Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געווארט!

Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געווארט!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
111 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 412 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8471
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:16 pm#259808
Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געווארט!
מיט פרייד טוען מיר מעלדען אז נאך אסאך פלאג און מי איז אונז ענדליך ערמעגליכט געווארן צו פרעזענטירן א געשמאקן מאביל אפציע פאר קאווע שטיבל:

טעפעטאלק
בילד


טעפעטאלק איז נישט אונזער ערפינדונג, דאס איז א עפפ וואס מ'קען דאונלאדן פאר עפל און ענדרויד סמארטפאונס, און איז ספעציעל געמאכט אז פארומס זאלן האבן א געשמאקע מאביל עקספיריענס. קאווע שטיבל איז ביז היינט נישט געוועהן געהעריג קאמפעטיבל מיט טעפעטאלק, אבער נאך אסאך ארבייט קענען מיר מעלדן די פרייליכע בשורה אז מ'קען שוין דאונלאדן טעפעטאלק אויף צו נוצן פאר קאווע שטיבל.

פאר ענדרויד קליקט דא

פאר אייפאון קליקט דא

טעפעטאלק האט געוואלדיגע מעלות, וואס נאכ'ן זיך צוגעוואוינען דערצו וועט אייער קאווע שטיבל מאביל עקספיריענס זיין גאר געשמאק.

טייל פון די מעלות:
  • זייער גרינג צו ליינען און שרייבן, אפטימייזד פאר'ן טעלעפאן
  • תגובות שטעלן זיך ארויף כמעט אזוי גרינג ווי אין וואטסעפפ
  • זייער גרינג ארויפצולייגן בילדער
  • גוטע נאטיפיקעישאנס סיסטעם
  • מ'קען גרינג שרייבן אישי מעסעדזשעס אהין און צוריק
  • זייער גרינג צו לייקן
  • יו טוב קליפס זעען זיך זייער געשמאק

חסרונות:
  • עס נעמט אביסל צייט זיך צוצוגעוואוינען צו דעם נייעם אויסשטעל
  • יעדע מאל וואס מ'לייגט ארויף א תגובה, קומט צו א קעפל
  • מ'קען נישט טעגן (אבער פון די אנדערע זייט באקומט מען א אויטאמאטישע נאטיפיקעישאן ווען מ'ווערט ציטירט)

די מנהלים האבן שוין אויספראבירט דעם עפפ פאר א שטיק צייט מיט גאר גוטע רעזולטאטן. יעצט ווען די גאנצע ציבור וועט דאס אנפאנגען נוצן וועלן אוודאי אפירקומען פרישע פראגעס און אישוס, און מיר וועלן עס צוזאמען דא דורכטוהן בדיבוק חברים.

מיר ווילן בעטן אז מ'זאל נישט ווערן נערוועז אויב מ'כאפט נישט תיכף ווי אזוי עס ארבייט. יא, עס איז א נייע פלאטפארמע, און עס קען נעמען אביסל צייט זיך צוצוגעוואוינען. אבער עס לוינט זיך!!

יעדער איז מכובד דא ארויפצושטעלן זיינע פראגעס און ספיקות, און מ'וועט צוזאמען אויסקלארן אלע קווענקעלנישן.
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:25 pm#259813
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
עס וועט נעמען צייט צוצוגעוויינען, עס איז אינגאנצן אנדערש.

כ"ד הוגה, חופ"ק טעפעטאלק יצ"ו
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:27 pm#259814
פרייליכע נייעס! לאמיר עס דאונלאודן און זען על מה ועל מה. די חלק אז אויף יעדע תגובה קומט א קעפל איז א חסרון, אבער איי געס ס'איז נישט דא קיין צווייטער אפציע. ייש"כ מנהלים!!!
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:28 pm#259816
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
פארוואס בלייב איך נישט אריינגעסיינט?

