Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
רבותי כ'האב אנטדעקט א גרעיט פיטשור פון טעפעטאלק, ווי ס'קוקט אויס האט עס נאך קיינער נישט ארויפגעברענגט, כ'ווייס נישט צי ווייל יעדער ווייסט עס אדער ווייל קיינער ווייסט עס נישט.
ס'איז דא א ווידזשעט אפציע פון טעפע, וואו דו קענסט באשאפן א קורץ-שנייד צו עני גרופ. אין אונזער קעיס ק"ש אוודאי. אויף מיין טעלעפאן דארף מען אנהאלטן פאר לאנג דעם היים סקרין, נאכדעם קומט ארויף אן אפציע "widgets", און צווישן אלע אוועילעבל ווידזשעטס קומט ארויף טעפע'ס. נאכדעם דארף מען דרעג ענד דראפן עס צום היים סקרין, און דערנאך וועט אייך טעפע גיבן צו אויסוועלן צו וועלכע גרופ מ'וויל קורץ-שניידן.
איך בעט מחילה אויב הדברים ידועים, ווי מ'זאגט:(אויסשפריך נאט פאונד)
געשיקט פון מיין כשר'ע פאון נוצנדיג ראדיא וועיווס