Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?

ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
65 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 140 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8610
דינסטאג אפריל 07, 2015 9:04 pm#264648
ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?
ביי די לויה פון ר' מרדכי גרעבער ז"ל האט רבי חיים מאיר וואזנער שליט"א ארויסגעברענגט אז דער חשוב'ער נפטר איז א קרבן עולה וואס איז אומגעקומען מכפר זיין פאר אונז אלע, און דערביי האט ער מעורר געווען לתיקון און ער איז ארויסגעקומען גאר שארף אקעגן די טמא'נע כלים און טעכנאלאגיע, פארלאנגענדיג דערביי אז דער עולם זאל עס אוועקווארפן.

מוצאי יו"ט ווען איך האב געהערט איבער דער שרעקליכע טראגעדיע האט עס מיר גאר שטארק איבערגענומען. איך האב אבער געהאלטן אז עס איז נישט ריכטיג צו באשולדיגן דער פרומע געמיינדע אין זיין פארנאכלעסיג. אזעלכע טראגעדיעס געשעהן פון צייט צו צייט און עס קען פונקט אזוי פאסירן ביי עני אנדערע געמיינדע. עס איז א הארץ ווייטאג אבער אזעלכע זאכן געשעהן. אזוי גייט די וועלט. פארוואס פונקט ביי אים? פארוואס פונקט אין אונזערע געמיינדע? ווער ווייסט?

ווער ווייסט? רבי חיים מאיר וואזנער ווייסט. דער ממלא מקום וממשיך שלשול דדהבא פון קהל עדת פוסק הדור ווייסט פונקטליך פארוואס עס איז געשעהן. דער טייערע מרדכי ז"ל איז אומגעקומען צוליב מיין אייפון. דאס קליינע יתומ'ל און זיין מאמע די אלמנה? דאס איז צוליב דיין אומגעפילטערטע אינטערנעט. אן עולה תמימה! גאט ב"ה האט פשוט נישט געהאט קיין ברירה, די סאתו איז שוין געווען פיל האט מען עס געדארפט אויסליידיגן מיט א קרבן עולה. נישט א קוה, נישט אן איין יעריגע שעפסעלע, פאר אייפאונס דארף גאט מענטשליכע קרבנות. יעצט איז שוין אלעס פארשטענדליך?

איך האב אבער א גרויסע קשיא. מיר האבן דאך ערשט פאר צוויי וואכן צוריק געברענגט שבעה כבשים תמימים צו פארגעבן אויף אונזערע אייפאונס. אזוי האט אונז דאך מגלה געווען הגר"ח אשת חבר פון כ"ק הרבנית בת שבע זצוק"ל אין זיין מכתב תנחומין. מיר האבן זיך געטרייסט אז מיט דעם האבן מיר שוין אויסגעליידיגט גאט'ס טעכנעלאגיע סאה, שוין דארף מען נאך קרבנות?

ובכלל וואונדער איך מיר אלץ, פון וואו נעמען די מגידים די הסברים פארוואס צרות קומען? זיי האבן דאך נישט קיין מלאכים וואס זענען זיי מגלה, עכ"פ אויף ווי ווייט מיר ווייסן. אויב עפעס וואלט מען געדארפט טרעפן עפעס א קלארע קשר צווישן די חטא און די כפרה. לדוגמא, אויב איך בין ווען רבי חיים מאיר'ן וואלט איך געזאגט אזוי. היות דער טראגעדיא איז געשעהן בשעת דעם טאטענ'ס לויה, איז ער לכאורה געווען א כפרה פאר די טאטע פארן איינרעדן דעם עולם אז מ'טאר נישט אריין גיין אין א שטוב וואו עס איז דא אינטערנעט אדער אייפאונס. דער הלכה פסוקה פונעם פוסק הדור ז"ל האט שוין אפגעקאסט אומצאליגע שפיכת דמים. איך האלט נישט אז עס איז טאקע געשעהן צוליב דעם. אבער אויב זאגן הסברים, איז דען דער הסבר נישט מער מסתבר?

ביי א יעדע טראגעדיע רעגט עס מיר אויף פון פריש, ווען איך הער אזעלכע סלאגאנען ווי "עס איז א כפרה פאר אונז אלע, עס איז געשעהן צוליב דער אדער יענער פירצה, דער אייבישטער וויל אונז דערמאנען אז ער איז מיט אונז" וכדומה. סיריעסלי? דאס מאכט סענס פאר איינעם? הונדערט אידן טוען עבירות, ממילא פארברענט מען זיבן קינדער. אין וועלכע וועלט איז דאס פארשטענדליך?

שטעלט אייך פאר ווען א מלמד וויל שטעלן זיין כתה ה' מחוצפים אין פלאץ, ברענגט ער אריין די נורסערי קלאס און ער מקל'ט זיי אן די ביינער מיט א שטעקן. שפעטער ביי א שטורעמישע אסיפה איז דער מנהל מסביר אז מ'האט געמוזט איין מאל פאר אלעמאל אויסלערנען די כתה ה' יונגלעך.

איך האב א קוזין וואס איז גע'גט, ער האט נישט קיין פרנסה, צוויי קראנקע קינדער וכו' קיין גוטע טאג האט ער אין זיין לעבן האט ער געהאט. איך קלער צו גיין היינט ביינאכט און אפברענען זיין הויז, איך טראכט אז ווען ער וועט זיך אויפוועקן וועט ער ארויסטאנצן פון די צווייטע שטאק פענסטער און זיך צוברעכן די פוס. אזוי וועט ער וויסן אז "איך בין מיט אים". א גוטע פלאן? מאכט סענס?

איך ווייס אז איך האב געשריבן אביסל שארף אבער עס נעמט מיר ארויס פון די גלייזן און עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ. אדרבא, אויב איינער קען מיר מסביר זיין און דערלייכטן די אויגן וועל איך אים דאנקבאר זיין. פארוואס קען מען נישט פלעין באוויינען א קינד ביי זייער לויה אן עס פרובירן צו פארשטיין און ערקלערן? פארוואס קען מען נישט קלאגן אויף א טראגעדיע אן ארויף ווארפן באשולדיגונגען אויפן ברייטן ציבור ?


.
דינסטאג אפריל 07, 2015 9:23 pm#264652
זעהט אויס ביי געוויסע האט מען נאכנישט מבטל געווען דער געדאנק פון יומאן סעקריפייס.
דינסטאג אפריל 07, 2015 9:51 pm#264672
דיינע פונקטן זענען אויסער די ליצנות פין גיין אפטייטשן פארוואס דעס איז געשען, ווען א הינדערט יעריגע איד גייט אוועק פין די וועלט סירטש'טו אויך וועמעס איי פי אדרעס איז שולדיג?..
א האט פלעיט וואס האט אינטערגעצינדען א הויז איז נאך אפשר דא א נקודה צי אריין טייטשן שלא כדרך הטבע אין עס וואלט זיך נישט געמיזט אויסלאזן אזוי טראגיש, אבער דא וואס איז דא אריינציקלערן? אגב איך האב אמאל געהערט נאכזאגן פין א גרויסע דאקטער אז ווען מענטשן שטיפן זיך אראפ סטעיפס קען איינער אראפ פאלן אין ווערן צוידריקט, אין פין די זעלבע דאקטער האב איך אויך געהערט נאך זאגן אז ווען א מענטש האט נישט זיבן מינוט אין א צי קיין ליפט צי אטעמן האט ער א ניין אין נייציג פראצענט צי שטארבן
דינסטאג אפריל 07, 2015 9:52 pm#264674
איך ווייס אם ראית דור שצרות רבות באות צא ובדוק בדייני ישראל(גמרא שבת)
דינסטאג אפריל 07, 2015 9:58 pm#264679
אביסעל שכל האט געשריבן:איך ווייס אם ראית דור שצרות רבות באות צא ובדוק בדייני ישראל(גמרא שבת)


