Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?

נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
85 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 135 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8640
זונטאג אפריל 26, 2015 8:58 am#269649
@געפילטע @יאיר כנראה שלאגן ענק זיך במחלוקת הגרש"ז און רב עיזואל פון תל אביב עיין כאן m http://shaalvim.co.il/torah/maayan-article.asp?id=525 m
@ געפילטע אפשר ביסטו דיר מער מסביר פארוואס עס איז נישט קיין מוליד, אין די ווייערס פאר עס גייט דורך די באלב געבן די פארטיקלס נישט ארויס קיין לעכטיגקייט, און נאכדעם יא, פארוואס איז דאס נישט קיין מוליד?
מאנטאג אפריל 27, 2015 12:27 am#269935
יאיר האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:און ווי אזוי פארשטייסטו דעם חילוק צווישן מוליד ריח און אנצינדן א קראן?

טאקע שווער מחלק צו זיין, אבער ס'איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן צו אסר'ן זאכן ווי אנצינדען א סינק וועגן מוליד ווייל ס'איז דומה צו מוליד ריח. אפשר קען מען בדוחק מחלק זיין אז ס'ווערט שטערקער אינעם כלי צו וואס. אבער פונקט ווי דו פארשטייסט אז מ'מעג נוצן א היידראליק ליפט שבת, אפילו די היידראליק פרעשור איז "מוליד" א קראפט אויפצוהייבן א שלאק למשל, אין א פלאץ וואו ס'איז פריער נישט געווען דעם כח, אזוי אויך דארפסטו פארשטיין די זעלבע ביי א קראפט פון עלעקטראנס.

קודם, אפשר איז טאקע היידראליק פרעשור אסור צוליב מוליד. מ'דארף מעיין זיין.
צווייטנס, ס'איז נאך אלס דא א חילוק ווייל דער קראפט פון היידראליק פרעשור איז נישט א פיזישע זאך וואס מען קען זען און שפירן.
איך קוק אן דער געדאנק פון מוליד אז מען טוישט א כלי/ארט אויף א געוויסער אופן וואס איז נישט בלויז א טעכנישע שינוי בכמות נאר האט אן אומדירעקטע השפעה אויף די גאנצע זאך באיכות. ומהאי טעמא האבן טייל ראשונים גע'אסר'ט אויפצולאזן אייז וועגן מוליד, ווייל דאס טוישט די פראקטישע מציאות פון די וואסער - פריער האט מען עס נישט געקענט טרינקען און יעצט קען מען יא. אריינברענגען עלעקטראנס אין א כלי וואס באלייכט די גאנצע כלי, און גיבט עס דעם כח צו באלייכטן א גאנצע צימער, איז אין מיינע אויגן גארנישט ווייניגער געטוישט די כלי באיכות ווי ווען מען פילט עס אן מיט א ריח. אבער איך בין מודה אז ס'איז מער א סברא ווי א הלכה וואס איז איינגעקריצט בעט ברזל.

במכונת הידרלי כבר דשו בה רבים, מתירים להשתמש בהם לצורך 'שלאק' ומעליות הידרליות.
איך פארשטיי דיך אבער נישט, דו זאגסט אז היידראליק פרעשור קען מען נישט זען, און אלעקטריק קענסטו דען יא זען??? וואס דו קענסט זען ביי ביידע איז די מאניפעסטאציע פונעם פאוער, דא די לייט באלב, און דארט ווי די שלאק הויבט זיך אויף. ומה ראית?
מאנטאג אפריל 27, 2015 1:15 am#269961
גראדעמעכעלע האט געשריבן:דאס אז לעקטער איז א דרבנן העלפט נישט פאר לייט באלבס,

גראדעמעכעלע: ניין. רבי שמעון גרינפעלד, אין שו"ת מהרש"ג (געלעבט בערך 120 יאר צוריק) שרייבט אז די פייער פון לייט באלבס הייסט נישט קיין הבערה מדאורייתא. פארשטייטצעך אז רוב פוסקים פון זיין צייט זענען נישט מסכים מיט איהם...!
מאנטאג אפריל 27, 2015 1:16 am#269963
גראדעמעכעלע האט געשריבן:@געפילטע @יאיר כנראה שלאגן ענק זיך במחלוקת הגרש"ז און רב עיזואל פון תל אביב עיין כאן http://shaalvim.co.il/torah/maayan-article.asp?id=525
@ געפילטע אפשר ביסטו דיר מער מסביר פארוואס עס איז נישט קיין מוליד, אין די ווייערס פאר עס גייט דורך די באלב געבן די פארטיקלס נישט ארויס קיין לעכטיגקייט, און נאכדעם יא, פארוואס איז דאס נישט קיין מוליד?

