Under maintenance
הויפט זייט » נתניהו גייט רעפרעזענטירן נאר 13,980,000 אידן אין קאנגרעס

נתניהו גייט רעפרעזענטירן נאר 13,980,000 אידן אין קאנגרעס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8278
פרייטאג פעברואר 13, 2015 4:58 pm#253537
נתניהו גייט רעפרעזענטירן נאר 13,980,000 אידן אין קאנגרעס
נייע קאמפיין פאר מידיא קראנטקייט, נתניהו גייט בלויז רעפרעזענטירן 13,980,000 אידן ביי זיין רעדע אין קאנגערס,

א געוויסע ברוקלינע ארגענעזאציע האט אינטערגענימען א נייעם קאמפיין אנטקעגן מידיא פארפירישקייט אין פאלטשקייט, וואס איז יעצט די אישו? די ארגענעזאציע וואס ריפט זיך מיטן נאמען 'נטרונא' (מיינונג פונעם נאמען איז נישט באקאנט) אין שטעלט זיך פאר אלץ פארטרעטער פון 'אמת'ע תורה אידן' באשולדיגט די מידיא מיט פארשפרייטן פאלשע באריכטן אז נתניהו גייט רעדן אין וואשינגטאן בשם די גאנצע אידישע ציבור פון 14 מיליאן אידן, אין זיי באשולדיגן אז דאס איז דער גורם פין די לעצטיגע אויפשטייגונג אין אנטיסעמיטישע אינצידענטן, לויט 'נטרונא'ס שאצונגען איז דא א ערך פון 20,000 אידן מער ווייניגער קאנצעטרירט און ניו יארק וואס פילן אז נתניהו רעדט נישט אין זייער נאמען, אין נטרונא וויל דאס קלארשטעלן טענה'נדיג אז אזוי וועט מען פארמינערען אנטיסעמעטיזים אלוועלטליך,

נישט קיקענדיג וואס מען רעדט דא נאר פין א חילוק פון בערך 0.14% האט נטרונא דורך געפירט בליץ קאמפיינס צי פינאנצירן די קאסטבארע קאמפיין אין ווי באריכטן געבן איבער האבן זיי שטארק מצליח געווען אין די וויליאמסבורגע כוללים ביים ציבור וואס וויליאמסבורג איז ביי זיי ירושלים אין דער ספר ויואל משה איז דער לעצטע רינגעלע אינעם קייט פון תורה, געוויסע דערציילן אז דער ציבור האט ברייט געעפענט די ספעציעל דעזיגנירטע מעשר פאנדס פאר די צוועק,

אויך ווערט ציגעשריבן צו די נטרונא ארגענעזאציע די לעצטיגע אנגעצויגענקייט וואס איז קענבאר אויף די סופרים געריכט ריכטער, דאס קימט נאכדעם וואס נטרונא האט פרודוצירט א לעגאלן פאפיר בנוגע דעם קעיס ארום ישראל'ס הויפטשטאט געשריבן דורך די 'גרעסטע' לעגאלע עקספערטן אין לויערס, אויפווייזענדיג אז לויט טראדיציעס אין שטרענגע רייד רעקאדירט אין א אלטן בבל'ישען טעקסט דארפן זיי פסקנ'ן אנטקעגן אנערקענען ירושלים אלץ ישראל'ס הויפטשטאט
פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:27 pm#253540
מער קינדער לערנען אין די מוסדות פון ביידע פון די צוויי סאטמארע קהילות באזונדער ווי דיין אנגעגעבענע ציפער פון צוואנציג טויזנט.
פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:31 pm#253541
זאלן זיי זאגן אז זיי רעפרעזענטירן די מיליאנען, אדער וואטעווער דו ווילסט, סאטמארע חסידים. דער פראבלעם איז אז זיי שפילן ווי זיי רעדן אין מיין נאמען אויך, ווען ביי מיר איז נתניהו יא דער ווארטזאגער פון דאס אידישער פאלק, עכ"פ מער ווי נטרונא איז.
פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:34 pm#253543
קאפקא די רעכנסט לכאורה אלע מוסדות פון אלע שטעט צוזאמען ניין?
קום אריין מיט די פונקטליכע נומבערס אין איך וועל עס פרובירן צי פאררעכטן,
פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:37 pm#253544
איך בין מגלה דעת אז קיינער אריינגערעכענט נתניהו און נטרונה, רעדט נישט אין מיין נאמען.