בדקו ולא מצאו כלום...
דינסטאג אפריל 07, 2015 10:19 pm#264693
צדיקים נתפסין בעוון הדור.
דינסטאג אפריל 07, 2015 10:21 pm#264694
Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיאס קומען?
ניבל פה (תלמוד בבלי)
דינסטאג אפריל 07, 2015 10:55 pm#264705
קאסטנער האט געשריבן:דיינע פונקטן זענען אויסער די ליצנות פין גיין אפטייטשן פארוואס דעס איז געשען, ווען א הינדערט יעריגע איד גייט אוועק פין די וועלט סירטש'טו אויך וועמעס איי פי אדרעס איז שולדיג?..
א האט פלעיט וואס האט אינטערגעצינדען א הויז איז נאך אפשר דא א נקודה צי אריין טייטשן שלא כדרך הטבע אין עס וואלט זיך נישט געמיזט אויסלאזן אזוי טראגיש, אבער דא וואס איז דא אריינציקלערן? אגב איך האב אמאל געהערט נאכזאגן פין א גרויסע דאקטער אז ווען מענטשן שטיפן זיך אראפ סטעיפס קען איינער אראפ פאלן אין ווערן צוידריקט, אין פין די זעלבע דאקטער האב איך אויך געהערט נאך זאגן אז ווען א מענטש האט נישט זיבן מינוט אין א צי קיין ליפט צי אטעמן האט ער א ניין אין נייציג פראצענט צי שטארבן


אינטערעסאנט אנצומערקן וואס רב וואזנר ז"ל וואלט געזאגט.

פאר עטליכע יאר צוריק האט פאסירט און א געוויסע ביהמ"ד אז בשעת'ן גיין פתיחת הארון איז די ספר תורה ארויסגעפאלן פון ארון קדוש. די רב הביהמ"ד האט דעמאלטס גערעדט מיט רב וואזנר און געוואלט וויסן וואספארא תיקון די קהילה דארף זיך פארנעמען. האט רב וואזנר געזאגט אז די ערשטע זאך דארף מען זעהן צו לייגן א שטיקל האלץ און ארון קודש אז די ס"ת זאלן זיך נישט קענען אראפגליטשן און אויך זאל עס זיין צוגעבינדן מיט א קייטל.

א שטיקל לימוד זכות אויף די וואס זענען תולה אלע פראבלעמען אויפ'ן אינטערנעט איז אז נישט אלץ האבן זיי גרייט א דרשה אויפ'ן פלאץ, נעמט מען אפיר די סאבזשעקט און מ'נוצט עס פאר חינוך הבנים, שלום בית, טראגעדיעס וכו'
מיטוואך אפריל 08, 2015 2:34 am#264774
בדרך רמז תרמוז התורה את אשר יסובבו הרשעים ברשעם, כדי שיתעורר האדם מתרדמת שנת שכלו, בהביטו הפלגת הרעות אשר יביאו לעולם, כי לא לבדם יריעו, אלא יסובבו רע לכל העולם, והוא אומרו כי תצא אש הלא ידעת כי צרת העם תתכנה בשם אש.

וצא ולמד משליח גבריאל (יומא ע''ז.) אשר שאל אש מבין הבדים (הכרובים) והוא בחינת תגבורת הדינים, ואמר ומצאה קוצים הם הרשעים שאינם אלא קוצים מכאיבים, ואומרו לשון מצאה על דרך אומרו (דברים לא כא) והיה כי תמצאן אותו וגו', והטעם משום שהרשע אין לו בעלים כי האדון ברוך הוא הנה הוא פקר בו והסיר אדנותו מעליו, וה' הסתיר פניו ממנו. ומעתה הרי הוא כמציאה, וכל הפוגע בו יעשה בו רצונו.

והודיע הכתוב עוד כי אחר שניתן רשות לאש, הדינים להבעיר. לא לקוצים לבד הם מבעירים אלא ונאכל גדיש כאן רמז אל תינוקות של בית רבן שעדיין אין להם קומה, אלא גדושים שבולת עם חברתה, כי בעונות הם הנתפסים בצרת עולם.

גם אמרו ז''ל (שהש''ר פס' משכני) בפסוק (תהלים ח) מפי עוללים ויונקים יסדת עוז כי היו ערבים בשעת קבלת התורה, וכשירשיעו בני אדם הנה הרשות נתונה לאש לבער בהם. ואומרו או הקמה כאן מודיע כי לפעמים חרב עד צואר הגיעה. מופתי הדור יסודי עולם נלקחים בעונם, כדי להציל על כללות הדור, כאומרו (שה''ש א') אשכול הכופר וגו', ולהם יקרא קמה על דרך אומרו (שם ה') זאת קומתך דמתה לתמר, שהם הצדיקים הנמשלים לתמר כאומרו (תהלים צ''ב) צדיק כתמר וגו'.

ולפעמים יגדל החטא ולא יצילו הצדיקים לבד וחימה שפוכה על כל שונאי ישראל, והוא אומרו או השדה שזה ירמוז אל כללות ישראל, ולא יספיקו לא תינוקות ולא צדיקים להציל. והודיע הכתוב כי יש יום לאל איום, לבא במשפט עם הסובבים את הדבר, למיתת הצדיקים וגאוני עולם להשתלם מהם, והוא אומרו שלם ישלם המבעיר הם הרשעים הקוצים את כל אשר הרגו, ואמרו ז''ל (סנהדרין ק':) כי ה' יתן כח ברשעים, לסבול שיעור המגיע להם בחטאם. אוי לרשע רע לשמים ולבריות כמה יסבול בעד קלקולו, ותמצא (ב''ר פס''ג) שהצדיקים כשהיו בניהם מגיעים לכלל שנים, שאינם נלכדים בעון אביהם היו שמחים ואומרים ברוך המקום שפטרם מעונש זה, הרי כי יעניש ה' לגורם עונש בשבילו לזולת, ובאמת כי יחרד אנוש ויכבה שלהבת יצרו המחטיא אותו באש המשפט, בהעלותו על לבבו נהרות העונשים אשר יגיעוהו על כמה נפשות קטנים וגדולים אין קץ, שכולם הוא הרצחן הגדול להם, באמצעות תאותו הסרוחה.

אור החיים, שמות פרק כב
מיטוואך אפריל 08, 2015 9:32 am#264788
לא על הרב וואזנער החדש תלונתך, אין די ערשטע האלבע שעה פון זיין רבנות איז ער באלד באשולדיגט געווארן פאר רציחה, א טיטול וואס נעמט יארן פאר אנדערע רבנים און אדמורי"ם צו פארדינען - ווי גלייך זיין רייכע עבר פון מצות ומעשים טובים, תורה און עבודה, ענוה און צדקות, כידוע פאר די וואס קענען אים - קיין איין פון דיע, וועט אים נישט שטיין לכף זכות אז ער איז נישט קיין רוצח.
לאז אפ רב וואזנער און רב קניבסקי, פרעג ווי א חכם אויף די מאמרי חז"ל פון די סארט, האפענטליך וועט ווערן א שיינע תורה'דיגע שמועס מעניין לעניין.
מיטוואך אפריל 08, 2015 9:44 am#264791
קאווע טרינקער האט געשריבן: פרעג ווי א חכם אויף די מאמרי חז"ל פון די סארט, האפענטליך וועט ווערן א שיינע תורה'דיגע שמועס מעניין לעניין.

