Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פאפא טיילט זיך אפ פון התאחדות הרבנים?

פאפא טיילט זיך אפ פון התאחדות הרבנים?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
76 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 77 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8369
מאנטאג מערץ 02, 2015 10:27 pm#256788
פאפא טיילט זיך אפ פון התאחדות הרבנים?
/
מאנטאג מערץ 02, 2015 10:30 pm#256791
זיי האבען גלייך אנגענומען וואס שטייט אינעם צעטל!
מאנטאג מערץ 02, 2015 10:31 pm#256792
ATUB @שת.אדמזאהן ATUB
מאנטאג מערץ 02, 2015 10:32 pm#256793
פארוואס?????????
מאנטאג מערץ 02, 2015 10:32 pm#256794
LOL
פאפא רבי וואלט זיך ווען ענדערש געדארפט אפטיילן פון זיינע חסידים. זיי פירן אים ביי די נאז
מאנטאג מערץ 02, 2015 10:35 pm#256796
האט די סיבה א שייכות צו די מארגענדיגע פראטעסט?
מאנטאג מערץ 02, 2015 10:41 pm#256800
ראשעקאל: אויב דער בריוו איז נישט קיין האוקס, איז עס זייער אן ערנסטער ווענדפונקט. ווייל די חברה וועלכע האבן זיך געהאלטן בראש פון התאחדות האבן אייביג חוזק געמאכט און אויסגעלאכט אפילו דעם מרן ויחי יוסף זצ"ל.נאר ער איז געווען א גרויסער עניו און ער האטזיך נישט געמאכט צו טון פון זיי. נאר היינט ווען די פאפא'ער קהילה, קהילת יעקב האט שוין ב"ה ארויסגעגעבן פיהל תלמידי חכמים און מורי הוראה האבן זיי שוין מער נישט קיין שום סיבה צו זיצן צוזאמען מיט די באד יונגען און מעוותי הדין. לאמיר נאר זעהן ווער ס'איז עומד בראש דארט. איצא שייגעץ...! וואס דאס גאנצע אידישקייט ליגט ביי איהם אין דעם גרינעם דאללער.

איך ווינטש פאר די פאפא'ער קהילה א סאך הצלחה אין זייער נייעם , אמת'דיגן אומאפהענגיגן וועג אויף וועלכן זיי גייען. און ס'זאל ארויסקומען א קידוש השם פון זייערע מעשים, ווען מ'וועט זעהן וויאזוי אן אמת'דיגע ערליכער בית דין פיהרט זיך...!
מאנטאג מערץ 02, 2015 10:42 pm#256803
ירח בן יומו האט געשריבן:פארוואס?????????

פרעג בעסער פארוואס ער האט עס ביז יעצט נישט געטוהן....
מאנטאג מערץ 02, 2015 10:49 pm#256809
איך קען נאר איין זאך זאגען פאר דע פאפע קהילה, "חזק ואמוץ",
מאנטאג מערץ 02, 2015 10:54 pm#256811
ראשעקאל האט געשריבן:@שת.אדמזאהן

די ראשעקאל שרייבט אונטער און פרעגט אויב ס'אמת?

איך האב נאך נישט מצליח געווען צו מברר זיין אויף זיכער, אבער 90% זעהט דאס ווי א פאפא מודעה. פלוס, ס'מאכט סענצס און ס'איידל געשריבן.
מאנטאג מערץ 02, 2015 10:56 pm#256813
שת.אדמזאהן האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:@שת.אדמזאהן

די ראשעקאל שרייבט אונטער און פרעגט אויב ס'אמת?

איך האב נאך נישט מצליח געווען צו מברר זיין אויף זיכער, אבער 90% זעהט דאס ווי א פאפא מודעה. פלוס, ס'מאכט סענצס און ס'איידל געשריבן.

וואס איז די פרשה וואס ליגט אונטער דעם?
אויך וואס מיינט די טויש אין טאג-טעגליכער לעבן, וואס איז געווען ביז יעצט און וואס גייט יעצט זיין אנדערש.
מאנטאג מערץ 02, 2015 10:58 pm#256814
ס'איז פארהאן א גראבע גרייז אינעם מודעה "אינו למורת רוח"
מאנטאג מערץ 02, 2015 11:00 pm#256815
נהורא נפישא האט געשריבן:ס'איז פארהאן א גראבע גרייז אינעם מודעה "אינו למורת רוח"

דאכט זיך ס'איז א פסוק אין בראשית.

שוין. די רבי ווארנט מ'זאל זיך נישט טענה'נען.
מאנטאג מערץ 02, 2015 11:02 pm#256816
אז דו קענסט שרייבן "אינעם מודעה", מעג ער שרייבן אז די הנהגה "אינו למורת רוחו"...