ווער ס'וויל וויסן מיין מיינונג קען מיך אנפרעגן אין אישי.
פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:37 pm#253545
ביזטו גרייט מיר צו געבן שטימרעכט אין אויסוועלן 'דער ווארטזאגער פון דאס אידישן פאלק' אדער בין איך געצווינגען זיך צו באפרידיגן מיט אן עקסטרעמיסט וואס איז אויסגעקליבן געווארן דורך ווייניגער ווי 25% פון אידישע בירגער אין מדינת ישראל?

גראדעמעכעלע

קאפקע די רעכנסט לכאורה אלע מוסדות פון אלע שטעט צוזאמען ניין?

יא.
פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:41 pm#253546
איך בין נישט באקאנט מיט די נומבערס אבער דוכט זיך אז פיל א גרעסערע פראצנט אידענטיפיצירט זיך מיט די מעסעדז וואס ער פלאנט צי ברענגען,
פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:52 pm#253548
ובעיקר האב איך מיר באצויגן צי נטרונא'ס מעסעדז וואס איז נישט ווי דיינס,
פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:58 pm#253549
מיינונג פונעם נאמען איז נישט באקאנט
Just google nutrena
פרייטאג פעברואר 13, 2015 6:07 pm#253552
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך בין נישט באקאנט מיט די נומבערס אבער דוכט זיך אז פיל א גרעסערע פראצנט אידענטיפיצירט זיך מיט די מעסעדז וואס ער פלאנט צי ברענגען,

פילע אנדערע אידענטיפיצירן זיך נישט מיט זיין מעסידזש.
דעריבער איז א חוצפה פון זיין זייט זיך צו דערקלערן אז ער רעדט נישט נאר אין נאמען מדינת ישראל נאר אין נאמען פון אלע אידן.

אויך פארגעסן אסאך אז אפגעזען פון זיין געראנגל מיטן אמעריקאנער פרעזידענט (וואס האט אגב באקומען 70% פון די אידישע שטימען אין 2012) איז דער רעדע געסקעדזשועלט צוויי וואכן פאר די בחירות. און די לינקע לאגער אין מדינת ישראל איז (מיט רעכט) זייער אויפגעברויזט דערויף. ער איז זייער פשוט צו מאכן אן ארגומענט אז זיין רעדע האט מער מיט פאליטיק ווי מיט זיכערקייט פון מדינת ישראל.
מוצ"ש פעברואר 14, 2015 8:08 pm#253555
מיין ציל מיט דעם ארטיקל איז נישט געווען צי געבן אן ריכטיגע פאליטישע אנאליז, איך האב מיר בלויז באצויגען צי נטרונא'ס פראפטגאנדע אז זיי גייען אויפקלערען.די וועלט אז נתניהו רעפרעזענטיר נישט די אידן על סמך פין תורה'דיגע טענות כפי הבנת פין א געוויסע סעקטע, דאס קימט פאר פאר מיר כאילו א גרופע פין 50,000 קריסטן וועלן קאמפיינען אז די אמת'ע קריסטליכע שיטה איז אז אידן האבן נישט געהרג'ט יאשקע,

איך האב נישט געצילט צו בארעכטיגן נתניהו'ס חוצפהדיגע אויפפירונג, וואס דאס איז א עקסטערע שמועס פאר זיך, נאר נטרונא'ס קאמפיין איז לדעתי נאריש אין ארויסגעווארפן ממון ציבור אין מיסט,
מוצ"ש פעברואר 14, 2015 8:32 pm#253561
די וואס געבן געלט פאר זיי האלטן מן הסתם נישט אז עס איז ארויסגעווארפן געלט.

לגבי דיינע ציפערן גלייב איך אז אין קריסטליכע ציפערן איז עס נענטער צו צוואנציג מיליאן קריסטן, און איינע פון די גרעסטע און מערסט רעליעזע סעקטעס.

