש ימיני) אין צושטערט זייער פלאן.
ךופהנו אוה רשא וטלשי םידוהיה המה םהאנושב,
מיטוואך מערץ 04, 2015 12:52 am#257056
לכאורא וויבאלד קאנגרעס האט גערופן ביבי רעדן, אויב וואלט ער נישט געקומען וואלט דאס אפשר געווען התגרות באומות? :lol:
פרייטאג מערץ 13, 2015 1:27 pm#258456
פארוואס האבען אלע פארגעסען צו דערמאנען די עיקר נייעס פונ'ם טאג? ביבי, סאטמאר נטרונא, דאס איז אלס די קליינעקייטען פונ'ם געשיכטע.
דער עיקר איז דאס וואס פאפא האט באוויזען אין ליכט פון די אלע פאסירונגען.

אנדערע מבינים זאגען אז דאס איז גאר געווען ביבי'ס אריגינעלער ציל.
זונטאג מערץ 15, 2015 1:03 pm#258653
;)
פרייטאג אפריל 03, 2015 1:43 pm#264100
_ (1).jpg
_ (1).jpg (25.74 KiB) געזען געווארן 409 מאל
ליידער מעשה שטן הצליח די ביידע אראבער חוסיין אבאמא אין חמינאי פארשטייען זיך גאנץ גיט אז מדארף ח"ו מכלה זיין שונאיהם של ישראל
נישטא קיין ווערטער אבער זייט נןדט געזארגט בשם ה' נעשה ונצליח אין אזוי וי סאיז געוועהן אפנע נסים ביי די זעקס טעג מלחמה אין אלע אנדערע מלחמות וועט אויך אזוי זיין דא מיט אמריקה אין אן איר
אין אלע שונאי ה' ושונאי ישראל אינקלאדינג מדינת ישראל זאלען פארשווינדען ווערען פון די וועלטס מפה וכן יאבדו כל אויביך ה'