בכל אופן, כ'גלייב נישט אז דאס צעטל איז אויטענטיש.
מאנטאג מערץ 02, 2015 11:02 pm#256818
יא יא ס'העט ווען געדארפט שטיין "היא למורת רוח"
מאנטאג מערץ 02, 2015 11:05 pm#256819
ראובן האט געשריבן:אז דו קענסט שרייבן "אינעם מודעה", מעג ער שרייבן אז די הנהגה "אינו למורת רוחו"...

בכל אופן, כ'גלייב נישט אז דאס צעטל איז אויטענטיש.

אז דו פארגלייכסט די צווי, האסטו לכאורה אויך נישט געכאפט
מאנטאג מערץ 02, 2015 11:12 pm#256820
זייער אינטערסאנט מיט דעם בלאט, ס'איז פאררוקט אויפן סעלפאון, אזוי אז ס'דרוקט זיך אויפן נישט ריכטיגן פלאץ, כ'האב בטעות באקומען פון איינעם א לייק, נאר יענער האט דאס תיכף פארמעקט, דער אמת כ'האב אויך בטעות געגעבן איינעם א לייק, גם ברוך יהיה.
מאנטאג מערץ 02, 2015 11:14 pm#256821
כא'דיר געגעבן איינס אלס ערזאץ זאלסט נישט זיין סעד ערב פורים.
מאנטאג מערץ 02, 2015 11:27 pm#256825
שוין, בלייבט א איחוד צווישן זאלונים אין איצו גליק,
מאנטאג מערץ 02, 2015 11:32 pm#256827
ר' ראובן, אדרבה זאגט מיר פארוואס "אינעם" איז נישט אויסגעהאלטן.
אדער ווייסט אפשר א צווייטער ?
מאנטאג מערץ 02, 2015 11:36 pm#256829
ס' מסתם לכבוד פורים....
מאנטאג מערץ 02, 2015 11:40 pm#256831
מיין שאלה איז למאי נפקא מינא צו פאפא איז יא אין התאחדות צו נישט?
וואס גייט זיך יעצט טוישן און וואס האט דער פאפער געוואלט ערייכען?
און נאך א שאלה איז דא איינער אין התאחדות אז עס באדערט אים אז פאפא האט זיך אפגעטיילט און אויב יא פארוואס?
מאנטאג מערץ 02, 2015 11:45 pm#256833
ATUB @כוכב ATUB האסט שוין פארראכטן כמה פעמים מיין ספעלינג, ווייסט אפשר צו זאגן אויב "אינעם מודעה" איז נישט אויסגעהאלטן?
מאנטאג מערץ 02, 2015 11:48 pm#256834
נעה, ס'איז נישט אמת, אבער גענוג צו מאכן א קיצעל פאר איצו גליק און פאר פאפא.
בכל אופן, אזא בריוו מאכט אן איינדרוק כאילו ס'בכלל דא אזא ארגעניזאציע in first place
מאנטאג מערץ 02, 2015 11:49 pm#256837
קאצקע ציקער האט געשריבן:ס' מסתם לכבוד פורים....

וואס? התאחדות'עס פראטעסט?
מאנטאג מערץ 02, 2015 11:50 pm#256838
גראדעמעכעלע האט געשריבן:שוין, בלייבט א איחוד צווישן זאלונים אין איצו גליק,

פון די אנדערע זייט האמיר אן איחוד פון מהר"א מיט פאפא.

יתרו האט געשריבן:און נאך א שאלה איז דא איינער אין התאחדות אז עס באדערט אים אז פאפא האט זיך אפגעטיילט און אויב יא פארוואס?

כ'שטעל מיך פאר אז יא. די וואס זענען ביי די רידער פון התאחדות ווילן זיכער זיין אנערקענט אלץ פארטרעטער פון מערערע קהילות. למעשה איז פאפא די צווייט גרעסטע קהילה וואס איז געווען אנגעשלאסן אין התאחדות.

ס'מיר נאר שווער צו גלייבן אז די צעטל איז אוטענטיש ווייל אויב ווילן זיי נישט האבן מער קיין שייכות מיט התאחדות, איז גענוג אז די פאפא רבי וועט מער נישט אינטערשרייבן זייערע קול קורא'ס און זיך נישט באטייליגען ביי זייערע אסיפות.
מאנטאג מערץ 02, 2015 11:51 pm#256839
הוא למורת רוח נישט היא... אבער כבר אמר מי שאמר אז א הערה אויף א ספעלינג מיסטעיק וועט געווענליך אויך האבען איינס.
מאנטאג מערץ 02, 2015 11:53 pm#256840
כ'מיין אז הנהגה איז א לשון נקיבה
מאנטאג מערץ 02, 2015 11:57 pm#256844
קאווע טרינקער האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:ס' מסתם לכבוד פורים....

וואס? התאחדות'עס פראטעסט?