דאס איז א אישי וואס כ'האב געשיקט צו הוגה איבער דעם אשכול:

[
tag]הוגה[/tag], דברים של טעם הם דבריך, און כ'האב מורא, לדונם לכף זכות, אז שמעון וואלף'ס הסבר איז די אמת. אבער איין שאלה, וויאזוי לערנט מען אפ די סוגיא אין שבת בעוון וכו' בנים מתים כשהם קטנים, בעוון וכו' נשים מתים בעת לידתן, און אזוי ווייטער?
מיטוואך אפריל 08, 2015 9:58 am#264794
קליגער, כ'ווייס נישט וואס דו פרובירסט צו שרייבן. דו פארשטייסט וואס דארט שטייט? ביזט צופרידן? איז דאך גוט!

@קאווע טרינקער, איך פארשטיי אז דו מיינסט צו פרעגן פארוואס איך רעג מיך מער אויף אויף רבי חיים קניבסקי און רב וואזנער ווי אויף חז"ל. איך קען נישט פארענטפערן חז"ל, נאר מיין אייגענע demeanor.

דער תירוץ איז, ווען איך לערן די אגדתא גמרות וואס זאגן פארוואס קינדער שטארבן, פארוואס הדרוקן קומט אויף דער וועלט, פארוואס דבר בא לעולם וכו' וכו', זעה איך אין מיינע אויגן דער פאלגענדע בילד. איך זעה א קבוצה חכמים וואס זיצן אין בית המדרש יומם ולילה און זיי דרש'נען תילי תילי של הלכות פון א יעדע אות ותג שבתורה, סיי צו עס איז יא נוגע סיי צו עס איז נישט נוגע. זיי לערנען אויך ארויס פון א יעדע אות אין די תורה מאדנע אגדתא מעשיות, עניני רפואה (ווי לדוגמא, איינער וואס האט פיבער זאל צימאלען די קאפ פון א דריי יעריגע רויב פייגל און עס אויסמישן מיט בלעטער פון די עק פון אינדיע, עס אראפ שלונגען פונקטליך א רגע פאר די עלות השחר, און ער זאל זאגן זיבן מאל ריג חיג ליג ניג שמיג.) און אויך האבן זיי ארויסגעלערנט פון פסוקים וועלכע מאדנע עונשים קומען פאר וועלכע עבירות. דאס איז טראץ דעם וואס די זעלבע חכמים האבן אונז געלערנט אז שכר מצוה ועבירה איז נאר אויף יענע וועלט. איך זעה אבער נישט אין די גמרות אז די חכמים זאלן האבן געהאלטן אזעלכע קאלט בלוטיגע דרשות ביי לויות פון זיבן קינדער וכדומה.

ועוד, כ'האב שוין געשריבן אויבן, אויב וויל מען דווקא יא זוכן כפרת עוונות, פארוואס נישט רב וואזנער'ס עוונות? לאמיר זעהן א רב זאל זיך אמאל אויפשטעלן און וויינען "רבותי דער טראגעדיא איז געשעהן צוליב מיר, ווייל איך האב איינגעפירט א רשעות'דיגע מעשה סדום תקנה וואס האט וויי געטון אסאך אידן, איך צו צוריק פון די תקנה אלץ תשובת המשקל". ניין. אלעמאל איז עס די ציבור און זיי ווייסן פונקטליך פארוואס.


.
מיטוואך אפריל 08, 2015 10:18 am#264797
אפילו מען נעמט אהן אז די אלע טראגעדיעס געשעהן צוליב אונזערע עבירות, טרייסט איך זיך אלץ אז ס'איז זיכער דא אידן וואס טוהן גרעבערע עבירות.
מיטוואך אפריל 08, 2015 10:33 am#264799
א לוי' דרשה (שבעה שמועס אין אמת'ן) ביי א קינד טרעפן מיר אין די מעשה פון די גמרא כתובות ח' עמוד ב', וואס ס'זעהט אויס אז מען האט יא אזוי גערעדט אפילו ווען ס'איז נוגע געוועהן למעשה.

רב חייא בר אבא מקרי בניה דריש לקיש הוה ואמרי לה מתני בריה דריש לקיש הוה
רב חייא בר אבא איז געוועהן דער חומש (אדער משניות) רבי פון ריש לקיש'ס זוהן

שכיב ליה ינוקא
איז א קינד איהם נפטר געווארן

יומא קמא לא אזל לגביה למחר דבריה ליהודה בר נחמני מתורגמניה אמר ליה קום אימא מלתא כל קביל ינוקא
דער ערשטער טאג איז ער נישט געגאנגן מנחם זיין, אבער דער צווייטער טאג האט ער געבעטן זיין מתרגמן יהודה בר נחמני צו זאגן עפעס א ווארט קייגן דאס קינד וואס איז נפטר געווארן

פתח ואמר (דברים לב, יט) וירא ה' וינאץ מכעס בניו ובנותיו, דור שאבות מנאצים להקב"ה כועס על בניהם ועל בנותיהם ומתים כשהם קטנים
האט ער אנגעהויבן מיט א פסוק און געזאגט ס'שטייט "דער באשעפער האט געזעהן און געצערנט פון די צארן פון זיינע זוהן און טעכטער" - דאס מיינט אז א דור וואס די טאטעס דערצערנען הקב"ה, טוהט הקב"ה צערנען אויף זייערע זוהן און טעכטער און זיי שטארבן ווען זיי זענען נאך קליין.

ואיכא דאמרי בחור הוה
ס'דא וואס זאגן אז דער "ינוקא" איז באמת שוין געוועהן א בחור,

והכי קאמר ליה (ישעיהו ט, טז) על כן על בחוריו לא ישמח ה' ואת יתומיו ואת אלמנותיו לא ירחם כי כולו חנף ומרע וכל פה דובר נבלה בכל זאת לא שב אפו ועוד ידו נטויה
און אזוי האט ער איהם געזאגט: ס'שטייט "דערוועגן אויף זיינע בחורים פריידט זיך נישט ד' און אויף זיינע יתומים און אלמנות דערבארעמט ער זיך נישט, ווייל ער איז אינגאנצן חנופה און שלעכטס, און יעדעס מויל רעדט אומאיידל, אין דעם אלעם קערט זיך נישט אפ זיין צארן און זיין האנט איז נאך אויסגעשפרייט" -

מאי ועוד ידו נטויה
וואס מיינט דאס "און זיין האנט איז נאך אויסגעשפרייט"?

אמר רב חנן בר רב הכל יודעין כלה למה נכנסה לחופה אלא כל המנבל פיו ומוציא דבר נבלה מפיו אפילו נחתם לו גזר דינו של שבעים שנה לטובה נהפך עליו לרעה
זאגט רב חנן בר רב אויף דעם, אז יעדער איינער ווייסט די תכלית פארוואס א כלה גייט אונטער די חופה, נאר ווער עס פארמיאוסט זיין מויל און לאזט ארויס אומאיידעלע רייד פון זיין מויל, אפילו אויב איז איהם פארשריבן זיבעציג יאר צום גוטן ווערט עס איבערגעקערט אויף שלעכטס.

אתא לנחומי צעורי קמצער ליה
מ'איז געקומען צו טרייסטען און דו ביזט איהם מצער (כאילו ער איז שולדיג אין זיין קינד'ס פטירה צוליב זיינע חטאים)?

