פארומס › פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

2,017 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8533
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג יולי 29, 2016 12:31 am#343919
אויף דעם האבן שוין צדיקים געזאגט אז פאנטאזיע איז נישט קיין נעביירע, אבער צו וואס פאנטאזיע קען צוברענגען קען קיין שום עבירה נישט צוברענגען....

ר' בערל האקט
פרייטאג יולי 29, 2016 12:33 am#343920

פרייטאג יולי 29, 2016 12:35 am#343921
בן אדם
אויף דעם האבן שוין צדיקים געזאגט אז פאנטאזיע איז נישט קיין נעביירע, אבער צו וואס פאנטאזיע קען צוברענגען קען קיין שום עבירה נישט צוברענגען....

ר' בערל האקט

ס'הייסט, אז זי האט נישט געזאגט. דאמאלס ציה איך צוריק. בכוגון דא, האט הרב ישראל מ. און הרב ש.ש.ט. נישט געאסר'ט. מ'וועט מוזן אריינברענגען די ווידיא צום אפיס פון התאחדות. און דארט איבערהערן. אויב זי האט יא געזאגט, וועט מען נישט טארן גיין צו די בחירות הטמאות. און אויב נישט, מעג מען יא... 😂 🙄
פרייטאג יולי 29, 2016 12:38 am#343922
רויטע וואנצעס
הילערי זאגט ליגענט, טראמפ זאגט פאנטאזיע. וואס איז ערגער?

רויטע וואנצעס: אבער ביידע רעדן אפיקורסות. ראה תגובתי לעיל... 😂 😎
זונטאג יולי 31, 2016 9:14 am#343991
זונטאג יולי 31, 2016 9:14 am#343992
זונטאג יולי 31, 2016 1:34 pm#344006

📎 image.jpeg
זונטאג יולי 31, 2016 1:46 pm#344007
📎 803717426_64686.jpg
זונטאג יולי 31, 2016 5:52 pm#344042
פרייוויליג: איך בין זייער שטארק משתוקק דיר צו געבן א לייק. אבער איך פארשטיי נישט דעם חידוש וואס דער קארטון וויל דא זאגן...
ס'מאכט נישט אויס. כ'בין אן אונגערישער. כ'וועלל עס (מסתמא) כאפן ערשט אין 2 וואכן ארום. ס'נאך דא געניג צייט.
און דו זאגסט. מוחל טובות. איך דארף נישט דיין לייק. דו ביסט דאך גארנישט. דו ביסט דאך נישט מער ווי א בעל עגלה. וואס איז שוין דיין לייק ווערד...?! ווען איינער פון די חשובים און געלערנטע מענטשן דא זאלן געבן א קרעכטץ (בלשון נקיה) וועט שוין אנפאללן א מבול פון לייקס...אבער דער בעל עגלה. ער קען שרייבן תגובות. און אפילו אשכולות. און אונז אויפגעקלערטע מענטשן וועללן איהם ווייטער איגנארירן....ביז זיינע תגובות און א/שכולות וועללן פארשווינדן ווערן אין דעם ים פון מאמרים פון די וויכטיגע מענטשן...
You all know who you are... 😮
מיטוואך אוגוסט 3, 2016 12:33 pm#344402
וואס האט טראמפ אזוי אריינגעזאגט אויף קאן קייזער אז יעדער מוז זיך אננעמען פאר אים? לויט וואס איך האב געהערט אז טראמפ האט געזאגט האב איך נישט געהערט אז ער זאל אים אראפרייסען\פארשעמען פרזענליך?
מיטוואך אוגוסט 3, 2016 1:11 pm#344414
קאמענטירער
וואס האט טראמפ אזוי אריינגעזאגט אויף קאן קייזער אז יעדער מוז זיך אננעמען פאר אים? לויט וואס איך האב געהערט אז טראמפ האט געזאגט האב איך נישט געהערט אז ער זאל אים אראפרייסען\פארשעמען פרזענליך?