אויך :lol:
מאנטאג מערץ 02, 2015 11:58 pm#256846
איך האלט אז סאכדעס דארף אפגרעידען זײער מעמבערשיפ פּערקס.
דינסטאג מערץ 03, 2015 12:09 am#256850
אינעם = אין דעם, מודעה איז א לשון נקבה = אין די.
דינסטאג מערץ 03, 2015 12:24 am#256854
ריכטיג איז צו שרייבן אין דער ווייל אין איז א פרעפאזיציע און פאר א נקיבה ווערט עס 'דער'.
דינסטאג מערץ 03, 2015 1:32 am#256876
לכאורה איז דאס סתם שטויתים ווייל ווען דעס וואלט ווען געווען אמת וואלט דע מודאה געהאנגען אין ב " המדרש
דינסטאג מערץ 03, 2015 1:45 am#256877
שמעת מינה פון די ספיקות דא אז מ'האמיר נישט קיין פאפא'נע ביי אונז אין שטיבל ווייל א פאפא'נער וואלט געהאט אינפערמאציע.... אינטערסאנט..
דינסטאג מערץ 03, 2015 2:54 am#256882
גראדעמעכעלע האט געשריבן:שוין, בלייבט א איחוד צווישן זאלונים אין איצו גליק,


כ'בעהט דיך, לאז מיך ארויס פין געשעפט...
דינסטאג מערץ 03, 2015 9:44 am#256888
אזוי ווי געוועינטלעך האט פאפא פארפאסט אויך דעים שיף, ווייל התאחדות איז שוין לאנג נישטא
דינסטאג מערץ 03, 2015 10:06 am#256889
ברוך שאמר האט געשריבן:לכאורה איז דאס סתם שטויתים ווייל ווען דעס וואלט ווען געווען אמת וואלט דע מודאה געהאנגען אין ב " המדרש

אין פאפא געווענליך הענגט ען אזוינע צעטלען נאר אין 'קאווע שטוב'
דינסטאג מערץ 03, 2015 10:11 am#256890
איך מיין אז די גבאים זאלן אינגאנצן אראף נעמען דעם אשכול ווייל דאס איז סתם הוידל בוידל שטיתים מיט לאקשן וועט קייןמאל נישט געשען !!!!!!
דינסטאג מערץ 03, 2015 10:46 am#256899
נאר אין פאפא קענט דאס געשעהן..... זיך אפטיילן פון א ארגענעזאציע וואס שטייט שוין נישט 2 צענדליגע יארן...... פון וואס האבן זיי זיך אפגעטיילט? פון א לעדער העד מיט א איצא? פאפא בתפארתה.....
דינסטאג מערץ 03, 2015 11:00 am#256901
אויב עס איז אמת זענען די פאפאנער נישט אזעלעכע טיפשים ווי מען האלט זיי פאר.

אבער לכאורה איז דאס נישט אמת. ווייל דאכט זיך אז פאפא רבי איז אויפגעוואקסען אין וויליאמסבורג און ער ווייסט גאנץ גוט וואס זיי קענען. און נישט נאר פאר'ן אפלאזען סאחדעס נאר דאס אויסרופען פאר אלעמען צו וויסען.
דינסטאג מערץ 03, 2015 12:12 pm#256908
אינטרעסאנט, אלס א ארצישראל'דיגער איז מיר עס זייער זייער אינטרעסאנט.
דינסטאג מערץ 03, 2015 1:31 pm#256924
לויט די הנחה אז פאפא טוט אלעס נאך סאטמאר, קען די נייעס נישט געמאלט זיין.
דינסטאג מערץ 03, 2015 1:32 pm#256925
געהערט פון פאפא חסידים אז עס איז הויל שקר
דינסטאג מערץ 03, 2015 4:22 pm#256941
petergrifin האט געשריבן:איך האלט אז סאכדעס דארף אפגרעידען זײער מעמבערשיפ פּערקס.

מיט וואס...? אז די באטשי'ס זאללן קענען דרימלען אין ווייעכע טשעירס...!
דינסטאג מערץ 03, 2015 5:26 pm#256951
איך מיין אז די מעשה ענדעלט צו א בר מצוה בחור וואס וויל ווייזן די טאטע אז ער איז שוין גרויס.
דינסטאג מערץ 03, 2015 6:47 pm#256962
B_M9zjpUQAEolJp.jpg
B_M9zjpUQAEolJp.jpg (23.13 KiB) געזען געווארן 2108 מאל
דינסטאג מערץ 03, 2015 9:16 pm#256980
אויך א פאלטשע בריוו אלעס איז נאר לכבוד פורים
דינסטאג מערץ 03, 2015 9:23 pm#256983
ואם ללצים הוא יליץ
דינסטאג מערץ 03, 2015 11:50 pm#257032
יתרו האט געשריבן:מיין שאלה איז למאי נפקא מינא צו פאפא איז יא אין התאחדות צו נישט?
נפקא מינה למקח וממכר..
דינסטאג מערץ 03, 2015 11:53 pm#257035
די ערשטע בריוו פון די קהלה זעעט אויס עכט אבער די בריוו פונעם רבין זעעט אויס געפעלשעוועט

קען איינער פליז קלעריפייען