הכי קאמר ליה חשיב את לאתפוסי אדרא
אזוי האט ער געמיינט איהם צו זאגן, דו ביזט גענוג חשוב אז ה' זאל זיך מיט דיך אפרעכענן פאר די זינד פון דיין דור!
מיטוואך אפריל 08, 2015 10:54 am#264806
די גמרא דערציילט איין מעשה שהיה און אפילו דעמאלטס האט מען אים פארגעהאלטען אז ער איז מצער די אבל. פון דא ביז ארויסלערנען אז ס'איז א נארמאלע זאך פון יעדע טראגעידע אראפצו ווארפען פון זיך די תשובה און עס ווארפען אויף די פשןט'ע מענטשן איז זייער זייער ווייט
מיטוואך אפריל 08, 2015 10:54 am#264808
Cp
"אחרי כן השמיע הגאון רבי חיים מאיר וואזנר שליט"א, גאב"ד זכרון מאיר, דברי התעוררות ואמר כי המנוח הוא קרבן עולה תמימה אשר בא לכפר על כולנו, וכל אחד צריך להרגיש כיהמנוח היקר ר' מרדכי בא לכפר עליו...
"בדבריו יצא חוצץ כנגד הכלים המשחיתים ומכשירי הטכנולוגיה הטמאים".
(המודיע)


"גאב"ד זכרון מאיר", ר' חיים מאיר וואזנר!!!
גאון! אב בית דין! מי שאינו מבחין בין שחור ללבן, בין דם אדם לדם כבש, ובין מצוה לעוון. הזה יהא לאב בית דין?!
אתה ומשפחתך המתנגדים ל"ציונים", שבעוורון וזלזול החלטתם לא לשתף פעולה עם המשטרה הציונית רח"ל.
בני משפחתך שהחליטו להוריד את המיטה דרך המדרגות למרות שידעו שהדוחק עצום, שהחליטו לרמוס את כל העומד בדרכם ולשעוט עם המיטה למטה, בידיעה ברורה שמישהו עלול להפצע, להתעלף, ולא העליתם בדעתכם שגם למות.
אתה ומרעיך שהייתם עסוקים בהכתרה ומזל טוב, ולא שתו ליבם לקהל שבא לחלוק כבוד לרב, עד "שגעש עליהם הר להרגן, מפני שזלזלו בהספידו של חכם".
אתה שהצלחת להרשם בהסטוריה, כמי שהדבר הראשון שאירע בזמן תפקידו כגאב"ד עדה קדושה, היה לגרום מיתה משונה לאחד (והלוואי שרק אחד) מבני קהילתו.
מהי הבשורה שאתה נושא לאותם גרמא בניזקין, שוורים מועדים ביומי ניסן?! שאותו ההרוג, שדמו מבעבע על כפם המגואלת, כפרה הוא להם?! זבחי אדם?!
לא, ר' חיים מאיר! דמו של מוטי איננו כפרה! הוא עוון נורא הרובץ עלינו, מקטרג ותובע!
והתורה זועקת: "ולא תקחו כופר לנפש רוצח... ולא תקחו כופר לנוס אל עיר מקלטו... ולארץ לא יכופר לדם אשר שופך בה".
במקום לעמוד ולבכות על אשמת קהלו, במקום לארוז מזוודות עם החפצים הדרושים לעיר מקלט, הרי זה עומד בעזות מצח ומדבר על גולשי האינטרנט!!!
לא, ר' חיים מאיר! לא האינטרנט הרג את מוטי!
מוטי נהרג ע"י פושעים שמזלזלים בזולתם, שבמקום לחשוב על הקהל הגדול שבא לכבד את מותו של העדין והאציל שבאדם, במקום לתכנן איך לא תנזק צפורנו של אדם מהמלווים, היו עסוקים רק במחשבה איך להפיק ריוח אישי ממותו.
על קרבן העולה שלך, אין לי אלא להביא את דברי נביאנו ישעיהו הקורא למולך "שִׁמְעוּ דְבַר-יְהוָה, קְצִינֵי סְדֹם; הַאֲזִינוּ תּוֹרַת אֱלֹהֵינוּ, עַם עֲמֹרָה. לָמָּה לִּי רֹב זִבְחֵיכֶם יֹאמַר יְהוָה, שָׂבַעְתִּי עֹלוֹת אֵילִים וְחֵלֶב מְרִיאִים... יְדֵיכֶם, דָּמִים מָלֵאוּ. רַחֲצוּ, הִזַּכּוּ, הָסִירוּ רֹעַ מַעַלְלֵיכֶם, מִנֶּגֶד עֵינָי, חִדְלוּ הָרֵעַ. לִמְדוּ הֵיטֵב דִּרְשׁוּ מִשְׁפָּט, אַשְּׁרוּ חָמוֹץ; שִׁפְטוּ יָתוֹם, רִיבוּ אַלְמָנָה."
ועוד אמר: "יְהוָה בְּמִשְׁפָּט יָבוֹא, עִם-זִקְנֵי עַמּוֹ וְשָׂרָיו... מַה-לָּכֶם תְּדַכְּאוּ עַמִּי, וּפְנֵי עֲנִיִּים תִּטְחָנוּ." אוי לנו שנתקיים פסוק כצורתו בימינו.
והן הן הדברים האמורים כנגד כל פרות הבשן, יושבי מרכבות השרד, רכבי האדמורי"ם, אשר זה דרכם כסל למו לרמוס כל שוכני ארץ מפני הדר גאון כרסו, המלא ש"ס ופוסקים כמובן, וכה קהה ליבם עד שלא זעו גם לקול יללת טיפול נמרץ העומד מאחוריהם, עד שבאו והכו נמרצות על חלונם.
כולם ראויים להרהר בתשובה, אלא שנתגלגלה זכות על ידי אותו ר' חיים מאיר, "גאב"ד זכרון מאיר".
מיטוואך אפריל 08, 2015 11:00 am#264809
פישלע, ווען דו האסט א קשיא און דערנאך טרעפסטו אז חז"ל האבן געטון די זעלבע פארענטפערט עס אטעמאטיש דיין קשיא? ביי מיר נישט. ביי מיר איז עס מוסיף די קשיא. עס פסל'ט נישט חז"ל צוליב דער קשיא, אבער עס איז פארט נישט קיין תירוץ. איך דארף נישט פארענטפערן זייער התנהגות אויב עס איז נישט ריכטיג, זיי דארפן עס פארענטפערן.