פארוואס נעמט מיך נישט די עפפ גראד צו די נייע פרישע תגובה?
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:32 pm#259817
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
חברה וואס טוטצעך?! כ'בין דא אין טעפטאלק. ווער קומט כאפן א סיג? הוגה, דיין הוט שטייט דיר קרום.
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:35 pm#259819
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
די לייק קנעפל ארבעט
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:36 pm#259820
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
פיינע וועטער דא אין טעפע. איין זאך יא, איך מיין די תגובות גייען זיך דאפלען יעצט. ממש א מחי' דער שיק קנעפל
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:37 pm#259821
אפטעמיסט, די לייק וואס דו האסט מיר געגעבן דורך טעפעטאלק קען איך נישט עפענען פון מיין בראוזער.
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:38 pm#259823
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
ווער ס'וויל אויסטרייען אויב דער לייק קנעפל ארבעט, קען עס טרייען אויף מיר.
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:39 pm#259824
הוגה, וואס מיינט "עפענען א לייק"?
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:43 pm#259825
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
סתם א טיפ, ווען דו בוזט אין אן אשכול אויפ'ן עפפ און די ווילסט עס זעהן אינע'ם בראוזער, גייט מען צו menu און נאכדעם webview און ער טראגט דיר צו דעם אשכול
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:45 pm#259829
אפטעמיסט האט געשריבן:הוגה, וואס מיינט "עפענען א לייק"?


ווען דו לייקסט באקום איך א מעסעדזש אין אישי אז דו האסט מיר געלייקט, מיט א לינק צו די תגובה. דער לינק, ווען עס איז א לייק פון טעפעטאלק, פירט צו אן עראר בלאט.
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:46 pm#259830
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
אדער קליקט מען אויף די תגובה דערנאך סעלעקט מען more און דערנאך webview


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:47 pm#259833
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
וויאזוי נעם איך אראפ די פארשאלטענע עפל חתימה?


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:48 pm#259834
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
נאט בעד!
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:48 pm#259835
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
העלא איי עם העיר אין טעפטאלק,
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:49 pm#259836
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
ווי איז די לייק קנעפל און די רעאגיר קנעפל?
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:50 pm#259837
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
@עזריאל גיי צום home page, דערנאך menu, settings, signature
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:50 pm#259838
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
הוגה האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:הוגה, וואס מיינט "עפענען א לייק"?


ווען דו לייקסט באקום איך א מעסעדזש אין אישי אז דו האסט מיר געלייקט, מיט א לינק צו די תגובה. דער לינק, ווען עס איז א לייק פון טעפעטאלק, פירט צו אן עראר בלאט.

אה, כ'פארשטיי. שכויח פאר מיר ציטירירן אזוי האב איך באקומען א נאטיפיקאציע. כדי זאלסט פארשטיין די תאווה דערפון ציטריר איך דיר, אזא בחינה פון שמור לי ואשמור לך.
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:50 pm#259839
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
איז דא עפעס א סעטינג אזוי ווי אקטיווע אשכולות?
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:52 pm#259840
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
שלום, טייערע פריינט, קען מען עס אויסשטעלן עס זאל זיך ווייזן על סדר הפורומס, ווי אויפן הויפט זייט?
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:53 pm#259841
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
אקעי איך כאפ שוין,
איך פיל מיר ווי די 90 יעריגע וואס מען טוישט אים פון א קאלקעלעיטאר צו א קאמפיוטער,
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:55 pm#259842
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
@עזריאל דער זייגער אויפ'ן home page איז אקטיווע אשכולות
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:57 pm#259843
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
@ונבנתה אויבן אויף די לינקע זייט אויפ'ן home page וואו ס'שטייט קאווע שטיבל. קענסטו זיך אויסוועלן צווישן די פיר הויפט פארומס און דערנאך קענסטו גיין טיפער אריין
דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:58 pm#259844
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
מיינסט צו זאגן time line? אויב יא ביזטו נישט גערעכט ווייל איך זעה די קאמפיוטער אויך
דינסטאג יאנואר 26, 2016 1:09 am#318985
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
ביי מיר איז עס דא, אבער נאר אין א טאפיק.
פרייטאג פעברואר 05, 2016 9:05 am#320347
Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געווארט!
ImageUploadedByTapatalk1454677497.944678.jpg



פרישע אפדעיט היינט אויף iPhone
פרייטאג פעברואר 05, 2016 11:38 am#320354
זייט די לעצטע אפדעיט אויף אנדרויד, כמעט יעדעס מאל וואס איך דרוק אריין אין טאפאטאלק, ווייזט מען מיר Tapatalk has stopped working און איך דארף דרוקען דער OK קנעפל. און טאקע ס'פארגעסט די לעצטער פלאץ ווי איך בין געווען. איינער ווייסט וואס און ווען?
ייש"כ.
פרייטאג פעברואר 05, 2016 3:23 pm#320377
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זייט די לעצטע אפדעיט אויף אנדרויד, כמעט יעדעס מאל וואס איך דרוק אריין אין טאפאטאלק, ווייזט מען מיר Tapatalk has stopped working און איך דארף דרוקען דער OK קנעפל. און טאקע ס'פארגעסט די לעצטער פלאץ ווי איך בין געווען. איינער ווייסט וואס און ווען?
ייש"כ.