איך האב נאכנישט געליינט די לינק וואס דו ברענגסט, לכשאפנה. אבער פארוואס זאל לעכטיגקייט אין א באלב זיין מער מוליד ווי עפענען די פירהענג אין א טונקעלע צימער און מוליד זיין דארט א ליכטיגקייט? אדער אריינלייגן קאווע אין וואסער און מוליד זיין דארט א טעם קאווע. דאס איז דאך ממש דומה לנותן ריח בכלים? אלא מאי, א כלי וואס האט א ריח איז עפעס א נייע מין מהות, אבער מ'קען פון דעם נישט בויען אז א נאסע, ליכטיגע, ווארימע, קאוועדיגע הולדה זאל אויך הייסן מוליד, ווייל אין לך בו אלא חידושו. חוץ פון דעם וואס במקור פון דעם חידוש, אז אלקטרי זאל הייסן מוליד, כ'געדענקט שוין נישט וואו דאס איז געווען, והמלנקקים ילנקקו, איז זיין חידוש געווען אז מ'איז מוליד דא א נייע עלעקטריציטעט אינעם דראנט, ער האט נישט גערעדט פון מוליד זיין ליכטיגקייט, אדער א מאטאר זאל זיך דרייען, דוכט זיך ער האט דעמאלס גערעדט וועגן טעלאפאון.... אקעי, גע'גוגל'ט און געטראפן.
שו"ת בית יצחק, השמטות לסי' לא ביורה דעה ב האט געשריבן:אם רשאים לדבר בשבת על ידי מכונה הנקראת טעלעפון. והנה לפע"ד יש איסור בדבר, ושומר נפשו ירחק ממנו. כי מלבד מה שמוכרח למדבר במכונה כזאת להכות מקודם בפעמון עת ירצה לדבר, וזה איסור משום משמיע קול, יש איסור עוד משום דע"י סגירת זרם העלעקטרי נולד כח עלעקטרי, וזה אסור בשבת. דכמו בסחופי אשיראי, דאמרינן בביצה כג דאסור משום דמוליד ריחא, דאסור לעשות עלעקטרישע פערבינדונג. ומהאי טעמא לדעתי יש לאסור לעשות זאדא וואססער משום דגם שמה מוליד הרכבה חימית

זעט מען אז ער האט אפילו נישט גערעדט פונעם תוצאה פון עלעקטריק, נאר פון די "עלעקטרישע פערבינדונג" וואס דאס איז "מוליד" א נייע כח פון עלעקטריק. פון דעם זעט מען קלאר ווי שטארק ער האט זיך אויסגעקענט מיט עלעקטריק, במחכת"ר, נישט אז דאס איז אזא חיסרון פאר זיין צייט, די שו"ת בית יצחק האט ער געדרוקט אום יאר תרס"ד, ווען קוים וואס די פיזיקער האבן פארשטאנען עלעקטריק, היינט אבער פארשטייען מיר שוין אז מיטן מאכן אן עלעקטראנישע פערבינדונג איז מען נישט מוליד קיין שום נייע עלעקטריק, די עלעקטריק איז קאי וקיימא און ליקט אנגעגרייט אינעם פאוער פלענט, די זעלבע וועג ווי די וואסער ליגט אנגעגרייט אינעם רעזעוואר, ס'ווערט נישט באשאפן קיין שום נייע וואסער ביים עפענען דעם קראן.
דאס וואס איר פארגלייכט דאס צו מאכן סודה וואסער, אזא גזירה שוה עלעקטרישע פערבינדונג מיט כעמישע פארבינדונג איז אויך אביסל קאמיש, און אינטרעסאנט טאקע אז די צווייטע האלב פון זיין פסק האט מען טאקע נישט אנגענומען, לגבי מאכן סודה וואסער רבו עליו המתירים אז מ'מעג יא, און ס'הייסט נישט מוליד, אבער זיין חידוש אויף עלעקטריק נוצט מען נאך היינט.