.
מיטוואך אפריל 08, 2015 11:06 am#264811
הוגה ביסט א חשובער ניק און כזוך מיך נישט דיך אונטערצורייסן אבער איצט האסטו מיך מאוס ארויסגענומען פון די כלים חוה"מ צופרי איך האלט נאך פארן דאווענען אבער איך מוז מוחה זיין. כ"ז די בארעדסט היינטיגע מנהיגים און רבנים אז זיי זענען נישט די וואס קענען זאגן פארוואס גרויסע גזירות טוען פאסירן בין איך שטול כי זה סדר השטיבל. אבער ווען די שרייבסט מיט ליצנות אויף אונזערע תנאים און אמוראים איז שוין אין רפואה עליך. ווי וואגסטו דיך אזוי צו שרייבן אויף די הייליגע חכמים זאג מיר באמת וואס האט דיך געמאכט אזוי אויפגעקלערט זיך צו פארמעסטן מיט חז"ל. די באגרייפסט ווער און וואס הרשב"י מיט זיין רבי התנא האלקי רבי עקיבא זענען געווען די באגרייפסט אין וועלעכע היכל זיי געפינן זיך איצט. די באגרייפסט די ענין פון עשרה הרוגי מלכות דאס האסטו שוין יא אויסגעפיגערט. די באגרייפסט בכלל דאס ענין פון צער און דאס ענין לעבן איז עס ווייל די פארשטייסט פשוט נישט וואס זיי זאגן. אדער די פארשטייסט אבער די קריגסט מיט זיי אדער די ביסט פשוט אן אפיקורס און די קומסט דא אויפקלערן א הייפעלע יודעלעך וואס קלאמערן נאך. וואס ביסטו. איך בין מוחה בכל לבי אויף די דברי נבלה. פליז מעק אויס דיינע דברי דופי
מיטוואך אפריל 08, 2015 11:20 am#264814
בארואיגט אייך. איך שרייב נישט קיין דברי דופי אויף חז"ל און נישט אויף הרב וואזנער. אדרבא, כ'האב קלאר געשריבן אז חז"ל ווערן נישט אפגעפרעגט צוליב דעם וואס 'איך' האב א קשיא. לאמיר צוריק גיין פון אנפאנג און עס נעמען טריט ביי טריט.

מיין ארגינעלע ארטיקל האט געצילט צו אונז מיט די קשיא, וויאזוי בארואיגט עס 'אונז' ווען איינער זאגט אז עס איז געווען א קרבן א כפרה? וויאזוי פארשטייען מיר די טראגעדיא בעסער? פארוואס זאל עס אונז פארענטפערן די קשיא און אונז מאכן פילן בעסער? מיין געפיל איז אז מיר קענען נישט טרעפן א צופרידנשטעלענדע ענטפער און ממילא לאמיר וויינען פלעין און סימפעל, און אויפהערן זוכן תירוצים. קומט פישלע און ער צייגט אז פונקט ווי הרב וואזנער האבן חז"ל אויך געגעבן תירוצים. אויף דעם האב איך געזאגט אז איך פארשטיי נאך אלץ נישט. שריי נישט כופר, העלף מיך פארשטיין.


.
מיטוואך אפריל 08, 2015 11:21 am#264815
באמת איז דאס א דעליקאטע ענין. מ'דארף לכאורה אפטיילן דאס אנטייטלן פאר א רבים, פאר אנדערע, און א יחיד וואס מאכט זיך אן אייגענעם חשבון הנפש.

אין פרשת בחוקותי, ווי אויך אין רוב נ"ך זעען מיר קלאר אז מנוחה ושלום קומט אין רעזולטאט פון היטן די תורה, און וויסא ווירסא.

ס'דא אידן וואס נעמען דאס אן מיט א פשטות אזוי, און זיי ווערן בכלל נישט עפעקטירט צו הערן אזעלכע דברי תוכחה.

אבער ס'דא וואס שפירן יא א געוויסע אריינקריכעניש אין יענעמ'ס פריוואטקייט ווען די דרשנים הייבן אן טייטלן וועגן דאס, וועגן יענץ. בעצם ווענד זיך דאס אין דעם דעת הציבור א בעל דרשן דארף וויסן וואס זיין ציבור איז מוכן צו מקבל זיין.

א כמו פשרה וואלט געווען ווען א דרשן זאגט "א טראגעדיע קומט טאקע פון מענטשליכע טעותים אבער ווען אונזערע הערצער זענען שוין סייווי צעשוידערט אולי איז כדאי אז יעדער ביי זיך זאל מאכן אן אייגענע חשבון הנפש וואו ער קען זיך פארבעסערן, מיר זענען קיינער נישט אין הימל, אבער ווערן בעסער איז אלץ א גוטע זמן, דער עולם איז דאך אבער פאריאגט קומט אבער אזא מאורע וואס שטעלט אפ דעם הו הא, איז טאקע פאסיג אז יעדער יחיד זאל זיך אליינס איבערקלערן.
מיטוואך אפריל 08, 2015 11:33 am#264818
די חילוק איז פשוט
די תנאים ואמוראים האבען געקענט זאגען פאוואס א אימגליק געשענט ווייל זיי האבען געהאט רוח הקודש, אבער היינטיגע אנגעפרעסענע רבנים וואס לא די רוח הקאקאש האבען זיי נישט נאר זיי האבען אליינטס זעק עבירות פון אלע סארטען, זיי קענען נישט זאגען פאר אינץ פארוואסערע עבירה פון אינץ די אימגליק איז געשעהן
מיטוואך אפריל 08, 2015 11:35 am#264819
מיטוואך אפריל 08, 2015 11:48 am#264822
@קרעקער, איך בין מסכים מיט דיין השערה אויף היינטיגע רבנים, אבער מיין קשיא איז נישט אנגעהאנגן אין דעם. לאמיר זאגן אז זיי האבן יא רוח הקודש און זיי זעהן אז די עבירה וואס ברענגט אלע טראגעדיאס איז טעכנעלאגיע, פארוואס בארואיגט עס אונז? וואס איז בעסער יעצט? יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס זיבן קליינע קינדער זענען ברוטאל אומגעקומען אין א שריפה? ווייל עס שטייט אין א פסוק "שבעה כבשים תמימים" און די קינדער זענען פארברענט געווארן אום ראש חודש, מאכט עס שוין סענס פאר דיר? פארוואס שטייט די עולם גולם ווי קעלבלעך און שאקלן צו מיט די קאפ כאילו עס פארענטפערט עפעס?

@מאטי, די זעלבע איז מיט וואס דו ברענגסט פון די תוכחה. וואס איז מיט גאט'ס צדק ומשפט? מילא ווען ער שטראפט מיר פאר מיין אייפאון, אבער צו אומברענגען יענעם צוליב דעם? נסתרים דרכי ה' זאגט אונז א פאקט אבער עס פארענטפערט גארנישט. וממילא, זאל מען אויפהערן צו פרובירן ערקלערן און שוין.

בנוגע דיין הצעה פון מעורר זיין לתשובה כללית אן מפרט זיין עבירות. כ'האב געזעהן רבי יצחק משה ערלאנגער טון אזוי ביי א הספד פון א קליין קינד, און ער האט נאכגעזאגט אז זיין רבי מראכמיסטריווקא ז"ל האט שטארק ארונטערגעריסן די רבנים וואס טרעפן עבירות.


