יצמח די ברענגסט ארויף שטארקע פונקטען
לאמיר אראפשטעלן אפאר הנחות אז מיר זאלן זיך גוט און קלאר פארשטיין
יא זורח איז דא מיט א פראפאגאנדע פון אנווארעמען יודענס הערצער צו די מצוה פון ישוב ארץ ישראל, דאס איז אונזער ציעל לכתחילה, פאר יודן צו וואוינען אין חוץ לארץ איז א שרעקליכער חילול השם ווי דער נביא יחזקאל פארציילט אונז אין פרק כ', דערפאר זוכן מיר אלע אינאיינעם צו עלימיניזירן דעם פראבלעם, יא מיר גלייבן זייער שטארק אין דברי תורה והנביאים חז"ל והספרים הקדושים וואס רעדן אן אויפהער וועגן די פאזיטיווע אספעקט פון וואוינען אין ארץ ישראל און ווידעראום דאס פארקערטע וועגן וואוינען אין חוץ לארץ.
מיר זוכן נישט צו טשעפענען אדער פוגע כבוד זיין און קיין שום יוד ח"ו אויב איז דא סיי וואספארא אויסדרוקן צווישן אונזערע ווערטער איז עס געזאגט געווארן פאר די איידיע נישט פערזענליך
די ביסט נישט קיין אמעריקאנער! קיין שום יוד איז נישט, מיר זענען יודן, און יודן באלאנגן נאטורליך אין ארץ ישראל דאס איז אונזער נאטורליכע היים, דאס גאנצע לעבן אויף אנדערן קאנטינענט איז נאר א בדיעבד (כמובא בחז"ל ומבואר בכוזרי, מהר"ל ועוד ועוד) , איינמאל מען זעהט דאס איין מיט קלארע אויגן טוישט זיך דער גאנצער בליק אויף גיין וואוינען קיין ארץ ישראל.
און איעדע פארגעשריטענע לאנד מיט א גוטע עקאנאמיע דארף מען קענען די שפראך, רעכענען, פינאנציאלע, און האבן עפעס א דעגרי צו א פאך אין די הענט צו קענען מצליח זיין. אוודאי איז פארהאן די מעגליכקייט אז ס'זאל געלונגען, מען זאל האבן מזל עס צו מאכן, צו לעבן א אומאפהענגיגע פינאנציאלע לעבן אן קענען עפעס, אבער דאס איז נישט קיין נארמאלע מהלך, און זיכער קען מען אויף דעם נישט פלאנירן.
דער חסידישער יונגערמאן וואס קען זערא איז און די בלאטע איבעראל צו איז עס אמעריקא, ארץ ישראל, ענגלאנד אדער בראזיל, דערפאר האבן שוין אונזערע חכמים געזאגט חייב אדם ללמוד את בנו אומנות, די מן רעגנט שוין נישט פאר א לאנגע צייט, דערפאר דארף מען לעבן מיט א חשבון און השתדלות בדרך הטבע.
אלעס וואס מען קען טוען אין ניא יארק קען מען טוען אין ארץ ישראל, ס'איז שווערער אין א"י? יא בדרך הטבע איז אביסל שווערער, אבער נאך אלץ שטארק מעגליך.
איך ווייס נישט פון ווי דיין נעגאטיווע אינפארמאציע קומט, אבער אין ארץ ישראל איז יא דא צענדליגער געזעצן קעגן דיסקרימינעישן. די קליניקס דארטן זענען זייער שטארק פארגעשריטן און אויף א הויכע סטאנדארד.
נאר איין זאך בדרך כלל פארדינט מען דארט ווייניגער ווי אין אמעריקא, דערפאר אבער אז מען נידערט דאס לעבענס-סטיל סטאנדארד קען מען גאר שטארק מצליח זיין מיט פרנסה בריווח.
די זעלבסט זיכערקייט מיט וואס די רעדסט פון אמעריקא האבן יודן במשך הדורות גערעדט וועגן אסאך "פארזיכערטע" "הערליכע" סוקסעספול" לענדער, דערנאך איז אבער שטענדיג געקומען אן אושוויץ וואס אלעס אוועקגעשיקט מיטן ווינט.
אויך נעם און אכט נישט צו רעדן אזוי נעגאטיוו וועגן ארץ ישראל, חז"ל ווארענען אז א יוד זאל נישט רעדן נעגאטיוו וועגן דאס לאנד, אוודאי מעג מען און דארף רעדן פון די פראבלעמען כדי עס צו פאררעכטן, אבער נישט עס צו נוצן צו זאגן אז אמעריקא איז בעסער.