אבער דאס איז קלאר אז אין די ווייערס איז נישט דא קיין שטערקערע מוליד ווי אין די וואסער אדער היידראליק פייפס ווען מ'עפענט אויף א וואלוו, אויב עפעס ביי וואסער איז עס א זאך וואס איז נראה לעין און וואלט געדארפט זיין הארבער ווי די אומזעבארע עלעקטריק.
מאנטאג אפריל 27, 2015 1:21 am#269964
Re: נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?
עיין שם בהלינק אז רש''ז איז מסכים מיט איך אז סתם מוליד זיין כח חשמלי איז נישט קיין מוליד, משא'''כ ווען מען איז מוליד לעכטיגקייט וואס איז נישט געווען ביז יעצט, און עס איז נישט דומה צו דיינע דוגמאות ווי עס איז שוין געווען לעכטיגקייט אינדרויסען און קאווע אונעם שאכטל, אבער דא איז נאכנישט געווען קיין אור,
מאנטאג אפריל 27, 2015 1:28 am#269967
איך הער וואס דו זאגסט. איך מיין אז רעדן וועגן לייטס קאמפליצירט די שמועס אביסל, לאמיר קודם זען וואס טוט זיך מיט לעקטער גופא, דערנאך קען מען זען אויב מאכן ליכטיג איז ערגער. ובכן, לאמיר רעדן פון א פשוטע עלעקטראנישע מאטאר, עלעקטריק קומט אריין פון איין זייט, ארויס פון די אנדערע, און די קראפט פון די רוקענדיגע עלעקטראנס שטופט דעם מאטאר זאל זיך דרייען, און דאס דרייט לאמיר זאגן א פען וואס בלאזט און קילט אפ ביים שבת סעודה אין א שיינעם זומערדיגן שבת נאכמיטאג.

האבן מיר דא צוויי פענ'ס, איינס ווערט געפאוער'ד מיט עלעקטריציטעט, מ'דארף נאר עפענען דעם קראן און דורכלאזן די עלעקטריק און די פען הויבט אן בלאזן, גלייך דערנעבן זיצט א וואסער powered פען, וואס אנשטאט עלעקטריק טוט זי די זעלבע זאך מיט וואסער, מ'עפענט דעם קראן, פון איין זייט קומט אריין וואסער, פון די אנדערע זייט ארויס, און ביזדערווייל שטופט די וואסער א מאטאר אינעווייניג וואס דרייט דעם פען. דא האט איר אזא מין פען און וויאזוי ס'ארבעט.


מה דינם? פון די צוויי פענ'ס, ס'איז שבת, די טשולענט איז הייס, די לחיים פון נאכן פיש העלפט נישט צו, איך זיץ און שוויץ אויף די פארשאלטענע פלעסטיק ווייל די פארניטשור סטארס האבן מחליט געווען איינציוויקלען מיינע דיינינג רום בענקלעך. וועלכע פען מעג איך אנצינדען, וועלכע נישט? מעג איך ביידע יא? ביידע נישט? אויב נאר איינע, וועלכע, און וואס איז די חילוק?
מאנטאג אפריל 27, 2015 1:51 am#269978
געפילטע פיש: איך ווייס נישט וואס דער מנחת יצחק --וואס דו זאגסט אז ער האט נישט פארשטאנען קיין סאך אין עלעקטריק-- זאגט. אבער ס'איז דא א תשובה אין שו"ת מנחת אלעזר פון מונקאטשער רב ז"ל וואו ער זאגט אז רעדן אויפ'ן טעלעפאן אום שבת ויו"ט איז אסור ווייל אויסער די אריגינאלע קאנעקשן וואס מ'מאכט איז בשעת'ן רעדן ווערט די עלעקטריק שטאקער און שוואכער לויט'ן קול. און ער מאכט א נייע קאנעקשן מיט א יעדע ווארט וואס ער רעדט. אזוי ארבעט א ספיקער...!
מיטוואך אפריל 29, 2015 11:11 am#270859
rps20150429_111118.jpg
rps20150429_111118.jpg (88.67 KiB) געזען געווארן 889 מאל
מיטוואך אפריל 29, 2015 3:35 pm#270953
Re: נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?
ImageUploadedByTapatalk1430336046.235519.jpg
ImageUploadedByTapatalk1430336046.235519.jpg (368.02 KiB) געזען געווארן 861 מאל
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:20 am#271167
ישמעאל הכהן האט געשריבן:
rps20150429_111118.jpg



