זורח האט געשריבן:חקרן האט געשריבן:1. פארוואס זאל איינער פון אמעריקע האבן אן אינטערעסע, צו פארן וואוינען ביז קיין ארץ-ישראל, אין א פארשטיפטע געגנט, וואס איז בחזקת ספק אז עס וועט זיך אויסארבעטן? - המבלי אין ישובים באמעריקע?
2. פארוואס בויעט מען דאס דוקא פאר אמעריקאנער? - פארוואס פארקויפט מען נישט אויך פאר ישראלים? - מאכט עס נישט א שטיקל רושם, ווי אז דאס קען מען מאיזה סיבה נישט פארקויפן פאר ישראלים, נוצט מען מענטשן פון די ווייט, זיי צו באזעצן דארט?
גוט האסטו געפרעגט הרב חקרן ואענה לשאלתיך
די אינטערעסע צו גיין וואוינען קיין ארץ ישראל איז מערערע, א חלק פון די סיבות איז:
[list]
כדי מקיים צו זיין מצות ישוב ארץ ישראל וואס איז שקול כנגד כל התורה כולו ווייל די אלע רייכע נבואות און גוטע חזיונות פון אונזערע נביאים גייט פאסירן דארטן נישט אין אמעריקאווייל רוב כלל ישראל וואוינט שוין דארטווייל א יוד באלאנגט נאטורליך דארט צו וואוינעןווייל א יוד האלט און איין בעטן איעדען טאג וקבצנו יחד מהרה מארבע כנפות הארץ לארצנו... ותוליכנו במהרה קוממיות לארצנו... והעלנו לתוכה... א.א.וו.ווייל די רוחניות איז דארט אויף אסאך א העכערע ניווא ווי עס איז אין אמעריקא
די אלטע תירוצים וואס דו האסט געברענגט ביז אהער, איז ריכטיג פאר א איד, אבער נישט פאר אן "אמעריקאנער" איד, ודו"ק, אין אמעריקע ווייסט מען בלויז פון פרעס און לוקסוס, קיינער גיבט נישט קיין ... אויף רוחניות, א איד באלאנגט דארט, גוטע חזיונות...
זורח האט געשריבן:אלטץ אן ענטפער צום דירות קריזיס, יא אין ניו יארק הבירה איז שוין ממש כלו כל הקיצין צו טרעפן א נארמאלע רחבות'דיגע דירה פאר אונטער $500k איז כמעט נישט שייך אפילו צווישן די בערג איז שוין שווער.
מאנכע האבן שוין ערווענט ברמיזה און אפן, אז אין ארץ-ישראל איז פונקט אזוי פאראן א מאנגל, בשעת אין אמעריקע איז אויך פאראן די מעגליכקייט צו בויען, נאר מאיזה סיבה ווערט נישט געבויעט נאך געהעריגע שטעט, א ווייטאג פאר זיך, וכאן הקושיא הדרה לדוכתיה, פארוואס זעט מען נישט צו מאכן עפעס אין אמעריקע, אנשטאט זיך אויפהייבן מיט קינדער און רינדער גיין וואוינען אין ארץ-ישראל?
זורח האט געשריבן:ווייל אין גשמיות איז געשמאקער דארט צו וואוינען מען לעבט א פשוטער לעבן ווייל מ'איז צופרידן מיט ווייניגער.
דאס איז שוין א חשבון, אבער נאר פאר איינער וואס האלט באמת ביים איינציען דעם פאסיק. פילע אמעריקאנער זענען לגמרי נישט גרייט צו הערן דערפון.
מאידך גיסא; קאסט טאקע דאס לעבן דארט ביליגער? - איך וויל דאס צולייגן, מעדיקעיד איז פאראן דארט געהעריג? - סעקשן 8? - פוד-סטעמס? - וויפיל איז די טעקס דארט? - מען דארף צוזאמענרעכענען איינס פאר איינס און זען צי עס איז טאקע ביליגער. אפשר בין איך נישט גערעכט, אפשר אחרי ככלות הכל איז טאקע דארט ביליגער, אבער מען דארף דאס נעמען אין חשבון.
אלס איינער וואס האט א שטארקע אינטערעסע אין דעם פראיעקט, ערווארט איך א תשובה פון זורח (אדער פון אנדערע חברים וואס קענען דערויף ענטפערן).
...
כוכבא האקט:
לויט דיינע ווערטער, איז דער פלאץ געאייגנט פאר אזא איינער וואס איז גרייט אויפצוהויבן די גאנצע פאמיליע און טוישן לייף-סטייל, מוסדות מיט אלעס, נישט וועגן פינענשל אדער באקוועמליכקייט, נאר בלויז אויף צו האקן א חיים טובים. קען זיין.אינטערעסאנט.
למען האמת, איך האב זיך איינגעשריבן אין דעם פראיעקט, צוליב מיינע פערזענליכע סיבות פארוואס איך וויל אהינגיין, אבער איך פראביר צו פארשטיין דעם אלגעמיינעם אמעריקאנער, אדער די ישראלים וואס טראכטן אז עס איז פאראן א דימענד פאר אמעריקאנער דערויף, אויף אזוי ווייט אז מען האט זיך איינגעבעטן ביי די בעלי-בתים אז זיי זאלן דאס לאזן פאר אמעריקאנער.
פארוואס זאל א געווענליכער אמעריקאנער וועלן אהינגיין?