.
מיטוואך אפריל 08, 2015 11:52 am#264824
בדרך אפשר קען זיין אזוי. דאס איז דאך יעדע יודע ספר מודה אז
סדא אזא אומפארשטענדליכע זאך אז דער אויבערשטער כאפט קרבנות כידוע. און מיט דעם טוט זיך הקב"ה בארואיגן זיין כעס כביכול און איבער די ענינים קענען מיר בכלל נישט אריינרעדן. אבער דאס זעהט יעדער איינער אז יעדע שטיק צייט איז ליידער דא קרבנות און נאך א גרעסערע צייט איז דא גרעסערע קרבנות ווי גזירות און מלחמות ה"י. יעצט ווערט די שאלה פארוואס איז דער אויבערשטער געווארן אין כעס. וועסטו דאך נישט זאגן ווייל די קרבנות האבן זיך נישט גוט אויפגעפירט. נו דער רב און בעל דרשן איז דאך פונקט אזוי פארלוירן ווי אונז אלע אבער ער מוז דאך עפעס זאגן וואלסטו געוואלט ער זאל ארויסברענגן איין עבירה פון איין יחיד. ניין. חז"ל זענען שוין נישטא זיי האבן קלאר פונקטלעך אלעס געוואוסט אבער איננו. קיין אורים ותומים האט ער אויך נישט גייט ער און ער נעמט אפיר איין גרויסן מכשול פונעם דור אזוי איז ער סעיף אז ער באליידיגט נישט קיינעם און ער האפט אז ער האט מכוון געווען אפצושלאגן דעם חרון אף.
מיטוואך אפריל 08, 2015 11:58 am#264825
שם טוב, די רבנים טרעפן אבער אייביג מכשולים אין וואס זיי זענען פונקט נישט געשלאגן... איך וויל אמאל הערן א רב/רבי זאל נאך א טראגעדיע מעורר זיין אויף חטאים ווי גיין אין קאורט אדער אויף מחלוקת צווישן ברודער און משפחות אא''וו. האסט באמערקט זיי האקן נאר אויף זאכן צו וואס זיי האבן קיין תאוות נישט?
מיטוואך אפריל 08, 2015 12:04 pm#264828
שם טוב, דו פארשטייסט די ווערטער וואס דו שרייבסט? עס בארואיגט דיר? די רב איז פארלוירן, ער וויל נישט פארשעמען. מיט דעם שלאגט ער אפ גאט'ס חרון אף? גאט דארף פשוט רב וואזנער צו ווערן בארואיגט? זיי מסביר ביטע וויאזוי עס ארבייט. אפשר פעלט נישט אויס צו האלטן דער דרשה ברבים נאר ענדערש שוקן אן אימעיל גראד צו גאט. פארשטייט זיך דורך א קאמפיוטער געפילטערט מיט גדר אדער משומר.

סיריעסלי, עס מאכט סענס פאר דיר?


.
מיטוואך אפריל 08, 2015 12:09 pm#264829
יום כפור פארשטייסטו יא
מיטוואך אפריל 08, 2015 12:29 pm#264830
יא.
מיטוואך אפריל 08, 2015 12:30 pm#264831
איך מיין אז עס איז צייט אויסצואוואקסן דער קינדערישע געוואוינהייט פון פרובירן צו פארענטפערן א קשיא מיט א קשיא. מיר פרובירן דא צו האבן א mature דיסקוסיע.
מיטוואך אפריל 08, 2015 1:04 pm#264840
די צוויי חז"ל'ס האבעך געברענגט כדי אנצוהייבן, צו שטעלן א שטיקל יסוד, אויף וואס צו בויען אן אנאליזיע, צו דערגיין וואס און וויאזוי צו רעדן, און נאך וויכטיגער וואס איז נוגע בפרטיות הוגה'ס שאלה, וויאזוי ברויכן די דרשות צו זיין א נחמה. איך ציל נישט צו פרעגן, נישט אויף אונז, נישט אויף זיי, און נישט אויף הוגה'ן. לאמיר פראבירן א אביעקטיווע שיינע שמועס. קיינער איז נישט קיין אפיקורס, און יעדער האט א רפואה למכתו. א ציווילע שמועס לאמיר מאכן.
מיטוואך אפריל 08, 2015 2:08 pm#264852
@פישעלע, אנטקעגן מעשיות וואס איר ברענגט פון חז"ל וואס מען מוז פארשטיין עס איז לויט זייער מדרגה האבן זיי פארשטאנען מען קען אזוי רעדן, אדער במיוחד אין יענער סיטואציע האט געמוזט אזוי זיין, ווי דער הג"ה אין שולחן ערוך איז מיישב מעשי חברי איוב, ואין למדים הלכה מפי מעשה, האבן מיר א בפירושע גמרא אין בבא מציעא וואס ווערט געפסקנט אין רמב"ם ושולחן ערוך פארקערט. און דאס איז נידון ככל חומר אונאת דברים שהאריכו חז"ל בחומרתו.

תלמוד בבלי מסכת בבא מציעא דף נח/ב האט געשריבן: מה אני מקיים לא תונו איש את עמיתו באונאת דברים הא כיצד .. אם היו יסורין באין עליו אם היו חלאים באין עליו או שהיה מקבר את בניו אל יאמר לו כדרך שאמרו לו חביריו לאיוב הלא יראתך כסלתך תקותך ותום דרכיך זכר נא מי הוא נקי אבד



שולחן ערוך יורה דעה סימן סג סעיף ב האט געשריבן:. אם באו יסורים על חברו רחמנא ליצלן לא יאמר לו כדרך שאמרו חברי איוב לאיוב, הלא יראתך כסלתך זכר נא מי הוא נקי אבד (והם כמו שאמרו לו כן, מפני שהיה מעוות דברים כלפי השגחת השם יתברך ומדותיו)


רמבם הלכות מכירה פרק יד האט געשריבן:כשם שהוניה במקח וממכר, כך הוניה בדברים--שנאמר "ולא תונו איש את עמיתו, ויראת מאלוהיך . . . אני ה'" (ויקרא כה,יז), זו הונית דברים. [יג] כיצד: היו חולאים וייסורים באין עליו, או שהיה מקבר את בניו--לא יאמר לו כדרך שאמרו חבריו של איוב, "הלוא יראתך, כסלתך . . . זכור נא--מי הוא נקי, אבד" (איוב ד,ו-ז).

טז [יח] גדולה הונית דברים מהונית ממון--שזו ניתנה להישבון, וזו לא ניתנה להשבון, וזה בממונו, וזה בגופו; והרי הוא אומר בהונית דברים "ויראת מאלוהיך" (ויקרא כה,יז), לפי שהדבר מסור ללב. הא כל דבר שהוא מסור ללב, נאמר בו "ויראת מאלוהיך" (שם; וגם ויקרא יט,יד; ויקרא יט,לב; ויקרא כה,לו; ויקרא כה,מג). וכל הצועק מהונית דברים--נענה מיד, שנאמר "כי אני ה'" (ויקרא כה,יז).

מיטוואך אפריל 08, 2015 2:28 pm#264859
אקעי, זעהט אויס דער מעשה גייט אזוי - עס איז אלעמאל בערך דער זעלבע שטראף 'מ'שטארבט', אדער יונגערהייט, אדער מער אויף איין מאהל, אדער שטארבט דער יעניגער אויף גאר א הארצראסענדיגע אופן - דער איינציגסטער זאך וואס טויש איז דער עבירה, היינט איז עס דער אינטערנעט, לאנגע שייטלען, ביי האר, פסולע מזוזות, שמיטה, לשון הרע, מסירה, ז"ל, אשת איש, ציצית, וכו' וכו'.