עס איז מאדנע אז הרב רוטה אסר'ט אפ דעים סוויטש אפילו פאר יו''ט אין קלארן קעגענזאץ צום פסק פון רמ''א [בתקי''ד סעיף ג כתב: ומותר להעמיד נר במקום שהרוח שולט כדי שיכבה אבל אסור להעמידו שם אם כבר הרוח מנשב (מהרי"ל): עיי''ש] וואס האלט אז מען מעג לכתחלה נוצן גרמא ביו''ט

וצע''ג

דרך אגב איז אינטערעסאנט צו באמערקען אז הרב רוטה שרייבט א בריוו אין חודש איר אן חותם זיין פעיה''ק מירון וואס איז א שטארק זעלטענע זאך בחצרות הגאב''ד מקארלסבורג זיך נישט צו געפינען אין מירון חודש איר
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 10:09 am#271194
Re: נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?
אסאך פוסקים האלטן אז עס איז ניטאמאל א גרמא נאר א געהעריגע מלאכה ווייל אזוי איז די נארמאלע וועג פון עס טון,
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:02 pm#271224
די מאמענט איז מורא'דיג אין נאכשרייבן די פאריגע וואכעדיגע עמי מאגאזין
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:56 pm#271245
גראדעמעכעלע האט געשריבן:אסאך פוסקים האלטן אז עס איז ניטאמאל א גרמא נאר א געהעריגע מלאכה ווייל אזוי איז די נארמאלע וועג פון עס טון,



כל בר דעת יודה שהKosher switch לא גרע משעון שבת רגילה שכל אחרוני זמנינו הסכימו שנחשב לגרמא
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:02 pm#271249
Re: נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?
אנטשולדיגט איך בין נישט אזא בר דעת, שבת זייגער טו איך גארנישט שבת משא''כ דא צינד איך עס אן שבת,
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:26 pm#271260
Re: נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?
ער מיינט ענדערען א שבת זייגער אום שבת און יו''ט. אז מ'רוקט די שטיקלאך אז שפעטער זאל זיך דער לעכט פארלעשען פריער, איז דאס א גרם כיבוי וואס דאס איז מותר אום יו''ט.
מיט'ן קאושע''ר סוויט''ש האט עס אבער נישט. דאס איז א לייכטער נארמאלער וועג אויפצוטוהן וואס מ'וויל, וואס פוסקים זאגען, און האבען ראיות דערצו, אז ס'קען קיין גרמא נישט זיין
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:35 pm#271264
גראדעמעכעלע האט געשריבן:אסאך פוסקים האלטן אז עס איז ניטאמאל א גרמא נאר א געהעריגע מלאכה ווייל אזוי איז די נארמאלע וועג פון עס טון,

גראדעמעכעלע: איך האב נישט ליעב צו גיין אין סוירקלס. און איך מיין אז מ'האט שוין אלעס אויגעשמועסט אין דעם אשכול. אבער צו זאגן אז די וועג וויאזוי דער סוויטש ארבעט איז אפילו נישט קיין גרמא. נאר א געהעריגע מלאכה, איז אבסורד. ווייל נישט נאר צינדט מען נישט אן די לייטס דירעקט, נאר בשעת מ'איז גורם, אדער מ'טוט ערמעגליכן פאר די לייטס זיך אנצוצינדן אדער אויסלעשן, אין די פאר סעקונדעס ווען די גרינע על.אי.די. איז אנגעצונדן, איז בכלל נישט דא קיין קאנטאקט מיט די ליכט פולסן אדער מיט אן עלעקטרישן שטראם. און ס'איז זייער שטארק דומה צו איינעם וועלכער לייגט אראפ א לעכט אז דער ווינט זאלל עס שפעטער אויסלעשן. ס'איז נאר ד'א אנדערע אישוס צו נוצן דעם סוויטש לכתחילה אונטער נארמאלע אומשטענדן, צוליעב גרמא אדער זילותא דשבתא...!.
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:38 pm#271265
ס'איז אינטערסאנט אז דער אינווענטאר לאזט זיך נישט הערן,