דאס טענה'ט יוסי געשטעטנער אז טראמפ האט באמת גארנישט שלעכט געזאגט, די מידיע האט דאס נאר אזוי אראפגעלייגט און יעדער טאנצט זיי נאך
מיטוואך אוגוסט 3, 2016 1:27 pm#344418
אינטערסאנטער
קאמענטירער
וואס האט טראמפ אזוי אריינגעזאגט אויף קאן קייזער אז יעדער מוז זיך אננעמען פאר אים? לויט וואס איך האב געהערט אז טראמפ האט געזאגט האב איך נישט געהערט אז ער זאל אים אראפרייסען\פארשעמען פרזענליך?

דאס טענה'ט יוסי געשטעטנער אז טראמפ האט באמת גארנישט שלעכט געזאגט, די מידיע האט דאס נאר אזוי אראפגעלייגט און יעדער טאנצט זיי נאך

טענה איך אז סאיז אוממעגליך אויב זשאן מקעין האט געקענט אראפשלינגען זיין אייגענע פיל אבער נישט די אטאקעס קעגן קייזער און אז אפי' קריס קריסטי האט זיך געמוזט אפשאקלען פון די סטעיטמענט מוז זיין אז ער האט יא עפעס ערנסט געזאגט וואס יעדער איינער פארשטייט אז סאיז אן אטאקע אויף מיליטערלייט
מיטוואך אוגוסט 3, 2016 1:41 pm#344423
איך האב א זשענערל סברה פראבלעם מיט אונזער היימישען זשונארליסט יאסי,אז לויט וויאזוי ער איז מסביר איז די גאנצע וועלט בייעסד און קארפטורט,

סאיז מיר שווער צו גלייבען אז ער איז די איינציגסטער אפען מיינדעד און פארשטייער נישט ווייל איך בין לאו סעלף עסטים אז א חסידישע איד קען נישט פארשטיין עפעס, נאר ווייל סאיז דא גענוג טעראריעס צו גלייבען און אננעמען פאר איך פאנג אן צו גלייבען אז גאנץ אמעריקע קען זיך נישט אויס מיט ציפערן און אנקעטעס אדער מקען פארקויפן פאר יעדעם שטותים מיט לאקשען,

איי ער האט (אפשר) גוטע קשיות און ראיות? קודם מיר (ובדומה לי) קענסטו זייער גרינג איינרעדן וואס דו ווילסט צוליב די אפגעהאקטקייט און געצומקייט פון אינפארמאציע, שנית האסטיך שוין געמאטערט צו פארענטפערן אפשר שטימט עס יא? אפשר איז אזוי טאקע געווען? איידער ביזט צוגעקומען צו דיין מסקנא אז יעדער איז בייעסד?
מיטוואך אוגוסט 3, 2016 8:56 pm#344476
קאמענטירער

טענה איך אז סאיז אוממעגליך אויב זשאן מקעין האט געקענט אראפשלינגען זיין אייגענע פיל אבער נישט די אטאקעס קעגן קייזער און אז אפי' קריס קריסטי האט זיך געמוזט אפשאקלען פון די סטעיטמענט מוז זיין אז ער האט יא עפעס ערנסט געזאגט וואס יעדער איינער פארשטייט אז סאיז אן אטאקע אויף מיליטערלייט

אי משום הא אינו ראיה, עס איז גרינגער זיך צו אננעמען פאר יענעמס כבוד ווי פאר די אייגענע כבוד, עס איז מסתם אין די בחינה פון כאן מצא בע"ח מקום לגבות חובו.
מיטוואך אוגוסט 3, 2016 9:07 pm#344478
געוואלדיג
קאמענטירער

טענה איך אז סאיז אוממעגליך אויב זשאן מקעין האט געקענט אראפשלינגען זיין אייגענע פיל אבער נישט די אטאקעס קעגן קייזער און אז אפי' קריס קריסטי האט זיך געמוזט אפשאקלען פון די סטעיטמענט מוז זיין אז ער האט יא עפעס ערנסט געזאגט וואס יעדער איינער פארשטייט אז סאיז אן אטאקע אויף מיליטערלייט

אי משום הא אינו ראיה, עס איז גרינגער זיך צו אננעמען פאר יענעמס כבוד ווי פאר די אייגענע כבוד, עס איז מסתם אין די בחינה פון כאן מצא בע"ח מקום לגבות חובו.