און אדרבה ווען די איבריגע קריסטליכע וועלט איז אויף מיט די באשולדיגונג אז די אידן האבן געהרגט יאשקע, וואלט איך זייער עפרישיעיטעד ווען איינע פון די גרעסטע קריסטליכע קירכעס קומען ארויס מיט א קאמפיין צו בארואיגן די מצב.

און עס איז נישט כאילו זיי זענען די איינציגסטע וואס שטופן דעם מעסידזש. א גרויס חלק אמעריקאנער אידן זענען אויך נישט אינטערעסירט אז נתניהו זאל קומען קיין אמעריקע זיך רייצן מיט אבאמא.
מוצ"ש פעברואר 14, 2015 9:10 pm#253567
ישראל קאפקע האט געשריבן:מער קינדער לערנען אין די מוסדות פון ביידע פון די צוויי סאטמארע קהילות באזונדער ווי דיין אנגעגעבענע ציפער פון צוואנציג טויזנט.

אוי.קעי. איין און צוואנציג טויזנט, זיבן הונדערט דריי און פופציג. גראדעמעכעלע. דאס זענען די לעצטע סטאטיסטישע ציפערן. ביטע רעכן איבער...!
מוצ"ש פעברואר 14, 2015 9:14 pm#253568
ישראל קאפקע האט געשריבן:ביזטו גרייט מיר צו געבן שטימרעכט אין אויסוועלן 'דער ווארטזאגער פון דאס אידישן פאלק' אדער בין איך געצווינגען זיך צו באפרידיגן מיט אן עקסטרעמיסט וואס איז אויסגעקליבן געווארן דורך ווייניגער ווי 25% פון אידישע בירגער אין מדינת ישראל?

גראדעמעכעלע

קאפקע די רעכנסט לכאורה אלע מוסדות פון אלע שטעט צוזאמען ניין?

יא.

איך און ישראל קאפקע האלטן אז האנייה פון כאמאס (שוין פארגעסן זיין ערשטן נאמען.) איז דער ווארט זאגער פון כלל ישמעאל...!
מוצ"ש פעברואר 14, 2015 9:18 pm#253570
.
מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:45 pm#253588
עס איז באמת א וויכטיגע זאך אינז צו אפטרייסלען פון די שוטים וואס מאכן מיר ענג יעדעס מאל ווען עס טומעלט זיך אביסל אינעם מיטל מזרח,

וואס ברויך איך ליידן אין מיין ארבעט ווי איך דריי מיר צווישען נישט אידן וואס גלייכן מיר אלס צו צאפן דאס בליט ווען עס קאכט זיך איבער מיטל מזרח
ביבי לאדיר אפ פון מיין נאמען און הער אויף מיט דיינע נארישע מאנעווערעס צו ווייזען טראציגקייט יעדע פאר מאנאטען
@קאפקע ווי קען מען שיקן פאנדן פאר די וואס גיסן אביסל מי שופכין אויף דעם שוטה ביבי?
מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:50 pm#253590
אויסער די צוואנציג טויזנט חסידים פון ברוקלין זענען פארהאן נאך צוואנציג טויזנט אידן וואס האבן שוין אונטערגעשריבן אויף דעם קול קורא ארויסגעגעבן דורך רבני ועסקני ארגון רחוב י. מ'בעט יעדן וואס האט נאכנישט אונטערגעשריבן זאל שוין אונטערשרייבן און אראפנעמען דעם חרון אף פון הימל.
אין אנדערע נייעס האט נטרונא פארראכטן זייער מעסעזש. זיי האבן קלאר געשטעלט אז בעצם האבן זיי נישט קיין פראבלעם מיט די מרידה באומות פון נתניהו, נאר ער איז פשוט נישט דער פאסיגער קאנדידאט, ווייל ער גייט נישט קיין בארד און פיאות און האט נאכנישט מחזיר בתשובה געווען אלע אידן כמבואר בספר ויואל משה. לויט דעם ארגומענטירן זיי זאל מען ענדערש שיקן הרב אמנון יצחק מיט זיין פארטיי כח להשפיע זיך ארויסצושטעלן קעגן אבאמא און אים מכניע זיין כמבואר ברמב"ם.
זונטאג פעברואר 15, 2015 3:04 pm#253764
וואו קען מען זעהן וויפיל האבן שוין געסיינט
זונטאג פעברואר 15, 2015 3:35 pm#253778
למדן האט געשריבן:וואו קען מען זעהן וויפיל האבן שוין געסיינט