אפגעזעהן צו ס'איז יא אדער נישט מותר, יא גרמא נישט גרמא, איז דא געטוהן געווארן א שייגעץ שטיק, און נאמען פון די רבנים,
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:44 pm#271270
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער מיינט ענדערען א שבת זייגער אום שבת און יו''ט. אז מ'רוקט די שטיקלאך אז שפעטער זאל זיך דער לעכט פארלעשען פריער, איז דאס א גרם כיבוי וואס דאס איז מותר אום יו''ט.
מיט'ן קאושע''ר סוויט''ש האט עס אבער נישט. דאס איז א לייכטער נארמאלער וועג אויפצוטוהן וואס מ'וויל, וואס פוסקים זאגען, און האבען ראיות דערצו, אז ס'קען קיין גרמא נישט זיין

ליטוואק פון בודאפעסט: נאר א קליינע טעכנישע הערה: דער היתר וואס רוב פוסקים האבן געהאלטן אז מ'מעג רוקן די פין פון א שבת זייגער אום יו"ט צו אנצינדן אדער אויסלעשן די לייטס פריער אדער שפעטר איז נישט שייך ביי די היינטיגע עלעקטראנישע שבת זייגערס. חוץ אויב מ'וויל אריינגיין אין א נייע שקלא וטריא אויב מ'מעג אינסערטן אדער אויסמעקן א פראגראם אום שבת אדער יו"ט...!
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:58 pm#271278
Re: נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?
berlbalaguleh האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:אסאך פוסקים האלטן אז עס איז ניטאמאל א גרמא נאר א געהעריגע מלאכה ווייל אזוי איז די נארמאלע וועג פון עס טון,

גראדעמעכעלע: איך האב נישט ליעב צו גיין אין סוירקלס. און איך מיין אז מ'האט שוין אלעס אויגעשמועסט אין דעם אשכול. אבער צו זאגן אז די וועג וויאזוי דער סוויטש ארבעט איז אפילו נישט קיין גרמא. נאר א געהעריגע מלאכה, איז אבסורד. ווייל נישט נאר צינדט מען נישט אן די לייטס דירעקט, נאר בשעת מ'איז גורם, אדער מ'טוט ערמעגליכן פאר די לייטס זיך אנצוצינדן אדער אויסלעשן, אין די פאר סעקונדעס ווען די גרינע על.אי.די. איז אנגעצונדן, איז בכלל נישט דא קיין קאנטאקט מיט די ליכט פולסן אדער מיט אן עלעקטרישן שטראם. און ס'איז זייער שטארק דומה צו איינעם וועלכער לייגט אראפ א לעכט אז דער ווינט זאלל עס שפעטער אויסלעשן. ס'איז נאר ד'א אנדערע אישוס צו נוצן דעם סוויטש לכתחילה אונטער נארמאלע אומשטענדן, צוליעב גרמא אדער זילותא דשבתא...!.

איר זענט גערעכט אז מען קען זאגן עס איז א גרמא, אבער.עס איז דא אסאך פוסקים וואס האלטן אז אפילו ווען בפועל איז עס א גרמא, אויב אזוי איז די נארמאלע וועג פון עס טון האט עס נישט די היתר פון גרמא,
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:01 pm#271281
Re: נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?
ומשום הכא איז נישט קיין צושטעל די שבת זייגער וואס איז נישט די נארמאלע אופן פון אויסלעשן,
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:02 pm#271282
אפשר האט געשריבן:די מאמענט איז מורא'דיג אין נאכשרייבן די פאריגע וואכעדיגע עמי מאגאזין

איך האב נאכנישט געליינט דעם מאמענט פון די וואך. אבער די ארטיקל פון "עמי" האט טאקע אזא פנים ווי דער פאבלישער, מר. יצחק פראנקפורטער. ער איז אינטעלעקטשועללי דיסהאנעסט. אין דעם ארטיקל שרייבט ער נישט קיין איין טעכנישע אדער הלכה'דיגע נקודה איבער דעם סוויטש. זיין גאנצע ארטיקל באשטייט אין אויפווייזן אז מר. מנשה קלטי, דער אינווענטאר פון דעם סוויטש איז א שווינדלער וועלכער האט ארויסגענארט די חתימות און הסכמה פון די רבנים מיט שוווינדל. און ער האט אויך ארויסגעשניטן די תנאים אונטער וועלכע זיי האבן געגעבן דעם היתר צו באנוצן דעם סוויטש...!
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:13 pm#271293
יעקב מענטש האט געשריבן:ס'איז אינטערסאנט אז דער אינווענטאר לאזט זיך נישט הערן,