טראמפ האט גערעדט זייער נישט בכבוד׳יג פון קייזער. ער האט געזאגט אז קייזער האט אים רשעות׳דיג אטעקירט, און נאך אזעלכע באליידונגען, ער האט חוזק געמאכט פון זיין פרוי וכו׳
דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 10:48 am#344555
קען זיין אז טראמפ האט עפעס געזאגט נישט ריכטיג, אבער דאס איז זיכער אז די מידיע בלאזט דאס אויף מיליאן מאל מער, און אלע פאליטישענ'ס ווערן איבערגענומען.
דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 10:54 am#344557
איין מינוט פרייוויליג זאגט דאך עפעס
ער האט חוזק געמאכט פון זיין פרוי וכו׳

אלטס די ערשטע חלק האב איך נישט פארשטאנען מה כל הרעש אז ער אטקירט מעג ער זיך סעלף דיפענדן אבער סתם בוליען אין די וועלט אריין דאס איז שוין איינמאל אן עוולה
דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 4:12 pm#344591
דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 5:55 pm#344596
This one insults the entire nation.
דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 6:11 pm#344601
קל וחומר
This one insults the entire nation.

כמעט. איך האב נישט געשטימט פאר קיין איינע פון די אימבעסילן ל"ע.
דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 6:18 pm#344602
מען קען שוין שטימען?
דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 6:25 pm#344603
איך האב נעכטן געהערט דעם נואף וגס רוח דיפענדען זיינע מאשענס איבער די אינוואליד. טראמפ טענה'עט, אז ער האט נישט געוויסט אפילו וויאזוי די רעפארטער זעט אויס, און ער האט בלויז געמאכט gestures צו דראמאטיזירן די סצענע..
דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 6:29 pm#344605
פארוואס איז ער א נואף
זונטאג אוגוסט 7, 2016 5:12 pm#344792
די קלינטונים די מאנסטערס, פראבירן קאנטראלירן אונזערע פאלס, אבער ניין, אמת שווימט ארויף..

https://www.facebook.com/TrumpFanNetWor ... nref=story
זונטאג אוגוסט 7, 2016 6:19 pm#344804
ישראל גלויבער
די קלינטונים די מאנסטערס, פראבירן קאנטראלירן אונזערע פאלס, אבער ניין, אמת שווימט ארויף..

https://www.facebook.com/TrumpFanNetWor ... nref=story

די ווידיאו פון די טראמפ פען טוט בלויז באשטעטיגען די פאול.

ואסביר:

טראמפ האט אנגענומען א סטראטעגיע אז ער פירט א מערכה מיט די סאשעל מידיא, נעמליך, זיי האבן אים נישט ליב און זיי זאגן נישט די אמת. אבער וואס די אמת איז, אז טראמפ איז גורם די שלעכטע דעקונג, טראמפס גרעסטע פראבלעם איז 'טראמפ'.

ווען טראמפ שטייט גוט אין די פאולס, הערט ער נישט אויף צו ציטירן די פאול און יענע פאול. אויב אן אנאליסט שרייבט עפעס פאזיטיוו אויף אים לינקט ער יענע אנאליז. אבער די רגע וואס מען שרייבט שלעכט אויף אים, די רגע די פאולס זענען קעגן אים, איז אלעס נישט אמת, און יעדער האט אים נעבעך פיינט.

די סטאטיסטיק וואס דער טראמפ פען שרייבט איז לעכערליך און נאריש. קודם כל, בדרך כלל זענען די זעלבע פאלערערס פון טוויטער אויך ביי פייסבוק, סא עס איז נישט צוויי מאל צען מיליאן, עס איז די זעלבע צען מיליאן..

צווייטענס, עס איז דא אזא זאך ווי פאלשע פאלעווערס. און עס איז געווען שוין אין די נייעס שוין פאריאר אז טראמפ האט מיליאנען פאלשע באט פאלעווערס. מען קען דאס קויפן פאר געלט. ליין דא. און דא.