די ציעל פון גיין וואוינען קיין ארץ ישראל איז נישט ווייל מ'מכאט דארט מער געלט, צו ווייל עס איז דא דארט בעסערע דארט נאר ווייל דארטן איז די פלאץ פון אונזער נאטורליכע געוואוקס ווי מיר דארפן זיין.
---------
אפאר אויסצוגן פון חז"ל וספה"ק וועגן וואוינען אין ארץ ישראל ספעציעל וואס איז נוגע צו פרנסה
לא יצא אדם בחוצה לארץ אלא אם כן הולכין חיטין סאתים בסלע אמר ר' שמע' במה דברים אמו' בזמן שאין מוצא ליקח אבל בזמן שמוצא ליקח אפילו סאה בסלע לא יצא (תוספתא ע"ז פרק ד הלכה ד)
...אבל מחוצה לארץ לארץ ישראל - כופין לעלות, אפילו מנוה היפה לנוה הרע, ואפילו ממקום שרובו ישראל למקום שרובו גוים מעלין, ואין מוציאין מארץ ישראל לחוצה לארץ, ואפילו מנוה הרע שרובו גוים לנוה היפה שרובו ישראל (רמב"ם אישות יג, יט-כ)
אסור לצאת מארץ ישראל לחוצה לארץ לעולם--אלא ללמוד תורה, או לישא אישה, או להציל מיד הגויים, ויחזור לארץ; וכן יוצא הוא לסחורה. אבל לשכון בחוצה לארץ, אסור--אלא אם כן חזק שם הרעב, עד שנעשה שווה דינר חיטין בשני דינרין. במה דברים אמורים, בשהיו המעות מצויות והפירות ביוקר. אבל אם היו הפירות בזול, ולא ימצא מעות ולא במה ישתכר, ואבדה פרוטה מן הכיס--ייצא לכל מקום שימצא בו ריוח. ואף על פי שמותר לצאת, אינה מידת חסידות: שהרי מחלון וכליון שני גדולי הדור היו, מפני צרה גדולה יצאו, ונתחייבו כליה למקום. (רמב"ם מלכים ה' יא-יב)
והואיל ואתא לידי דבר זה אודיע מה שבלבי היה בוער תמיד, כשראה ראיתי בני ישראל בונים בתים כמו מבצרי השרים, עושים דירת קבע בעולם הזה ובארץ הטמאה, ואף שאמרו רבותינו ז"ל (מגילה כ"ט א) עתידים בתי צדיקים שיבאו לארץ ישראל, מ״מ כוונתם היא להיות להם נחלה להנחיל לבניהם, כאלו היתה זו הנחלה לו ולזרעו וזרע זרעו עד עולם, וזה נראה ח״ו כהיסח הדעת מהגאולה. (של"ה סוף מסכת סוכה פרק דרך חיים תוכחת מוסר)
שוב אל ארץ אבותיך ולמולדתך ואהיה עמך"(בראשית לא, ג) רבי אמי בשם ריש לקיש אמר: נכסי חוץ לארץ אין בהם ברכה, אלא משתשוב אל ארץ אבותיך אהיה עמך. (מדרש בראשית רבה עד, א)
א גאנצע וועלט
רבי שמעון בן יוחאי האט געזאגט: דאס ווארט ״תבל״ מיינט ארץ־ישראל. פארוואס ווערט ארץ־ישראל גערופען ״וועלט״ ווייל דארט איז אלעס פארהאן. געווענדליך האט יעדעס לאנד ספעציעלע מעלות וואס אן אנדער לאנד האט נישט, ארץ־ישראל איז געבענטשט דערמיט וואט עס האט אלע מעלות און גוטסקייטען. וועגען ארץ־ישראל איז געזאגט געווארען ״לא תחסר כל בה״ עס פעהלט דארט גארנישט, אלעס איז דארט פארהאן. (ספרי)
ווען אידען קענען זיין זיכער
"וישבתם לבטח בארצכם״, נאר אין אייער אייגען לאנד קענט איהר זיין רואיג און זיכער, דאגעגען אין אן אנדערע לאנד וועט איהר תמיד זיין אומרואיג און נישט זיכער. (ילקוט שמעוני)
מען דארף נישט זוכען קיין גליקען אין דער פרעמד