אפגעזעהן צו ס'איז יא אדער נישט מותר, יא גרמא נישט גרמא, איז דא געטוהן געווארן א שייגעץ שטיק, און נאמען פון די רבנים,

וואס וועט ער זאגן...?! ער'ט זיך מפלפל זיין מיט די גדולי הרבנים פון דאהי און א"י און זאגן אז דער סוויטש איז יא מותר צו נוצן לכתחילה...?!
זונטאג מאי 03, 2015 2:01 am#271903
די וואך, אין "עמי", טוט דער ארויסגעבער ערקלערן דאס מאדנערקייט פון אנרופען עם, דער קאלאטני, אלץ "מיסטער" אנשטאט "ראביי", "וויבאלד נאך א פארש איז נישט פעסטגעשטעלט געווארן קלאר ווי דער קאלאטני האט באקומען זיין סמיכה פאר רבנות". דאס, פון "ראביי" פראנקפורטער...


(זמן סוויטש איז א אנאנסירער ביי עמי? אזוי האב איך אויך געקלערט.)
זונטאג מאי 03, 2015 8:40 am#271924
Re: נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?
זייער מאדנע אז כמעט די גאנצע ארטיקעל אין מאמענט קעגן די כשר סוויטש איז א אינטערוויא מיט די בעל מכשיר פון זמן סוויטש - וואס גייט פארלירן געלט אויב כשר סוויטש איז מצליח!!
זונטאג מאי 03, 2015 1:23 pm#271998
צו די וואס זענען ברוגז אויף עמי פארן נישט רעפרעזענטירן די צד פונעם אינווענטאר,

שתי תשובות בדבר,

1) ער האט זיך פרובירט זיך צו מקשר זיין מיט אים אבער ער האט נישט געוואלט רעדן צו זיין רעפארטער יאסי קרויס,

2) ווען איינער באגייט אזא שענדפולן אקט פון ארויסשניידן שטיקער פון די הסכמות פון רבנים, און נישט עפעס אן אומוויכטיגע חלק, נאר עפעס וואס טוישט דעם גאנצן ענין. קומט זיך אים נישט קיין באהאנדלונג מיט זיידענע הענטשוך, נאר טאקע פון דעם סארט וואס עמי האט דעליווערט,

ראביי ? איך האב אלץ פארשטאנען אז רבי רופט מען אן איינעם וועם מ'רעספעקטירט און מ'האט דרך ארץ פאר די תורה וואס ער האט געלערנט, נישט א אומפארשעמטע יונג וואס איז געווען גרייט מכשיל צו זיין א רבים מיט א עזות מבהיל, קיין חילוק צו ער האט א דעגרי אין תלמוד אדער נישט
מיטוואך מאי 06, 2015 1:07 am#272868
מיטוואך מאי 06, 2015 1:29 am#272871
יעקב מענטש האט געשריבן:צו די וואס זענען ברוגז אויף עמי פארן נישט רעפרעזענטירן די צד פונעם אינווענטאר,

שתי תשובות בדבר,

1) ער האט זיך פרובירט זיך צו מקשר זיין מיט אים אבער ער האט נישט געוואלט רעדן צו זיין רעפארטער יאסי קרויס,

2) ווען איינער באגייט אזא שענדפולן אקט פון ארויסשניידן שטיקער פון די הסכמות פון רבנים, און נישט עפעס אן אומוויכטיגע חלק, נאר עפעס וואס טוישט דעם גאנצן ענין. קומט זיך אים נישט קיין באהאנדלונג מיט זיידענע הענטשוך, נאר טאקע פון דעם סארט וואס עמי האט דעליווערט,

ראביי ? איך האב אלץ פארשטאנען אז רבי רופט מען אן איינעם וועם מ'רעספעקטירט און מ'האט דרך ארץ פאר די תורה וואס ער האט געלערנט, נישט א אומפארשעמטע יונג וואס איז געווען גרייט מכשיל צו זיין א רבים מיט א עזות מבהיל, קיין חילוק צו ער האט א דעגרי אין תלמוד אדער נישט