און צום לעצט, די הנחה אז ער האט מער viewers אויף סאשעל וועב איז פשוט, ווייל איך גיי אויך וואטשען אפאר מאל טראמפ, ווייל איך וויל הערן וואספארא שטותים ער גייט רעדן. הילערי איז אן אלטע פאליטישען וואס מאלט וואסער. טראמפ פירט יעצט א רעיאליטי טיווי שאו. סא די עולם האלט זיך אינטער.

די פאולס זינגען, סא דארפן זיי אויפקומען מיט השערות צו בארואיגען די געמיטער..
זונטאג אוגוסט 7, 2016 7:32 pm#344813
און אויב מען גייט שוין מיט די סאשעל מידיא טעאריע, וואס דארפסטו מער פון קעטי פערי, וואס האט 90 מיליאן פאלעווערס, די גרעסטע צאל פאלעווערס אויף טוויטער, און האט עמטליך אינדארסט קלינטאן. אדער קים קערדעשיאן וואס פארמאגט 50 מיליאן פאלעווערס, און האט ארויסגעגעבן די בוך, וואס שפאסט אפ פון טראמפ וויאזוי די וועלט גייט קומען צו אן ענדע אויב טראמפ ווערט פרעזידענט. סא ווילסט מיך זאגן אז קלינטאן גייט באקומען 190 מיליאן וואוטס?
דינסטאג אוגוסט 9, 2016 9:14 am#345044
דאס איז נישט קיין ליצנות, נאר עס איז ביטער ווי א זית. פאליטישענס טוישן געווענדליך זייערע מיינונגען. אבער אזוי צו טוישן א מיינונג? דאס איז לכאורה זעלבסט יומיליעטינג.
עס כאפט א סקרוך אין די ביינער צו טראכטן, אז עמיצער וואס קען ליצנות מאכן פון זיך [פון אנדערע] דורך טוישן מיינונגען שנעלער ווי די הארץ קלאפט, זאל קענען ווערן פרעזידענט.

http://www.youtube.com/watch?v=kSE-XoVKaXg
דינסטאג אוגוסט 9, 2016 9:53 am#345046
דאס איז נישט קיין ליצנות, נאר עס איז ביטער ווי א זית. פאליטישענס טוישן געווענדליך זייערע מיינונגען. אבער אזוי צו טוישן א מיינונג? דאס איז לכאורה זעלבסט יומיליעטינג.
עס כאפט א סקרוך אין די ביינער צו טראכטן, אז עמיצער וואס קען ליצנות מאכן פון זיך [פון אנדערע] דורך טוישן מיינונגען שנעלער ווי די הארץ קלאפט, זאל קענען ווערן פרעזידענט

http://www.youtube.com/watch?v=-dY77j6uBHI
דינסטאג אוגוסט 9, 2016 10:09 am#345049
📎 rps20160809_100936.jpg
דינסטאג אוגוסט 9, 2016 10:29 am#345053
ליפא
דאס איז נישט קיין ליצנות, נאר עס איז ביטער ווי א זית. פאליטישענס טוישן געווענדליך זייערע מיינונגען. אבער אזוי צו טוישן א מיינונג? דאס איז לכאורה זעלבסט יומיליעטינג.
עס כאפט א סקרוך אין די ביינער צו טראכטן, אז עמיצער וואס קען ליצנות מאכן פון זיך [פון אנדערע] דורך טוישן מיינונגען שנעלער ווי די הארץ קלאפט, זאל קענען ווערן פרעזידענט

ליפא, כאב נישט קיין נערווען אריינצוגיין אין קיין דעבאטע. און איך פלאן נישט. ווייל איך האלט נישט פון קלינטאן, אבער היי-יאר איז נישטא קיין ברירה.

אבער איך האף אז דו פארשטייסט אז דיין קליפ איז נישט דומה קיין כי הוא זה. ווייל קלינטאן איז א טיפישע פאליטישען, און ווי איך האב געשריבן אויבן, און ווי יעדער ווייסט, טוישן פאליטישענס זייערע מיינונגען. און טראמפ שיינט דאך צו שפרינגען אז ער איז נישט קיין פאליטישען!..