עכ"פ אויב קוקט מען אריין אין ספרים אויף א כראנישלאגיע סדר זעהט מען ווי יעדס עטליכע יאר האט זיך דער עבירה געטוישט, דאס איז זיכער אז דער 'שלא נהגו כבוד זה בזה' איז שוין זיכער מער נישט גילטיג, און דער מציאות אז 'והנשיא אשר יחטא' איז געווארען א בחינה ווי לא היה ולא נברא.
מיטוואך אפריל 08, 2015 5:45 pm#264904
איך געדענק. ווען איז עס געשעהן די טראגעדיע און ארץ ישראל מיט די בערנשטיין משפחה. ווען א באן האט אריינגעזעט און א ווען ווי עס זענען געווען א משפחה מיט קינדער. און א גרויס חלק זענען נעבעך אומגעקומען. דער בערנשטיין זייענדיג א סטאלינער משפחה. זענען די סטאלינער געווען בארירט און צושוידערט. און דער סטאלינער רבי האט צוזאמגענומען אלע זיינע חסידים. צו רעדן מעיניני השעה. האט ער דעמאלטס געזאגט אז דאס איז געקומען אלס עונש ווייל מען האלט נישט איין די חוקי נהיגה. און ער האט מעורר געווען דעם ציבור מיט טרערן און די אויגען זיך געבעטען ביי זיי אז זיי זאלען זיך אונטער נעמען לטובתם, ולעילו נשמתם פון די משפחה, מהיום והלאה איינצוהאלטען און זיך פירען מיט די חוקי נהיגה.
כמיין. פעלט עפעס פון דעם? וואס וואלט שלעכט געווען אז רבי חיים וואזנער איז מעורר ביי די לוויה איבער זיך האלטען און די ראמען און אז עס זאל זיין מער סדר ביי גרויסע צוזאמקומענישען? ווי און וועלט שטייט אז גאט פירט נישט זיין וועלט בטבע. און עס קענען נישט געשעהן זאכען וואס מאיז זיך גורם מיט אייגענע הענט?
מיטוואך אפריל 08, 2015 9:47 pm#264981
וואס הייסט פארוואס ? , עס איז דא א בפירוש'ע קול קורא אז די צרות קומט צוליב די געפאצטע קליידער...
דאנערשטאג אפריל 09, 2015 1:23 am#265041
דער קב הישר שרייבט דא א הסבר דערויף

מתחלת בריאת העולם ראה הקב״ה שאין העולם יבול להתקיים בדין מה עשה הקב״ה שיתף שם הרחמים וברא את העולם שנאמר: ״בראשית ברא אלהי׳ם״ במדת הדין כי מדת אלהי״ם הוא דין, ואח״כ כתיב: ,,ביום עשות ה׳ אלהים ארץ ושמים״. ומצאתי טעם הגון שכתב הרב הגאון בעל המחבר תורת חיים הענין: שהצדיקים נתפסין בעון הדור לפי שהמדה של דין היא רוצה לכלות את העולם כשאין עושין רצונו של מקום, והקב״ה הוא ברחמיו מרחם על כל מעשיו ולכן שיתף הקב״ה מדת הרחמים שהוא שם ה׳ עם מדת הדין, אך מדת הדין הוא מקטרג ומבקש שיעשה הקב״ה דין בעולם מה עושה הקב״ה נותן לו צדיק אחד שהוא שקול כנגד כל העולם ובזה הוא משתיק את הדין ומציל את כל העולם, אבל תיכף כשמת צדיק אחד נולד במקומו צדיק אחר בסוד ״וזרח השמש ובא השמש״, עד כאן דבריו של הגאון מוהר״ר חיים שור ז״ל במסכת שבת ע״ש. ועפ״ז נ״ל לתרץ קושיא גדולה בפסוקים במגילה ״וירא המן כי אין מרדכי כורע ומשתחוה לו וימלא המן חימה ויבז בעיניו לשלוח יד במרדכי״ וגר ״ויבקש המן להשמיד את כל היהודים אשר בכל מלכות אחשורוש עם מרדכי״ ולכאורה קשה מרדכי לבד לא רצה להשתחות ובקש המן לעקור ולאבד את כל היהודים?

והנראה לתרץ כי הנה ידוע שישראל שבאותו הדור היו חייבים כליה מפני שהשתחוו לצלם של נבוכדנצר או מפני שנהנו מסעודה של אותו רשע אחשורוש והנה המן והשטן היו מקטריגים על זה ומדת הדין היה נותן שיבלו ישראל כולם חלילה ולכן היה המן מתיירא שהקב״ה יעשה כן שיטול את הצדיק אחד שהוא שקול כנגד כל ישראל וצדיק אחר נולד ויהיו ישראל חיים וקיימין ולכן כתיב ״ויבז בעיניו לשלוח יד במרדכי׳׳ לחוד כי בזה יהיה לישראל כפרה במיתת הצדיק אחד שלפי שמרדכי היה שקול כנגד כל ישראל, ולכן ביקש המן והשטן להשמיד את כל היהודים בכל מלכות אחשורוש ודו״ק

דאנערשטאג אפריל 09, 2015 1:39 am#265043
שיינע שאלעשידאס תורה.
דאנערשטאג אפריל 09, 2015 10:38 am#265074
אחד העם האט געשריבן:איך געדענק. ווען איז עס געשעהן די טראגעדיע און ארץ ישראל מיט די בערנשטיין משפחה. ווען א באן האט אריינגעזעט און א ווען ווי עס זענען געווען א משפחה מיט קינדער. און א גרויס חלק זענען נעבעך אומגעקומען. דער בערנשטיין זייענדיג א סטאלינער משפחה. זענען די סטאלינער געווען בארירט און צושוידערט. און דער סטאלינער רבי האט צוזאמגענומען אלע זיינע חסידים. צו רעדן מעיניני השעה. האט ער דעמאלטס געזאגט אז דאס איז געקומען אלס עונש ווייל מען האלט נישט איין די חוקי נהיגה. און ער האט מעורר געווען דעם ציבור מיט טרערן און די אויגען זיך געבעטען ביי זיי אז זיי זאלען זיך אונטער נעמען לטובתם, ולעילו נשמתם פון די משפחה, מהיום והלאה איינצוהאלטען און זיך פירען מיט די חוקי נהיגה.

וואס איז דאס חוקי נהיגה

700
דאנערשטאג אפריל 09, 2015 10:47 am#265079
פליקער.וואלטס דאך געקענט אנקומען צו 700 אפילו די שרייבסט: אחד העם א גוטע נקודה. נאר די יידעלעך אלס גייט ביי זיי מיט א קשיא...
די געזעצן פון דרייווען.
דאנערשטאג אפריל 09, 2015 11:04 am#265084
Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיאס קומען?
זייט ווען פליקט א אחד העם, איך בין דאך דער אפיציעלע פליקער פון קאווע שטיבל.
אגב נאכן מיך אפפליקן ווי ס'ברויך צי זיין, האסטו דאך מיר געקענט ענטפערן וואס דאס איז חוקי נהיגה, קען אבער זיין אז דו ווייסט אויך נישט, און כדרך כל ישראל טוסטו דיפלקטן די שאלה מיט א פליק
דאנערשטאג אפריל 09, 2015 11:08 am#265085
קוקט אויס אז פליקען איז זיין טייל. ווייל געשריבען האב איך וואס דאס מיינט.
אחד העם האט געשריבן:פליקער.וואלטס דאך געקענט אנקומען צו 700 אפילו די שרייבסט: אחד העם א גוטע נקודה. נאר די יידעלעך אלס גייט ביי זיי מיט א קשיא...
די געזעצן פון דרייווען.
דאנערשטאג אפריל 09, 2015 11:10 am#265086
Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיאס קומען?
אה נישט באמערקט, איך פאלישייז
זונטאג אפריל 12, 2015 11:40 am#265353
הוגה, ווען איך ליין דיינע ווערטער זעה איך אן אפיקורס וואס האט ליב אפצולאכען פון יעדען הייליגע זאך, צו דיין גאנצע הוידל בוידל וועל איך זיך מתייחס זיין מיט 1 זאך
ר' חיים וואזנער האט נישט געזאגט אז מאטי גערבער איז געשטארבען וועגען טעכנעלאגישע כלים, דער שקר וואס די פראבירסט אראפצומאלען איז פשוט נישט געווען, ער האט געזאגט אז עס געשעהט א טראגעדיע דארף דאס מעורר זיין צו תיקון המעשים, ולדעתו תיקון המעשים איז טעכנעלאגיע כלים, ויחי ההבדל
זונטאג אפריל 12, 2015 8:48 pm#265473
געהערט איבער יו"ט א מורא'דיגע אנעקדאט,
נאך די לויה פון דעם באבא סאלי ווען עס איז געשעהן די עקסידענט ווי א זוהן פון ספינקא רבי איז אוועק, האט הרב וואזנער מספיד געווען און געזאגט אז ווען עס ווערט נפטר אן עלטערער גדול איז מען נישט אזוי פארווייטאגט און מען איז נישט מוריד דמעות ווייל פארט איז ער שוין געווען אלט און משלים געווען זיינע יארן, וועט השי"ת אוועק נעמען א יונגער מענטש פון די וועלט כדי מען זאל מוריד דמעות זיין,
נורא נוראות ניבא ולא ידע מה ניבא.
זונטאג אפריל 12, 2015 10:47 pm#265513
א פחד
זונטאג אפריל 19, 2015 2:02 am#267265
לעצטענס איז געשען א טראגעדיע צו א משפחה וואס האט שוין נעבעך פארלוירען אסאך אבידות און מאכן נעבעך אסאך מיט. האבעך געהערט שבת סענז סטריט תלמידים שמועסן די סיבה פארוואס זיי מאכן אזויפיל מיט והנה: דער ראש המשפחה מיט נאך צוויי בחורים האבען זיך געקריגט מיט ר' נתן יוסף אין ישיבה און די רבי האט זיך גאר שארף אויסגעדריקט אנטקעגן בחורים וואס העלן זיך קריגן מיט ר' נ"י. זיי זענען אריין צום רבין איבערבעטן אבער די רבי האט נישט געוואלט מוחל זיין און אלע דריי לעבן שוין נישט און מאכן אסאך מיט.
זונטאג אפריל 19, 2015 3:09 am#267276
אה, זכותו יגן עלינו.
חמין במוצ"ש מלוגמא.
ברענגטס אריין מים אחרונים.
זונטאג אפריל 19, 2015 3:41 am#267281
Re: ווער ווייסט פארוואס טראגעדיעס קומען?
מיין פערזענליכע מיינונג אין די נושא פון עונשים, אז א צווייטער ליידט פאר יענעמ'ס חטאים, וואס איז די פשט דערפון?