ניין: מיין טענה אקעגן די ארטיקל פון עמי מעגעזין איז אז אין די העדליין פון דעם ארטיקל זאגט ער אז ער גייט באהאנדלען אלע פרטים איבער די קאנטראווערסיע פון דעם שבת סוויטש. און ער דיסקוטירט נישט אפילו איין נקודה פון א טעכנישן, אדער הלכה'דיגן שטאנדפונקט. ער קאנצענטרירט זיך נאר אין אויפווייזן אז מר. מנשה קלטי איז א שווינדלער. אז ער האט ארויסגענארט, אדער פארדרייט די חתימות און הסכמות פון רבנים אין ארץ ישראל און אמעריקע...!
מיטוואך מאי 06, 2015 10:04 am#272888
"זמן" טעכנאלאגיע, דער הויפט געווינער - לויט מאנכע - פון דער "סקאנדאל", באדאנקט זיך טאקע עפענטליך - אין א בריוו צו די ארויסגעבער - צו "עמי", די וואך, מאי דעם 6'טן, און געדרוקט אין די מאגאזין. פילייכט איז דאס, די בריוו, א פראבע פון "עמי" צו דערציילן פאר די ליינער, מיט א ווינק-ווינק, אז "זמן" שטייט אונטער די לעצטיגע ווינטיגע סקאנדאלישע באשרייבונגען.
זונטאג יאנואר 01, 2017 8:42 pm#358496
should i buy the switch for my house ?
זונטאג יאנואר 01, 2017 11:29 pm#358521
נופת צופים האט געשריבן:מען דערגענצט( אויב ס'איז א ווארט) גארנישט. ער ווייזט דארט אז דער שטראם גייט פון זיך אליין, אמאל יא און אמאל נישט( ספק א') און דו נעמסט אוועק א בלאקעדש אז ס'זאל קענען ווייטער גיין און נתקבל ווערן אויף די צווייטע צד, וואס איז אויך א ספק אויב ס'וועט נתקבל ווערן( ספק ב')

טעפל: אויב דו לעבסט נאך. איך האף אזוי. אבער לאמיר רעדן פון דעם טעכנישן פארט. דער צד ההיתר פון דעם אינווענטאר איז אז ס'איז ...רענדאם"... דאס מיינט נישט אז ס'איז א ספק אויב דער עלעקטרישער שטראם וועט צו קומען. דאס איז נישט קיין ספק. דער ווארט מיינט, אז ס'האט נישט קיין זמן קבוע. א וסת. און מ'קען נישט פאראויסזאגן אין וועלכע פאר סעקונדעס דער עלעקטרישער שטראם וועט לויפן. דערפאר זענען דא די גרינע און די רויטע על.אי. די'ס. ווען די גרינע על.אי.די ברענט מיינט אז דער שטראם לויפט נישט און מ'קען ריקן די מחיצה'לע צו אויפמאכן אדער בלאקירן דעם וועג פאר די עלעקטריציטעט ווען ס'וועט ווידער שטראמען. און די רויטע לעמפל מיינט אז דער שטראם לויפט יעצט. און מ'טאר עס נישט בלאקירן אדער אויפמאכן...!!

ווי די רבי מהר"א שליט"א פון קר"י זאגט אייביג..."ווער ס'פארשטייט, פארשטייט" און ווער נישט זאלל ארויסנעמען א גמרא אדער אדורכלערנען הרב שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל'ס ספרים וועט ער אפשר פארשטיין...!
זונטאג יאנואר 01, 2017 11:35 pm#358522
מאנסי אינגערמאן האט געשריבן:should i buy the switch for my house ?

מאנסי אינגערמאן: (איך האף אז דו ביסט נישט קיין קרוב מיט דעם שטילן אינגערמאן.)...!