געוויסע ארטיקלען האבן געשריבן 20,000+, א טאג שפעטער איז ארומגעפארן די ציפער 55,000. אבער די ציפערן זענען ווייניגסטנס פינף טעג אלט, קיין פרישערע נומערן האב איך נישט געפונען.
זונטאג פעברואר 15, 2015 3:43 pm#253781
יאיר האט געשריבן:אויסער די צוואנציג טויזנט חסידים פון ברוקלין זענען פארהאן נאך צוואנציג טויזנט אידן וואס האבן שוין אונטערגעשריבן אויף דעם קול קורא ארויסגעגעבן דורך רבני ועסקני ארגון רחוב י. מ'בעט יעדן וואס האט נאכנישט אונטערגעשריבן זאל שוין אונטערשרייבן און אראפנעמען דעם חרון אף פון הימל.
אין אנדערע נייעס האט נטרונא פארראכטן זייער מעסעזש. זיי האבן קלאר געשטעלט אז בעצם האבן זיי נישט קיין פראבלעם מיט די מרידה באומות פון נתניהו, נאר ער איז פשוט נישט דער פאסיגער קאנדידאט, ווייל ער גייט נישט קיין בארד און פיאות און האט נאכנישט מחזיר בתשובה געווען אלע אידן כמבואר בספר ויואל משה. לויט דעם ארגומענטירן זיי זאל מען ענדערש שיקן הרב אמנון יצחק מיט זיין פארטיי כח להשפיע זיך ארויסצושטעלן קעגן אבאמא און אים מכניע זיין כמבואר ברמב"ם.

יאיר: נאר ס'איז דא א שווערע תוס' אין מס' כתובות וועלכער פרעגט א קשיא אויף דיין הנחה אז סאטמאר איז יא צופרידן פון הרב אמנון יצחק. ווייל פון ווען ער האט געמאלדן אז ער לויפט צום כנסת ביי די פריערדיגע בחירות, האט סאטמאר אנגעהויבן צו גיסן אויף איהם מי שופכין, פונקט ווי אויף א יעדן אנדערן. אנרופנדיג איהם מיט די ערגסטע, בזיונ'דיגע נעמען, כדרכם...!
זונטאג פעברואר 15, 2015 3:45 pm#253782
ישראל קאפקע האט געשריבן:
למדן האט געשריבן:וואו קען מען זעהן וויפיל האבן שוין געסיינט

געוויסע ארטיקלען האבן געשריבן 20,000+, א טאג שפעטער איז ארומגעפארן די ציפער 55,000. אבער די ציפערן זענען ווייניגסטנס פינף טעג אלט, קיין פרישערע נומערן האב איך נישט געפונען.

קאפקע: קוק נאך, אפשר ביי די כאמאס אדער נטורי חרתא וועבסייט וועט יא זיין אפדעיטעד אינפארמעישן...!
זונטאג פעברואר 15, 2015 3:53 pm#253785
איז דא א ליסט אזויווי ביי אנדערע פעטישענס?
מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:21 am#253967
די פעטיציע אנדרייער שיקן ארום א בילד וואס מ'זאל לייגן ביים פראפייל בילד, ווער עס איז שטארק דערביי זאל עס ניצן פאר זיין אוואטאר,
profilepicm.png
profilepicm.png (24.8 KiB) געזען געווארן 1645 מאל
זונטאג פעברואר 22, 2015 4:20 pm#255201
מהר"א טרעט שארף ארויס קעגען נתניהו
m https://www.youtube.com/watch?v=vdR1F6T8DCo m
זונטאג פעברואר 22, 2015 4:27 pm#255207
דאקטורים האבן אויפגעגעבן אויף דעם זכר. מיט אזעלכע רבי'ס... אוי נעבעך
מאנטאג מערץ 02, 2015 11:34 pm#256828
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס די דעבאטע דארף אויסגעניצט ווערן אלץ א פלאטפארם אויסצוגעבן העץ געפילן אנטקעגן סאטמאר,


ווידער די סאטמערע מהלך.