צווייטנס, הילערי איז שוין אין פאליטיק פאר איבער דרייסיג יאר. רוב פון אירע פאראדאקסען איז אין לויף פון צענדליגע יארן. נו, דאס איז ווי יעדע טיפישע פאליטישען, וואס ווארפט זיך ארום מיט ווערטער.

אבער טראמפ'ס פאראדאקסן איז נישט אין לויף פון צענדליגע יארן. עס איז אין לויף פון איין יאר מערסטענס. רבונו של עולם! דו ווילסט פליפפלאפן, אקעי, געב עס צייט, געב עס יארן. אבער צו טוישן די מיינונג אין די זעלבע חודש, טאג, און מינוט? זעלבסט יומיליעטינג!
דינסטאג אוגוסט 9, 2016 10:33 am#345056
קוק אויפן קליפ שטייט די דאטומ'ן, אירע פליפ פלאפס זענען נישט ''יארן'' אפגערוקט. צווייטענס איז טראמפ געווען א ביזנעסמאן וואס האט געדארפט לעקן יעדן פאליטישאן, איז קיין סתירה נישט וואס ער האט אמאל געזאגט צו וואס ער זאגט היינט.
דינסטאג אוגוסט 9, 2016 12:32 pm#345070
ליפא
קוק אויפן קליפ שטייט די דאטומ'ן, אירע פליפ פלאפס זענען נישט ''יארן'' אפגערוקט. צווייטענס איז טראמפ געווען א ביזנעסמאן וואס האט געדארפט לעקן יעדן פאליטישאן, איז קיין סתירה נישט וואס ער האט אמאל געזאגט צו וואס ער זאגט היינט.

טראמפ האט זיך שוין סותר געווען די לעצטע פאר מאנאטן - וואס ער לויפט פאר פרעזידענטשאפט - מיט מער סתירות ווי סייענס איז צו רעליגיע און די לעבעדיגע סתירה פונעם לעבן קאמבאנירט...
דינסטאג אוגוסט 9, 2016 1:38 pm#345083
אויב איז דאס טאקע ריכטיג, איז ער ב"ה א גוטער קאמפעטישן צו הילערי...
דינסטאג אוגוסט 9, 2016 4:34 pm#345123
עס איז מקוים געווארן די מאמר הנביא פון: אין לך יום שטפשתו גדול מחברתו.

יעצט דרייט זיך איבער די וועלט מיט א פרישע קאנטערווערסיע פון טראמפ.

ביי א ראלי האט טראמפ געזאגט די פאלגענדע:

“If she gets to pick her judges ― nothing you can do, folks,” Trump said at a Wilmington, N.C., rally with a shrug. “Although: the Second Amendment, people, maybe there is. I don’t know.”

דאס מיינט ער שטיצט געוואלדטאטן אומצוויידייטיג. מען קען קלאר זען אז דער מענטש האלט נישט ביים געווינען.
עס איז דא הויכע שפעקעלאציעס אז מען גייט ריפלעסען טראמפ. די GOP האט די מאכט צו ריפלעסען א קאנדידאט אויב קומט ער נישט נאך געוויסע פרינציפלעס. עס ווערט ערגער פון טאג צו טאג.

דא קענט איר זען די רעאקציע פונעם אלטן מאן אינעם רויטן העמד, נאכדעם וואס די נפיחה יצא מפי האדום.

https://vimeo.com/178250751
דינסטאג אוגוסט 9, 2016 9:29 pm#345171
ווען הילערי קלינטאן איז געלאפען קעגן אבאמא האט זיך אויך געלאזט פאלן מיאוסע ווערטער וואס זאל ווערן אויסגעטייטשט אלס עסעסענעשען קעגן אבאמא. זעלבע עקל׳דיגע סטעיטמענט. הגם זי האט זיך דאמאלט אנטשולדיגט.

https://vimeo.com/178272632
זונטאג אוגוסט 14, 2016 5:07 pm#345629
אויב איינער איז אינטערסירט זיך צו באקענען מיט די IQ פון טראמפס סעפארטעס. נאדער א preview.

Dumb as a dorrnail

https://youtu.be/6MubunsD-7g
זונטאג אוגוסט 14, 2016 5:37 pm#345633
אויב איינער איז אינטערסירט זיך צו באקענען מיט די IQ פון קלינטאנ'ס סעפארטעס. נאדער א preview.

Dumb as a dorrnail

https://youtu.be/C0SnIgOwZ3A
זונטאג אוגוסט 14, 2016 6:15 pm#345635
איך מיין אז די צוויי קליפס זענען א גרויסע חילוק
זונטאג אוגוסט 14, 2016 6:32 pm#345636
עס איז ראטזאם צו וואטשען די דריי קורצע סעריעס פון דראנק-דאנעלד.

https://youtu.be/cRly-0wwl_g
זונטאג אוגוסט 14, 2016 6:52 pm#345637
גערי זשאנסאן טרייבט שפאס פון זיך בעת'ן איבערגעבן זיינע פאליטישע דעות.

http://www.youtube.com/watch?v=IQd-LP2LNaY
זונטאג אוגוסט 14, 2016 7:32 pm#345639
דער רעדט דאך דברים בגו..
קען דאס אמת טאקע זיין אונטער'געקערט אונטערן פאדלאגע?? ניין!!!

https://www.youtube.com/watch?v=ZUx1D_Kjivs&feature=share
https://www.youtube.com/watch?v=ZUx1D_K ... ture=share
זונטאג אוגוסט 14, 2016 7:59 pm#345644
איין זאך פארשטיי איך נישט, פארוואס איז די פריימעריס נישט געווען ריגעט, און די עלעקשענס גייען יא זיין?
זונטאג אוגוסט 14, 2016 8:06 pm#345646
ועוד יש להוסיף אפילו ביי די פריימעריס ווען עס האט אויסגעקוקט אז ער גייט פארלירן א סטעיט איז עס אויך פלוצלינג געווארן ריגעט
זונטאג אוגוסט 14, 2016 9:14 pm#345653

קלינטאן זאגט ארויס SIGH פון טעלעפראמטער. דער שרייבער האט געוואלט אז זי זאל געבן אזא טיפע טרויעריגע פאלשע אטעם אריין, דערווייל האט זי עס אפגעליינט...

https://youtu.be/ahceWC51Ars
זונטאג אוגוסט 14, 2016 10:08 pm#345659
דער וואל סטריט זשורנאל אין א לענגערע עדיטאריעל שרייבט, אז אויב טראמפ קען נישט באלאנסירן זיין קאמפיין אזוי שפעט ביז לעביער דעי, זאל זיך, וועט זיך די GOP אפשאקלען פון טראמפ, און זאגאר אים ריפלעסען מיט פענס.

http://www.wsj.com/articles/trumps-self ... 1471213081

מארק קיובען שרייבט אין א טוויט היינט, אז אויב טראמפ קען נישט פירן זיינע אייגענע קאמפיין, איז נישט במציאות ער זאל קענען גאווערנען אמעריקע.
זונטאג אוגוסט 14, 2016 10:15 pm#345662
ישראל גלויבער
די קלינטונים די מאנסטערס, פראבירן קאנטראלירן אונזערע פאלס, אבער ניין, אמת שווימט ארויף..

https://www.facebook.com/TrumpFanNetWor ... nref=story

טראמפ האט נישט מער ווי 6 מיליאן אויטענטישע פאלעווערס, אין צוגלייך צו קלינטאן׳ס איבער 5 מיליאן אויטענטישע פאלעווערס.
📎 image.jpeg
זונטאג אוגוסט 21, 2016 5:19 pm#346642
https://www.facebook.com/markkayefans/v ... f=NEWSFEED
זונטאג אוגוסט 21, 2016 6:40 pm#346651
א פרושע בוך יצא לאור, וואס דעקט די שוידערליכע פאטענציעל פון א טראמפ-פרעזידענטסי.
https://www.amazon.com/Making-Donald-Tr ... b55b1a2ec2