איינער פון די ערנסטע פוסקים אין הילכות שבת, וועלכער פארשטייט גרונטליך סיי די טעכנאלאגיע פון דעם סוויטש און סיי די הלכות וועלכע זענען פארבונדן מיט דעם, האט געפסק'נט אז אין פריוואטע שטיבער און פאבליק פלעצער טאר מען לכתחילה נישט ניצן דעם סוויטש. אבער אין האספיטאלס, אדער אין א שטוב וואו ס'איז דא א חולה שאין בו סכנה, מעג מען עס לכתחילה ניצן...!
דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:57 pm#360040
נייס נייס אבער פארוואס נמשל זאל א חולה עס דארפען אינדערהיים ?
מיטוואך יאנואר 18, 2017 4:03 am#360061
מאנסי יונגערמאן: ווייל די גמ'/הלכה איז, אז א חולה/חולין (שאין בו סכנה) ומשמשיהן מעגן אויסלעשן א לעכט אום שבת, כדי דער חולה זאלל קענען איינשלאפן. ווייל ס'איז א מלאכה שאינה צריכה לגופה. ד.ה. אז ער דארף נישט די רעזאלט/בענעפיט פון די אויסגעלאשענע לעכט. די קוילן/אש. אבער א געזונטער מענטש טאר דאס נישט טון...!

איך וויל לאזן וויסן דעם חשוב'ן עולם אז איך האב געגרינדעט א תלמוד קלאס אין דריי שפראכן. אידיש/אונגאריש, ענגליש און ספאניש. די רעגיסטראציע האט זיך שוין אנגעהויבן. דאס פלאץ איז באגרעניצט. וכל הקודם זכה...!

מאנסי יונגערמאן: איך ווילל דיך פרעגן שטילערהייט. (קיינער הערט נישט. ס'איז איצט 3: אזייגער פארטאגס... :lol: ...דו ביסט אמאל געגאנגען אין ישיבה... :roll:
מיטוואך יאנואר 18, 2017 3:03 pm#360088
Re: נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?
berlbalaguleh האט געשריבן:מאנסי יונגערמאן: ווייל די גמ'/הלכה איז, אז א חולה/חולין (שאין בו סכנה) ומשמשיהן מעגן אויסלעשן א לעכט אום שבת, כדי דער חולה זאלל קענען איינשלאפן. ווייל ס'איז א מלאכה שאינה צריכה לגופה. ד.ה. אז ער דארף נישט די רעזאלט/בענעפיט פון די אויסגעלאשענע לעכט. די קוילן/אש. אבער א געזונטער מענטש טאר דאס נישט טון...!

איך וויל לאזן וויסן דעם חשוב'ן עולם אז איך האב געגרינדעט א תלמוד קלאס אין דריי שפראכן. אידיש/אונגאריש, ענגליש און ספאניש. די רעגיסטראציע האט זיך שוין אנגעהויבן. דאס פלאץ איז באגרעניצט. וכל הקודם זכה...!

מאנסי יונגערמאן: איך ווילל דיך פרעגן שטילערהייט. (קיינער הערט נישט. ס'איז איצט 3: אזייגער פארטאגס... ...דו ביסט אמאל געגאנגען אין ישיבה... :roll:

יא איך בין געגאנגען און ישיבה
איר האט נישט פארשטאנען וואס איך האב געפרעגט
איך האב געפרעגט פארוואס מען מעג לייגען אזא סוויטש ביי א חולה? ממה נפשך אויב ווייסט מען אז מען גייט עס דארפען אויסלעשן דעמאלטס שטעל אהן א שבת זייגער, און אויב מען ווייסט נישט מעג מען דאך אויסלעשן א נארמאלע לייט אויך, און מען דארף נישט צוקומען צי די גאנצע שבת לייט
מיטוואך יאנואר 18, 2017 8:52 pm#360114
מאנסי יונגערמאן: במחכת"ה. ביי א חולה שאין בו סכנה פסקנ'ען די פוסקים, אז מ'טאר נישט אויסלעשן אליינס די לייט. אבער דער עלעקטראנישער קאושער סוויטש, וועלכער נעמט אוועק דעם חשש פון בונה (מערכת) לויט'ן חזון איש. און איז אויכעט נאר א גרמא...מעג מען יא, לכתחילה...(הרב ישראל דוד הארפענעס שליט"א. אחד מגדולי הפוסקים בזמננו.)

שוין שיעור געשריבן הרב ישראל דוד ווייס. אבער ער איז נאר איינער פון די גדולי הפוסקים פון די נטורי חרתא... :lol: :roll: