Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פאפא טיילט זיך אפ פון התאחדות הרבנים?

פאפא טיילט זיך אפ פון התאחדות הרבנים?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
76 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 77 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8369
מיטוואך מערץ 04, 2015 12:40 am#257053
ביידע פאלש אדורך אין אדורך
מיטוואך מערץ 04, 2015 9:45 am#257086
נעה, קענישט זיין, צו גוט צו זיין פאלש...
מיטוואך מערץ 04, 2015 10:21 am#257089
עס איז קלאר פאלש
מען ווייסט מבטן מי יצא הפאשקווילען אלו דאס איז זיכער אז יענע האט פיינט פאפא

נאר מחמת לשון הרע גיי איך נישט דא ארויס פאקן דער נאמען

ויצאתי בזה

א גוט פורים
דאנערשטאג מערץ 05, 2015 6:32 pm#257248
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:עס איז קלאר פאלש
מען ווייסט מבטן מי יצא הפאשקווילען אלו דאס איז זיכער אז יענע האט פיינט פאפא

נאר מחמת לשון הרע גיי איך נישט דא ארויס פאקן דער נאמען

ויצאתי בזה

א גוט פורים

ס'איז אבער א וואונטש וואס א יעדער נארמאלער ערליכער איד האפט אז ס'וועט אי"ה מקויים ווערן בקרוב בימנו. און זיי (די פאפא'ער קהילה) וועלן מקיים זיין וואס ס'שטייט אין פסוק...ווען משה רבנו האט געזאגט פאר די אידן ..."היבדלו מתוך העדה הרעה הזאת...! און לאזן איצא שייגעץ מיט זיינע פאר אלטע באטשי'ס ווייטער אנגיין מיט זייער קארופשן, עם הארצות און רשעות...!
דאנערשטאג מערץ 05, 2015 11:47 pm#257257
אינטערסאנט יעצט געווען דא צוויי פאפא בחורים נאך געלט איינער איז דעם רבינ'ס אייניקל. כ'האב געפרעגט זיי זאגן דער בריוו איז אויטענטיש נישט קיין שפיל.
פרייטאג מערץ 06, 2015 2:21 am#257263
עס איז פאלש. איך האב עס באשטעטיגט ביי פאפא רביס משב''ק האפפמאן.
זונטאג מערץ 08, 2015 2:55 pm#257416
סא די ערשטע פון די קהילה איז יא אויטענטיש אדער ביידע פאלש?
זונטאג מערץ 08, 2015 2:58 pm#257418
ביידע פאלש
זונטאג מערץ 08, 2015 6:09 pm#257486
ווי ס'קוקט אויס איז דאס א געניאלער איינאפהל פון התאחדות אדער פון פאפא צו באקומען אביסעל פעים..
פרייטאג מערץ 13, 2015 2:42 pm#258465
ווי איך האב שוין געשריבען ערגעץ אנדעריש, לדעתי דאס איז געווען דער ציל פון ביבי מיט זיין דרשה.
פרייטאג מערץ 13, 2015 4:47 pm#258495
שמעתי אז דאס איז א שטיקל פון שמו' וו' . אויב איינער קען דאס באשטעטיגן ביטע ,
פרייטאג מערץ 13, 2015 5:04 pm#258498
איך האב געהערט א אנדערע נאמען ע' ט'

איך בין נישט זיכער איך האב נאר נאכגעהערט ממילא שרייב איך נישט ארויס ...
זונטאג יאנואר 24, 2016 12:23 pm#318752
בילד
בילד
זונטאג יאנואר 24, 2016 1:14 pm#318758
טאמער איינער האט א דין תורה, צו ער איז גרייט א טובה צו טוהן און זיך גט'ן אדער סיי וואס פאר אן אקיופעישי"ן פאר'ן התאחדות הרבנים זאל זיך ביטער שוין מעלדען.
#הבטלה_מביאה_לידי_שיעמום
זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm#331244
פאפא שטעלט וועד הכשרות דהתאחדות אין א קלעם
אסרו חג פסח תשע"ו לפ"ק

מ'האט געבעטן נישט צו מאכן א שטינק וועגן דעם אין יום טוב, וישת"ו ענוי"ם וישבעו. איצטער אז דער יום טוב איז פאריבער, איז צייט מגלה צו זיין קלונם פון די הדיוטים בראש "וועד הכשרות" פון התאחדות הרבנים.

כידוע, לייגט מען פסח נישט אריין ווייטאמינען אין די מילך, צוליב חששות פון געוויסע זאכן וואס ממישט אריין אין זיי. היי יאר האט מען יא, און לויטן פארלאנג פון פאפא רבי שליט"א, איז געווארן א "אינוועסטיגעישען", וואס פונקטליך ליגט טאקע אין די ווייטאמינען, חמץ אדער חשש חמץ, קטניות, אדער גאר כשר למהדרין.