די זעלבע פראבלעם ביי מיר.
דינסטאג מערץ 22, 2016 9:31 am#326018
איינער ווייסט וואס ס'גייט פאהר מיט טעפטאלק? כ'קען נישט אריינסיינען סייט נעכטען
דינסטאג אפריל 05, 2016 6:13 pm#327766
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
יעצט איז נאר דא צען הודעות אויף א בלאט, איז דא א וועג אנצושטעלן עס זאל זיין מער?
דינסטאג אפריל 05, 2016 6:32 pm#327772
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
Yes
דינסטאג אפריל 05, 2016 6:33 pm#327773
Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געווארט!
Posts per page
Image1459895616.703302.jpg
זונטאג יולי 10, 2016 10:50 am#341207
מיין ענדרויד טעפאטאלק עפפ וויל זיך בשום אופן נישט קאנעקטן צו קאוועשטיבל, איינער קען העלפן?
זונטאג יולי 10, 2016 2:24 pm#341230
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
האסט ארויפגעלייגט א פילטער?
דינסטאג יולי 19, 2016 7:16 pm#342889
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
.
דינסטאג יולי 19, 2016 7:17 pm#342890
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
.
מיטוואך יולי 27, 2016 10:45 am#343697
איך פלעג האבן די אפשען פון מאחורי אויף טעפטאלק און ס'איז נעלם געווארען. אויף מיין בראוזער איז עס יא דא.
מיטוואך יולי 27, 2016 1:23 pm#343716
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
ס'ארבייט יעצט ב''ה. שכוח פאר פלוני
איך ווייס נישט ווער.
מיטוואך יולי 27, 2016 1:28 pm#343717
פאר'ן באשעפער
מיטוואך יולי 27, 2016 1:57 pm#343722
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
גראף האט געשריבן:ס'ארבייט יעצט ב''ה. שכוח פאר פלוני
איך ווייס נישט ווער.

ביי מיך נאכנישט
זונטאג יולי 31, 2016 3:27 pm#344015
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
גראף האט געשריבן:ס'ארבייט יעצט ב''ה. שכוח פאר פלוני
איך ווייס נישט ווער.

דער אפשען איז נאכאמאל נעלם געווארען! וואס איז פשט?
זונטאג אוגוסט 07, 2016 11:26 pm#344843
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
איך האב יעצט באמערקט אז צו גיין פון איין בלאט צום אנדערע קען מען swipe'n און מען דארף נישט נוצן די arrows
זונטאג אוגוסט 14, 2016 8:29 pm#345649
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
לעצטנס ארבעטן נישט קיין לינקס ביי מיר. עס קומט ארויף דער מעססעדזש בילד
זונטאג אוגוסט 14, 2016 10:16 pm#345663
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
Sign out and sign back in ! I had the same problem
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:58 am#345693
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
ארויסגעסיינט פון טעפעטאלק און נישט געהאלפען. איך דארף ארויססיינען פון ק"ש אויך??

Sent from my SM-G920P using Tapatalk
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 4:02 pm#345772
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
פראביר ס'קאסט נישט קיין געלט
מאנטאג אוגוסט 22, 2016 11:26 am#346747
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
For some reason I'm subscribed to multiple threads. I never did and I keep on getting notifications, how do I unsubscribe if all threads at once?
דינסטאג אוגוסט 23, 2016 12:08 am#346825
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
איך מיין אז אויף טעפעטאלק אויב דו שרייבסט א תגובה אין א אשכול, ווערסטו אויטאמאטיש א פאלאוער פון דעם אשכול.
עס איז א פראבלעם וואס דארף ווערן פארראכטן....
מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 9:47 pm#353136
Re: Tapatalk - די עפפ פאר קאווע שטיבל אויף וואס איר האט געוו
מיין טעפטאלק האט זיך יעצט אפדעיטעד, און ס'קוקט אויס סאך שענער יעצט.
די פראבלעם איז נאר אז יעצט האבן זיי געמאכט די עדס סאך צו גרויס און צו אפט. פוי!