עס ווערט דערציילט: א תלמיד פון רבי שמעון בן־יוחאי איז אוועק קיין חוץ־לארץ און איז פון דארט צוריקגעקומען אנגעלאדענט מיט אסאך רייכקייט. ווען די אנדערע תלמידים פון רבי שמעון האבען געזעהן ווי ווייט זייער חבר האט באגליקט האבען זיי אויך געוואלט פארען קיין אויסלאנד. האט רבי שמעון זיי ארויסגעפירט אין טאל פון מירון, מתפלל געווען און דער פלאץ איז אנגעפילט געווארען מיט גאלדענע מטבעות. רבי שמעון האט דערמיט געוואלט אנדייטען, אז מען דארף נישט גיין אין דער פרעמד זוכען גליקען, נאר אין ארץ־ישראל אליין איז פארהאן די ברכה פאר אידען. (מדרש)
אהן מזל און ברכה
"נכסי דחוץ־לארץ אין להם מזל ברכה" — די רייכטימער און גוטער וואס א איד דערווערבט אין פרעמדע לענדער האט נישט קיין מזל און ברכה. (חז״ל)
א שטיקעל טרוקען ברויט אין אייגענעם לאנד איז בעסער
אין משלי שטייט: ׳״טוב פת חרבה ושלווה בה״ — בעסער א שטיקעל טרוקען ברויט אבער עס זאל זיין מיט רואיגקייט, דאס מיינט מען ארץ־ישראל. (מדרש משלי)
בלייבן אפילו אהן שיך, אבי נאר זיין אין ארץ־ישראל
די חז״ל זאגען: ״לעולם ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה מנעלים לרגליו״ — א מענטש זאל פארקויפען אלץ וואס ער האט און זאל זיך קויפען שיך פאר די פיס. פון דעם מאמר חז״ל קען מען זיך פארשטעלען אז אין אמאליגע צייטען איז שיך געווען דער נויטיגסטער און וויכטיגסטער געגענשטאנד. ווען עס האנדעלט זיך אבער וועגן באזעצען זיך אין ארץ־ישראל ווערט געזאגט: ״של נעליך מעל רגליך כי המקום אשר אתה עומד עליו אדמת קודש הוא״ — דאס הייסט, ווען מען גייט באטרעטען די ״אדמת־קודש״ די הייליגע ערד, דאן איז ״של נעליך מעל רגליך״, איז ווערט צוליב דעם צוועק פון אלעם זיך צו אנטזאגען, צו בלייבען אפילו אהן שיך, אבי אין ארץ־ישראל זיך צו באזעצען. (מטה אהרן(
מען דארף נאר זעהן דאס גוטע
אויף ארץ־ישראל דארף מען נישט זוכען קיין פעהלערן און מען דארף נאר זוכען דאס גוטע, דאס איז דער מיינונג פון פסוק: ״וראה בטוב ירושלים״ — זאלסט זיך באמיהען צו זעהן נאר דאס גוטע פון ירושלים. (הרב ר׳ יוסף חיים זונענפעלד זצ״ל)
פון וואס לענדער ווערען געשפייזט
כל הארצות ניזונות מתמצית ארץ־ישראל — אלע לענדער ווערען געשפייזט פון דעם איבערבלייבעניש-זאץ פון ארץ־ישראל. (של״ה הקדוש)
דירת־עראי און דירת־קבע
מען זאל נישט מאכען דעם גלות פאר א דירת קבע, נאר עס זאל באטראכט ווערען אלץ א צייטווייליגע וואוינונג. מיין הארץ האט שטענדיג געברענט אין מיר צוזעהענדיג ווי אידען אין גלות בויען לוקסוס־הייזער און פאלאצען, אויף דעם שטייגער ווי עס טוען די אריסטאקראטען, פון די לענדער צווישען וועלכע זיי וואוינען, און זיי מאכען זייער דירת־קבע אויף דער וועלט אין טמא־לענדער. (של״ה הקדוש מ"ט)
נישטא קיין אנדערער רוה־פלאץ
״היש לנו במזרח או במערב מקום תקווה נהי׳ עליו בטוחים״ —איז דען פארהאן אן אנדערער רוה־פלאץ אויף דער וועלט, אזויווי ארץ־ישראל וואו מיר קענען זיין געזיכערט?! (רבי יהודא הלוי(