די פאפא דיינים האבן פארלאנגט א תשובה ברורה, איינמאל צוויימאל דריימאל, אין קול ואין עונה. די וועד הכשרות ענטפערט נישט - האט פאפא רבי פארלאנגט אז מ'זאל מפרסם זיין אז היי יאר איז יא דא דעם תערובות אינעם מילך.

פלוצלינג באקומען זיי צעקות און קללות פון די וועד הכשרות התאחדות, היתכן מ'האט זיי נישט געפרעגט פארדעם...
זונטאג מאי 01, 2016 10:25 pm#331249
Re: פאפא טיילט זיך אפ פון התאחדות הרבנים?
וואס איז פשט פון איצו'ס בריוו וואס מ'ברענגט דא פריער?
מאנטאג מאי 02, 2016 8:10 am#331270
ביטע מאך נישט אזא עסק פונעם vitamin D שאלה
עס איז בסך הכל קטניות בתערובת וואס באמת ע"פ הלכה מעג מען עסן קטניות בתערובות. נאר משום חומרא דפסח האט מען זיך מונע געווען דערפון אלע יארן. ......
מאנטאג מאי 02, 2016 9:47 am#331274
איז וואס איז יעצט געשען אז מען איז שוין נישט מחמיר?
און פארוואס איז מען נישט מודיע פארן עולם אז עס האט שוין נישט די חומרא? איך פארשטיי נישט, די התאחדות איז דער וואס איז מחליט וועלכע חומרות יודן זאלן האלט לחומרא אדער לקולא?
מאנטאג מאי 02, 2016 11:39 am#331295
די סיבה פונעם שינוי איז ווייל ס'האט באקומען א פרישע מענעזשער...

איך האף אז איר פארשטייט אז די גאנצע ארויס נעמען פונעם vitamin איז נישט לעגאל. און קיינער האט קיינמאל נישט געשריבן אז זיי נעמען עס ארויס פסח...
ולפי ידיעתי, אנדערע קאמפעניס נעמען עס בכלל נישט ארויס...

בדרך אגב פאפא בי"ד האט געזאגט אז מ'קען עס רואיג טרינקען. ס'קוקט נאר אויס אז זיי פארשטייען נישט אז נישט אלעס דארף געזאגט און געשריבן ווערן ברבים, מכ"ש אזא אומלעגאלע זאך וואס גרעניצט זיך נישט מיט קיין שום שאלה להלכה.
און לגבי די שאלה צו התאחדות איז די מכריע, אודאי ניין, מ'פראבירט נאר די בעסטע וואס שייך. אבער מ'גייט ח"ו נישט אסר'ן צו טרינקען משום חומרות בעלמא.
דינסטאג מאי 10, 2016 1:03 am#332396
פאר הערינג נעמט מען נאך התאחדות הכשר...
rps20160510_001115.jpg
דינסטאג מאי 10, 2016 10:53 am#332440
א נייע עפאכע "פאפע הערינג" נאך אביסל קומט ארויס סאטמארע הערינג ספינקא הערינג וויזשניצע הערינג
דינסטאג מאי 10, 2016 2:24 pm#332474
פאפא ווערט את ברענד נעים
דינסטאג מאי 10, 2016 2:30 pm#332477
פאפע איז די ראשי תיבות פ'אפא א'ידן ע'סן פ'יצא
מיטוואך אקטאבער 30, 2019 7:50 pm#437707
נהורא נפישא האט געשריבן:ר' ראובן, אדרבה זאגט מיר פארוואס "אינעם" איז נישט אויסגעהאלטן.
אדער ווייסט אפשר א צווייטער ?

נהורא נפישא: ווייל אינעם, איז א לשון זכר. און מודעה איז א לשון נקיבה. אבער דאס איז דער היינטיגער אידיש, וועלכן דער בלאט האט הויפטזעכליך איינגעפיהרט. צוליעב די איבערגעטריבענע, פאלשע מידת חסידות און פאלשע פרומקייט. און אפשר הדרת נשים אויך...!

אין די צייטן פון ר' סענדער דייטש ז"ל איז דאס נישט געווען. ער האט געקענט שרייבן די גרעסטע, גיפטיגע ארטיקלען. אבער זיי זענען געווען געשריבן פונקטליך לויט'ן דיקדוק און גראמאטיק פון די אידישע שפראך...!
מיטוואך אקטאבער 30, 2019 8:50 pm#437709
טעות
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 1:44 pm#437752
ת'הא ש'נת פ'אפא