שימפן און העצן קעגן נתינהו און רוב כלל ישראל איז אויסשרייען די וויי געשריי פון די פך השמן.

האבן אן אנדערן מיינונג פון סאטמער איז ״העצן״.

אזוי ווי ביים ״רייצען״...
מאנטאג מערץ 02, 2015 11:48 pm#256835
אין דער שמועס בנוגע נתניהו'ס באזוך קען מען דן זיין אויף כמה וכמה דיונים,
ווער איז גערעכט אויף די צוגאנג צו איראן ביבי אדער אבאמא,
איז נתניהו גערעכט מיטן קומען יעצט קיין אמעריקא
טוט נטרונא ריכטיג מיט זייער מהלך
ווער איז גערעכט אונעם מיטל מזרח קאנפליקט
סאטמארס מלחמה בכלליות אנטקעגן מדינת ישראל
ועוד ועוד

סאטמאר, צוליב זייער פאליטישע טעאלאגישע השקפה'דיגע וכו' חשבונות האט אנגענימען אז אבאמא איז גערעכט אויף איראן, ביבי מעג נישט קומען, נטרונא טוט גוט, מדנ''י נישט, און אמיתה של תורה איז דעתו של מנשה פילאפ,
די אנטי סאטמאר באדי האלט אויף יעדע נקודה פונקט פארקערט, מיין פראבלעם איז אז ווען עס קומט א קלוגער שרייבער און זאגט א סברה און איינע פון די דיונים איז אנשטאט מען זאל באטראכטן די סברה בפני עצמה שטעלט מען אריין דעם שרייבער אונעם גרויסען בילד און מען איז אים דן לויט דעם, אנשטאט זיך צו באציען צו זיין טענה בפרט אטאקירט מען די צד צי וועלכע זיין טענה געהערט, דאס פארפאטשקעט די גאנצע שמועס און נעמט אוועק די אפעטיט פון דעבאטירן,
די פראבלעם איז לאו דוקא אין די דיבאטע נאר ביי רוב דעבאטעס ביים ציבור איז אזוי,
דינסטאג מערץ 03, 2015 12:01 am#256847
וואו האסטו געזען אטאקירן נוטראלע מגיבים אין דעם גרויסן בילד?
דינסטאג מערץ 03, 2015 12:10 am#256851
אחד העם האט געשריבן:אן אנדערע ווערסיע.
והבוחר יבחר.


קען מען אפשר אפלאודען די בילדער אהן די וואסערמארקס? ס'איז א סימפל אפשן בשעת'ן אפלאודען.
עס טוט מיר נישט אזוי שטארק וויי אזויווי @שמעקעדיג אבער עס איז סתם א סטאפידיטי.
דינסטאג מערץ 03, 2015 12:14 am#256852
יאיר האט געשריבן:איינער פון די פאליטישע מומחים זאל ביטע זאגן א מיינונג אויב דאס נישט באטייליגן זיך פון דעמאקראטן וועט עפעס אויסמאכן אין די אמעריקע-ישראל באציאונגען.


@יאיר איך בין נישט איינער פון די פאליטישע מומחים, אבער מײן צװײ סענט.
ביז הײנט איז נישט אדער כמעט נישט געװען אזא אפענע אנטי ענעטינג קעגן/װעגן מד׳י אין קאנגרעס.
יעצט איז עס טאקע מיט א גוטע תירוץ צוליב אבאמא, חוצפה, שלום וכו׳, אבער מיט די צײט קען עס
זײן א ״עבר ושנה נעשה לו (להם) כהיתר״ ח׳ו.
דינסטאג מערץ 03, 2015 12:51 am#256869
מאטי האט געשריבן:וואו האסטו געזען אטאקירן נוטראלע מגיבים אין דעם גרויסן בילד?