או יאמר ברוך אתה בבואך וכו'. אם תצטרך לצאת חוץ לארץ להרויח טרף ביתך, אל תחוש תאכל מתחת החצונים ותפרוש הקדושה ממך או שטומאה תדבק בך, כי הנה כאשר ברוך אתה בבואך לארץ כי אתה בא אל הקדושה, כן ברוך אתה בצאתך שלא תוסר קדושה ממך כי גם שם ברוך תהיה, ובמה תדע כי כן, הנה אם יקומו אויביך עליך בצאתך יתנם ה' נגפים לפניך וכו' כבקודם, ואין זה רק הוראה כי מלאכיו יצוה לך לשמרך ולהפיל את אויביך: ועם כל זה, זאת עצתי,שלא תצא חוץ לארץ לבקש מזונך, כי אם שכון בארץ הקדושה ובטח בה' ועשה טוב, כי לא יגעל בך ה' מלהטיב לך שם. וזהו יצו ה' אתך כו' בארץ אשר ה' אלהיך נותן לך, והסר מלבך דבר שקר לומר כי יותר יבורך גבר בחוץ לארץ, כי הלא שא נא קל וחומר ואמור, ומה אם בחוץ לארץ שיהודי הדר בה דומה כמי שאין לו אלוה מתפרנס איש ישראל, מה גם עתה בארצו יתברך אשר בה ה' אלהיו עמו שיפרנסהו בה אם יבטח בו. וזהו אומרו יצו ה' אתך את הברכה, לומר הלא ודאי הוא כי יצו ה' אתך כלומר בהיותו אתך את הברכה וכו', והיכן הוא אתך הלא הוא בארץ אשר ה' אלהיך נותן לך, ואמר באסמיך לומר אל תעש לך חשבונות לומר איזה הדרך ירוח לי בארץ, והן לא אזרע שדה בית כור כי איננו לי, וכרמי שלי לא יראה ולא ימצא, ועושר ונכסים לשאת ולתת אין אתי, ומעט אשר לפני אין בו די מזון שנים עשר חדש, ואחרי כן אסעה ואלכה מארצו יתברך אצא בחוסר כל וטוב לי, כי בעוד יש אתי אלכה לי ואסתתרה וירוח לי ומעט אשר לפני יפרוץ לרוב. והנה האיש הזה כמקרה הכהן עם אשתו שסיפרו בירושלמי (מד"ר ויקרא טו ג) גם הוא יקרנו שהיה דחוק בארץ ישראל, ויאמר לאשתו הנני הולך בדרך חוץ לארץ אולי שם ייטיב לי ומאומה אין בידי להניח בידך שתזכרני בו, אך אשר חלק לי ה' בבינה במראות נגעים אלמדך: ויהי הוא דובר אליה משפטי צדק אשר בין נגע לנגע ולשאת ולספחת ולבהרת והשחין והנתק, ובתוך הדברים אמר אליה דעי איפה כי כל שער שבראש האדם יש לו גומא, שהוא מקור ומבוע מימי חיותו לגדל בו, ואילו היו נוגעים מבוע של זה לזה היו עיניו כהות מראות. ויהי כשומעה ותען ותאמר לו הלא ישמעו אזניך מה שפיך מדבר, והלא לשער אחד משערות גופך משגיח בו הוא יתברך לתת לו מחייתו בלתי נוגעת בחבירו, כל שכן את כל גופך מכף רגלך ועד קדקדך שישלח ה' את מחייתך, ולא תצא מארצו ובטח בה' והוא יכלכלך, ויעש כן ולא חסר לו. והן אלה דברי משה רבינו ע"ה בתורתו יתברך, אל תעמוד בדבר רע לומר כי טוב יהיה לך כי תצא מארצך הקדושה כי דל חלקך, כי הלא בטח בה' ויצו את הברכה: אך בשתים תתחתן ותצליח, אחת כי לא תעשה משאך ומתנך גלוי במקום רואים לכל כי אם סמוי מן העין, כי אז במעט יצו ה' בו את הברכה. שנית שלא תהיה יושב ובטל ומה גם אם הכסף אזל מכליך לגמרי, כי ששת ימים תעשה מלאכה ובה יצו ה' את הברכה, וזהו ובכל משלח ידך, וכל אשר אמרתי שיצו ה' את הברכה כו' היא בארץ וזהו אומרו בארץ שהיא ארץ הקדושה: ועוד אני אומר לך, כי אפילו תאמר כי בארץ ישראל מדקדקין יותר במעשיך וימעטו מזונותיך בה, טוב לך מעט בארץ ישראל אשר שם אתה מקבל מידו יתברך וניכר שהוא אלהיך, ממה שתקבל הרבה בחוץ לארץ על ידי שרים חצונים ותדמה כמי שאין לו אלוה שמקבל על ידי החצונים. וזהו אומרו אשר ה' אלהיך נותן לך, כי הברכה הנזכרת יהיה מה שה' בעצמו שהוא הוראת היותו אלהיך נותן לך, ולא מה שיותן לך על ידי חצוני שתדמה כמי שאין לו אלוה חלילה: (האלשי"ך הקדוש זצ"ל, בספרו תורת משה פרשת כי תבוא דברים פרק כ"ח פסוקים ו-ח).