מיר אידן זענען מאמינים בני מאמינים, דאס מיינט אונז גלייבן אפילו מען זעהט נישט קלאר, דאס הייסט גלייבן, ווייל ווען דו זעהסט די גאנצע פיקטשער, גלייבסטו שוין נישט, דעמאלטס ביזטו שוין איבערגעצייגט.
אונז ווייס מיר נישט דעם אייבערשטענס חשבונות, ווען ער הרגעט איינעם פאר יענעם'ס חטאים, אפשר האט עס צו טוהן מיט די פאריגע גלגולים, ווי אויך שטייט אין גמרא (איך געדענק נישט ווי אויפן מינוט) און מען זאגט עס אויך אין די תנאים וכתובה שבועות פון ר' ישראל נג'ארה, אז די תינוקות של בית רבן און די צדיקים זענען די משכונות פונעם דור.
ווי אויך איז דא אזא זאך פון מילא שנותיו, דאס הייסט אז דער אינגערמאן איז געווען אפגעשריבן נאר דרייסיג יאר צום לעבן, צוליב עפעס וואס ער האט געדארפט מתקן זיין ביז דעמאלטס.
ווי אויך איז דא אן אוחה"ק פ' משפטים אויפן פסוק כי יבער איש שדה או כרם ונאכל גדיש או הקמה שלם ישלם המבעיר את הבעירה, טייטשט ער דארט אריין, אז צדיקים ותינוקות של בית רבן ווערן נענש על עון הדור, אבער שלם ישלם המבעיר את הבעירה, די רשעים וואס זיי זענען באמת שולדיג, וועלן נאך באקומען זייער עונש.
ווי אויך איז דא א ישמח משה פ' שמיני אויפן פסוק וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה', טייטשט ער דארט אריין אז ווען איינער שטארבט צווישן דרייצן און צוואנציג, קען נישט זיין אז עס איז צוליב זיינע אייגענע חטאים, ווייל אין בי"ד של מעלה עונשים פחות מבן עשרים, און זיינע עלטערנ'ס חטאים אויך נישט ווייל זיי האבן דאך שוין געזאגט ברוך שפטרני, און זייער אחריות איז נאר ביז די דרייצן, אלא מאי זאגט דער ישמח משה אז דאס איז צוליב עון הדור, און וועגן דעם ביי נדב ואביהוא שטייט אז זיי זענען דעמאלטס געווען דרייצן יאר, זאגט דער פסוק וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

היוצא לנו מכל זה אז עס איז שייך אזא מין זאך אז יענער שטארבט צוליב מיינע חטאים, נאך דערצו אז כל ישראל ערבים זה לזה, דארפן אונז ארויסנעמען א מוסר השכל, און מאכן א חשבון הנפש, און נישט ווארטן אויף שטערקערע קלעפ, לאמיר ווייזן פארן אויבערשטן אז דאס איז גענוג, און עס איז נישט אם תלכו עמי קרי, נאר אונז האב מיר געכאפט דעם מעסעדזש, און עס זאל שוין זיין ובלע המות לנצח.
זונטאג אפריל 19, 2015 10:03 am#267315
chusid האט געשריבן:לעצטענס איז געשען א טראגעדיע צו א משפחה וואס האט שוין נעבעך פארלוירען אסאך אבידות און מאכן נעבעך אסאך מיט. האבעך געהערט שבת סענז סטריט תלמידים שמועסן די סיבה פארוואס זיי מאכן אזויפיל מיט והנה: דער ראש המשפחה מיט נאך צוויי בחורים האבען זיך געקריגט מיט ר' נתן יוסף אין ישיבה און די רבי האט זיך גאר שארף אויסגעדריקט אנטקעגן בחורים וואס העלן זיך קריגן מיט ר' נ"י. זיי זענען אריין צום רבין איבערבעטן אבער די רבי האט נישט געוואלט מוחל זיין און אלע דריי לעבן שוין נישט און מאכן אסאך מיט.


דע מעשיות מאכן בכלל נישט קיין סענס וויפיל איך האב געהערט און געליינט פינעם סאטמאר'ן רב ז"ל, ער איז געווען א איד וואס האט זיך אוועק געגבען אינגאנצען פאר א צווייטען איד כ"ש ווען דער איד קימט איבער איבער בעטען וויל ער אים נישט מוחל זיין וויסענדיג וואס פארא צרות עס ווארט אים אפ? דאסענט מיעק סענס עט אלל

דע אלע מעשיות קימען פין דעי משתלטים על הצבור וואס ווילען ליגען א פחד אז קיינער זאל נישט דערוואגען צי טעשפענען מיט זיי וויייל מרה תהיה אחריתם, כדי זיי זאלען אנגיין מיט זייער טעראר. און פארשטייט זיך דער פשיטי עם כאפען זיך צי דיעם, אזויי קענען זיי ראיג זינדיגען וויסענדיג אז זיי וועט נישט קימען אזעלכע ווייטאגען ווייל דעיס געשיעט נאר פאר דע וואס טשעפענען מיט דע הנהגה
זונטאג מאי 03, 2015 8:18 pm#272145
פארוואס איז געשען די שוידערליכע ערדציטערניש אין נעפאל? דא האט איר די ביאור פון הגאון ר' משה שטערנבוך.
זונטאג מאי 03, 2015 9:43 pm#272201
נעבעך. אלו הגויים מה חטאו.