איך האב נישט גערעדט וועגן אטאקירן ניקס פערזענלעך , נאר אויף די וועג וויאזוי מען דעבאטירט,
דינסטאג מערץ 03, 2015 9:09 am#256887
אנטשולדיגט פאר'ן אריינהאקן דא, אבער יעדעס מאל איך זעה די קעפל פונעם אשכול נערווירט עס מיך.

מ'דארף שרייבן "נתניהו גייט רעפרעזענטירן נאר 13,980,000 אידן אין קאנגרעס",לאפוקי פון 14M. ווי ס'איז יעצט געשריבן, מיינט עס אז ער גייט נאר רעפרעזענטירן און נישט טון עפעס אנדערש.
דינסטאג מערץ 03, 2015 11:26 am#256905
גנדי האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס די דעבאטע דארף אויסגעניצט ווערן אלץ א פלאטפארם אויסצוגעבן העץ געפילן אנטקעגן סאטמאר,


ווידער די סאטמערע מהלך.

שימפן און העצן קעגן נתינהו און רוב כלל ישראל איז אויסשרייען די וויי געשריי פון די פך השמן.

האבן אן אנדערן מיינונג פון סאטמער איז ״העצן״.

אזוי ווי ביים ״רייצען״...

ווי פאר א גוט יאר קומט אהער 'סאטמאר'
א איד האלט אז זיין רבי וואס האט מברר געווען און שטארק געטון פאר די נושא פון מבזה זיין די ציונים אין די וועלט, איז געווען גערעכט און דער איד איז ממשיך אין זיינע דרכים הייסט זיך גערייצט?
לא הבנתי
ווען עמיצער גלויבט אז זיין רבי צו ראש ישיבה האט געהאט רעכט צו שיקן צו די שטום בודקעס אין ארץ ישראל, הייסט דער בוחר עפעס א מתגרה? ער גייט נאך זיין רבי
מיט וואס איז דער סאטמארער וואס גייט שמיצען אויף נתני' אנדערש ?
דינסטאג מערץ 03, 2015 12:05 pm#256906
דינסטאג מערץ 03, 2015 12:53 pm#256912
שוואכע דרשה , גארנישט קלוגער געווארען (נאר אז מארגען איז פורים...)
דינסטאג מערץ 03, 2015 1:04 pm#256914
גאר מאכטפולע רעדע, איך בין געווען סורפרייזט ווען ער האט געזאגט: אפילו איזראעל וועט דארפן שטיין אליין, וועלן מיר שטיין אליין. גערעדט זייער דיפלאמאטיש און כיטרע, קינצלעך אויסגעארבעט, מיט מליצות און סטעיטמענטס. גוטע ארבעט!!!
דינסטאג מערץ 03, 2015 1:06 pm#256915
די עולם דארט זעט אויס שעצט ביבי מורא'דיג, מ'קלאטשט און מ'פאטשט.
דינסטאג מערץ 03, 2015 1:16 pm#256917
outspoken האט געשריבן:שוואכע דרשה , גארנישט קלוגער געווארן

איך האב די זעלבע פראגע. כ'פארשטיי נישט מאי בא לחדש?
יעדער האט געוואוסט גענוי וואס ער האלט און וואס ער גייט רעדן. איך זעה נישט קיין חידושים.
וואס גייט יעצט געשעהן אנדערש ווי ווען ער וואלט נישט געקומען?
כ'פרעג פאליטיש, נישט רעליגיע'זיש...
דינסטאג מערץ 03, 2015 1:22 pm#256919
ער האט געטוישט די מדובר פון טאג. יעצט וועט זיין ציטוטים פון זיין דרשה פאר די נייעס אנטקעגן די דיעל מיט איראן.
דינסטאג מערץ 03, 2015 1:26 pm#256920
וואס האסטו געמיינט אז ער גייט ארויסגעבען די סודות פון חדר? אדער ער גייט אפזינגען זיין דרשה אויף גראם?
מ'דארף איבערזאגען די אמת נאכאמאל און נאכאמאל (פאר דער וואס הערט נישט ביים ערשטן), כולי האי ואולי וועט עפעס אריינטריפן.
דינסטאג מערץ 03, 2015 1:27 pm#256921
אבער ער קען עס זאגן פון מדינת ישראל, וועט ער דען מער אויפטון ווי רעדן אין קאנגרעס?
דינסטאג מערץ 03, 2015 1:31 pm#256923
שמעקעדיג האט געשריבן:אבער ער קען עס זאגן פון מדינת ישראל, וועט ער דען מער אויפטון ווי רעדן אין קאנגרעס?

ער גייט עס זאגן פאר דער וואס רופט איהם און וויל נאר הערען, אדרבה, רוף איהם אהער קיין ווילי עסטו זעהן
דינסטאג מערץ 03, 2015 1:32 pm#256926
און וואסערע חידשים גייט מען הערן ביים פראטעסט היינט ?

דעס איז נישט קיין קשיא ער איז געקומען אדרעסן א אישו איידער מ'גייט עפעס טון אין די אישו
דינסטאג מערץ 03, 2015 1:35 pm#256927
דינסטאג מערץ 03, 2015 4:12 pm#256937
ירח בן יומו האט געשריבן:די עולם דארט זעט אויס שעצט ביבי מורא'דיג, מ'קלאטשט און מ'פאטשט.

ירח בן יומו: זיכער. דער אמעריקאנער קאנגרעס איז נישט דער עדיטאריעל באורד פון בלאט אדער איד...!
אויך. ער רעדט א גוטן ענגליש. נישט א צוקאליטשעטן... :roll:
דינסטאג מערץ 03, 2015 4:13 pm#256938
ירח בן יומו האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אבער ער קען עס זאגן פון מדינת ישראל, וועט ער דען מער אויפטון ווי רעדן אין קאנגרעס?

ער גייט עס זאגן פאר דער וואס רופט איהם און וויל נאר הערען, אדרבה, רוף איהם אהער קיין ווילי עסטו זעהן

וואו וועט ער זאגן זיין דרשה אין סאטמאר'ע בית המדרש אויף ראדני. אדער אויף קיעפ סטריעט...?
דינסטאג מערץ 03, 2015 4:19 pm#256939
געזען: קאנגרעסמאן טשארלס רענגעל...! כאטש ער איז געווען אויף די רשימה פון די וועלכע גייען באיקאטירן נתניהו'ס ספיעטש...נטורי קרתא וועט שוין נישט גיין צו איהם נאך א נדבה...!
דינסטאג מערץ 03, 2015 5:07 pm#256946
אה! ב"ה איינער האט באריכטעט די פראטעסט
m http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4633150,00.html m
דינסטאג מערץ 03, 2015 6:07 pm#256954
פרייוויליג האט געשריבן:גאר מאכטפולע רעדע, איך בין געווען סורפרייזט ווען ער האט געזאגט: אפילו איזראעל וועט דארפן שטיין אליין, וועלן מיר שטיין אליין. גערעדט זייער דיפלאמאטיש און כיטרע, קינצלעך אויסגעארבעט, מיט מליצות און סטעיטמענטס. גוטע ארבעט!!!

למעשה האט ביבי גארנישט מחדש געווען, און אבאמא איז גערעכט אז ביבי האט דא גארנישט מוסף געווען. ביבי האט קלאר געזאגט, אז די אלטערנאטיוו איז נישט מלחמה, "נאר א בעסערן דיעל", ער האט אבער נישט געזאגט וואספארא דיעל. אויב רייסטו אראפ אבאמא'ס דיעל, דאן דארפסטו האבן א בעסערן דיעל, און אויף די ליין האט זיך די אבאמבא אדמיניסטראציע ארויף געכאפט.
דינסטאג מערץ 03, 2015 6:33 pm#256961
My best Key quotes: Benjamin Netanyahu's address to Congress


But I can guarantee you this, the days when the Jewish people remained passive in the face of genocidal enemies, those days are over. We are no longer scattered among the nations, powerless to defend ourselves. We restored our sovereignty in our ancient home.


As prime minister of Israel, I can promise you one more thing: Even if Israel has to stand alone, Israel will stand. But I know that Israel does not stand alone. I know that America stands with Israel.

Netanyahu to Elie Wiesel: 'I wish I could promise you, Elie, that the lessons of history have been learned'