דאנערשטאג יוני 2, 2016 4:37 pm#336047
אויף טעלעגראם: https://telegram.me/Jewish/4924
שלום על ישראלאויף טעלעגראם: https://telegram.me/Jewish/4924
שלום על ישראלהאט איינער געהערט די לוויה פון מרס. ראזענבוים?! איך בין דיהיידרעט'ד פון טרערן!
רבודע"כ, וויאזוי קען מען דאס דורכטראגן?!
שמעקעדיגדער אייבערשטער מאנט, ער פאדערט....
נו וואס טוען די כעלעמער נאכאמאל? יא, קרית יואלע הנהלה פאררופט אן אסיפה פאר די.... פרויען!
און וואס איז מען מעורר? איר האט צוגעטראפן: צניעות און טעכנאלאגיע. די זעלבע 2 באורינג סובזשעקטס.
תניא רבי יוסי בן אלישע אומר אם ראית דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל שכל פורענות שבאה לעולם לא באה אלא בשביל דייני ישראל שנאמר (מיכה ג, ט) שמעו נא זאת ראשי בית יעקב וקציני בית ישראל המתעבים משפט ואת כל הישרה יעקשו בונה ציון בדמים וירושלים בעולה ראשיה בשוחד ישפוטו וכהניה במחיר יורו ונביאיה בכסף יקסומו ועל ה' ישענו וגו' . רשעים הן אלא שתלו בטחונם במי שאמר והיה העולם לפיכך מביא הקב"ה עליהן ג' פורעניות כנגד ג' עבירות שבידם שנאמר (מיכה ג, יב) לכן בגללכם ציון שדה תחרש וירושלים עיין תהיה והר הבית לבמות יער
שמעקעדיגקרית יואלע הנהלה פאררופט אן אסיפה פאר די.... פרויען!
און וואס איז מען מעורר? איר האט צוגעטראפן: צניעות און טעכנאלאגיע. די זעלבע 2 באורינג סובזשעקטס.
פארפלאנטערטא פלאמפייערדיגע דרשה איז נעכטן נאכט געהערט געווארן פון הגה"צ רבי הלל וויינבערגער שליט"א, ווי ער האט במשך א שעה אנדערטהאלבן געשטורעמט איבער צניעות ביי נשים, און בעיקר איבער זיך שמירן די פנים, ווי דער רב שליט"א האט בקול חוצב אין קלארע רייד ארויסגעברענגט די שרעקליכע פירצה.
באזונדער איז געווען א פחד צו הערן ווי דער רב שליט"א האט אויסגעשריגן אז די אלע וואס שמירן זיך די פענימער אדער גייען נישט בבגדי צניעות האבן געהאט א חלק אין הארגענען די 3 נפשות מישראל.
שמעקעדיגאיך האב נישט געוואלט שרייבן ווי לאנג די בלוט איז געווען ווארעם, ווי מאנכע פירן זיך צו באשולדיגן דעם אדער יענעם תוך כדי דיבור ווען די נשמה איז קוים ארויסגעפלויגן. איך האף איך בין נישט צו אפענסיוו מיט מיינע ווערטער, והוא רחום יכפר.
מיט א 2 וואכן צוריק האט וויליאמסבורג געליטן א שוידערליכע, אויסערגעווענליכע טראגעדיע. א אומשולדיג יונג קינד, שלא טעם טעם חטא, איז געפאלן צו זיין טויט פונעם פינפטן שטאק רח"ל. לשבחם יאמרו – סיי אויף די בעלי מספידים און סיי אויף די טיפיקעל אייוועלט שרייבער – אז זיי האבן נישט געבלעימט קיינעם, ניטאמאל טעכנאלאגיע, כדרכם בחושך.
פאר ווער עס ווייסט נישט, יענע וואך – ממש א טאג-צוויי בעפאר די טראגעדיע – איז פארגעקומען א ריזיגע מסיבה פאר אלע מאמעס פון סאטמארע בית רחל שולע אין וויליאמסבורג. די פלאקאטן אין די גאסן האבן געשריבן און פארפירט אז דער דור גליטשט געפערליך, ומה יעשה הבת שלא תחטא, מען מוז אננעמען מיטלען דערוועגן. די טאטעס האבן געהאט די זעלבע אסיפה 2 וואכן בעפאר ("וישמרך בבנות"), און נאכן רעדן אלע דברים שאין להם שחר, ווי בלעימען סמארטפאונ'ס ביי די עלטערן און וואקאציעס אין פלארידע, איז געווען איין געלונגענע דרשה פון הר' אנשיל אשכנזי וואס האט מחזק געווען די טאטעס צו האבן א נאנטן קשר מיט די טעכטער.
צוריק צו די צווייטע אסיפה פאר די "נשים צדקניות" (קרעדיט שמעון וואלף), די מאמעס, וואס זענען געקומען הערן די סיבה פארוואס זייערע טעכטער טוישן ליידער לבוש נאך די חתונה און פארוואס זיי פארלאזן אידישקייט, האבן די 3 רעדנערינס געבלעימט, ווי דען אנדערש, די סמארטפאונס פון די מאמעס. מיט א בנין אב אז דאס לאזט נישט האבן א ריכטיגן קשר מיט די קינדער. אפילו טעקסט איז סם. אז די מאמע איז אויף טעקסט גרופעס מיט די משפחה מיטגלידער איז גורם נישט ווייניגער אז די טעכטער זאלן זיך שמד'ן! גיי פארשטיי.
נו, זיי זענען דאך עפעס נשים צדקניות, האבן זיי אויפן פלאץ! אויפגעגעבן זייערע סמארטפאונס, ווי אויך די טרייפענע טעקסט פליפ פאונס, און מען האט זיי אנשטאט געגעבן "שפאגל נייע" מאושר פאונס, וואס קען נאר קאלן צו קול הלשון און טל של תחי' (אזוי מיין איך), דער איד האט איבערגע'חזר'ט דעם מעדזשיק ווארט "שפאגל-נייע" אפשר 20 מאל, אפשר אזוי וועט איינער ווערן עקסייטעד פאר די מאושר פאון, אמער, ס'איז דאך שפאגל ניי (ווי כאילו כ'האב ערווארטעט אלטע צעקריצטע פאונ'ס). אלענפאלס, ווי די עסקנים געבן איבער, איז זינט דעמאלס איז קיין איין אידישע טאכטער נישט אראפ פון וועג! וואונדער איבער וואונדער. מען האט געכאפט דעם טוטער.
ערנסט גערעדט. אזא אקציע וואלט געדארפט בוקע רקיעים זיין. טויזענטער מאמעס געבן אויף זייער משומר סמארטפאון, און הונדערטער אפילו טעקסט! אזש איין פרוי שרייבט א בריוול אין דער איד, אז מחמת איזה סיבה האט זי נישט געקענט ערשיינען צום מעמד, און אומגלויבליך, א טאג שפעטער שיקט זי א מעסעדזש אויפן טעקסט גרופ, און קיינער פון אירע געשוויסטער האט נישט רעספאנדעט! זיי זאגן איר אז זיי האבן געסטאפט מיט די זאכן!!!
נאך אזא סוקסעספולע אסיפה, וואלט דער באשעפער לכאורה געדארפט זיין גאר פרייליך און צופרידן, לכה"פ פאר אפאר חדשים! און דערווייל האט פאסירט וואס האט פאסירט, בלויז 2 טעג דערויף. ער קוקט עפעס נישט אויס צופרידן!!
האלא? וואו זענען יעצט די אלע טעכנאלאגיע מספידים פארשוואונדן? איך וויל וויסן פארוואס די טראגעדיע איז געקומען, בשל מי הרעה הזאת??
פאר מער דרוקט דא.
ביבערהייט איז אין קר"י אוועק א אינגע מאמע ל"ע פון קענסער און סאיז ביי קיינעם קיין ספק נישט געווען אז סאיז צוליב וואס זי האט געהאט א מעיקאפ ביזנעס רח"ל. אפאר שעה שפעטער איז ראבינאוויטש אוועק, אויך קר"י אויך קענסער, און יעצט איז עס בלי ספק נסתרים דרכי השם. צומישט? איך אויך.
רביה''ק זי''עביבערהייט איז אין קר"י אוועק א אינגע מאמע ל"ע פון קענסער און סאיז ביי קיינעם קיין ספק נישט געווען אז סאיז צוליב וואס זי האט געהאט א מעיקאפ ביזנעס רח"ל. אפאר שעה שפעטער איז ראבינאוויטש אוועק, אויך קר"י אויך קענסער, און יעצט איז עס בלי ספק נסתרים דרכי השם. צומישט? איך אויך.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/tpz8PMcRJSY">https://youtu.be/tpz8PMcRJSY</a>
החוקר האט געשריבן:וואס עפעס???
תנחום האט געשריבן:אלפים מתושבי מודיעין עילית מלווים בשעה זו את נשות העיר שנהרגו בתאונה הקטלנית בכביש 443. המרא דאתרא של העיר, הגר"מ קסלר עורר את הציבור להתחזק בבין אדם לחבריו, ולאחר מכן החל בדברי תוכחה על הנשים המפטפטות באוטובוסים:
אזוי ווי אלעמאל זענען די פרויען אייביג שולדיג אויף די טראגעדיעס
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:חיים שאולזאהן ווייסט דער ריכטיגע סיבה פאר די עקסידענט.
https://bshch.blogspot.com/2019/02/blog-post_123.html
דאס איז די פראבלעם פון די ציווילע מענטשן, ווען מיר זאלן האלטן כינוסים אדער לפחות אויסשרייען וועגן אלע פרומע מענטשן וואס גייען ליידער אוועק פון די וועלט בקול רם וואלטן מיר שוין לאנג געהאט צוריקגעכאפט די לייצעס און אויסגעגראדט די נושא, נאר אזויווי מיר זענען נארמאלע מענטשן, און עס איז נישט שיין צי אויסרופן סיבות וכו' פארוואס מענטשן שטארבן, בנוסף איז נישט אזוי גרינג צי מעורר זיין אז מענטשן זאלן "ניצן די אינטערנעט" וויבאלד איינער איז געשטארבן, דערפאר קומט עס נישט פאר, וכהנה וכהנה די טאליבאן'ס וואפן איז מיטן מסלף זיין בנוסף פון נישט האבן א קעגנער, ווען עס וואלט געווען נאך אפאר קעגנערס אנטקעגן די טעראר מאשין וואלט אלעס געווען בסדרביבער האט געשריבן:הייט איז אין קר"י אוועק א אינגע מאמע ל"ע פון קענסער און סאיז ביי קיינעם קיין ספק נישט געווען אז סאיז צוליב וואס זי האט געהאט א מעיקאפ ביזנעס רח"ל. אפאר שעה שפעטער איז ראבינאוויטש אוועק, אויך קר"י אויך קענסער, און יעצט איז עס בלי ספק נסתרים דרכי השם. צומישט? איך אויך.
קאצקע ציקער האט געשריבן:כפירה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:כפירה
קבל את האמת ממי שאמרה.
גר ותושב האט געשריבן:די ריכטיגע תירוץ איז וחנותי את אשר אחון ורחמתי את אשר ארחם עס איז נישט אונזער געשעפט פארוואס ער איז רייך אדער ארעם וכו' איך זעי נישט אין דער קליפ קיין שום כפירה.
גר ותושב האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:כפירה
קבל את האמת ממי שאמרה.
די ריכטיגע תירוץ איז וחנותי את אשר אחון ורחמתי את אשר ארחם עס איז נישט אונזער געשעפט פארוואס ער איז רייך אדער ארעם וכו' איך זעי נישט אין דער קליפ קיין שום כפירה.
קאצקע ציקער האט געשריבן:גר ותושב האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:כפירה
קבל את האמת ממי שאמרה.
די ריכטיגע תירוץ איז וחנותי את אשר אחון ורחמתי את אשר ארחם עס איז נישט אונזער געשעפט פארוואס ער איז רייך אדער ארעם וכו' איך זעי נישט אין דער קליפ קיין שום כפירה.
דער טשענעל וויל איין זאך ארויסברענגען אז ס'נישט דא קיין גאט ר"ל